היסטארישע אמעריקא-צפון קארעא קאנפערענץ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3001
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג יוני 30, 2019 2:53 pm

קיין שום פראבלעם, דשאסט א מעסעדש אז ער שלאפט נישט, ער ארבעט ווייטער אויף זיינע פראדשעקטס ווען ער וועט האלטן ביי טעסטן וועט ער טעסטן, פונקט ווי ביז יעצט.
person-man-woman-camera-tv = genius

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג יוני 30, 2019 3:41 pm

דממה דקה האט געשריבן:קיין שום פראבלעם, דשאסט א מעסעדש אז ער שלאפט נישט, ער ארבעט ווייטער אויף זיינע פראדשעקטס ווען ער וועט האלטן ביי טעסטן וועט ער טעסטן, פונקט ווי ביז יעצט.

בקיצור, די סטאטוס אינטער טראמפ, איז נישט ממש אזוי ווי אינטער אבאמא בוש וכו' נאר עס "וואלט ווען געקענט זיין" אזוי...

דערמאנט מיר די טייטש פון מעשה שהיה: "א מעשה וואס וואלט ווען געקענט זיין:...
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

פארשער
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

תגובהדורך פארשער » זונטאג יוני 30, 2019 4:36 pm

טראמפ און קים האבן גערעדט פרייוואט באלד א שעה און זיי האבן איינגעשטימט אפיציעל אנצופאנגען נאכאמאל די נוקלעארע פארהאנדלונגען. אין אנדערע ווערטער איז דא געווען א געהעריגע דריטע סאמיט נאר דער סטעיבעל דזשיניעס האט גענידערט די ערווארטונגען צו זערא דורך עס אראפמאלן ווי א ספאנטאנע באגעגעניש צו זאגן העלא פאר זיין באליבטן פריינד אין וועמען ער האט זיך פארבענקט.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג יוני 30, 2019 4:59 pm

פאר די אלע וואס מאכן חוזק דא אז טראמפ איז דערווייל נאכנישט געווען successful מיט north Korea, וויל איך דא ארויס ברענגען א זאך, איך מיין אז ס׳איז א פשוט׳ע זאך.


אויב זאל פרעזידענט טראמפ נישט פראבירן מיט אלע מיטלען וואס ס׳איז נאר שייך, מיט negotiations מיט צפון און גלייך אנפאנגען מיט זיי אטאקירען וועט דאך קיינער איהם קיינמאל נישט מוחל זיין, נישט אין אמאריקע און נישט איבער די גאנצע וועלט. ריכטיג?


ממילא דאס מיין איך קומט דא פאר, טראמפ טרייט און גייט ממשיך זיין צו טרייען אלעס וואס נאר מעגליך צו פארהאנדלען מיט זיי, ביז at a certain point, אויב גייט עס נישט, גלייב איך אז ער וועט גרייט זיין זיי צו אטאקירען, ווייל דעמאלטס וועט דאך רובו דרובו, סיי פון אונעם לאנד, און אזוי אויך סיי פון אינדרויסען, מער נישט רחמניות האבן אויף צפון קארעא, נאך דעם וואס מען האט פאר אזוי פוהל יארן זיי אלעס צוגעשטעלט און אלעם גוטען צוגעזאגט אז זיי זאלן זיך צו שטעלן מיט גוטען און אפ לאזן זייערע nuclear.


ממילא דאס בכלל אז זיי טרעפן זיך און האלטן זיך און איין טרעפן דאס איז געניג פאר יעצט און דאס הייסט successful און מיינע אויגן, ווייל ווי מער זיי טרעפן זיך וועט טראמפ שפעטער - אויב זיי ברעכען זיך נישט - קענען גוט אנגריפען צפון קארעא און קיין שום טענות ומענות. און דאס איז אויך א זאך וואס איך מיין נאר דער ביזנעס פרעספעקטיוו קיין מצליח זיין מיט, משא״כ די פריעדיגע פרעזידענטן, כנלע״ד נכון..
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג יוני 30, 2019 5:03 pm

א שטארקע נקודה, אבער נאר אויב עס וועט טאקע אזוי זיין, סאו ימים ידברו אויב דו ביזסט גערעכט געווען.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12169
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג יוני 30, 2019 5:09 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן: ביז at a certain point, אויב גייט עס נישט, גלייב איך אז ער וועט גרייט זיין זיי צו אטאקירען

נישמעגליך דער פוטער הארציגער וואס האט געציטערט אומצוברענגען 150 איראנער (רוב דערפון זייערע סאלדאטן) זאל פלוצים זיין גרייט אויף טויזענטער און מיליאנען קרבנות.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג יוני 30, 2019 5:27 pm

כאפצעם האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן: ביז at a certain point, אויב גייט עס נישט, גלייב איך אז ער וועט גרייט זיין זיי צו אטאקירען

נישמעגליך דער פוטער הארציגער וואס האט געציטערט אומצוברענגען 150 איראנער (רוב דערפון זייערע סאלדאטן) זאל פלוצים זיין גרייט אויף טויזענטער און מיליאנען קרבנות.

