נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די אנקלאגע דורך טעקסאס אקעגן די פעדעראלע מאסק מאנדאט אין לופטפעלדער און פליגער האט געלאנדעט אויפן טישל פון דיסטריקט ריכטער ריעד א'קאנאר נאמינירט דורך פרעזידענט בוש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופים קאורט איז איינגעגאנגען אויסצוהערן אינעם קומענדיגן טערמין א קלאגע דורך א קאלאראדא וועב דעזיינער וועלכע זוכט צו פארטייידגן זיין רעכט נישט צו סערווירן געמיינע צערעמאניעס
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

GEORGIA: JUST IN: A jury found the three white men, sentenced to life for the murder of Ahmaud Arbery, guilty of federal hate crimes for violating his civil rights and targeting him because he was Black
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:H&M איז א שוועדישע גאר באקאנטע נאציאנאלע קליידונג ריטעילער און איז אין אפריל 2016 למספרם געווארן אנגעקלאגט דורך יוניקאלערס פארן פארלעצן זייערע קאפירייט רעכטן

יוניקאלערס איז א קאליפארניע באזירטע פאבריק דעזיין פירמע מיט א לאנגיעריגע היסטאריע פון קלאגן מערערע פירמעס מיט קאפירייט פארלעצונגען אריינגערעכנט אזעלכע ריזן ווי עמעזאן, JC פעני, וואלמארט און נאך

אין די איצטיגע קעיס קריגן זיך די צוויי זייטן ביטערליך איבער וואס די פראגן אין די קעיס זענען און וואס די ריכטער זאלן באהאנדלען

יוניקאלערס האט אום פעברואר 2014 למספרם ערהאלטן באשטעטיגונג פאר די קאפירייט נאכן רעגיסטרירן אן איינצלנע פיילינג פאר 31 סארט מוסטערן און אנגעגעבן אז אלע 31 מוסטערן זענען געווארן פובליצירט אין די זעלבע צייט אויף די דאטום פון יונואר 5 2011 למספרם

א צייט שפעטער האט H&M ארויסגעשטעלט אן אנצוג און שעסל מיט א מוסטער ענליך צו איינע פון די 31 מוסטערן פון יוניקאלערס און ווי געזאגט האט יוניקאלערס זיי געקלאגט איבער דעם

לויט די געזעץ קען מען נישט איינשליסן מערערע מוסטערן אין איין גרויסע פיילינג (עפעס וואס פיילער זוכן צו טוהן זיך צו שפארן געלט) סיידן אלע פון די מוסטערן ווערן פובליצירט אין די זעלבע צייט

די טענות פון H&M איז באשטאנען פון א פארלאנג צו פסל'ן די פולע קאפירייט רעגיסטראציע צוליב וואס די פירמע האט פארפירט די קאפירייט אפיס מיטן אנגעבן אז זי האט פובליצירט "אלע" 31 מוסטערן אין די זעלבע צייט צייט

אויך האבן זיי גע'טענה'ט אז די 31 מוסטערן זענען געווען אזוי פארשידנארטיג און נישט ענליך איינע צום צווייטן אז עס איז נישט געווען אויסגעהאלטן זיי אלע צו פיילן אין אן איינצלנע פיילינג כללי

יוניקאלערס האט געזאגט אז די פיילינג פון אלע 31 איז יא געווען איין גרויס פיילינג און אויסגעהאלטן אבער H&M האט פארפירט אז יוניקאלערס האט פארקויפט טייל פון די 31 געוויסע פאר פירמעס און שפעטער אנדערע פון פון די 31 פאר אנדערע פירמעס וואס דאס איבערצייגט אז די מוסטערן זענען נישט איין פעקל ענליכע מוסטערן און בכלל נישט געווען פובליצירט אין די זעלבע צייט נאר טייל פון זיי זענען געוויזן געווארן פאר א געקליבענע צאהל פאטענציאלע קונדן אבער נישט געווען עוועילעבל פארן ברייטן פובליק און צוליב דעם קען מען עס נישט פיילן אויף איינמאל

אין פאקט זענען צו ערשט בלויז טייל פון די מוסטערן ארויסגעשטעלט געווארן אין זייער שאו רום אבער לויט יוניקאלערס זענען שפעטער אין טאג די איבריגע געווארן פובליצירט באיזה אופן

אינעם דיסטריקט געריכט האט H&M פארלוירן ווען די דזשורי האט אין דעצעמבער 2017 למספרם געפונען אז זיי האבן פארלעצט די קאפירייטס פון יוניקאלערס און אז די קאפירייט אפליקאציע איז יא געווען אויסגעהאלטן און פארארדנט H&M צו פארגיטיגן יוניקאלערס מיט 846,720 דאלער

די אורטייל פונעם דיסטריקט געריכט האט געלויטעט אז
1) יוניקאלערס איז געווען אויפריכטיג ביים פובליצירן די אלע מוסטערן אין איין גרויסע פיילינג
2) אפילו אויב מען זאל אננעמען אז עס איז נישט געווען בארעכטיגט פאר איין גרויסע פיילינג איז עס א לעגאלע פראגע מיט א יורידישע באשלוס און יוניקאלערס האט נישט געמוזט וויסן אז דאס איז טאקע די געזעץ

באזירט אויף דעם קען מען נישט באצייכענען זייער "איין פיילינג" דעקלעראציע אלץ פאלשע אינפארמאציע ווייל לויט די געזעץ פסל'ט מען נישט קיין אפליקאציעס פאר רוטינע גרייזן וועלכע זענען פארשטענדליך ולא נתנה החוק למלאכי השרת און בלויז בייזוויליגע פאלשע אינפארמאציע פסלן'ן אפליקאציעס און H&M דארף אויפווייזן אז יוניקאלער האט בייזוויליג פארפירט די קאפירייט רעדזשיסטער אפיס

H&M האט עס אפעלירט צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט אנגענומען די טענות אין צוריקגעשיקט די קעיס צום אונטערשטן געריכט מיט א פארארדענונג אז זיי זאלן עס צוריקשיקן צום קאפירייט רעדזשיסטער פאר איבערזיכט

(די קאפירייט געזעץ לויטעט אז ווען א קלעגער ברענגט א באקלאגעניש אז א געוויסע קאפירייט איז נישט ריכטיג געווארן געפיילט/באשטעטיגט און די געריכט אנערקענט די טענה אלץ ערנסט דארפן זיי עס צושיקן די קאפירייט רעדזשיסטער וועלכע האט רעגיסטרירט די מוסטער/אינציאטיוו און אויב זיי שטימען איין אז עס האט א פסול ווערט די קאפירייט ווערדלאז)

די ניינטע קרייז געריכט האט אפגעווארפן ביידע באשלוסן פון די דיסטריקט געריכט און געקומען צום אויספיר אז
1)די אינפארמאציע איז יא געווען אומריכטיג ווייל עס איז נישט געווארן פובליצירט בבת אחת צוליב דעם אומבארעכטיגט צו איין גרויסע פיילינג 2) אז עס איז אזוי אומריכטיג צו טענה'ן אז טראץ וואס נישט אלע מוסטערן זענען געווען אויסגעשטעלט אינעם שאו רום הייסט עס נאך אלץ איין גרויסע גרופע פון מוסטערן פובליצירט אין די זעלבע צייט און דאס קען נישט ווערן באצייכנט אלץ רוטינע גרייזן וועלכע זענען פארשטענדליך און אז "אומפארשטענדליכע גרייזן" וועלכע קענען נישט ווערן געהעריג ערקלערט איז גענוג צו פסל'ן אן אפליקאציע און עס פאדערט זיך נישט פון H&M צו איבערצייגן אז יוניקאלערס האט בייזוויליג ליגן געזאגט אין די אפליקאציע

יוניקאלערס האט אפעלירט די באשלוס צום סופרים קאורט און אנגעוויזן אז לויט פריערדיגע פרעצעדענט פונעם ניינטן קרייז געריכט און אזוי אויך איז די שטעלונג פון א רייע אנדערע געריכטן ווי די עלפטע קרייז געריכט אז לויט די געזעץ קען מען בלויז פסל'ן א רעגיסטרירטע קאפי רעכט אויב דער אפליקאנט האט בייזוויליג אריינגעשריבן אומריכטיגע אינפארמאציע צו פארנארן די אפיס און ארויסווישן א באשטעטיגונג וועלכע זיי וואלטן נישט געגעבן אן די פאלשע אינפארמאציע אבער אינעם איצטיגן פאל זאגן זיי קלאר איז לכל היותר געווען א גרייז צוליב וואס יוניקאלערס האט נישט אויסגעטייטשט די פארלאנגען פון אן איינצלנע פיילינג אזוי שטרענג ווי עס פארלאנגט די ניינטע קרייז געריכט פאנעל

ווי עס איז די שטייגער פון די סופרים קאורט צו בעפארצוגן קעיסעס פון קרייז געריכט קאנפליקטן האבן זיי אקצעפטירט די קעיס

אבער ווען עס איז געקומען די צייט פאר די צוויי זייטן פארצושטעלן זייער קעיס שריפטליך האט יוניקאלערס רעקרוטירט א נייע גרופע אדוואקאטן און אנשטאט באקעמפן די הנחה פון די ניינטע קרייז פאנעל אז H&M דארף נישט איבערצייגן אז יוניקאלערס האט בכוונה געזוכט "אויסצונארן" די קאפירייט אפיס האבן זיי זיך קאנצעטרירט איבער די שטעלונג פון די ניינטע קרייז פאנעל אז עס איז גענוג פאר אן אומערקלערבארע גרייז אין די אפליקאציע עס צו פסל'ן (אפילו אן קלארע באווייז אז יוניקאלערס האט פאקטיש געוואוסט אז עס איז אומריכטיג) ) אבער געשריבן פארן סופרים קאורט אז די סטאנדארט פון "אומפארשטענדליכע גרייז באדייט אז עס איז אזוי אומפארשטענדליך אז עס איז קלאר אז דער אפליקאנט האט "געוואוסט פון די גרייז" אבער אין דעם פאל זינט עס איז נישט געווען אן עראר אין פאקטן נאר ליבערשט א פארשטענדליכע גרייז צוליב וואס די פירמע האט נישט געוואוסט ווי אזוי אפצולערנען די באדייט פון "פובליצירן בבת אחת" כהבנת די ניינטע קרייז פאנעל איז נישטא קיין באווייז אז יונקאלערס האט "געוואוסט" אז זיי גרייזן און צוליב דעם הייסט עס יא א "פארשטענדליכע גרייז"

H&M האט זיך גיך צוגעכאפט צו די טויש און אין זייער קאנטער ארגומענט פארלאנגען זיי אז געריכט זאל ארויסווארפן די גאנצע קעיס צוליב וואס יוניקאלערס שפילט אויס די סופרים קאורט

זיי טענה'ן אז מען זעהט קלאר אז יוניקאלערס איז קאנצעטרירט אין זייער ארגומענט בלויז אויפצואווייזן אז "עס הייסט יא א פארשטענדליכע גרייז" זינט מען דארף איבערצייגן אז "זיי האבן געוואוסט" אז עס איז א גרייז (אנשטאט טענה'ן אז אפילו אן אומפארשטענליכע גרייז איז נישט גענוג און בלויז בייזוויליגע פאלשע אינפארמאציע קען פסל'ן) און דערמיט זוכן זיי צו באקומען אן אורטייל פונעם סופרים קאורט אז אפילו אויב (די ניינטע קרייז פאנעל איז גערעכט און) אן "אומפארשטענדליכע גרייז" איז גענוג צו פסל'ן אן אפליקאציע און עס פעלט נישט אויס באווייז פון בייזוויליג פארפירן די אפיס זאלזיך אבער פארלאנגען באווייז אז זיי האבן כאטש געוואסט אז עס איז א גרייז

טענה'ט H&M אז יוניקאלערס האט געוואוסט אז עס מוז נישט זיין אז די סופרים קאורט וואלט אקצעפטירט אזא פראגע (צו די ספעציפישע גרייז הייסט יא פארשטענדליך צוליב מאנגל אין באווייז אז זיי האבן געוואסט אז עס איז א גרייז) און דעריבער האבן זיי נישט גענוצט אט די פראגע ביים בעטן אז די געריכט זאל אקצעפטירן די קעיס נאר דאן געזאגט פארן געריכט אז זיי זוכן איבערצודרייען די גאנצע הנחה פון די ניינטע קרייז פאנעל און אז די געריכט זאל נעמען די שטעלונג פונעם עלפטן קרייז געריכט אז צו פסל'ן אן אפליקאציע איז אפילו אן "אומפארשטענדליכע גרייז" נישט גענוג און באווייז אז מען האט געוואוסט פונעם גרייז איז נישט גענוג נאר נאר מען דארף איבערצייגן אז דער אפליקאנט האט געזוכט בייזוויליג צו פארפירן די קאפירייט אפיס

זיי פירן אויס אז ביים בעטן פאר א גרענט איז יוניקאלערס געגאנגען מיט די פראגע צו עס פעלט אויס בייזווייליגע ליגן צוליב וואס אויף דעם איז דא א קרייז געריכט שפאלט וועלכע די געריכט טוט נאטורליך לייכטער אננעמען אבער איינמאל די געריכט האט עס אקצעפטירט ווילן די אדוואקאטן ארויסבאקומען א שטארקערע אורטייל אז אפילו אויב די ניינטע קרייז פאנעל איז גערעכט אז עס פעלט נישט אויס קיין באווייז אויף ליגן איז אזא פאל פאררעכנט אלץ פארשטענדליכע גרייז צוליב מאנגל אין באווייז אז זייה האבן געוואוסט אז עס איז א גרייז

באזונדער שרייען זיי אז וויבאלד די פראגע (צו מען מוז אויפווייזן אז יוניקלארעס האט פאקטיש געוואוסט פונעם גרייז) איז נישט געווארן געהעריג דעבאטירט און אויסגעקנאטן אינן די אונטערשטע געריכטן ווי די דיסטריקט און סירקוט קאורט האבן בעיקר זיך געראנגלט אויף די פראגע צו מען דארף איבערצייגן אז דער אפליקאנט האט בייזוויליג פארפירט די אפיס, דעריבער איז די ערשטע פראגע וועלכע יוניקאלרעס האט אריינגעצוואונגען די ריכטער אויסצוהערן נאכך רוי און נישט גרייט פאר פריים טיים און די סופרים קאורט דארף ערלויבן אז די אונטערשטע געריטן זאלן עס באהאנדלען איידער זיי נעמען זיך דערצו

געוויסע אויסגעצייכנטע סופרים קאורט עקספערן האבן ערווארטעט אז ווען די געריכט וועט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן וועט גיין פייער פון די באלאטעס איבער די פראגע צו די געריכט איז טאקע געווארן אריינגענארט און צו זאלן בכלל באהאנדלען די פראגע וועלכע יוניקאלערס האט זיי איבערגעקלוגט און אריינגערוקט איבערהיפנדיג פון עס פארשטעלן ביים פארלאנגען אז די געריכט זאל זיי אויסהערן אדער זאלן זיי עס צוליב דעם ארויסווארפן אינגאנצן

ווען עס איז אבער געקומען למעשה זענען די אויבנדערמאנטע עקספערטן געכאפט געווארן אין סורפרייז ווען די ריכטער זענען געווען גאנץ סקעפטיש איבער די באקלאגעניש און יא גענומען די ריכטונג אז איינמאל מען באהאנדלט שוין די קעיס זאל שוין זיין געמאכט און זיך יא קאנצעטרירט אויף די פאקטישע ארגומענטן אן דעבאטע איבער די אפעלאט אויפן ניינטן קרייז פאנעל

ריכטער אליטא האט יא אויסגעקוקט אביסל בייז אויף די שטיק פון יוניקאלערס איבערצוקלוגן די געריכט און ריכטער טאמאס האט אויך געפרעגט איבער דעם אבער אין אלגעמיין איז די אטמאספערע געווען אז את מה שנעשה אין להשיב און אז מען זאל זיך נישט צופיל שטעלן דערויף

ריכטערין קעיגען האט געזאגט אז זי זעהט נישט אזא דראמאטישע טויש אין די פון די פעטיציע (אז בלויז באווייז אויף בייזוויליג פארפירן די געריכט איז גענוג) ביז די שריפטליכע ארגומענטן (אז באווייז אז מען האט האט געוואוסט אז די אינפארמאציע איז גרייזיגזאל זיך אויספעלן) און אז די דיפערענץ איז גענוג דקות'דיג נישט צו מאכן קיין עסק דערפון

ריכטער קעווענאו האט אויך באצייכנט די טענה אלץ אומאיבערצייגנד ספעציעל אלץ אן אויסרייד זיך ארויסצודרייען פון באהאנדלען א גאר וויכטיג פראגע מיט שריפטליכע ארגומענטן פון ביידע זייטן גוט אונטערגעבעט און קלאר אויסגעשמועסט

אויך ריכטער ברייער האט אנערקענט אז די קעיס איז למעשה פארנט פון די ריכטער און צוליב דעם איז פאסיג אז די געריכט זאל עס באהאנדלען

אריבער צו די פראגע זעלבסט פארנט פון די ריכטער אויב עס פאדערט זיך פון H&M צו איבערצייגן אז יוניקאלערס האט "פאקטיש געוואוסט" אז די אינפארמאציע איז גרייזיג עס צו קענען באצייכענען אלץ אומפארשטענדליכע גרייז אדער איז גענוג אדער איז איז גענוג צו איבערצייגן אז עס איז אזא שטארקע גרייז "אז עס איז אומפארשטענדליך צו זאגן אז דער אפליקאנט האט נישט געוואוסט דערפון"

די דאמינירנדע שטימונג אין געריכט זאל האט אויסגעקוקט צו זיין מער גונסטיג פאר יוניקאלערס ווען די ריכטער האבן אויסגעדרוקט זארג אויב זיי גיבן רעכט פאר H&M וועט עס מאכן צי לייכט פאר קאפירייט פארלעצער זיך ארויסצודרייען פון קאנסקווענצן אויף זייערע שריט

