נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4530
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

הקולמוס שלי האט געשריבן:יאפ, טענקס הבל! א נאמען וואס זיינע מעשים רעפעקלירטן דאס פונקט פארקערטע פון זיין נאמען!

בשם די צענדליגער וואס די ביסט מהנה כסדר-

אשאד מזעהט נישט וויפיל זענען סובסקרייבד צום אשכול.. כללית'דיגע פראבלעם
(קענסט אעטעטשן א בילד פון צייט צו צייט בכדי ארויס נעמען וויפיל סהאבנעס געזעהן - views בלע"ז)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אדוואקאטן וועלכע רעפרעזענטירן די לעצט פארבליבענע רציחה קליניק אין מיסיסיפי האבן זיך געואונדן צו א סטעיט ריכטער מיט א ביטע אפצושטעלן די סטעיט אנטי רציחה געזעץ פון אריינגיין אין קראפט

זייער קלאגע איז באזירט אויף א 1998 למספרם סטעיט סופרים קאורט אורטייל וועלכע האט געשריבן אז די סטעיט קאנסטיטוציע באשוצט די רעכטן פון אלע צו זעלבסשטענדיג קענען באשליסן אויב דורכצוגיין א רציחה פראצעדור

מיסיסיפי האט געהאט באשטעטיגט א שטרענגע אנטי רציחה געזעץ וועלכע די סופרים קאורט אין וואשינגטאן האט באהאנדלט אבער זיי האבן באזונדער באשטעטיגט א פולשטענדיגע פארבאט אויף רציחה וואס זאל אריינגיין אין קראפט אין פאל וואס די סופרים קאורט אורטייל עלימינירט די פעדעראלע באשיצונג פאר רציחה

די אויטאמאטישע פארבאט דארף אריינגיין אין אפעקט קומענדיגן דאנערשטאג און פארבאט רציחה צו יעדע צייט מיטן געוויסע אויסנאמען אבער ווי אנאליסטן שטרייכן אונטער וועט זיך נישט לוינען פאר קליניקס צו פונקציאנירן בלויז צו באהאנדלען אזעלכע פעלער און דאס באדייט אז עס וועט נישט זיין צופיל סערווירער פאר אזעלכע סערוויסעס אפילו אין אזעלכע פעלער

דאס מיינט אז ריכטערין דעבי האלפארד וועלכע האט היינט אויסגעהערט מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס האט ביז דאנערשטאג צו באשליסן אויב זי זאל דערווייל בלאקירן די פרישע געזעץ פון אריינגיין אין קראפט

סאליסיטאר דזשענעראל סקאט סטוארט האט געמאכט זיין קעיס זאגנדיג אז די סטעיט סופרים קאורט ריכטער האבן נישט געמיינט צו זאגן אז די סטעיט קאנסטיטוציע ספעציפירט זעלבטשטענדיג א רציחה באשיצונג נאר זיי האבן עס באזירט אויף די דעמאלטסדיגע פעדעראלע פרא רציחה פרעצעדענט און געשריבן אז צוליב וואס די פעדעראלע קאנסטיטוציע פארלאנגט עס צו באשוצן טוט עס די סטעיט געזעץ אויך באשוצן אבער בלויז באזירט אויף די פעדעראלע פארלאנג און איינמאל די פעדעראלע פונדאמענט איז אועקגעפאלן פאלט די סטעיט פרא רציחה שטעלונג מיט

אדוואקאט ראבערט מקדאף האט גע'טענה'ט אז די איינציגסטע וועג ווי אזוי איבערצוקומען יענע סטעיט סופרים קאורט אורטייל אויב פאר די איצטיגע סטעיט סופרים קאורט ווארפט ארויס יענע פרעצעדענט (אן איבערשפיל וואס האט פאסירט אין די פעדעראלע סופרים קאורט) אדער אויב וויילער שטימען עס צו טוהן אין א קאנסטיטוציאנאלע אמענדמענט אבער אוי דערווייל מוז מען אפשטעלן די געזעץ פון אריינגיין אין אפעקט

אויף דערווייל האט די קליניק געמאלדן אז זיי וועלן ווייטער אקצעפטירן פאציענטן אזוי לאנג ווי די געזעץ איז נישט אין אפעקט און איינמאל עס באקומט די גרינע ליכט פאראויסצוגיין וועלן זיי זיך קווארטירן אין ניו מעקסיקא
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:אדוואקאטן וועלכע רעפרעזענטירן די לעצט פארבליבענע רציחה קליניק אין מיסיסיפי האבן זיך געואונדן צו א סטעיט ריכטער מיט א ביטע אפצושטעלן די סטעיט אנטי רציחה געזעץ פון אריינגיין אין קראפט

ריכטערין האלפארד האט איצט געאורטיילט אז ביידע אנטי רציחה געזעצן קענען מארגן אריינגיין אין אפעקט

אין רעאקציע האט די לעצט פארבליבענע רציחה קליניק אין די סטעיט געמאלדן אז היינט ענדע טאג שליסט זי אירע טויערן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הבא להרגך השכם להרגו

קריסטאל קייזער איז געווען 17 יאר אלט אום יוני 4 2018 למספרם ווען זי האט גענומען אן אובער רייזע פון מילוואקי קיין קענאושע וויסקאנסין צו די היים פון די 34 יעריגער ראנדאל וואלער

זי איז אריין אינווייניג אין די וואוינונג, אוועקגעזעצט וואלער אויף א בענקל און אים דערשאסן צום טויט

קייזער האט דאן גענומען ליקער, האנטוכער און נאך מאטריאל און אונטערגעצונדן די הויז אין פייער און פארלאזט די היים פון וואלער זיך אריינזעצנדיג אין זיין אויטאמאביל און פארלאזט דאס ארט

מיט עטליכע טאג שפעטער איז קייזער ארעסטירט געווארן און אנגעקלאגט מיט ערשטע גראד מארד און ארסאן קלאגעס

קייזער האט זיך פארטיידיגט פאר אויספארשער אז וואלער פלעגט איר פיזיש טשעפען און אים באשולדיגט אז ער האט זיך אויפגעפירט צו איר אומאויסגעהאלטן

