נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

הכל הבל האט געשריבן:נאך איין קלארשטעלונג איבער ראבערטס

ער זאגט נישט אז די פרעצעדענט איז עפעס וואס מוז בלייבן

ער זאגט בלויז אז אויף די ספעציפישע מיסיסיפי קעיס איז גענוג צו אורטיילן אז זייער געזעץ איז אויסגעהאלטן בכל אופן און עס איז אומנויטיג בכלל צו באהאנדלען די פרעצעדענט צו די איצטיגע צייט

דער איז א פלעינע פאלעטישען, טו סעי איט נייסלי.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג וישלח
הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג אמור

צום שלוס האט אויסגעקוקט ווי א מאיאריטעט איז גענויגט אראפצושטימען די ניו יארק געזעץ אבער עס קען מעגליך זיין אויף א שמאלע וועג באגרעניצט צו פסל'ן בלויז די ניו יארקע סארט באגרעניצונג צו פארלאנגען א לייסענס וואו מען דארף איבערצייגן א ספעציעלע געברויך אבער די ריכטער קענען מעגליך איבערלאזן ברייטערע פראגן איבער די אויסשליסליכע רעכט צו טראגן געווער אין פובליק פאר א שפעטערע געלעגנהייט

די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אקעגן ניו יארק מיט 3-6

ריכטער טאמאס האט געשריבן פאר די מאיאריטעט און ריכטער ברייער פאר די מינאריטעט

געאורטיילט שמאל אדער ברייט?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פוילער האט געשריבן:די סופרים קאורט איז צולאזט.

בילד

וואס איז די מיראנדא רעכטן קעיס?

הערט זיך באזארגנד...
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7192
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:די סופרים קאורט איז צולאזט.

בילד

וואס איז די מיראנדא רעכטן קעיס?

הערט זיך באזארגנד...

די סופרים קארט אורטיילט אז אפיצירן קענען נישט אויסשטיין לאוסוטס פאר'ן פארלעצן די רעכטן פון קרימינאלן מיט'ן נישט פארלייגן 'מיראַנדע' רעכטן : די געריכט האט געאורטיילט מיט 6 אקעגן 3 אין שטיצע פון א שעריף'ס דעפיוטי וועלכע האט נישט פארגעליינט די מיראנדא ווארענונג, וואס נעמט אריין די ווערטער 'דו האסט די רעכט צו בלייבן שטיל'. ריכטער סעמיועל אליטא שרייבט אין די מאיאריטעט-מיינונג אז פארלעצן מיראנדא פאר זיך איז נישט קיין פארלעצונג פון די פיפטע אמענדמענט, דעריבער איז נישט פארהאן קיין סיבה צו געבן רעכט אריין צו געבן לאוסוטס אינטער 'סעקשאן 1983', וועלכע איז געמאכט געווארן צו ערלויבן מענטשען אריין צו געבן לאוסוטס אקעגן אפיצירן או אנדערע רעגירונג ארבייטער אויב זיי פארלעצן זייערע קאנסטיטוציאנאלא רעכטן.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/64273
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

רעגענדיג האט געשריבן:

איך גלויב אז נאכאלץ קען מען נישט ווערן אנגעקלאגט אויף ווערטער וואס מען האט געזאגט און זיך מודה געוועזן אן בעפאר ווערן פארגעלייענט די מיראנדע רעכטן. דער אפיציר קען נישט אנקלאגן דעם סאספעקט און דער סאספעקט קען נישט אנקלאגן דעם אפיציר.

אויב נישט, איז די גאנצע מיראנדע רעכטן אויפגעלעזט, איך גלויב נישט דא האלט עס.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

פראקטיש האט געשריבן:

וואו איך פארשטיי זענען געוויסע פון די קאנסערוואטיווע ריכטער גענויגט צו מבטל זיין אינגאנצן די מירענדע רעכטן.
בקיצור מיר האבן אקטיוויסט דזאדזשעס נאר אויף די רעפובליקאנע זייט.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7192
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

Mezofzef האט געשריבן:

זאג איבער, מיר האבן אקטיוויסט דזשאזשעס נאר אויף די רעפובליקאנע זייט...

עהע....
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

Mezofzef האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:די סופרים קאורט איז צולאזט.

בילד

וואס איז די מיראנדא רעכטן קעיס?

הערט זיך באזארגנד...