די קלארסטע סטעיטמענטס זענען געקומען פון ריכטער קעווענאו, גארסוטש און ראבערטס

קעווענאו צום ביישפיל האט געזאגט אז אויב זאל ער גיין מיט H&M וועט עס פירן אז קאפירייט אייגנטומער וועלכע זאגן נישט קיין ליגן נאר זענען בלויז אביסל צומישט איבער געוויסע לעגאלע רעגולאציעס און פארלאנגען וועלן אויסשטיין צו פארלירן אסאך געלט און אין די דאזיגע פאל האנדלט זיך עס פון הונדערטער טויזנטער דאלארן אין אנטשעדיגונג

ווען די אדוואקט פון H&M, פיטער סטריס, האט געענטפערט אז קאפירייט אפליקאנטן קענען לייכט באקומען קלארע אינסטרוקציעס און ראט פון די קאפירייט אפיס וויאזוי אויסצופולן די אפליקאציעס ווי עס באדארף צו זיין האט גארסוטש עס אוועקגעמאכט און געזאגט אז אסאך האלטן אז דאס איז א קאמפליצירטע פראצעדור און עס זענען פארהאן אומצאליגע וויכטיגע פראגן וועלכע קיין לעבעדיגע בשר ודם קען פילייכט נישט קלאר פארשטיין די גאנצע קאפיטל פון קאפירייט געזעצן
ער האט אויסגעפירט אז ווען עס קומט צו געזעצן מיט אזעלכע אנגעשטרענגטע און קאמפליצירטע רעגולאציעס קען מען נישט ארויפשפרונגען אויף יעדע קליינע פארנאכלעסיגטע אפליקאציע עראר

אויב איז עס נישט גענוג געווען פאר סטריס האט נאך ראבערטס צוגעגעבן זאלץ צו די וואונדן און אויך רעאגירט אויף זיין טענה אז אז אפליקאנטן קענען באקומען קלארע ראט ווי אזוי אויסצופולן דעם דאקומענט

ראבערטס האט אים געענטפערט אז די סיסטעם איז געמאכט געווארן צו ערמעגליכן פאר אפליקאנטן עס אליין אויסצופולן און ווען עימיצער קלערט אז ער איז אויפגעקומען און ערצייגט עפעס וואס איז בארעכטיגט צו באקומען קאפירייט זאל ער נישט מוזן אויפנעמען א גרויסע געזעץ פירמע וועלכע זאל אים באגלייטן און לערנען ווי אזוי זיך אומצוגיין

קעווענאו האט שפעטער געפרעגט פון סטריס אויב ער וואלט איינגעגאנגען אויף א פשרה אורטייל וועלכע זאל פסל'ן אפליקאציעס אויב די גרייז איז אומפארשטענדליך אבער בלויז אויב די אומפארשטענדליכקייט פון די גרייז איז אזוי שטארק אז עס טוט שרייט ארויס אז דער אפליקאנט האט פיין געוואוסט אז עס איז א גרייז און אומריכטיג

קעווענאו האט געוואלט הערן פון סטריס אויב ער וואלט געווען צופרידן מיט אזא בריק צוזאמצוברענגן די צוויי זייטן און כאטש שענקן פאר זיין קליענט א האלבע פונעם טארט

די איינציגסטע וועלכע האט יא ארויסגעוויזן היבשע סקעפטיציזם אין יוניקאלערס שטעלונג איז געווען ריכטערין סאטאמאיאר וועלכע האט אויסגעדרוקט זארג איבער די פארמערונג פון וואס זי באצייכנט אלץ "טראלס" (א טערמין ברייט באנוצט אויף אייוועלט) וועלכע קלויבן צוזאם מערערע קעיסעס פון מעגליכע קאפירייט פארלעצונגען און פארפלייצן די געריכט מיט טויזנטער אזעלכע קעיסעס און א שיינע פראצענט פון אנגעקלאגטע פאלן דערפאר און קאמפענצאסירן ד קלעגער אינדרויסן פון געריכט צו פארמיידן לענגערע פארצווייגטע געריכט קאמפן

זי האט געטיילט מיטן פינגער אויף יוניקאלערס וועלכע איז אן קיין צווייפל א מולטי קאפירייט קלעגער וועלכע רייסט ארויס געלט פון גאר אסאך ריטעילערס

סאטאמאיאר האט קלארגעשטעלט אז זי באצייכנט נישט יונקאלערס אלץ א טראל אבער אויסגעדרוקט אירזא זארגן מיט טראלס אין אלגעמיין..

איבער די פראגע פארנט פונעם געריכט זאגט די ריכטערין אז זי וויל ארויסהאבן א וועג ווי אזוי מען קען פונאנדערשיידן צווישן אן עכט אויפריכטיגע גרייז פאיבער א געזעץ און א פאל פון א סאפיסטיקירטע פארטיי/פירמע וועלכע פארגינט זיך גרינג צו באראטן מיט געניטע אדוואקאטן באגייט א גרייז וועלכע וואלט לייכט געקענט איבערגעקוקט און פארראכטן ווערן איידער מען שיקט אריין די אפליקאציע

אין אנדערע ווערטער איז זי נישט אזו באקוועם צו גיין בלינדערהייט מיט די הנחה אז מען דארף פארשטיין קלענערע פיילער וועלכע קענען זיך נישט אויס און ערלויבן זיך נישט קיין אדוואקאטן ווייל אזאנס וואלט אויטאמאטיש באשוצט גרעסערע פירמעס וועמענס אדוואקאטן וועלן אויך אויסנוצן די זעלבע זכות און אומשולדיגע גרייז אויסרייד

די איבריגע ריכטער האבן זיך אבער מער געקימערט צו באשוצן דעם קליינעם מאן וועלכע פארמאגט נישט קיין אדוואקאטן און ווינציגער איבער די "טראל" ערשיינונג

דער איינציגסטער אנדערער ריכטער צו ערווענען די טראל פראבלעם איז געווען ריכטער ברייער און אפילו ער איז אויך נישט געווען גאר צוטראגן איבער די פראבלעם נאר זיין הויפט זארג איז געווען ענליך צו די איבריגע ריכטער און ער האט געוואלט וויסן ווי אזוי מען קען באשוצן "דזשאו סמיט וועלכע זיצט שוין אין זיין קעלער פאר פערציג יאר באשרייבנדיג די היסטאריע און לעבן און שאפן פון זיין שטוב באשעפעניש

ווי אלעמאל קען מען נישט פאראויסשאצן אויף זיכער וועלכע ריכטונג די געריכט וועט נעמען ביים שרייבן זייער אורטייל אבער אויב ריכטער קעווענאו וועט שרייבן די אורטייל זאל עס קיינעם נישט איבערראשן און אזוי אויך זענען דא שאנסן אז די געריכט זאל צוריקשיקן -די פראגע צו מען מוז איבערצייגן אז דער אפליקאנט האט פאקטיש געוואוסט פונעם גרייז- צו די נידריגע געריכטן

די געריכט האט אקארשט געאורטיילט אין שטיצע פון יוניקאלערס און צוריקגעשיקט די קעיס צום סירקוט קאורט
די אורטייל געשריבן דורך ריכטער ברייער איז געווען 3-6
די דריי אין די מינאריטעט זענען געווען טאמאס אליטא און גארסוטש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט האט געאורטיילט אז קענטאקי'ס רעפובליקאנע אטוירני דזשענעראל קען אינטערווענירן און אפעלירן אן אורטייל פון די זעקסטע קרייז געריכט צו פארבאטן די סטעיט'ס אנטי רציחה געזעץ אין די צייט וואס דער דעמאקראטישע גאווערנאר האלט עס נישט ביים טוהן

די אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטער אליטא און געשטיצט געווארן דורך אלע ריכטער מיטן אויסנאם פון סאטאמאיאר וועלכע האט געשטימט אין די מינאריטעט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:זונטאג לך

זעין אל-אבידין מוכאמעד כוסעין, בעסער באקאנט אלץ אבו זובעידא, איז א פאלעסטינער ומקום מושבו איז גוואטאנאמא בעי זינט 2006 למספרם וואו ער האט זיך אריבערגעצויגן נאכן געכאפט ווערן אין פאקסיטאן צוריק אין 2002 למספרם און איז פארהאלטן אויף טעראר באשולדיגונגען

אין לויף פון די פיר יאר ביז ער האט זיך פערמענאנט איינגעגלידערט אין גוואטאנאמא בעי איז האט זובעידא ארומגעוואנדערט אין אויסלאנד ווי ער האט באזוכט מערערע אזויגערופענע געהיימע שווארצע סי איי עי געפירטע אויספארשונג צענטערן און אויסגעשטאנען פייניגונגס מיטלען אריינגערעכנט דורכגיין מער ווי 80 מאל וואטערבאורדינג

אין 2017 למספרם האט זיינס אן אדוואקאט זיך געוואנדן צום פעדעראלן געריכט אין וואשינגטאן סטעיט מיט א פארלאנג צו באקומען צוטריט צו דאקומענטן און עדות אויפטריט איבער צוויי געוועזענע סי איי עי קאנטראקטער דזשעימס עלמער מיטשעל און דזשאן דזשעסען צוליב וואס ער וויל נוצן די אינפארמאציע פאר א קרימינאלע קעיס אין פוילן וואו די פייניגונגען זענען אנגעבליך פארגעקומען און די צוויי זענען געווען פארמישט דערין

די אמעריקאנע רעגירונג אונטער די פאמפעיא סטעיט דעפארטמענט האט אפגעשלאגן די פארלאנג אין געריכט אנגעבנדיג אז אזעלכע אינפארמאציע איז באשוצט אונטער די רעגירונגס געהיימניסן דאקטרינע וועלכע פארזיגלט אינפארמאציע וועמענס אויפדעקומנג קען שעדיגן נאציאנאלע זיכערהייט

ווען די ביידען אדמיניסטראציע איז אריינגעקומען האבן זיי איבערגענומען די פאזיציע פון זייערע פארגייער און סאליסיטאר דזשענעראל ברייען פלעכטער האט קלארגעשטעלט פאר די געריכט אז וואס זובעידא פארלאנגט איז אינפארמאציע וועלכע קען אויפדעקן די ווארהייט פון אן עקזיסטענץ פון געהיימע צווייפלהאפטיגע אקטיוויטעטן פון די סי איי עי אין צוזאמארבעט מיט פוילישע באאמטע צו קענען אנקלאגן איינגעשטעלטע אין די פוילישע רעגירונג

לויט פלעכטער וואלט אזא שריט געבראכן די צוטרוי פון וועלכע אמעריקא געניסט ביי אויסלענדישע און שטעלט אין געפאר ווייטערדיגע צוזאמעארבעט אויפן פראנט פון נאציאנאלע זיכערהייט

פארלאפענע וואך האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די ארגומענטן אין די קעיס און ריכטער טאמאס האט געוואלט פארשטיין ווי אזוי עס וואלט געשעדיגט נאציאנאלע זיכערהייט נעמענדיג אין באטראכט אז די אינפארמאציע איז שוין איצט פובליק און דזשאן דזשעסען האט שוין אין די פארגאנגנהייט עדות געזאגט איבער די באהאנדלונג פון די אנדערע פארהאלטענע בעפאר

פלעכטער האט געענטפערט אז יענע אינפארמאציע איז געווען איבער די באהאנדלונג פון די פארהאלטענע וועלכע זענען שוין טאקע מער נישט קלאסיפיצירט אין קאנטראסט צו די איצטיגע פארלאנג אויפצודעקן אויסלענדישע מיטארבעטער און איז פונדאמענטאל אנדערש ווי די אינפארמאציע וועלכע איז שוין פובליק

קעיגען האט געפרעגט פון פלעכטער צו די פאקט אז יעדער ווייסט גענוי וואס מען זוכט אין די דאקומענטן/עדות צו דאס מאכט עס נישט אויס געהיימעניס

און אויב די גאנצע רעכט פון עס האלטן קלאסיפיצירט איז בלויז ווייל עס איז א "רעגירונג געהיימעניס" וואס איז די דין אויב עס איז מער נישט אזוי געהיים? מעגליך דארף מען טוישן די געזעץ צו דעקן אפילו אזעלכע אינפארמאציע וועלכע זענען לאו דוקא אומבאקאנט אבער עס ארויסגעבן אפיציעל קען שעדיגן די אינטערעסן פון לאנד?

הויפט ריכטער ראבערטס האט אויפגעברענגט א נייע איינפאל וועלכע האט אביסל צומישט די קארטן פון ביידע זייטן פארשלאגנדיג א פלאן אונטער וועלכע די צוויי קאנטראקטער וועלן ערלויבט ווערן אויפצוטרעטן און איבעראגעבן אינפארמאציע אבער נישט אידענטיפיצירן דאס לאנד וואו עס האט פאסירט און אזוי ארום וועט נישט זיין לעגאל באשטעטיגט אז די ספעציפישע אקטיוויטעטן האבן זיך אפגעשפילט אין פוילן

אבער פלעכטער האט גיך אפגעווארפן די הצעה זאגנדיג אז די גאנצע צוועק פאר וועלכע זובעידא דארף זייער עדות'שאפט איז ארויסצוהעלפן אין די קרימינאלע אנקלאגע אקעגן פוילישע באאמטע און אויב גייט מען נישט קענען באשטעטיגן אז עס האט פאסירט אין פוילן איז דאך זייער אויפטריט אומרעלעוואנט

ריכטערין בערעט האטאבער שפעטער אויפגעברענגט די ראבערטס געדאנק פרעגנדיג וואס וואלט געווען אויב די געריכט גיבט די גרינע ליכט פאר זייער אויפטריט אבער ערלויבט די רעגירונג צו באגרעניצן זייער עדות'שאפט מיטן פארזיכערן אז זיי דעקן נישט אויף די לאקאציע וואו עס האט פאסירט

פלעכטער האט ווידעראמאל צוריקגעשטופט דערקעגן זאגנדיג אז זי האט שוין אויסגעשמועסט פארוואס אזאנס האט נישט קיין פשט ווען ראבערטס האט עס צום ערשטן מאל אויפגעברענגט

דערנאך האט אויפגעטרעטן דוד קליין אין שטיצע פון זובעידא זאגנדיג אז ער פלאנט נישט אויסצופרעגן מיטשעל און דזשעסען אין שטיצע פון זיין קליענט זובעידא איבער די לאקאציע זינט דאס איז שוין אינפארמאציע וועלכע פוילישע פראקורארן זיצן שוין אויף און דאס גאנצע וואס זיי ווילן הערן איז וואס עס האט פאסירט אין די צעל פון זובעידא אין די יארן צווישן 2002 און 2006 למספרם און די טאקטיקן גענוצט וואס אזעלכע סארט אינפארמאציע איז שוין פובליק און מער נישט קלאסיפיצירט זינט דזשעסען האט שוין עדות געזאגט איבער אזעלכע סארט פראגן

בערעט האט אים אבער געצימבלט אז אויב די אינפארמאציע איז שוין פובליק , טא פארוואס דארפן עס די פוילישע פראקורארן הערן פון די קאנטראקטער?
אלא מאי זוכן זיי פשוט צו האבן די אפציציעלע באשטעטיגונג פון די וועלכע האבן געארבעט פאר די אמעריקאנע רעגירונג און זיי זענען אנגעוויזן דערויף, וואס אויב אזוי איז עס דאך שוין איינמאל און אמעריקאנע געהיימעניס (דאס באשטעטיגן וואס מען ווייסט אבער איז נאכנישט באשטעטיגט)

קליין האט געענטפערט אז מען זוכט נישט די אפיציעל אנערקענונג פון די אמעריקאנע רעגירונג נאר זיי זוכן צו הערן איבער טייל פון די פייניגונגס מיטלען איבער וועלכע זיי וויסן אז עס האט פאסירט און געוואר ווערן אויב עס האט פאסירט אין די צייט וועלכע זיי ווייסן אז זובעידא איז געווען אין פוילן

אבער ראבערט איז געליבן סקעפטיש זגנדיג אז קליין אנערקענט אז יעדער וויסט דערפון אבער עס איז די רעגירונגס אנערקענונג וועלכע איז די סוד וועלכע די רעגירונג וויל האלטן אין איר בוזעם און זיי שטערן דערפון קען שעדיגן אמעריקא'ס אינטערעסן

אליטא האט אויך געלאזט פאלן ענליכע וועטרטער זאגנדיג פאר קליין: דו לייגסט עס אראפ ווי די האסט אלעס וואס דו דארפסט אבער דו דארפסט דוקא האבן אט די אינפארמאציע
עס קוקט מיר אויס אז אלץ וואס דו זוכסט איז מער אן אפיציעלע אנערקענונג פון רעגירונג קאנטראקטאר צו באשטעטיגן אז דאס וואס דו זאגסט האט פאסירט אין פוילן און נישט ערגעץ אנדערש איז וואר, אנדערש פארשטיי איך נישט פארוואס דו דארפסט די אינפארמאציע

ריכטערין סאטאמאיאר האט אויסגעזעהן סקעפטיש מיט קליין פאר א צווייטע אורזאך זאגנדיג פאר קליין אז פוילן האט שוין אמאל פרובירט צו באקומען די אינפארמאציע פון אמעריקא אונטער אן אפמאך אבער וואשינגטאן האט עס קאטעגאריש אפגעווארפן זאגנדיג אז עס איז א רעגירונגס געהיימעניס און דעריבער איז זובעידא'ס איצטיגע פרואוו בלויז א מיטל אויסצוקרויזן דאס וואס די רעגירונג האט קלאר געזאגט אז זיי ווילן נישט ארויסגעבן

(עס איז מיר נישט געווען אינגאנצן קלאר וואס סאטאמאיאר האט דא געוואלט ווייל די רעגירונג זאגט דאך איצט אין געריכט אויך אז עס איז א געהיימעניס אבער זובעידא שלאגט דאך עס אפ און אויב אזוי פארוואס טראגט א פריערדיגע דעקלעראציע פון די רעגירונג אז עס איז געהיים מער געוויכט ווי זייער איצטיגע באהויפטונג אין געריכט?! אתמהה)

קליין האט אבער געענטפערט אז זיין קליענט פרובירט נישט ארויסצוקוועטשן עפעס פאר די פולישע רעגירונג וועלכע אמעריקא האט זיי שוין געזאגט אז זיי ווילן נישט גיבן נאר ער פארלאנגט די דיסקאווערי אינפארמאציע אלץ פריוואטע אינדיווידועל

דאן איז פלעכטער צוריקגעקומען צום שטענדער און גארסוטש וועלכע איז ביז אצינד געווען פארהעלטנמעסיג שטיל האט ארויסגעלאזט א באמבע אין צימער פרעגנדיג פון פלעכטער פארוואס מען קען נישט ערלויבן כאטש זובעידא זעלבסט אויפצוטרעטן אין די פוילישע קעיס אז ער זאל גאר שילדערן וואס ער איז אריבער

פלעכטער וועלכע איז נישט געווען געראכטן אויף אזא פראגע איז געכאפט געווארן אין סורפרייז און רעאגירט אז זובעדא און זיינע אדוואקאטן האבן קיינמאל נישט געבעטן אזא זאך און די רעגירונג האט נאך אויך נישט באטראכט אזא געדאנק

אן אויפגעברויזטער גארסוטש האט געשטורעמט די צימער זאגנדיג: די קעיס ווערט שוין אויסגעקעמפט פאר יארן די לאנגע וועג ארויף ביזן העכסטן געריכט און ענק האבן קיינמאל נישט אריינגעקוקט אין אזא פלאן וואס וואלט געווען א וועג ארויס פון די סומאטוכע און א וועג פאר די רעגירונג צו קענען נאכגעבן זייער געברויך אן דארפן דורכגיין די גאנצע געראנגל?!