איך פערסענאלי האלט נישט אז דאס איז געווען די עכטע סיבה פון זיין נישט אטאקירן איראן, דו יא?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג יוני 30, 2019 5:40 pm

@כאפצעם, ווער זאגט ער האט געציטערט? און סיריע האט ער יא געשאסען. עניוועי טראמפ האט נישט קיין רעקערד ווי א פחדן ער איז א מענטש מיט גאר אסאך גאטס. און ווען מען זיצט אויפן בענקל אונעם ווייסן הויז איז דא צענדליגע אנדערע חשבונות אוף וואס צו קוקען א חוץ פון פחד. וואס עגעין כנראה לענ״ד זעהט נישט אויס אז ער האט...
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 644
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » זונטאג יוני 30, 2019 5:42 pm

איך זעה נישט וואס איז שלעכט מיט זיין פאליסי דא.
נ. קאריע איז נישט זיין פראבלעם, סה"כ פרובירט ער וואס מעגליך זיי צו ברענגן צום טיש.
ווען ער גיבט זיי ווען עפעס פאר דעם (קעש אדער אפילוסאנקציעס ליפטונגען, פארשטיי איך, אבער לע"ע פרובירט ער סה"כ מיט אלעם אבער אין די זעלבע צייט שטייט נאך אלע רעסטריקשען'ס ווי ביז היינט

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » זונטאג יוני 30, 2019 5:58 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אמעריקא האלט זיך תמימות'דיג צום נישט מאכן קיינע עקסערסייז...

הער אויס, אבער אבי מ'רעדט פון אים..


קודם כל ביסטו נישט אפ טא דעיט. די עקסערסייז גייט אן געהעריג. ניטאמאל דאס האט טראמפ נאכגעגעבן.

שוין טויזענט מאל מסביר געווען דאס וואס כיתה א׳ קינדער ווייסן, ווילאנג טראמפ האט נישט נאכגעגעבן קיין איין זאך פון קים׳ס וויש ליסט, הייסט גארנישט זיך לעקן.

אלע שיינע קאפמלימענטן, סאמיט׳ן, און אפילו דאס אריבער טרעטן קיין צפון, איז נישט מער ווי היסטאריע. ס׳איז אבער נישט קיין פארהאנדלונג, נישט קיין נאכגעגעבאכצער, נישט קיין דיעל, ניטאמאל קיין פארגיטיגונג. ס׳איז נישט מער ווי גוט פאר די פיקטשער׳ס.

טראמפ האט נישט נאר נישט אראפגענומען קיין איין סאנקציע פון צפון, ער האט נאך מוסיף געווען. בעת וואס ער האט פארדינט צו שטעלן דעם באנדידט אין פלאץ, וועלכע איז ביז ווען טראמפ האט זיך נישט גענומען איבער זיינע ביינער געווען א ערענסטע געפאר פאר די וועלט. ער איז גרייט געווען צוטאן וואס ער קען נאר צו לייגן א האנט אויף נוקלערע וואפן, אדוכפירענדיג נוקלערע אדער באליסטעשיע מיסל טעסטס יעדן שני וחמישי.

און דאס וואס באדערט מכלוימרש די לינקע באזע אז טראמפ שפירט זיך באקוועם מיט דיקטאטורן רעגט מיר אויף, ווייל ווען אבאמא האט ווי א לוזער געזאגט ביים פרעס קאנפרענס מיט קאסטראו זייענדיג אין קיובא, אז אמעריקא אנערקענט אז די סענקציעס האט נישט געהאלפן אשא״כ גייט מען עס ריליסן. באנייט קאמערשעל רייזעס פון אמעריקא אהין, אהין געשיקט דיפלאמאטן וכו׳ וכו׳.. דעמאלטס זענען זיי שטיל געוועזן. וכן באיראן. אהין געשיקט בילאונען, אלטס כדי אינטערצושרייבן א שטיקל אשר יצר פאפיר, א דיעל וואס ניטאמאל די דעמעקראטן זענען געווען איינשטימינג מיט.

און די וועלט איז דאן בכלל נישט געווארן א סעיפער פלעיס, משא״כ יעצט. ווען דער קליינער גראבער רוהט איין.

ובנוסף לזה, טראמפ האט מיט דעי איין פיס טריט אראפגעווישט די זונטאג שאוס, און בכלל די דעמעקרעט דיבאטעס פון די העדליין׳ס. ס׳טוט דיר וויי? כ׳ווייס, ענד איי פיל יאר פעין.