לויט די רעקארדס איז וואלער ווירקליך געווען אונטער אויספארשונג אין יענע צייט פארן זיך אנטשעפען אין עטליכע יוגנטליכע אבער נאכנישט געווארן אפיציעל אנגעקלאגט מיט סיי וואס

זיך גרייטנדיג צום פראצעס האט קייזער געמאכט איר ארגומענט אז לויט א 2008 למספרם סטעיט געזעץ זענען קרבנות פון אזעלכע סארט פארברעכנס באשוצט אקעגן אנקלאגעס איבער פארברעכנס וואס זיי (די קרבנות) באגייען אין דירעקטע רעזולטאט פון ווערן געטשעפעט

די אונטערשטע געריכט האט נישט געוואלט ערלויבן פאר קייזער צו נוצן יענע געזעץ אין איר קעיס אבער די סטעיט אפעלאט געריכט האט באשלאסן אז מען זאל איר יא ערלויבן כאטש צו פרובירן נוצן יענע געזעץ ביים פראצעס

פראקורארן האבן עס אפעלירט צום סטעיט סופרים קאורט וועלכע האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן צוריק אין מערץ למספרם או פראקורארן האבן גע'טענה'ט אז יענע געזעץ זאל נישט ווערן אויסגעטייטשט צו באשוצן קרבנות פאר אזעלכע הארבע פארברעכנס ווי מארד

די קעיס קען האבן אן אפעקט אויף מערערע סטעיטס וועלכע האבן ענליכע געזעצן ווי די וויסקאנסין געזעץ און אסאך אנאליסטן האבן דעריבער ארויסגעקוקט אויף די געריכט אורטייל

אצינד האט די געריכט געאורטיילט מיט 3-4 אין שטיצע פון קייזער ווען די ליבעראלע ריכטערין רעבעקא דאלעט האט געשריבן פאר די מאיאריטעט און אנגעשלאסן דערין אירע ליבעראלע קאלעגן דזשיל קאראפסקי, ען וואלש ברעדלי און דער קאנסערוואטיווע ריכטערין רעבעקא גרעסל ברעדלי

צווישן אנדערן שרייבן זיי אז די פארברעכנס באגאנגען דורך די קרבנות מוז נישט דוקא פאסירן באלד נאך וואס זיי ווערן געטשעפעט נאר אויך אויב עס פאסירט א צייט שפעטער זענען זיי באשוצט אקעגן אנקלאגעס

אויף די פראגע אויב די געזעץ באשוצט זיי אפילו פון ערשט גראד מארד שרייבן די ריכטער אז וויבאלד די געזעץ איז זייער נישט ספעציפיש און אויבנאויף דעקט עס אלע סארט פארברעכנס, בלייבט פארן געריכט זיך צו באנוצן מיט די רחמנות דאקטרינע וועלכע לויטעט אז אין פאל וואס א סטעיט געזעץ איז נישט גענוג קלאר אויב עס באשוצט דעם אנגעקלאגטן זאגט מען אז המוציא מחבירו עליו הראי' און עס ליגט אויף די פראקורארן אויפצואווייזן אז די געזעץ שליסט אויס מארד קלאגעס

ריכטערין ראגנסעק האט געשריבן פאר מינאריטעט און אנגעשלאסן דערין אירע קאנסערואטיווע קאלעגן ברייען האגעדארן און הויפט ריכטער זיעגלער און האבן געמאכט די ארגומענט אז צוליב די די קאנטעקסט פון די גרעסע סטעיט געזעץ זאל די געזעץ בלויז קענען פארוואסערן די ערשטע גראד מארד צו צווייטע גראד מארד אבער נישט ערלויבן פאר קייזער זיך אינגאנצן ארויסצודרייען פון יוסטיץ

די קומענדיג פארהער אין די קאונטי געריכט אין משפט קייזער איז געסקעדזשועלט אויף סעפטעמבער 9 למספרם
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך יולי 06, 2022 4:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א נייע מעשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:28 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייע מעשה »

הכל הבל האט געשריבן:זי איז אריין אינווייניג אין די וואוינונג, אוועקגעזעצט וואלער אויף א בענקל און אים דערשאסן צום טויט

וואלער איז געווען אן אינוואליד?

ווי אזוי ארבעט דאס, מען זעצט איינעם אוועק אויף א בענקל און מען דערשיסט אים?

אזא שוטה צו זיין, וואס לאזט ער זיך? וואס האט ער נישט גערופן הילף?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א נייע מעשה האט געשריבן:

אולי האט ער זיך נישט געראכטן אויף וואס קומט
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

הערלכע באריכט!

אז די נוצט להבדיל די תורה'דיגע טערמין הבא להרגך, איז כדאי אנצומערקן אז ע"פ הלכה (חו"מ הל' רציחה) גייט אויך אן דיני רודף ביי עריות.
גראדע דא וואס זי איז געקומען צו עם נישט פארקערט ווייס איך נישט צו עריז געווען הבא....
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

ליבי ובשרי האט געשריבן:הערלכע באריכט!

אז די נוצט להבדיל די תורה'דיגע טערמין הבא להרגך, איז כדאי אנצומערקן אז ע"פ הלכה (חו"מ הל' רציחה) גייט אויך אן דיני רודף ביי עריות.
גראדע דא וואס זי איז געקומען צו עם נישט פארקערט ווייס איך נישט צו עריז געווען הבא....