סאטאמיאר וועלכע זיצט גלייך נעהן גארסוטש און איז געווענליך אויף די אנדערע זייט פונעם ארגומענט ווי אים האט זיך דאסמאל צוגעשטעלט צום צירקוס וועלכע האט דראמאטיש געטוישט די מונדליכע אגומענטן סעסיע איידער איר ענדע

סאטאמאיאר האט געבעטן פון פלעכטער א קלארע ענטפער פון די פעדעראלע רעגירונג אויב זיי וועלן ערלויבן זובעידא אויפצוטרעטן און פארציילן וואס עס איז אויף אים אריבער אין יענע דאטומען אן אויפדעקן רעגירונג געהיימעניסן.
יא אדער ניין?
דאס איז אלעס וואס מיר זוכן האט סאטאמאיאר אויסגעפירט

פלעכטער האט געענטפערט אז די רעגירונג וועט גערן לאזן וויסן איר שטעלונג איבער דעם פארן געריכט נאכן עס באטראכטן


די געריכט האט אצינד ארויסגעווארפן די פארלאנג פון זובעידא

די מאיאירטעט ארטייל האט געשריבן ריכטער ברייער און דערין אנגעשלאסן ראבערטס, קעווענאו, בערעט אליטא און טאמאס

ריכטערין קעיגען האט א געמישטע אורטייל וועלכע וואלט ערלויבט דאס אויספרעגן איבער "וואס" עס האט פאסירט אבער אן אידענטפיצירן "וואו" עס האט פאסירט
ריכטער גארסוטש האט געשריבן א מינאריטעט אורטייל און דערין אנגעשלאסן סאטאמאיאר

גארסוטש לאכט אפ פון די פארזוך צו באשוצן א געהיימעניס וועלכע איז שוין א היינט א סוד פאר בראד און הויבט אן זיין אורטייל מיטן שרייבן אז " עס קומט א פונקט וואו מיר טארן נישט זיין איגנאראנט אלץ ריכטער איבער דאס וואס מיר ווייסן צו זיין אמת אלץ בירגער"
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ווי די ליינער האלטן (יא אדער נישט) מיט רוקט מען זיך שוין נענטער צו די ענדע פונעם איצטיגן געריכט טערמין אין אורטיילן לאנדן יעדע שני וחמישי ווי די שטייגער פון אן אנגעשטערענגטע געריכט וועלכע דארף שליסן אירע טויערן און זיצט נאך אנגעלייגט מיט מערערע קעיסעס וועמעמנ'ס אורטייל איז נאכנישט געמאלדן

עס איז צום גלויבן אז די געריכט וועט צולייגן נאך אורטיילן טעג אריינגייענדיג טיפער אינעם למספרם מאנאט און מיר האפן זיי צו מעלדן ווען זיי קומען ארויס

ווי פארשטענדליך באדייט עס אז די זאפאסן פון קעיסעס וועלכע ווערן דא באריכטעט ליידיגן זיך אויס און די געריכט הויבט צוביסלעך אן צו אקצעפטירן פרישע קעיסעס אויפן קומענדיגן זמן
נעכטן מאנטאג האט די געריכט אקצעפטירט אן ערנסטע קעיס און פאלגענד זענען דעטאלן דערפון:

אין 2006 למספרם האט די עף בי איי אין ארענדזש קאונטי קאליפארניע אונטערגענומען אן אנטי טעראריזם אפעראציע און רעקרוטירט און באצאהלט פאר א לערער ביי אן איבונגען צענטער צו ווערן אן אינפארמאנט

דער יעניגער האט זיך אנגעגעבן אלץ עימיצער וועלכע זוכט זיך אנצושליסן אין די איסלאמישע רעליגיע און אזוי זיך אריינבאקומען אין די איסלאמישע מענטער אין אירווין קאליפארניע און געזאמלט אינפארמאציע און אויך געטראגן אן אונטערהער אפאראט

ער האט אויך איינגעפלאנצט מערערע אפאראטן אינעם מאסק און אזוי אויך אין די היימען פון מיטגלידערפונעם צענטער וואו ער האט באזוכט נאכן זיך נענטער באקענען מיט זיי

נאך א יאר האט ער אנגעהויבן לאזן פאלן פארשידענע באמערקונגען איבער מעגליך נעמען ווילדע שריט און די מאסק מיטגלידער האבן עס געמאלדן פאר די פאליציי וועלכע האבן אים פארבאטן פון צוריקגיין אהין און די אגענטור האט דאן אויפגעלעזט די מיסיע

דער בחור איז שפעטער געווארן אנגעקלאגט און געפונען שולדיג אויף אנדערע אומפארבונדעטע קלאגעס און פארשיקט געווארן אין א סטעיט טורמע וואו ער איז עטליכע מאל געשטאכן געוווארן נאכן ווערן באצייכנט דורך די ארעסטאנטן אלץ מסור

ער האט דאן אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די עף בי איי אז זיי האבן פארפעלט צו באשוצן זיין ווואוילזיין נאכן אים אויסנוצן אלץ אינפארמאנט און דורכאויס יענע אנקלאגע האט ער אויפגעדעקט זיין ראלע אלץ אינפארמאנט און פולע דעטאלן ארום דעם די מעמבערס פון די מאסק

אין 2011 למספרם, הערנדיג אזוי קלאר איבער יענעם'ס אקטיוויטעטן זיי נאכצוקוקן האבן דריי מיטגלידער פון די מאסק, יאסיר פאזאדזשא, אלי מאליק און יאסאר אבדעלראהים אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די רעגירונג, אקעגן די אגענטורן און אויך ספעציפיש אקעגן צוויי אגענטן פארמישט אין די אפעראציע

אין זייער אנקלאגע ברענגן זיי ארויס אז זיי זענען געציהלט געווארן אומקאנסטיטוציאנאל בלויז צוליב זייער רעליגיע וועלכע גייט אקעגן א פראוויזיע פון די פייסא אקט און פארלעצט זייערע ערשטע און פערטע און פיפטע אמענדעמענט רעכטן

דאן אטוירני דזשענעראל עריק האלדער האט אפגעשלאגן די קלאגע און פארלאנגט עס ארויסצואווארפן באזירט אויף די סטעיט סיקרעט פריווילעגיע אין די פייסא אקט וועלכע ערלויבט די רעגירונג צוריקצוהאלטן פון ארויסגעבן אינפארמאציע וועלכע קען שטעלן אין געפאר נאציאנאלע זיכערהייט און ערקלערט אז אזא פראצעס וועט פארלאנגען פון די רעגירונג אונטערצושטיצן זייערע מאטיוון פון דאס שפיאנירן אויפן מאסק מיט באווייזן וועלכע קען נישט ווערן אויפגעדעקט צוליב זיכערהייט זארגן

דער בוש נאמינירטער דיסטריקט ריכטער קארמעק קארני האט טאקע ארויסגעווארפן די קלאס עקשאן אנקלאגע איבער פייסא פארלעצונגען אקעגן די אגענטור באזירט אויף א געזעץ וועלכע באשוצט די רעגירונג זעלבסט פון קלאגעס אין געוויסע אומשטענדן סיידן די רעגירונג זעלבסט האט דערקלערט בעפאר אז זי ערלויבט אזעלכע סארט קלאגעס אקעגן איר אבער יא געלאזט פאראויסגיין די פייסא פארבונדעטע פארציע פון די קעיס אקעגן די ספעציפישע אגענטן שרייבנדיג אז זיי געניסן נישט אין אזא פאל פון קוואליפיצירטע באשיצונג (וועלכע פעלט זיך אויס פאר אינדיווידועלע רעגירונג איינגעשטעלטע)

אלע אנדערע נאן פייסא קלאגעס האט דער ריכטער ארויסגעווארפן באזירט אויף די סטעיט סיקרעט פריווילעגיע וועלכע האלדער האט אנגעגעבן

אין פילע פעלער וועט א געריכט אריינקוקן אין די אינהאלט פון מעגליכע באווייזן און איבערגעבן די אינפארמאציע פאר די קלעגער צו קענען בויען זייער קעיס אבער ארויסשניידן סענסיטיווע פאראגראפן וועלכע קענען שעדיגן נאציאנאלע זיכעהייט אבער אין אנדערע פעלער וועט די געריכט אננעמען אז צוצושטעלן די נויטיגע דאקומענטן וועלכע די רעגירונג וועט נוצן זיך צו פארטיידיגן און פארטרויען די קלעגער עס צו קענען אפווארפן קען נישט צושטאנד קומען אן זיי גיבן צוטריט צו האקעלע אינפארמאציע און דעריבער בלייבט נישט איבער קיין אפציע סיידן ארויסווארפן די קעיס וואס האט טאקע פאסירט אין אונזער פאל

אין די פייסא אקט האט די רעגירונג אריינגעשטעלט א פראוויזיע וועלכע גיבט יא פאר ריכטער א צווייטע אפציע פאר אזעלכע פעלער און דאס איז אז דער ריכטער זעלבסט קען אריינקוקן אין די באווייזן פון די רעגירונג אן דעם וואס די קלעגער זאלן זיין אנוועזנד און באשטימען אויב די באוויייזן זענען מאסגעבנד

וויבאלד יענע אפציע ווערט בלויז דערמאנט אין די פייסא אקט וועלכע דעקט עלעקטראנישע שפיאנאזש האט דער ריכטער אנגענומען אז אויף די אנדערע קלאגעס וועלכע זענען נישט פארבונדן צו שפיאנאזש געזאמלט עלעקטראניש קען מען נישט דן זיין שלא בפני הבעל דין און איז דעריבער פארבליבן מיט די איינציגסטע אויסוואל ארויסצואווארפן די קעיס

די קלעגער האבן אפעלירט די קעיס צום ניינטן קרייז געריכט מיט די טענה אז די אפציע פונעם ריכטער דן צו זיין שלא בפני הבעל דין וועלכע די פייסא אקט איז מחדש זאל דעקן אויך די נאן פייסא קלאגעס און דער ריכטער זאל עס נישט מוזן איינפאך ארויסווארפן

א דריי ריכטער פאנעל האט אקצעפטירט און איינגעשטימט מיט די ארגומענט אז טייל פון די נאן פייסא קלאגעס זענען געדעקט מיט די אפציע וואס פייסא שטעלט צו פאר ריכטער איבערצוקוקן די געהיימע באווייזן איידער מען ווארפט ארויס א קעיס און צוריקגעשיקט די קעיס צום דיסטריקט ריכטער און אנטזאגט א פארלאנג אז די פולע באנק זאל עס איבערהערן

איבער די פראגע פון קוואליפיצירטע אימיוניטי אויף די אגענטן האבן זיי איינגעשטימט אז מען קען זיי קלאגן אויף אונטערהערן זייערע געשפרעכן דורך אפאראטן איינגעפלאנצט אין זייערע היימען אין אפיסעס זינט עס איז א פלאץ וואו מענטשן ערווארטן פריוואטקייט און זיי אונטערהערן אןא ווארענט פארלעצט זייער פרייוועסי און אויף דעם איז נישטא קיין קוואליפיצירטע אימיוניטי (אנדערש ווי אויף געשפרעכן רעקארדירט ווען דער אינפארמאנט זעלבסט האט גערעדט מיט זיי און מעגליך אפילו ווען ער האט רעקארדירט זייערע געשפרעכן מיט אנדערע אין די מאסק וואס אויף יענץ איז יא דא קוואליפיצירטע אימיוניטי)

די באשלוס נישט איבערצוהערן די קעיס איז געשריבן געווארן דורך ריכטערין בערזאן און ריכטער ראנאלד גאלד און ריכטער דזשארזש סטי

אלע דריי זענען געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן און דער איינציגסטער ארויסצוקומען עפנטליך פארלאנגען אז מען זאל יא איבערהערן די קעיס איז דער טראמפ נאמינירטער ריכטער באמאטי אבער וויבאלד עס זענען נישט געווען א מאיאריטעט ריכטער אויפן באנק מיטצוגיין דערמיט איז די ארגינעלער אורטייל געבליבן שטיין

די עף בי איי האט אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט שרייבנדיג צווישן אנדערן אז די פייסא אקט וועלכע פארבאט צו שפיאנירן אויף מענטשן צוליב זייער רעליגיע באציהט זיך בלויז אויף א ספעציפישע אינדיווידועל אבער נישט אויף אלגעמיינע שפיאנאזש מעטאדן

נעכטן מאנטאג האט די סופרים קאורט אקצעפטירט די קעיס און זיי וועלן עס אויסהערן אינעם קומענדיגן געריכט טערמין


אצינד האלט מען שוין נאך די מונדליכע ארגומענטן און עס איז צייט פאר אן איבערזיכט און באריכט איבער די פארהער אין געריכט

דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל עדווין נידלער האט ערקלערט פאר די ריכטער אז סעקשאן 1806 פון די פייסא אקט וועלכע גיבט די אפציע פאר ריכטער זעלבסט קען ארייצונקוקן אין די באווייזן פון די רעגירונג אן דעם וואס די קלעגער זאלן זיין אנוועזנד און באשטימען אויב די באוויייזן זענען מאסגעבנד איז געשריבן געווארן צו ווערן גענוצט אין פעלער וואס די "רעגירונג" איז די וועלכע זוכט צו נוצן די באווייזן אבער זיי צו פובליצירן קען שטעלן אין געפאר אמעריקא'ס זיכערהייט און דאן קען דער ריכטער זיך באנוצן מיט די אפציע
אבער אנדערש איז אונזער פאל וואו די רעגירונג זוכט אז מען זאל נישט קוקן אויף יענע אינפארמאציע און די קלעגער'ס זענען די וועלכע פארלאנגען עס, וואס נישט פאר אזא פאל האט מען מחדש געווען סעקשאן 1806

קעיגען האט אנערקענט אז א באדייטנדע טייל פון יענע סעקשאן איז געשריבן אויף א וועג צו אדרעסירן צו באשוצן אינפארמאציע ווען די רעגירונג וויל עס נוצן אקעגן אנגעקלאגטע אבער געפרעגט אויב מען קען טאקע נישט אננעמען אז קאנגרעס האט דערמיט אינזין געהאט אז מען זאל קענען נוצן די אפציע אויף ביידע וועגן, סיי ווען די רעגירונג וויל עס נוצן און סיי ווען די קלעגער ווילן

גארסוטש האט אטאקירט נידלער פון א צווייטע ריכטונג זאגנדיג אז מעגליך קען מען גאר אנקוקן די קעיס אלץ א פאל ווי די רעגירונג זוכט צו "נוצן" יענע אינפארמאציע אקעגן די אנגעקלאגטע

די לומדות גייט אז וויבאלד יענע אינפארמאציע קען שטארק בייהילפיג זיין פאר די אנגעקלאגטע טוט די רעגירונג מיט זייער פארזיגלען די אינפארמאציע "עס נוצן זיך ארויסצוהעלפן אין די קעיס" טאקע מיטן עס האלטן קלאסיפיצירט און אויב אזוי דארף עס יא זיין געדעקט אונטער סעקשאן 1806

ראבערטס איז יא געווען מער סימאפטיש צו די נידלער ארגומענט זאגנדיג פאר אהילאן ארולאנאנטהאם אז די רעגירונג זוכט נישט צו נוצן די אינפארמאציע נאר צו בענעפיטירן פון די פריווילעגיע צוגעשטעלט אין סעקשאן 1806 און אגעווארפן די גארסוטש פשעטל זאגנדיג אז ער פארשטייט נישט ווי אזוי דאס "נישט" לאזן נוצן אינפארמאציע קען ווערן אפגעלערנט אלץ גענוצט די אינפארמאציע

קאטרינא קעראל האט רעפרעזענטירט די אגענטן און געזאגט פאר די ריכטער אז עס וואלט געווען אומאויסגעהאלטן צו קלאגן זיינע קליענטן אין די צייט וואס זיי וועלן נישט קענען נוצן די אינפארמאציע (צוליב די רעגירונג קלאסיפיקאציע) זיך צו פארטיידיגן

ריכטער אליטא איז געווען סימפאטיש דערצו און עס בעסער ערקלערט זאגנדיג אז הגע בעצמך א פאל אונטער וועלכע די געריכט ערלויבט די אונטערשטע געריכט אז זיי זאלן איבערקוקן די אינפארמאציע און דאן זאל יענע ריכטער באשליסן אז פאר זיך אז די אגענטן האבן פארלעצט די רעכטן פון די קלעגער, ווי אזוי אין די וועלט זאלן די אגענטן זיך קענען פארטיידיגן געהעריג?!