די סופרים קארט אורטיילט אז אפיצירן קענען נישט אויסשטיין לאוסוטס פאר'ן פארלעצן די רעכטן פון קרימינאלן מיט'ן נישט פארלייגן 'מיראַנדע' רעכטן : די געריכט האט געאורטיילט מיט 6 אקעגן 3 אין שטיצע פון א שעריף'ס דעפיוטי וועלכע האט נישט פארגעליינט די מיראנדא ווארענונג, וואס נעמט אריין די ווערטער 'דו האסט די רעכט צו בלייבן שטיל'. ריכטער סעמיועל אליטא שרייבט אין די מאיאריטעט-מיינונג אז פארלעצן מיראנדא פאר זיך איז נישט קיין פארלעצונג פון די פיפטע אמענדמענט, דעריבער איז נישט פארהאן קיין סיבה צו געבן רעכט אריין צו געבן לאוסוטס אינטער 'סעקשאן 1983', וועלכע איז געמאכט געווארן צו ערלויבן מענטשען אריין צו געבן לאוסוטס אקעגן אפיצירן או אנדערע רעגירונג ארבייטער אויב זיי פארלעצן זייערע קאנסטיטוציאנאלא רעכטן.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/64273

איך גלויב אז נאכאלץ קען מען נישט ווערן אנגעקלאגט אויף ווערטער וואס מען האט געזאגט און זיך מודה געוועזן אן בעפאר ווערן פארגעלייענט די מיראנדע רעכטן. דער אפיציר קען נישט אנקלאגן דעם סאספעקט און דער סאספעקט קען נישט אנקלאגן דעם אפיציר.

אויב נישט, איז די גאנצע מיראנדע רעכטן אויפגעלעזט, איך גלויב נישט דא האלט עס.

וואו איך פארשטיי זענען געוויסע פון די קאנסערוואטיווע ריכטער גענויגט צו מבטל זיין אינגאנצן די מירענדע רעכטן.
בקיצור מיר האבן אקטיוויסט דזאדזשעס נאר אויף די רעפובליקאנע זייט.

וואס פאלט דיר ביי זיי ווילן דאס גענצליך אויפלעזן? ס'איז דאך אויס וועלט רבש"ע!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטערין סאטאמאיאר איז נעכטן געווארן 68 יאר אלט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צווישן די שטארק נאכגעפאלגטע קעיסעס איבער וועלכע די סופרים קאורט האט ארויסגעגעבן אורטיילן אין די לעצטע טעג ציילט זיך די קעיס איבער סטעיט פאנדינג פאר פריוואטע רעליגיעזע שולעס

ווי ברייט באשריבן האט די געריכט געורטיילט מיט 3-6 אין שטיצע פון די רעליגיעזע סטודענטן און פארארדנט די סטעיט זיי אריינצולאזן אינעם סטעיט פינאנצירטע פראגראם

און מיט דעם איז לאנג פארצויגענע געשיכטע געקומען צו אן ענדע?

נישט עכט

נעוואדע האט נישט אויפגעהויבן א ווייסע פאן און די סטעיט אטוירני דזשענעראל האט קלארגעשטעלט אז די סטודענטן גייען נישט בענעפיטירן פון די פראגראם צוליב וואס די באטרעפנדע שולעס פארלעצן א סטעיט געזעץ וועלכע פארבאט דיסקרימינאציע אקעגן געמיינע פארשוינען

וויבאלד די שולעס דיסקרימינירן אקעגן שטאב און לערערס באזירט אויף זייער אויסוואל פון לעבנסשטייגער איז די סטעיט פארבאטן זיי איינצושליסן אין סיי וועלכע פאנדינג

בלייבט צו זעהן ווילאנג עס וועט געדויערן פאר די סטעיט זיך צו טרעפן ווידעראמאל אין סופרים קאורט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:די סופרים קאורט גייט מארגען אויסהערן א פירסט אמענדמענט קלאגע פון א פוטבאל קאויטש וואס האט געדאווענט ביי די פיעלד, קעגן די ברעמערטאן סקול דיסטריקט אין וואשינגטאן, וואס איז געווארן אפגעזאגט פון זיין דזשאב דערוועגן, און ווי ער טענה'ט האבן זיי פארלעצט זיין פרידאם אוו רעלידזשען רעכטן.
די סקול דיסטריקט האט געטענה'ט אז ער פאר זיך מעג דאווענען, אבער ער מעג נישט מאכן די סטודענטן דאווענען, און ער איז געזען געווארן דאווענען מיט די סטודענטן, און דערמיט פארלעצט די סטודענטען'ס פרידאם אוו רעלידזשען. דער קאויטש טענה'ט אבער אז ער האט זיי נישט געהייסן מיט דאווענען, נאר זיי האבן פון זיך אליינ'ס מיט געדאווענט.
די ניינטע קרייז געריכט האט געגעבן גערעכט פאר די סקול דיסטריקט. און דער אדוואקאט פאר'ן קאויטש טענה'ט אז לויט דעם אורטייל, אויב וועט א טיטשער מאכן א ברכה אויף די עסן ביי לאנטש, און די סטודענטן קענען זען, וועט דאס שוין זיין גענוג סיבה אים אפצוזאגן.
אום 2019 האט די סופרים קאורט זיך געהאט אנטזאגט פון אויסהערן דעם קלאגע, אבער יעצט וועט עס יא ווערן אויסגעהערט.

