נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40524
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די געריכט איז נאכנישט פארטיג מיט די אורטיילן פארן טאג אבער אויב איז אליטא דער וועלכע שרייבט לעמשה א מאיאריטעט אורטייל איבער די רציחה קעיס קוקט שוין נישט אויס אז עס קומט היינט
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7673
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:הבל
א לאנגס איבער Carson v. Makin וואס גייט האבן א ריזן עפעקט אויף מוסדות החינוך אויב עס גייט אדורך?



הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך מטות מסעי

אינעם פארלאפענעם סופרים קאורט טערמין האט מיר אויספירליך באהאנדלט א קעיס אין וועלכע די געריכט האט מיט 4-5 געאורטיילט אז טראץ וואס סטעיט רעגירונגען מוזן נישט סובסודיזירן פריוואטע שולעס קענען זיי אבער נישט אויסשליסן רעליגיעזע שולעס אויב זיי ערלויבן נאן רעליגיעזע שולעס צו געניסן פון אזא פראגראם

איין פראגע וועלכע די ריכטער האבן נישט באהאנדלט ביי די מאנטאנא קעיס איז געווען אויב די זעלבע איז גילטיג ביי פראגראמען אונטער וועלכע די סטעיט גיבט נישט די סוסודיעס דירעקט פאר די שולעס נאר אפערירט פראגראמען וועלכע גיבט גרענטס פאר סטודענטן זיי ארויסצוהעלפן פינאנצירן זייערע פריוואטע רעליגיעזע שולע קאסטן

אין מעין טוען איבער האלב פון די פובליק שולע דיסטריקטן נישט זעלבסט אפערירן קיין אייגענע הויך שולעס נאר אנשטאט טוען זיי דעקן די קאסטן פון סטודענטן צו קענען גיין צו אנדערע פובליק אדער פריוואטע שולעס סיי אינערהאלב אדער אפילו אינדרויסן פון די סטעיט אזוי לאנג ווי די שולעס זענען נישט אנגעשלאסן אין "א סעקטע"

דעיוויד קארסאן און אנגעלא נעלסאן האבן אריינגעטראגן א קלאגע אקעגן די פראגראם זאגנדיג אז זיי ווילן געניסן פון די פאנדינג צו קענען שיקן זייערע קינדער צו א פריוואטע קריסטליכע שולע אבער די סטעיט האט עס באצייכנט אלץ סעקטעריען און אלץ אומקוואליפיצירט

די עלטערן האבן זיך געוואנדן צום פעדעראלן געריכט און די ערשטע סירקוט קאורט האט עווענטועל געאורטיילט אז די פראגראם איז קאנסטיטוטיציאנאל צוליב וואס עס ערלויבט שולעס מיט א רעליגיעזע סטאטוס צו קוואליפיצירן און שליסט בלויז אויס אזלעכע שולעס וועלכע פרעדיגן די רעליגיע ווייל די סטעיט טענה'ט אז זי קען געזעצליך נישט פינאנצירן דאס פארשפרייטן רעליגיע

די עלטערן האבן עס אפלעירט צום סופרים קאורט און צווישן אנדערן דערמאנט א שולע אין ניו העמפשיר וועלכע איז בלויז רעגיסטרירט אלץ רעליגיעז און דארט לערנט א זוהן פון הויפט סופרים קאורט ריכטער דזשאן ראבערטס און יענע שולע קוואליפיצירט יא אונטער די פראגראם

די סופרים קאורט איז אצינד איינגעגאנגען אויסצוהערן די קעיס אין זייער קומענדיגע סעסיע

פארלאפענע מיטוואך ויגש האט די סופרים קאורט אויסגעהערט מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס און נאך א סעסיע פון צוויי מיט א האלב שטונדן האט אויסגעקוקט אז די קאנסערוואטיווע בלאק איז גענויגט אנצונעמען די טענות פון די עלטערן

די אדוואקאט פאר די עלטערן איז געווען מייקל בינדעס וועלכע האט זיך אויסגעקריגט מיט די סטעיט'ס הויפט דעפיוטי אטוירני דזשענעראל קריסטאפער טאוב

טאוב האט ארויסגעברענגט אז די פראגאם איז נישט קיין דיסקרימינאציע און די סובסודיעס זוכט בלויז צו ערזעצן די ערציאונג וועלכע די סטודענטן וואלטן באקומען ווען זיי זאלן וועען יא קענען גיין אין לאקאלע פובליק שולעס וואס דארטן וואלטן זיי באקומען א נאן רעליגיעזע ערציאונג און פאר אזא סארט ערציאונג זענען די סובסודיעס דעזיגנירט

ווען סאטאמאיאר האט אויסגעפרעגט בינדעס האט זי שטארק ארויסגעברענגט אט די טענה זאגנדיג אז עלטערן וועלכע וואוינען אין דיסטריקטס מיט לאקאלע פובליק הויך שולעס האבן ניש די אפציע צו קענען שיקן אין שולעס ווי מען לערנט רעליגיע אויף די רעגירונגס קאסטן נאר האבן א צוויי אפציע אויסוואל פון שיקן אין אזא סארט שולע און עס דעקן פון די אייגענע טאש אדער שיקן אין פובליק שולע אומזיסט
אויב אזוי פארוואס זאלן עלטערן וועלכע וואוינען אין דיסטריקטס וואו עס איז נישטא קיין לאקאלע שולע האבן מער אפציעס און יא קענען שיקן זייערע קינדער לערנען רעליגיע אויף די סטעיט'ס קאסטן

אויך קעיגען האט ארויסגעברענגט ענליכע פונקטן און גע'טענה'ט אז די ספעציפישע פראגראם פון מעין איז זייער אייגנארטיג און מיוחדת במינה און געציהלט צו אדרעסירן א קליינע צאהל סטודענטן און דעריבער זאל די געריכט נישט קוקן דערויף ווי א פראגראם וועלכע דיסקרימינירט צוליב וואס די פראגראם מוז זיין אוועקגעשטעלט אויף אזא וועג צו אדרעסירן אזא אומטרעפליכע ערשיינונג ווי דיסטריקטן מיט אזא מאנגל אין קינדער אז זיי האבן ניטאמאל קיין אייגענע לאקאלע הויך שולע

טאמאס האט אבער אוועקגעמאכט די באהויפטונג וועלכע טאוב האט אוועקגעשטעלט אז די פראגראם זוכט צו גיבן א "רויע ערזאץ" פאר די סארט ערציאונג וועלכע א לאקאלע פובליק שולע וואלט געגעבן און דאס באדייט אז מען לערנט נישט די קינדער רעליגיעזע לערנונגען פון איין ספעציפישע רעליגיע איבער די אנדערע

טאמאס טענה'ט אבער אז די פונדאמענט פון א פובליק שולע איז נישט דאס נאר איז קאנצעטרירט אויף די אקדעמישע אינהאלט וואס מען לערנט דארט (און טראץ וואס אין פובליק שולע לערנט מען נישט א ספעציפישע רעליגיע איז נישט דאס די הויפט ערציאונג קוואליטעט פון די לימודים נאר די פאקטישע אקאדעמישע לימודים זענען בעיקר אויף וואס מען קוקט און דאס איז אויף וואס אן ערזאץ פראגראם דארף קוקן ווען זיי זוכן צוצושטעלן דאס וואס די פובליק שולע וואלט צוגעשטעלט)

אליטא האט אטאקירט טאוב פון א צווייטע ריכטונג דערמאנענדיג אז עלטערן אין די באטרעפנדע דיסטריקטן וועלכע געניסן פון די סובסודיע פראגראם קענען עס נוצן צושיקן זייערע קינדער אין אזעלכע א רייע עליטע שולעס וועלכע ער האט דערמנאט ביים נאמען
האט אליטא אויסגעפירט מיט וואונדער: זענען די סארט עליטע (נישט פארמישן אליטא מיט עליטע..) שולעס די רויע ערזאץ פון א פובליק שולע ערציאונג (לערנט מען טאקע דארט אלעס אויפן זעלבן שטאפל ?!)