סטייטשט אזוי, ווען אבאמא נעמט אראפ די סאנקציעס, און נארמאלאזירט באציאונגען מיט קובא, וואס זענען נישט קיין שום געפאר פאר אמעריקע אדער פארן וועלט, איז ער א שוואכלינג וואס בוקט זיך צו דיקטאטורן.
ווען ער נעמט איראן וואס האט געארבעט יארן צו אויפבויען און ווערן א נוקלאערן פאוער, און האט זיך גאנץ ווייניג דערשראקן פון די סאנקציעס וואס האט פארקריפלט זייער עקאנאמי, און ער ברענגט זיי צום טיש און מאכט א דיעל צו אויפהערן און אויפגעבן זייער נוקלעארע חלומות און פלענער, איז ער א שייגעץ און שוואכלינג, אמער ער גיבט זיי צוריק ביליאנען פון זייער אייגענע פארפרוירענע געלטער.

אבער ווען טראמפ בוקט זיך און לעקט זיך צו קים, ער נעמט א מאנסטער און מאכט אים לעגיט, יא, גיבן לעגימיטיטעט איז א זאך וואס איז פאר נ.ק. מער ווערט ווי ביליאנען דאללער, עס גייט אים גאנץ קנאפ אן אויב זיינע מענטשן שטארבן אויס וואס ער דארף איז זיין רעקאגנייזד אלס א נארמאלע פירער פון א נארמאלע לאנד.
נ.ק. איז געווען איזאלירט פון די גאנצע וועלט, ער וואלט זיך נישט געקענט חלומען פון א באזוך אין נארט קאריע פון אן אמעריקאנע פרעזידענט און אוודאי נישט פון א באזוך אין די ווייט האוז.
איז ווען טראמפ גיבט אים אט דאס אלעס, פאר גארנישט, בלויז אין אויסטויש פון א שיינע בריוו צו טראמפ, דעמאלטס איז גאר טראמפ א גאנצע חכם, ווייל ער האט געגנבט די זונטאג שאוס פון די דעמאקראטן..

נישטא ווער סזאל לאכן.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7326
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג יוני 30, 2019 6:59 pm

פארטראכטער האט געשריבן:סטייטשט אזוי, ווען אבאמא נעמט אראפ די סאנקציעס, און נארמאלאזירט באציאונגען מיט קובא, וואס זענען נישט קיין שום געפאר פאר אמעריקע אדער פארן וועלט, איז ער א שוואכלינג וואס בוקט זיך צו דיקטאטורן.
ווען ער נעמט איראן וואס האט געארבעט יארן צו אויפבויען און ווערן א נוקלאערן פאוער, און האט זיך גאנץ ווייניג דערשראקן פון די סאנקציעס וואס האט פארקריפלט זייער עקאנאמי, און ער ברענגט זיי צום טיש און מאכט א דיעל צו אויפהערן און אויפגעבן זייער נוקלעארע חלומות און פלענער, איז ער א שייגעץ און שוואכלינג, אמער ער גיבט זיי צוריק ביליאנען פון זייער אייגענע פארפרוירענע געלטער.

אבער ווען טראמפ בוקט זיך און לעקט זיך צו קים, ער נעמט א מאנסטער און מאכט אים לעגיט, יא, גיבן לעגימיטיטעט איז א זאך וואס איז פאר נ.ק. מער ווערט ווי ביליאנען דאללער, עס גייט אים גאנץ קנאפ אן אויב זיינע מענטשן שטארבן אויס וואס ער דארף איז זיין רעקאגנייזד אלס א נארמאלע פירער פון א נארמאלע לאנד.
נ.ק. איז געווען איזאלירט פון די גאנצע וועלט, ער וואלט זיך נישט געקענט חלומען פון א באזוך אין נארט קאריע פון אן אמעריקאנע פרעזידענט און אוודאי נישט פון א באזוך אין די ווייט האוז.
איז ווען טראמפ גיבט אים אט דאס אלעס, פאר גארנישט, בלויז אין אויסטויש פון א שיינע בריוו צו טראמפ, דעמאלטס איז גאר טראמפ א גאנצע חכם, ווייל ער האט געגנבט די זונטאג שאוס פון די דעמאקראטן..

נישטא ווער סזאל לאכן.


קודם כל, זיכער איז דא ווער ס׳זאל לאכן. צא ולמד פון די שעלטער׳ס ווער ס׳זענען די לאכער׳ס.

צו דיין ערשטע פוינט, כ׳מיין האסט פארלוירן קאנטראל אויף וואס דו אליינס האלטסט יא אדער נישט, אויב האלטסע בכלל עפעס אחוץ אז מ׳מיז פיינט האבן טראמפ.

