נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

פער בריסטאו האט געשריבן:
פארדינט האט געשריבן:וואס איז די נייעס?

https://www.wsj.com/articles/supreme-co ... 1634577388

איך האב נישט קיין עקסעס צו דעם, נאר צום קעפל.

די סופרים קאורט האט ארויסגעווארפן צוויי באזונדערע קלאגעס וואס זענען אריינגעגעבן געווארן קעגן פאליציאנטן וועלכע האבן זיך באנוצט מיט מאכט קעגן פארברעכער, זאגנדיג אז די קוואליפיצירטע אימוניטעט געזעץ וועלכע באשיצט אפיצירן ווען זיי זענען אויף זייער דזשאב טוט זיי באשיצן פון קענען ווערן געקלאגט. - קול העולם

יישר כח!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:מאנטאג וירא

געוועזענע פרעזידענט טראמפ האט אריינגעגעבן א לאוסוט אין געריכט מיט א פארלאנג אז די געריכט זאל בלאקירן די 'נאציאנאלע ארכיוון' אגענטור פון נאכקומען א פארלאנג פון די קאנגרעס קאמיטע וואס פארשט די קעפיטאל אומרוען אז די אגענטור זאל איבערגעבן א רייע דאקומענטן אין פארבינדונג מיט טראמפ פון די צייט אפשניט ארום די אומרוען.

קעיס געווארן צוגעטיילט צו ריכטער Tanya Chutkan, וואס האט זיך באקאנט געמאכט מיט איר אויסגעשפראכענע שארפקייט קעגן די קעפיטאל ראיאטירער.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מערלע דענעפזי איז אן אינדיאנע נאוואדזשא שבט מיטגליד און איז אלט 39 יאר און קומט פון ניו מעקסיקא

ער איז ארעסטירט געווארן דורך די לאקאלע שבט אויטאריטעטן פארן שווער אנגרייפן עימיצן אין קאלאראדא און ער איז איינגעגאנגען אויף א פלי אפמאך מיט די אויטאריטעטן

נאכן די איבערפאל האט דענעפזי געווארנט יענעם אז אויב די עס ווערט באריכטעט צו די פאליציי שפילט זיך יענר מיטן לעבן אבער ווען ער האט באמערקט אז די פאליציי ערשיינט צו די סצענע איז ער ארויסגעשפרונגען פון א צווייטע שטאק פענסטער און זיך געלאפן אויסבאהאלטן אונטער א בוים וואו ער איז אפגעזיצן פאר דרייצן שטונדן און ווען ער איז געוארן אנדעקט האט ער ליגן געזאגט איבער די געשיכטע אבער עקספערטן האבו שפעטער באשטעטיגט די ווערסיע פונעם איבערגעפאלענעם

די שבט געריכט סיטעם אפערירט זעלבסטשטענדיג אבער אין איינקלאנג מיט די קאוד פון פעדעראלע רעגולאציעס און גייט אריבער איבערזיכט פון די אינטעריאר דעפארטמענט
נאכן סערווירן זיין באשטימטע צייט איז ער באפרייט געווארן פון טורמע

זעקס מאנאטן דערויף איז ער געווארן אנגעקלאגט אין פעדעראלן דיסטריקט געריכט אבער דענעפזי האט געבעטן אז מען זאל ארויסווארפן די קלאגעס זינט ער איז שוין געזיצן פאר די אקט וועלכע ער איז באגאנגען

די דיסטריקט קאורט האט עס אפגעווארפן און ריכטער ראבערט בלעקבוירן האט אים פאראורטיילט אויף דרייסיג יאר טורמע

דענעפזי האט עס אפעלירט צום צענטן קרייז געריכט מיט די ארגומענט אז זינט די שבט געריכט סיטעם אפערירט אין איינקלאנג מיט די קאוד פון פעדעראלע רעגולאציעס ווערט עס גערעכנט ווי א פעדעראלע אויטאריטעט און אים נאכאמאל אנצוקלאגן איז א פארלעצונג פון די פיפטע אמענדמענט וועלכע פארבאט פאר פעדעראלע אויטאריטעטן אנצוקלאגן מענטשן דאפלט פאר די זעלבע פארלעצונגען

אבער די סירקוט קאורט האט געשריבן אז במושכל ראשון ווערט נישט די שבט געריכט באטראכט ווי א צווייג פון די פעדעראל געפירטע סיסטעם און טראץ וואס טעכניש ווערט זי אדמיניסטראטירט דורך די פעדעראלע רעגירונג געניסן זיי פון א רייע זעלבסטשטענדיגקייטן וואס באדייט אז זייער אנקלאגעס ווערן נישט באטראכט ווי פעדעראלע אנקלאגעס און דענעפזי קען ווערן געקלאגט באזונדער אין פעדעראלן געריכט

אצינד האט די סופרים קאורט אקצעפטירט אויסצוהערן די קעיס
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:מאנטאג וירא

געוועזענע פרעזידענט טראמפ האט אריינגעגעבן א לאוסוט אין געריכט מיט א פארלאנג אז די געריכט זאל בלאקירן די 'נאציאנאלע ארכיוון' אגענטור פון נאכקומען א פארלאנג פון די קאנגרעס קאמיטע וואס פארשט די קעפיטאל אומרוען אז די אגענטור זאל איבערגעבן א רייע דאקומענטן אין פארבינדונג מיט טראמפ פון די צייט אפשניט ארום די אומרוען.

קעיס געווארן צוגעטיילט צו ריכטער Tanya Chutkan, וואס האט זיך באקאנט געמאכט מיט איר אויסגעשפראכענע שארפקייט קעגן די קעפיטאל ראיאטירער.

פארהער געסקעזשועלט אויף נאוועמבער 4.

הכל הבל האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:א פעדעראלע ריכטער אין טעקסאס האט היינט בלאקירט די נייע אנטי רציחה געזעץ וואס די סטעיט האט איינגעשטעלט פאריגע מאנאט.

די קעיס איז שטארק אין די נייעס נאך וואס די סופרים קאורט האט לעצטנס זיך אנטזאגט פון עס זאפארט בלאקירן
דער דיסטריקט ריכטער וועלכע האט עס איצט בלאקירט איז ראבערט פיטאמן פון אוסטין וועלכע איז פירט אפציליעל א געמיינע לעבנסשטייגער און איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא

אפעלאט געריכט בלאקירט די ארדער פונעם אונטערשטן געריכט, ערלויבענדיג די געזעץ צו בלייבן אין קראפט.

סופרים קאורט וועט אפהאלטן א פארהער אום נאוועמבער 1 אין פארבינדונג מיט די קעיס.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נארוואס איינגעשוואוירענע ריכטערין פלארענס פאן רעקיוזט זיך פון פירן די קעיס אין וועלכע געוועזענע עף בי איי איינגעשטעלטע ליסא פעידזש קלאגט קאומי און די אגענטור פארן ארויסגעבן אירע פריוואטע מעסעדזשעס
זי ערקלערט אז זי איז א לאנגיעריגע פריינדין מיט פעידזש'ס אדוואקאט עימי דזשעפרעס צוריקגייענדיג פאר 27 יאר און האט זיך באטייליגט ביי איר הייראט צערעמאניע און זיך געטראפן מיט פעידזש ביי א פארטי
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אלכסנדר רבי פון קליוולאנד אהייא, הרב שניאור זלמן דאנציגער, פארמאגט זיין ביהמ"ד אין יוניווערסיטי הייטס וועלכע אפערירט שוין עטליכע יאר אין א הויז

די סיטי באאמטע פירן שוין פאר א לאנגע צייט א קאמף אקעגן די ביהמ"ד פארן אנגעבליך פארלעצן זאונינג רעגולאציעס אבער די ביהמ"ד טענה'ט אז די סיטי האלט צוריק מיט אלע מיטלען נייע שוהלן פון ווערן געבויעט וואס באדייט אז די ביהמ"ד איז די איינציגסטע ארטאדאקסישע אין די סיטי פאר פילע אידן אין די געגנט וואו זיי קענען אנקומען אן קיין קאר וואס איז פארבאטן אום שבת

זיי ווייזן אן אז די נאכצוקומען די פארלאנגען פון די סיטי צו בויען שוהלן מוז מען נאכקומען אזויפיל פארלאנגען אז בלויז איינצלנע שטחים לעגנאויס די סיטי וואלט קוואליפיצירט און אפילו דאן וואלט מען געווען אנגעוויזן אויף איבערגעטריבענע גענאדע אז זיי זאלן באשטעטיגן די גרענטס

לויט די סיטי פארשריפטן ווערן שוהלן ערלויבט צו ווערן געבויעט בלויז אין דריי באשטימטע זאונינג דיסטריקטס און נאכן ערהאלטן א ספעציעלע סארט פערמיט אונטער א קאוד וועלכע מאכט עס אוממעגליך צו אפערירן אלץ א ביהמ"ד צוליב די מערערע רעגולאציעס און באגרעניצונגען

צו זיין מער ספעציפיש, קענען זיך די שוהלן געפונען בלויז אויף איינע פון זעקס דעזיגנירטע גאסן און מוזן האבן א מינימום פון דריי אקער לאנד

ברענען פארפירט אז ער בעהט זיך שוין זינט 2018 למספרם אז די קהלה זאל קומען צום טיש און פארהאנדלען אבער זיי האבן זיך אויסגעלאכט ביז ווען ער האט אריינגעטראגן א קלאגע אום סעפטעמבער 2019 למספרם וואס דאס האט יא באוואויגן די קהלה פירער אים צו נעמען ערנסט און זיי זענען דאן איינגעגאנגען אז מען זאל עס באהאנדלען ביי א פלענינג קאמיסיע מיטינג

לויט ברענען האבן זיי אבער אלעמאל פארפאסט די אפגעשמועסטע דעדליין און נאכאנאד געפאדערט אז מען זאל עס אראפנעמען פון די אגענדע

ברענען זאגט אז ער זעלבסט האט אפגעציילט 50 קארס פארקירט אינדרויסן טראץ וואס אן אפמאך אויסגעהאמערט אין פעברואר למספרם אז נישט מער ווי 15 מענטשן וועלן זיך געפונען אינווייניג יענע צייט האט די סיטי פארלאנגט אז די שוהל זאל זיך אפשפארן אבער די קהלה האט זיך אויסגעפיפן אבער די קהלה האט אין ליכט פון די סיטי באקלאגענישן יא דורכגעפירט רענאוואציעס יענעם זומער

אין אפריל למספרם האט די סיטי פארלאנגט און באקומען אן אדמיניסטראטיווע סוירטש ווארענט און עס האט זיך ארויסגעשטעלט און עס זענען פארהאן א רייע זיכערהייט און פייער סעיפטי זארגן ווי לעבעדיגע ווייערס וועלכע הענגן פונעם דאך און עס זענען נישטא קיין עמורדזשענסי עקזיטס אין פאל פון נויט

נאכפאלגענדיג יענע סוירטש האט די סיטי אין יוני למספרם געפיילט אן אנקלאגע אקעגן די שוהל אין סטעיט געריכט

דערווייל האט די קהלה אריינגעטראגן א קאנטער אנקלאגע אקעגן די סיטי פארן פארלעצן זייערע רעליגיעזע רעכטן און די שטראפן פון א מיליאן דאלער וועלכע עס האט זיי שוין אפגעקאסט אבער די קעיס איז נאך פענדינג

די סטעיט קאורט האט דערווייל פארארדנט די צוויי זייטן זיך דורכצוקומען אונטער געריכטליכע אויפזיכט צווישן זיך און די פארהערן אין וועלכע די צוויי זייטן וועלן פארהאנדלען איז שוין געווארן אפגעשטופט צוויי מאל און איז איצט געסקעדזשעולט פארצוקומען אום דעצעמבער 3 און 6 למספרם

די סיטי פארלאנגט אז די שוהל וועלכע וואקסט מיט מתפללים ב"ה און זאל זיך ארויסציען פון איר איצטיגע אויסגעוואקסענע קווארטיר און אויף די צייטווייליגע תקופה ביז זי טרעפט א צווייטע פלאץ אויך באגרעניצן אירע אקטיוויטעטן נישט אריינצונעמען מער פון 36 מענטשן בבת אחת, און נישט זיין אפן סיידן שבתות וימים טובים אן קיין אויסנאם, און אז א פריוואטע אויספארשער זאל האלטן אן אויג אויף די שוהל צו פארזיכערן אז די פארארדענונגען ווערן נישט פארלעצט

די סיטי האט ווירקליך אויפגענומען א פריוואטע אויספארשער וועלכע זאל האט זיך פארקירט אין אן אומאידענטיפיצירטע אויטא פארנט פון די שוהל צו באאבאכטן וויפיל עס קומען און גייען
צוויי טאג דערויף האט א קהלה מיטגליד אדרעסירט זי טעמע און מיטגעטיילט זיינע זארגן ביי א סיטי קאונסיל זיצונג פארפירנדיג אז די ערשיינונג פונעם אויספארשער אגענט האט איבערגעלאזט מאמעס און זייערע קינדער וועלכע האבן אהיים שפאצירט פון שוהל טיף טראומאטיזירט און זייער אומרואיג

עטליכע קאונסיל מיטגלידער האבן זיך אנטשולדיגט צו די אידישע געמיינדע און געזאגט אז זיי זענען נישט געווען פארמישט דערין אבער מעיאר מייקל ברענען זאגט אז טראץ זיין רעספעקט פאר די געמיינדע איז די שריט פון שיקן א פריוואטע אויספארשער געקומען אויס זארג פאר זיכערהייט

ער האט אנגעוויזן אז די שוהל איז נישט אויף א קאמערציאלע פראפערטי נאר אין א הויז וועלכע קומט נישט נאך די סטעיט סטאנדארטן פאר א ביהמ"ד

אצינד קומט די נייעס אז די ביהמ"ד האט אריינגעטראג אן אנקלאגע אין פעדעראלן געריכט אקעגן די סיטי פארן פארלעצן זייערע ערשטע אמענדמענט רעכטן

ווי ערווארטעט איז מעיאר ברענען זייער נישט צופרידן דערמיט און ער באהאלט עס נישט

ער ווייזט אן אז ביידע זייטן זענען איינגעגאנגען אין סטעיט געריכט מער נישט צו ברענגן פרישע דאקומענטן אין געריכט ביז צו אשליכטונג און די איצטיגע פעדעראלע אנקלאגע פארלעצט די אפמאך און אז עס איז איצט די סטעיט געריכט וועלכע פארמאגט אויסשליסליכע יוריסדיקציע איבער די קעיס