נאר בשעת מעשה.
פוצה פה ומצפצף
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין 2018 למספרם האבן אכט שטאטן אריינגעטראגן א קלאגע אפצוטשעלן די דאקא פראגראם וועלכע פרעזידענט אבאמא האט באשטעטיגט צוריק אין 2012 למספרם

די פראגראם שענקט פאר טויזנטער וועלכע האבן אימיגרירט קיין אמעריקא אלץ קינדער די באשיצונג פון דעפארטאציע, פעדעראלע ארבעט פערמיטן, און דרייווער לייסענס וועלכע זיי דארפן באנייען יעדע צוויי יאר

די פראגראם שטעלט נישט צו סיי וועלכע פעדעראלע בענעפיטן, זיי קענען נישט באקומען קיין העלט אינשורענס סיידן אן ארבעטסגעבער שטעלט עס צו, און אויב זיי פארלעצן סיי וועלכע פארברעך פארלירן זיי די דאקא סטאטוס און קענען ווערן דעפארטירט פון לאנד

די סטעיטס האבן זיך באקלאגט אז אבאמא האט פארארדנט אויף די אייגענע האנט איינצושטעלן ערנסטע טוישונגען און די אימיגראציע געזעצן אן די צושטימונג פון קאנגרעס און אז די פראגראם שענקט דזשאבס פאר אימיגראנטן אויפן רוקן פון ארבעטסלאזע אמעריקאנע בירגער און אז זיי זענען א לאסט אויף די שטייער פינאנצירטע רעגירונג בודזשעטן

טעקסאס האט צוגעשטעלט שאצונגען אז סאושעל סערוויס, העלט קעיר און ערציאונג דאקא געמיינדע קאסט זיי אפ ארום א פערטל מיליאן דאלער יערליך און אונטערגעשטראכן אז דאקא געניסער האבן אן אויבערהאנט איבער אמעריקאנע בירגער ביים טרעפן ארבעט זינט ביזנעסער בעפארצוגן זיי צוליב וואס זיי אונטער די אבאמאקעיר געזעץ דארפן זיי נישט צושטעלן פאר אזעלכע מענטשן העלט קעיר פלענער

די קלאגע אקעגן די פראגראם האט געמאכט איר וועג אין די געריכטן אבער ווען טראמפ איז אריינגעקומען אין ווייסן הויז האט ער אונטער אן עקזעקוטיוו ארדער (די זעלבע וועג ווי אזוי מען האט געשאפן די פראגראם) אפגעשטעלט דאקא

די פרא דאקא געמיינדע האט עס זאפארט גענומען אין געריכט און עווענטועל האט די סופרים קאורט אין 2020 למספרם געאורטיילט אז צוליב פראצעדורעאלע פארנאכלעסיגקייטן מצד די קאמערץ דעפטארמענט וועלכעהאט געדארפט צו ערשט דורכפירן אן איבערזיכט אונטערצובעטן די טראמפ ארדער האט טראמפ נישט געקענט אפשטעלן די פראגראם אין יענע צייט

דערווייל האט זיך געצויגן די אנטי דאקא קעיס אין געריכט און אום 2021 למספרם האט דיטריקט ריכטער ענדרו הענאן(נאמינירט דורך רפעזידענט בוש דער צווייטער) אפגעשטעלט די פראגראם אבער וויבאלד ער האט געוואסטו אז עס גייט ווערן אפעלירט האט ער אויף דערווייל נישט פארלאנגט אראפצואווארפן די וועלכע געניסן שוין פונעם פראגראם איידער די פיפטע סירקוט קען עס אדרעסירן אבער ער האט יא פארארדנט די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט מער נישט צו אקצעפטירן פרישע אפליקאנטן

די פיפטע סירקוט האט שפעטער אקצעטירט די אפעלט פארזוך פון עטליכע דעמאקראטישע געפירטע סטעיטס און היינט האבן זיי אויסגעהעקרט די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס
ניו דזשערסי געהילף אטוירני דזשענעראל ירמי' פייגנבוים האט רעפרעזענטירט די סטעיטס און גע'טענה'ט אז ריכטער העאן וואלט נישט געראפט אפשטעלן די פראגראם נאר עס צושיקן צו די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט צו איינצושטעלן די נויטיגע טוישונגען

ער האט אנגעוויזן אז די סטעיט האבן אריינגעטראגן זייער קלאגע ערשט יארן נאך וואס די פראגראם איז אריין אין אפעקט און איצט אזי שוין צו שפעט צו צוטראסקען אזא מאסיווע פראגראם וועלכע איז שוין עטאבלירט פאר לאנגע יארן ווייל עס וועט שווער אויסווירקן אויף די געניסער, זייערע אמעריקאנע קינדער, ארבעטסגעבער און סטעיטס

ער האט דערמאנט די ריכטער איבער די הונדערטער דאקא געניסער וועלכע דינען אין די מיליטער און געזאגט אז אויב די פראגראם גייט שלאפן באדייט עס אז זעלנער וועלכע סערווירן נאך אין די מיליטער אויף א מאנטאג וועלן דינסטאג מער נישט קענען פארטיידיגן דאז לאנד

ברייען באינטאן האט געמאכט די קעיס פאר די יוסטיץ דעפארטמענט אז טעקסאס זאל נישט באקומען קיין סטענדיג אין די קעיס צוליב וואס זיי האבן נישט אויפגעוויזן אז אויב דאקא פאלט וועט אפילו איין דאקא געניסער פארלאזן די סטעיט (און דערמיט פארלייכטערן די עקאנאמישע דרוק דארט)

די דריי ריכטער פאנעל האבן אבער נישט אויסגעקוקט איבריג סקעפטיש מיט די ארגומענטן און טראמפ נאמינירטע ריכטער דזשעימס הא האט אויפגעברענגט א סורוועי אין וועלכע ארום 22% פון דאקא געניסער זאגן אז אויב די פראגראם גייט שלאפן וועלן זיי פארלאזן דאס לאנד

באינטאן האט עס אבער אפגעווארפן אלץ שפעקולאטיוו צוליב וואס די וועלכע זענען אויפן פראגראם וואוינען שוין יארן אין לאנד און זענען איינגעגעסן אין זייערע געמיינדעס און עס איז שווער צו שאצן אז זיי וועלן זיך איינפאך אויפהויבן און עמיגרירן פון לאנד