בערעט האט אויך געמאכט די זעלבע ארגומענט זאגנדיג אז אויב זאל מען נוצן דא סעקשאן 1806 באדייט עס אז די אגענטן ווערן אריינגעפירט אין געריכט מיט געבונדענע הענט און הערן אויס די קלאגעס ווי געליימטע קאטשקעס אן די מעגליכקייט אראפצושטעלן א פארטיידיגונג

ארולאנאנטהאם האט גענומען די אליטא באהויפטונג און אים עס צוריקגעשליידערט אין געזיכט זאגנדיג אז אויב איז וואר די טענה דאן דארף עס שפיגלען אין ביידע ריכטונגען און מען קען שטעלן די זעלבע פראגע ביים "נישט" לאזן א ריכטער אפילו קוקן אויף די אינפארמאציע און זיך וואונדערן ווי אזוי אין די וועלט דארפן די קלעגער קענען איבערצייגן זייער קעיס

אליטא האט פרובירט אפצוטיילן די צוויי זאגנדיג אז עס איז פארשטענדליך אז נישט אלע וועגן קענען זיין ברייט אפן פאר קלעגער צו קענען פאראויסגיין מיט קלאגעס טראץ וואס מען קען נישט בלאקירן אט די זעלבע וועגן פאר אנגעקלאגטע זיך צו פארטיידיגן

אליטא און קעווענאו האבן אויך געפונען א באזונדערע פראבלעם מיט די ניינטע סירקוט אורטייל זאגנדיג אז אין געוויסע פעלער איז די אינפארמאציע אויסנאם האקל און סענסיטיוו אז עס איז איינגעשטעלט צו צייגן אפילו פאר א פעדעראלע ריכטער

ביים ענדע פון די סעסיע האט אויסגעקוקט ווי א מאיאריטעט איז געווען סקעפטיש איבער די ניינטע קרייז געריכט אורטייל אבער עס איז געווען אומקלאר ווי אזוי גענוי זיי וואלטן פאראויסגעגאנגען ווען א טייל פון די ריכטער האבן געשיינט צוריקצושיקן די קעיס צו די נידריגע געריכט און טרעפן א וועג צו ערלויבן די קלאגעס פאראויסצוגיין און מיט דעם אלעם אויסמיידן פון דירעקט אדרעסירן די פראגע אויב סעקשאן 1806 גילט אין א פאל וואס די רעגירונג זוכט צו פארזיגלען די אינפארמאציע

די סופריםקאורט האט איצט געשטימט איינשטימיג אקעגן די מוסולמענישע קלעגער אבער די אורטייל איז געצוימט
די אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטער אליטא
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין די קעיס פון די באסטאן מאראטאן טעראריסט האט איצט די סופרים קאורט געאורטיילט אין שטיצע פון די רעגירונג און אז מען זאל צוריקשטעלן זארנייאוו'ס טויט אורטייל

די אורטייל איז געשריבן דורך ריכטער טאמאס און דערין אנגעשלאסן ראבערטס, אליטא, גארסוטש, קעווענאו און בערעט

די מינאריטעט אורטייל איז געשריבן דורך ריכטער ברייער און דערין אנגעשלאסן ריכטערין סאטאמאיאר און קעיגען
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סטודענטן וועלכע האבן באצאהלט שכר לימוד פאר די דזשארדזש וואשינגטאן יוניווערסיטעט האבן אריינגעטראגן א קלאגע אז צוליב וואס זייער קאנטראקט איז געווארן געבראכן ווען די יוניווירסיטעט איז געווען אפגעשפארט צוליב די ווירוס און זיי האבן בלויז געקענט באקומען ווירטואלע לעקציעס און זיי פארלאנגען א שכר לימוד ריפאנד

די דיסטריקט געריכט האט ארויסגעווארפן די קעיס אבער א פאנעל אויפן די סי קרייז געריכט האט אצינד פארלאנגט פארארדנט אז די דיסטריקט געריכט זאל יא אויסהערן די קעיס שרייבנדיג אז די קלעגער האבן איבערצייגנדע באווייזן און טענות

די ארדער איז געווען 0-2 און די צוויי ריכטער זענען געווען ריכטערין מילעט נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא און ריכטער עדווארדס נאמינירט דורך פרעזידעט קארטער

די דריטע אויסצוהערן די קעיס איז געווען ריכטערין דזשעקסאן וועלכע האט אנטייל גענומען ביי די מונדליכע ארגומענטן אבער נישט אינעם אורטייל צוליב וואס זי איז זינט אן געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט בייידען צום סופרים קאורט

דזשעקסאן איז גראדע געווען מער סימפאטיש צו די יוניווערסיטעט ווי צו די סטודענטן אין לויף פון די פארהערן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די פרוי פון סופרים קאורט ריכטער טאמאס זאגט אז זי האט אנטייל גענומען ביי די טראמפ ראלי אום יונואר 6 למספרם
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

סופרים קאורט ריכטער טאמעס געווארן אריינגעפירט אין שפיטאל פארלאפענע ענדע וואך.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8520
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:סופרים קאורט ריכטער טאמעס געווארן אריינגעפירט אין שפיטאל פארלאפענע ענדע וואך.

א ערנסטע זאך?
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4645
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

תרמב האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:סופרים קאורט ריכטער טאמעס געווארן אריינגעפירט אין שפיטאל פארלאפענע ענדע וואך.

א ערנסטע זאך?

פלו לייק סימפאטמס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דיסטריקט ריכטער מייקל ניימאן נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעווארפן א ביידען אדמיניסטראציע טויש און גשרייבט אז היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר מעיארקעס האט פארלעצט זיינע מאכטן מיטן באגרעניצן וועלכע סארט אומלעגאלע אימיגראנטן צו דעפארטירן

ניימאן שרייבט אז קאנגרעס האט קלאספיצירט עטליכע סארט אימיגראנטן און עס צוטיילט אין עטליכע קאטעגאריעס באשטימענדיג וועלכע סארט איז מאנדאטארי צו ווערן דעפארטירט פון לאנד און די עקזעקוטיווע פליגל קען נישט קומען און אראפציפן פון די קאנגרעס באשטימטע מאנדאטארי קאטעגאריע מיטן אויסרייד אז זיי ארבעטן אונטער די קאנגרעס דעקרעט נאר זוכן איינפאך צו בעסער ארגאנאזירן און ציהלן זייערע אינפארסירונג רעסוירסן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:ווער האט דען נאכנישט געהערט פון די אויסדרוק "א לעצטע וואונטש" ?

אין די געשיכטעס מיר האבן געהערט אלץ קינד איבער פארכאפטע דורך וואלד רויבער האבן מיר אלעמאל געוואוסט אז ביי איין פונקט אין די ערציילונג וועט אפילו דער אומציוויליזירטע רויבער פארשלאגן פארן דעם צום טויט דערשראקענעם קרבן צו אויסצודרוקן זיין לעצטע באגער און די ליינער האבן אלעמאל געהאפט אז פון דארט וועט ארויסשפראצן די די ישועה

אין א רייע סטעיט איבער אמעריקא איז טויט שטראף לעגאל און ווערט אויסגעפירט פון צייט צו צייט

איין פאל איז געווען ווען אלאבאמא האט הינגעריכטעט צוריק אין אקטאבער למספרם ווילי סמיט נאכן געפונען ווערן שולדיג אין מארד און דאן איז זיין גלח געווען אנוועזנד און האלטנדיג די האנט אויפן פאראורטיילט געפרעפלט מיט אים

אצינד איז די רייע אויף דזשאן הענרי ראמירעז צו ווערן הינגעריכטעט דורך טעקסאס און ער וויל באקומען די זעלבע סערוויס וועלכע סמיט האט באקומען דורך אלאבאמא אבער טעקסאס האלט נישט דערביי

די סופרים קאורט פלאגט זיך שוין די לעצטע צוויי יאר מיט די פראגע אויב צו צוואונגען סטעיט צו ערלויבן גייסטישע פירער צו זיין אנוועזנד ביי סטעיט הינריכטונגען ווען די פאראורטיילטע פארלאנגען עס אבער אלעמאל איז עס געווען איבער צוטריט פון גייסטישע פירער צו זיין אנוועזנד אין צימער אבער אצינד וועט עס זיין די ערשטע מאל וואס די ריכטער וועלן אדרעסירן דירעקט די פראגע צו די פירער קענען דאווענען און אנפירן מיט רעלגיעזע סערוויסעס אין די לעצטע מינוטן פון די פאראוטיילטע אויף די וועלט

אין פעברואר 2019 למספרם האט די געריכט ערליובט אלאבאמא צו הינריכטן א מוסולמענער מאן אן די אנוועזנהייט פון זיין אימאם ביי זיין זייט טראץ וואס די סטעיט האט ערלויבט א קריסט צו האבן זיין טשאפלעין נעבן זיך

די געריכט האט ערקלערט זייער באשלוס אז דער מוסולמענער האט זיך דערמאנט זייער שפעט צו ברענגן זיין קלאגע שטייענדיג בלויז 10 טאג בעפאר זיין געסקעדזשועלטע הינריכטונג

איין מאנאט שפעטער האט די געריכט פארבאטן טעקסאס פון הינריכטן א בודיהיסטישע ארעסטאנט סיידן זיי ערלויבן זיין גלח צו זיין אנוועזנד

ריכטער קעווענאו האט דאן ערקלערט די ארדער זאגנדיג אז אונטער די טעקסאס סטעיט פאליסי פון יענע צייט מוזן זיי ערלויבן מוסולמענער און קריסטליכע גייסטישע שטיצע צו זיין אנוועזנד און טראץ וואס ער אנערקענט אז פאר סטעיט'ס איז פראקטישער צו האלטן די הינריכטונג צימערן וואס מער מענטשן פריי קענען זיי נישט ערלויבן פאר געוויסע און פארבאטן פאר אנדערע נאר עס איז אדער יעדער אדער קיינער

אין רעזולטאט פון יענע ארדער האט טעקסאס אדאפטירט א נייע פאליסי אז פון יענץ מאל אן קען קיינער נישט זיין אין צימער מיטן פאראורטיילטן אפגעזעהן פון וועלכע רעליגיע

יענע טויש האט געפירט צו א פעדעראלע אנקלאגע דורך א קאטוילישע ארעסטאנט אקעגן די נייע פאליסי און אום יוני 2020 למספרם האט טאקע די געריכט ארויפגעשטעלט יענעם'ס הינריכטונג אויף ביז א דיסטריקט געריכט וועט באשליסן אויב ערלויבן רעליגיעזע פירער אין צימער וועט פירן צו א זיכערהייט ריזיקע

די דיסטריקט געריכט איז געפונען צום אויספיר אז עס איז נשאפט נישט קיין זיכערהייט פראבלעם און די סופרים קאורט האט דעריבער פארארדנט די דיסטריקט געריכט נאכמאל איבערצוקוקן יענעם'ס קעיס אין ליכט פון זייער נייע שטעלונג

אויסלויפנדיג פון אויסוואלן האט טעקסאס דאן אפגעטרעטן און צוריקגעשטעלט איר פאליסי יא צו ערלויבן רעליגיעזע פירער אין צימער

איין מאנאט שפעטער האט א צוטיילטע סופרים קאורט פארבאטן צו הינריכטן סמיט פון אלאבאמא מיט וועם מיר האבן אנגעהויבן דעם ארטיקל אויב מען שטעלט אים נישט צו זיין גלח

ריכטערין קעיגען האט געשריבן יענע ארדער און דערין האבן זיך אנגעשלאסן ריכטער ברייער, סאטאמאיאר און בערעט

ריכטער ראבערטס, טאמאס און קעווענאו האבן אנגעדייטעט אז זיי וואלטן דערווייל נישט בפועל בלאקירט אלאבאמא פון פאראויסגיין מיט זייער פאליסי אבער יא געמוטיגט די סטעיט צו טרעפן א וועג יא צו ערלויבן רעליגיעזע פירער ביי הינריכטונגען אזוי ווי א רייע אנדערע סטעיט און אויך די פעדעראלע רעגירונג באווייזט צו טוהן

ריכטער אליטא און גארסוטש האבן נישט פובליצירט ווי אזוי זיי האבן געשטימט איבער די ארדער אבער אמווייניגסטנס איינע פון די צוויי האט געמוזט שטימען אקעגן אלאבאמא ווייל עס פארלאנגט זיך כאטש 5 שטימען צו בלאקירן א הינריכטונג

ווי אויבנדערמאנט איז די הינריכטונג פארגעקומען אכט מאנאטן שפעטער ווען דער גלח איז געטאנען און געפרעפלט אינאיינעם מיט סמיט אין זיינע לעצטע מינוטן

אצינד צום איצטיגן קעיס פון ראמירעז וועלכע איז פאראורטיילט געווארן צוריק אין 2004 למספרם פארן אומברענגן א געשעפט קלוירק

ער האט צוריק אין סעפטעמבער למספרם פארלאנגט אז די געריכט זאל אפהאלטן זיין הינריכטונג און צוואונגען די דיסטריקט געריכט וועלכע האט זיך אנטזאגט פון באפעלן פאר די סטעיט צו ערלויבן זיין גלח נישט בלויז צו זיין אנוועזנד נאר צו קענען מאכן סמיכה אויפן קרבן און אים פיזיש אנצוכאפן און פרעפלען מיט אים אין די צייט פון זיין טויט

די סופרים קאורט האט אקצעפטירט אויסצוהערן די קעיס און ראמירעז מאכט די ארגומענט אז וואס ער פארלאנגט איז נישט מער ווי זיינע רעליגיעזע רעכטן באשוצט דורך די קאנסטיטוציע און פעדעראלע רעליגיעזע רעכט געזעץ און טעקסאס קען בלויז אפזאגן זיין פארלאנג אויב זיי קענען איבערצייגן אז עס האנדלט זיך פון מער ווי בלויז אלגעמיינע זיכערהייט זארגן און אויך דארפן זיי אויפווייזן אז דאס אנכאפן זיין האנט און פרעפלען הויך אינאיינעם מיט אים גייט אקעגן גאר אן ערנסטע סטעיט אינטערעסע און אז זיי האבן נישט א ווייניגער שטרענגע וועג צו אדרעסירן יענע אינטערעסע ווי איינפאך טרעטן אויף זיינע רעכטן

(איינע פון די סטעיט אינטערעסן איז אז וואס מער סערוויסעס זיי ערלויבן וועלן פאראורטיילטע טרעפן אויסריידן ארומצושלעפן דאס אויפירן פונעם אורטייל אנווייזנדיג אז דאס און יענץ איז נאכנישט געהעריג געווארן צוגעשטעלט)

ער פירט אויס אז טעקסאס קומט ניטאמאל נאנט צו גרייכן אזא סטאנדארד זינט זיי האבן עס ערלויבט אין די פארגאנגענהייט און אנדערע סטעיטס ערלויבן עס נאך ביז היינט אן קיין זיכערהייט אינצידענטן

די סטעיט האט גע'טענה'ט אז ראמירעז האט פארפעלט צו פרובירן אנדערע מיטלען צו באקומען זיינע רעליגיעזע סערוויסעס איידער ער האט זיך געוואנדן צו די דאזיגע אפציע אבער ראמירעז טענה'ט אז ער האט נאכאנאד פארלאנגט עס זאל צושטאנד קומען דוקא אויף אזא וועג ווייל עס איז אין איינקלאנג מיט די קריסטליכע רעליגיע אז די געבעטן זאלן פארקומען אינאיינעם בקול רם

די פעדעראלע רעגירונג איז אריינגעקומען מיט זייער שטעלונג זאגנדיג פון איין זייט אז ראמירעז פארלאנגט עפעס וואס איז זייער פארשטענדליך און מען קען פארשטיין אז אנדערע וועגן איז נישט קיין אפציע פאר אים אבער פון די צווייטע זייט פארשטייען זיי אויך די זיכערהייט זארגן פון טעקסאס וועלכע זוכט צו פארזיכערן אז די הינריכטונג גייט אריבער גלאט אן קיין קאמפליקאציעס און באזונדער צו פארזיכערן די פריוואטקייט פונעם פאראורטיילטן אבער זיי פירן אויס אז נאך אלעם האט די סטעיט נישט איבערצייגט אז א קאמפלעטע פארבאט אויף אלע אזעלכע סאראט אקאמאדירונגען איז די איינציגסטע וועג צו פארזיכערן זייערע אינטערעסן

די סטעיט טענה'ט אז ראמירעז האט נישט איבערצייגט אז פרפעלען הויך און אנכאפן זיין האנט איז א "מוז" און אפילו זיין גלח האט אויך בלויז געזאגט אז עס איז "וויכטיג"

זיי זאגן אויך אז אויסער די זארגן צו פארזיכערן אז ראמירעז שפורט וואס ווייניגער פיין איז די פרייהייט ארום דעם פאראורטיילטן אין זיינע לעצטע מינוטן אויך וויכטיג צו פארמינערן די טראומא פון זיין פאמיליע

די סטעיט טענה'ט אויך אז ראמירעז זוכט איינפאך אפצושטופן זיין טויט אורטייל פון ווערן אויסגעפירט אנווייזנדיג אז ער האט ערשט אריינגעגעבן זיין פארלאנג אזוי שפעט ווי 17 טאג בעפאר די אורטייל איז געווען געסקעדזשועלט צו ווערן אויסגעפירט

אויך ווייזן זיי אן אז ביים אריינגעבן זיין פארלאנג איז ער נישט געווען קלאר מיט זיין ביטע ווען ער האט בלויז געשריבן אז ער וויל אז זיין גלח זאל פרעפלען "איבער אים" וואס דאס איז נישט קיין אנדייטונג אז די געבעט מוז זיין מיט א הויכע שטימע

אצינד האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און סעט קרעצער האט אויפגעטרעטן אין שטיצע פון ראמירעז ארויסברענגענדיג אז איידער טעקסאס האט געטוישט זייער פאליסי אין 2019 למספרם האט זי אויסגעפירט הונדערטער הינריכטונגען ווען ביי די זייט פון די פאראורטיילטע שטייען רעליגיעזע פירער און פרעפלען הויך אנכאפנדיג די הענט פון די פאראורטיילטע

ראבערטס האט געפרעגט קרעצער אויב עס איז דא דאס אנכאפן מוז זיין אויף א ספעציפישע טייל פונעם קערפער אדער עס קען זיין סיי וואו