די פעדעראלע אנקלאגע ווייזט אן צווישן אנדערן אז סעקולארע געביידעס, שטייגער ווי שולעס, זאלן, ביבליאטעקן, געמיינדע טעאטערס און סטאדיומס זענען בארעכטיגט צו ווערן געהויעט אין מערערע לאקאציעס און נויטיגן זיך נישט אין די ספעציעלע סארט פערמיט פארלאנגט פאר א שוהל און וועלכע איז אזוי שטרענג אז קיין אייניצגע שטח אין די סיטי קוואליפיצירט נישט דערפאר

אדוואקאט ראמאן סטאזער ווייזט אן אז די פארלאנגען זענען אומקאנסטיטוציאנאל און גייען אקעגן פעדעראלע און אהייא סטעיט געזעצן מיטן צוריקווייזן די פונדאמענטאלע רעכטן פאר רעליגיעזע פרייהייט פון אויסדרוק

ברענען זאגט אז דאס ערווענען זיין נאמען אין אן אנקלאגע אקעגן די סיטי אויף אזא וועג איז איינפאך פאליטיק ווען די קהלה זוכט אים צו באשמירן און אויפהעצן די געמיינדע אנטקעגן אים אין די צייט וואס ער פארמעסט זיך פאר ווידערערוויילונג

איינע פון די קאונסיללייט האט שארף אראפגעריסן דעם מעיאר פארן רעאגירן מיט א פובליק סטעיטמענט איבער די אנקלאגע גייענדיג אין קעגנזאץ צו די ראט פון די סיטי'ס לעגאלע קאונסעל וועלכע האט געבעטן פון קאונסיל מיטגלידער און פונעם מעיאר נישט צו רעדן אין פובליק איבער די קעיס און אז סיי וועלכע אנטווארט זאל זיין בלויז אין לעגאלע געריכט פיילינגס
דער קאונסילמאן האט זיך הויך געוואונדערט ווי אזוי דער מעיאר וועלכע איז א טרענירטע אדוואקאט איז באגאנגען אזא נארישקייט
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום זונטאג אקטאבער 31, 2021 11:40 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

שכוח הבל!!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:מאנטאג וירא

געוועזענע פרעזידענט טראמפ האט אריינגעגעבן א לאוסוט אין געריכט מיט א פארלאנג אז די געריכט זאל בלאקירן די 'נאציאנאלע ארכיוון' אגענטור פון נאכקומען א פארלאנג פון די קאנגרעס קאמיטע וואס פארשט די קעפיטאל אומרוען אז די אגענטור זאל איבערגעבן א רייע דאקומענטן אין פארבינדונג מיט טראמפ פון די צייט אפשניט ארום די אומרוען.

קעיס געווארן צוגעטיילט צו ריכטער Tanya Chutkan, וואס האט זיך באקאנט געמאכט מיט איר אויסגעשפראכענע שארפקייט קעגן די קעפיטאל ראיאטירער.

פארהער געסקעזשועלט אויף נאוועמבער 4.

ריכטער אפגעווארפן די קלאגע דורכן געוועזענעם פרעזידענט און פארארדענט די נאציאנאלע ארכיוון נאכצוקומען די פארלאנג פון קאנגרעס

טראמפ פארלאנגט א צייטווייליגע סטעי אויף ווילאנג דער קעיס ווערט אפעלירט, אבער דער ריכטער האט אויך אפגעווארן דעי פארלאנג

טראמפ אריינגעגעסן א עמערזשענסי פארלאנג פאר א סטעי ביי די די.סי. אפעלאט געריכט
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:קעיס געווארן צוגעטיילט צו ריכטער Tanya Chutkan, וואס האט זיך באקאנט געמאכט מיט איר אויסגעשפראכענע שארפקייט קעגן די קעפיטאל ראיאטירער.

פארהער געסקעזשועלט אויף נאוועמבער 4.

ריכטער אפגעווארפן די קלאגע דורכן געוועזענעם פרעזידענט און פארארדענט די נאציאנאלע ארכיוון נאכצוקומען די פארלאנג פון קאנגרעס

טראמפ פארלאנגט א צייטווייליגע סטעי אויף ווילאנג דער קעיס ווערט אפעלירט, אבער דער ריכטער האט אויך אפגעווארן דעי פארלאנג

טראמפ אריינגעגעסן א עמערזשענסי פארלאנג פאר א סטעי ביי די די.סי. אפעלאט געריכט

אפאלאט געריכט האט יעצט ארויסגעגעבן א טעמפארערי סטעי.
פראגראם
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 5:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראגראם »

היות איך האב נישט ווי צו שרייבן מיין בקשה שרייב איך עס דא
אזוי ווי די קעיס פון קייעל ריטעהטוז איז געווארן זייער דראמאטיש, וואלט געוועהן כדי צו עפענען א אשכול איבער דעם
איז ווער עס קען זיך מנדב צו עס טוהן און כסדר אפדעטן תבא עליו ברכה
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

פראגראם האט געשריבן:היות איך האב נישט ווי צו שרייבן מיין בקשה שרייב איך עס דא
אזוי ווי די קעיס פון קייעל ריטעהטוז איז געווארן זייער דראמאטיש, וואלט געוועהן כדי צו עפענען א אשכול איבער דעם
איז ווער עס קען זיך מנדב צו עס טוהן און כסדר אפדעטן תבא עליו ברכה

viewtopic.php?f=110&t=51051
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

רעיגען נאציאנאל איז א רעקלאמע פירמע מיט בילבאורדס אין און ארום אוסטין טעקסאס און האט צוריק אין 2017 למספרם איינגעגעבן אן אפליקאציע פאר א פערמיט צו קענען פארוואנדלען זייערע בילבאורד רעקלאמעס אין דידזשיטעל ווערסיע וועלכע ערלויבט זיי נאכאנאנד צו טוישן די אינהאלט פון די רעקלאמעס יעדע עטליכע סעקונדן

די סיטי האט אבער צוריקגעוויזן די פארלאנג זינט זייערע פארשריפטן ערלויבן דידזשיטאל רעקלאמעס בלויז פאר אזעלכע רעקלאמעס וועלכע שטעלן פאר ביזנעסער, אקטיוויטען אדער סערוויסעס צו באקומען אויפן שטח וואו די רעקלאמע ווערט אראפגעשטעלט (צום ביישפיל העכער א רעסטוראנט קען לויפן א דיגיטאלע רעקלאמע וועלכע פארציילט איבער פראדוקטן וועלכע זיי סערווירן)

אנדערש איז אבער אויב העכער א געשעפט לופטערט א רעקלאמע פארצושטעלן א סערוויס אדער פראדוקט וועלכע איז אומפארבונדן מיט די לאקאל אויף וועלכע די רעקלאמע זיצט, דאן קען עס נישט זיין דיגיטאל

די אפיציעלע ערקלערונג פון די סיטי איז אז זיי זוכםן צו מינימיזירן די פלייץ פון לעבעדיגע רעקלאמעס וועלכע פאנגט די אויגן פון מאטאריסטן וועלכע פארגלאצן זיך זיצנדיג ביים רעדל און פארשווערט די טראפיק און ביישטייערט צו אינצידענטן

די פירמע איז געגאנגען אין געריכט קלאגנדיג די סיטי פארן פארלעצן זייערע ערשטע אמענדמענט רעכטן און שפעטער האט זיך לאמאר עדווענטעדזש אוטדאור אנגעשלאסן אין די אנקלאגע נאכן ווערן צוריקגעוויזן די זעלבע סארט פארלאנג

די דיסטריקט געריכט האט אפגעווארפן די קלאגע וועלכע איז דענאך געווארן אפעלירט צום פיפטן קרייז געריכט וועלכע האט יא געגעבן רעכט פאר די אנקלעגער

די קלעגער האבן אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט וועלכע באהאנדלט איצט קעיס וועלכע וועט באהאנדלעןא פריערדיגע אורטייל זייערע וועלכע האט אויסגעפלאסטערט די וועג פאר די צוויי זייטן זיך אויסצקריגן אינעם איצטיגן קעיס

די פריערדיגע קעיס האט זיך געהאנדלט מיט אן אלגעמיינע פארבאט ארויסגעשטעלט דורך די טאון אוו גילבערט אין אריזאנא אקעגן ארויסשטעלן שילדן אבער זיי האבן אפן געלאזט גאר א ברייטע עפענונג פאר מערערע סארט שילדן אנגעהויבן פון פאליטישע רעקלאמעס ביז אידעאלאגישע מעסעדזשעס און דירעקציע אנווייזונגען און נאך

אבער.. דא קומט די גרויסע אבער, די טאון האט געמאלדן אז פון די פילע קאטעגאריעס שילדן וועלכע קענען ווערן ארויסגעשטעלט וועלן אויסשטיין באזונדערע רעגולאציעס ווען געוויסע סארט וועלן קענען זיין פון איין גרויס און אנדערע וועלן דארפן זיין קלענער, טייל וועלן קענען לויפן פאר א לענגערע צייט אפשניט ווי אנדערע, און נאך, און צום ביישפיל שארפער רעגולירט רעליגיזע מעסעדזשעס ווי פאליטישע

יענע קעיס איז עווענטועל אנגעקומען אין סופרים קאורט אין די אכט ריכטער באנק האט אין 2015 למספרם איינשטימיג געאורטיילט אקעגן די טאון און געשריבן אז געריכטן זאלן פון היינט און וויייטער פונאנדערשיידן צווישן "אינהאלט באזירטע געזעצן" און "אינהאלט נייטראלע געזעצן"

די געריכט האט אוועקגעשטעלט אז אזעלכע געזעצן וועלכע קאנצעטרירן זיך צו באהאנדלען מעסעדזשעס און שילדן לויט זייער אינהאלט זאלן אויסשטיין די "שטרענגע איבערזיכט" דאקטרינע ווידעראום אזעלכע געזעצן וועלכע רעגולירן מעסעדזשעס נייטראל אפגעזעהן זייער אינהאלט זאלן אויסשטיין בלויז "מעסיגע איבערזיכט"

די דיפערענץ איז אז אינהאלט באזירטע מעסעדזשעס קענען אויסשטיין שטרענגע איבערזיכט דורךדי יורידישע סיסטעם וואס באדייט אז געריכטן קענען פארלאנגען פון די וועלכע באשטימען די געזעצן צו איבערצייגן אז די געזעץ איז געשריבן מיטן ציהל פון א גאר וויכטיגע רעגירונגס אינטערעסע און איז געשריבן אויף א וועג צו האבן די מינימאלסטע אפעקט אויף מענטשן

אנדערש איז אבער מיט אינהאלט נייטראלע געזעצן וועלכע שטייען אויס בלויז מעסיגע איבערזיכט וואס באדייט אז זיי דארפן בלויז אויפווייזן אז אין די רעגירונגס אינטערעסע און דאן מוז די געזעץ אויך נישט זיין אזוי מינימאל

אין אנדערע ווערטער האט די געריכט געאורטיילט אז די גילבערט געזעץ איז אינהאלט באזירט און שטייט אויס די שטרענגע איבערזיכט טעסט וואס אין מיינסטנס פעלער באדייט עס אז די רעגירונג קען נישט צופרידנשטעלן די געריכט און ווערט עווענטועל געפונען אומקאנסטיטוציאנאל

די פראגע איז געבליבן ווי אזוי גענוי זאלן געריכטן אפשאצן אויב א געזעץ איז אינהאלט באזירט אדער אינהאלט נייטראל?

אויף דעם האט די געריכט דאן אוועקגעשטלעט א צוויי שטאפל סיסטעם וועלכע געריכטן זאלן נוצן ביים באשליסן אזעלכע פראגן

אין די ערשטע שטאפל זאלן געריכטן אריינקוקן און ליינען די רויע טעקסט פונעם געזעץ פארנט פון זיי אן קוקן אויף סיי וואס אנדערש און אויב די שפראך אינעם געזעץ קלונגט אינהאלט באזירט זאלן זיי עס באשטימען אלץ אינהאלט באזירט אן קיין צעגערונגען

אויב אבער די שפראך זעלבסט איז נישט דוקא אינהאלט באזירט, דאן זאלן געריכטן באטראכטן די ארומיגע אספעקטן און פרובירן אפצולערנען די מאטיוון פונעם געזעץ און אויב יענץ שיינט יא צו זיין געטריבן צו רעגולירן מעסעדזשעס באזירט אויף אינהאלט זאל עס אויך באצייכנט ווערן אלץ אינהאלט באזירט

אצינד צו אונזער פאל ווען די אוסטין סיטי האט פארבאטן דיגיטאלע רעקלאמעס וועלכע רעקלאמירן זאכן וואס איז אומפארבונדן מיט די שטח אויף וועלכע די רעקלאמע זיצט

די דעבאטע האט זיך אנטוויקלט איבער די ערשטע שטאפל ארויסגעשטעלט דורכ'ן געריכט, נעמליך, אפצוליינען די ווערטער פונעם געזעץ און די דיסטריקט געריכט האט נישט געפונען גארנישט וואס זאל מחמיר זיין אויף געוויסע סארט שילדן "צוליב" איר אינהאלט

די פיפטע קרייז געריכט האט אבער גע'טענה'ט אז צוליב דעם וואס די סיטי האט נישט די מעגליכקייט צו פארבאטן דיגיטאלע רעקלאמעס אן איבערקוקן צו די רעקלאמע רעקלאמירט פראדוקטן אדער סערוויסעס פארבונדן מיטן שטח אדער נישט, קומט אויס אז טעכניש מוזן זיי איבערקוקן די אינהאלט און באשליסן "באזירט אויף איר אינהאלט" אז זי רעפרעזענטירט עפעס וואס איז אומפארבונדן מיטן שטח און דאן קענען זיי אפווארפן די ביטע און צוליב דעם איז עס פאקטיש אינהאלט באזירט

די סיטי האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט מיט די טענה אז אזא סארט איבערקוקן די אינהאלט באדייט נישט אז צוליב די ספעציפישע זאכן וואס דארט שטייט ווערט די אפליקאציע אפגעזאגט נאר איז געמאכט צו קענען באשטעטיגן צו זי שטעלט פאר א פראדוקט/סערוויס פונעם באטרעפנדן שטח אדער נישט