איבער די רעכט פון די רעגירונג איינצושטעלן אזא פראגראם האט באינטאן דערמאנט אז אימיגראציע פאליסי איז עפעס וואס איז אונטער די יורסדיקציע פון פעדעראלע רעגירונג וועלכע מוז לויטן געזעץ דעפארטירן אומלעגאלע אימיגראנטן אבער קאנגרעס האט קיינמאל נישט צוגעשטעלט די פאנדינג און קראפט עס אויסצופירן און דעריבער איז עס אין די רעגירונג'ס יוריסדיקציע צו באשליסן די בעסטע וועג פאראויס ווען עס קומט צו אינפארסירונג באזירט אויף די אומשטענדן

דא איז דער צווייטער טראמפ נאמינירטע ריכטער , קורט ענגלהארדט אריינגעקומען און עס אפגעווארפן זאגנדיג אז די פראגע איז נישט איבער דעפארטאציע אינפארסירונג מעגליכקייטן נאר איבער א פראגראם וועלכע גייט פיל ווייטער און שטעלט צו ארבעט פערמיטן פאר אזעלכע וועלכע זענען אומלעגאל אין לאנד און דאס טוט דירעקט אפעקטירן אמעריקאנע בירגער

צוריק אין 2014 למספרם האט די אבאמא אדמיניסטראציע איינגעשטעלט וואס מען רופט די "דאפא" פראגראם וועלכע האט אויך געגעבן געוויסע סארט רעכטן ווי דרייווער לייסענס פארעטליכע מיליאן אימיגראנטן און גלייכצייטיג פארלאנגערט די פעריאד פאר אפליקאנטן זיך אינצושרייבן אין דאקא

די סטעייטס האבן יענע צייט געקלאגט דאס שאפונג פון דאפא און אן אנדערע פאנעל אויפן פיפטן סירקוט האט געאורטיילט 1-2 אקעגן די פראגראם אין טייל צוליב וואס די אדמיניסטראציע האט אויסגעקרויזט די רוטינע פראצעדור פון מעלדן גענוג פריה איידער זיי מאכן אזא טויש און גיבן א שאנס פארן פובליק צו קאמענטירן דערויף

טעקסאס סאליסיטאר דזשענעראל האט גע'טענה'ט אז די זעלבע פארלעצונג איז פארגעקומען אויך ביים שאפן דאקא און די געריכט דארף איינפאך נוצן די אורטייל וואס זי האט ארויסגעגעבן ביי דאפא און עס נוצן אויך איצט

דא איז געווען און אינטערסאנטע מאמענט ווען נישט בלויז באינטאן נאר אויך ריכטער הא האבן זיך הויך געוואונדערט פארוואס טעקסאס האט נישט אריינגעשטעלט אט די טענה אין זייער שריפטליכע ארגומענטן צוגעשיקט צום געריכט

צום ביישפיל ביי דאפא האט טעקסאס געשריבן אז צו גיבן דרייווער לייסענס פאר געניסער פון די פראגראם איז אן עקאנאמישע לאסט פאר די סטעיט (וועלכע רעכנט נישט פון מאטאריסטן קיין אפצאהל צו באקומען לייסענס) אבער איצט ביי דאקא האבן זיי אויסגערעכנט בלויז העלט קעיר, סאושעל ערציאונג און אנדערע קאסטן וואס פאלט אויפן בודזשעט אבער נישט דערמאנט די לייסענס קאסטן

ריכטער האט האט געזאגט פאר סטאון אז עס איז מאדנע פארוואס די איצטיגע שריפטליכע ארגומענט האט ממש אויסגעמיטן צו ציען סיי וועלכע פאראלעל צו די דאפא קעיס און הא זאגט אז עס וואלט פיל לייכטער געווען פאר די ריכטער צו קענען נוצן די דאפא קעיס פאר א קלארע וועג ווייזער ווי אזוי צו באהאנדלען די דאקא קעיס

סטאון האט זיך אפגעשאקלט דערפון זאגנדיג אז ער גייט נישט קאמענטירן אויף די סטראטעגיע וועלכע די אדוואקאטן האבן גענוצט ביים בויען די איצטיגע קעיס

דער דריטער ריכטער איז געווען פריסילא ריטשמאן (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער)
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

״ די פראגראם שטעלט נישט צו סיי וועלכע פעדעראלע בענעפיטן,״
סא פארוואס דארף דאס טעקסאס באצאלן?
טעקסאס האט צוגעשטעלט שאצונגען אז סאושעל סערוויס, העלט קעיר און ערציאונג דאקא געמיינדע קאסט זיי אפ ארום א פערטל מיליאן דאלער יערליך.

הערליכע באריכט!
איך האב א מליצה׳לע אמר קהלת. הכל הבל אלעס-ליגט אין @הבל!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הקולמוס שלי האט געשריבן:״ די פראגראם שטעלט נישט צו סיי וועלכע פעדעראלע בענעפיטן,״
סא פארוואס דארף דאס טעקסאס באצאלן?
טעקסאס האט צוגעשטעלט שאצונגען אז סאושעל סערוויס, העלט קעיר און ערציאונג דאקא געמיינדע קאסט זיי אפ ארום א פערטל מיליאן דאלער יערליך.

הערליכע באריכט!
איך האב א מליצה׳לע אמר קהלת. הכל הבל אלעס-ליגט אין @הבל!

זיי נוצן די שפיטעלער און שולעס
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

הערליך הערליך, הכל!!

דיין שפראך איז מוירדיג.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

Wow a1 האט געשריבן:הערליך הערליך, הכל!!

דיין שפראך איז מוירדיג.