זיך ביקן צו א דיקטאטור איז א פראבלעם? אויב יא, וואס מיינט זיך ביקן, געבן שיינע קאמפלימענטן פון איין זייט, און פון די צווייטע זייט ארויפשטעלן סאנקציעס? אדער פארקערט. ווייל אויב נעמסטו די צוויי לענדער, צפון קאריע מיט קיובא צייגט דאס צוויי פארקערטע ס״ה׳ס. אבאמא האט ריליסט סאנקציעס, באנייט קאמערשעל רייזעס, אהין געשיקט דיפלאמאטן, און אפילו אים שיין אויסגערימט ביי א פרעס קאנפרענס ווי קאנסראו האט אים אראפגעשליידערט ס׳האנט פונעם אקסל, וכדי בזיון וקצף.

ווידער מיט צפון קאריע, פונקט א פארקערטע מעשה. סאנקציעס זענען נאך דארט גענוי ווי ביי די אנגעצויגענע צייטן, בנוסף צו פריש ארויפגעשטעלטע סאנקציעס דורך טראמפ, בתוך הזמן וואס דו שרייסט אז ער לעקט זיך. קיין איין רויטן פעני האט ער פון אמעריקא נאכנישט באקומען, אבער פון די צווייטע זייט זאגט טראמפ אז טשעירמאן קים איז א נייס גיי.

העי, ענפער דו מיר, וואס הייסט זיך געלעקט?

נאכמער, די דעמעקראטן זענען יעצט אין א שווארצע דילעמא, ווייל סיי בערני סענדערס און סיי דזשאו ביידען האבן שוין אויסגעדריקט שטיצע צו טראמפ׳ס מהלך אויף די נארט קאריע אישו. זיי האבן זעצעך אויס נישט פאר אויסגעזעהן א פרישע צוזאמטרעף צווישן טראמפ און קים ביפאר די 2020 וואלן.

נארט קאריע איז נאכאלטס א איזאלירטע לאנד, זיי האבן נאכנישט געמאכט ס׳מינדערסטע פארשריט אין ריכטונג פון זיי וואס נאר מיט דעם וואס ער איז געזיצן מיטן אמעריקאנעם פרעזידענט. פון די אנדערע זייט איז אמעריקא געווארן סעיף עגען.


ווידער מיט איראן, אבאמא האט מיט זיין דיעל ניטאמאל געהאט זיין אייגענעם פארטיי אויף זיין זייט. אפילו די יעצטיגע דעמעקראטישע קאנדידאטן זענען צווייפעל׳דיג אויב זיי זענען געווען איינשטומיג מיטן דיעל. אין בעסטן פאל זאגן זיי אז זיי וואלטן עס אפשר נישט אינטערגעשריבן, זיי וואלטן אבער אויך זיך נישט דערפון ארויסגעצויגן.

אבאמא האט זיי געלעקט פון זעקס זייטן דמים תרתי משמע, זיי אינטערגעשמירט מיט בילאונען דאלארן קעש, אלטס צו ווייזן אז ער האט דערגרייכט א דיעל מיט א לאנד וואס שטיצט טעראר, און אפילו שוין נאכן ארויסגיין פון אפיס האט דער געוועזענע סעקרעטערי אוו סטעיט דזשאהן קערי פאראטן זיין לאנד, און זיך געלעקט צו איראן אלטס צו ראטעווען זיין נארישע דיעל.
הכו"ח טשאדל הלוי באדעלע.
צוקומפטיגער ראה"ק דקהלתינו הק'.

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » זונטאג יוני 30, 2019 7:25 pm

קובא איז נישט קיין שום געפאר, נישט פאר אמעריקע און נישט פארן וועלט, זע איך נישט די ריזיגע עוולה פון צוריקשטעלן פליגער רייזעס אדער שיקן דיפלאמאטן אהין.

אמעריקע איז נישט געווארן קיין טראפ מער סעיף פון נ.ק. צוליב די לעקעריי, קים קען אין יעדע מינוט טון אלעס וואס ער וואלט געקענט טון פאר די אלע באזוכן. ער האט נישט אויפגעגעבן אויף גארנישט, סך הכל באקומט ער לעדזשיטימעסי און א פירער צווישן וועלט פירער.

פארשער
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

תגובהדורך פארשער » זונטאג יוני 30, 2019 7:37 pm

חברה, רעדסטס ענק ווייטער איין אז טראמפ טרעפט זיך מיט קים בלויז פאר פאטא-אפס, הוי וועט עטץ זיין שאקירט ווען נאכ'ן סעטלען מיט כינע וועלן זיך זאכן אנפאנגען דרייען אין צפון קארעא מיט א בליץ שנעלקייט.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג יוני 30, 2019 8:11 pm

פארטראכטער האט געשריבן:קובא איז נישט קיין שום געפאר, נישט פאר אמעריקע און נישט פארן וועלט, זע איך נישט די ריזיגע עוולה פון צוריקשטעלן פליגער רייזעס אדער שיקן דיפלאמאטן אהין.