צום ביישפיל אויב די רעקלאמע אינהאלט זאל באשטיין פון פארשטעלן א געוויסע עסנווארג פארקויפט אויף יענעם שטח וועט עס ווערן באשטעטיגט אבער אויב די אינהאלט זאל זיין גענוי די זעלבע מיטן אויסנאם אז די עסנווארג ווערט פארקויפט עטליכע גאסן ארויפציהוועט עס ווערן אפגעווארפן
און עס איז גאר אנדערש ווי די קעיס פון גילערט וועלכע האט רעגולירט אידעאלאגישע מעסעדזשעס שארפער פון פאליטישע אוו רעלגיעזע נאך שארפער

די סיטי האט אנגעוויזן אז ריכטער אליטא אין זיין אייגענע אורטייל וואו ער האט איינגעשטימט מיט די גילבערט פרעצעדענט האט ער קלאר געשריבן אז אפטיילן צווישן שילדן באזירט אויב זיי שטעלן פאר פראדוקטן צו באקומען דארט אדער ערגעץ אנדערש הייסט נישט אינהאלט באזירט

די רעקלאמע פירמע האט אבער ווי געשריבן גע'טענה'ט אז אז טעכניש איז עס יא אינהאלט באזירט און צוליב דעם זאל עס יא אויסשטיין די "שטרענגע איבערזיכט טעסט" וואס באדייט אז געריכטן קענען פארלאנגען פון די וועלכע באשטימען די געזעצן צו איבערצייגן אז די געזעץ איז געשריבן מיטן ציהל פון א גאר וויכטיגע רעגירונגס אינטערעסע און איז געשריבן אויף א וועג צו האבן די מינימאלסטע אפעקט אויף מענטשן

זאגט די פירמע אז טראץ וואס די סיטי אגט אז די מאטיוו פונעם געזעץ איז גאר וויכטיג צו פארמיידן טראפיק אינצידענטן איז זי אבער קלאר נישט געשריבן אויף א וועג צו האבן די מינימאלסטע אפעקט אויף מענטשן ווייל זיי ערלויבן ווייטער דיגיטאלע רעקלאמעס פאר געשעפטן וועלכע זענען אויף יענעם שטח און רעקלאמעס פאר פרעמדע געשעפטן פירן נישט צו מער טראפיק אינצידענטן ווי רעקלאמעס פאר געשפעטן וועלכע זענען דארט סטאנציאנירט

זיי שרייבן אז אפילו אויב זאל די געריכט יא אננעמען אז די געזעץ איז אינהאלט נייטראל און דארף בלויז אויסשטיין די "מעסיגע איבערזיכט טעסט" טוט די סיטי לויט זיי אויך נישט נאכקומען די מעסיגע טעסט ווייל עס איז נישט אויסגעשטעלט צו האבן די מינימאלסטע אפעקט

זיי ווייזן אן אז די סיטי האט געזאלט אדאפטירן מילדערע וועגן צו אדרעסירן טראפיק פאראליז וועלכע ווערט גענוצט אין אנדערע סטעיטס און מוניציפאליטעטן, א שטייגער ווי פארלאנגען אז יעדע מעסעדזש זאל לויפן לענגער און עס זאל זיך נישט טוישן אזוי שנעל און אויך אז די קאלירן און ליכט זאלן זיין בלאסער און ווייניגער בליציג

די סופרים קאורט האט אצינד אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און א באריכט דערוועגן וועט בעז"ה נאכפאלגן
פראגראם
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 5:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראגראם »

פון אמעריקע האט געשריבן:
פראגראם האט געשריבן:היות איך האב נישט ווי צו שרייבן מיין בקשה שרייב איך עס דא
אזוי ווי די קעיס פון קייעל ריטעהטוז איז געווארן זייער דראמאטיש, וואלט געוועהן כדי צו עפענען א אשכול איבער דעם
איז ווער עס קען זיך מנדב צו עס טוהן און כסדר אפדעטן תבא עליו ברכה

viewtopic.php?f=110&t=51051

שכוח נישט באמערקט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:רעיגען נאציאנאל איז א רעקלאמע פירמע מיט בילבאורדס אין און ארום אוסטין טעקסאס און האט צוריק אין 2017 למספרם איינגעגעבן אן אפליקאציע פאר א פערמיט צו קענען פארוואנדלען זייערע בילבאורד רעקלאמעס אין דידזשיטעל ווערסיע וועלכע ערלויבט זיי נאכאנאנד צו טוישן די אינהאלט פון די רעקלאמעס יעדע עטליכע סעקונדן

די סיטי האט אבער צוריקגעוויזן די פארלאנג זינט זייערע פארשריפטן ערלויבן דידזשיטאל רעקלאמעס בלויז פאר אזעלכע רעקלאמעס וועלכע שטעלן פאר ביזנעסער, אקטיוויטען אדער סערוויסעס צו באקומען אויפן שטח וואו די רעקלאמע ווערט אראפגעשטעלט (צום ביישפיל העכער א רעסטוראנט קען לויפן א דיגיטאלע רעקלאמע וועלכע פארציילט איבער פראדוקטן וועלכע זיי סערווירן)

אנדערש איז אבער אויב העכער א געשעפט לופטערט א רעקלאמע פארצושטעלן א סערוויס אדער פראדוקט וועלכע איז אומפארבונדן מיט די לאקאל אויף וועלכע די רעקלאמע זיצט, דאן קען עס נישט זיין דיגיטאל

די אפיציעלע ערקלערונג פון די סיטי איז אז זיי זוכםן צו מינימיזירן די פלייץ פון לעבעדיגע רעקלאמעס וועלכע פאנגט די אויגן פון מאטאריסטן וועלכע פארגלאצן זיך זיצנדיג ביים רעדל און פארשווערט די טראפיק און ביישטייערט צו אינצידענטן

די פירמע איז געגאנגען אין געריכט קלאגנדיג די סיטי פארן פארלעצן זייערע ערשטע אמענדמענט רעכטן און שפעטער האט זיך לאמאר עדווענטעדזש אוטדאור אנגעשלאסן אין די אנקלאגע נאכן ווערן צוריקגעוויזן די זעלבע סארט פארלאנג

די דיסטריקט געריכט האט אפגעווארפן די קלאגע וועלכע איז דענאך געווארן אפעלירט צום פיפטן קרייז געריכט וועלכע האט יא געגעבן רעכט פאר די אנקלעגער

די קלעגער האבן אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט וועלכע באהאנדלט איצט קעיס וועלכע וועט באהאנדלעןא פריערדיגע אורטייל זייערע וועלכע האט אויסגעפלאסטערט די וועג פאר די צוויי זייטן זיך אויסצקריגן אינעם איצטיגן קעיס

די פריערדיגע קעיס האט זיך געהאנדלט מיט אן אלגעמיינע פארבאט ארויסגעשטעלט דורך די טאון אוו גילבערט אין אריזאנא אקעגן ארויסשטעלן שילדן אבער זיי האבן אפן געלאזט גאר א ברייטע עפענונג פאר מערערע סארט שילדן אנגעהויבן פון פאליטישע רעקלאמעס ביז אידעאלאגישע מעסעדזשעס און דירעקציע אנווייזונגען און נאך

אבער.. דא קומט די גרויסע אבער, די טאון האט געמאלדן אז פון די פילע קאטעגאריעס שילדן וועלכע קענען ווערן ארויסגעשטעלט וועלן אויסשטיין באזונדערע רעגולאציעס ווען געוויסע סארט וועלן קענען זיין פון איין גרויס און אנדערע וועלן דארפן זיין קלענער, טייל וועלן קענען לויפן פאר א לענגערע צייט אפשניט ווי אנדערע, און נאך, און צום ביישפיל שארפער רעגולירט רעליגיזע מעסעדזשעס ווי פאליטישע

יענע קעיס איז עווענטועל אנגעקומען אין סופרים קאורט אין די אכט ריכטער באנק האט אין 2015 למספרם איינשטימיג געאורטיילט אקעגן די טאון און געשריבן אז געריכטן זאלן פון היינט און וויייטער פונאנדערשיידן צווישן "אינהאלט באזירטע געזעצן" און "אינהאלט נייטראלע געזעצן"

די געריכט האט אוועקגעשטעלט אז אזעלכע געזעצן וועלכע קאנצעטרירן זיך צו באהאנדלען מעסעדזשעס און שילדן לויט זייער אינהאלט זאלן אויסשטיין די "שטרענגע איבערזיכט" דאקטרינע ווידעראום אזעלכע געזעצן וועלכע רעגולירן מעסעדזשעס נייטראל אפגעזעהן זייער אינהאלט זאלן אויסשטיין בלויז "מעסיגע איבערזיכט"

די דיפערענץ איז אז אינהאלט באזירטע מעסעדזשעס קענען אויסשטיין שטרענגע איבערזיכט דורך די יורידישע סיסטעם וואס באדייט אז געריכטן קענען פארלאנגען פון די וועלכע באשטימען די געזעצן צו איבערצייגן אז די געזעץ איז געשריבן מיטן ציהל פון א גאר וויכטיגע רעגירונגס אינטערעסע און איז געשריבן אויף א וועג צו האבן די מינימאלסטע אפעקט אויף מענטשן

אנדערש איז אבער מיט אינהאלט נייטראלע געזעצן וועלכע שטייען אויס בלויז מעסיגע איבערזיכט וואס באדייט אז זיי דארפן בלויז אויפווייזן אז אין די רעגירונגס אינטערעסע און דאן מוז די געזעץ אויך נישט זיין אזוי מינימאל

אין אנדערע ווערטער האט די געריכט געאורטיילט אז די גילבערט געזעץ איז אינהאלט באזירט און שטייט אויס די שטרענגע איבערזיכט טעסט וואס אין מיינסטנס פעלער באדייט עס אז די רעגירונג קען נישט צופרידנשטעלן די געריכט און ווערט עווענטועל געפונען אומקאנסטיטוציאנאל

די פראגע איז געבליבן ווי אזוי גענוי זאלן געריכטן אפשאצן אויב א געזעץ איז אינהאלט באזירט אדער אינהאלט נייטראל?

אויף דעם האט די געריכט דאן אוועקגעשטלעט א צוויי שטאפל סיסטעם וועלכע געריכטן זאלן נוצן ביים באשליסן אזעלכע פראגן

אין די ערשטע שטאפל זאלן געריכטן אריינקוקן און ליינען די רויע טעקסט פונעם געזעץ פארנט פון זיי אן קוקן אויף סיי וואס אנדערש און אויב די שפראך אינעם געזעץ קלונגט אינהאלט באזירט זאלן זיי עס באשטימען אלץ אינהאלט באזירט אן קיין צעגערונגען

אויב אבער די שפראך זעלבסט איז נישט דוקא אינהאלט באזירט, דאן זאלן געריכטן באטראכטן די ארומיגע אספעקטן און פרובירן אפצולערנען די מאטיוון פונעם געזעץ און אויב יענץ שיינט יא צו זיין געטריבן צו רעגולירן מעסעדזשעס באזירט אויף אינהאלט זאל עס אויך באצייכנט ווערן אלץ אינהאלט באזירט

אצינד צו אונזער פאל ווען די אוסטין סיטי האט פארבאטן דיגיטאלע רעקלאמעס וועלכע רעקלאמירן זאכן וואס איז אומפארבונדן מיט די שטח אויף וועלכע די רעקלאמע זיצט

די דעבאטע האט זיך אנטוויקלט איבער די ערשטע שטאפל ארויסגעשטעלט דורכ'ן געריכט, נעמליך, אפצוליינען די ווערטער פונעם געזעץ און די דיסטריקט געריכט האט נישט געפונען גארנישט וואס זאל מחמיר זיין אויף געוויסע סארט שילדן "צוליב" איר אינהאלט

די פיפטע קרייז געריכט האט אבער גע'טענה'ט אז צוליב דעם וואס די סיטי האט נישט די מעגליכקייט צו פארבאטן דיגיטאלע רעקלאמעס אן איבערקוקן צו די רעקלאמע רעקלאמירט פראדוקטן אדער סערוויסעס פארבונדן מיטן שטח אדער נישט, קומט אויס אז טעכניש מוזן זיי איבערקוקן די אינהאלט און באשליסן "באזירט אויף איר אינהאלט" אז זי רעפרעזענטירט עפעס וואס איז אומפארבונדן מיטן שטח און דאן קענען זיי אפווארפן די ביטע און צוליב דעם איז עס פאקטיש אינהאלט באזירט

די סיטי האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט מיט די טענה אז אזא סארט איבערקוקן די אינהאלט באדייט נישט אז צוליב די ספעציפישע זאכן וואס דארט שטייט ווערט די אפליקאציע אפגעזאגט נאר איז געמאכט צו קענען באשטעטיגן צו זי שטעלט פאר א פראדוקט/סערוויס פונעם באטרעפנדן שטח אדער נישט

צום ביישפיל אויב די רעקלאמע אינהאלט זאל באשטיין פון פארשטעלן א געוויסע עסנווארג פארקויפט אויף יענעם שטח וועט עס ווערן באשטעטיגט אבער אויב די אינהאלט זאל זיין גענוי די זעלבע מיטן אויסנאם אז די עסנווארג ווערט פארקויפט עטליכע גאסן ארויפציהוועט עס ווערן אפגעווארפן
און עס איז גאר אנדערש ווי די קעיס פון גילערט וועלכע האט רעגולירט אידעאלאגישע מעסעדזשעס שארפער פון פאליטישע אוו רעלגיעזע נאך שארפער

די סיטי האט אנגעוויזן אז ריכטער אליטא אין זיין אייגענע אורטייל וואו ער האט איינגעשטימט מיט די גילבערט פרעצעדענט האט ער קלאר געשריבן אז אפטיילן צווישן שילדן באזירט אויב זיי שטעלן פאר פראדוקטן צו באקומען דארט אדער ערגעץ אנדערש הייסט נישט אינהאלט באזירט

די רעקלאמע פירמע האט אבער ווי געשריבן גע'טענה'ט אז אז טעכניש איז עס יא אינהאלט באזירט און צוליב דעם זאל עס יא אויסשטיין די "שטרענגע איבערזיכט טעסט" וואס באדייט אז געריכטן קענען פארלאנגען פון די וועלכע באשטימען די געזעצן צו איבערצייגן אז די געזעץ איז געשריבן מיטן ציהל פון א גאר וויכטיגע רעגירונגס אינטערעסע און איז געשריבן אויף א וועג צו האבן די מינימאלסטע אפעקט אויף מענטשן