יישר!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די ערשטע סירקוט קאורט אורטיילט אז מעין'ס פארלאנג בלויז איינוואוינער פון די סטעיט וועלכע זענען רעגיסטרירט צו שטימען קענען צוזאמענעמען אונטערשריפטן פאר בעלאט אינציאטיוון איז א פארלעצונג צו די ערשטע אמענדמענט רעכטן

די קעיס איז געווען איבער א בעלאט אינציאטיוו צו פארבאטן נישט בירגער פון שטימען אין סיי וועלכע סטעיט וואלן (עס איז שוין איצט אויך פארבאטן אבער די אקטיוויסטן האבן עס געזוכט צו באפעסטיגן מיט אן אמענדמענט)

די אורטייל איז געקומען פון אן איינשטימיגן פאנעל פון הופיט ריכטער דעיוויד באראן, ריכטער וויליאם קאיאטא (ביידע נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) און דיסטריקט ריכטערין פאטי סאריס (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א ברי' משונה וועלכע איז רעגיסטרירט אויף די ליסטע פון אזעלכע וועלכע זענען באגאנגען אוממאראלישע פארברעכנס אלץ יוגנטליכע[ר] האט געזוכט צו טוישן דעם נאמען אויף די ליסטע

געווענליך איז אזא זאך פארבאטן אבער אין דעם פאל האט יענע[ר] פארלאנגט אז אין ליכט פון די משונה אידענטיטעט סטאטוס מוז מען עס נאכגעבן

די וויסקאנסין סופרים קאורט האט אויסגעהערט די קעיס און נארוואס געאורטיילט אקעגן יענעם'ס פארלאנג

די אורטייל איז אראפגעקומען 3-4 ווען ריכטערין רעבעקא ברעדלי האט געשריבן פאר די מאיאריטעט און דערין אנגעשלאסן ריכטער זיגלער, ראגענסאק און העגאדארן

ריכטער וואלש ברעדלי האט געשריבן פאר די מינאריטעט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די רעסטוראנט נעץ סאבוועי זענען געווארן אנגעקלאגט צוריק אין 2020 למספרם אין א פעדעראלע געריכט אין קאליפארניע פארן פארקויפן אנגעבליכע טונא סענדוויטשעס וועלכע האט אין פאקט נישט אנטהאלטן קיין טונא פיש

א רעפארטער האט געזוכט צו אויסקלארן די האפט פון זייערע קלאגע און איינגעקויפט א גרעסערע קוואנטום פון די סענדוויטשעס און ארויסגענומען די שיכט וואס אט אנגעבליך געדארפט זיין טונא און עס אריינגעשיקט צו א לאבאראטאריע וועלכע האט אבער נישט געקענט פעסטשטעלן זינט עס איז געווען צו צוקוועטשט צו קענען אידענטיפיצירן

די סענדוויטש ריז האט באשלאסן אפצושלאגן די באשולדיגונגען פאר אלע קאסטן און אפילו געשאפן א וועבזייטל מיטן נאמען סובוועי טונא פאקטן

פארלאפענע אקטאבער למספרם האט דיסטריקט ריכטער דזשאן טיגער (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) ארויסגעווארפן די אנקלאגע צוליב וואס די קלעגער האבן פארפעלט נאכצוקומען א פארלאנגטע סטאנדארד צו באשולדיגן איבער סיי וועלכע פאלשע אויפפירונג פון די רעסטוראנט ריז

זיי האבן געפיילט אן אמענדירטע קלאגע און צוגעשטעלט באווייזן אז די אינהאלט איז געווען פון אנדערע סארט זאכן און באשולדיגט אז די סענדוויטשעס זענען נישט געווען פון בלויז טונא נאר א געמיש פון אנדערע סארט פראדוקטן און מעגליך גאר ריין פון טונא

היינט האט ריכטער טיגער ווידער ארויסגעווארפן די קלאגע פון איינע פון די קלעגער צוליב וואס עס שטעלט זיך ארויס אז יענע האט אין פאקט נישט איינגעקויפט קיין סענדוויטשעס און אויך צוליב וואס יעדער פארשטייט אז אין טונא ווערן אריינגעמישט אנדערע באשטאנדטיילן ווי מאיאנעז און נאך

דער ריכטער האט אבער יא געלאזט פאראויסגיין די קלאגע פונעם אנדערן אז אנדערע סארט פיש אדער באשעפעניש טיילן זענען אויך געווען אריינגעמישט

סאבוועי האט גע'טענה'ט אז סיי וועלכע רעזולטאטן האבן געוויזן אז אזאנס איז געפונען געווארן אין די סענדוויטשעס מוז עס האבן געקומען פון די אייער וועלכע זענען גענוצט געווארן אין די מאיאנעז אדער פון דעם וואס ווען מען האט צוגעגרייט די סענדוויטשעס האט מעגליך די טונא צוגערירט צו אנדערע סארט פראדוטן וועלכע סאבוועי נוצט פאר אנדערע זאכן

אבער דער ריכטער האט געזאגט אז אט די טענות קענען זיין גוטע אדער שוואכע און דאס דארף שוין ווערן באהאנדלט אין געריכט צו זעהן אויב עס איז וואר און אפילו אויב יא דארף די געריכט באשליסן אויב קאנסומער ערווארטן צו האבן אין זייער עסן אינהאלט פון אנדערע זאכן וועלכע האט זיך אריינגעכאפט ביים צוגרייטן די מאלצייטן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א מאטאריסט אין טעקסאס וועלכע האט באקומען א טיקעט פארן דרייוון אין א ליניע וועלכע איז רעזערווירט פאר אויטאמאבילן אין וועלכע עס געפונען זיך נאך פאסאזשירן אויסער די דרייווער טראגט אריין א קעיס אין געריכט מיט די טענה אז צוליב וואס די סופרים קאורט האט אפגעווארפן די פרא רציחה סטאנדארד ווערן יצירות אין אלע שטאפלען פון זייער באשאף פאררעכנט אלץ עקזיסטירנדע באשעפענישן און דעריבער האבן זיך יא געפונען אין די קאר אנדערע אין צוגאב צום דרייווער
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום זונטאג יולי 17, 2022 4:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הכל הבל האט געשריבן:א מאטאריסט אין טעקסאס וועלכע האט באקומען א טיקעט פארן דרייוון אין א ליניע וועלכע איז רעזערווירט פאר אויטאמאבילן אין וועלכע עס עפונען זיך נאך פאסאזשירן אויסער די דרייווער טראגט אריין א קעיס אין געריכט מיט די טענה אז צוליב וואס די סופרים קאורט האט אפגעווארפן די פרא רציחה סטאנדארד ווערן יצירות אין אלע שטאפלען פון זייער באשאף פאררעכנט אלץ עקזיסטירנדע באשעפענישן און דעריבער האבן זיך יא געפונען אין די קאר אנדערע אין צוגאב צום דרייווער

