נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

איינפאכער איד האט געשריבן:דא קען מען הערן די מונדליכע ארגומענטן איבער'ן קעיס אין העכסט געריכט
https://www.supremecourt.gov/oral_argum ... 19/18-1323

מה זה 'מונדליכע' ?
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

אור האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:דא קען מען הערן די מונדליכע ארגומענטן איבער'ן קעיס אין העכסט געריכט
https://www.supremecourt.gov/oral_argum ... 19/18-1323

מה זה 'מונדליכע' ?

ORAL ARGUMENTS
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

הכל הבל האט געשריבן:ראבערטס ערקלערט אז אפגעזעהן זיין פערזענליכע שטעלונג אויף די אישו איז ער געבונדן זיך צו רעכענען מיט די פריערדיגע געריכט פרעצעדענט

א דאַנק פאר אייערע הערליכע באשרייבונגען.

עפעס האב איך פארשטאנען אז ראבערטס האט בלויז גע'פסק'עט אז די סטעיט געזעץ איז פארבאטן דורך עפעס א פעדעראלן געזעץ, און אויב די סטעיטס וואלטן געקלאגט אז יענע געזעץ איז נישט קאנסטיטוציאנאל, וואלט ער זײ אפשר געגעבן גערעכט?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40473
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין א קעיס איבער טרעידמארק באגרעניצונגען

די אורטייל איז געווען 8-1 לטובת די פירמע ווען ברייער ברעכט זיך אפ פון די איבריגע ריכטער

די טרעידמארק אפיס האט געהאט אפגעווארפן א טרעידמארק אפליקאציע פון די וועבזייטל בוקינגס.קאם צוליב וואס די נאמען איז צו אלגעמיין און ווען א געווענליכע מענטש הערט איבער אזא נאמען פארשטייט ער אז מען רעדט איבער אלע סארט אלגעמיינע בוקינגס
די אפיס האט גע'טענה'ט אז ווען עימיצער זוכט אנליין אונטער די ווארט בוקינג פארשטייט ער אז ער וועט טרעפן אלעס איבער אלע סארט בוקינגס און נישט אז ער וועט אנטרעפן אין א ספעציפישע זייטל אונטער אזא סארט נאמען
די פערטע סירקוט קאורט האט אבער באשטעטיגט די אורטייל פון א דיסטריקט געריכט וועלכע האט גע'טענה'ט אז מענטשן קענען יא פארשטיין און פונאנדערשיידן אז ווען מען זעהט אז די נאמען איז "בוקינגס.קאם" איז עס אנדערש וויא געווענליכע סוירטש ווען מען לייגט בלויז אריין די ווארט בוקינגס צו זוכן פאר אלע סארט בוקינגס און כאפן אז א זייטל וועלכע שטעלט צו אינפארמאציע און סערוויסעס איבער אפארטמענט און האטעל בוקינג באנוצט זיך מיט אזא סארט טרעפליכע נאמען
די קעיס איז געווען די ערשטע מאל צו ווערן אויסגעהערטדורך א טעלעקאנפרענץ און גלייכצייטיג צום ערשטן מאל געגעבן א געלעגנהייט פאר מידיא קאנאלן צו דעקן די סעסיע לעבעדיג
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג יוני 30, 2020 10:07 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

יישר כח הבל
די שרייבסטו נישט וואס די סופרים קאורט האט גפסקענט ?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40473
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אידישע מוח האט געשריבן:יישר כח הבל
די שרייבסטו נישט וואס די סופרים קאורט האט גפסקענט ?

שוין פארראכטן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40473
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט נארוואס געאורטיילט איבער א לענדמארק רעליגיעזע רעכטן קעיס

די אורטייל איז 4-5 און געשריבן דורך ריכטער ראבערטס לטובת רעליגיע און די עלטערן אקעגן די סטעיט מאנטאנא צוריקשטעלנדיג א סטעיט סקאלערשיפ פראגראם און פארארדנט אז סעקולארע און רעליגיעזע שולע סטודענטן זאלן קענען געניסן דערפון צוגלייך


פאלגענד איז אונזער באריכט ביי די מונדליכע ארגומענטן



די מאנטאנא סטעיט לעגיסלאטור האט אין 2015 למספרם אוועקגעשטעלט א פראגראם אונטער וועלכע די סטעיט וועלכע שטעלט צו שטייער קרעדיטס פאר אינדיווידועלן און ביזנעסער וועלכע ביישטייערן צו פריוואטע נאן פראפיט סקאלערשיפ ארגאנאזאציעס
די געזעץ האט ערלויבט אז פאר יעדע דאלער וואס מען גיבט פאר אזא ארגאנאזאציע באקומט מען שטייער קרעדיט פון א דאלער ביז צו א מאקסימום פון 150 דאלער