זאגט די פירמע אז טראץ וואס די סיטי אגט אז די מאטיוו פונעם געזעץ איז גאר וויכטיג צו פארמיידן טראפיק אינצידענטן איז זי אבער קלאר נישט געשריבן אויף א וועג צו האבן די מינימאלסטע אפעקט אויף מענטשן ווייל זיי ערלויבן ווייטער דיגיטאלע רעקלאמעס פאר געשעפטן וועלכע זענען אויף יענעם שטח און רעקלאמעס פאר פרעמדע געשעפטן פירן נישט צו מער טראפיק אינצידענטן ווי רעקלאמעס פאר געשפעטן וועלכע זענען דארט סטאנציאנירט

זיי שרייבן אז אפילו אויב זאל די געריכט יא אננעמען אז די געזעץ איז אינהאלט נייטראל און דארף בלויז אויסשטיין די "מעסיגע איבערזיכט טעסט" טוט די סיטי לויט זיי אויך נישט נאכקומען די מעסיגע טעסט ווייל עס איז נישט אויסגעשטעלט צו האבן די מינימאלסטע אפעקט

זיי ווייזן אן אז די סיטי האט געזאלט אדאפטירן מילדערע וועגן צו אדרעסירן טראפיק פאראליז וועלכע ווערט גענוצט אין אנדערע סטעיטס און מוניציפאליטעטן, א שטייגער ווי פארלאנגען אז יעדע מעסעדזש זאל לויפן לענגער און עס זאל זיך נישט טוישן אזוי שנעל און אויך אז די קאלירן און ליכט זאלן זיין בלאסער און ווייניגער בליציג

די סופרים קאורט האט אצינד אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און א באריכט דערוועגן וועט בעז"ה נאכפאלגן

די סופרים קאורט האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און אויסגעקוקט היבש צוטיילט אין די צייט וואס טייל ריכטער האבן אויסגעקוקט סימפאטיש צו די אויסטייטש פון די פיפטע סירקוט האבן אנדערע אויסגעקוקוט באזארגט איבער די נאכפאלגן וועלכע זי קען ברענגן

די סעסיע האט זיך אנגעהויבן מיט אן אויפטריט פון די סיטי אדוואקאט מייקל דריעבען וועלכע האט געזאגט אז די סיטי פארשריפט איז א ליידיגע געצייג וועלכע איז גילטיג פאר אלע סארט טעמעס און מעסעדזשעס צוגלייך און איז בלויז קאנצטרריט אויף די פארבינדונג צווישן א שילד און איר לאקאציע אפגעזעהן די אינהאלט פון איר מעסעדזש

טאמאס איז געווען סקעפטיש זיך באציענדיג צו די באקאנטע אוסטין פרענקלין בארבקיו רעסטוראנט זאגנדיג פאר דריעבען אז די רעסטוראנט קען נישט שטעלן קיין שילד סיידן עס איז אויף איר פראפערטי און אזא פארבאט הערט זיך צו אים ווי אינהאלט באזירט

די ביידען יוסטיץ דעפארטמענט האט געשיקט דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל בנימין שניידער אונטערצושטיצן די פאזיציע פון די סיטי און גארסוטש האט אים געפרעגט איבער א היכי תימצי פון א פאל וואס אין די סיטי געפונען זיך 1000 קריסטליכע קירכעס און בלויז 12 אראבישע מאסקס

גארסוטש האט געוואלט פארשטיין ווי אזוי א פארבאט אויף שילדן פאר אויסערליכע צוועקן טוט נישט בעפארצוגן די קירכעס וועלכע פארמאגן לויט דעם פיל מיר לאקאלן ווי צו לופטערן זייער מעסעדזש ווי די מאסקס

שניידער האט עס אפגעווארפן זאגנדיג אז די פראגע פארנט פונעם געריכט איז געווען אויב די פארשפריט איז אינהאלט באזירט אדער נייטראל און נישט איבער ווי אזוי זי טוט פראקטיש אויסווירקן אויף די גאסן פון די סיטי

גארסוטש האט אבער אויסגעקוקט אומצופרידן פרעגנדיג פארוואס מען קען נישט נוצן אנדערע מיטלען ווי אז יעדע מעסעדזש זאל לויפן לענגער און עס זאל זיך נישט טוישן אזוי שנעל און אויך אז די קאלירן און ליכט זאלן זיין בלאסער און ווייניגער בליציג אבער סניידער האט עס אוועקגעמאכט אלץ ווייניגער אפעקטיוו

גארסוטש האט אבער געלאכט פון אים זאגנדיג אז מען קען נישט נוצן פאר א טעסט איבער אפעקטיווקייט עפעס וואס אונטערדרוקט פרייהייט פון אויסדרוק

אדוואקאט קענאן שאנמוגאם האט פארטרעטן די פירמע און סאטאמאיאר האט געמאכט די קעיס פאר די סיטי ביים שטעלן אירע פראגן

( יא, אויב קלונגט אייך דער נאמען פונעם אדוואקאט באקאנט איז עס טאקע דער זעלבער וועלכע האט אדוואקאטירט אין א צווייטע קעיס באשריבן א צייט צוריק

הכל הבל האט געשריבן:
די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין א פרישע לענדמארק קעיס
ראבערטס געשריבן אורטייל 4-5 אבער עס באגרעניצט ווי שפעטער ערקלערט
פאלגענד איז אונזערס א באריכט איבער די קעיס מיט א צייט צוריק
די ערשטע גרויסע בילס באשטעטיגט אין די אבאמא פרעזידענטשאפט איז געווען די דאד פרענק ביל וועלכע האט איינגעשטעלט שטייפערע באנק רעגולאציעס צו פארמיידן אן איבערשפיל פון די 2008 למספרם פינאנציעלע קראך
איינע פון די היסטארישע אויפטוען אינעם ביל איז געווען די שאפונג פון די קאנסומער פינאנציעלע באשיצונג ביורא מיטן אקראנים פון CFPB וועמענס אינציאטאר איז געווען די דאן פריש ערוויילטע סענאטאר עליזאבעט ווארען פון מאסאטשוסעטס
ווען די פירמע'ס אדוואקאט קענאן שאנמאגאם האט אנגעהויבן זיין ארגומענט אז די סטרוקטור פון די אגענטור איז אומקאנסטיטוציאנאל האט ריכטערין גינזבורג פרובירט אראפצושפילן די געברויך פונעם געריכט בכלל אריינצוקוקן אין די קאנסטיטוציאנאליטעט פראגע באצייכענענדיג די קעיס צו זיין פון "אקאדעמישן קוואליטעט" (וועלכע נישט נוגע למעשה אינעם איצטיגן פאל) צוליב וואס די פארלאנג פאר אינפארמאציע פון די פירמע איז געווארן צוגעשיקט דורן "עקטינג דירעקטאר" וועלכע קען יא ווערן אפגעזאגט דורכן פרעזידענט פאר סיי וועלכע אורזאך אין די טענה איז בלויז אויף א פערמענאנטע דירעקטאר)

אויך אליטא האט נאכגעפאלגט אין איר ריכטונג (צו דערמאנען האט די סיטי ציטירט די מיינונג פון אליטא אין די גילבערט קעיס וואו ער האט דארט געשריבן אז אפטיילן צווישן שילדן באזירט אויב זיי שטעלן פאר פראדוקטן צו באקומען דארט אדער ערגעץ אנדערש הייסט נישט אינהאלט באזירט

אצינד האט אליטא אנגעהאלטן (צו ווייל ער טאקע שטאנדהאפטיג אדער ווייל אצינד מוז ער שוין דעקן וואס ער האט דאן געשריבן) יענע שטעלונג זאגנדיג פאר שאנמוגאם אז אן אפיציר קען באשטעטיגן אדער אפווארפן אן אפליקאציע פון א רעקלאמע פירמע אן אפילו ליינען די אינהאלט ווייל אפילו אויב די רעקלאמע איז אויף די כינעזישע שפראך וועלכע איז ווילד פרעמד פארן אפיציר קען ער אבער זעהן אויב עס איז דיגיטאל אדער נישט

שאנמוגאם האט עס ווי פארשטענדליך לייכט אפגעווארפן זאגנדיג אז אפילו ווען דער אפיציר זעהט א עס איז יא דיגיטאל מוז ער אבער יא קענען ליינען צו וויסן אויב די רעקלאמע שטעלט פאר עפעס וואס איז אויף יענע לאקאל אדער נישט

אליטא האט אויך סימפאטיזירט מיט שניידער'ס באהויפטונג אז אדאפטירן די שטעלונג פון די פיפטע קרייז געריכט וואלט געעפנט א קאנע פון ווערים און מערערע פעדעראלע שילדן און ענליכע רעגולאציעס וועלן געפונען ווערן אומקאנסטיטוציאנאל ווייל אפילו זיי זענען נישט דירעקט אינהאלט באזירט פעלט זיך אבער אויס אז די רעגירונג זאל זיי אפליינען איידער מען קען זיי באשטעטיגן און לויט די פיפטע סירקוט באדייט דאס שוין אינהאלט באזירט

ראבערטס האט אויך אויסגעדרוקט זארג זאגנדיג פאר שאנמוגאם אז לויט זיין טעאריע קען ער זהן אז פינף פראווזייעס פון א פעדעראלע הייוועי געזעץ זאלן געפונען ווערן אומקאנסטיטוציאנאל

שאנמוגאם האט אנערקענט אז לויט זיין אויסקוק וואלט טאקע יענע פינף פראוויזיעס געווארן באצייכנט אלץ אינהאלט באזירט אער צוגעלייגט אז דאס וואלט נישט באדראעט זייער קאנסטיטוציאנאליטעט ווייל יענע געזעצן זענען אזוי וויכטיג אין די רעגירונגס אינטערעסע אז זיי וואלטן בייגעשטאנען אפילו די "שטרענגע איבערזיכט טעסט"

קעיגען האט דערויף רעאגירט און מסכם געווען אלע זייטן פון די דעבאטע זאגנדיג אזוואס זי קען פארשטיין אז מען זאל אנקוקן די סיטי פארשריפט אלץ אינהאלט באזירט טראץ וואס די גילבערט אורטייל איז נישט דוקא געגאנגען אזוי ווייט

זי האט אבער יא מיטגעטיילט די זארג פון אירע קאלעגן אז מיטגיין מיטן פיפטן סירקוט קען פירן צו א דאמינא אפעקט צו פסל'ן א רייע אנדערע געזעצן

זי זאגט אז טראץ וואס לויט שאנמוגאם קענען יענע געזעצן אויסהאלטן די "שטרענגע איבערזיכט טעסט" איז עס אבער אן ערנסטע ריזיקע וועלכע מען מוז נעמען זייער פארזיכטיג

קעיגען האט פארגעשלאגן א וועג ארויס אז אין צוגאב צו די אינהאלט באזירט-אינהאלט נייטראלע קאטעגאריעס אוועקגעשטעלט אין די גילבערט אורטייל זאל מען שאפן א פארווע דריטע קאטעגאריע פאר אזעלכע סארט געזעצן ווי די אוסטין פארשריפט און ענליכס און אוועקשטעלן באזונדערע סטאנדארטן דערפאר

קעווענאו וועלכע קען זיין די דעצידירנדע שטימע האט אויך אויסגעקוקט וואקלנדיג צווישן די צוויי זייטן ווען ון איין זייט האט ער געצימבלט שניידער מיט די זעלבע פראגע ווי גארסוטש פארוואס מען קען נישט נוצן אנדערע מיטלען ווי אז יעדע מעסעדזש זאל לויפן לענגער און עס זאל זיך נישט טוישן אזוי שנעל און אויך אז די קאלירן און ליכט זאלן זיין בלאסער און ווייניגער בליציג

אבער פון די אנדערע זייט האט ער געזאגט פאר שאנמוגאם אז אזעלכע סארט פארשפריטן זענען שוין אין קראפט פאר א לאנגע צייט אין מערערע געגנטער און אן אורטייל אין שטיצע פון זיין קליענט וואלט שווער געפאלן אויף פילע לאקאלע יוריסדיקציעס לענגאויס אמעריקא
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נעכטן האט זיך איין ריכטער רעקיוזד פון די קעיס און היינט האט א צווייטע ריכטער געטוהן די זעלבע

עס האנדלט זיך פון די אנקלאגע אריינגעטראגן דורך קארטער פעידזש אנקעגן דגעוועזענע עף בי איי דירעקטאר קאומי
אצינד וועט די קעיס צופאלן צו ריכטער טימאטי קעלי נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ און עס בלייבט צו זעהן אויב ער וועט עס יא אקצעפטירן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:ווי די ליינער האלטן (יא אדער נישט) מיט רוקט מען זיך שוין נענטער צו די ענדע פונעם איצטיגן געריכט טערמין אין אורטיילן לאנדן יעדע שני וחמישי ווי די שטייגער פון אן אנגעשטערענגטע געריכט וועלכע דארף שליסן אירע טויערן און זיצט נאך אנגעלייגט מיט מערערע קעיסעס וועמעמנ'ס אורטייל איז נאכנישט געמאלדן

עס איז צום גלויבן אז די געריכט וועט צולייגן נאך אורטיילן טעג אריינגייענדיג טיפער אינעם למספרם מאנאט און מיר האפן זיי צו מעלדן ווען זיי קומען ארויס

ווי פארשטענדליך באדייט עס אז די זאפאסן פון קעיסעס וועלכע ווערן דא באריכטעט ליידיגן זיך אויס און די געריכט הויבט צוביסלעך אן צו אקצעפטירן פרישע קעיסעס אויפן קומענדיגן זמן
נעכטן מאנטאג האט די געריכט אקצעפטירט אן ערנסטע קעיס און פאלגענד זענען דעטאלן דערפון:

אין 2006 למספרם האט די עף בי איי אין ארענדזש קאונטי קאליפארניע אונטערגענומען אן אנאטי טעראריזם אפעראציע און רעקרוטירט און באצאהלט פאר א לערער ביי אן איבונגען צענטער צו ווערן אן אינפארמאנט

דער יעניגער האט זיך אנגעגעבן אלץ עימיצער וועלכע זוכט זיך אנצושליסן אין די איסלאמישע רעליגיע און אזוי זיך אריינבאקומען אין די אילאמישע מענטער אין אירווין קאליפארניע און געזאמלט אינפארמאציע און אויך געטראגן אן אונטערהער אפאראט

ער האט אויך איינגעפלאנצט מערערע אפאראטן אינעם מאסק און אזוי אויך אין די היימען פון מיטגלידערפונעם צענטער וואו ער האט באזוכט נאכן זיך נענטער באקענען מיט זיי