ווען קרעצער האט געענטפערט אז איבעראל איז גוט האט ראבערטס געפרעגט וואס וועט זיין די דין אויב עימיצן'ס רעליגיע פארלאנגט יא אנצוכאפן א ספעציפישע ארט ווי צום ביישפיל האלטן די האנט אויפן שטערן אדער אויפן הארץ

קרעצער האט אנגעדייטעט אז דאס וואלט געווען אביסל א שווערערע קעיס אבער קלארגעשטעלט אז ביידע פון זיי זענען פלעצער ניטאמאל נאנט צו די טייל וואו מען דארף קענען איינשטעקן אינטערווינעס און דארף דעריבער נישט שטערן די הינריכטונג פראצעדורן

דאן איז געקומען די רייע אויף ריכטער קעווענאו וועלכע האט אפגעווארפן קרעצער'ס באהויפטונגען און גע'טענה'ט אז סיי וואו אויפן קערפער קען זיין א פראבלעם זינט די הינריכטונג ווערט דורכגעפירט מיט א לעטהאל איינשפריץ פראצעדור וועלכע איז דעליקאט און קאמפלעקס

ער האט אויך אפגעווארפן די טענה פון קרעצער א טעקסאס האט ביז 2019 למספרם ערלויבט די איינפיר זאגנדיג אז די טענה רוקט אים נישט גארנישט פון זיין פאזיציע ווייל עס האט זיך אלעמאל געהאנדלט פון טשאפלעין'ס וועלכע זענען געווען סטעיט איינגעשטעלטע און זיין הויפט זארג איז ווען עימיצער פון אינדרויסן, א שטייגער ווי די גלח, קומט אריין אינווייניג אין צימער

קעווענאו האט נאכאנאנד ווידערהאלט אז די סטעיט זוכט איינפאך צו רעדוצירן די ריזיקע אז סיי וואס זאל גיין פארהאנקערט מיט די הינריכטונג און ערלויבן א גייסטישע פירער צו שטיין דארט און אנכאפן יענעם'ס האנט טוט העכערן די שאנסן אז זאכן זאלן ווערן פראבלעמאטיש

ווען ראבערטס האט געהאט זיין שמועס מיט קרעצער איבערוועלכע סארט אנכאפן און אנדערע ספעציפישע באגרעניצונגען וואלט יא געווען פארשטענדליך און וואו ווייט סטעיט מוזן גיין אקעגנצוקומען יעדע סארט רעליגיעזע פארלאנג האט קרעצער געענטפערט אז געריכטן זאלן דן זיין דערויף אויף א קעיס ביי קעיס באזיס

דאס האט געגעבן א פרישע שאנס פאר קעווענאו ארויפצוטאנצן אויף קרעצער מיט די טענה אז דאס וועט פירן צו א גרויסע לאסט אויף די געריכטן וועלכע וועלן זיך טרעפן מיט גאר אסאך אזלעכע קעיסעס און מען וועט זיי אלע דארפן ערנסט באטראכטן זינט עס האנדלט זיך פון טויט שטראף

אויך ריכטער אליטא האט ווידערהאלט די זעלבע זאגנדיג אז ענדלאזע שטראם פון קלאגעס וועלן פארפלייצן די סופרים קאורט מיט ביטעס אפצולייגן הינריכטונגען אין די לעצטע מינוט

ריכטער טאמאס האט גאר באשולדיגט ראמירעז אין אויסשפילן די סיסטעם זאגנדיג אז ער האט געטוישט זיינע פארלאנגען מערערע מאל
אויב דאס איז די פאל, ווי אזוי זאל א געריכט וויסן אויב זיינע רעליגיעזע גלויבונגען זענען טאקע עכט און אויפריכטיג?

ריכטערין בערעט (וועלכע איז געווען א שליסל און פערטע שטימע אין אן ארדער אין פעברואר למספרם אפצושטעלן אן הינריכטונג אין אלאבאמא [די פיפטע איז פילייכט געועון גארסוטש] סיידן מען ערלויבט יענעם'ס גלח "צו זיין אנוועזנד אין צימער" ווי אויבנדערמאנט) איז געווען היבש מער סימפאטיש צו ראמירעז ווי אירע קאנסערוואטיווע קאלעגן

ווען קעווענאו האט געמאכט די באהויפטונג אז אנכאפן דעם פאראורטיילטן און פרעפלען הויך העכערט די שאנסן אז די הינריכטונג זאל ווערן פארהאנקערט האט בערעט נישט זעלבסט אפגעווארפן די ארגומענט אבער יא געשטופט קרעצער און ווי געפיטערט די ווערטער אין מויל אפצואווארפן די טענה אין אן אנדייטונג אז זי גלויבט אויך נישט אין קעווענאו'ס ארגומענט

אירע אייגענע געמאסטענע ווערטער איז געווען אז די די עכטע אינטערעסע פון די סטעיט איז די טורמע זיכערהייט און דאס אויספירן די הינריכטונג אין א מענטשליכע און זיכערע וועג

ריכטער ברייער און ריכטערין קעיגען זענען געווען סימפאטיש צו די קרעצער ארגומענט אז ביז 2019 למספרם האט טעקסאס יא ערלויבט אזעלכע סערוויסעס

ברייער האט געפרעגט טעקסאס סאליסיטאר דזשענעראל דזשאד סטאון אין וויפיל פעלער וואס מען האט ערלויבט אנכאפן די האנט און פרעפלען הויך האט עס געפירט צו קאמפליקאציעס

סטאון האט אנערקענט אז עס האט זיך נישט געמאכט קיין פראבלעמען אבער דערמאנט די קעווענאו ארגומענט אז דאן האט זיך עס געהאנדלט פון סטעיט טשאפלעינס

ריכטערין קעיגען האט אים געכאפט ביים ווארט פרעגנדיג אויב ער איז באקאנט פון פעלער וואו דרויסנדיגע האבן צוגעשטעלט אזעלכע סערוויסעס אין אנדערע סטעיט און עס האט געפירט צו פראבלעמען

סטאון האט אויך דאסמאל אנערקענט אז מען ווייסט נישט פון קיין אינצידענטן אבער געזאגט אז אזעלכע סארט סערוויסעס פון דרויסנדיגע איז רעלאטיוו א נייע דערהער און בלויז א האנדפול סטעיטס ערלויבן עס (א מאיאריטעט פון סטעיטס וועלכע וואלטן עס נאטורליך ערלויבט פארבאטן טויט שטראף..) און מען דארף געדענקן אז אפילו אויב די שאנסן פאר פראבלעמען זענען זייער נידריג וואלט עס געווען קאטאסראפאל אויב עס זאלן זיך יא מאכן קאמפליקאציעס אפילו גאר זעלטן

דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל עריק פעיגין האט רעפרעזענטירט די פעדעראלע רעגירונג און געזאגט אז טעקסאס וואלט געקענט פארבאטן אזעלכע סערוויסעס אין ספעציעל סענסיטיווע הינריכטונגען אין געוויסע קאמפליצירטע אומשטענדן אבער קען נישט ארויסגעבן אן אלגעמיינע פארבאט דערויף אן קיין אינדיווידואליזירטע ערקלערונגען איבער א ספעציפישע פאל וואו עס קען שטערן די פראצעדור

ער האט אנגעוויזן אז אין די לעצטע רונדע פון 13 פעדעראלע הינריכטונגען זענען דורכאויס 11 פון זיי גייסטישע פירער געווען אנוועזנד, און הויך געבעטן מיט זיי און אין בלויז איינע פון די פעלער אנגעכאפט יענעם אבער אויך בלויז איידער די איינשפריץ איז געווארן געמאכט

פעיגין האט געזאגט אז טעקסאס האט ש טארקע ארגומענט ווען זיי ווילן נישט אז עימיצער זאל אנרירן דעם פאראורטיילטן איינמאל די איינשפריץ ווערט געמאכט און אז ראמירעז האט פונקט אזא שטארקע ארגומענט אז דער גלח זאל פרעפלען הויך איידער די איינשפריץ

קעווענאו האט זיך ארויפגעכאפט אויף די געדאנק און פארגעשלאגן פון טעקסאס סאליסיטאר דזשענעראל סטאון אויב ער וואלט איינגעגאנגען צו ערלויבן פרעפלען הויך איידער די איינשפריץ אבער אן דאס אנרירן דעם פאראורטיילטן

סטאון האט זיך ארויסגעדרייט זאגנדיג אז פעיגין האט גערעדט פון פעדעראלע הינריכטונגען וועלכע ווערן דורכגעפירט אין א פיל גרעסערע צימער ווי סטעיט טויט צימערן

ער האט אנגעוויזן אז די טעקסאס הינריכטונג צימער האלט בלויז 3 מענטשן און ארבעט שווער נאכצוקומען רעליגיעזע פארלאנגען ווי ווייט מעגליך

ער האט אנערקענט אז די סטעיט וועט מוזן האבן זייער שטארקע אורזאכן אפצואווארפן אזעלכע ביטעס ווי א קורצע וואונטש פון א גייסטישע פירער איידער אן הינריכטונג און דערנאך זאל יענער פארלאזן די צימער אבער דאסמאל האנדלט זיך עס פון א פארלאנג אז דער גלח זאל קענען זיין אנוועזנד די גאנצע צייט און אנכאפן יענעם און הויך פרעפלען

ווי דערמאנט אין אנהויב האבן די דריי ליבעראלע ריכטער מיט די הילף פון בערעט געהאט בלאקירט א צווייטע הינריכטונג ביז אלאבאמא ערלויבט א גלח צו זיין אנוועזנד

מיר האבן ערווענט אז ראבערטס, קעווענאו און טאמאס האבן אנגעדייטעט אז זיי האבן געשטימט אקעגן די ארדער און אז אליטא און גארסוטש האבן זיך נישט געלאזט הערן איין וועג אדער די אנדערע אבער כאטש איינע פון זיי האט געמוזט שטיצן די ארדער עס זאל האבן די נויטיגע האבן א בלאק פון 5

מען דארף נישט זיין קיין גרויסע עקספערט צוצוטרעפן וועלכע פון די צוויי האבן געשטימט אין שטיצע פון די ארדער און פאר די וועלכע כאפט נאך אלץ נישט האט אליטא דורכאויס זיינע פראגן געצייגט ווי ער איז אויף די זייט פון טעקסאס ומכלל אליטא אתה שומע גארסוטש

אויב נעמט מען אן אז די דריי ליבעראלן וועלן אורטיילן אין שטיצע פון ראמירעז אין צוגאב פון בערעט בלייבט גארסוטש די שליסל שטימע און פונקט ווי ביי יענע ארדער האט ער זיך נישט געלאזט הערן אין פובליק האט ער אויך איצט ביי די מונדליכע ארגומענטן איינגענומען א שטילקייט און נישט געעפנט דאס מויל אפילו איין מאל

דעריבער איז צו ערווארטן אז ער וועט זיין די שליסל שטימע און מען קען שפעקולירן צו ער האט געשטיצט בלויז יענע ארדער וועלכע האט זיך געהאנדלט פון לאזן זיין עימיצן אין צימער אדער ער וועט אויך דאסמאל שטיצן די רעכטן פונעם פאראורטיילטן צו ערלויבן דאס אנכאפן יענעם און דאווענען הויך

צייט וועט זאגן

די געריכט אט נארוואס געאורטיילט אין שטיצע פון ראמירעז
די 1-8 אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטער ראבערטס און בלויז טאמאס האט געשטימט אקעגן די אורטייל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט ריכטער טאמאס באפרייט פון שפיטאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט אורטיילט אין שטיצע פון די נעיווי אקעגן סיעלס וועלכע ווילן זיך נישט וואקסינירן צוליב רעליגיע

ראבערטס און קעווענאו שליסן זיך אן מיט די ליבעראלע בלאק
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג מארטש 29, 2022 10:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

טראמפ אין א פרישע סטעיטמענט באגריסט די באפרייאונג פון ריכטער טאמעס נאכן וויילן אין שפיטאל עטליכע טעג צוליב א אינפעקציע


37058.jpeg
37058.jpeg (148.36 KiB) געזען 1065 מאל
MAKE AMERICA ORANGE AGAIN
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טאמאס האלט מיט צום צווייטן טאג די מונדליכע ארגומענטן בלויז ווירטואל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די פעדעראלע פשרה אקט בעסער באקאנט מיט איר אקראנים FAA איז א געזעץ וועלכע באשטימט ווי אזוי די געריכט סיסטעם זאל זיך אומגיין ווען מענשטן און פארטייען צווישן זיך טוען לעזן זייער געפעכטן ארויס פון די געריכט דורך זיך אראפבונדן צו אקצעפטירן די באשלוס פון א מפשר

די געזעץ טוט דורך אירע מערערע סעקשאנס פארשרייבן ווי אזוי סטעיט און פעדעראלע געריכטן צוגלייך זאלן באצוואונגען אזעלכע וועלכע זענען איינגעגאנגען זיך צו פארגלייכן ביי א מפשר אין פאל פון א קאנפליקט און ווען די קאנפליקט פאסירט באקומט איינע פון די צוויי זייטן קאלטע פיס און אזוי אויך אויב ביידע זייטן זענען שוין אריבער די פשרה פראצעדור און דער דערלייגער וויל זיך נישט האלטן דערצו טוט די געריכט אינפארסירן די באשלוס פון די מפשר

סעקשאן 4 פון די געזעץ באאויפטראגט די געריכט צו פארזיכערן מיט יורידישע מאכט אז צוויי מענטשן וועלכע זענען איינגעגאנגען אז אויב וועלן זיי זיך צוקריגן און עימיצער וועט האבן טענות זאל מען זיך ווענדן צום מפשר, האלטן זיך טאקע דערצו

אט די שטאפל ווערט אנגערופן די ערשטע שטאפל, זינט מען האלט נאך איידער די פשרה איז געווארן אויסגעהאמערט, און די די געריכט טוט אונטער סעקשאן 4 פארזיכערן אז ביידע זייטן קאאפערירן מיטן מפשר געהעריג

איינמאל די צוויי ארבעטן מיט און דער מפשר זאגט דאס זייניגע טרעפט זיך אפט אז דער געוואונער איז אנגעוויזן אז די געריכט זאל אינפארסירן די באשלוס וואס דאן קומט סעקשאן 9 און אויטאריזירט און באשטימט ווען די געריכט זאל נאכקומען זיין פארלאנג

אין פאל וואס דער פארלירער וויל אז די געריכט זאל איבערדרייען די באשלוס פונעם מפשר קומט סעקשאן 10 און פארארדנט די געריכט ווען אים נאכצוגעבן און ווען צו אינפארסירן די פשרה

אינאיינעם טוען סעקשאן 9 און 10 דעקן די צווייטע שטאפל פון א פשרה וועןן די פשרה איז שוין פארטיג און מען דארף אינפארסירן איר האפט

די פראגע שטעלט זיך וועלכע געריכטן האבן יוריסדיקציע צו אינפארסירן אזלעכע פשרה געפעכטן, איז עס די סטעיט אדער פעדעראלע געריכטן?

די געזעץ אין סעקשאן 4 שרייבט אז סיי ווער עס זוכט צו צוואונגען עימיצן זיך צו האלטן צו אן אפמאך זיך אויסצוגלייכן פארנט פון א מפשר קען זיך ווענדן צו "סיי וועלכע געריכט אונטער וועמענ'ס יוריסדיקציע עס באלאנגט"

סעקשאן 4 גיבט יוריסדיקציע פאר די "פעדעראלע" געריכט צו צוואונגען צוויי זייטן צו פארהאנדלען ביי א מפשר אויב זיי זענען איינגעגאנגען דערויף בעפאר און די באקלאגענישן פונעם קלעגער איז באזירט אויף דעם אז מען האט פארלעצט זיינע רעכטן צו וועלכע ער איז בארעכטיגט אונטער די "פעדעראלע געזעץ" אדער אפילו אויב עס איז א סטעיט פארלעצונג אבער די צוויי זייטן וואוינען אין אנדערע סטעיטס און עס איז נישט שייך פאר איין סטעיט צו באהאנדלען די פראגע

אויב אבער עס איז אן איינפאכע סטעיט אנגעלגענהייט זאל עס ווערן אויסגעהערט אין סטעיט געריכט

ווער באשליסט אויב א קלאגע איז באזירט אויף פעדעראלע געזעץ פארלעצונג אדער סטעיט געזעץ?

אויף דעם שרייבט די געזעץ אז עס זאל "דורכגיין אן איבערזיכט צו זעהן וואו עס באלאנגט"

ביזט עפעס קלוגער געווארן? ווער פירט דורך די איבערזיכט? סטעיט אדער פעדעראל?