הכל הבל האט געשריבן:

מיר ווילן הערן מער

גא"מ

אקעי, נעתר לבקשה

פאול קלעמענט האט רעפרעזענטירט קאוטש יוסף קענעדי און גע'טענה'ט אז די שולע דיסטריקט האט אים אויפגעזאגט צוליב וואס די רעיגורנגטאר נישט אינדארסירן רעליגיע אבער ער ווייזט אן אז ווען אינדיווידועלן פראקטיצירן פאר זיך רעליגיעזע פירונג אויף רעגירונג שטחים ווערט עס נישט פאררעכנט ווי אן אינדאריסורנג מטעם די רעגירונג פאר די באטרעפנדע רעליגיע

טאמאס האט געשיינט סימפאטיש זאגנדיג אז סופרים קאורט פרעצעדענט פארבאט טאקע רעגירונג שטיצע פאר רעליגיע אלץ טייל פון אפיציעלע רעגירונג פונקציעס אבער די קורצע געבעט פון קענעדי "צווישן" איין שפיל אין די צווייטע איז בלויז געווען בין גברא לגברא און נישט טייל פון זיין אפיציעלע ארבעט און די שולע האט ניטאמאל געוואוסט דערפון ביז א קאוטש פון א צווייטע שולע האט אים פאר'מסר'ט און ערשט דאן האט זיי זיך גענומען איבער אים
קלעמענט האט רעאגירט זאגנדיג: דאס איז מוזיק צו מיינע אויערן (קענטיג פון די וואס הערן ביז ר"ח)

סאטאמאיאר האט באהאגלט קלעמענט מיט א רייע היכי תימצי ביישפילן אים דרוקנדיג קלארצושטעלן די דינע ליניע וועלכע טיילט אפ צווישן רעגירונג רעדע און פריוואטע געשפרעכן און קלעמענט האט געזאגט אז א קורצע געבעט פון א לערער איידער מען הויבט אן די לעקציע וואלט געווען אויסגעהאלטן אבער ליינען פון רעליגיעזע ביכער עטליכע מינוט איידער די פויזע גלאק וואלט געווען פראבלעמאטיש

סאטאמאיאר האט דאן אנגעוויזן אז א לערערין קען ווערן אויפגעזאגט פארן טעקסטן איר מאן אינמיטן א לעקציע אין קלאס און ארויסגעברענגט אז קענעדי האט מערערע מאהל געזאגט אז זיינע געבעטן האבן זיך אריינגעצויגן אין די אנהויב פון פרישע פארמעסטן

ראבערטס האט דאן איבערגעהאקט און געפרעגט פון קלעמענט ווי אזוי די דין וואלט געווען ווען א קאוטש פירט דורך זיין געבעט מיט ווייניגער איינגעהאלטנקייט וכל עצמותיו תאמרנה און געגעבן א ביישפיל פון עימיצער וועלכע שרייט גאר הויך מיט ביידע הענט אויסגעשטרעקט אויף ארויף

קלעמענט האט זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן דירעקט זאגנדיג אז יעדע שולע דיסטריקט קען באשלעיסן פאר זיך וואס עס זאלן זיין די פליכטן פון זייערע איינגעשטעלטע אבער אין די איצטיגע קעיס איז קלאר אז קאוטשעס האבן געמעגט טוהן זייערע פריוואטע זאכן אין די 15 ביז 20 פרייע סעקונדן בין הפרקים

קעיגען האט געזאגט אז די קאנצעטראציע איבער די פראגע אויב דאס הייסט רעגירונג ארבעט פארקירעוועט פון די עכטע אישו וועלכע די געריכט דארף האלטן פאר די אויגן און דאס איז אויב די סטודענטן זענען געווארן באאיינפלוסט פון קענעדי'ס איינפיר און געפשורט דרוק נאכצופאלגן די ביישפיל אפילו ווען זיי האבן נישט עכט געהאלטן דערביי

קלעמענט האט עס אפגעוואפרן זאגנדיג אז די נידריגע געריכטן זענען שוין געקומען צום אויספיר אז די הויפט אורזאך פארן אויפזאגן קענעדי איז נישט געוען צוליב די השפעה אוןיף די סטודענטן נאר ליבערשט צוליב זארג אז עס קען ווערן אויסגעטייטשט וויאן אינדאריסורנג פון זיי איבער רעליגיע

קעיגען האט אבער זיך געהאלטן צו אירס און געפרעגט פון קלעמענט וואס וואלט געווען ווען א שולע זאל ווען יא זאגן אז זייער זארג שטאמט פון סטודענטן וועלכע קענען שפורן דרוק צו בעהטן צוזאמען מיטן קאוטש ווייל אזייער שפילן צייט קען זיין אנגעוואנדן אין זייער 'קאאפעראציע מיטן קאוטש

קלעמענט האט אנערקענט אז דאס וואלט געווען א לעגיטימע זארג אויב עס וואלט געווען אן אפיציעלע רעדע פון געבעהט נאך א שפיל אבער נישט ווען די רעדע איז פון גאר קורצע געבעהטן בין הפרקים