אמעריקע איז נישט געווארן קיין טראפ מער סעיף פון נ.ק. צוליב די לעקעריי, קים קען אין יעדע מינוט טון אלעס וואס ער וואלט געקענט טון פאר די אלע באזוכן. ער האט נישט אויפגעגעבן אויף גארנישט, סך הכל באקומט ער לעדזשיטימעסי און א פירער צווישן וועלט פירער.

סאו דיין פראבלעם איז נישט אז ער לעקט זיך צו א דיקאטאטור, רייט? ווייל ווען יא וואלטסטו ווען געהאט א פראבלעם מיט אבאמא בנוגע קובא.
סאו ווי איך פארשטיי איז דיין פראבלעם, אז ווען דו האנדלסט מיט א נעישען וואס איז סכנה פאר די וועלט, טאר מען זיך נישט לעקן, פארוואס? ווייל עס גיט אים לעגעטימאציע, צו טוהן וואס ער וויל און מען וועט אים נישט אנקוקן אזוי שלעכט, נישט קיין געלט נישט קיין פלאץ אויפן אינטענאציאנאלע ארענע, ס"ה אז מען קוקט אים אפשר אהן מער נארמאל ווי פארדעם.

אקעי, איך הער. מיין אפינעין איז, אז ווילאנג ער קען די לעגעטימאציע נישט איינקעשן מיט גארנישט, איז עס נישט קיין פראבלעם, ווער גייט אים פראטעקטן אויב ער גייט טוהן עניטינג, טשיינע? רוסלאנד? זיי וואלטן אים פראטעקטעד אהן דעם אויך.
אדרבה, זאל אים טראמפ נאך מער חנפ'נען. אנטיל עס וועט קומען צו די פוינט, וואס מען וועט זעהן צו עס גייט עפעס ווערן דערפון, צו נישט.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12169
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג יוני 30, 2019 8:17 pm

פארשער האט געשריבן:חברה, רעדסטס ענק ווייטער איין אז טראמפ טרעפט זיך מיט קים בלויז פאר פאטא-אפס, הוי וועט עטץ זיין שאקירט ווען נאכ'ן סעטלען מיט כינע וועלן זיך זאכן אנפאנגען דרייען אין צפון קארעא מיט א בליץ שנעלקייט.

כאב געוויסט ער האט פארגלייבטע, נישט געוויסט ווי ווייט

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג יוני 30, 2019 8:23 pm

פארטראכטער האט געשריבן:קובא איז נישט קיין שום געפאר, נישט פאר אמעריקע און נישט פארן וועלט, זע איך נישט די ריזיגע עוולה פון צוריקשטעלן פליגער רייזעס אדער שיקן דיפלאמאטן אהין.

.


היינט צו טאגס האלט איך שוין נישט אזוי, קובא פירט א אקטיווע ראלע אין שטיצן דעם דיקטאטור מאדורא אין ווענעזועלא.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג יוני 30, 2019 8:24 pm

צווייפעל האט געשריבן:
פארטראכטער האט געשריבן:קובא איז נישט קיין שום געפאר, נישט פאר אמעריקע און נישט פארן וועלט, זע איך נישט די ריזיגע עוולה פון צוריקשטעלן פליגער רייזעס אדער שיקן דיפלאמאטן אהין.

.


היינט צו טאגס האלט איך שוין נישט אזוי, קובא פירט א אקטיווע ראלע אין שטיצן דעם דיקטאטור מאדורא אין ווענעזועלא.

מיט וואס איז מאדורא א געפאר פאר אמעריקע?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2731
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג יוני 30, 2019 9:11 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
פארטראכטער האט געשריבן:סטייטשט אזוי, ווען אבאמא נעמט אראפ די סאנקציעס, און נארמאלאזירט באציאונגען מיט קובא, וואס זענען נישט קיין שום געפאר פאר אמעריקע אדער פארן וועלט, איז ער א שוואכלינג וואס בוקט זיך צו דיקטאטורן.
ווען ער נעמט איראן וואס האט געארבעט יארן צו אויפבויען און ווערן א נוקלאערן פאוער, און האט זיך גאנץ ווייניג דערשראקן פון די סאנקציעס וואס האט פארקריפלט זייער עקאנאמי, און ער ברענגט זיי צום טיש און מאכט א דיעל צו אויפהערן און אויפגעבן זייער נוקלעארע חלומות און פלענער, איז ער א שייגעץ און שוואכלינג, אמער ער גיבט זיי צוריק ביליאנען פון זייער אייגענע פארפרוירענע געלטער.