ריכטערין בערעט האט אנגעוויזן פאר טאוב אז צו זאגן אז די פראגראם איז געווידמעט צו גיבן די "רויע ערזאץ" באדייט אז עס דארף זיין גענוי די זעלבע סארט ערציאונג און אטמאספערע וואו אין פובליק שולע און האט הויך געפרעגט: זענען דען נישט פולע פריוואטע שולעס (וועלכע די פראגראם דעקט יא) נישט בלויז אינגל אדער מיידל שולעס אין די צייט וואס מיינסטנס פובליק שולעס זענען פאר ביידע ?

אבער אויסער דאס אוועקמאכן די באהויפטונג פון טאוב אז די פראגראם איז א "רויע ערזאץ" צו א פובליק שולע ערציאונג זענען די קאנסערוואטיוון אויפן באנק געגאנגען ווייטער און גאנץ קלאר אנגעדייטעט אז זיי זעען די פראגראם אלץ דיסקרימינירנד און אומקאנסטיטוציאנאל

ראבערטס האט געשטעלט פאר טאוב א היכי תימצי פון צוויי שולעס ווען די ערשטע איז אונטער א רעליגיע וועלכע פארלאנגט אז ביים לענען מיט די קינדער מוז מען פרעדיגן די רעליגיע און די צווייטע איז אונטערא רעליגיע וועלכע פארלאנגט עס נישט

טאוב האט קלארגעשטעלט אז בלויז די שולע פון די צווייטע סארט רעליגיע וואלט קוואליפיצירט צו געניסן פון די פראגראם

ראבערטס האט אנגעוויזן אז לויט דעם קומט אויס אז צו געניסן פון די פראגראם ווענדט זיך אין וועלכע רעליגיע דו ביזט אנגעשלאסן און עס באדייט אז די רעגירונג מישט זיך יא אין רעליגיע מאכנדיג א דיפערענץ צווישן צוויי סארט רעליגיעס און אז די סופרים קאורט האט שוין געאורטיילט אז אזא זאך פארלעצט די קאנסטיטוציע

אליאט האט געשטעלט א ביישפיל פון א ספעציפישע שולע אונטער די השפעה פון א געוויסע קירכע וועלכע לערנט מיט די קינדער אז פון א רעליגיעזן שטאנדפונקט דארף מען גלויבן אז אלע סארט מענשטן זענען באשאפן געווארן אייניג און געניסן פון די זעלבע עלעמענטארע רעכטן

טאוב האט איינגעשטימט אז אזא סארט שולע וואלט יא קוואליפיצירט אונטער די סטעיט סובסודיע פראגראם

אליטא האט אבער א גערעגטער געזאגט אז סיידן דו קענסט קלארשטעלן אז דו גייסט באהאנדלען יענע ספעציפישע שולע די זעלבע וועג ווי א קאטוילישע אדער להבדיל ארטאדאקסיש אידישע שולע מיין איך אז דו הסט אן ערנסטע פראבלעם

גארסטוש האט געשטערט די פארשלאג פון טאוב אז עלטערן וועלכע ווילן געניסן פון די פראגראם אבער פארט ערציען זייערע קינדער אלץ רעליגיעז קענען שיקן זייערע קינדער נאך די שולע שטונדן אדער אום זונטאג צו עפטער סקול רעליגיעזע פראגראמען

גארסוטש האט גע'טענה'ט אז נישט אלע רעליגיעס וואלטן געווען באפרידיגט מיט אזא אפציע און טייל פארלאנגען יא אז די קינדער זאלן יא ועורן ערצויגן דורכאויס די מערהייט שולע שטונדן אונטער רעליגיעזע לערעס און אז די סטעיט'ס פארשלאג טוט לויט דעם פונאנדערשיידן צווישן די פארשידענע סארט רעליגיעס

די פעדעראלע רעגירונג האט אויך אינטערווענירט אין די קעיס אלץ פריינד פון געריכט צו שטיצן די סטעיט און אראפגעשיקט דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל מאלקאלם סטוארט און קעווענאו האט אים גלאט געזאגט אז די פאקט די סטעיט פראגראם איז דיסקרימינאציע

די קאנסערוואטיוון האט באזונדער אויסגעדרקוט זארג איבער די פאקט אז די סטעיט איז דער וועלכע באשליסט אויב די לימודים פון א שולע זאלן ווערן באצייכנט אלץ רעליגיעז און דאס קען פירן צו אומקאנסטיטוציאנאלע אינטערווענץ פון סטעיט באאמטע אין שולע קאריקולום און טראץ וואס טאוב האט פרובירט צו פארזיכערן די ריכטער אז אזעלכע באשלוסן איז זייער לייכט צו פאסן זינט די רעליגיעזע שולעס זוכן בכלל נישט צו באהאלטן אין קונצלען איבער דיסארט לימודים וואס זיי לערנען און מען דארף זיך נישט ארפאלאזן צו דקות'דיגע פראגן צו קענען באצייכענען א שולע אויב צו פרעדיגן רעליגיע האבן א אבער די ריכטער נישט אויסגעקוקט צופרידן פון זיין פארזיכערונג

די דריי ליבעראלן אויפן באנק האבן בעיקר פרובירט צו שטופן צוויי ארגומענטן און קיינע פון זיי האט אבער נישט געצויגן צופיל אינטערעסע אין לויף פון די סעסיע
איינס איז געווען איבער די סטענדיג פון די עלטערן צו קענען ברענגן אן אנקלאגע און ריכטערין קעיגען האט דערמאנט בינדערס אז קיינע פון די רעלגיעזע שולעס האט זיך סייווי נאכנישט פארפליכטעט צו אקצפעטירן פובליק סטעיט פאנדינג און ארייננעמען סטודענטן אונטער די סטעיט סובסודיע פראגאם

קעיגן האט געפרעגט בינדעס וואס וואלט געווען ווען אלע פון די שולעס וועלכע קומען נאך די רעליגיעזע סטאנדארטן פון די עלטערן וואלטן קלארגעשטעלט אז זיי ווילן נישט אקצעפטירן די סטעיט פאנדינג צו די עלטערן וואלטן דאן געקענט ברענגן קלאגעס

בינדעס האט אבער געענטפערט אז זיי וואלטן געקענט צוליב וואס די רעכט פאר דיסקרימינאציע באטראפענע שטאמט פון דאס ווערן צוריקגעוויזן פון די מעגליכקייט פון קענען אפילו גיין זוכן אזא סארט שולע און מען דארף נישט קענען איבערצייגן אז מען האט שוין געזוכט און געפונען אזא שולע וועלכע איז גרייט צו נעמען די סובסודיעס נאר די סטעיט וויל עס נישט קוואליפיצירן

די צווייטע ארגומענט איז אויך געקומען פון קעיגען אבער איז אויך געווארן געהערט פון ברייער

קעיגען האט אנגעוויזן אז די סארט שולעס וואו די עלטערן זוכן צו שיקן זייערע קינדער נעמען אויף בלויז קריסטליכע לערער און נישט קיין מתועבים לערער אדער סטודענטן