קעיגען האט פארגעזעצט מיט איר ביישפיל און געפרעגט אויב א קאוטש וועלכע ועורט פארבעטן אויפצוהערן דאס מקדים זיין זיין אפיציעלע נאך שפיל רעדע מיט א געבעט און קלוגט עס איבער מיטן אפשטופן אביסל די צייט ווען די רעדע הויבט זיך אן און אין יענע קורצע צייט זאגט ער זיין געבעהט

קלעמענט האט אנערקענט אז אויך דאס קען מעגליך זיין באזארגענד אבער נישט ווען עס איז אין די קורצע צייט צווישן צוויי שפילן און ער איז אינמיטן פעלד ווען פילע פון די שפילער זענען נאך צושפרייט ווייט אוועק

ריטשארד קאטסקי האט ארגומענטירט פאר די שולע און געזאגט פאר די ריכטער אז די פראבלעם איז נישט אזוי ווייט קענעדי'ס שטילע געהבעטן נאר דאס אז ער איז געשטאנען גאנץ נאנט צו די סטודענטן וועלכע האבן עס געקענט הערן און ער האט עס געטוהן גלויבנדיג אז אזלעכע געבעטן וועט העלפן די סטודענטן ווערן בעסערע מענטשן לייגנדיג דרוק אויף די שפילער זיך צו באטייליגן אין די געבעטן און שפאנדיג א צוטיילונג צווישן די שטאב אין סטודענטן און א קריגערישע אטמאספערע

אליטא האט הויך געקווענקלט אויב אט די אלע פאקטן זענען רעלעוואנט צו א לעגאלע געריכט אנאליז אין די קעיס אנערקענענדיג אז די קעיס איז א קאמפליצירטע אבער קלארגעשטעלט אז לויט אים קומט די פראגע אראפ צו א ארבעטער דיסקרימינאציע קעיס וואס אין אזעלכע פעלער קוקן געריכטן איבער די אורזאך וואס האט גפעירט די שולע צו נעמען די שריט און דאסמאל זאגן זיי אז עס איז צוליב דאס נישט וועלן אינדארסירן רעליגיע

קאטסקי האט פרובירו צו דערמאנען אז די באווייזן צייגן אז די שולע האט אים סוספענדירט אויך צוליב אנדערע אישוס צום ביישפיל צוליב די זיכערהייט פון סטודענטן און אז מיטהאלטער קענען שטורמען די פעלד

אליטא האט עס נישט לייכט אפגעקויפט פרעגנדיג צו ווען א שולע דיסטרירט זאגט אויף עימיצן צוליב אן אומאויסגעהאלטענע אורזאך, קענען זיי געוואונען אין געריכט מיגו וואס זיי וואלטן ווען געקענט אנלייגן די סוספענדירונג אויסרייד אויף עפעס אנדערש וואס וואלט יא געווען אויסגעהאלטן

קעווענאו איז אויך געווען סקעפטיש זאנגדיג אז די אנגעגעבענע אורזאך פארן אויפזאגן קענעדי איז געווען דאס נישט וועלן אינדארסירן רעליגיע

אויך גארסוטש האט געפרעגט וואס די געריכט זאל טוהן אויב זיי האלטן אז די שולע האט געזאלט אנגעבן די אנדערע אורזאכן אויב דאס איז פארוואס זיי האבן ווירקליך אויפגעזאגט קענעדי

קאטסקי האט אויף דעם געענטפערט אז אין אזא פאל זאלן זיי עס צוריקשיקן צו די מידריגע געריכט און זיי געבן א שאנס צו באטראכטן אויב יענע אורזאכן זענען אויסגעהאלטן

קלעמענט האט אבער געבעטן די ריכטער עס נישט צוריקצושיקן צו די ניינטע קרייז געריכט זאגנדיג אז עס איז נישטא גארנישט וואס פאלראנגט עס צו טוהן און אויסער דעם ווארט שוין קענעדי פאר 6 יאר צוריקצובאקומען זיין פאסטן און עס איז צייט צו פאסן א באשלוס

די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט 3-6 אין שטיצע פון קענעדי

ריכטער גארסוטש שרייבט פאר די מאיאריטעט און ריכטערין סאטאמאיאר פאר די מינאריטעט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט האט איצט געאורטיילט אין שטיצע פון אן ארעסטאנט וועלכע האט געזוכט צו באקומען א נייע סענטענס אין ליכט פון די ערשטע סטעפ אקט