אבער ווען טראמפ בוקט זיך און לעקט זיך צו קים, ער נעמט א מאנסטער און מאכט אים לעגיט, יא, גיבן לעגימיטיטעט איז א זאך וואס איז פאר נ.ק. מער ווערט ווי ביליאנען דאללער, עס גייט אים גאנץ קנאפ אן אויב זיינע מענטשן שטארבן אויס וואס ער דארף איז זיין רעקאגנייזד אלס א נארמאלע פירער פון א נארמאלע לאנד.
נ.ק. איז געווען איזאלירט פון די גאנצע וועלט, ער וואלט זיך נישט געקענט חלומען פון א באזוך אין נארט קאריע פון אן אמעריקאנע פרעזידענט און אוודאי נישט פון א באזוך אין די ווייט האוז.
איז ווען טראמפ גיבט אים אט דאס אלעס, פאר גארנישט, בלויז אין אויסטויש פון א שיינע בריוו צו טראמפ, דעמאלטס איז גאר טראמפ א גאנצע חכם, ווייל ער האט געגנבט די זונטאג שאוס פון די דעמאקראטן..

נישטא ווער סזאל לאכן.


קודם כל, זיכער איז דא ווער ס׳זאל לאכן. צא ולמד פון די שעלטער׳ס ווער ס׳זענען די לאכער׳ס.

צו דיין ערשטע פוינט, כ׳מיין האסט פארלוירן קאנטראל אויף וואס דו אליינס האלטסט יא אדער נישט, אויב האלטסע בכלל עפעס אחוץ אז מ׳מיז פיינט האבן טראמפ.

זיך ביקן צו א דיקטאטור איז א פראבלעם? אויב יא, וואס מיינט זיך ביקן, געבן שיינע קאמפלימענטן פון איין זייט, און פון די צווייטע זייט ארויפשטעלן סאנקציעס? אדער פארקערט. ווייל אויב נעמסטו די צוויי לענדער, צפון קאריע מיט קיובא צייגט דאס צוויי פארקערטע ס״ה׳ס. אבאמא האט ריליסט סאנקציעס, באנייט קאמערשעל רייזעס, אהין געשיקט דיפלאמאטן, און אפילו אים שיין אויסגערימט ביי א פרעס קאנפרענס ווי קאנסראו האט אים אראפגעשליידערט ס׳האנט פונעם אקסל, וכדי בזיון וקצף.

ווידער מיט צפון קאריע, פונקט א פארקערטע מעשה. סאנקציעס זענען נאך דארט גענוי ווי ביי די אנגעצויגענע צייטן, בנוסף צו פריש ארויפגעשטעלטע סאנקציעס דורך טראמפ, בתוך הזמן וואס דו שרייסט אז ער לעקט זיך. קיין איין רויטן פעני האט ער פון אמעריקא נאכנישט באקומען, אבער פון די צווייטע זייט זאגט טראמפ אז טשעירמאן קים איז א נייס גיי.

העי, ענפער דו מיר, וואס הייסט זיך געלעקט?

נאכמער, די דעמעקראטן זענען יעצט אין א שווארצע דילעמא, ווייל סיי בערני סענדערס און סיי דזשאו ביידען האבן שוין אויסגעדריקט שטיצע צו טראמפ׳ס מהלך אויף די נארט קאריע אישו. זיי האבן זעצעך אויס נישט פאר אויסגעזעהן א פרישע צוזאמטרעף צווישן טראמפ און קים ביפאר די 2020 וואלן.

נארט קאריע איז נאכאלטס א איזאלירטע לאנד, זיי האבן נאכנישט געמאכט ס׳מינדערסטע פארשריט אין ריכטונג פון זיי וואס נאר מיט דעם וואס ער איז געזיצן מיטן אמעריקאנעם פרעזידענט. פון די אנדערע זייט איז אמעריקא געווארן סעיף עגען.


ווידער מיט איראן, אבאמא האט מיט זיין דיעל ניטאמאל געהאט זיין אייגענעם פארטיי אויף זיין זייט. אפילו די יעצטיגע דעמעקראטישע קאנדידאטן זענען צווייפעל׳דיג אויב זיי זענען געווען איינשטומיג מיטן דיעל. אין בעסטן פאל זאגן זיי אז זיי וואלטן עס אפשר נישט אינטערגעשריבן, זיי וואלטן אבער אויך זיך נישט דערפון ארויסגעצויגן.

אבאמא האט זיי געלעקט פון זעקס זייטן דמים תרתי משמע, זיי אינטערגעשמירט מיט בילאונען דאלארן קעש, אלטס צו ווייזן אז ער האט דערגרייכט א דיעל מיט א לאנד וואס שטיצט טעראר, און אפילו שוין נאכן ארויסגיין פון אפיס האט דער געוועזענע סעקרעטערי אוו סטעיט דזשאהן קערי פאראטן זיין לאנד, און זיך געלעקט צו איראן אלטס צו ראטעווען זיין נארישע דיעל.

זייער הנאה געהאט פון די קלארקייט אין דיין תגובה.

Browsing
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

תגובהדורך Browsing » זונטאג יוני 30, 2019 11:48 pm

נישט פארגעסן, אמעריקא האלט נאך קאנפעסקירט זייער שיף, איינע פון די גרויסע הכנסה זייערע.