זי האט ארויסגעברענגט אז טראץ וואס טייל שולעס גלייכן צו דעקן אלע סארט פריוואטע שולעס האלטן אנדערע סטעיטס אז אז אזאנס וואלט געווען זייער צוטיילנד און די געריכט האט צוליב דעם שוין דיסקוסירט די געדאנק און געאורטיילט בעבר צו גיבן סטעיטס און לאקאלע מוניציפאליטעטן "געוויסע" פלעקסיביליטי און רעכט אויסצושליסן רעליגיעזע שולעס פון גרענטס אפילו אין פאל וואס עס איז נישט פארבאטן מטעם די קאנסטיטוציאנאלע פארבאט פון רעגירונג פינאנצירן רעליגיע (די סופרים קאורט טוט אין די לעצטע יארן מער און מער באגרעניצן אט די פלעקסיבליטי פרעצעדענט גערופן "פלעי אין די דזשוינטס") און נישט פארלאנגען אז אלע סטעיטס זאלן מוזן נאכקומען איין סארט מאדעל

קעווענאו האט עס אבער אוועקגעמאכט זאגנדיג אז דאס אויסשליסן קינדער צוליב זייער רעליגיע פירט פונקט אזוי צו צוטיילונג

די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין שטיצע פון די עלטערן

די אורטייל איז געווען 3-6 ווען ריכטער ראבערטס שרייבט פאר די מאיאריטעט

א שטארקע געװינס פאר מוסדות התורה נײן?
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40524
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:די געריכט איז נאכנישט פארטיג מיט די אורטיילן פארן טאג אבער אויב איז אליטא דער וועלכע שרייבט לעמשה א מאיאריטעט אורטייל איבער די רציחה קעיס קוקט שוין נישט אויס אז עס קומט היינט


אקעי לעצטע אורטייל פארן טאג געלאנדעט

רציחה קעיס נישט צווישן די ליסטע
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג יוני 21, 2022 10:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15470
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך זאג נישט גענוג מאל; שכוח הכל הבל פאר די נאכאנאנדע, דעטאלירטע און געשמאקע רעפארטאזשען.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

יאנאש האט געשריבן:איך זאג נישט גענוג מאל; שכוח הכל הבל פאר די נאכאנאנדע, דעטאלירטע און געשמאקע רעפארטאזשען.

;l;p- ;l;p-
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40524
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א דאנק פאר די גוטהארציגע פידבעק!
אוועטאר
א פיפטער
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 19, 2021 2:49 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיפטער »

איז ערגעץ אויסגעשמועסט געווארן וואס איז די רציחה קעיס?
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

abeg האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:הבל
א לאנגס איבער Carson v. Makin וואס גייט האבן א ריזן עפעקט אויף מוסדות החינוך אויב עס גייט אדורך?



הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך מטות מסעי

אינעם פארלאפענעם סופרים קאורט טערמין האט מיר אויספירליך באהאנדלט א קעיס אין וועלכע די געריכט האט מיט 4-5 געאורטיילט אז טראץ וואס סטעיט רעגירונגען מוזן נישט סובסודיזירן פריוואטע שולעס קענען זיי אבער נישט אויסשליסן רעליגיעזע שולעס אויב זיי ערלויבן נאן רעליגיעזע שולעס צו געניסן פון אזא פראגראם

איין פראגע וועלכע די ריכטער האבן נישט באהאנדלט ביי די מאנטאנא קעיס איז געווען אויב די זעלבע איז גילטיג ביי פראגראמען אונטער וועלכע די סטעיט גיבט נישט די סוסודיעס דירעקט פאר די שולעס נאר אפערירט פראגראמען וועלכע גיבט גרענטס פאר סטודענטן זיי ארויסצוהעלפן פינאנצירן זייערע פריוואטע רעליגיעזע שולע קאסטן

אין מעין טוען איבער האלב פון די פובליק שולע דיסטריקטן נישט זעלבסט אפערירן קיין אייגענע הויך שולעס נאר אנשטאט טוען זיי דעקן די קאסטן פון סטודענטן צו קענען גיין צו אנדערע פובליק אדער פריוואטע שולעס סיי אינערהאלב אדער אפילו אינדרויסן פון די סטעיט אזוי לאנג ווי די שולעס זענען נישט אנגעשלאסן אין "א סעקטע"

דעיוויד קארסאן און אנגעלא נעלסאן האבן אריינגעטראגן א קלאגע אקעגן די פראגראם זאגנדיג אז זיי ווילן געניסן פון די פאנדינג צו קענען שיקן זייערע קינדער צו א פריוואטע קריסטליכע שולע אבער די סטעיט האט עס באצייכנט אלץ סעקטעריען און אלץ אומקוואליפיצירט

די עלטערן האבן זיך געוואנדן צום פעדעראלן געריכט און די ערשטע סירקוט קאורט האט עווענטועל געאורטיילט אז די פראגראם איז קאנסטיטוטיציאנאל צוליב וואס עס ערלויבט שולעס מיט א רעליגיעזע סטאטוס צו קוואליפיצירן און שליסט בלויז אויס אזלעכע שולעס וועלכע פרעדיגן די רעליגיע ווייל די סטעיט טענה'ט אז זי קען געזעצליך נישט פינאנצירן דאס פארשפרייטן רעליגיע

די עלטערן האבן עס אפלעירט צום סופרים קאורט און צווישן אנדערן דערמאנט א שולע אין ניו העמפשיר וועלכע איז בלויז רעגיסטרירט אלץ רעליגיעז און דארט לערנט א זוהן פון הויפט סופרים קאורט ריכטער דזשאן ראבערטס און יענע שולע קוואליפיצירט יא אונטער די פראגראם

די סופרים קאורט איז אצינד איינגעגאנגען אויסצוהערן די קעיס אין זייער קומענדיגע סעסיע

פארלאפענע מיטוואך ויגש האט די סופרים קאורט אויסגעהערט מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס און נאך א סעסיע פון צוויי מיט א האלב שטונדן האט אויסגעקוקט אז די קאנסערוואטיווע בלאק איז גענויגט אנצונעמען די טענות פון די עלטערן

די אדוואקאט פאר די עלטערן איז געווען מייקל בינדעס וועלכע האט זיך אויסגעקריגט מיט די סטעיט'ס הויפט דעפיוטי אטוירני דזשענעראל קריסטאפער טאוב

טאוב האט ארויסגעברענגט אז די פראגאם איז נישט קיין דיסקרימינאציע און די סובסודיעס זוכט בלויז צו ערזעצן די ערציאונג וועלכע די סטודענטן וואלטן באקומען ווען זיי זאלן וועען יא קענען גיין אין לאקאלע פובליק שולעס וואס דארטן וואלטן זיי באקומען א נאן רעליגיעזע ערציאונג און פאר אזא סארט ערציאונג זענען די סובסודיעס דעזיגנירט

ווען סאטאמאיאר האט אויסגעפרעגט בינדעס האט זי שטארק ארויסגעברענגט אט די טענה זאגנדיג אז עלטערן וועלכע וואוינען אין דיסטריקטס מיט לאקאלע פובליק הויך שולעס האבן ניש די אפציע צו קענען שיקן אין שולעס ווי מען לערנט רעליגיע אויף די רעגירונגס קאסטן נאר האבן א צוויי אפציע אויסוואל פון שיקן אין אזא סארט שולע און עס דעקן פון די אייגענע טאש אדער שיקן אין פובליק שולע אומזיסט
אויב אזוי פארוואס זאלן עלטערן וועלכע וואוינען אין דיסטריקטס וואו עס איז נישטא קיין לאקאלע שולע האבן מער אפציעס און יא קענען שיקן זייערע קינדער לערנען רעליגיע אויף די סטעיט'ס קאסטן