אט די פראגע איז געווארן אויסגעקלארט אין 2009 למספרם אין א לענדמארק סופרים קאורט אורטייל וועלכע האט געשריבן אז די געריכט אז די "רעכט פאר איבערזיכט" דערמאנט אין סעקשאן 4 באלאנגט פאר די פעדעראלע געריכט וועלכע באקומט די רעכט איבערצוקוקן די פאקטן פון די באקלאגעניש און אויב קומען זיי צום אויספיר אז עס באזירט אויף פעדעראלע פארלעצונג קענען זיי האלטן די קעיס

אצינד קען מען צוגיין צו אונזער געשיכטע און זעהן וואס אזאנס האט איצט פאסירט אז די געריכט דארף ווידער אריינקוקן און אויסקלארן פרישע פראגן אינעם געזעץ

אין 2014 למספרם האט פרוי באדגעראו געארבעט אלץ א געהילף פינאנציעלע ראטגעבער פאר א ליוזיאנא באזירטע קארפארעישן און אונטערגעשריבן אן אפמאך אונטער וועלכע זי גייט איין צו שליכטן אלע מעגליך אויפקומענדע באקלאגענישן ביי א מפשר

אין 2016 למספרם האט די פירמע אויפגעזאגט באדגעראו פון איר פאזיציע און זי האט דאן אריינגעטראגן א באקלאגעניש אקעגן די פירער פון די פירמע אז מען האט פארלעצט אירע רעכטן באשוצט אונטער א פעדעראלע סיוויל רייטס געזעץ און אונטער די סטעיט וויסלבלויער געזעץ (וועלכע פארבאט אויפצוזאגן ארבעטער צוליב וואס זיי מסר'ן זייערע ארבעטסגעבער פאר די רעגירונג)

די קלאגע האט זי אריינגעטראגן צו די פינאנציעלע אינדוסטריע רעגולאציע אויטאריטעט, בעסער באקאנט מיט איר אקראנים FINRA וועלכע איז געווען באאויפטראגט אונטער די פשרה קאנטראקט אויסצוהערן די צדדים און באשליסן ווער עס איז גערעכט

עווענטועל האט FINRA ארויסגעווארפן די קלאגעס און געשריבן אז באדגעראו קען נישט אפעלירן די באשלוס

אין 2019 למספרם האט באדגעראו אריינגעטראגן א קלאגע אין סטעיט געריכט און זיי געבעטן איבערצודרייען די באשלוס פון FINRA און באשולדיגט אז איר ארבעטסגעבער איז באגאנגען שווינדלערייען ביי די פשרה פראצעדור (אזא קלאגע ווערט אדרעסירט אין סעקשאן 10)

איר ארבעטסגעבער מיטן נאמען וואלטער האט אינצווישן זיך שוין געהאט געוואנדן צום פעדעראלן געריכט צו אינפארסירן די באשלוס (אזא פארלאנג איז געדעקט אונטער סעקשאן 9) און אצינד האט וואלטער געבעטן פון די פעדעראלע געריכט אז זיי זאלן ארויסשלעפן באדגעראו'ס קעיס פונעם סטעיט געריכט און אז זיי זאלן האבן די אויסשליסליכע יוריסדיקציע איבער די קעיס

באדגעראו האט אבער גע'טענה'ט אין פעדעראלע געריכט דאס פארקערטע, נעמליך, אז זיי דארפן גאר אויפגעבן די קעיס און עס לאזן פאר די סטעיט געריכט צו באהאנדלען זינט די קעיס האט גארנישט איינגעלייגט מיט די פעדעראלע געריכט סיטעם און עס איז נישט אונטער זייער יוריסדיקציע

די דיסטריקט געריכט האט אבער געגעבן רעכט פאר וואלטער און געאורטיילט אז די קעיס בלייבט ביי זיי און באזירט זייער באשלוס אויף די אויבנדערמאנטע לענדמארק סופרים קאורט קעיס וועלכע שרייבט אז עס איז די פעדעראלע געריכט וועלכע קוקט איבער אזא קעיס און באשליסט אויב די ארגינעלע קלאגע איז געווען באזירט אויף פארלעצונגען פון פעדעראלע געזעץ וואס דאן איז די קעיס אונטער פעדעראלע יוריסדיקציע זינט די פעדעראלע געריכט וואלט דאך באהאנדלט אזא קעיס ווען נישט די אפמאך זיך אויסצוקומען אינדרויסן פון געריכט דורך א פשרה

איי וועסטו פרעגן למאי נפקא מינה ווער עס קוקט איבער אויב עס איז א פעדעראל אדער סטעיט באזירטע אנקלאגע? ביי די ענדע איז דאך עס סיי וואס עס איז און דער וואס קוקט עס איבער וועט זיך סייווי דארפן האלטן צום געזעץ און עס דירעקטירן צו די יוריסדיקציע ווי עס געהער?

די ענטפער איז אז זייער אסאך מאל איז די ענטפער נישט שווארץ אדער ווייס, צום ביישפיל אין אונזער פאל האט באדגעראו געקלאגט וואלטער מיטן פארלעצן א סטעיט געזעץ אבער צוגעלייגט א באקלאגעניש איבער א פעדעראלע סיוויל רייטס פארלעצונג, זי האט עס געטוהן ווייל מאכן יענע סארט באקלאגעניש ערלויבט איר אריינצוברענגן אין די קלאגע אויך א גרעסערע פירמע, באקאנט אלץ אמעריפרייס וועלכע איז אפיליאירט מיט וואלטער'ס פירמע אין בילד (וואלטער'ס פירמע איז ווי א פרענטשייס פון יענע פירמע)

טראץ וואס זי האט ארגינעל איינגעשלאסן אמעריפרייס אין די אנקלאגע ווען זי האט געקלאגט ביי FINRA האט זי נישט ערווענט אמעריפרייס אין איר פארלאנגט פארן סטעיט געריכט ארויסצואווארפן די FINRA באשלוס

דאס האט געשאפן א גרויע פראגע, צו וויבאלד איר ארגינעלע קלאגע האט קלאר אריינגענומען א פעדעראלע פארלעצונג באשולדיגונג בלייבט עס שוין א פעדעראלע קעיס אדער וויבאלד ביים פארלאנגען פון די געריכט ארויסצואווארפן די פשרה האט זי זיך בלויז באצויגן צו די וואלטער סטעיט פארלעצונג איז עס אונטער סטעיט יוריסדיקציע

אזא פראגע איז עפעס וואס האט צוויי צדדים און סטעיט און פעדעראלע געריכטן קענען אורטיילן אנדערש דערויף געוואנדן אין זייער אינטערעסע אדער לעגאלע פערספעקטיוו

באדגעראו האט אפעלירט די קעיס צום פיפטן קרייז געריכט אבער בלויז מיט די איינע הויפט פראגע צו אויסקלארן וועלכע יוריסדיקציע עס איז באפולמעכטיגט איבערצוקוקן און באשליסן וואו די קעיס באלאנגט און די קרייז געריכט האט באשטעטיגט די אורטייל פונעם דיסטריקט געריכט און ווידערהאלט אז די קעיס איז אונטער פעדעראלע יוריסדיקציע

באדגעראו האט אפעלירט איר קעיס צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן וועלכע האט אצינד אויסגעהערט די קעיס און די אורטייל ווערט שטארק נאכגעפאלגט אין די פינאנציעלע וועלט ווייל עס וועט האבן א גאר שטארקע אימפאקט איין וועג אדער די אנדערע איבער די גאנצע לעגאלע ספעקטרום אין געפעכטן איבער קאמערציאלע געזעץ, ארבעט געזעצן, אינטעלעקטואלע פראפערטי און נאך

איך ווייס אז מען האט נאכנישט אויסגעשמוסעט ביידע צדדים פון די דעבאטע און אויבנאויף בלייבט צום וואונדערן וואס די טענה פון באדגעראו איז איינמאל די סופרים קאורט האט שוין געאורטיילט אז די פעדעראלע געריכט איז דער וועלכע קוקט איבער די קעיס און באשליסט וואו עס זאל ווערן אויסגעהערט

איז לאמיר טאקע הערן וואס די באדגעראו ארגומענט איז און דאן וועט מען זיך טרעפן מיט אן עכט אינטערסאנטע פראגע וועלכע די סופרים קאורט ריכטער וועלן דארפן באשליסן

באדגעראו טענה'ט אז די סופרים קאורט פרעצעדענט שרייבט אז די "רעכט פאר איבערזיכט" דערמאנט אין סעקשאן 4 באלאנגט פאר די פעדעראלע געריכט

סעקשאן 4 איז געווידמעט בלויז אויף צו צוואונגען צוויי זייטן צו פארהאנדלען ביי א מפשר אויב זיי זענען איינגעגאנגען דערויף בעפאר און בלויז צו אזעלכע פעלער האט די אויבנדערמאנטע סופרים קאורט אורטייל גערעדט ביים צוטיילן די רעכט פאר די פעדעראלע סיסטעם צו באשליסן צו וועמענ'ס יוריסדיקציע עס זאל צופאלן

אונזער פאל איז דאך אבער איבער א באשלוס פון א מפשר וואס איז שוין געמאכט געווארן און מען האלט שוין נאכן ערשטן שטאפל

אצינד שטייט מען ביים צווייטן שטאל ווען די סכסוך האנדלט זיך צו מען זאל אינפארסירן אדער גאר ארויסווארפן די באשלוס פונעם מפשר

אזא סארט געפעכט איז בכלל נישט אדרעסירט אין סעקשאן 4 נאר אין סעקשאנס 9 און 10 ווי אויבנדערמאנט און סעקשאן 9 און 10 ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט וועלכע יוריסדידיקציע זאל באהאנדלען צווייטע שטאפל געפעכטן

וואלטער טענה'ט אז אלע יוריסדיקציע פראגן אדרעסירט אין סעקשאן 4 און שפעטער אויסגעקלארט דורך די סופרים קאורט איז גילטיג פאר די איבריגע סעקשאנס אויך אבער לויט באדגעראו איז אין די סופרים קאורט אורטייל קלאר געשריבן אז די "שפראך אין סעקשאן 4" איבער "רעכט פאר איבערזיכט" איז וואס עס האט זיי באוואויגן עס צו געבן די אויבערהאנט פאר די פעדעראלע געריכט

זאגט באדגעראו אז אין סעקשאנס 9 און 10 ווערט נישט דערמאנט אזא שפראך בכלל און מען רעדט נישט פון קיין איבערזיכט און די סופרים קאורט שרייבט דאך קלאר אז זיי באציען זיך צו סעקשאן 4

אלזא, ווערט די פראגע אויב די סופרים קאורט פרעצעדענט דעקט בלויז סעקשאן 4 (ערשטע שטאפל סכסוך) אדער אויף 9 און 10 (צווייטע שטאפל סכסוך)

דניאל געיסער האט רעפרעזענטירט פרוי באדגעראו און ריכטערין קעיגען האט אים געזאגט אז עס קלונגט אביסל אינטערסאנט אז ווען ער זאגט אז אין די ארגינעלע באקלאגעניש אז א סיוויל רייטס באקלאגעניש איז א פעדעראלע אנגעלעגנהייט (אזוי ארום האט זי פרובירט אריינצושמירן אמעריפרייס אין די געמויזעכץ) אבער וווען עס קומט צו שטאפל צוויי זאגט ער אז די פעדעראלע געריכט סיסטעם האט נישט סיי וועלכע יוריסדיקציע איבער דעם

ריכטער ברייער האט אויך נאכגעפאלגט אין יענע דירעקציע אבער זיך באנוצט מיט א מער גראפישע היכי תימצי וועלכע האט אביסל אויפגעפרישט די געריכט זאל

ברייער האט גענוצט א ביישפיל פון עימיצער וועלכע זוכט פאר יעדן פרייז פארמיידן פון זיך אויסקומען ביי א מפשר און יענעם באצייכנט אלץ פשרה ראט (די אומהיימליכע באשעפעניש)

ברייער האט געפלאכטן זיינע פערל רייד פארשטעלנדיג ווי אזוי יענע ראט וועט זיך אומגיין מיט נאכאנאנדע ראטיטוד (עטיטוד דורך א ראט) זיך ארויסצודרייען פון אקצעפטירן א פשרה

צום ערשט וועט די ראט נישט וועלן איינגיין זיך צו ווענדן צו א מפשר, דאן, אויב באווייזטו אים צו שטעלן פארנט פון א מפשר וועט ער נישט וועלן אז די צד שכנגד זאל קענען אראפברענגן סיי וועלכע עדות, און אויב גייט ער שוין יא איין דערויף וועט ער נישט ערלויבן אז סיי ווער זאל אינפארסירן די פשרה באשלוס

ברייער האט משלב געווען די געשמאקע משל לעניננו אויספירנדיג אז די סוקסעס פנעם ראט זיך אויסצודרייען פון א פשרה איז געוואנדן אין וועלכע די פראוויזיעס פון די פשרה געזעץ בלייבן צוגעגנליך פארן ראט צו נוצן אלץ אויסרייד און מיטל לויז צו ווערן פון געזעצליכע פשרה אינפארסירונג

ברייער האט אויסגעפירט מיטן זעלבן פונקט וואס קעיגען האט געזאגט אז עס זעהט אים נישט אויס אזוי פארשטענדליך אז א פעדעראלע געריכט זאל נישט האבן די זעלבע רעכטן ביי שטאפל 2 ווי וואס זי וואלט געהאט ביי שטאפל 1

געיסער האט רעאגירט מיטן ווייטער נוצן די ראט ביישפיל און געזאגט אז ער איז מסכים אז אין פאל וואס א פעדעראלע געריכט האט אריינגעצוואונגען אן "אזויגערופענע ראט" זיך צו שטעלן פארנט פון א מפשר (ביי שטאפל 1) זאל יענע קעיס ווייטער קענען האלטן די קעיס אויב יענער וויל עס נישט אויספאלגן (שטאפל 2)

ווען ראבערטס האט אבער אויסגעפרעגט געיסער האט ער נאכאמאל דערמאנט די ראט ביישפיל און זיך באצויגן צו אזא טיפ זאגנדיג אז דו קענסט זיי רופן "פשרה ראט" (דורשין לגנאי) אדער גאר "יורידישע לייב" (דורשין לשבח) און די פארזאמלטע האבן אויסגעפלאצט אין געלעכטער

ראבערט האט פארגעזעצט צו פרעגן: איז דאס נישט טייל פון די פראבלעם אז די טיילווייז אומגעווענליכע סיטואציע וואו עס איז א פעדעראלע געזעץ אבער אין די פריערדיגע פרעצעדענט האבן מיר נישט געגעבן רעכט פאר פעדעראלע געריכט יוריסדיקציע (ווייל יענע פרעצענדענט איז בלויז געווען פאר סעקשאן 4)

דאס איז וואס מאכט עס אזוי קאמפליצירט קלארצושטעלן ווען גענוי דו גייסט אין פעדעראלע געריכט און ווען עס געהער צום סטעיט געריכט

ריכטער קעווענאו האט אויך היבש סימפאטאזירט מיט די וואלטער זארג אז סעקשאן 10 באגרעניצט זייער שטארק ווען געריכטן קענען ארויסווארפן פשרות און אויב זאל מען ערלויבן פעדעראלע געזעץ באקלאגענישן וועלן זענען געלייזט אונטער א פשרה אז סטעיט געריכטן זאלן איבערקוקן אויב מען זאל ארויסווארפן די פשרה (גענוי וואס בארגעדאו זוכט) וועלן סטעיט געריכטן זיך נישט האלטן צו די שטרענגע סטאנדארטן פון די פעדעראלע סעקשאן 10 נאר באזירן זייער באשלוס אויף לויזערע סטעיט פשרה געזעצן

ער זאגט אז די מערסט פראקטישע לעזונג וואלט געווען יא צו נוצן די "רעכט פאר איבערזיכט" רעצעפט דערמאנט אין סעקשאן 4 און מען זאל עס טוהן דורכאויס די גאנצע פראצעדור (אריינגערעכנט ביי שטאפל 2)

די שארפע רייד פון די ריכטער אין ריכטונג פון געיסער באדייט נישט אז וואלטער'ס אדוואקאט ליסא בלאט האט געהאט א גאר לייכטן פעלד ביי איר אויפטריט

ראבערטס האט אויסגעדרוקט זיין זארג אז אויב פעדעראלע געריכטן זאלן אויך דארפן איבערקוקן שטאפל 2 יוריסדיקציע געפעכטן וועט דאס פעדעראליזירן אזוי פיל מער FAA קעיסעס איבערשטרענגן די פעדעראלע געריכט סיסטעם מיט אן איבערפלוס פון קעיסעס

בלאט האט פרובירט צו ענטפערן אז אזעלכע סראט קעיסעס איז א קליינע פראצענט פון פשרה געפעכט קעיסעס אבער ראבערטס האט נישט אויסגעקוקט צופרידן

קעיגען האט באזונדער נאכאנאנד געהאמערט אויף בלאט אז איר פאזיציע מאנגלט אין א באזיס געבויעט אויף רויע טעקסט זאגנדיג אז די "רעכט פאר איבערזיכט" (וואס געהער פאר די פעדעראלע געריכט לויט די סופרים קאורט פרעצעדענט) ווערט פאקטיש בלויז ערווענט אין סעקשאן 4 און עס איז ווערט נישט דערמאנט אפילו ברמיזה אין סעקשאן 10 און אויב קאנגרעס וואלט געוואלט אזא סארט בלאנקעט "רעכט פאר איבערזיכט" צו דעקן אלע רעלעוואנטע סעקשאנס וואלטן זיי עס געשריבן אין אזא וועג און נישט עקסקלוסיוויזירט (אקעי, די טערמין איז מיין אייגענע און נישט קעיגען'ס) אין סעקשאן 4

קעיגען האט אויסגעפירט מיט זייער א קלארע סך הכל וואס האט בעצם רעפלעקטירט די שטעלונג פון די איבריגע ריכטער אויך און וואס מאכט גאר שווער פאראויסצושאצן וועלכע ריכטונג די געריכט וועט עווענטועל נעמען

די סך הכל איז געווען אז פון פראקטישן זין וואלטן מיינסטנס ריכטער פארשטאנען אז די זעלבע פעדעראלע ריכטער איבערזיכט וועלכע דעקט סעקשאן 4 זאל דעקן אויך די אנדערע טיילן און ווי קעיגען האט עס אראפגעלייגט וואלט דאס געווען די צוגאנג אויב וואלטן מיר זיך ארפאגעזעצט און אנגעהויבן איבערשרייבן די געזעץ פונדאסניי

מאידך גיסא איז עס אבער די עקזיסטירנדע געזעץ אויף די ביכער וועלכע פארמאגט איר שפראך און דארט ווערט די איבערזיכט רעכט דערמאנט דוקא און בלויז אין סעקשאן 4



איין ווארט...

WOWOW!!!

