הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך וארא
מיט יארן צוריק האט א פראמינענטע אדוואקאט וועלכע האט רעפרעזענטירט צום טויט פאראורטיילטע געשריבן אן ארטיקל אונטערן קעפל: טויט שטראף נישט פארן באגיין די ערגסטע פארברעכן נאר פארן זיין די ערגסטע אדוואקאט
יענעם באהויפטונג איז געווען אז צומאל ווערן אנגעקלאגטע פאראורטיילט צום טויט אומ'יושר'דיג בלויז צוליב זייערע אדוואקאטן וועלכע זענען אפטמאל געשטעלט דורכ'ן געריכט און פארמאגן נישט גענוג פאנדינג, זענען נישט גענוג באהאוונט, און מיט דעם ווערט פארנאכלעסיגט זייער הויפט פליכט צוצושטעלן די סאמע בעסטע פארטיידיגונג וואס נאר מעגליך פאר זייערע קליענטן
אט די פראבלעם איז אצינד געווארן אדרעסירט אין סופרים קאורט וועלכע האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אין א קעיס צוזאמגעשמאלצן פון צוויי באזונדערע פאראורטיילטע
דעוויד מארטינעז ראמירעז און בערי לי דזשאונס זענען ביידע פאראורטיילט געווארן צום טויט דורך אריזאנא און רעפרעזענטירט געווארן דורכאויס זייער פראצעס דורך סטעיט צוגעשטעלטע אדוואקאטן וועלכע האבן געהאט גאר ווינציג אויב עפעס ערפארונג מיט טויט שטראף פראצעסן,און האבן פארפעלט דורכצופירן די נויטיגע אויספארשונגען און לויט ווי זיי טענה'ן וואלט א גרונטליכע אויספארשונג מצד די אדוואקאטן אפגעשוינט דוד פון טויט שטראף און גאר געפירט צו בערל'ס ריינוואשונג
די יארן לאנגע געריכט פרעצעדענט לערנט אפ די זעקסטע אמענדמענט אלץ אזאנס וועלכע גאראנטירט די רעכט פאר אפעקטיווע לעגאלע הילף פאר אנגעקלאגטע אין לויף פון זייער פראצעס און די נאכפאלגענדע אפעלאט פארזוכן אבער די געריכט האט קיינמאל נישט אנערקענט אזא רעכט פאר די לעגאלע פארזוכן נאכן געפונען און באשטעטיגט ווערן אלץ שולדיג
יענע שטאפל ווערט אויסגענוצט דורך אזעלכע וועלכע זענען געפונען געווארן שולדיג צו פרובירן צו ברענגן פרישע אנדעקטע באווייזן וועלכע טוען ווארפן א פרישע ליכט אויף די קעיס און קענען באיינפלוסן ריכטער אז דער באשולדיגטער ווערט געהאלטן אונטער גראטעס אומבארעכטיגט
טייל סטעיטס, אריזאנא אריינגערעכנט פארלאנגען פון אנגעקלגטע צו ווארטן ביז יענע שטאפל (דאס מיינט ביז נאך די פראצעס און אלע דירעקטע אפעלאטן) צו קומען מיט טענות און באווייזן אז דער אדוואקאט האט נישט געמאכט די ריכטיגע ארבעט
די אורזאך איז צוליב דעם וואס אפטמאל פארלאנגט זיך פון אנגעקלאגטע צו ברענגן באווייזן דערצו וועלכע זענען נישט געווען טייל פון די באווייזן פארגעשטעלט דורכאויס די פראצעס און צוליב דעם הייסט עס פרישע טענות וואס מען קען נישט אריינמישן אינמיטן די ארגינעלע פראצעס