די פראגע איז געווען איבער די געזעץ וועלכע פארלאנגט אז מען דארף צושטעלן נייע סענטענסינג אפילו פאר אזעלכע וועלכע זענען געווארן פאראורטיילט בעפאר קאנגרעס האט רעדוצירט די מאקסימום גיידליינס און די געריכט האט אויסגעהערט א פארלאנג אז ביים בעהטן פאר א נייע סענטענס זאלן ריכטער מוזן אדער כאטש מעגן באטראכטן אויך אנדערע לעגאלע אנטוויקלונגען וועלכע האבן זיך געטוישט זינט דאן (אריינגערעכנט א סופרים קאורט אורטייל וועלכע האט זינט דאן שווערערע געמאכט צו גיבן לאנגע טערמינען פאר געוויסע פארברעכער און אזוי אויך דאס נעמען אין רעכענונג א פארבעסערטע אויפפירונג פונעם ארעסטאנט אין טורמע)

די אונטערשטע גערכיט האט געשריבן אז די פוירסט סטעפ אקט באפולמעכטיגט זיי בלויז איבערצוקוקן די סענטענס אין ליכט פון די איבערגעמאכטע גיידליינס אבער אלעס אנדערש דארפן זיי אנקוקן ווי בעפאר דעם (און זיך נישט רעכענען מיט פרישע געזעצן וועלכע האבן זיך געטוישט זינט די ערשטע סענטענס אבער יענע געזעצן האבן זיך נישט געטיושט למפרע פאר שוין פאראורטיילטע און אזוי אויך זיך נישט רעכענען מיט די פארבעסערעטע אויפפירונג נאר קוקן אויפן אויפפירונג פון די צייט איידער די פוירסט סטעפ אקט איז אריבער)

די סופרים קאורט האט אבער געאורטיילט מיט 4-5 אין שטיצע פונעם ארעסטאנט

ריכטערין סאטאמיאריטעט האט געשריבן די אורטייל אין דערן אנגעשלאסן ריכטער ברייער, קעיגען, גארסוטש און טאמאס

ריכטער קעווענאו האט געשריבן פאר די מינארטעט אין דערין אנגעשלאסן ריכטער אליטא, ראבערטס און בערעט
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

שכח כהן פאר די גוטע בשורות!
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין די יארן צווישן 2011 און 2015 למספרם זענען דאקטאר רואן און דאקטאר דזשאן פעטריק אויסגעשטיגן צו זיין די העכסטע פרעסקרייבער פון א געוויסע סארט פענטאניל מעדיציןאון פארשריבן פאר אפציענטן גאר אסאך אקסיקאדאן און מארפין פון זייער קליניק אין מאביל אלאבאמא אין מיינסטנס פעלער פאר שטטיגערליכע קרענק און טיילמאל אן וואס די פאציענטן זאלן אראפקומען פערזענליך

א דריטע דאקטאר איז שאקיל קאהן האט פארשריבן א הויכע דאזע פון מעדיצין פאר זיינס א פאציענט פאר 1250 דאלער און יענערהאט עס גענומען איבער די מאס און עס האט אים אוועקגעלייגט

אלע דריי דאקטוירים זענען געווארן אנגעקלאגט אויפן פארשרייבן מעדיצין נישט אין איינקלאנג מיט די פארשריפטן און אז זיי האבן עס געטוהן אינדרויסן פון די סטאנדארטן פארלאנגט לויט די געזעץ/ און געטוהן מער פאר געלט גייציגקייט ווי פאר די בענעפיט פונעם פאציענט

די דזשורי האט נישט באקומען קיין אינסטרוקציעס צו נעמען אין באטראכט די ארגומענט פון די דאקטוירים אז זיי האבן פארשריבן די מעדיצינען מיט גוטע כוונות און געגלויבט אז וואס זיי טוען איז לעגיטים און אויסגעהאלטן און זיי האבן עווענטעול געווארן צוגעטיילט לאנגע טורמע טערמינען און שפעטער האבן אפעלירט זייערע קעיסעס צום עלפטן קרייז געריכט מיט די טענה אז זיי האבן געהאלטן אז וואס זיי טוען איז אויסגעהאלטן אבער די סירקוט קאורט האט ארויסגעווארפן זייער אפעלאט

זיי האבן דאן אפעלירט די קעיסעס צום סופרים קאורט וועלכע האט עס צוזאמגעשמאלצן אין איין גרויסע קעיס

לויט די געזעץ קענען דאקטוירים פארשרייבן אזעלכע מעדיצינען אויב זיי טוען עס אין די געווענליכע קורס פון זייערע פראפעסיאנאלע פראקטיצירונג און די געריכט האט זיך געדארפט ספראווען מיט די פראגע ווי אזוי אפצוטיילן דאקטעריי און פרעסקריבשאן פון האנדלען מיט דראגס

די געריכט האט היינט געאורטיילט אין שטיצע פון די דאקטוירים און געשריבן אז די רעגירונג מוזן איבערצייגן אז דאקטוירים האבן "געוואוסט" אז וואס זיי טוען איז אונטער די נישט ריכטיגע אומשטענדן און אז עס איז אומאויטאריזירט