נאך א יאר האט ער אנגעהויבן לאזן פאלן פארשידענע באמערקונגען איבער מעגליך נעמען ווילדע שריט און די מאסק מיטגלידער האבן עס געמאלדן פאר די פאליציי וועלכע האבן אים פארבאטן פון צוריקגיין אהין און די אגענטור האט דאן אויפגעלעזט די מיסיע

דער בחור איז שפעטער געווארן אנגעקלאגט און געפונען שולדיג אויף אנדערע אומפארבונדעטע קלאגעס און פארשיקט געווארן אין א סטעיט טורמע וואו ער איז עטליכע מאל געשטאכן געוווארן נאכן ווערן באצייכנט דורך די ארעסטאנטן אלץ מסור

ער האט דאן אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די עף בי איי אז זיי האבן פארפעלט צו באשוצן זיין ווואוילזיין נאכן אים אויסנוצן אלץ אינפארמאנט און דורכאויס יענע אנקלאגע האט ער אויפגעדעקט זיין ראלע אלץ אינפארמאנט און פולע דעטאלן ארום דעם די מעמבערס פון די מאסק

אין 2011 למספרם, הערנדיג אזוי קלאר איבער יענעם'ס אקטיוויטעטן זיי נאכצוקוקן האבן דריי מיטגלידער פון די מאסק, יאסיר פאזאדזשא, אלי מאליק און יאסאר אבדעלראהים אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די רעגירונג, אקעגן די אגענטורן און אויך ספעציפיש אקעגן צוויי אגענטן פארמישט אין די אפעראציע

אין זייער אנקלאגע ברענגן זיי ארויס אז זיי זענען געציהלט געווארן אומקאנסטיטוציאנאל בלויז צוליב זייער רעליגיע וועלכע גייט אקעגן א פראוויזיע פון די פייסא אקט און פארלעצט זייערע ערשטע און פערטע און פיפטע אמענדעמענט רעכטן

דאן אטוירני דזשענעראל עריק האלדער האט אפגעשלאגן די קלאגע און פארלאנגט עס ארויסצואווארפן באזירט אויף די סטעיט סיקרעט פריווילעגיע אין די פייסא אקט וועלכע ערלויבט די רעגירונג צוריקצוהאלטן פון ארויסגעבן אינפארמאציע וועלכע קען שטעלן אין געפאר נאציאנאלע זיכערהייט און ערקלערט אז אזא פראצעס וועט פארלאנגען פון די רעגירונג אונטערצושטיצן זייערע מאטיוון פון דאס שפיאנירן אויפן מאסק מיט באווייזן וועלכע קען נישט ווערן אויפגעדעקט צוליב זיכערהייט זארגן

דער בוש נאמינירטער דיסטריקט ריכטער קארמעק קארני האט טאקע ארויסגעווארפן די קלאס עקשאן אנקלאגע איבער פייסא פארלעצונגען אקעגן די אגענטור באזירט אויף א געזעץ וועלכע באשוצט די רעגירונג זעלבסט פון קלאגעס אין געוויסע אומשטענדן סיידן די רעגירונג זעלבסט האט דערקלערט בעפאר אז זי ערלויבט אזעלכע סארט קלאגעס אקעגן איר אבער יא געלאזט פאראויסגיין די פייסא פארבונדעטע פארציע פון די קעיס אקעגן די ספעציפישע אגענטן שרייבנדיג אז זיי געניסן נישט אין אזא פאל פון קוואליפיצירטע באשיצונג (וועלכע פעלט זיך אויס פאר אינדיווידועלע רעגירונג איינגעשטעלטע)

אלע אנדערע נאן פייסא קלאגעס האט דער ריכטער ארויסגעווארפן באזירט אויף די סטעיט סיקרעט פריווילעגיע וועלכע האלדער האט אנגעגעבן

אין פילע פעלער וועט א געריכט אריינקוקן אין די אינהאלט פון מעגליכע באווייזן און איבערגעבן די אינפארמאציע פאר די קלעגער צו קענען בויען זייער קעיס אבער ארויסשניידן סענסיטיווע פאראגראפן וועלכע קענען שעדיגן נאציאנאלע זיכעהייט אבער אין אנדערע פעלער וועט די געריכט אננעמען אז צוצושטעלן די נויטיגע דאקומענטן וועלכע די רעגירונג וועט נוצן זיך צו פארטיידיגן און פארטרויען די קלעגער עס צו קענען אפווארפן קען נישט צושטאנד קומען אן זיי גיבן צוטריט צו האקעלע אינפארמאציע און דעריבער בלייבט נישט איבער קיין אפציע סיידן ארויסווארפן די קעיס וואס האט טאקע פאסירט אין אונזער פאל

אין די פייסא אקט האט די רעגירונג אריינגעשטעלט א פראווויזיע וועלכע גיבט יא פאר ריכטער א צווייטע אפציע פאר אזלעכע פעלער און דאס איז אז דער ריכטער זעלבסט קען אריינקוקן אין די באווייזן פון די רעגירונג אן דעם וואס די קלעגער זאלן זיין אנוועזנד און באשטימען אויב די באוויייזן זענען מאסגעבנד

וויבאלד יענע אפציע ווערט בלויז דערמאנט אין די פייסא אקט וועלכע דעקט עלעקטראנישע שפיאנאזש האט דער ריכטער אנגענומען אז אויף די אנדערע קלאגעס וועלכע זענען נישט פארבונדן צו שפיאנאזש געזאמלט עלעקטראניש קען מען נישט דן זיין שלא בפני הבעל דין און איז דעריבער פארבליבן מיט די איינציגסטע אויסוואל ארויסצואווארפן די קעיס

די קלעגער האבן אפעלירט די קעיס צום ניינטן קרייז געריכט מיט די טענה אז די אפציע פונעם ריכטער דן צו זיין שלא בפני הבעל דין וועלכע די פייסא אקט איז מחדש זאל דעקן אויך די נאן פייסא קלאגעס און דער ריכטער זאל עס נישט מוזן איינפאך ארויסווארפן

א דריי ריכטער פאנעל האט אקצעפטירט און איינגעשטימט מיט די ארגומענט אז טייל פון די נאן פייסא קלאגעס זענען געדעקט מיט די אפציע וואס פייסא שטעלט צו פאר ריכטער איבערצוקוקן די געהיימע באווייזן איידער מען ווארפט ארויס א קעיס און צוריקגעשיקט די קעיס צום דיסטריקט ריכטער און אנטזאגט א פארלאנג אז די פולע באנק זאל עס איבערהערן

איבער די פראגע פון קוואליפיצירטע אימיוניטי אויף די אגענטן האבן איינגעשטימט אז מען קען זיי קלאגן אויף אונטערהערן זייערע געשפרעכן דורך אפאראטן איינגעפלאנצט אין זייערע היימען אין אפיסעס זינט עס איז א פלאץ וואו מענטשן ערווארטן פריוואטקייט און זיי אונטערהערן אןא ווארענט פארלעצט זייער פרייוועסי און אויף דעם איז נישטא קיין קוואליפיצירטע אימיוניטי (אנדערש ווי אויף געשפרעכן רעקארדירט ווען דער אינפארמאנט זעלבסט האט גערעדט מיט זיי און מעגליך אפילו ווען ער האט רעקארדירט זייערע געשפרעכן מיט אנדערע אין די מאסק וואס אויף יענץ איז יא דא קוואליפיצירטע אימיוניטי)

די באשלוס נישט איבערצוהערן די קעיס איז געשריבן געווארן דורך ריכטערין בערזאן און ריכטער ראנאלד גאלד און ריכטער דזשארזש סטי

אלע דריי זענען געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן דער איינציגסטער ארויסצוקומען עפנטליך פארלאנגען אז מען זאל יא איבערהערן די קעיס איז דער טראמפ נאמינירטער ריכטער באמאטי אבער וויבאלד עס זענען נישט געווען א מאיאריטעט ריכטער אויפן באנק מיטצוגיין דערמיט איז די ארגינעלער אורטייל געבליבן שטיין

די עף בי איי האט אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט שרייבנדיג צווישן אנדערן אז די פייסא אקט וועלכע פארבאט צו שפיאנירן אויף מענטשן צוליב זייער רעליגיע באציהט זיך בלויז אויף א ספעציפישע אינדיווידועל אבער נישט אויף אלגעמיינע שפיאנאזש מעטאדן

נעכטן מאנטאג האט די סופרים קאורט אקצעפטירט די קעיס און זיי וועלן עס אויסהערן אינעם קומענדיגן געריכט טערמין

אצינד האלט מען שוין נאך די מונדליכע ארגומענטן און עס איז צייט פאר אן איבערזיכט און באריכט איבער די פארהער אין געריכט

דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל עדווין נידלער האט ערקלערט פאר די ריכטער אז סעקשאן 1806 פון די פייסא אקט וועלכע גיבט די אפציע פאר ריכטער זעלבסט קען ארייצונקוקן אין די באווייזן פון די רעגירונג אן דעם וואס די קלעגער זאלן זיין אנוועזנד און באשטימען אויב די באוויייזן זענען מאסגעבנד איז געשריבן געווארן צו ווערן גענוצט אין פעלער וואס די "רעגירונג" איז די וועלכע זוכט צו נוצן די באווייזן אבער זיי צו פובליצירן קען שטעלן אין געפאר אמעריקא'ס זיכערהייט און דאן קען דער ריכטער זיך באנוצן מיט די אפציע
אבער אנדערש איז אונזער פאל וואו די רעגירונג זוכט אז מען זאל נישט קוקן אויף יענע אינפארמאציע און די קלעגער'ס זענען די וועלכע פארלאנגען עס, וואס נישט פאר אזא פאל האט מען מחדש געווען סעקשאן 1806

קעיגען האט אנערקענט אז א באדייטנדע טייל פון יענע סעקשאן איז געשריבן אויף א וועג צו אדרעסירן צו באשוצן אינפארמאציע ווען די רעגירונג וויל עס נוצן אקעגן אנגעקלאגטע אבער געפרעגט אויב מען קען טאקע נישט אננעמען אז קאנגרעס האט דערמיט אינזין געהאט אז מען זאל קענען נוצן די אפציע אויף ביידע וועגן, סיי ווען די רעגירונג וויל עס נוצן און סיי ווען די קלעגער ווילן

גארסוטש האט אטאקירט נידלער פון א צווייטע ריכטונג זאגנדיג אז מעגליך קען מען גאר אנקוקן די קעיס אלץ א פאל ווי די רעגירונג זוכט צו "נוצן" יענע אינפארמאציע אקעגן די אנגעקלאגטע

די לומדות גייט אז וויבאלד יענע אינפארמאציע קען שטארק בייהילפיג זיין פאר די אנגעקלאגטע טוט די רעגירונג מיט זייער פארזיגלען די אינפארמאציע "עס נוצן זיך ארויסצוהעלפן אין די קעיס" טאקע מיטן עס האלטן קלאסיפיצירט און אויב אזוי דארף עס יא זיין געדעקט אונטער סעקשאן 1806

ראבערטס איז יא געווען מער סימאפטיש צו די נידלער ארגומענט זאגנדיג פאר אהילאן ארולאנאנטהאם אז די רעגירונג זוכט נישט צו נוצן די אינפארמאציע נאר צו בענעפיטירן פון די פריווילעגיע צוגעשטעלט אין סעקשאן 1806 און אגעווארפן די גארסוטש פשעטל זאגנדיג אז ער פארשטייט נישט ווי אזוי דאס "נישט" לאזן נוצן אינפארמאציע קען ווערן אפגעלערנט אלץ גענוצט די אינפארמאציע

קאטרינא קעראל האט רעפרעזענטירט די אגענטן און געזאגט פאר די ריכטער אז עס וואלט געווען אומאויסגעהאלטן צו קלאגן זיינע קליענטן אין די צייט וואס זיי וועלן נישט קענען נוצן די אינפארמאציע (צוליב די רעגירונג קלאסיפיקאציע) זיך צו פארטיידיגן

ריכטער אליטא איז געווען סימפאטישע דערצו און עס בעסער ערקלערט זאגנדיג אז הגע בעצמך א פאל אונטער וועלכע די געריכט ערלויבט די אונטערשטע געריכט אז זיי זאלן איבערקוקן די אינפארמאציע און דאן זאל יענע ריכטער באשליסן אז פאר זיך אז די אגענטן האבן פארלעצט די רעכטן פון די קלעגער, ווי אזוי אין די וועלט זאלן די אגענטן זיך קענען פארטיידיגן געהעריג?!