די ארגאנאזאציעס האבן דאן געקענט נוצן די ביישטייערונגען צו דעקן די קאסטן פון סטודענטן וועלכע זוכן צו לערנען אין פריוואטע שולעס (גערופן סקאלערשיפ) און אין אזא סטעיט ווי מאנטאנא האט דאס געמיינט אין רעליגיעזע שולעס ווייל א מערהייט פריוואטע שולעס אין די סטעיט זענען רעליגיעזע שולעס

קורצליך דערויף האט די סטעיט שטייער דעפארטמענט ארויסגעגעבן אן אדמיניסטראטיווע ארדער צו פארבאטן געניסער פון די סקאלערשיפ פראגראמען צו נוצן די סקאלערשיפט אין רעליגיעזע שולעס ציטירנדיג א פראוויזיע פון די סטעיט קאנסטיטוציע וועלכע פארבאט דירעקטע אדער אומדירעקטע פובליק פאנדינג פאר רעליגיעז אפיליאירטע ערציאונגס פראגראמען

קענדרע עספינאזע און נאך עטליכע נידריגע פארדינער עלטערן וועלכע האבן געהאט איינגעגעבן אפליקאציעס פאר סקאלערשיפס צו האלטן זייערע קינדער אין א קריסטליכע שולע אין קאליספעל מאנטאנא האבן אנגעקלאגט די סטעיט און די געריכט און האבן געוואונען די קעיס וועלכע איז אבער נאכדעם געווארן אפעלירט און די אפעלאט געריכט און דערנאך די סטעיט סופרים קאורט האבן ביידע געגעבן גערעכט פאר די שטייער דעפארטמענט אז די פראגראם איז בלויז קאנסטיטוציאנאל אויב עס אנטהאלט די דעפארטמענטס פארארדענונג אין באצוג צו רעליגיעזע שולעס און די סטעיט סופרים קאורט איז גאר געגאנגען ווייטער און געהייסן פארשליסן די גאנצע פראגראם (אפילו פאר סקאלערשיפ צו סעקולארע שולעס) זינט די פראגראם איז געשאפן געווארן אומגעזעצליך גיבנדיג רעכט אויך פאר רעליגיעזע סקאלערשיפ

אצינד האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די פראגע און וועט דארפן באשליסן אויב א געזעץ וועלכע ערלויבט פאנדינג פאר ערציאונג אין אלגעמיין בעת וואס זי פארבאט פאנדינג פאר רעליגיעזע שולעס טוט פארלעצן די פעדעראלע קאנסטיטוציע פון אייניגע רעכטן פאר רעליגיעזע און נישט רעליגיעזע

אגודת ישראל אין אמעריקא האט געהאט געשטופט די סופרים קאורט צו אקצעפטירן די קעיס און איצט אז די געריכט גייט עס באהאנדלען האט די אגודה געשיקט א פריינט פון געריכט בריוו אין וועלכע זי מוטיגט די ריכטער צו אורטיילן אין שטיצע פון די רעליגיעזע שולעס ערווענענדיג א צווייטע קעיס אין וועלכע די סופרים קאורט האט מיט א צייט צוריק ערלויבט א מיזורי סטעיט פראגראם צו דעקן אויספלאסטערונג קאסטן אין א פריוואטע שולע שפיל הויף און אויך אין יענע קעיס האט אגודת ישראל געשריבן צום געריכט אין שטיצע פון די שולע און איצט נוצן זיי יענע אורטייל אלץ ביישפיל צו איבערצייגן די ריכטער נאכאמאל צו נעמען יענע ליניע

די פעדעראלע רעגירונג האט גראדע מיט יארן צוריק געוואלט איינפירן די זעלבע פארבאט ווי מאנטאנא האט איצט, אבער איז דאן דורכגעפאלן און זינט דאן האבן אסאך סטעיט אריינגערעכנט מאנטאנא עס אריינגעלייגט אין זייערע סטעיט קאנסטיטוציעס און די פראגע אצינד איז אויב עס איז נישט אין פארלעצונג פון די פעדעראלע קאנסטיטוציע

די טאג אין געריכט האט זיך אנגעהויבן מיט די ארגומענטן פון אדוואקאט ריטשארד קאמער וועלכע האט פאטרעטן די פאמיליעס אין געריכט און ער האט פארגעשטעלט פאר די ריכטער אז די פראגעכ איבער וועלכע זיי גייען אורטיילן איז אויב די פעדעראלע קאנסטיטוציע ערלויבט א פולקאמע אויסשליסונג פון רעליגיעזע שולעס פון געניסן פון סטעיט סקאלערשיפט פראגראמען און אז לויט אים איז די ענטפער געוויס אז נישט