גוטע נייעס.....
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

הכל הבל האט געשריבן:א מאטאריסט אין טעקסאס וועלכע האט באקומען א טיקעט פארן דרייוון אין א ליניע וועלכע איז רעזערווירט פאר אויטאמאבילן אין וועלכע עס עפונען זיך נאך פאסאזשירן אויסער די דרייווער טראגט אריין א קעיס אין געריכט מיט די טענה אז צוליב וואס די סופרים קאורט האט אפגעווארפן די פרא רציחה סטאנדארד ווערן יצירות אין אלע שטאפלען פון זייער באשאף פאררעכנט אלץ עקזיסטירנדע באשעפענישן און דעריבער האבן זיך יא געפונען אין די קאר אנדערע אין צוגאב צום דרייווער

:x :x :x
איי איי אמעריטשקע, דאס משוגעת ענדיגט נישט.

באזירט לויט וויפיל כפרות און הושענות מיר קויפן האט ער א שטארקע טענה....

איך קוילער מיך.
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע: אויפן טיש

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

הכל הבל האט געשריבן:א מאטאריסט אין טעקסאס וועלכע האט באקומען א טיקעט פארן דרייוון אין א ליניע וועלכע איז רעזערווירט פאר אויטאמאבילן אין וועלכע עס עפונען זיך נאך פאסאזשירן אויסער די דרייווער טראגט אריין א קעיס אין געריכט מיט די טענה אז צוליב וואס די סופרים קאורט האט אפגעווארפן די פרא רציחה סטאנדארד ווערן יצירות אין אלע שטאפלען פון זייער באשאף פאררעכנט אלץ עקזיסטירנדע באשעפענישן און דעריבער האבן זיך יא געפונען אין די קאר אנדערע אין צוגאב צום דרייווער

:lol: :lol: :lol:
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

הכל הבל האט געשריבן:א מאטאריסט אין טעקסאס וועלכע האט באקומען א טיקעט פארן דרייוון אין א ליניע וועלכע איז רעזערווירט פאר אויטאמאבילן אין וועלכע עס עפונען זיך נאך פאסאזשירן אויסער די דרייווער טראגט אריין א קעיס אין געריכט מיט די טענה אז צוליב וואס די סופרים קאורט האט אפגעווארפן די פרא רציחה סטאנדארד ווערן יצירות אין אלע שטאפלען פון זייער באשאף פאררעכנט אלץ עקזיסטירנדע באשעפענישן און דעריבער האבן זיך יא געפונען אין די קאר אנדערע אין צוגאב צום דרייווער

:lol: די וועג וויאזוי דו שרייבסט אראפ אזא מעשה׳לע איז אסאך אינטערעסאנטער ווי די עצם נייעס…
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אום אקטאבער 19 2018 למספרם האבן פאליציי אין גרין בעי וויסקאנסין אפגעשטעטל א מאטאריסט נאך וואס יענער איז אריבערגעפארן מיט אן אומרעגיסטרירטע לייסענס פלאטע א רויטע ליכט

די דרייווער האט אין אנהויב איגנארירט די סירענס און לעמפעלעך אבער עווענטועל אפגעשטעלט די אויטא אין די פארקינג לאט פון א דערנעבנדיגע האטעל

די מענטשן אינווייניג אין די קאר האבן צו ערשט אנגעגעבן פאלשע אידענטיפיקאציע אבער אפיצירן קאלטאן ווערנעק און עריק א'ברייען זענען דערגאנגען אז דער דרייווער איז עימיצער מיטן נאמען יונתן טאבי און די פאסאזשיר איז געווען זיינס א מומע טעריסא ראדריגאז

די אפיצירן האבן גערופן פאר שטיצע און אפיציר טיילער העק איז ערשינען אויפן סצענע און ער האט דאן געוואלט אונטערזוכן די קאר און באמערקט אז אינווייניג איז דא עפעס וואס האט אויסגעקוקט ווי אומלעגאלע געווירצן און זיי האבן באפוילן די צוויי ארויסצוקומען פון די אויטא

ווערנעק האט געקייטלט טאבי פון הונטן ,אים אונטערזוכט און אריינגעשטעלט אין די אונטערשטע זיץ פונעם פאליציי קאר

דערווייל האט העק געקייטלט מומע ראדריגעז און איר אריינגעשטעלט אין זיין קאר און אפגעטראגן מיט זיין פאנג צום די בראון קאונטי טורמע
א'ברייען און ווערנעק זענען דערווייל געבליבן אויסווארטן אז א שלעפער טראק זאל קומען אפנעמען טאבי'ס אויטא

עס איז געווען 7:35 ווען ווערנעק האט פלאצירט טאבי אין זיין קאר און אים פארבונדן מיט די זיץ שלייקעס אבער 10 מינוט דערויף האט א געקייטלטער טאבי באוויזן ארומצורוקן זיינע הענט און עפענען די זיץ פאסיק און ער האט אריינגעשטעקט זיין האנט אונטער זיין העמד

נאך א 12 מינוט רייזע צום טורמע וועלכע טאבי איז רואיג איינגעזיצן איז מען אנגעקומען צום טורמע און די אפיצירן האבן צו ערשט אריינגעשטעלט זייער געווער אין די טראנק פון די קאר ווי עס לויטעט די ארטיגע טורמע פארשריפטן און דאן זיך געוואנדן צו די טיהר ארויסצונעמען טאבי

ביים עפענען די הונטערשטע טיהר האט ערשט ווערנעק באמערקט אז אנשטאט צו זיין געקייטלט פון הונטן זענען טאבי'ס הענט פארנט און הונטער זיין העמד

ער האט באפוילן טאבי ארויסצוקומען אבער זיינע ווערטער זענען געפאלן אויף טאב"י אויערן און יענער האט אים איינפאך איגנארירט

א'ברייען האט געזעהן אז עפעס זוימט זיך דארטן און איז אריבער צו יענע זייט ארויסצוהעלפן זיין קאלעגע און זאפארט באמערקט די טויש אין פאזיציע פון טאבי'ס האנט און עס האט אים אויסגעקוקט ווי טאבי האלט דארט א רעוואלווער אונטער זיין העמד

ער האט געוואלט ארויסשלעפן טאבי'ס פיס פון די קאר אבער יענער האט געשריגן אז ער זאל אפטרעטן ווייל "ער גייט עס טוהן" (שיסן אויף אים אדער אליינס אפשטייגן?)