די רעגירונג האט געוואלט אז מען זאל זיך פארלאזן אויף דאס וואס א "געווענליכע" דאקטאר וואלט פארשטאנען אז אזאנס איז אומאויטאריזירט אבער די געריכט איז געקומען צום אויספיר אז עס נישט יושרדיג דן צו זיין עימיצן באזירט אויף וואס א צווייטער "וואלט געטראכט" נאר מען מוז ברענגן באווייזן אז דער באשולדיגטער אויפן באנק האט ווירקליך אויך אזוי פארשטאנען אז זיינע פרעסקריבשאנס זענען אינדרויסן פון די ליניע פון זיין דאקטעריי פראקטיצירונג

ריכטער ברייער האט געשריבן די אורטייל פאר אן איינשטימיגע געריכט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סאנדרא מאריס איז אן ALS ליידנדע פרוי ל"ע פון קאליפארניע און זי איז באזארגט אז עס וועט קומען א צייט ווען זי וועט ווילן ברענגן איר לעבן צו אן ענדע אבער זיין צו אפגעשוואכט עס צו טוהן אליינס און וועט זיין אנגעוויזן אויף דאקטוירישע הילף איר צו באפרייען פון אירע שמערצן

די קאליפארניע סטעיט געזעץ באשטעטיגט אין 2016 למספרם ערלויבט דאקטוירים צו פארשרייבן מעדיצין פאר שטערבליך קראנקע פאציענטן וועלכע ליידן פון אן אומהיילבארע קרענק און זענען ערווארטעט אויסצוגיין אין ווינציגער פון זעקס מאנאטן וועלכע ווילן באגיין זעלבסטמארד אבער פארבאט דאקטוירים פאקטיש איינצושפריצן די מעדיצינען אין פאל וואס די פאציענטן זענען צו אפגעשוואכט עס צו אליינס צו נעמען

מאריס האט אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די געזעץ זאגנדיג אז עס פארלעצט אירע רעכטן און דיסקרימינירט אקעגן דיסעביליטיס און זי וועט זיין געצוואונגען זיך צו געזעגענען פון איר פאמיליע פריער ווי געפלאנט ווילאנג זי איז נאך אין א צושטאנד וואס זי קען זיך נאך אליינס אומגיין מיטן אייננעמען די מעדיצין ווי איידער אויסווארטן און ציען נאך עטליכע טעג אדער וואכן אויס זארג אז דאן וועט זי זיין אין א צושטאנד וואס בלויז א דאקטאר וועט עס קענען גיבן אבער יענער וועט זיין פארבאטן עס צו טוהן לויטן געזעץ

זי האט אויך פארלאנגט אז אפילו אויב איר פארלאנג ווערט נישט נאכגעגעבן זאל מען כאטש פארלאנגען אז אין פאל וואס א פאציענט יאגט נאך אן אליינס אנצויבן נעמען די איינשפריץ אבער פארלירט קאנטראל עס צוצוענדיגן זאל א דאקטאר עס מעגן צוענדיגן אין זיכער אזוי אין פאל וואס די פאציענט בלינקט מיט די אויג צום דאקטאר איןאן אנדייטונג אז ער זאל אזוי טוהן

פעדעראלע דיסטריקט ריכטער ווינס טשאבריא (נאמיניקרט דורך פרעזידענט אבאמא) האט אויסגעהערט די קעיס און אצינד געאורטיילט אקעגן די פארלאנג פון די פרוי שרייבנדיג אז אין די צייט וואס די סטעיט האט באשטעטיגט די געזעץ איז די טעמע געווען גאר סענסיטיוו ציענדיג קריטיק און דעבאטע פון מערערע ריכטונגען

רעליגיעזע גרופעס זענען געווען דערקעגן פאר מאראלישע אורזאכן און סעיפטי גרופעס זענען געווען באזארגט אז מען זאל נישט אויסנוצן די פראגראם אויף א בייזוויליג אדער לייכטזיניג וועג ווען דער פאציענט האט נישט ריכטיג איינגעשטימט

די ענדגילטיגע פראדוקט איז געווען פאראויסצוגיין מיטן געזעץ אבער מען האט איינגעשטעלט א רייע מאסנאמען צו פארזיכערן אז דער פאציענט איז פיזיש און גייסטיש אין א צושטאנד גענוג קלאר צו קענען זעלבסט אויסוועלן צווישן זיינע אפציעס און אט די ציהל איז א קלארע באדינג ספעציפירט אינעם געזעץ

דער ריכטער פירט אויס אז אויב זאל מען ארויסשניידן די פארבאט פאר דאקטוירים און זיי ערלויבן צו זיין די איינשפריצער וועט עס אונטערברעכן די גאנצע געזעץ
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

שכח @הבל פאר אלעם
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יונער האט געשריבן:שכח @הבל פאר אלעם