בערעט האט אויך געמאכט די זעלבע ארגומענט זאגנדיג אז אויב זאל מען נוצן דא סעקשאן 1806 באדייט עס אז די אגענטן ווערן אריינגעפירט אין געריכט מיט געבונדענע הענט און הערן אויס די קלאגעס ווי געליימטע קאטשקעס אן די מעגליכקייט אראפצושטעלן א פארטיידיגונג

ארולאנאנטהאם האט גענומען די אליטא באהויפטונג און אים עס צוריקגעשליידערט אין געזיכט זאגנדיג אז אויב איז וואר די טענה דאן דארף עס שפיגלען אין ביידע ריכטונגען און מען קען שטעלן די זעלבע פראגע ביים "נישט" לאזן א ריכטער אפילו קוקן אויף די אינפארמאציע און זיך ואונדערן ווי אזוי אין די וועלט דארפן די קלעגער קענען איבערצייגן זייער קעיס

אליטא האט פרובירט אפצוטיילן די צוויי זאגנדיג אז עס איז פארשטענדליך אז נישט אלע וועגן קענען זיין ברייט אפן פאר קלעגער צו קענען פאראויסגיין מיט קלאגעס טראץ וואס מען קען נישט בלאקירן אט די זעלבע וועגן פאר אנגעקלאגטע זיך צו פארטיידיגן

אליטא און קעווענאו האבן אויך געפונען א באזונדערע פראבלעם מיט די ניינטע סירקוט אורטייל זאגנדיג אז אין געוויסע פעלער איז די אינפארמאציע אויסנאם האקל און סענסיטיוו אז עס איז איינגעשטעלט צו צייגן אפילו פאר א פעדעראלע ריכטער

ביים ענדע פון די סעסיע האט אויסגעקוקט ווי א מאיאריטעט איז געווען סקעפטיש איבער די ניינטע קרייז געריכט אורטייל אבער עס איז געווען אומקלאר ווי אזוי גענוי זיי וואלטן פאראויסגעגאנגען ווען א טייל פון די ריכטער האבן געשיינט צוריקצושיקן די קעיס צו די נידריגע געריכט און טרעפן א וועג צו ערלויבן די קלאגעס פאראויסצוגיין און מיט דעם אלעם אויסמיידן פון דירעקט אדרעסירן די פראגע אויב סעקשאן 1806 גילט אין א פאל וואס די רעגירונג זוכט צו פארזיגלען די אינפארמאציע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די ווירוס סטימיולוס פעקל האט אנטהאלטן א פראוויזיע וועלכע פארבאט סטעיטס צו נוצן הילף געלטער און עס פארוואנדלען אין שטייער שניטן פאר די בירגער13 סטעיטס האבן געקלאגט די פעדעראלע רעגירונג אז אזא פראוויזיע איז אן אינוואזיע פון וואשינגטאן אויף סטעיט זעלבסטשטענדיגקייט מיטן אריינרעדן איבער ווי אזוי די סטעיט שטייער קאוד זאל ארבעטן
אין יולי למספרם האט דיסטריקט ריכטער פון אהייא דאגלעס קאול (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ) געאורטיילט אקעגן די פראוויזיע
אין סעפטעמבער למספרם האט דיסטריקט ריכטער פון קענטאקי גרעגארי ווען טעטנהאוו (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צוויייטער) געאורטיילט אקעגן די פראוויזיע
אצינד קומט די נייעס אז אין אלאבאמא האט דיסטריקט סקאט קוגלער (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער) אויך געאורטיילט דאס זעלבע און געשריבן אז זיין אורטייל זאל זיין גילטיג פאר אלע 13 סטעיטס וועלכע קלאגן גרייטנדיג א רייפע קעיס פארן סופרים קאורט אויב זאל די רעגירונג עס פארזעצן צו אפעלירן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג וישלח

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג אמור
די צווייטע אמענדמענט איז באקאנט צו גיבן רעכט פאר מענטשן צו באזיצן געווער און אין פארלויף פון די יארן האבן געריכטן ארויפגעשטעלט פארשידענע באגרעניצונגען איבער ווער עס איז בארעכטיגט דערצו און וועלכע סארט געווער עס שליסט איין

איין פראגע וועלכע ווערט נישט אדרעסירט אין די אמענדמענט און די העכסטע געריכט האט נאכנישט באהאנדלט איז וואו מען מעג אלץ מיטנעמען די געווער

די באקאנטע העלער סופרים קאורט פרעצעדענט באשטעטיגט די צווייטע אמענדמענט רעכט צו באזיצן געווען אבער א שפעטערע אורטייל גיבט רעכט פאר די סטעיטס צו רעגולירן די באנוץ און דאס האט געעפנט א קאנע פון ווערים אין פארעם פון פארשידנארטיגע סטעיט רעגולאציעס לענגאויס אמעריקא און געריכטליכע קאמפן איבער וועלכע רעגולאציע עס איז אויסגעהאלטן און וועלכע נישט

צום ביישפיל איז דא א דעבאטע רעגולאציעס אויף יארגאנג אדער אויף ערלויבעניש פאר איינוואוינער פון אנדערע סטעיטס אריינצוברענגן געווער אין א סטעיט וואו זיי וואוינען נישט אבער די היינטיגע קעיס איז ווי געזאגט איבער די רעכט ארויסצוטראגן געווער ברשות הרבים

ניו יארק סטעיט פארבאט פאר געווער באזיצער זיי מוציא צו זיין מרשות היחיד לרשות הרבים מיטן אויסנאם פון אזעלכע וועלכע ווערן באשטעטיגט פאר א לייסענס עס ארומצוטראגן מיט זיך

די געזעץ וועלכע איז שוין אלט 108 יאר שרייבט עס מען קען זיך ארומטראגן מיט געווער בלויז פאר א ריכטיגע צוועק און סטעיט געריכטן האבן עס אויסגעטייטשט אלץ א פארלאנג פאר באווייז פון ספעציעלע געברויך פון זעלבסט שוץ און אז די לייסענס קען נישט געגעבן ווערן פאר אלגעמיינע ניו יארקער וועלכע זוכן עס צוליב געווענליכע זעלבסט פארטיידיגונג נאויב מען קען נישט איבערצייגן צו האבן א ספעציעלע אורזאך צו זיין באזארגט פאר די אייגענע זיכערהייט

די פראגע אויב מען קען פארבאטן מיטצונעמען מיט זיך געווער ביים פארלאזן די שטוב איז שוין באהאנדלט געווארן אין א רייע סירקוט קאורטס איבערן לאנד ווען די זיבעטע און די סי קרייז געריכטן האבן געשריבן אז די רעכט מיטצוטראגן געווער מיט זיך ברשות הרבים איז אייניג שטארק מיט די רעכט עס צו באזיצן אינדערהיים אבער די ניינטע און צענטע קרייז געריכטן האבן געשריבן אז די רעכט פאר געווער איז רעזערווירט בלויז פאר מענטשן אין זייערע היימען

די דריטע און פערטע סירקוט האבן זיך אנטזאגט פון אדרעסירן די פראגע און די ערשטע און צווייטע געריכטן האבן געשריבן אז עס איז דא א רעכט מיטצונעמען געווער אינדרויסן פון שטוב אבער אז די רעכט איז א שוואכערע און מער באגרעניצט ווי די רעכט עס צו האלטן אין שטוב

די איצטיגע קעיס איז געווארן אריינגעטראגן דורך ראבערט נאש און ברענדאן קאטש וועלכע האבן זיך איינגעגעבן פאר א ניו יארקער לייסענס צו קענען ארויסטראגן די געווער פון שטוב אבער צוליב וואס זיי האבן נישט געקענט דעמאנסטרירן אז זיי האבן אן אויסערגעווענליכע גרונד צו זיין באזארגט פאר זייער זיכערהייט האט די סטעיט לייסענס אפיציר אפגעווארפן די אפליקאציע

די דיסטריקט געריכט און שפעטער די צווייטע סירקוט האבן ווי פריער דערמאנט געשריבן אז די רעכט צו קענען נוצן געווען ברשות הרבים איז באגרעניצט פאר פעלער פון ספעציעלע געברויך

נאש און קאטש אינאיינעם מיט די ניו יארק סטעיט רייפל און פיסטאל אסאסיאציע האבן גענומען זייער קעיס צום סופרים קאורט און פארלאפענע מאנטאג האט די העכסטע געריכט אקצעפטירט די קעיס

אצינד האלט מען שוין נאך די מונדליכע ארגומענטן און פאלגענד איז א שטיקל איבערבליק אויף ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען

די אדוואקאט פאר די קלעגער איז געווען דער פראמינענטער קאנסערוואטיווער אדוואקאט פאול קלעמענט וועלכע האט שוין רעפרעזענטירט א רייע באקאנטע קעיסעס אינעם העכסטן געריכט און ער האט ארויסגעברענגט אז זיך ארומטראגן מיט געווער איז א קאנסטיטוציאנאלע רעכט וועלכע קען נישט ווערן באגרעניצט מיט א רעגירונג רעגולאציע וועלכע פארלאנגט איבערצייגוגנ אז מען האט א ספעציעלע גוטע אורזאך דערצו

קלעמענט האט געבעטן די ריכטער צוריקצוקוקן אויף די היסטאריע פון גאן געזעצן און רעכטן צוריקגייענדיג צו די גרינדונג פון די פאראייניגטע שטאטן און די היסטאריע טוט קלאר אונטערשטיצן זיין באהויפטונג

ער האט אבער געזאגט אז מען זאל בלויז קוקן אויף די היסטאריע ביז די ניינצן הונדערטער יארן למספרם ווייל מען זוכט נישט בלויז צו שטודירן היסטאריע נאר ליבערשט זיך קאנצעטרירן אויף די טיילן וועלכע זענען רעלעוואנט צו פארשטיין וואס די גרונדער האבן געזוכט מיט די צווייטע אמענדמענט

קעיגען און סאטאמאיאר האבן עס אפגעווארפן זאגנדיג אז די היסטאריע פון גאן געזעצן איז רייך און פילפארבי און מען דארף יא באטראכטן די פולע בילד אריינגערעכנט פון שפעטערע געריכט באגרעניצונגען

קעיגען האט אנגעוויזן אויף די העלער אורטייל פון 2008 למספרם וועלכע האט אגרעניצט גאן צוטרירט פאר באשולדיגטע פארברעכער און גייסטיש קראנקע פרעגנדיג וויצנלדיג צו די אלע געזעצן זענען נישט געווארן באשטעטיגט אין 1920 למספרם

די ליבעראלע ריכטער האבן אויך געצווייפלט אין די שטרענגקייט וואס די ניו יארק געזעץ שטעלט פאר לויט ווי קלעמענט האט עס פארגעשטעלט

קעיגען האט אנגעוויזן אז אויב זאלן סטאטיסטיק ייגן אז די סטעיט טוט פאקטיש באשטעטיגן פילע אפליקאציעס צו קענען טראגן די געווער אין פובליק איז די בילד אינגאנצן אנדערש און אנגעדייטעט אז מעגליך זאל די געריכט צוריקשיקן די קעי צו די אונטערשטע געריכט פאר ווייטערדיגע באהאנדלונג אז זיי זאלן זיך בעסער דערגרונטעווען איבער וויפיל אזעלכע אפליקאציעס ווערן באשטעטיגט/אפגעווארפן און ערשט דערנאך זאל די סופרים קאורט באשליסן אויב זיי זאלן עס באהאנדלען

די קאנסערוואטיוון האבן מער פארשטאנען קלעמענט'ס ארגומענט אין פרינציפ אבער יא אביסל געדרוקט אויף אים איבער ווי אזוי מען זאל פראקטיש נאכגעבן זיינע פארלאנגען זייענדיג באזארגט אז איינפאך פסל'ן די געזעץ קען באדראען די זיכערהייט אין סענסיטיווע ערטער א שטייגער ווי געריכט הייזער, לופטפעלדער, און שולעס

ראבערטס האט געפרעגט פון קלעמענט אויב ער וואלט איינגעשטימט צו א פארבאט צו טראגן געווער אין יוניווערסיטעט קאמפוסן, ספארט סטאדיומס און פלעצער ווי אלקאהאל ווערט סערווירט

קלעמענט האט רעאגירט זאגנדיג אז אזעלכע פראגן דארפן אנטשידן ווערן אויף א קעי ביי קעיס פארנעם אן מען דארפ צווישן אנדערן באטראכטן אויב די ברייטע פובליק האט צוטריט אהין

קעיגען האט אריינגעפרעגט אויב מען זאל קענען אריינקומען מיט געווער אין ען וויי יו זאגנדיג אז סיי ווער קען האבן צוטריט ארום די קאמפוס, אויף וואס קלעמענט האט זיך ארויפגעכאפט זאגנדיג אז ען וויי יו האט נישט עכט קיין קאמפוס

קעווענאו האט געפרעגט קלעמענט אויב ער וועט זיין צופרידן אז ניו יארק זאל קענען פארלאנגען א מער איינפאכע טעסט בעפאר זיי גיבן א לייסעסנס אויפן זעלבן פארנעם ווי א רייע אנדערע סטעיטס וועלכע פירן דורך בעקגראונד טשעקס און פארלאנגען געווער טרענירונג און קלעמענט האט אויסגעדרוקט וויליגקייט דערצו

קעווענאו האט פארגעזעצט קלארצושטעלן אז די איינציגסטע פראגע פארנט פון די געריכט איצט איז די קאנסטיטוציאנאליטעט פון די רשות הרבים פארבאט און נישט די באזונדערע פארבאט אויף טראגן געווער אין סענסיטיווע ערטער און געפרעגט פון קלעמענט צו דאס אראפשטימען די רשות הרבים פארבאט וועט לאזן אין פלאץ די סענסיטיווע ערטער פארבאט אויף וועלכע קלעמענט האט באשטעטיגט אז זיינע קליענטן טוען אצינד בלויז קלאגן איבער די רשות הרבים פארבאט

קעווענאו האט צוגעענדיגט אז מען דארף ניש גריבלען אין די היסטאריע פון גאן געזעצן נאר מען קען אפליינען די צווייטע אמענדמענט און פארשטיין אז עס איז דא א רעכט צו פארמאגן געווערן און טראץ וואס שפעטערע היסטאריע האט צוגעטשעפעט געוויסע באגרעניצונגען איז אבער קלאר פון די טעקסט פון די אמענדמענט אז אין אלגעמיין זענען בירגער זיך פריי צו באוועגן מיט געווער אין זייער באזיץ

בארבארא אנדערוואד איז די ניו יארק סאליסיטאר דזשענעראל און האט רעפרעזענטירט די סטעיט און יא אנגעוויזן אויף די היסטאריע פון צענדליגע יארן וואס מען האט באגרעניצט געווער באזיץ ווען עס קומט צו פובליק סעיפטי און אנגעוויזן אז די ניו יארק געזעץ זיצט אין די ראמען פון אט די טראדיציע

אויך ברייען פלעכטער וועלכע איז די פעדעראלע פריניצפאל דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל איז געקומען אין נאמען פון די ביידען יוסטיץ דעפארטמענט צו נעמען די זייט פון ניו יארק און געמאכט ענליכע באמערקונגען

ראבערטס האט זיי געצימבלט אויף די ציפערן וועלכע צייגן אז ניו יארק באשטעטיגט לייסענסעס אויף א העכערע ראטע אין שוואך באוואוינטערע געגנטער צוליב די ערווארטונג אז דארט שאפן זיך זעלטענער קאנפליקטן און זענען ווייניגער באזארגט אז די געווער וועט גענוצט ווערן

ראבערט האט געזאגט פאר אנדערוואד אז די העלער פרעצעדענט שטיצט אונטער די רעכט פאר געווער באנוץ צוליב זעלבסט פארטיידיגונג און אויסגעפירט מיט וואונדער צו די נויט פאר זעלבסט פארטיידיגונג איז דען נישט גרעסער דוקא אין אזלעכע געגנטער וואס זענען געדיכטער באוואוינט און שיסערייען פאסירן אפטער?!

אנדערוואד האט פרובירט צו גיבן א נישט ענטפער זאגנדיג אז ניו יארק באשוצט די רעכט פאר זעלבסט פארטיידיגונג אבער וויל גלייכצייטיג אדרעסירן פובליק סעיפטי, אויף וואס ראבערט האט צוריקגעווארפן זאגנדיג אז ער פארשטייט רעגולאציעס צו פארבאטן געווער אין א פובליק סטאדיום אבערווידערהאלט אז עס איז וויכטיגער זיך צו קענען פארטיידיגן אין א מער קרימינאלע געגנט און אויסגעפירט מיט וואונדער "וויפיל איבערפעלער פאסירן אין ליידיגע וועלדער?"