די סטעיטס ערקלערן די פאליסי זאגנדיג אז עס איז שווער צו איבערצייגן אז דיין אדוואקאט האט געמאכט א שוואכע אויספארשונג און אז א בעסערע אויספארשונג וואלט געפירט צו אן אנדערע אויסגאנג איידער דו קענסט זעהן די אויסגאנג פון די פראצעס
די פראבלעם וועלכע שאפט זיך פון די פאליסי איז אז איינמאל מען קומט אן צו די נאך פראצעס שטאפל איז דער באשולדיגטער מער נישט געדעקט מיט די רעכט פאר א רעגירונג געדעקטע אדוואקאט בכלל שוין אפגערעדט פון עימיצער וועלכע איז מער אפעקטיוו ווי די ערשטע
די פראבלעם ווערט נאר ערגער מיט א באזונדערע דאקטרינע וועלכע שרייבט אז אויב אן אנגעקלאגטער פארפעלט צו מאכן א געוויסע ארגומענט אין סטעיט געריכט פארלירט ער די רעכט צו קענען שפעטער קלאגן אין פעדעראלע געריכט און נוצן די טענה וועלכע ער האט נישט גענוצט אין סטעיט קאורט און עס ווערט גערופן די "פראצעדורעאלע אנזעץ" וואס הייסט אז דער אדוואקאט איז זיך זעלבסט שולדיג פארן אנזעצן די געלעגנהייט צו מאכן אזא קעיס אין סטעיט געריכט
דאס באדייט אז אפילו אויב דו באקומסט שוין יא א "נאך פראצעס" אדוואקאט וועלכע פרובירט צו גריבלען פאר פרישע באווייזן אין די קעיס, אויב אבער ער איז אויך גענוג אומאפעקטיוו צו טענה'ן אין סטעיט געריכט אז די ערשטע אדוואקאט (די "פראצעס אדוואקאט") האט געטוהן א שלאבערישע ארבעט האט ער דערמיט באגראבן די מעגליכקייט פון זיין קליענט צו קענען שפעטער פארלאנגען אז א פעדעראלע געריכט זאל איבערקוקן די קעיס צוליב די שוואכע ארבעט פון זיין אדוואקאט
די פראגע איז שוין באמת אנגעקומען אין סופרים קאורט צוריק אין 2012 למספרם אבער די געריכט האט דאן באזייטיגט די פראגע אויב באשולדיגטע זענען בארעכטיגט צו "נאך פראצעס" אדוואקאטן און זיך בלויז קאנצעטרירט אויף די צווייטע פראגע אין א פאל וואס למעשה באקומט דער באשולדיגטער א "נאך פראצעס אדוואקאט" און יענער פארלעצט צו מאכן די קעיס אז דער ערשטע אדוואקאט האט געטוהן אן אומבאלומפערטע ארבעט
די סופרים קאורט האט דאן געשריבן 2-7 אז אין אזא פאל איז נישט גילטיג די "פראצעדורעאלע אנזעץ" דאקטרינע און דער באשולדיגטער קען זיך יא ווענדן צום פעדעראלן געריכט פאר "און אויפברענגן באקלאגענישן" (געדענקט די אויסדרוק אין געזנן פיסלעך ווייל עס וועט באלד זיין רעלעוואנט) איבער די ארבעט פון זיין פראצעס אדוואקאט
די מאיאריטעט אורטייל איז דאן געשריבן געווארן דורך ריכטער קענעדי און דערין אנגעשלאסן ריכטער ראבערטס, אליטא, גינזבורג, סאטאמאיאר און קעיגען
ריכטער סקאליא האט געשריבן די אפאזיציע אורטייל און דערין האט זיך אנגעשלאסן ריכטער טאמאס