אויך קעיגען האט ארויסגעברענגט ענליכע פונקטן און גע'טענה'ט אז די ספעציפישע פראגראם פון מעין איז זייער אייגנארטיג און מיוחדת במינה און געציהלט צו אדרעסירן א קליינע צאהל סטודענטן און דעריבער זאל די געריכט נישט קוקן דערויף ווי א פראגראם וועלכע דיסקרימינירט צוליב וואס די פראגראם מוז זיין אוועקגעשטעלט אויף אזא וועג צו אדרעסירן אזא אומטרעפליכע ערשיינונג ווי דיסטריקטן מיט אזא מאנגל אין קינדער אז זיי האבן ניטאמאל קיין אייגענע לאקאלע הויך שולע

טאמאס האט אבער אוועקגעמאכט די באהויפטונג וועלכע טאוב האט אוועקגעשטעלט אז די פראגראם זוכט צו גיבן א "רויע ערזאץ" פאר די סארט ערציאונג וועלכע א לאקאלע פובליק שולע וואלט געגעבן און דאס באדייט אז מען לערנט נישט די קינדער רעליגיעזע לערנונגען פון איין ספעציפישע רעליגיע איבער די אנדערע

טאמאס טענה'ט אבער אז די פונדאמענט פון א פובליק שולע איז נישט דאס נאר איז קאנצעטרירט אויף די אקדעמישע אינהאלט וואס מען לערנט דארט (און טראץ וואס אין פובליק שולע לערנט מען נישט א ספעציפישע רעליגיע איז נישט דאס די הויפט ערציאונג קוואליטעט פון די לימודים נאר די פאקטישע אקאדעמישע לימודים זענען בעיקר אויף וואס מען קוקט און דאס איז אויף וואס אן ערזאץ פראגראם דארף קוקן ווען זיי זוכן צוצושטעלן דאס וואס די פובליק שולע וואלט צוגעשטעלט)

אליטא האט אטאקירט טאוב פון א צווייטע ריכטונג דערמאנענדיג אז עלטערן אין די באטרעפנדע דיסטריקטן וועלכע געניסן פון די סובסודיע פראגראם קענען עס נוצן צושיקן זייערע קינדער אין אזעלכע א רייע עליטע שולעס וועלכע ער האט דערמנאט ביים נאמען
האט אליטא אויסגעפירט מיט וואונדער: זענען די סארט עליטע (נישט פארמישן אליטא מיט עליטע..) שולעס די רויע ערזאץ פון א פובליק שולע ערציאונג (לערנט מען טאקע דארט אלעס אויפן זעלבן שטאפל ?!)

ריכטערין בערעט האט אנגעוויזן פאר טאוב אז צו זאגן אז די פראגראם איז געווידמעט צו גיבן די "רויע ערזאץ" באדייט אז עס דארף זיין גענוי די זעלבע סארט ערציאונג און אטמאספערע וואו אין פובליק שולע און האט הויך געפרעגט: זענען דען נישט פולע פריוואטע שולעס (וועלכע די פראגראם דעקט יא) נישט בלויז אינגל אדער מיידל שולעס אין די צייט וואס מיינסטנס פובליק שולעס זענען פאר ביידע ?

אבער אויסער דאס אוועקמאכן די באהויפטונג פון טאוב אז די פראגראם איז א "רויע ערזאץ" צו א פובליק שולע ערציאונג זענען די קאנסערוואטיוון אויפן באנק געגאנגען ווייטער און גאנץ קלאר אנגעדייטעט אז זיי זעען די פראגראם אלץ דיסקרימינירנד און אומקאנסטיטוציאנאל

ראבערטס האט געשטעלט פאר טאוב א היכי תימצי פון צוויי שולעס ווען די ערשטע איז אונטער א רעליגיע וועלכע פארלאנגט אז ביים לענען מיט די קינדער מוז מען פרעדיגן די רעליגיע און די צווייטע איז אונטערא רעליגיע וועלכע פארלאנגט עס נישט

טאוב האט קלארגעשטעלט אז בלויז די שולע פון די צווייטע סארט רעליגיע וואלט קוואליפיצירט צו געניסן פון די פראגראם

ראבערטס האט אנגעוויזן אז לויט דעם קומט אויס אז צו געניסן פון די פראגראם ווענדט זיך אין וועלכע רעליגיע דו ביזט אנגעשלאסן און עס באדייט אז די רעגירונג מישט זיך יא אין רעליגיע מאכנדיג א דיפערענץ צווישן צוויי סארט רעליגיעס און אז די סופרים קאורט האט שוין געאורטיילט אז אזא זאך פארלעצט די קאנסטיטוציע

אליאט האט געשטעלט א ביישפיל פון א ספעציפישע שולע אונטער די השפעה פון א געוויסע קירכע וועלכע לערנט מיט די קינדער אז פון א רעליגיעזן שטאנדפונקט דארף מען גלויבן אז אלע סארט מענשטן זענען באשאפן געווארן אייניג און געניסן פון די זעלבע עלעמענטארע רעכטן

טאוב האט איינגעשטימט אז אזא סארט שולע וואלט יא קוואליפיצירט אונטער די סטעיט סובסודיע פראגראם

אליטא האט אבער א גערעגטער געזאגט אז סיידן דו קענסט קלארשטעלן אז דו גייסט באהאנדלען יענע ספעציפישע שולע די זעלבע וועג ווי א קאטוילישע אדער להבדיל ארטאדאקסיש אידישע שולע מיין איך אז דו הסט אן ערנסטע פראבלעם

גארסטוש האט געשטערט די פארשלאג פון טאוב אז עלטערן וועלכע ווילן געניסן פון די פראגראם אבער פארט ערציען זייערע קינדער אלץ רעליגיעז קענען שיקן זייערע קינדער נאך די שולע שטונדן אדער אום זונטאג צו עפטער סקול רעליגיעזע פראגראמען

גארסוטש האט גע'טענה'ט אז נישט אלע רעליגיעס וואלטן געווען באפרידיגט מיט אזא אפציע און טייל פארלאנגען יא אז די קינדער זאלן יא ועורן ערצויגן דורכאויס די מערהייט שולע שטונדן אונטער רעליגיעזע לערעס און אז די סטעיט'ס פארשלאג טוט לויט דעם פונאנדערשיידן צווישן די פארשידענע סארט רעליגיעס

די פעדעראלע רעגירונג האט אויך אינטערווענירט אין די קעיס אלץ פריינד פון געריכט צו שטיצן די סטעיט און אראפגעשיקט דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל מאלקאלם סטוארט און קעווענאו האט אים גלאט געזאגט אז די פאקט די סטעיט פראגראם איז דיסקרימינאציע

די קאנסערוואטיוון האט באזונדער אויסגעדרקוט זארג איבער די פאקט אז די סטעיט איז דער וועלכע באשליסט אויב די לימודים פון א שולע זאלן ווערן באצייכנט אלץ רעליגיעז און דאס קען פירן צו אומקאנסטיטוציאנאלע אינטערווענץ פון סטעיט באאמטע אין שולע קאריקולום און טראץ וואס טאוב האט פרובירט צו פארזיכערן די ריכטער אז אזעלכע באשלוסן איז זייער לייכט צו פאסן זינט די רעליגיעזע שולעס זוכן בכלל נישט צו באהאלטן אין קונצלען איבער דיסארט לימודים וואס זיי לערנען און מען דארף זיך נישט ארפאלאזן צו דקות'דיגע פראגן צו קענען באצייכענען א שולע אויב צו פרעדיגן רעליגיע האבן א אבער די ריכטער נישט אויסגעקוקט צופרידן פון זיין פארזיכערונג


די דריי ליבעראלן אויפן באנק האבן בעיקר פרובירט צו שטופן צוויי ארגומענטן און קיינע פון זיי האט אבער נישט געצויגן צופיל אינטערעסע אין לויף פון די סעסיע
איינס איז געווען איבער די סטענדיג פון די עלטערן צו קענען ברענגן אן אנקלאגע און ריכטערין קעיגען האט דערמאנט בינדערס אז קיינע פון די רעלגיעזע שולעס האט זיך סייווי נאכנישט פארפליכטעט צו אקצפעטירן פובליק סטעיט פאנדינג און ארייננעמען סטודענטן אונטער די סטעיט סובסודיע פראגאם