טאמאס האט איבערגענומען די פראגע פון באוואוינטע און ליידיגע געגנטער פרעגנדיג ווי אוי ניו יארק באשליסט איבער דעם און ווי שטארק רורעל א געגנט דארף זיין צו קענען באקומען דארט א לייסענס

אנדערוואד האט געענטפערט אז עס איז נישטא א קלארעליניע איבער דעם אבער אין אלגעמיין וועלן לייסענס לייכטער געגעבן ווערן אין שוואך באוואוינטע געגנטער

טאמאס האט אויף דעם אנגעוויזן אז ראבערט נאש וועלכע איז איינע פון די צוויי קלעגער וואוינט אין א היבש שוואך באווואינטע געגענט און איז געווארן אפגעזאגט

אליטא האט מער ספעציפיש קריטיקירט די פארלאנג פאר א קלארע איבערצייגונג פון וויכטיגע געברויך פאר זעלבסט פארטיידיגונג נוצנדיג א ביישפיל פון געווענליכע מאנהעטען ארבעטער ווי קראנקן שוועסטער, דישוואשער, און געביידע וועכטער וועכלע האבן נישט קיין קרימינאלע רעקארדס אבער דארפן צוקומען צו פובליק טראנספארטאציע און פון די לצעטע סטאנציע אהיימשפאצירן צו זייערע היימען דורכשפרייזנדיג קרינימאל געפלאגטע געגנטער ווי פילע ווערן אטאקירט און בארויבט
אליטא האט געהאמערט: איז זייער נישט קענען באקומען א לייסעסנס אין איינקלאנג מיט די רעכט פאר זעלבסט פארטיידיגונג

קעווענאו האט נאכגעפאלגט מיט ענליכע ווערטער פרעגנדיג פארוואס איז נישט גענוג דאס וואוינען אין א קרימינאל געפלאגטע געגנט צו באפרידיגן די וויכטיגע געברויך צו טראגן געווער?

אנדערוואד האט געענטפערט אז יעדע פארלאנגע ווערן גרונטליך באטראכט דורך א לייסענסיג אפיציר וועכלע נעמט אין רעכענונג אלע אומשטענדן ארום

אבער קעווענאו האט פארפירט אז די פאקט אז יענע אפיציר איז דער וועלכע באשליסט אויף די פארלאנג באדייט אז מען טרעט אויף די קלארע קאנסטיטוציאנאלע רעכט פונעם אפליקאנט

ראבערטס האט געפרעגט ענליכס פון פלעכטער זאגנדיג אז קאנסטיטוציאנאלע רעכט באדייט אז די ביזט פולשטענדיג בארעכטיגט דערצו און אויב עימיצער וויל עס צונעמען פון דיר דאן דארף עס יענער בארעכטיגן און אויפווייזן ווי אזוי ער קען עס טון, טא פארוואס אין די פאל דארף דער אפליקאנט איבערצייגן זיין געברויך און דאן לאזן דעם אפיציר פאסן א באשלוס

פלעכטער האט רעאגירט זאגנדיג אז טאקע דאס איז די פראגע אין די קעיס, אויב די קאנסטיטוציע ערלויבט פאר אלעמען צו טראגן געווער אין רשות הרבים אן איבערצייגן א ספעציעלע געברויך דערפאר

ראבערטס איז נישט געווען צופרידן זאגנדיג אז אפגעזעהן אויב עס איז א גלאט קאנסטיטוציאנאלע רעכט אדער א רעכט אזוי ווי די ערשטע אמענדמענט רעכט וועלכע קומט מיט א רייע באגרעניצונגען איז עס נאכאלץ שווער צו זעהן אז עס זאל זיין געוואנדן אין א פערמיט סיסטעם

צום שלוס האט אויסגעקוקט ווי א מאיאריטעט איז גענויגט אראפצושטימען די ניו יארק געזעץ אבער עס קען מעגליך זיין אויף א שמאלע וועג באגרעניצט צו פסל'ן בלויז די ניו יארקע סארט באגרעניצונג צו פארלאנגען א לייסענס וואו מען דארף איבערצייגן א ספעציעלע געברויך אבער די ריכטער קענען מעגליך איבערלאזן ברייטערע פראגן איבער די אויסשליסליכע רעכט צו טראגן געווער אין פובליק פאר א שפעטערע געלעגנהייט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

H&M איז א שוועדישע גאר באקאנטע נאציאנאלע קליידונג ריטעילער און איז אין אפריל 2016 למספרם געווארן אנגעקלאגט דורך יוניקאלערס פארן פארלעצן זייערע קאפירייט רעכטן

יוניקאלערס איז א קאליפארניע באזירטע פאבריק דעזיין פירמע מיט א לאנגיעריגע היסטאריע פון קלאגן מערערע פירמעס מיט קאפירייט פארלעצונגען אריינגערעכנט אזעלכע ריזן ווי עמעזאן, JC פעני, וואלמארט און נאך

אין די איצטיגע קעיס קריגן זיך די צוויי זייטן ביטערליך איבער וואס די פראגן אין די קעיס זענען און וואס די ריכטער זאלן באהאנדלען

יוניקאלערס האט אום פעברואר 2014 למספרם ערהאלטן באשטעטיגונג פאר די קאפירייט נאכן רעגיסטרירן אן איינצלנע פיילינג פאר 31 סארט מוסטערן און אנגעגעבן אז אלע 31 מוסטערן זענען געווארן פובליצירט אין די זעלבע צייט אויף די דאטום פון יונואר 5 2011 למספרם

א צייט שפעטער האט H&M ארויסגעשטעלט אן אנצוג און שעסל מיט א מוסטער ענליך צו איינע פון די 31 מוסטערן פון יוניקאלערס און ווי געזאגט האט יוניקאלערס זיי געקלאגט איבער דעם

לויט די געזעץ קען מען נישט איינשליסן מערערע מוסטערן אין איין גרויסע פיילינג (עפעס וואס פיילער זוכן צו טוהן זיך צו שפארן געלט) סיידן אלע פון די מוסטערן ווערן פובליצירט אין די זעלבע צייט

די טענות פון H&M איז באשטאנען פון א פארלאנג צו פסל'ן די פולע קאפירייט רעגיסטראציע צוליב וואס די פירמע האט פארפירט די קאפירייט אפיס מיטן אנגעבן אז זי האט פובליצירט "אלע" 31 מוסטערן אין די זעלבע צייט צייט

אויך האבן זיי גע'טענה'ט אז די 31 מוסטערן זענען געווען אזוי פארשידנארטיג און נישט ענליך איינע צום צווייטן אז עס איז נישט געווען אויסגעהאלטן זיי אלע צו פיילן אין אן איינצלנע פיילינג כללי

יוניקאלערס האט געזאגט אז די פיילינג פון אלע 31 איז יא געווען איין גרויס פיילינג און אויסגעהאלטן אבער H&M האט פארפירט אז יוניקאלערס האט פארקויפט טייל פון די 31 געוויסע פאר פירמעס און שפעטער אנדערע פון פון די 31 פאר אנדערע פירמעס וואס דאס איבערצייגט אז די מוסטערן זענען נישט איין פעקל ענליכע מוסטערן און בכלל נישט געווען פובליצירט אין די זעלבע צייט נאר טייל פון זיי זענען געוויזן געווארן פאר א געקליבענע צאהל פאטענציאלע קונדן אבער נישט געווען עוועילעבל פארן ברייטן פובליק און צוליב דעם קען מען עס נישט פיילן אויף איינמאל

אין פאקט זענען צו ערשט בלויז טייל פון די מוסטערן ארויסגעשטעלט געווארן אין זייער שאו רום אבער לויט יוניקאלערס זענען שפעטער אין טאג די איבריגע געווארן פובליצירט באיזה אופן

אינעם דיסטריקט געריכט האט H&M פארלוירן ווען די דזשורי האט אין דעצעמבער 2017 למספרם געפונען אז זיי האבן פארלעצט די קאפירייטס פון יוניקאלערס און אז די קאפירייט אפליקאציע איז יא געווען אויסגעהאלטן און פארארדנט H&M צו פארגיטיגן יוניקאלערס מיט 846,720 דאלער

די אורטייל פונעם דיסטריקט געריכט האט געלויטעט אז
1) יוניקאלערס איז געווען אויפריכטיג ביים פובליצירן די אלע מוסטערן אין איין גרויסע פיילינג
2) אפילו אויב מען זאל אננעמען אז עס איז נישט געווען בארעכטיגט פאר איין גרויסע פיילינג איז עס א לעגאלע פראגע מיט א יורידישע באשלוס און יוניקאלערס האט נישט געמוזט וויסן אז דאס איז טאקע די געזעץ

באזירט אויף דעם קען מען נישט באצייכענען זייער "איין פיילינג" דעקלעראציע אלץ פאלשע אינפארמאציע ווייל לויט די געזעץ פסל'ט מען נישט קיין אפליקאציעס פאר רוטינע גרייזן וועלכע זענען פארשטענדליך ולא נתנה החוק למלאכי השרת און בלויז בייזוויליגע פאלשע אינפארמאציע פסלן'ן אפליקאציעס און H&M דארף אויפווייזן אז יוניקאלער האט בייזוויליג פארפירט די קאפירייט רעדזשיסטער אפיס

H&M האט עס אפעלירט צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט אנגענומען די טענות אין צוריקגעשיקט די קעיס צום אונטערשטן געריכט מיט א פארארדענונג אז זיי זאלן עס צוריקשיקן צום קאפירייט רעדזשיסטער פאר איבערזיכט

(די קאפירייט געזעץ לויטעט אז ווען א קלעגער ברענגט א באקלאגעניש אז א געוויסע קאפירייט איז נישט ריכטיג געווארן געפיילט/באשטעטיגט און די געריכט אנערקענט די טענה אלץ ערנסט דארפן זיי עס צושיקן די קאפירייט רעדזשיסטער וועלכע האט רעגיסטרירט די מוסטער/אינציאטיוו און אויב זיי שטימען איין אז עס האט א פסול ווערט די קאפירייט ווערדלאז)

די ניינטע קרייז געריכט האט אפגעווארפן ביידע באשלוסן פון די דיסטריקט געריכט און געקומען צום אויספיר אז
1)די אינפארמאציע איז יא געווען אומריכטיג ווייל עס איז נישט געווארן פובליצירט בבת אחת צוליב דעם אומבארעכטיגט צו איין גרויסע פיילינג 2) אז עס איז אזוי אומריכטיג צו טענה'ן אז טראץ וואס נישט אלע מוסטערן זענען געווען אויסגעשטעלט אינעם שאו רום הייסט עס נאך אלץ איין גרויסע גרופע פון מוסטערן פובליצירט אין די זעלבע צייט און דאס קען נישט ווערן באצייכנט אלץ רוטינע גרייזן וועלכע זענען פארשטענדליך און אז "אומפארשטענדליכע גרייזן" וועלכע קענען נישט ווערן געהעריג ערקלערט איז גענוג צו פסל'ן אן אפליקאציע און עס פאדערט זיך נישט פון H&M צו איבערצייגן אז יוניקאלערס האט בייזוויליג ליגן געזאגט אין די אפליקאציע

יוניקאלערס האט אפעלירט די באשלוס צום סופרים קאורט און אנגעוויזן אז לויט פריערדיגע פרעצעדענט פונעם ניינטן קרייז געריכט און אזוי אויך איז די שטעלונג פון א רייע אנדערע געריכטן ווי די עלפטע קרייז געריכט אז לויט די געזעץ קען מען בלויז פסל'ן א רעגיסטרירטע קאפי רעכט אויב דער אפליקאנט האט בייזוויליג אריינגעשריבן אומריכטיגע אינפארמאציע צו פארנארן די אפיס און ארויסווישן א באשטעטיגונג וועלכע זיי וואלטן נישט געגעבן אן די פאלשע אינפארמאציע אבער אינעם איצטיגן פאל זאגן זיי קלאר איז לכל היותר געווען א גרייז צוליב וואס יוניקאלערס האט נישט אויסגעטייטשט די פארלאנגען פון אן איינצלנע פיילינג אזוי שטרענג ווי עס פארלאנגט די ניינטע קרייז געריכט פאנעל

ווי עס איז די שטייגער פון די סופרים קאורט צו בעפארצוגן קעיסעס פון קרייז געריכט קאנפליקטן האבן זיי אקצעפטירט די קעיס

אבער ווען עס איז געקומען די צייט פאר די צוויי זייטן פארצושטעלן זייער קעיס שריפטליך האט יוניקאלערס רעקרוטירט א נייע גרופע אדוואקאטן און אנשטאט באקעמפן די הנחה פון די ניינטע קרייז פאנעל אז H&M דארף נישט איבערצייגן אז יוניקאלערס האט בכוונה געזוכט "אויסצונארן" די קאפירייט אפיס האבן זיי זיך קאנצעטרירט איבער די שטעלונג פון די ניינטע קרייז פאנעל אז עס איז גענוג פאר אן אומערקלערבארע גרייז אין די אפליקאציע עס צו פסל'ן (אפילו אן קלארע באווייז אז יוניקאלערס האט פאקטיש געוואוסט אז עס איז אומריכטיג) ) אבער געשריבן פארן סופרים קאורט אז די סטאנדארט פון "אומפארשטענדליכע גרייז באדייט אז עס איז אזוי אומפארשטענדליך אז עס איז קלאר אז דער אפליקאנט האט "געוואוסט פון די גרייז" אבער אין דעם פאל זינט עס איז נישט געווען אן עראר אין פאקטן נאר ליבערשט א פארשטענדליכע גרייז צוליב וואס די פירמע האט נישט געוואוסט ווי אזוי אפצולערנען די באדייט פון "פובליצירן בבת אחת" כהבנת די ניינטע קרייז פאנעל איז נישטא קיין באווייז אז יונקאלערס האט "געוואוסט" אז זיי גרייזן און צוליב דעם הייסט עס יא א "פארשטענדליכע גרייז"

H&M האט זיך גיך צוגעכאפט צו די טויש און אין זייער קאנטער ארגומענט פארלאנגען זיי אז געריכט זאל ארויסווארפן די גאנצע קעיס צוליב וואס יוניקאלערס שפילט אויס די סופרים קאורט