יענע אורטייל האט זיך בלויז באצויגן צו די אלגעמיינע אזויגערופענע "פראצעדורעאלע אנזעץ דאקטרינע" אבער נישט אדרעסירט א מעגליכע סתירה וואס די אורטייל קען זיין צו א פראוויזיע אין די אנטי טעראריזם און אפעקטיווע טויט שטראף אקט (איר אקראנים איז AEDPA און מיר וועלן זיך ווייטער באציען צו די געזעץ מיט אט דעם נאמען) וועלכע קאנגרעס האט באשטעטיגט צוריק אין 1996 למספרם וועלכע האט ארויפגעשטעלט נייע פראצעדורעאלע באגרעניצונגען אויף צום טויט פאראורטיילטע צו קענען פארלאנגען "אז די פעדעראלע געריכט זאל איבערקוקן באוווייזן" אויף סטעיט שולד אורטיילן און איינע פון זיי איז טאקע אט אזא ביישפיל פון פעלער אין וועלכע די אדוואקאט האט נישט אויפגעברענגט די ספעציפישע באווייזן אין סטעיט געריכט
אט די פראגע איבער די מעגליכע קאנפליקט צווישן די סופרים קאורט אורטייל פון 2012 למספרם און די AEDPA געזעץ (ווייל די סופרים קאורט האט זיך נישט באצויגן צו יענע געזעץ און נישט געזאגט אז זי פסל'ן יענע פראוויזיע) איז די הויפט פראגע אין אונזער קעיס
אויבנאויף איז עס ממש א סתירה און עס איז טאקע אזוי אין פראקטישן זין אבער טעכניש איז עס נישט נישט א קלארע סתירה "אויף די ביכער" צוליב וואס די סופרים קאורט אורטייל גיבט די רעכט "צו ברענגן באקלאגענישן" איבער אדוואקאט שלאבערישקייט בעת וואס AEDPA פארבאט בלויז צו "ברענגן באווייזן" אין געריכט "צו איבערצייגן אט די באקלאגעניש" אז די ארבעט איז טאקע געווען אומאפעקטיוו
וועט איר זיך וואונדערן וואס איז די אויפטוה אז מען קען ברענגן אן אנקלאגע אבער נישט קיין באווייזן עס צו אונטערשטיצן? עס איז א גוטע פראגע און טאקע צוליב דעם ווערט די אורטייל און די געזעץ טאקע געזעהן אלץ דע פאקטא סתירה אבער מען האט פארט געמוזט אנצייכענען אז טעכניש אויף די ביכער מוז עס נישט זיין א נאז צו נאז קראך צווישן די צוויי
אצינד צו די געשיכטעס פון דוד און בערל וועלכע האט געפירט צו זייערע טויט אורטיילן וועלכע ווערן אצינד איבערגעקוקט דורכ'ן סופרים קאורט
בערל איז געווארן באשולדיגט אז אין טאג וועלכע די פיר יעריגע טאכטער פון זיין פריינדין איז געווען ביי אים (צוגעטיילט לויט די קאסטאדי געזעצן) האט ער איר שווער אטאקירט און איין טאג שפעטער איז דאס קינד אומגעקומען פון די וואונדן
די פראקוראר האט איבערצייגט די ווערסיע דורך קלינישע באווייזן האבן פעסטגעשטעלט אז די וואונדן זענען פון איין טאג בעפאר איר טויט ווען זי איז געווען אונטער בערל'ס אויפזיכט
בערל איז געווארן פאראורטיילט צום טויט און א סטעיט אפעלאט געריכט האט באשטעטיגט די אורטייל און געגעבן פאר בערל א נאך פראצעס אדוואקאט וועלכע זאל איבערקוקן צו עס זענען נישט אויפגעשווימען סיי וועלכע פרישע באווייזן אבער יענער האט נישט פרובירט צו זאגן אז דער ערשטער אדוואקאט האט נישט דורכגעפירט זיינע פליכטן געהעריג