יישר!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די ריזן סופערמארקעט נעץ קרוגער גייט דארפן אריבערגיין א פראצעס נאך אן אנקלאגע פון צוויי ארבעטער וועלכע זאגן אז מען האט זיי אויפגעזאגט פארן נישט וועלן טראגן די שירצלעך פון די פירמע וועלכע איז באצירט מיט סימבאל פון א הארץ אין עטליכע קאלירן

די אויפגעזאגטע ארבעטער ברענדא לאוסען און טרודי ריקערד האבן געארבעט אין א קרוגער געשעפט אין קאנוועי ארקענסאו און באשולדיגן אז זיי האבן עס אנגעקוקט די טראגע צו זיין עפעס וואס סימבאלאזירט שטיצע פאר געמיינע רעכטן און דעריבער האט מען פארלעצט זייערע רעליגיעזע רעכטן ביים זיי אויפזאגן

די סימבאל איז נישט גענוי די סימבאל וואס ווערט גענוצט דורך שטיצער פאר געמיינע רעכטן אבער וויבאלד עס האט געוויסע ענליכקייטן האט עס געפירט צו א רייבערייען צווישן מערערע איינגעשטעלטע ןןעם טייל פון זיי האבן עס פארדעקט

אצינד גייט די קעיס פאר א דזשורי

דער ריכטער איז לי ראדאפסקי נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:נעבראסקא רעפובליקאנע קאנגרעסמאן דזשעף פארטענבערי איז געווארן אנגעקלאגט דורך די עף בי איי מיט א צייט צוריק אויף עטליכע קלאגעס און סטעיט רעפובליקאנער פאראייניגן זיך צו שטיצן א פריימערי קעגנער

דער קאנגרעסמאן זאגט אז עראיז זייער אנטוישט דערמיט אבער גאווערנאר ריקעטס און דער געוועזענע גאווערנאר דעיוו העינימאן האבן ביידע אינדארסירט מייק פלוד

זיין פראצעס איז געווארן אפגעשיבט צוליב ווירוס סקעדזשועל פארשפעטיגונגען

באשטימט אויף מערץ 16 למספרם

פארטענבערי פאראורטיילט צו 2 יאר פראבעישאן און א 25 טויזנט דאלער שטראף
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

געריכט ווארפט ארויס אנקלאגעס אקעגן די געוועזענע מישיגען רעפובליקאנע גאווערנאר ריק סניידער איבער די פלינט וואסער קריזיס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:נישט ממש

די ליוזיאנא עמודזשענסי אפעלאט איבער די נייע מאפעס וועלכע א געריכט האט בלאקירט מוז באקומען אן ענטפער פון די געריכט ביז 5 אזייגער אויב זיי אקצעפטירן עס אויסצוהערן אדער נישט

און?

די געריכט האט נארוואס בלאקירט די אורטייל פונעם אונטערשטן געריכט

די 3 ליבעראלן אומאיינשטימיג מיט די מאיאריטעט
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4110
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

הכל הבל האט געשריבן:צווישן די שטארק נאכגעפאלגטע קעיסעס איבער וועלכע די סופרים קאורט האט ארויסגעגעבן אורטיילן אין די לעצטע טעג ציילט זיך די קעיס איבער סטעיט פאנדינג פאר פריוואטע רעליגיעזע שולעס

ווי ברייט באשריבן האט די געריכט געורטיילט מיט 3-6 אין שטיצע פון די רעליגיעזע סטודענטן און פארארדנט די סטעיט זיי אריינצולאזן אינעם סטעיט פינאנצירטע פראגראם

און מיט דעם איז לאנג פארצויגענע געשיכטע געקומען צו אן ענדע?

נישט עכט

נעוואדע האט נישט אויפגעהויבן א ווייסע פאן און די סטעיט אטוירני דזשענעראל האט קלארגעשטעלט אז די סטודענטן גייען נישט בענעפיטירן פון די פראגראם צוליב וואס די באטרעפנדע שולעס פארלעצן א סטעיט געזעץ וועלכע פארבאט דיסקרימינאציע אקעגן געמיינע פארשוינען

וויבאלד די שולעס דיסקרימינירן אקעגן שטאב און לערערס באזירט אויף זייער אויסוואל פון לעבנסשטייגער איז די סטעיט פארבאטן זיי איינצושליסן אין סיי וועלכע פאנדינג

בלייבט צו זעהן ווילאנג עס וועט געדויערן פאר די סטעיט זיך צו טרעפן ווידעראמאל אין סופרים קאורט

געטראכט אז דעיס גייט געשען.

די סטעיט גארנישט געבן קיין געלט פאר יעדע שמויגער וואס עפנט א סקאל, יעדער פארשטייט אז זיי דארפן האבן געוויסע פארלאנגן, סטאנדארטן, יעצט קען די סטעיט פארלאנגן זאכן וואס רעליגיעזע סקאלס קענען נישט נאכקומען, און געגאנגען ווייטער.