זיי טענה'ן אז מען זעהט קלאר אז יוניקאלערס איז קאנצעטרירט אין זייער ארגומענט בלויז אויפצואווייזן אז "עס הייסט יא א פארשטענדליכע גרייז" זינט מען דארף איבערצייגן אז "זיי האבן געוואוסט" אז עס איז א גרייז (אנשטאט טענה'ן אז אפילו אן אומפארשטענליכע גרייז איז נישט גענוג און בלויז בייזוויליגע פאלשע אינפארמאציע קען פסל'ן) און דערמיט זוכן זיי צו באקומען אן אורטייל פונעם סופרים קאורט אז אפילו אויב (די ניינטע קרייז פאנעל איז גערעכט און) אן "אומפארשטענדליכע גרייז" איז גענוג צו פסל'ן אן אפליקאציע און עס פעלט נישט אויס באווייז פון בייזוויליג פארפירן די אפיס זאלזיך אבער פארלאנגען באווייז אז זיי האבן כאטש געוואסט אז עס איז א גרייז

טענה'ט H&M אז יוניקאלערס האט געוואוסט אז עס מוז נישט זיין אז די סופרים קאורט וואלט אקצעפטירט אזא פראגע (צו די ספעציפישע גרייז הייסט יא פארשטענדליך צוליב מאנגל אין באווייז אז זיי האבן געוואסט אז עס איז א גרייז) און דעריבער האבן זיי נישט גענוצט אט די פראגע ביים בעטן אז די געריכט זאל אקצעפטירן די קעיס נאר דאן געזאגט פארן געריכט אז זיי זוכן איבערצודרייען די גאנצע הנחה פון די ניינטע קרייז פאנעל און אז די געריכט זאל נעמען די שטעלונג פונעם עלפטן קרייז געריכט אז צו פסל'ן אן אפליקאציע איז אפילו אן "אומפארשטענדליכע גרייז" נישט גענוג און באווייז אז מען האט געוואוסט פונעם גרייז איז נישט גענוג נאר נאר מען דארף איבערצייגן אז דער אפליקאנט האט געזוכט בייזוויליג צו פארפירן די קאפירייט אפיס

זיי פירן אויס אז ביים בעטן פאר א גרענט איז יוניקאלערס געגאנגען מיט די פראגע צו עס פעלט אויס בייזווייליגע ליגן צוליב וואס אויף דעם איז דא א קרייז געריכט שפאלט וועלכע די געריכט טוט נאטורליך לייכטער אננעמען אבער איינמאל די געריכט האט עס אקצעפטירט ווילן די אדוואקאטן ארויסבאקומען א שטארקערע אורטייל אז אפילו אויב די ניינטע קרייז פאנעל איז גערעכט אז עס פעלט נישט אויס קיין באווייז אויף ליגן איז אזא פאל פאררעכנט אלץ פארשטענדליכע גרייז צוליב מאנגל אין באווייז אז זייה האבן געוואוסט אז עס איז א גרייז

באזונדער שרייען זיי אז וויבאלד די פראגע (צו מען מוז אויפווייזן אז יוניקלארעס האט פאקטיש געוואוסט פונעם גרייז) איז נישט געווארן געהעריג דעבאטירט און אויסגעקנאטן אינן די אונטערשטע געריכטן ווי די דיסטריקט און סירקוט קאורט האבן בעיקר זיך געראנגלט אויף די פראגע צו מען דארף איבערצייגן אז דער אפליקאנט האט בייזוויליג פארפירט די אפיס, דעריבער איז די ערשטע פראגע וועלכע יוניקאלרעס האט אריינגעצוואונגען די ריכטער אויסצוהערן נאכך רוי און נישט גרייט פאר פריים טיים און די סופרים קאורט דארף ערלויבן אז די אונטערשטע געריטן זאלן עס באהאנדלען איידער זיי נעמען זיך דערצו

געוויסע אויסגעצייכנטע סופרים קאורט עקספערן האבן ערווארטעט אז ווען די געריכט וועט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן וועט גיין פייער פון די באלאטעס איבער די פראגע צו די געריכט איז טאקע געווארן אריינגענארט און צו זאלן בכלל באהאנדלען די פראגע וועלכע יוניקאלערס האט זיי איבערגעקלוגט און אריינגערוקט איבערהיפנדיג פון עס פארשטעלן ביים פארלאנגען אז די געריכט זאל זיי אויסהערן אדער זאלן זיי עס צוליב דעם ארויסווארפן אינגאנצן

ווען עס איז אבער געקומען למעשה זענען די אויבנדערמאנטע עקספערטן געכאפט געווארן אין סורפרייז ווען די ריכטער זענען געווען גאנץ סקעפטיש איבער די באקלאגעניש און יא גענומען די ריכטונג אז איינמאל מען באהאנדלט שוין די קעיס זאל שוין זיין געמאכט און זיך יא קאנצעטרירט אויף די פאקטישע ארגומענטן אן דעבאטע איבער די אפעלאט אויפן ניינטן קרייז פאנעל

ריכטער אליטא האט יא אויסגעקוקט אביסל בייז אויף די שטיק פון יוניקאלערס איבערצוקלוגן די געריכט און ריכטער טאמאס האט אויך געפרעגט איבער דעם אבער אין אלגעמיין איז די אטמאספערע געווען אז את מה שנעשה אין להשיב און אז מען זאל זיך נישט צופיל שטעלן דערויף

ריכטערין קעיגען האט געזאגט אז זי זעהט נישט אזא דראמאטישע טויש אין די פון די פעטיציע (אז בלויז באווייז אויף בייזוויליג פארפירן די געריכט איז גענוג) ביז די שריפטליכע ארגומענטן (אז באווייז אז מען האט האט געוואוסט אז די אינפארמאציע איז גרייזיגזאל זיך אויספעלן) און אז די דיפערענץ איז גענוג דקות'דיג נישט צו מאכן קיין עסק דערפון

ריכטער קעווענאו האט אויך באצייכנט די טענה אלץ אומאיבערצייגנד ספעציעל אלץ אן אויסרייד זיך ארויסצודרייען פון באהאנדלען א גאר וויכטיג פראגע מיט שריפטליכע ארגומענטן פון ביידע זייטן גוט אונטערגעבעט און קלאר אויסגעשמועסט

אויך ריכטער ברייער האט אנערקענט אז די קעיס איז למעשה פארנט פון די ריכטער און צוליב דעם איז פאסיג אז די געריכט זאל עס באהאנדלען

אריבער צו די פראגע זעלבסט פארנט פון די ריכטער אויב עס פאדערט זיך פון H&M צו איבערצייגן אז יוניקאלערס האט "פאקטיש געוואוסט" אז די אינפארמאציע איז גרייזיג עס צו קענען באצייכענען אלץ אומפארשטענדליכע גרייז אדער איז גענוג אדער איז איז גענוג צו איבערצייגן אז עס איז אזא שטארקע גרייז "אז עס איז אומפארשטענדליך צו זאגן אז דער אפליקאנט האט נישט געוואוסט דערפון"

די דאמינירנדע שטימונג אין געריכט זאל האט אויסגעקוקט צו זיין מער גונסטיג פאר יוניקאלערס ווען די ריכטער האבן אויסגעדרוקט זארג אויב זיי גיבן רעכט פאר H&M וועט עס מאכן צי לייכט פאר קאפירייט פארלעצער זיך ארויסצודרייען פון קאנסקווענצן אויף זייערע שריט

די קלארסטע סטעיטמענטס זענען געקומען פון ריכטער קעווענאו, גארסוטש און ראבערטס

קעווענאו צום ביישפיל האט געזאגט אז אויב זאל ער גיין מיט H&M וועט עס פירן אז קאפירייט אייגנטומער וועלכע זאגן נישט קיין ליגן נאר זענען בלויז אביסל צומישט איבער געוויסע לעגאלע רעגולאציעס און פארלאנגען וועלן אויסשטיין צו פארלירן אסאך געלט און אין די דאזיגע פאל האנדלט זיך עס פון הונדערטער טויזנטער דאלארן אין אנטשעדיגונג

ווען די אדוואקט פון H&M, פיטער סטריס, האט געענטפערט אז קאפירייט אפליקאנטן קענען לייכט באקומען קלארע אינסטרוקציעס און ראט פון די קאפירייט אפיס וויאזוי אויסצופולן די אפליקאציעס ווי עס באדארף צו זיין האט גארסוטש עס אוועקגעמאכט און געזאגט אז אסאך האלטן אז דאס איז א קאמפליצירטע פראצעדור און עס זענען פארהאן אומצאליגע וויכטיגע פראגן וועלכע קיין לעבעדיגע בשר ודם קען פילייכט נישט קלאר פארשטיין די גאנצע קאפיטל פון קאפירייט געזעצן
ער האט אויסגעפירט אז ווען עס קומט צו געזעצן מיט אזעלכע אנגעשטרענגטע און קאמפליצירטע רעגולאציעס קען מען נישט ארויפשפרונגען אויף יעדע קליינע פארנאכלעסיגטע אפליקאציע עראר

אויב איז עס נישט גענוג געווען פאר סטריס האט נאך ראבערטס צוגעגעבן זאלץ צו די וואונדן און אויך רעאגירט אויף זיין טענה אז אז אפליקאנטן קענען באקומען קלארע ראט ווי אזוי אויסצופולן דעם דאקומענט

ראבערטס האט אים געענטפערט אז די סיסטעם איז געמאכט געווארן צו ערמעגליכן פאר אפליקאנטן עס אליין אויסצופולן און ווען עימיצער קלערט אז ער איז אויפגעקומען און ערצייגט עפעס וואס איז בארעכטיגט צו באקומען קאפירייט זאל ער נישט מוזן אויפנעמען א גרויסע געזעץ פירמע וועלכע זאל אים באגלייטן און לערנען ווי אזוי זיך אומצוגיין

קעווענאו האט שפעטער געפרעגט פון סטריס אויב ער וואלט איינגעגאנגען אויף א פשרה אורטייל וועלכע זאל פסל'ן אפליקאציעס אויב די גרייז איז אומפארשטענדליך אבער בלויז אויב די אומפארשטענדליכקייט פון די גרייז איז אזוי שטארק אז עס טוט שרייט ארויס אז דער אפליקאנט האט פיין געוואוסט אז עס איז א גרייז און אומריכטיג

קעווענאו האט געוואלט הערן פון סטריס אויב ער וואלט געווען צופרידן מיט אזא בריק צוזאמצוברענגן די צוויי זייטן און כאטש שענקן פאר זיין קליענט א האלבע פונעם טארט

די איינציגסטע וועלכע האט יא ארויסגעוויזן היבשע סקעפטיציזם אין יוניקאלערס שטעלונג איז געווען ריכטערין סאטאמאיאר וועלכע האט אויסגעדרוקט זארג איבער די פארמערונג פון וואס זי באצייכנט אלץ "טראלס" (א טערמין ברייט באנוצט אויף אייוועלט) וועלכע קלויבן צוזאם מערערע קעיסעס פון מעגליכע קאפירייט פארלעצונגען און פארפלייצן די געריכט מיט טויזנטער אזעלכע קעיסעס און א שיינע פראצענט פון אנגעקלאגטע פאלן דערפאר און קאמפענצאסירן ד קלעגער אינדרויסן פון געריכט צו פארמיידן לענגערע פארצווייגטע געריכט קאמפן

זי האט געטיילט מיטן פינגער אויף יוניקאלערס וועלכע איז אן קיין צווייפל א מולטי קאפירייט קלעגער וועלכע רייסט ארויס געלט פון גאר אסאך ריטעילערס

סאטאמאיאר האט קלארגעשטעלט אז זי באצייכנט נישט יונקאלערס אלץ א טראל אבער אויסגעדרוקט אירזא זארגן מיט טראלס אין אלגעמיין..

איבער די פראגע פארנט פונעם געריכט זאגט די ריכטערין אז זי וויל ארויסהאבן א וועג ווי אזוי מען קען פונאנדערשיידן צווישן אן עכט אויפריכטיגע גרייז פאיבער א געזעץ און א פאל פון א סאפיסטיקירטע פארטיי/פירמע וועלכע פארגינט זיך גרינג צו באראטן מיט געניטע אדוואקאטן באגייט א גרייז וועלכע וואלט לייכט געקענט איבערגעקוקט און פארראכטן ווערן איידער מען שיקט אריין די אפליקאציע

אין אנדערע ווערטער איז זי נישט אזו באקוועם צו גיין בלינדערהייט מיט די הנחה אז מען דארף פארשטיין קלענערע פיילער וועלכע קענען זיך נישט אויס און ערלויבן זיך נישט קיין אדוואקאטן ווייל אזאנס וואלט אויטאמאטיש באשוצט גרעסערע פירמעס וועמענס אדוואקאטן וועלן אויך אויסנוצן די זעלבע זכות און אומשולדיגע גרייז אויסרייד

די איבריגע ריכטער האבן זיך אבער מער געקימערט צו באשוצן דעם קליינעם מאן וועלכע פארמאגט נישט קיין אדוואקאטן און ווינציגער איבער די "טראל" ערשיינונג

דער איינציגסטער אנדערער ריכטער צו ערווענען די טראל פראבלעם איז געווען ריכטער ברייער און אפילו ער איז אויך נישט געווען גאר צוטראגן איבער די פראבלעם נאר זיין הויפט זארג איז געווען ענליך צו די איבריגע ריכטער און ער האט געוואלט וויסן ווי אזוי מען קען באשוצן "דזשאו סמיט וועלכע זיצט שוין אין זיין קעלער פאר פערציג יאר באשרייבנדיג די היסטאריע און לעבן און שאפן פון זיין שטוב באשעפעניש

ווי אלעמאל קען מען נישט פאראויסשאצן אויף זיכער וועלכע ריכטונג די געריכט וועט נעמען ביים שרייבן זייער אורטייל אבער אויב ריכטער קעווענאו וועט שרייבן די אורטייל זאל עס קיינעם נישט איבערראשן און אזוי אויך זענען דא שאנסן אז די געריכט זאל צוריקשיקן -די פראגע צו מען מוז איבערצייגן אז דער אפליקאנט האט פאקטיש געוואוסט פונעם גרייז- צו די נידריגע געריכטן
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

איין ווארט: WOW!

מתוק מדבש אוואו אלעמאל, א ריזן דאנק!

אינטערעסאנט פארוואס יוניקאלערס מאכט זיך משוגע פאר 800k, די ליגעל קאסטן זענען שוין פיל מער לכאורה
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”