דאן האט זיך בערל געוואנדן צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט מיט די טענה אז סיי זיין פראצעס אדוואקאט און סיי זיין נאך פראצעס אדוואקאט האבן געמאכט אן אומאפעקטיווע ארבעט און פארפעלט צו אריינקוקן אין פרישע קלינישע באווייזן וועלכע וואלטן געהאט די מעגליכקייט צו אונטערמינעווען די הנחה פון די סטעיט איבער די צייט ווען דאס מיידל איז ווירקלך געווארן פארוואונדעט און דאס וואלט אויפגעברענגט ערנסטע צווייפלען צו בערל איז בכלל שולדיג
די דיסטריקט געריכט האט באשטעטיגט די רעכט פון בערל פאר פעדעראלע איבערזיכט טראץ די "פראצעדורעאלע אנזעץ" דאקטרינע און זיך פארלאזט אויף די 2012 למספרם סופרים קאורט אורטייל וועלכע שרייבט אז אין אזא פאל איז נישט גילטיג די "פראצעדורעאלע אנזעץ" דאקטרינע
די סטעיט האט עס אפעלירט צום ניינטן קרייז געריכט אין א פאנעל פון דריי ריכטער האט ווידערהאלט די אורטייל פונעם אונטערשטן געריכט
מיט דוד איז שוין די מעשה גאר אנדערש נאך וואס עס איז קלאר אז ער האט ערמארדעט א פריינדין און איר 15 יעריגע טאכטער ווען אויטאריטעט האבן אים געפונען אין זיין היים מיט די צוויי ערמארדעטע קערפער פארשמירט מיט בלוט
דוד האט אבער באקומען צוגעטיילט אן אדוואקאט וועלכע האט אנערקענט אז זי האט נישט די מידעסטע ערפארונג מיט טויט שטראף פראצעסן און זי האט ניטאמאל מיטגעהאלטן אזאנס בעפאר און אויך געזאגט אז זי איז נישט עכט גענוג צוגעגרייט צו רעפרעזענטירן א פארשוין אזוי גייסטיג אומסטאביל ווי דוד
טראץ וואס ביין סענטענסינג האט א פסיכאלאג יא אפגעשאצט דוד צו זיין אין א פארהעלטנמעסיג גייסטיג סטאבילע צושטאנד האט די אדוואקאט נישט פרובירט צו צווייפלען דערין דורכאויס די "נאך פראצעס" פראצעדור
א זעלבסטשטענדיגע פסיכאלאג האט אבער שפעטער דוכגעפירט אן אויספארשונג און באשטימט אז דוד איז פאקטיש יא גייסטיש אומסטאביל און האט אין די פארגאנגנהייט געליטן פון פייניגונג אריינגערעכנט דאס ווערן אויסגעהונגערט אלץ קינד און די פסיכאלאג וועלכע האט ארגינעל אפגעשאצט דוד אלץ סטאביל האט אויך אנערקענט אז אין ליכט פון די נייע באווייזן און אינפארמאציע וואלט זיין שאצונג געווען גאר אנדערש
די דיסטריקט געריכט האט אבער געשריבן אז די פרישע אינפארמאציע וואלט נישט געווען גענוג צו טוישן די טויט אורטייל און עס געלאזט אין פלאץ אבער אן איינשטימיגע פאנעל אויף די ניינטע קרייז געריכט האט יא אקצעפטירט די טענה און צוריקגעשיקט די קעיס צום דיסטריקט געריכט און זיי פארארדנט אריינצוקוקן גרונטליך אין די נייע באווייזן
אריזאנא האט פארלאנגט פון די פולע ניינטע סירקוט באנק איבערצוקוקן ביידע פאנע אורטיילן אבער די געריכט האט עס אפגעווארפן אין ביידע פעלער טראץ וואס אכט פון די ריכטער וואלטן עס יא אקצעפטירט