מוזיק באנד
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 28, 2016 11:50 pm

תגובהדורך מוזיק באנד » מאנטאג יולי 01, 2019 12:47 am

לאמיר לייגן אבאמא און א זייט, ווען טראמפ איז שארף צי איראן זענען אלע פארנומען צו פארפירן אז ער מאכט א חורבן און אויב קומט א מלחמה איז אוודאי טראמפ שילדיג, יעצט ביי צפון קארעא גייט ער אויף א אנדערע מהלך שרייען אלע, העי וואס טוסטו דא? פאר דעים שיגץ געבסטו כבוד? כ'מיין פליז, געב מיר א ברעיק, ווילסט דעיס אדער ווילסט דעיס??

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג יולי 01, 2019 10:44 am

מוזיק באנד האט געשריבן:לאמיר לייגן אבאמא און א זייט, ווען טראמפ איז שארף צי איראן זענען אלע פארנומען צו פארפירן אז ער מאכט א חורבן און אויב קומט א מלחמה איז אוודאי טראמפ שילדיג, יעצט ביי צפון קארעא גייט ער אויף א אנדערע מהלך שרייען אלע, העי וואס טוסטו דא? פאר דעים שיגץ געבסטו כבוד? כ'מיין פליז, געב מיר א ברעיק, ווילסט דעיס אדער ווילסט דעיס??

קוק. איך וואלט געקענט פארשטיין א מענטש וואס האלט: גיי נישט אזוי ווילד און חנפ'ע דיר אויך נישט אזוי שטארק. לאמיר זאגן - אזוי ווי פריערדיגע אמעריקאנע פרעזידענטן האבן געהאנדלט מיט רוסלאנד. מען האט פארהאנדלט, מען האט זיך געטראפן און מען איז געווען שארף און שטרענג ווען עס האט זיך אויסגעפעלט, אבער מען האט זיך נישט געלעקט און אויך נישט געסטראשעט מיט מלחמה איינער דעם צווייטן, און אויב יא - לשיטתם איז עס טאקע א פראבלעם.
איך וואלט געקענט פארשטיין אז א מענטש האלט אזוי און עס איז נישט קיין היפאקטראטיע.

מיין פראבלעם אבער מיט די מהלך איז אז עס האט נישט געארבעט ביז היינט סאו טראמפ טרייעט אנדערע מהלכים לויט זיין פארשטאנד און מען קען יא פארשטיין זיין מהלך און לאמיר האפן אז עס וועט ברענגען עפעס מער ווי ביז היינט.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

מוזיק באנד
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 28, 2016 11:50 pm

תגובהדורך מוזיק באנד » מאנטאג יולי 01, 2019 1:39 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
מוזיק באנד האט געשריבן:לאמיר לייגן אבאמא און א זייט, ווען טראמפ איז שארף צי איראן זענען אלע פארנומען צו פארפירן אז ער מאכט א חורבן און אויב קומט א מלחמה איז אוודאי טראמפ שילדיג, יעצט ביי צפון קארעא גייט ער אויף א אנדערע מהלך שרייען אלע, העי וואס טוסטו דא? פאר דעים שיגץ געבסטו כבוד? כ'מיין פליז, געב מיר א ברעיק, ווילסט דעיס אדער ווילסט דעיס??

קוק. איך וואלט געקענט פארשטיין א מענטש וואס האלט: גיי נישט אזוי ווילד און חנפ'ע דיר אויך נישט אזוי שטארק. לאמיר זאגן - אזוי ווי פריערדיגע אמעריקאנע פרעזידענטן האבן געהאנדלט מיט רוסלאנד. מען האט פארהאנדלט, מען האט זיך געטראפן און מען איז געווען שארף און שטרענג ווען עס האט זיך אויסגעפעלט, אבער מען האט זיך נישט געלעקט און אויך נישט געסטראשעט מיט מלחמה איינער דעם צווייטן, און אויב יא - לשיטתם איז עס טאקע א פראבלעם.
איך וואלט געקענט פארשטיין אז א מענטש האלט אזוי און עס איז נישט קיין היפאקטראטיע.

מיין פראבלעם אבער מיט די מהלך איז אז עס האט נישט געארבעט ביז היינט סאו טראמפ טרייעט אנדערע מהלכים לויט זיין פארשטאנד און מען קען יא פארשטיין זיין מהלך און לאמיר האפן אז עס וועט ברענגען עפעס מער ווי ביז היינט.


ביי פוטין ווען טראמפ איז נישט אזוי שארף און אויך נישט משוגע חנופה'דיג איז ווייטער א פראבלעם ווייל דארטן האבן זיי אפגעמאכט אז מ'דארף אים פיינט האבן עד הסוף..

אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » מאנטאג יולי 01, 2019 2:06 pm

דער קים שטייט אין שאקעלט זיך פאר געלעכטער, אזש, אז זיינע רונדיגע באקן טאנצן ווי א שטיקל קאטשעניו אינעם פיש טעלער,
ווי אזוי דער אויסגעוואקסענער רויטע נאר, שטייט אין בעט זיך ווי א גזלן קום דיך טרעפן, פליז... פליז.... זאג אז די פארהאנדלונגען הייבן זיך נאכאמאל אן, איך בעט דיך, טו מיר צוליב.
סלאזט זיך נישט גלייבן ווי אזוי נאך צוויי דורכגעפאלענע סאמיטס, איז טראמפ נאך אלץ גרייט פאר אביסל קורץ טערמיניגע פובליסעטי, אריינצושפילן אין קים'ס הענט, אין זיך מאכן צושפאט אין צו נאר, מיטען איינרעדעניש, אז קים גייט אזוי איבערגענומען ווערן אז די גרויסע טראמפ וואס יעדער ווערט ממש משוגע פאר אים, רעדט שיין צו אים, אז ער גייט על אתר אויפהייבן דעם ווייסן פאן אין אלעס אויפגעבן.

אין די גרעסטע חידוש פון אלעם, אז מענטשן וואס האבן יא באקומען שכל זאלן אריינלערנען סטראטעגיעס, אין א נארישע מאוו, פון א מענטש וואס האט שכל, ניטאמאל ווי א ישיבה קטנה בחור וואס האלט אז ער איז שוין זייער גרויס אין ער פילט זיך מורא'דיג גוט און דרייט זיך מיט א געהויבענעם קאפ, דאס איז שוין ממש נפלאות הבורא, מה רבו.........
לעצט פאראכטן דורך אחד מהחבורה אום מאנטאג יולי 01, 2019 2:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג יולי 01, 2019 2:11 pm

מיין אפיניאן ?
זאל קים זיך רייבן זיין בייכל עז לאנג די האסט פארגעסן עס איז פאריגע וואך געווען א דעמאקראטישע דיבעיט

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יולי 01, 2019 2:38 pm

אחד מהחבורה האט געשריבן:דער קים שטייט אין שאקעלט זיך פאר געלעכטער, אזש, אז זיינע רונדיגע באקן טאנצן ווי א שטיקל קאטשעניו אינעם פיש טעלער,
ווי אזוי דער אויסגעוואקסענער רויטע נאר, שטייט אין בעט זיך ווי א גזלן קום דיך טרעפן, פליז... פליז.... זאג אז די פארהאנדלונגען הייבן זיך נאכאמאל אן, איך בעט דיך, טו מיר צוליב.
סלאזט זיך נישט גלייבן ווי אזוי נאך צוויי דורכגעפאלענע סאמיטס, איז טראמפ נאך אלץ גרייט פאר אביסל קורץ טערמיניגע פובליסעטי, אריינצושפילן אין קים'ס הענט, אין זיך מאכן צושפאט אין צו נאר, מיטען איינרעדעניש, אז קים גייט אזוי איבערגענומען ווערן אז די גרויסע טראמפ וואס יעדער ווערט ממש משוגע פאר אים, רעדט שיין צו אים, אז ער גייט על אתר אויפהייבן דעם ווייסן פאן אין אלעס אויפגעבן.

אין די גרעסטע חידוש פון אלעם, אז מענטשן וואס האבן יא באקומען שכל זאלן אריינלערנען סטראטעגיעס, אין א נארישע מאוו, פון א מענטש וואס האט שכל, ניטאמאל ווי א ישיבה קטנה בחור וואס האלט אז ער איז שוין זייער גרויס אין ער פילט זיך מורא'דיג גוט און דרייט זיך מיט א געהויבענעם קאפ, דאס איז שוין ממש נפלאות הבורא, מה רבו.........

רעפארטערס וואס זענען דארט געווען זאגן אנדערש. א זשורנאליסט זאגט אז קים האט נישט געקענט קומען צום אטעם ווי א קראנקער מענטש, ווייל ער האט געציטערט פון טראמפ ווי א קליינער ברודער...

My sense ... just standing there for an hour watching -- I think he was probably a little bit overwhelmed by Trump who towers over him and who is a very large man," Carlson added. "He seemed to kind of dominate him and there was a kind of magnetism and real aggression to Trump, so it didn't feel exactly like peers. It felt like maybe an older brother-younger brother kind of situation."
אסדר פאר ראש הקהל!!

דער איינציגסטער קאנדידאט וואס דרייט זיך אין אלע ווינקלען פון אייוועלט, און נעמט קיינמאל וואקאציע פון אייוועלט!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, Programming, Toyota, YandexBot, ווייס פרעזידענט, יוסף פריעדמאן, קנעטענע קיגעל, שטאפיק און 21 געסט