א'ברייען האט פארהאקט די טיהר און געזאגט פאר ווערנעק אז ער מיינט אז טאבי באהאלט א ביקס און אים געפרעגט וואס ער האלט

ווערנעק האט רעאגירט זאגנדיג אז עס מוז זיין אז ער האט עפעס פארזעהן ביים אונטערזוכן דעם ארעסטאנט

זיי האבן ארויסגענומען זייער געווער פון די טראנק און גענומען שוץ אונטער א דערנעבנדיגע טראנספארט ווען און דערווייל אלארמירט די טורמע שטאב אז זיי גלויבן אז אן ארעסטאנט איז באוואפנט

זיי האבן אויך אריינגערופן מער פאליציי קראפט זאגנדיג אין די ראדיו אז "עס קוקט אויס" אז טאבי האט "עפעס" אין זיינע הענט און א'ברייען האט שפעטער געזאגט פארן דיספעטשער אז טאבי האט געהאט אונטערן העמד עפעס געריכטעט צו זיין מארדע און פארלאנגט אז אפיצירן זאלן ערשיינען פארפאנצערט פאר זייער זיכערהייט

נאך א וויילע האבן אפיצירן און אזוי אויך טורמע שטאב אנגעהויבן ארויסוואקסן און צווישן זיי איז געווען ליוטענאנט נעיט אלען וועלכע איז געווען דער אקטיווער סופערווייזאר יענע נאכט און ער האט קאנפערירט מיט אפיצירן און אפגעשמועסט אז ער וועט צופארן צום אויטא אין א געפאנצערטע טרעקל און א גרופע פון אפיצירן אין שוץ קליידונג וועלן צוגיין עפענען די טיהר און פארלאנגען פון טאבי ארויסצוקומען און אויב וועט זיך יענער אנטזאגן וועט מען אהינשיקן א K-9 יוניט אים ארויסצושלעפן

אביסל שפעטער איז דער קאמאנדיר פון די שעריף סוואט טיעם ערשינען און ליוטענאנט טאמעס זיגלע האט דערקלערט זיין יוריסדיקציע אויף די סיטואציע און געזאגט מען וואלט נישט געדארפט אקטיוויזירן די סוואט גרופע זינט עס זענען אנוועזנד גענוג אפיצירן אויפן סצענע און פארארדנט אז צו ערשט זאל מען אויפברעכן די הונטערשטע שויבן פון די פאליציי קאר און עטאבלירן בעסערע קאמיוניקאציע מיט טאבי

די פלאן האט געלויטעט אז צו ערשט וועט מען פרובירן אים צו באיינפלוסן מיט ווערטער און אויב יענער בלייבט הארטנעקיג וועט מען אים באשפריצן מיט פעפער ספרעי וואס וועט האפנטליך אים ארויסצוואונגען פון די קאר און איינמאל ער וועט זיין אינדרויסן וועט ער זיך ענדערש אונטערגעבן

די אפיצירן האבן צוגעשטימט צו די סטראטעגיע און זיך אנגעהויבן גרייטן עס אויסצופירן ווען איין גרופע האט פארמירט אן ארעסט רינג און די צווייטע א פיזישע בלאקאדא צו פארזיכערן אז דער ארעסטאנט אנטלויפט נישט און א דריטע גרופע האט זיך פלאצירט אין די געפאנצערטע טרעקל

צוביסלעך האט די געפאנצערטע טרעקל זיך אנגעהויבן רוקן נענטער צו די קאר (פון דארט האבן זיי געוואלט אויסשיסן די הונטערשטע פענסטער)
און זייענדיג נענטער צו די זייט פון די פאדערשטע זיץ האט טאבי מיט זיין האנט אונטערן העמד באוויזן עפעס טועם צו זיין און דאן ארויסגעשריגן אז ער גייט עס טוהן (שיסן אדער ארויסקומען?) און קורצליך דערויף געשריגן די זעלבע אין ריכטונג פון די הונטערשטע פענסטער

אום 9:06 האט אפיציר אלען זיך אויפגעשטעלט אויפן דאך פון די געפאנצערטע טרעקל און געשאסן אין ריכטונג פון די הונטערשטע פענסטער פון די קאר און די טייל פון די גלאז איז געווארן אויסגעשאסן

טאבי האט געשריגן זייער געמיין און אלען האט אים געבעטן אויפצוהייבן זיינע הענט ער זאל זיי קענען זעהן

טאבי האט מאנעוורירט אריינצורוקן זיין קערפער אין א ווינקל פונעם זיץ און אנגעהויבן וויינען און שרייען אקעי, וואס טוט איר חברה צו מיר?
דאן האט ער געשריגן אז ער דארף הילף און איז זייער דערשראקן

צו באקומען א בעסערע בליק אויף וואס גייט פאר אינווייניג האט אפיציר אלען אויסגעשלאסן נאכאמאל און דאן א א צווייטע אפיציר זיך באנוצט מיט געצייג אפצורייניגן דאס ביסל גלאז וואס די ברד האט איבערגעלאזט

אצינד האט אלען געהאט א קלארע בילד אויפן הונטערשטן קאר זיץ און געזעהן אז טאבי זיצט אויסגעדרייט מיט זיין געזיכט אין זיין ריכטונג און די האנט נאכאלץ אונטערן העמד און האלט אן עפעס א געגנשטאנד וואס רירט אן זיין מארדע

אלען האט זיך דאן געבעטן מערערע מאהל צו טאבי אז ער זאל אויפהייבן זיינע הענט און זיך באנוצט מיט א הויכהילכער פארשפרעכנדיג אז זיי גייען אים נישט שעדיגן אבער יענער האט געהאלטן די הענט ביי זיך און כאטש איינע פון זיי אונטערן העמד