די טענה פון אריזאנא איז אז טראץ וואס געריכטן קענען טאקע מאכן צופיצן דאקטרינעס וועלכע געריכטן האבן אדאפטירט (א שטייגער ווי די פראצעדורעאלע אנזעץ) און באשטימען אז זי גילטן נישט אין געוויסע פעלער (ווי צום ביישפיל ווען די קלעים פארפלעט צו מאכן איז אז דער אדוואקאט האט נישט געטוהן זייין ארבעט געהעריג) קען אבער די געריכט נישט מאכן אזעלכע אויסנאמען צו אפיציעלע געזעצן באשטעטיגט דורך קאנגרעס (א שטייגער ווי די AEDPA)
געריכטן קענען פסל'ן קאנגרעס באשטעטיגטע געזעצן בלויז אויב זיי זענען נישט אויסגעהאלטן לויט די קאנסטיטוציע אבער נישט גלאט באשליסן צו מאדיפיצירן און שניידן טיילן פון די געזעצן וועלכע זיי גלייכן נישט און לויט דעם קען נישט די 202 סןפרים קאורט אורטייל אפעקטירן די קאנגרעס באשטעטיגטע AEDPA
דוד און בערל טענה'ן אבער אז די סופרים קאורט אורטייל "שטימט, יא און גייט יא אין איינקלאנג מיט די שפראך וועלכע קאנגרעס האט גענוצט אין AEDPA און אז די געריכט אורטייל דארף גארנישט טשעפען מיט יענע געזעץ נאר "קומט זיך פיין אדורך" דערמיט
די שפראך אין סעקשאן 2254 פון AEDPA באציהט זיך צו א באשולדיגטער וועלכע "האט פארפעלט צו אויפצוברענגן די באזיס צו זיין באקלאגעניש"
און אנדערש ווי אריזאנא וועלכע זוכט אפצולערנען די ווערטער אזוי טרוקן ווי נאר מעגליך (אז עס מאכט נישט אויס די סיבה פארן עס נישט אויפברענגן) טעה'ן די צוויי אז "פארפעלט אויפצוברענגן" באדייט אז עס איז די אייגענע שולד און פארנאכלעסיגונג פון באשולדיגטן פארן עס נישט אויפברענגן אין סטעיט געריכט אבער אין פאל וואס עס איז די שולד פון א פוילע אדער אומבאלומפערטע רעגירונג אדוואקאט איז אט די פראוויזיע נישט גילטיג
באריכט איבער די סופרים קאורט סעסיע וועט בעז"ה נאכפאלגן אין די קומענדיגע באריכט
אצינד האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די ארגומענטן און דריי פון די קאנסערוואטיווע ריכטער האבן נאכאנאנד אויסגעדרוקט ערנסטע אומזיכערקייט ווי אזוי צוצוגיין דערצו
ריכטער ראבערטס, טאמאס און קעווענאו האבן אלע סימפאטיזירט מיט ביידע זייטן אוןזיך מערערע מאל הויך געוואונדערט ווי אזוי זיי זאלן באשליסן אויף אזא שווערע פראגע אין וועלכע ביידע זייטן האבן שטארקע פונקטן
ראבערטס האט געפרעגט: וואס זאל די געריכט טוהן אין א פאל וואס די איינפאכע שפראך פון א געזעץ שיינט צו פארלאנגן איין געוויסע אויסגאנג בעת וואס די איינפאכע לאגישע באדייט פון א צווייטע פרעצעדענט קוקט אויס צו פארלאנגען גענוי די פארקערטע? (אין אנדערע ווערטער ברענגט ער ארויס אז די סופרים קאורט פרעצעדענט פון 2012 למספרם איז אין קאנפליקט מיט די 1996 למספרם קאנגרעס געזעץ)
די סעסיע האט זיך אנגעהויבן מיט די אויפטריט פון אריזאנא'ס סאליסיטאר דזשענעראל בראן ראיסדען וועלכע האט זיך קאנצעטרירט אויף די טרוקענע AEDPA געזעץ און ארויסגעברענגט אז ער פארשטייט אז די געזעץ קען זיין אומ'יושר'דיג אבער אפילו אויב בערל זאל מעגליך זיין אומשולדיג קען די געריכט גארנישט טוהן אפצושטעלן די טויט אורטייל צוליב אט די קאנגרעס געזעץ