די סופרים קאורט האט איצט געאורטיילט אין שטיצע פון פרוי באדגעראו
ריכטערין קעיגען האט געשריבן די אורטייל פארן מאיאריטעט פון אכט און ברייער איז דער איינציגסטער אין די מינאריטעט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג לך

עס איז געווען אוונט צייט אום יונואר 2014 למספרם אין ברוקלין ניו יארק ווען ביי די טאמפסאן'ס האט מען זיך געגרייט צו גיין צולייגן פאר די נאכט און די שטילקייט איז געווארן איבערגעריסן דורך א קלאפ אין טיהר, לערי טאמפסאן איז צוגעגאנגען עפענען און זיך דערזעהן פארנט פון פאליציי אפיצירן וועלכע האבן פארלאנגט איינטריט צו קענען אונטערזוכן זיין טאכטער וועלכע איז געבוירן איין וואך פריער נאך וואס עימיצער האט אריינגערופן מיט א פאלשע באשולדיגונג איבער אביוזן דאס פיצל, אבער לערי האט זיי קלארגעשטעלט אז אן קיין געריכטליכע ווארענט קומט קיינער נישט אריין

די אפיצירן האבן זיך אריינבאקומען אין זיין היים מיט מאכט און האבן אים דארט געקייטלט און ארעסטירט אין די צייט וואס די אנדערע אפיצירן האבן אונטערזוכט דאס קינד און נישט געפונען סיי וואס פארדעכטיגט און דערנאך גענומען דאס קינד אין שפיטאל ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט די זעלבע

ווי עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט איז עס געווען טאמפסאן'ס א שוועגערין וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן ביי אים אינדערהיים צוליב גייסטישע שוועריגקייטן מיט וועלכע זי מוטשעט זיך און זי האט באמערקט אויסשלאגן אויפן קינד און האט אלארמירט די פאליציי איבער מעגליכע אביוז אבער עווענטועל האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס האנדלט זיך פון א געווענליכע אויסשלאג וועלכע איז מצוי ביי ניי געבוירענע

דער אפיציר וועלכע האט אינוואדירט די אפארטמענט איז געווען פעיגעל קלארק און ער האט פאלש באשולדיגט אז לערי האט זיך אויפגעפירט ווילד און זיך נישט געלאזט ארעסטירן און געשטערט א רעגירונג אויספארשונג פירנדיג צו זיין ווערן אריינגעשליידערט אין טורמע וואו ער האט געשמאכטעט פאר צוויי טאג און געווארן אנגעקלאגט מיט צוויי קלאגעס איבער ווילדע אויפפירונג און צורקווייזן ארעסט

טאמפסאן האט געקעמפט אקעגן די קלאגעס און נאך עטליכע מאנאטן האבן די פראקורארן ארויסגעצויגן די קלאגעס אן אנגעבן אן ערקלערונג מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר

טאמפסאן, אן אפריקאנע אמעריקאנער, האט אריינגעטראגן א קלאגע אז מען האט אים פארהאלטן אן קיין ווארשיינליכע באווייז אויף סיי וועלכע פארלעצונג און איז אין פארלעצונג פון די פערטע אמענדמענט און פארלאנגט אז לויט די געזעץ אין סעקשאן 1983 קען ער פארלאנגען אנטשעדיגונג פאר קאנסטיטוציאנאלע פארלעצונגען באגאנגען דורך סטעיט און לאקאלע אויטאריטעטן

די קעיס איז אנגעקומען צו א פעדעראלע דיסטריקט ריכטער וועלכע האט געאורטיילט אין שטיצע פון די סטעיט שרייבנדיג אז לויט די צווייטע סירקוט'ס פרעצעדענט (אונטער וועמענס יוריסדיקציע ניו יארק געפונט זיך) טוט סעקשאן 1983 בארעכטיגן אנטשעדיגונג בלויז אין פעלער ווען די אנקלאגע ענדיגט זיך אין א וועג "וועלכע דעמאנסטרירט די אומשולד פונעם אנגעקלאגטן" און דערמיט אז מען האט אים נישט געמעגט פארהאלטן אבער אין אונזער פאל האט די סטעיט גלייך ארויסגעצויגן די קלאגע און עס איז נישט געגאנגען אין ערגעץ און עס איז קיינמאל נישט געווארן "איבערגעצייגט זיין קלארע אומשולד" ווייל נישט די פראקורארן אין זייער פיילינג ארויסצוציען די קעיס און נישט די געריכט ביים אקצעפטירן די פיילינג האבן ערקלערט פארוואס די קלאגעס ווערן ארויסגעצויגן

טאמפסאן האט אפעלירט די באשלוס צום צווייטן סירקוט אויף וועלכע די אורטייל האט זיך סומך געווען און זיי האבן געגעבן רעכט פארן אונטערשטן געריכט

טאמפסאן האט דאן אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט וועלכע האט אצינד אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן

די פעדעראלע רעגירונג האט אין א פריינט צום געריכט בריוו געמוטיגט די ריכטער צו נעמען די זייט פון טאמפסאן שרייבנדיג אז די סברא פון די געריכטן צו ערלויבן קלאגעס בלויז אקעגן אזעלכע ארעסטן און קלאגעס וועלכע זענען געווארן ארויסגעצויגן און "דערקלערט דעם אנגעקלאגטן'ס אומשולד" נעמט זיך פון דעם וואס אין אסאך פעלער איז יא געווען "ווארשיינליכע באווייזן" יענעם צו פארהאלטן נאר אין לויף פון די צוגרייטונג צום פראצעס שטעלט זיך ארויס אז פראקורארן שפורן נישט גענוג זיכער מיט זייער קעיס אז עס זאל זיך זיי לוינען פאראויסצוגיין און דעריבער ציען זיי ארויס די קלאגעס

צוליב דעם פארלאנגען געריכטן אז צו קענען קלאגן פאר אומבארעכטיגטע פארהאלטונגען דארפן די קלעגער ערהאלטן פון די פראקורארן א דעקלעראציע אז זיי ציען ארויס די קלאגעס צוליב זיין קלארע אומשולד


טענה'ט אויף דעם די רעגירונג אז אזוי לאנג ווי עס איז קלאר פאר יעדן אז "בשעת די ארעסט" איז נישט געווען גענוג באווייזן צו בארעכטיגן די ארעסט איז שוין גענוג צו קענען אנקלאגן די אפיצירן אפגעזעהן צו דאס וואס די קעיס ווערט שפעטער ארויסגעווארפן איז ווייל פראקורארן האבן נישט "גענוג א שטארקע קעיס" אדער בכלל נישט קיין קעיס ווייל די פארלעצונג איז געווען באזירט אויף וואס אפיצירן האבן געהאט צו די האנט ביים דורכפירן די ארעסט

אויסער דעם זאגן זיי אז די אויסרייד פון די רעגירונג איז נישט מאסגעבנד ווייל עס ערלויבט פאליציי צו ארעסטירן אן אויף א צווייפלהאפטיגע באזיס און שפעטער פריילאזן דעם פארהאלטענעם אן ערלקערן פארוואס און זיך אזוי ארום ארויסדרייען פון באשטראפט ווערן אויךף די פארלעצונג

די רעגירונג האט אויך אראפגעשיקט געהילף סאליסיטאר דזשענעראל יונתן עליס צום געריכט צו מאכן ארגומענטן לטובת טאמפסאן ביי די מונדליכע פארהער סעסיע

ריכטער ברייער האט געוואלט פארשטיין אויב ווען פראקורארן ציען ארויס א קעיס אויס צוליב מיטגעפיהל פאר אן אנגעקלאגטן וועלכע איז געווארן ארעסטירט צוליב רויבן עטליכע רעפטלעך ברויט צו שפייזן זיין פאמיליע, וועט יענער קענען ברענגן קלאגעס פארן אים ארעסטירן?!

ראבערטס האט אויך אנגעוויזן אז אסאך מאל ארבעטן פראקורארן אויס אן אפמאך מיטן אנגעקלאגן און דיסמיסן די קלאגעס אן אפיציעל דערקלערן פארוואס, אדער וועלן פראקורארן ארויסווארפן ווייניגער וויכטיגע קעיסעס אויב זיי דערזעהן זיך מיט אן איבערפלוס פון מער ערנסטע קעיסעס

אפיציר קלארק האט געמאכט צוויי ארגומענטן
זיין הויפט ארגומענט איז געווען אז די וועג ווי אזוי טאמפסאן האט געברענגט זיין קלאגע איז נישט אויסגעהאלטן זינט ער האט געקלאגט דעם אפיציר פארן אונטערשרייבן א פאלשע דעקלעראציע (אז טאמפסאן האט געווילדעוועט ביים ארעסט) צו בארעכטיגן אים צו פארהאלטן אויף די ערשטע צוויי טאג

לויט קלארק קען מען טאקע ברענגן אזוינע קלאגעס אבער בלויז אונטער א פראצעדור גערופן "אומבארעכטיגע פארהאלטונג" וועלכע האט נישט קיין שייכות מיט די פערטע אמענדמענט רעכט וועלכע גיבט רעכטן צו קלאגן "אין פאל וואס דער פאליציי אפיציר האט באאיינפלוסט א פראקוראר מיט פאלשע באווייזן פאראויסצוגיין מיט א קעיס"

קלארק ווייזט אן אז טאמפסאן האט געמאכט א קוגל מיט זיין קלאגע קלאגנדיג דעם אפיציר פאר די פאלשע דעקלעראציע אים צו פארהאלטן פאר צוויי טאג (אויף וועלכ מען קען קלאגן אבער נישט אונטער די פערטע אמענדמענט) אונטער די פערטע אמענדמענט און אזא סארט קלאגע אונטער די פערטע אמענדמענט האט נישט קיין מקור אין יורידישע פרעצעדענט און איז קיינמאל נישט אנערקענט געווארן דורך די סופרים קאורט

דאן קומט קלארק מיט זיין צווייטע ביטע, אז אם תמצי לומר אז די די געריכט האלט אז זיין קלאגע פאר זיך איז יא אויסגעהאלטן אונטער די פערטע אמענדמענט, בעהט ער די ריכטער צו גיבן רעכט פאר די צווייטע סירקוט אז עס פעלט זיך יא אויס אן אפיציעלע ריינוואשונג מצד דעם פראקוראר כדי דער אנגעקלאגטער זאל קענען שפעטער קלאגן דעם אפיציר

טאמפסאן'ס אדוואקאט האט אפגעווארפן די ערשטע ארגומענט פון קלארק און געבעטן די ריכטער עס ניטאמאל צו אדרעסירן זינט ער האט אפילו נישט גענוצט די ארגומענט אינעם אונטערשטן געריכט נאר זיך דערמאנט דערוועגן ביים גרייכן דעם העכסטן געריכט

אויך די פעדעראלע רעגירונג האט געזאגט אז וויבאלד קלארק האט איבערגעהיפט די ערשטע ארגומענט ביז אהער זאל די געריכט זיך קאנצעטרירן אויף די צווייטע ביטע וועלכע איז די פראגע צו עס פעלט זיך אויס אן אפיציעלע ריינוואשונג מצד דעם פראקוראר כדי דער אנגעקלאגטער זאל קענען שפעטער קלאגן דעם אפיציר ווייל מערערע אפעלט געריכטן איבערן לאנד קענען נוצן קלארקייט אויף די פראע אין ענליכע קעיסעס

אליטא איז געווען אומצופרידן דערפון זאגנדיג אז איידער מען קלארט אויס די ערשטע ארגומענט האט עס נישט קיין זין צו באהאנדלען די צווייטע פראגע ווייל עס איז אן אומרעאליסטישע היכי תמצא

אליטא האט פארגליכן די פרואוו צו אויסקלארן פראגע צוויי און איגנארירן די ערשטע פראגע צו עימיצער וואס וואלט אנגעפרעגט ביי א מעדיצינישע עקספערט אויב א באשעפעניש וועלכע איז א מענטש אין די אויבערשטע האלב פון זיין קערפער אבער א פערד ביים אונטערשטן טייל, צו אזאנס קען אנטוויקלונגען לונגען קרענק ביים רויכערן פינף שאכטלען ציגארעטן א טאג

צו ערשט דארף מען האבן די ערשטע (אזא סארט באשעפעניש אין די משל אדער די ענטפער אויף די ערשטע פראע אינעם נמשל און דערנאך קען מען אויסקלארן די מעדיצינישע פראגע אינעם משל און די צווייטע פראגע אינעם נמשל)

קלארק'ס אדוואקאט האט אנערקענט אין א פראגע פון ריכטערין בערעט אז זיין ערשטע ארגומענט איז שטארקער פון זיין צווייטע ביטע


א לעכטיגן שבת!



די געריכט האט איצט געאורטיילט מיט 3-6 אין שטיצע פון טאמפסאן אז עס פארלאנגט זיך נישט אז ביים ארויסציען אן אנקלאגע זאל די קטיגור אנערקענען די אומשולד פונעם פארהאלטענעם אז דער פארהאלטענער זאל קענען אנקלאגן די אויטאריטעטן

די מאיאריטעט אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטער קעווענאו און די מינאריטעט איז באשטאנען פון אליטא, טאמאס און גארסוטש
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4645
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

מיין שטעלונג האט געשריבן:דער גרויסער לויער נתן לעווין דעקט אויף אז די די נאמינירטע ריכטערין צום סופרים קאורט Ketanji Brown Jackson האט אים ארויסגעהאלפן מיט די קעיס פונעם קרית יואל סקול דיסטריקט אינעם יו.עס. סופרים קאורט.

https://www.jns.org/opinion/how-will-ju ... d-judaism/
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

א מאן וואס האט זיך פרייטאג אונטערגעצינדן פארנט פון די סופרים קאורט געביידע אין וואשינגטאן די.סי. איז אומגעקומען אין שפיטאל פון זיינע וואונדן.

די אינצידענט ווערט געפארשט דורך די עטליכע לאקאלע און ספעציעלע פאליציי אגענטורן פאראנטווארטליך פאר די זיכערהייט.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:רעיגען נאציאנאל איז א רעקלאמע פירמע מיט בילבאורדס אין און ארום אוסטין טעקסאס און האט צוריק אין 2017 למספרם איינגעגעבן אן אפליקאציע פאר א פערמיט צו קענען פארוואנדלען זייערע בילבאורד רעקלאמעס אין דידזשיטעל ווערסיע וועלכע ערלויבט זיי נאכאנאנד צו טוישן די אינהאלט פון די רעקלאמעס יעדע עטליכע סעקונדן

די סיטי האט אבער צוריקגעוויזן די פארלאנג זינט זייערע פארשריפטן ערלויבן דידזשיטאל רעקלאמעס בלויז פאר אזעלכע רעקלאמעס וועלכע שטעלן פאר ביזנעסער, אקטיוויטען אדער סערוויסעס צו באקומען אויפן שטח וואו די רעקלאמע ווערט אראפגעשטעלט (צום ביישפיל העכער א רעסטוראנט קען לויפן א דיגיטאלע רעקלאמע וועלכע פארציילט איבער פראדוקטן וועלכע זיי סערווירן)

אנדערש איז אבער אויב העכער א געשעפט לופטערט א רעקלאמע פארצושטעלן א סערוויס אדער פראדוקט וועלכע איז אומפארבונדן מיט די לאקאל אויף וועלכע די רעקלאמע זיצט, דאן קען עס נישט זיין דיגיטאל

די אפיציעלע ערקלערונג פון די סיטי איז אז זיי זוכן צו מינימיזירן די פלייץ פון לעבעדיגע רעקלאמעס וועלכע פאנגט די אויגן פון מאטאריסטן וועלכע פארגלאצן זיך זיצנדיג ביים רעדל און פארשווערט די טראפיק און ביישטייערט צו אינצידענטן

די פירמע איז געגאנגען אין געריכט קלאגנדיג די סיטי פארן פארלעצן זייערע ערשטע אמענדמענט רעכטן און שפעטער האט זיך לאמאר עדווענטעדזש אוטדאור אנגעשלאסן אין די אנקלאגע נאכן ווערן צוריקגעוויזן די זעלבע סארט פארלאנג

די דיסטריקט געריכט האט אפגעווארפן די קלאגע וועלכע איז דערנאך געווארן אפעלירט צום פיפטן קרייז געריכט וועלכע האט יא געגעבן רעכט פאר די אנקלעגער

די קלעגער האבן אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט וועלכע באהאנדלט איצט קעיס וועלכע וועט באהאנדלען א פריערדיגע אורטייל זייערע וועלכע האט אויסגעפלאסטערט די וועג פאר די צוויי זייטן זיך אויסצקריגן אינעם איצטיגן קעיס

די פריערדיגע קעיס האט זיך געהאנדלט מיט אן אלגעמיינע פארבאט ארויסגעשטעלט דורך די טאון אוו גילבערט אין אריזאנא אקעגן ארויסשטעלן שילדן אבער זיי האבן אפן געלאזט גאר א ברייטע עפענונג פאר מערערע סארט שילדן אנגעהויבן פון פאליטישע רעקלאמעס ביז אידעאלאגישע מעסעדזשעס, דירעקציע אנווייזונגען און נאך

אבער.. דא קומט די גרויסע אבער, די טאון האט געמאלדן אז פון די פילע קאטעגאריעס שילדן וועלכע קענען ווערן ארויסגעשטעלט וועלן אויסשטיין באזונדערע רעגולאציעס ווען געוויסע סארט וועלן קענען זיין פון איין גרויס און אנדערע וועלן דארפן זיין קלענער, טייל וועלן קענען לויפן פאר א לענגערע צייט אפשניט ווי אנדערע, און נאך, און צום ביישפיל שארפער רעגולירט רעליגיזע מעסעדזשעס ווי פאליטישע

יענע קעיס איז עווענטועל אנגעקומען אין סופרים קאורט און די אכט ריכטער באנק האט אין 2015 למספרם איינשטימיג געאורטיילט אקעגן די טאון און געשריבן אז געריכטן זאלן פון היינט און וויייטער פונאנדערשיידן צווישן "אינהאלט באזירטע געזעצן" און "אינהאלט נייטראלע געזעצן"

די געריכט האט אוועקגעשטעלט אז אזעלכע געזעצן וועלכע קאנצעטרירן זיך צו באהאנדלען מעסעדזשעס און שילדן לויט זייער אינהאלט זאלן אויסשטיין די "שטרענגע איבערזיכט" דאקטרינע, ווידעראום אזעלכע געזעצן וועלכע רעגולירן מעסעדזשעס נייטראל, אפגעזעהן זייער אינהאלט, זאלן אויסשטיין בלויז "מעסיגע איבערזיכט"

די דיפערענץ איז, אז אינהאלט באזירטע מעסעדזשעס קענען אויסשטיין שטרענגע איבערזיכט דורך די יורידישע סיסטעם וואס באדייט אז געריכטן קענען פארלאנגען פון די וועלכע באשטימען די געזעצן צו איבערצייגן אז די געזעץ איז געשריבן מיטן ציהל פון א גאר וויכטיגע רעגירונגס אינטערעסע און איז געשריבן אויף א וועג צו האבן די מינימאלסטע אפעקט אויף מענטשן

אנדערש איז אבער מיט אינהאלט נייטראלע געזעצן וועלכע שטייען אויס בלויז מעסיגע איבערזיכט וואס באדייט אז זיי דארפן בלויז אויפווייזן אז אין די רעגירונגס אינטערעסע און דאן מוז די געזעץ אויך נישט זיין אזוי מינימאל

אין אנדערע ווערטער האט די געריכט געאורטיילט אז די גילבערט געזעץ איז אינהאלט באזירט און שטייט אויס די שטרענגע איבערזיכט טעסט וואס אין מיינסטנס פעלער באדייט עס אז די רעגירונג קען נישט צופרידנשטעלן די געריכט און ווערט עווענטועל געפונען אומקאנסטיטוציאנאל

די פראגע איז געבליבן ווי אזוי גענוי זאלן געריכטן אפשאצן אויב א געזעץ איז אינהאלט באזירט אדער אינהאלט נייטראל?