קעיגן האט געפרעגט בינדעס וואס וואלט געווען ווען אלע פון די שולעס וועלכע קומען נאך די רעליגיעזע סטאנדארטן פון די עלטערן וואלטן קלארגעשטעלט אז זיי ווילן נישט אקצעפטירן די סטעיט פאנדינג צו די עלטערן וואלטן דאן געקענט ברענגן קלאגעס

בינדעס האט אבער געענטפערט אז זיי וואלטן געקענט צוליב וואס די רעכט פאר דיסקרימינאציע באטראפענע שטאמט פון דאס ווערן צוריקגעוויזן פון די מעגליכקייט פון קענען אפילו גיין זוכן אזא סארט שולע און מען דארף נישט קענען איבערצייגן אז מען האט שוין געזוכט און געפונען אזא שולע וועלכע איז גרייט צו נעמען די סובסודיעס נאר די סטעיט וויל עס נישט קוואליפיצירן

די צווייטע ארגומענט איז אויך געקומען פון קעיגען אבער איז אויך געווארן געהערט פון ברייער

קעיגען האט אנגעוויזן אז די סארט שולעס וואו די עלטערן זוכן צו שיקן זייערע קינדער נעמען אויף בלויז קריסטליכע לערער און נישט קיין מתועבים לערער אדער סטודענטן

זי האט ארויסגעברענגט אז טראץ וואס טייל שולעס גלייכן צו דעקן אלע סארט פריוואטע שולעס האלטן אנדערע סטעיטס אז אז אזאנס וואלט געווען זייער צוטיילנד און די געריכט האט צוליב דעם שוין דיסקוסירט די געדאנק און געאורטיילט בעבר צו גיבן סטעיטס און לאקאלע מוניציפאליטעטן "געוויסע" פלעקסיביליטי און רעכט אויסצושליסן רעליגיעזע שולעס פון גרענטס אפילו אין פאל וואס עס איז נישט פארבאטן מטעם די קאנסטיטוציאנאלע פארבאט פון רעגירונג פינאנצירן רעליגיע (די סופרים קאורט טוט אין די לעצטע יארן מער און מער באגרעניצן אט די פלעקסיבליטי פרעצעדענט גערופן "פלעי אין די דזשוינטס") און נישט פארלאנגען אז אלע סטעיטס זאלן מוזן נאכקומען איין סארט מאדעל

קעווענאו האט עס אבער אוועקגעמאכט זאגנדיג אז דאס אויסשליסן קינדער צוליב זייער רעליגיע פירט פונקט אזוי צו צוטיילונג

די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין שטיצע פון די עלטערן

די אורטייל איז געווען 3-6 ווען ריכטער ראבערטס שרייבט פאר די מאיאריטעט

א שטארקע געװינס פאר מוסדות התורה נײן?

יעצט גערעדט מיט אדוואקאטן פון אגו"י, ס'איז נישט א שטארקע געווינס נאר זייער זייער א שטארקע געווינס, שטערקסטע זייט מ'זוכט רעגירונג שטיצע פאר מוסדות התורה
און שיעור נישט פארגעסן, שכח הכל הבל
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- @הכל!!!
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

Annotation 2022-06-21 142837.jpg
Annotation 2022-06-21 142837.jpg (219.99 KiB) געזען 1018 מאל
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

ר' אבא כהן איז מסביר אז אסאך סטעיטס אריין גערעכנט נ.י. סטעיט האבן א "סטעיט קאנסטיטושען" פארבאט קעגן שטיצע פון רעליגעזע מוסדות, די זאך איז אבער אז "סטעיט קאנסיטיושענס" פאלן אונטער די "אמעריקאנער קאנסיטיטושען" און אזוי ווי לויט די גינסטיגע סופרים קארט רולינג טוט אזא פארבאט ווייעלעטן די אמעריקאנע קאנסטיטושען ווערט עס אויטאמאטיש אנולירט!
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נייע שטאט האט געשריבן:ר' אבא כהן איז מסביר אז אסאך סטעיטס אריין גערעכנט נ.י. סטעיט האבן א "סטעיט קאנסטיטושען" פארבאט קעגן שטיצע פון רעליגעזע מוסדות, די זאך איז אבער אז "סטעיט קאנסיטיושענס" פאלן אונטער די "אמעריקאנער קאנסיטיטושען" און אזוי ווי לויט די גינסטיגע סופרים קארט רולינג טוט אזא פארבאט ווייעלעטן די אמעריקאנע קאנסטיטושען ווערט עס אויטאמאטיש אנולירט!

נישט ממש אטאמאטיש, נאר אויב די סטעיט קאורט וועט עס ארויסווארפן... וואס אויב ווארפן זיי נישט ארויס קען מען פראבירן אין פעדעראלע קאורט, אבער א ריכטער וועט עס מוזן פאקטיש ארויסווארפן..
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

די חברה זענען אויך העפי ביזן דאך
Annotation 2022-06-21 145404.jpg
Annotation 2022-06-21 145404.jpg (42.83 KiB) געזען 927 מאל
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
נייע שטאט האט געשריבן:ר' אבא כהן איז מסביר אז אסאך סטעיטס אריין גערעכנט נ.י. סטעיט האבן א "סטעיט קאנסטיטושען" פארבאט קעגן שטיצע פון רעליגעזע מוסדות, די זאך איז אבער אז "סטעיט קאנסיטיושענס" פאלן אונטער די "אמעריקאנער קאנסיטיטושען" און אזוי ווי לויט די גינסטיגע סופרים קארט רולינג טוט אזא פארבאט ווייעלעטן די אמעריקאנע קאנסטיטושען ווערט עס אויטאמאטיש אנולירט!

נישט ממש אטאמאטיש, נאר אויב די סטעיט קאורט וועט עס ארויסווארפן... וואס אויב ווארפן זיי נישט ארויס קען מען פראבירן אין פעדעראלע קאורט, אבער א ריכטער וועט עס מוזן פאקטיש ארויסווארפן..

די ווארט אויטאמאטיש אנולירט האט זיך באצויגן צום לעגאלן חלק, אז איינמאל א געזעץ אדער א סטעיט קאנסטיטושען, איז בנגד א סופרים קארט פשט פון א יו עס קאנסטיטושען, דארף מען נישט גיין טוישן די סטעיט קאנסטיטושען אדער די סטעיט געזעץ נאר פון זיך אליין פארלירט עס די חלות און עס איז חספא בעלמא.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4069
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

Full decision - 45 Pages

CARSON V. MAKIN

https://www.supremecourt.gov/opinions/2 ... 8_dbfi.pdf
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