יעצט קענען די סקאלס זאגן אז עס איז דיסקרימינאציע צו מאכן אזעלכע ראלס, דעיס איז שוין אסאך א שווערע קעיס וועגן עס דיסקרימינט נישט דווקא מיט רעליגיע, אויב א נישט רעליגיעזע סקאל פאלגט נישט באקומען ער אויכנישט קיין געלט.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צוויי קעיסעס זענען פארבליבן פארן סופרים קאורט צו אורטיילן

איינס איז איבער ענווייראמענטאלע פראגן און די צווייטע אי די פארבלייב אין מעקסיקא טראמפ פאליסי

מארגן וועט זיין די לעצטע טאג פון אורטיילן אין די איצטיגע סעסיע וואס באדייט אורטיילן אויף ביידע פון די קעיסעס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:צוויי קעיסעס זענען פארבליבן פארן סופרים קאורט צו אורטיילן

איינס איז איבער ענווייראמענטאלע פראגן און די צווייטע אי די פארבלייב אין מעקסיקא טראמפ פאליסי

מארגן וועט זיין די לעצטע טאג פון אורטיילן אין די איצטיגע סעסיע וואס באדייט אורטיילן אויף ביידע פון די קעיסעס

מיט די ענדע פון די סעסיע ענדיגט זיך אויך די יורידישע קאריערע פון ריכטער סטיווען ברייער
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

Wow a1 האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:צווישן די שטארק נאכגעפאלגטע קעיסעס איבער וועלכע די סופרים קאורט האט ארויסגעגעבן אורטיילן אין די לעצטע טעג ציילט זיך די קעיס איבער סטעיט פאנדינג פאר פריוואטע רעליגיעזע שולעס

ווי ברייט באשריבן האט די געריכט געורטיילט מיט 3-6 אין שטיצע פון די רעליגיעזע סטודענטן און פארארדנט די סטעיט זיי אריינצולאזן אינעם סטעיט פינאנצירטע פראגראם

און מיט דעם איז לאנג פארצויגענע געשיכטע געקומען צו אן ענדע?

נישט עכט

נעוואדע האט נישט אויפגעהויבן א ווייסע פאן און די סטעיט אטוירני דזשענעראל האט קלארגעשטעלט אז די סטודענטן גייען נישט בענעפיטירן פון די פראגראם צוליב וואס די באטרעפנדע שולעס פארלעצן א סטעיט געזעץ וועלכע פארבאט דיסקרימינאציע אקעגן געמיינע פארשוינען

וויבאלד די שולעס דיסקרימינירן אקעגן שטאב און לערערס באזירט אויף זייער אויסוואל פון לעבנסשטייגער איז די סטעיט פארבאטן זיי איינצושליסן אין סיי וועלכע פאנדינג

בלייבט צו זעהן ווילאנג עס וועט געדויערן פאר די סטעיט זיך צו טרעפן ווידעראמאל אין סופרים קאורט

געטראכט אז דעיס גייט געשען.

די סטעיט גארנישט געבן קיין געלט פאר יעדע שמויגער וואס עפנט א סקאל, יעדער פארשטייט אז זיי דארפן האבן געוויסע פארלאנגן, סטאנדארטן, יעצט קען די סטעיט פארלאנגן זאכן וואס רעליגיעזע סקאלס קענען נישט נאכקומען, און געגאנגען ווייטער.

יעצט קענען די סקאלס זאגן אז עס איז דיסקרימינאציע צו מאכן אזעלכע ראלס, דעיס איז שוין אסאך א שווערע קעיס וועגן עס דיסקרימינט נישט דווקא מיט רעליגיע, אויב א נישט רעליגיעזע סקאל פאלגט נישט באקומען ער אויכנישט קיין געלט.

די אויפטו פאר א פלאץ וואו ס'איז דא א היימישע ציבור איז אז די סטעיט פאליטיקאנטן קענען מער נישט זאגן אז זיי "קענען נישט" שטיצן די מוסדות התורה, איך האב מיטגעהאלטן סיי אין ניו יארק און סיי אין ניו דזשוירזי ווען די פאליטיקאנטן זענען געקומען בעטן שטימען און ווען מ'האט זיי געבעטן מער הילף פאר אונזער ציבור און מוסדות בנוגע וואוטשערס וכדו' האבן זיי אלץ געזאגט מיר וואלטן אייך זייער געוואלט העלפן אבער מיר זענען געבינדן צוליב די "סטעיט קאנסטיטוציע" וואס לאזט נישט געבן הילף פאר מוסדות וכו' יעצט איז דאס געווארן אנולירט, און זיי גייען דארפן געבן א דין וחשבון ביי יעדע וואל טאג פארוואס זיי שטיצן נישט מער אונזערע ישיבות (פארשטייט זיך נאר אויב דער עולם וועט גיין וואטען) אבער דארט וואו די סטעיט גייט נישט אן צו העלפן א קאמיוניטי ווייל זיי זענען זייער קליין און מינדערוויכטיג וועלן זיי טאקע קענען טרעפן עצות.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”