ביי איין פונקט האט אלען אויפגעפאסט אז זיין לינקע האנט איז אינדרויסן פונעם העמד און איז ליידיג און האט דאן געזאגט פאר טאבי אז ער זעהט אז איינס איז ליידיג און ער זאל אים איצט בלויז צייגן די רעכטע האנד וועלכע איז הונטער זיין העמד אבער יענער האט זיך אויסגעפיפן

דאן האט אן אפיציר געברענגט פעפער ספרעי פאר אלען וועלכע האט אן קיין פריערדיגע ווארעננוג זיך גענומען שפריצן אין ריכטונג פון טאבי

טאבי האט זיך גענומען ווארפן ווי א טאב"ע אינווייניג אין די קאר און זיך ארויסגעגליטשט דורך די אויפגעבראכענע שויב און זיך אויפגעשטעלט אויפן טראנק און געשטאנען קוקנדיג אין ריכטונג פון די אפיצירן אבער ווייטער מיט די האנט אונטערן זיין העמד

אפיציר טאמעס האט דאן געשאסן טאבי אין בויך (מיט א נישט צו טויטליכע סארט וואפן) און יענער איז אנידערגעפאלן אויף דער ערד אבער זיך פלינק אויפגעשטעלט און אנגעהויבן גיין אין ריכטונג פון די אפענע טיהר וואו די בלאקאדא גרופע אפיצירן (אריינגערעכנט אפיציר א'ברייען) זענען געשטאנען אויסגעלייגט

אן אפיציר האט איינגעשפאנט א K-9 הונטל צו קאנפראטירן טאבי און אי אפהאלטן פון אנטלויפן אין די צייט וואס די אפיצירן זענען זיך צולאפן באראקאדירן אויס זארג אז טאבי קען זיך באנוצן מיט וואפן

סארדזשענט דעני האט באוויזן אויסצושיסן נאכמאל אין ריכטונג פון טאבי וועלכע איז וווידער געפאלן צו די ערד און דאסמאל איז זיין רעכטע האנט געפאלן העכער זיין קאפ מיט גארנישט אין איר

די הונטל האט דערווייל אנגעהויבן צוריקשלעפן טאבי אריינציהר אינעם קאמפלעקס און דאן האט א'ברייען געהערט א "זעץ" און זיך גענומען שיסן אויף טאבי אכט מאהל פון וועלכע 5 זענען געלונגען אין ציהל

אפיצירן זענען שנעל צוגעלאפן און געפונען אן אומבאוואפנטע טאבי און אלארמירט פאר מעדיצינישע הילף וועלכע האבן אויפן פלאץ באשטעטיגט זיין טויט און שפעטער האט עס די מעדיקאל עקזעמינאר צוגעשריבן צו די קוילן וואונדן פון א'ברייען'ס רעוואלווער

קלאגעס זענען געווארן אריינגעטראגן אקעגן אפיצירן א'ברייען און זיינע קאלעגן און די דיסטריקט קאורט האט זיי ארויסגעווארפן די קעיס איז געווארן אפעלירט צום זיבעטן קרייז געריכט וואו א דריי ריכטער פאנעל האט אצינד געאורטיילט ארויסצואווארפן די קעיס

די פאנעל איז באשטאנען פון הויפט ריכטערין דיאנא סייקעס (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער), ריכטער יואל פלאום (נאמינירט צו ערשט דורך פרעזידענט קארטער צום דיסטריקט געריכט און דאן דורך פרעזידענט רעיגען צום סירקוט קאורט) און ריכטער מייקל קענע (נאמינירט דורך פרעזידענט פרעזידענט רעיגען)

די ריכטער זענען געקומען צום אויספיר אז באזירט אויף וואס די אויפירונג פון טאבי האבן די אפיצירן געהאט אלע רעכטן צו פארדעכטיגן אז יענער באהאלט געווער צוליב וואס ער האט ארומגעדרייט זיינע הענט פון הונטן אויף פארנט און באהאלטן זיין האנט אונטערן העמד און עס נישט געוואלט צייגן

די ריכטער האבן אפגעווארפן די ארגומענט אז טאבי איז געווארן אונטערזוכט איידער זיין ארעסט און געשריבן אז צוליב די אויבנדערמאנטע אורזאכן האבן די אפיצירן געמעגט קלערן אז די אונטערזוכונג איז געווען פעלערהאפטיג און עס איז אים געלונגען זיי אויסצושפילן
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום זונטאג יולי 17, 2022 4:48 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שמחת התורה
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 2:15 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת התורה »

הכל הבל האט געשריבן:אום אקטאבער 19 2018 למספרם האבן פאליציי אין גרין בעי וויסקאנסין אפגעשטעטל א מאטאריסט נאך וואס יענער איז אריבערגעפארן מיט אן אומרעגיסטרירטע לייסענס פלאטע א רויטע ליכט

יישר כח, די חוש צו קענען אראפליייגן א מעשה מיט אזא משונה'דיגע קלארקייט איז א מתנה פון הימל אוואו נאר "הכל הבל" קען!
אין שמחה כשמחת התורה! טעמו וראו כי טוב.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

שמחת התורה האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אום אקטאבער 19 2018 למספרם האבן פאליציי אין גרין בעי וויסקאנסין אפגעשטעטל א מאטאריסט נאך וואס יענער איז אריבערגעפארן מיט אן אומרעגיסטרירטע לייסענס פלאטע א רויטע ליכט

יישר כח, די חוש צו קענען אראפליייגן א מעשה מיט אזא משונה'דיגע קלארקייט איז א מתנה פון הימל אוואו נאר "הכל הבל" קען!

א הארציגן דאנק פאר די פידבעק!

יעדע טראפל געזאלין איז מער ווערד די טעג..
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

הכל הבל האט געשריבן:

קלאר און געשמאק ווי אלעמאל, קיעפ גאואינג!

אויף טאב"י אויערן.... ;l;p-
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”