יעצט אראפ געקומען פון א קאנפערענס פון אדוואקאטן און ארטאדאקסישע שתדלנים, זיי האבן ארויס געברענגט אלע פרטים פון די אורטייל, אבער צום מערסטנס האבן זיי מסביר געווען א וויכטיגע נקודה, אז ביז היינט איז געווען אין זייער אסאך סטעיטס די "בלעין אמענדמענט" וואס האט בדרך כלל פארבאטן רעגירונג שטיצע פאר רעליגיע. די איצטיגע אורטייל האט פארבאטן דעם פארבאט אלץ דיסקרימינאציע, וואס איז געווען ביז היינט געווען א מורא'דיגע שטער צו דערגרייכן עפעס תכלית ווייל ס'האט נישט געקענט דורכגיין צוליב בלעין, למשל, ווען מ'האט אלץ נאר גערעדט אין נ.דז. וועגן וואוטשערס האבן די פאליטישענס געזאגט,וואס וועסטו האבן פון וואוטשערס העכסטנס וועלן נייטראלע נישט פאבליק און נישט רעליגעזע סקולס קענען עפעס האבן דערפון און מ'האט נישט געפייט פאר וואוטשערס ווייל מ'האט געוואוסט אז רוב עלטערן וואס דארפן וואוטשערס זענען אין רעליגעזע סעטינגס און וועסט פלעין אויפרעגן די פובליק סקול יוניאן און גארנישט פארדינען,
איצט האט זיך די מעשה איבערגעדרייט מ'קען מער נישט קלעימען די בלעין אמענדמענט ווייל כדאמרינן לעיל סאיז אומקאנסטיטוציאנעל פון היינט און ווייטער, און יעצט וועט זיך אנפאנגען א פארלאנג צו די רעגירונג צו געבן וואוטשערס, ס'איז נישט זיכער אז ס'וועט טאקע זיין מארגן איבערמארגן אבער דאס איז א נייע פארלאנג אויפן טיש פאר יעדן פאליטישען, וכו'
עס טוישט די גאנצע לעדסקעיפ פון רעגירונג הילף פאר אונז. ובעזר ה' וועט עס מיט די צייט שטארק פארגרינגערן פאר אנ"ש שומרי תורה ומצוות.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4069
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

עס טוישט א געוואלד און פאנגט אן צו צופיצלען אין גרויסן דעם "אומרירבארען" בלעין אמענדמענט
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

וויאזוי האט ני סיטי געקענט גיבן וואוטשערס?
פוצה פה ומצפצף
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5629
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

נייע שטאט האט געשריבן:יעצט אראפ געקומען פון א קאנפערענס פון אדוואקאטן און ארטאדאקסישע שתדלנים, זיי האבן ארויס געברענגט אלע פרטים פון די אורטייל, אבער צום מערסטנס האבן זיי מסביר געווען א וויכטיגע נקודה, אז ביז היינט איז געווען אין זייער אסאך סטעיטס די "בלעין אמענדמענט" וואס האט בדרך כלל פארבאטן רעגירונג שטיצע פאר רעליגיע. די איצטיגע אורטייל האט פארבאטן דעם פארבאט אלץ דיסקרימינאציע, וואס איז געווען ביז היינט געווען א מורא'דיגע שטער צו דערגרייכן עפעס תכלית ווייל ס'האט נישט געקענט דורכגיין צוליב בלעין, למשל, ווען מ'האט אלץ נאר גערעדט אין נ.דז. וועגן וואוטשערס האבן די פאליטישענס געזאגט,וואס וועסטו האבן פון וואוטשערס העכסטנס וועלן נייטראלע נישט פאבליק און נישט רעליגעזע סקולס קענען עפעס האבן דערפון און מ'האט נישט געפייט פאר וואוטשערס ווייל מ'האט געוואוסט אז רוב עלטערן וואס דארפן וואוטשערס זענען אין רעליגעזע סעטינגס און וועסט פלעין אויפרעגן די פובליק סקול יוניאן און גארנישט פארדינען,
איצט האט זיך די מעשה איבערגעדרייט מ'קען מער נישט קלעימען די בלעין אמענדמענט ווייל כדאמרינן לעיל סאיז אומקאנסטיטוציאנעל פון היינט און ווייטער, און יעצט וועט זיך אנפאנגען א פארלאנג צו די רעגירונג צו געבן וואוטשערס, ס'איז נישט זיכער אז ס'וועט טאקע זיין מארגן איבערמארגן אבער דאס איז א נייע פארלאנג אויפן טיש פאר יעדן פאליטישען, וכו'
עס טוישט די גאנצע לעדסקעיפ פון רעגירונג הילף פאר אונז. ובעזר ה' וועט עס מיט די צייט שטארק פארגרינגערן פאר אנ"ש שומרי תורה ומצוות.

wow. געוואלדיגע נייעס
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

Mezofzef האט געשריבן:וויאזוי האט ני סיטי געקענט גיבן וואוטשערס?

נאר פאר עפטער סקול און בעיביסיטינג האט נישט לעגאל קיין שום שטיצע פאר רעליגעזע לימודים אדער די רעליגעזע חלק טאר לעגאל גארנישט בענעפיטירן דערפון (ביז היינט)
לעצט פארראכטן דורך נייע שטאט אום מיטוואך יוני 22, 2022 7:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:עס טוישט א געוואלד און פאנגט אן צו צופיצלען אין גרויסן דעם "אומרירבארען" בלעין אמענדמענט

עס צופיצלט נישט ס'מאכט עס אומלעגאל, קוק ווי סטאטמאיאר וויינט דערויף
Annotation 2022-06-22 190727.jpg
Annotation 2022-06-22 190727.jpg (16.87 KiB) געזען 638 מאל
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:Full decision - 45 Pages

CARSON V. MAKIN

https://www.supremecourt.gov/opinions/2 ... 8_dbfi.pdf

שכח פארן צוברענגען א נחת צו ליינען, ספעציעל די וויינערייען פון סאטאמאיאר
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40524
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט האט איצט געאורטיילט מיט 1-8 אז צפון קאראליינע געזעצגעבער קענען אינטערווענירן אין געריכט צו באשוצן די וויילער אידענטיפיקאציע געזעץ וועלכע זיי האבן באשטעטיגט (דער דעמאקראטישע גאווערנאר איז נישט נייגעריג עס צו פארטיידיגן)

ריכטער גארסוטש האט געשריבן פאר די מאיאריטעט און ריכטערין סאטאמאיאר פאר די מינאריטעט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40524
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג וישלח
הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג אמור
די צווייטע אמענדמענט איז באקאנט צו גיבן רעכט פאר מענטשן צו באזיצן געווער און אין פארלויף פון די יארן האבן געריכטן ארויפגעשטעלט פארשידענע באגרעניצונגען איבער ווער עס איז בארעכטיגט דערצו און וועלכע סארט געווער עס שליסט איין

איין פראגע וועלכע ווערט נישט אדרעסירט אין די אמענדמענט און די העכסטע געריכט האט נאכנישט באהאנדלט איז וואו מען מעג אלץ מיטנעמען די געווער

די באקאנטע העלער סופרים קאורט פרעצעדענט באשטעטיגט די צווייטע אמענדמענט רעכט צו באזיצן געווען אבער א שפעטערע אורטייל גיבט רעכט פאר די סטעיטס צו רעגולירן די באנוץ און דאס האט געעפנט א קאנע פון ווערים אין פארעם פון פארשידנארטיגע סטעיט רעגולאציעס לענגאויס אמעריקא און געריכטליכע קאמפן איבער וועלכע רעגולאציע עס איז אויסגעהאלטן און וועלכע נישט

צום ביישפיל איז דא א דעבאטע רעגולאציעס אויף יארגאנג אדער אויף ערלויבעניש פאר איינוואוינער פון אנדערע סטעיטס אריינצוברענגן געווער אין א סטעיט וואו זיי וואוינען נישט אבער די היינטיגע קעיס איז ווי געזאגט איבער די רעכט ארויסצוטראגן געווער ברשות הרבים

ניו יארק סטעיט פארבאט פאר געווער באזיצער זיי מוציא צו זיין מרשות היחיד לרשות הרבים מיטן אויסנאם פון אזעלכע וועלכע ווערן באשטעטיגט פאר א לייסענס עס ארומצוטראגן מיט זיך