טאמאס האט אנגעהויבן זיינע פראגן זאגנדיג אז עס הערט זיך היבש מאדנע די געדאנק אז געריכטן זאלן ערלויבן אזעלכע אנקלאגעס אבער עס זאל בלייבן פארבאטן אונטערצושטיצן די קלאגעס מיט באווייזן און אז אויב זאל מען פרובירן צו פארענטפערן די סתירה צווישן די געריכט פרעצעדענט מיטן געזעץ דורך זאגן אז די געריכט האט טאקע בלויז געמיינט צו ערלויבן די קלאגעס אן קיין באווייזן וואלט עס באדייט אז די פרעצעדענט איז גארנישט ווערד ווייל וואס האט א קלעגער פון די רעכט צו קלאגן אויב ער קען נישט אויפברענגן זיינע באווייזן?! (ער האט געמיינט ארויסצוברענגן ענליך צו ראבערטס'ס פונקט אז מען דארף יא אפלערנען די צוויי ווי אן אויבנאויף סתירה און טרעפן א צווייטע מהלך עס צו פארענטפערן
טאמאס האט אביסל איבערראשט געריכט אבזערווירער ווען ער האט אויסגעדרוקט ווי שטארק אומבאקוועם ער איז איבערצודרייען די 2012 למספרם פרעצעדענט צוליב וואס עס איז זיך סותר מיט AEDPA טראץ וואס ער זעלבסט איז געווען איינע פון צוויי ריכטער וועלכע האבן גאר געשטימט אקעגן די 2012 למספרם פרעצעדענט
ראבערטס האט אויך געשיינט צו גלויבן אז אויב מען האט געגעבן רעכט פאר די באשולדיגטע זיך צו באקלאגן אויפן פארטיידיגונג מוז מען זיי לאזן ברענגן באווייזן דערצו
אויך קעווענאו האט שטארק געצימבלט ביידע זייטן און געפרעגט פון ראיסדען אויב זיין פאזיציע טוט נישט אונטערהאקן די גרעסטע טייל פון די 2012 למספרם פרעצעדענט
ראיסדען האט רעאגירט מיטן זאגן אז אויב יענע פרעצעדענט קען זיך נישט פארשטענדיגן מיט AEDPA זאל עס טאקע ווערן ארויסגעווארפן
קעווענאו איז עס נישט געפאלן און ער האט צוריקגעשאסן זאגנדיג: חאמיר זאגן אז מיר גייען נישט טוהן אזאנס, וואס איז דיין קומענדיגע ענטפער?
די וועלכע האבן געקלערט אז די דריי ריכטער זענען קלאר גענויגט אויף איין זייט האבן בלויז געדארפט אויסווארטן ביז עס איז געקומען די רייע אויף ראבערט לאוב אויפצוטרעטן און מאכן די קעיס פאר דוד און בערל און דאן איז קלאר געווארן אז אלע דריי אויבנדערמאנטע ריכטער האבן געשטעלט פונקט אזעלכע שווערע פראגן אויך פון אים און זיך געמוטשעט אויף א לעזונג וואס צו טוהן מיט די טרוקענע שפראך אין AEDPA
לאוב האט פרובירט צו זאגן אז מען דארף אפלערנען די ווערטער אינעם געזעץ "פארפעלט צו ברענגן באווייזן" דורך די לענס פון די 2012 למספרם פרעצעדענט און לויט יענעם פירוש וואלט עס באדייט אז די געזעץ איז געצהילט בלויז פאר פעלער ווען עס איז די שולד פונעם באשולדיגטן און נישט פאר פעלער אין וועלכע איז איז די שולד פונעם אדוואקאט