אויף דעם האט די געריכט דאן אוועקגעשטלעט א צוויי שטאפל סיסטעם וועלכע געריכטן זאלן נוצן ביים באשליסן אזעלכע פראגן

אין די ערשטע שטאפל זאלן געריכטן אריינקוקן און ליינען די רויע טעקסט פונעם געזעץ פארנט פון זיי אן קוקן אויף סיי וואס אנדערש און אויב די שפראך אינעם געזעץ קלונגט ווי אינהאלט באזירט זאלן זיי עס באשטימען אלץ אינהאלט באזירט אן קיין צעגערונגען

אויב אבער די שפראך זעלבסט איז נישט דוקא אינהאלט באזירט, דאן זאלן געריכטן באטראכטן די ארומיגע אספעקטן און פרובירן אפצולערנען די מאטיוון פונעם געזעץ און אויב יענץ שיינט יא צו זיין געטריבן צו רעגולירן מעסעדזשעס באזירט אויף אינהאלט זאל עס אויך באצייכנט ווערן אלץ אינהאלט באזירט

אצינד צו אונזער פאל ווען די אוסטין סיטי האט פארבאטן דיגיטאלע רעקלאמעס וועלכע רעקלאמירן זאכן וואס איז אומפארבונדן מיט די שטח אויף וועלכע די רעקלאמע זיצט

די דעבאטע האט זיך אנטוויקלט איבער די ערשטע שטאפל ארויסגעשטעלט דורכ'ן געריכט, נעמליך, אפצוליינען די ווערטער פונעם געזעץ און די דיסטריקט געריכט האט נישט געפונען גארנישט וואס זאל מחמיר זיין אויף געוויסע סארט שילדן "צוליב" איר אינהאלט

די פיפטע קרייז געריכט האט אבער גע'טענה'ט אז צוליב דעם וואס די סיטי האט נישט די מעגליכקייט צו פארבאטן דיגיטאלע רעקלאמעס אן דאס איבערקוקן צו די רעקלאמע רעקלאמירט פראדוקטן אדער סערוויסעס פארבונדן מיטן שטח אדער נישט, קומט אויס אז טעכניש מוזן זיי איבערקוקן די אינהאלט און באשליסן "באזירט אויף איר אינהאלט" אז זי רעפרעזענטירט עפעס וואס איז אומפארבונדן מיטן שטח און דאן קענען זיי אפווארפן די ביטע און צוליב דעם איז עס פאקטיש אינהאלט באזירט

די סיטי האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט מיט די טענה אז אזא סארט "איבערקוקן די אינהאלט" באדייט נישט אז צוליב די ספעציפישע זאכן וואס דארט שטייט ווערט די אפליקאציע אפגעזאגט נאר איז געמאכט צו קענען באשטעטיגן צו זי שטעלט פאר א פראדוקט/סערוויס פונעם באטרעפנדן שטח אדער נישט

צום ביישפיל אויב די רעקלאמע אינהאלט זאל באשטיין פון פארשטעלן א געוויסע עסנווארג פארקויפט אויף יענעם שטח וועט עס ווערן באשטעטיגט אבער אויב די אינהאלט זאל זיין גענוי די זעלבע מיטן אויסנאם אז די עסנווארג ווערט פארקויפט עטליכע גאסן ארויפציה וועט עס ווערן אפגעווארפן
און עס איז גאר אנדערש ווי די קעיס פון גילבערט וועלכע האט רעגולירט אידעאלאגישע מעסעדזשעס שארפער פון פאליטישע און רעליגיעזע נאך שארפער

די סיטי האט אנגעוויזן אז ריכטער אליטא אין זיין אייגענע אורטייל וואו ער האט איינגעשטימט מיט די גילבערט פרעצעדענט האט ער קלאר געשריבן אז אפטיילן צווישן שילדן באזירט אויב זיי שטעלן פאר פראדוקטן צו באקומען דארט אדער ערגעץ אנדערש הייסט נישט אינהאלט באזירט

די רעקלאמע פירמע האט אבער ווי געשריבן גע'טענה'ט אז אז טעכניש איז עס יא אינהאלט באזירט און צוליב דעם זאל עס יא אויסשטיין די "שטרענגע איבערזיכט טעסט" וואס באדייט אז געריכטן קענען פארלאנגען פון די וועלכע באשטימען די געזעצן צו איבערצייגן אז די געזעץ איז געשריבן מיטן ציהל פון א גאר וויכטיגע רעגירונגס אינטערעסע און איז געשריבן אויף א וועג צו האבן די מינימאלסטע אפעקט אויף מענטשן

זאגט די פירמע אז טראץ וואס די סיטי זאגט אז די מאטיוו פונעם געזעץ איז גאר וויכטיג צו פארמיידן טראפיק אינצידענטן איז זי אבער קלאר נישט געשריבן אויף א וועג צו האבן די מינימאלסטע אפעקט אויף מענטשן ווייל זיי ערלויבן ווייטער דיגיטאלע רעקלאמעס פאר געשעפטן וועלכע זענען אויף יענעם שטח און רעקלאמעס פאר פרעמדע געשעפטן פירן נישט צו מער טראפיק אינצידענטן ווי רעקלאמעס פאר געשפעטן וועלכע זענען דארט סטאנציאנירט

זיי שרייבן אז אפילו אויב זאל די געריכט יא אננעמען אז די געזעץ איז אינהאלט נייטראל און דארף בלויז אויסשטיין די "מעסיגע איבערזיכט טעסט" טוט די סיטי לויט זיי אויך נישט נאכקומען די מעסיגע טעסט ווייל עס איז נישט אויסגעשטעלט צו האבן די מינימאלסטע אפעקט

זיי ווייזן אן אז די סיטי האט געזאלט אדאפטירן מילדערע וועגן צו אדרעסירן טראפיק פאראליז וועלכע ווערט גענוצט אין אנדערע סטעיטס און מוניציפאליטעטן, א שטייגער ווי פארלאנגען אז יעדע מעסעדזש זאל לויפן לענגער און עס זאל זיך נישט טוישן אזוי שנעל און אויך אז די קאלירן און ליכט זאלן זיין בלאסער און ווייניגער בליציג

די סופרים קאורט האט אצינד אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און א באריכט דערוועגן וועט בעז"ה נאכפאלגן



די סופרים קאורט האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און אויסגעקוקט היבש צוטיילט אין די צייט וואס טייל ריכטער האבן אויסגעקוקט סימפאטיש צו די אויסטייטש פון די פיפטע סירקוט האבן אנדערע אויסגעקוקט באזארגט איבער די נאכפאלגן וועלכע זי קען ברענגן

די סעסיע האט זיך אנגעהויבן מיט אן אויפטריט פון די סיטי אדוואקאט מייקל דריעבען וועלכע האט געזאגט אז די סיטי פארשריפט איז א ליידיגע געצייג וועלכע איז גילטיג פאר אלע סארט טעמעס און מעסעדזשעס צוגלייך און איז בלויז קאנצעטריט אויף די פארבינדונג צווישן א שילד און איר לאקאציע אפגעזעהן די אינהאלט פון איר מעסעדזש

טאמאס איז געווען סקעפטיש, זיך באציענדיג צו די באקאנטע אוסטין פרענקלין בארבקיו רעסטוראנט, זאגנדיג פאר דריעבען אז די רעסטוראנט קען נישט שטעלן קיין שילד סיידן עס איז אויף איר פראפערטי און אזא פארבאט הערט זיך צו אים ווי אינהאלט באזירט

די ביידען יוסטיץ דעפארטמענט האט געשיקט דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל בנימין שניידער אונטערצושטיצן די פאזיציע פון די סיטי און גארסוטש האט אים געפרעגט איבער א היכי תימצי פון א פאל וואס אין די סיטי געפונען זיך 1000 קריסטליכע קירכעס און בלויז 12 אראבישע מאסקס

גארסוטש האט געוואלט פארשטיין ווי אזוי א פארבאט אויף שילדן פאר אויסערליכע צוועקן טוט נישט בעפארצוגן די קירכעס וועלכע פארמאגן לויט דעם פיל מיר לאקאלן ווי צו לופטערן זייער מעסעדזש ווי די מאסקס

שניידער האט עס אפגעווארפן זאגנדיג אז די פראגע פארנט פונעם געריכט איז געווען אויב די פארשריפט איז אינהאלט באזירט אדער נייטראל און נישט איבער ווי אזוי זי טוט פראקטיש אויסווירקן אויף די גאסן פון די סיטי

גארסוטש האט אבער אויסגעקוקט אומצופרידן פרעגנדיג פארוואס מען קען נישט נוצן אנדערע מיטלען ווי אז יעדע מעסעדזש זאל לויפן לענגער און עס זאל זיך נישט טוישן אזוי שנעל און אויך אז די קאלירן און ליכט זאלן זיין בלאסער און ווייניגער בליציג אבער סניידער האט עס אוועקגעמאכט אלץ ווייניגער אפעקטיוו

גארסוטש האט אבער געלאכט פון אים זאגנדיג אז מען קען נישט נוצן פאר א טעסט איבער אפעקטיווקייט עפעס וואס אונטערדרוקט פרייהייט פון אויסדרוק

אדוואקאט קענאן שאנמוגאם האט פארטרעטן די פירמע און סאטאמאיאר האט געמאכט די קעיס פאר די סיטי ביים שטעלן אירע פראגן

( יא, אויב קלונגט אייך דער נאמען פונעם אדוואקאט באקאנט איז עס טאקע דער זעלבער וועלכע האט אדוואקאטירט אין א צווייטע קעיס באשריבן א צייט צוריק

הכל הבל האט געשריבן:
די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין א פרישע לענדמארק קעיס
ראבערטס געשריבן אורטייל 4-5 אבער עס באגרעניצט ווי שפעטער ערקלערט
פאלגענד איז אונזערס א באריכט איבער די קעיס מיט א צייט צוריק
די ערשטע גרויסע בילס באשטעטיגט אין די אבאמא פרעזידענטשאפט איז געווען די דאד פרענק ביל וועלכע האט איינגעשטעלט שטייפערע באנק רעגולאציעס צו פארמיידן אן איבערשפיל פון די 2008 למספרם פינאנציעלע קראך
איינע פון די היסטארישע אויפטוען אינעם ביל איז געווען די שאפונג פון די קאנסומער פינאנציעלע באשיצונג ביורא מיטן אקראנים פון CFPB וועמענס אינציאטאר איז געווען די דאן פריש ערוויילטע סענאטאר עליזאבעט ווארען פון מאסאטשוסעטס
ווען די פירמע'ס אדוואקאט קענאן שאנמאגאם האט אנגעהויבן זיין ארגומענט אז די סטרוקטור פון די אגענטור איז אומקאנסטיטוציאנאל האט ריכטערין גינזבורג פרובירט אראפצושפילן די געברויך פונעם געריכט בכלל אריינצוקוקן אין די קאנסטיטוציאנאליטעט פראגע באצייכענענדיג די קעיס צו זיין פון "אקאדעמישן קוואליטעט" (וועלכע נישט נוגע למעשה אינעם איצטיגן פאל) צוליב וואס די פארלאנג פאר אינפארמאציע פון די פירמע איז געווארן צוגעשיקט דורן "עקטינג דירעקטאר" וועלכע קען יא ווערן אפגעזאגט דורכן פרעזידענט פאר סיי וועלכע אורזאך אין די טענה איז בלויז אויף א פערמענאנטע דירעקטאר)


אויך אליטא האט נאכגעפאלגט אין איר ריכטונג (צו דערמאנען האט די סיטי ציטירט די מיינונג פון אליטא אין די גילבערט קעיס וואו ער האט דארט געשריבן אז אפטיילן צווישן שילדן באזירט אויב זיי שטעלן פאר פראדוקטן צו באקומען דארט אדער ערגעץ אנדערש הייסט נישט אינהאלט באזירט

אצינד האט אליטא אנגעהאלטן (צו ווייל ער טאקע שטאנדהאפטיג אדער ווייל אצינד מוז ער שוין דעקן וואס ער האט דאן געשריבן) יענע שטעלונג זאגנדיג פאר שאנמוגאם אז אן אפיציר קען באשטעטיגן אדער אפווארפן אן אפליקאציע פון א רעקלאמע פירמע אן אפילו ליינען די אינהאלט ווייל אפילו אויב די רעקלאמע איז אויף די כינעזישע שפראך וועלכע איז ווילד פרעמד פארן אפיציר קען ער אבער זעהן אויב עס איז דיגיטאל אדער נישט

שאנמוגאם האט עס ווי פארשטענדליך לייכט אפגעווארפן זאגנדיג אז אפילו ווען דער אפיציר זעהט א עס איז יא דיגיטאל מוז ער אבער יא קענען ליינען צו וויסן אויב די רעקלאמע שטעלט פאר עפעס וואס איז אויף יענע לאקאל אדער נישט

אליטא האט אויך סימפאטיזירט מיט שניידער'ס באהויפטונג אז אדאפטירן די שטעלונג פון די פיפטע קרייז געריכט וואלט געעפנט א קאנע פון ווערים און מערערע פעדעראלע שילדן און ענליכע רעגולאציעס וועלן געפונען ווערן אומקאנסטיטוציאנאל ווייל אפילו זיי זענען נישט דירעקט אינהאלט באזירט פעלט זיך אבער אויס אז די רעגירונג זאל זיי אפליינען איידער מען קען זיי באשטעטיגן און לויט די פיפטע סירקוט באדייט דאס שוין אינהאלט באזירט

ראבערטס האט אויך אויסגעדרוקט זארג זאגנדיג פאר שאנמוגאם אז לויט זיין טעאריע קען ער זעהן אז פינף פראוויזיעס פון א פעדעראלע הייוועי געזעץ זאלן געפונען ווערן אומקאנסטיטוציאנאל

שאנמוגאם האט אנערקענט אז לויט זיין אויסקוק וואלט טאקע יענע פינף פראוויזיעס געווארן באצייכנט אלץ אינהאלט באזירט אבער צוגעלייגט אז דאס וואלט נישט באדראעט זייער קאנסטיטוציאנאליטעט ווייל יענע געזעצן זענען אזוי וויכטיג אין די רעגירונגס אינטערעסע אז זיי וואלטן בייגעשטאנען אפילו די "שטרענגע איבערזיכט טעסט"

קעיגען האט דערויף רעאגירט און מסכים געווען מיט ביידע זייטן פון די דעבאטע זאגנדיג אז וואס זי קען פארשטיין אז מען זאל אנקוקן די סיטי פארשריפט אלץ אינהאלט באזירט טראץ וואס די גילבערט אורטייל איז נישט דוקא געגאנגען אזוי ווייט

זי האט אבער יא מיטגעטיילט די זארג פון אירע קאלעגן אז מיטגיין מיטן פיפטן סירקוט קען פירן צו א דאמינא אפעקט צו פסל'ן א רייע אנדערע געזעצן

זי זאגט אז טראץ וואס לויט שאנמוגאם קענען יענע געזעצן אויסהאלטן די "שטרענגע איבערזיכט טעסט" איז עס אבער אן ערנסטע ריזיקע וועלכע מען מוז נעמען זייער פארזיכטיג

קעיגען האט פארגעשלאגן א וועג ארויס אז אין צוגאב צו די אינהאלט באזירט-אינהאלט נייטראלע קאטעגאריעס אוועקגעשטעלט אין די גילבערט אורטייל זאל מען שאפן א פארווע דריטע קאטעגאריע פאר אזעלכע סארט געזעצן ווי די אוסטין פארשריפט און ענליכס און אוועקשטעלן באזונדערע סטאנדארטן דערפאר

קעווענאו וועלכע קען זיין די דעצידירנדע שטימע האט אויך אויסגעקוקט וואקלנדיג צווישן די צוויי זייטן ווען פון איין זייט האט ער געצימבלט שניידער מיט די זעלבע פראגע ווי גארסוטש פארוואס מען קען נישט נוצן אנדערע מיטלען ווי אז יעדע מעסעדזש זאל לויפן לענגער און עס זאל זיך נישט טוישן אזוי שנעל און אויך אז די קאלירן און ליכט זאלן זיין בלאסער און ווייניגער בליציג

אבער פון די אנדערע זייט האט ער געזאגט פאר שאנמוגאם אז אזעלכע סארט פארשפריטן זענען שוין אין קראפט פאר א לאנגע צייט אין מערערע געגנטער און אן אורטייל אין שטיצע פון זיין קליענט וואלט שווער געפאלן אויף פילע לאקאלע יוריסדיקציעס לענגאויס אמעריקא

די געריכט האט געאורטיילט אין שטיצע פון די סיטי קומענדיג צום אויספיר אז דאס איבערקוקן אפליקאציעס פאר רעקלאמעס איז נייטראל באזירט
ריכטערין סאטאמאיאר האט געשריבן די מאיאריטעט אורטייל און דערין אנגעשלאסן ריכטער ראבערטס, ברייער, קעיגען, קעווענאו און אליטא

ריכטער טאמאס האט געשריבן די מינאריטעט אורטייל און דערין אנגעשלאסן ריכטער גארסוטש און בערעט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א קלימאטיסט האט זיך פאטאל אונטערגעצונדן פארנט פונעם סופרים קאורט געביידע אין וואשינגטאן
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”