די געזעץ וועלכע איז שוין אלט 108 יאר שרייבט עס מען קען זיך ארומטראגן מיט געווער בלויז פאר א ריכטיגע צוועק און סטעיט געריכטן האבן עס אויסגעטייטשט אלץ א פארלאנג פאר באווייז פון ספעציעלע געברויך פון זעלבסט שוץ און אז די לייסענס קען נישט געגעבן ווערן פאר אלגעמיינע ניו יארקער וועלכע זוכן עס צוליב געווענליכע זעלבסט פארטיידיגונג נאויב מען קען נישט איבערצייגן צו האבן א ספעציעלע אורזאך צו זיין באזארגט פאר די אייגענע זיכערהייט

די פראגע אויב מען קען פארבאטן מיטצונעמען מיט זיך געווער ביים פארלאזן די שטוב איז שוין באהאנדלט געווארן אין א רייע סירקוט קאורטס איבערן לאנד ווען די זיבעטע און די סי קרייז געריכטן האבן געשריבן אז די רעכט מיטצוטראגן געווער מיט זיך ברשות הרבים איז אייניג שטארק מיט די רעכט עס צו באזיצן אינדערהיים אבער די ניינטע און צענטע קרייז געריכטן האבן געשריבן אז די רעכט פאר געווער איז רעזערווירט בלויז פאר מענטשן אין זייערע היימען

די דריטע און פערטע סירקוט האבן זיך אנטזאגט פון אדרעסירן די פראגע און די ערשטע און צווייטע געריכטן האבן געשריבן אז עס איז דא א רעכט מיטצונעמען געווער אינדרויסן פון שטוב אבער אז די רעכט איז א שוואכערע און מער באגרעניצט ווי די רעכט עס צו האלטן אין שטוב

די איצטיגע קעיס איז געווארן אריינגעטראגן דורך ראבערט נאש און ברענדאן קאטש וועלכע האבן זיך איינגעגעבן פאר א ניו יארקער לייסענס צו קענען ארויסטראגן די געווער פון שטוב אבער צוליב וואס זיי האבן נישט געקענט דעמאנסטרירן אז זיי האבן אן אויסערגעווענליכע גרונד צו זיין באזארגט פאר זייער זיכערהייט האט די סטעיט לייסענס אפיציר אפגעווארפן די אפליקאציע

די דיסטריקט געריכט און שפעטער די צווייטע סירקוט האבן ווי פריער דערמאנט געשריבן אז די רעכט צו קענען נוצן געווען ברשות הרבים איז באגרעניצט פאר פעלער פון ספעציעלע געברויך

נאש און קאטש אינאיינעם מיט די ניו יארק סטעיט רייפל און פיסטאל אסאסיאציע האבן גענומען זייער קעיס צום סופרים קאורט און פארלאפענע מאנטאג האט די העכסטע געריכט אקצעפטירט די קעיס



אצינד האלט מען שוין נאך די מונדליכע ארגומענטן און פאלגענד איז א שטיקל איבערבליק אויף ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען

די אדוואקאט פאר די קלעגער איז געווען דער פראמינענטער קאנסערוואטיווער אדוואקאט פאול קלעמענט וועלכע האט שוין רעפרעזענטירט א רייע באקאנטע קעיסעס אינעם העכסטן געריכט און ער האט ארויסגעברענגט אז זיך ארומטראגן מיט געווער איז א קאנסטיטוציאנאלע רעכט וועלכע קען נישט ווערן באגרעניצט מיט א רעגירונג רעגולאציע וועלכע פארלאנגט איבערצייגוגנ אז מען האט א ספעציעלע גוטע אורזאך דערצו

קלעמענט האט געבעטן די ריכטער צוריקצוקוקן אויף די היסטאריע פון גאן געזעצן און רעכטן צוריקגייענדיג צו די גרינדונג פון די פאראייניגטע שטאטן און די היסטאריע טוט קלאר אונטערשטיצן זיין באהויפטונג

ער האט אבער געזאגט אז מען זאל בלויז קוקן אויף די היסטאריע ביז די ניינצן הונדערטער יארן למספרם ווייל מען זוכט נישט בלויז צו שטודירן היסטאריע נאר ליבערשט זיך קאנצעטרירן אויף די טיילן וועלכע זענען רעלעוואנט צו פארשטיין וואס די גרונדער האבן געזוכט מיט די צווייטע אמענדמענט

קעיגען און סאטאמאיאר האבן עס אפגעווארפן זאגנדיג אז די היסטאריע פון גאן געזעצן איז רייך און פילפארבי און מען דארף יא באטראכטן די פולע בילד אריינגערעכנט פון שפעטערע געריכט באגרעניצונגען

קעיגען האט אנגעוויזן אויף די העלער אורטייל פון 2008 למספרם וועלכע האט אגרעניצט גאן צוטרירט פאר באשולדיגטע פארברעכער און גייסטיש קראנקע פרעגנדיג וויצנלדיג צו די אלע געזעצן זענען נישט געווארן באשטעטיגט אין 1920 למספרם

די ליבעראלע ריכטער האבן אויך געצווייפלט אין די שטרענגקייט וואס די ניו יארק געזעץ שטעלט פאר לויט ווי קלעמענט האט עס פארגעשטעלט

קעיגען האט אנגעוויזן אז אויב זאלן סטאטיסטיק ייגן אז די סטעיט טוט פאקטיש באשטעטיגן פילע אפליקאציעס צו קענען טראגן די געווער אין פובליק איז די בילד אינגאנצן אנדערש און אנגעדייטעט אז מעגליך זאל די געריכט צוריקשיקן די קעי צו די אונטערשטע געריכט פאר ווייטערדיגע באהאנדלונג אז זיי זאלן זיך בעסער דערגרונטעווען איבער וויפיל אזעלכע אפליקאציעס ווערן באשטעטיגט/אפגעווארפן און ערשט דערנאך זאל די סופרים קאורט באשליסן אויב זיי זאלן עס באהאנדלען

די קאנסערוואטיוון האבן מער פארשטאנען קלעמענט'ס ארגומענט אין פרינציפ אבער יא אביסל געדרוקט אויף אים איבער ווי אזוי מען זאל פראקטיש נאכגעבן זיינע פארלאנגען זייענדיג באזארגט אז איינפאך פסל'ן די געזעץ קען באדראען די זיכערהייט אין סענסיטיווע ערטער א שטייגער ווי געריכט הייזער, לופטפעלדער, און שולעס

ראבערטס האט געפרעגט פון קלעמענט אויב ער וואלט איינגעשטימט צו א פארבאט צו טראגן געווער אין יוניווערסיטעט קאמפוסן, ספארט סטאדיומס און פלעצער ווי אלקאהאל ווערט סערווירט

קלעמענט האט רעאגירט זאגנדיג אז אזעלכע פראגן דארפן אנטשידן ווערן אויף א קעי ביי קעיס פארנעם אן מען דארפ צווישן אנדערן באטראכטן אויב די ברייטע פובליק האט צוטריט אהין

קעיגען האט אריינגעפרעגט אויב מען זאל קענען אריינקומען מיט געווער אין ען וויי יו זאגנדיג אז סיי ווער קען האבן צוטריט ארום די קאמפוס, אויף וואס קלעמענט האט זיך ארויפגעכאפט זאגנדיג אז ען וויי יו האט נישט עכט קיין קאמפוס

קעווענאו האט געפרעגט קלעמענט אויב ער וועט זיין צופרידן אז ניו יארק זאל קענען פארלאנגען א מער איינפאכע טעסט בעפאר זיי גיבן א לייסעסנס אויפן זעלבן פארנעם ווי א רייע אנדערע סטעיטס וועלכע פירן דורך בעקגראונד טשעקס און פארלאנגען געווער טרענירונג און קלעמענט האט אויסגעדרוקט וויליגקייט דערצו