אבער פונקט ווי טאמאס האט באצייכנט די פאזיציע פון אריזאנא אלץ מאדנע האט ער אויך דאס באצייכנט אלץ אביסל אומפארשטענדליך ווייל דאס באדייט אז די געריכט טוט ארויסשניידן א שטיק פון א טרוקענע קאנגרעס געזעץ
אויך ראבערטס האט געפרעגט פון לאוב אויב סיי וועלכע געריכט פרעצעדענט קען באאיינפלוסן די געריכט צו ערזעצן די "איינפאכע טרוקענע ווערטער" פון א געזעץ מיט די "איינפאכע לאגישע באדייט" פון יענע פרעצעדענט
לאוב האט אנערקענט אז ער האט נישט קיין קעיס צו ציטירן וועלכע וועט צופרידנשטעלן ראבערטס אויף די פראגע אבער גע'טענה'ט אז קאנגרעס (וועלכע האט געשריבן די AEDPA) וואלט ערווארטעט אז אויב עס איז נישט דיין שולד פארן פארפעלן צו מאכן די באקלאגעניש (אזוי ווי די פרעצעדענט לויטעט) איז עס אויך נישט דיין שולד פארן פארפעלן צו ברענגן באווייזן עס אונטערצושטיצן
ראבערטס איז נישט געווען צופרידן דערפון און געזאגט אז דאס איז צופיל פון אפלערנען וואס קאנגרעס "וואלט פארשטאנען" אין די צייט וואס זיי האבן עס קיינמאל נישט קלארגעשטעלט
מיט אט די דריי ריכטער הענגן אין די לופט איז צייט צו כאפן א בליק אויף די איבריגע זעקס און באטראכטן וואו זיי שטייען איין אויף די אישו
ריכטער אליטא האט אין אנהויב מיטגעטיילט די זארגן פון די ערשטע דריי ריכטער צו באשוצן די פרעצעדענט (פון וועלכע ער זעלבסט איז געווען א טייל צוריק אין 2012 למספרם) אבער בנשימה אחת האט ער אויך זייער קלאר געזאגט אז "מיר מוזן זיך צושטעלן צו די AEDPA" און נישט ארויסגעצייגט צופיל אפעטיט מוסיף צו זיין אויף זיין 2012 למספרם שטימע און ערלויבן פאר דוד און בערל צו ברענגן זייערע באווייזן
ריכטערין סאטאמאיאר האט צו קיינעם'ס סופרייז זיך געשטעלט אין שטיצע פון די ניינטע סירקוט אורטייל און געזאגט אז די טרוקענע טעקסט אין די
AEDPA טוט נישט מפרש זיין וואס גייט אלץ אריין אין כלל פון "פארפעלט צו ברענגן באווייזן" און דעריבער פאלט עס אויף די געריכט צו באשטימען און עס איז עפעס וואס מיר האבן שוין געטוהן צוריק אין 2012 למספרם
אויך ריכטערין קעיגען האט גאנץ אפן געשיינט צו נעמען די זייט פון דוד און בערל
ריכטער ברייער, גארסוטש און בערעט האבן נישט געשטעלט סיי וועלכע פראגן און דעריבער איז שווער פאראויסצושאצן די ריכטונג פון די אויסגאנג אבער אויב זאל מען אננעמען אז גארסוטש וועט ווי זיין שטייגער נאכפאלגן די טרוקענע געזעץ און זייןן היסטאריע פון נישט גלייכן ווען מען פרובירט איבערצודרייען סטעיט שולד אורטיילן און אויב זאל מען לייגן אויך אליטא און בערעט אין זיין קארב ווען אויפן אנדערן זייט גרופירן זיך די דריי ליבעראלן וועט עס זיין 3 אקעגן דריי און עס וועט זיך ווענדן אין די איבריגע דריי (טאמאס, ראבערטס און קעווענאו) און ווער עס וועט באווייזן צו באקומען כאטש 2 פון זיי וועט ארויסגיין זיגרייך