קעווענאו האט פארגעזעצט קלארצושטעלן אז די איינציגסטע פראגע פארנט פון די געריכט איצט איז די קאנסטיטוציאנאליטעט פון די רשות הרבים פארבאט און נישט די באזונדערע פארבאט אויף טראגן געווער אין סענסיטיווע ערטער און געפרעגט פון קלעמענט צו דאס אראפשטימען די רשות הרבים פארבאט וועט לאזן אין פלאץ די סענסיטיווע ערטער פארבאט אויף וועלכע קלעמענט האט באשטעטיגט אז זיינע קליענטן טוען אצינד בלויז קלאגן איבער די רשות הרבים פארבאט

קעווענאו האט צוגעענדיגט אז מען דארף ניש גריבלען אין די היסטאריע פון גאן געזעצן נאר מען קען אפליינען די צווייטע אמענדמענט און פארשטיין אז עס איז דא א רעכט צו פארמאגן געווערן און טראץ וואס שפעטערע היסטאריע האט צוגעטשעפעט געוויסע באגרעניצונגען איז אבער קלאר פון די טעקסט פון די אמענדמענט אז אין אלגעמיין זענען בירגער זיך פריי צו באוועגן מיט געווער אין זייער באזיץ

בארבארא אנדערוואד איז די ניו יארק סאליסיטאר דזשענעראל און האט רעפרעזענטירט די סטעיט און יא אנגעוויזן אויף די היסטאריע פון צענדליגע יארן וואס מען האט באגרעניצט געווער באזיץ ווען עס קומט צו פובליק סעיפטי און אנגעוויזן אז די ניו יארק געזעץ זיצט אין די ראמען פון אט די טראדיציע

אויך ברייען פלעכטער וועלכע איז די פעדעראלע פריניצפאל דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל איז געקומען אין נאמען פון די ביידען יוסטיץ דעפארטמענט צו נעמען די זייט פון ניו יארק און געמאכט ענליכע באמערקונגען

ראבערטס האט זיי געצימבלט אויף די ציפערן וועלכע צייגן אז ניו יארק באשטעטיגט לייסענסעס אויף א העכערע ראטע אין שוואך באוואוינטערע געגנטער צוליב די ערווארטונג אז דארט שאפן זיך זעלטענער קאנפליקטן און זענען ווייניגער באזארגט אז די געווער וועט גענוצט ווערן

ראבערט האט געזאגט פאר אנדערוואד אז די העלער פרעצעדענט שטיצט אונטער די רעכט פאר געווער באנוץ צוליב זעלבסט פארטיידיגונג און אויסגעפירט מיט וואונדער צו די נויט פאר זעלבסט פארטיידיגונג איז דען נישט גרעסער דוקא אין אזלעכע געגנטער וואס זענען געדיכטער באוואוינט און שיסערייען פאסירן אפטער?!

אנדערוואד האט פרובירט צו גיבן א נישט ענטפער זאגנדיג אז ניו יארק באשוצט די רעכט פאר זעלבסט פארטיידיגונג אבער וויל גלייכצייטיג אדרעסירן פובליק סעיפטי, אויף וואס ראבערט האט צוריקגעווארפן זאגנדיג אז ער פארשטייט רעגולאציעס צו פארבאטן געווער אין א פובליק סטאדיום אבערווידערהאלט אז עס איז וויכטיגער זיך צו קענען פארטיידיגן אין א מער קרימינאלע געגנט און אויסגעפירט מיט וואונדער "וויפיל איבערפעלער פאסירן אין ליידיגע וועלדער?"

טאמאס האט איבערגענומען די פראגע פון באוואוינטע און ליידיגע געגנטער פרעגנדיג ווי אוי ניו יארק באשליסט איבער דעם און ווי שטארק רורעל א געגנט דארף זיין צו קענען באקומען דארט א לייסענס

אנדערוואד האט געענטפערט אז עס איז נישטא א קלארעליניע איבער דעם אבער אין אלגעמיין וועלן לייסענס לייכטער געגעבן ווערן אין שוואך באוואוינטע געגנטער

טאמאס האט אויף דעם אנגעוויזן אז ראבערט נאש וועלכע איז איינע פון די צוויי קלעגער וואוינט אין א היבש שוואך באווואינטע געגענט און איז געווארן אפגעזאגט

אליטא האט מער ספעציפיש קריטיקירט די פארלאנג פאר א קלארע איבערצייגונג פון וויכטיגע געברויך פאר זעלבסט פארטיידיגונג נוצנדיג א ביישפיל פון געווענליכע מאנהעטען ארבעטער ווי קראנקן שוועסטער, דישוואשער, און געביידע וועכטער וועכלע האבן נישט קיין קרימינאלע רעקארדס אבער דארפן צוקומען צו פובליק טראנספארטאציע און פון די לצעטע סטאנציע אהיימשפאצירן צו זייערע היימען דורכשפרייזנדיג קרינימאל געפלאגטע געגנטער ווי פילע ווערן אטאקירט און בארויבט
אליטא האט געהאמערט: איז זייער נישט קענען באקומען א לייסעסנס אין איינקלאנג מיט די רעכט פאר זעלבסט פארטיידיגונג

קעווענאו האט נאכגעפאלגט מיט ענליכע ווערטער פרעגנדיג פארוואס איז נישט גענוג דאס וואוינען אין א קרימינאל געפלאגטע געגנט צו באפרידיגן די וויכטיגע געברויך צו טראגן געווער?

אנדערוואד האט געענטפערט אז יעדע פארלאנגע ווערן גרונטליך באטראכט דורך א לייסענסיג אפיציר וועכלע נעמט אין רעכענונג אלע אומשטענדן ארום

אבער קעווענאו האט פארפירט אז די פאקט אז יענע אפיציר איז דער וועלכע באשליסט אויף די פארלאנג באדייט אז מען טרעט אויף די קלארע קאנסטיטוציאנאלע רעכט פונעם אפליקאנט

ראבערטס האט געפרעגט ענליכס פון פלעכטער זאגנדיג אז קאנסטיטוציאנאלע רעכט באדייט אז די ביזט פולשטענדיג בארעכטיגט דערצו און אויב עימיצער וויל עס צונעמען פון דיר דאן דארף עס יענער בארעכטיגן און אויפווייזן ווי אזוי ער קען עס טון, טא פארוואס אין די פאל דארף דער אפליקאנט איבערצייגן זיין געברויך און דאן לאזן דעם אפיציר פאסן א באשלוס

פלעכטער האט רעאגירט זאגנדיג אז טאקע דאס איז די פראגע אין די קעיס, אויב די קאנסטיטוציע ערלויבט פאר אלעמען צו טראגן געווער אין רשות הרבים אן איבערצייגן א ספעציעלע געברויך דערפאר

ראבערטס איז נישט געווען צופרידן זאגנדיג אז אפגעזעהן אויב עס איז א גלאט קאנסטיטוציאנאלע רעכט אדער א רעכט אזוי ווי די ערשטע אמענדמענט רעכט וועלכע קומט מיט א רייע באגרעניצונגען איז עס נאכאלץ שווער צו זעהן אז עס זאל זיין געוואנדן אין א פערמיט סיסטעם

צום שלוס האט אויסגעקוקט ווי א מאיאריטעט איז גענויגט אראפצושטימען די ניו יארק געזעץ אבער עס קען מעגליך זיין אויף א שמאלע וועג באגרעניצט צו פסל'ן בלויז די ניו יארקע סארט באגרעניצונג צו פארלאנגען א לייסענס וואו מען דארף איבערצייגן א ספעציעלע געברויך אבער די ריכטער קענען מעגליך איבערלאזן ברייטערע פראגן איבער די אויסשליסליכע רעכט צו טראגן געווער אין פובליק פאר א שפעטערע געלעגנהייט


די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אקעגן ניו יארק מיט 3-6

ריכטער טאמאס האט געשריבן פאר די מאיאריטעט און ריכטער ברייער פאר די מינאריטעט
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”