קאמער איז באפאלן געווארן פון א האגל מיט פראגן פון די פיר פרויען ריכטער ווען ריכטערין גינזבורג איז צום ערשט ארויסגעשפרונגן פרעגנדיג אז זינט די 2015 למספרם פראגראם איז שוין סייווי אפגעלאפן און מער נישט אקטיוו צוליב וואס די סטעיט סופרים קאורט האט גע'פסל'ט די גאנצע געזעץ פארמאגן די פאמיליעס נישט קיין סטענדינג צו קלאגן ווייל איצט קען דאך קיינער נישט געניסן פונעם פראגראם אפילו די וועלכע שיקן צו פריוואטע סעקולארע שולעס און דעריבער ווערט קיינער נישט דיסקרימינירט
באזונדער האט גינזבורג ארויסגעברענגט אז די פאמיליעס צאלן ניטאמאל קיינע שטייערן דעריבער האבן זיי נישט קיין רעכט צו קלאגן די סטעיט פארן נישט גיבן פאר טייל מענטשן "שטייער קרעדיטס"

סאטאמאיאר האט אויך געריטן אויף די טענה זאגנדיג אז די פאמיליעס זענען ווי דריטע קוזינען צום אנגעבליך ב'עוולה'טן ווייל זיי זענען נישט די וואס צאלן די שטייער און פארלאנגען זייער קרעדיט, זיי זענען נישט די שולעס וועלכע באקומען די געלט פון די סטעיט און זיי זענען ניטאמאל פארזיכערט אז ווען די סטעיט זאל יא גיבן די שטייער קרעדיטס פאר די שטייערצאהלער וועלכע ביישטייערן צו די שולעס וועלן עס זיין זייערע קינדער וועלכע וועלן אויסגעקליבן ווערן פון אלע אנדערע קינדער אין די סטעיט צו געניסן פון די פראגראם און דעריבער פארמאגן די פאמיליעס ניטאמאל קיין סטענדינג אין די קעיס

ראבערטס האט אויך שפעטער זיך געמוטשעט מיט די סטענדינג אישו ווען דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל דזשעפרי וואל האט געמאכט די קעיס אין שטיצע פון די פאמיליעס האט ראבערטס געפרעגט אז די באטראפענע אין די קעיס זענען דאך די שולעס און נישט די עלטערן און עס ציילן זיך נישט קיין שולעס צווישן די קלעגער אין די קעיס

ריכטערין קעיגען האט געציבלט קאמער מיט די ערשטע טענה אז מאמענטאל זענען אלע אינעם זעלבן שיף און קיינער געניסט נישט פונעם פראגראם און קיינער ווערט נישט בעפארצוגט איבערן אנדערן

אבער קאמער האט צוריקגעשאסן זאגנדיג אז די דיסקרימינאציע איז יא דא מיט דעם וואס די סטעיט סופרים קאורט האט עלימינירט די פראגראם אויפן פאלשן באזיס אז די סטעיט קאנסטיטוציע קען פארבאטן סקאלערשיפ פאר רעליגיעזע בעת וואס אנדערע קענען געניסן דערפון

קעיגען האט אויסגעקוקט אומאיבערצייגט פון די טענה זאגנדיג אז מיר אדרעסירן געווענליך נישט יעדע ליניע פון לאקאלע געריכט אורטיילן אויב די פילאזאפיע דערפון קען זיין דיסקרימינינד נאר ענדערש איבער די פאקטישע קאנסקווענצן וועלכע קומען ארויס פון די אורטיילן און די פאקטישע אורטייל האט אוועקגענומען די פראגראם פון א יעדן צוגלייך (טראץ וואס די אונטערלאגע פונעם אורטייל איז געווען באזירט אויף אן הנחה וועלכע דיסקרימינירט אקעגן רעליגיעזע)

אליטא האט זיך געוואלט אננעמען פאר קאמער האט ער אים געפרעגט אויב עס וואלט געווען אומקאנסטיטוציאנאל פאר א סטעיט רעגירונג אגענטור צו טוהן עפעס וואס איז בעצם אויסגעהאלטן אויסגעהאלטן (עלימינירן די פראגראם פאר יעדן) אבער די סיבה פארן עס טוהן איז אומקאנסטיטוציאנאל (דהיינו, ארויסווארפן די געזעץ ווייל עס נעמט אריין רעליגיעזע)

קאמער האט זיך צוגעכאפט און קלארגעשטעלט אז אזא זאך איז אקעגן די קאנסטיטוציע

דערנאך איז מען געגאנגען צו די קומענדיגע פראגע ווען קאמער האט געוואלט נוצן די סופרים קאורט אורטייל פון 2017 למספרם וועלכע האט געזאגט אז די פראגראם אין מיזורי וועלכע האט געקענט דעקן די קאסטן אויסצופלאסטערן א רעליגיעזע שפיל הויף דעקט אויך די פראגע פון סקאלערשיפ פראגראמען

ראבערטס האט אבער אנגעצייגט אז יענע אורטייל האט קלארגעשטעלט אז זי איז זייער באגרעניצט צו די פאקטן אין יענע קעיס און טוט נישט אדרעסירן רעליגיעזע באנוץ פון פאנדינג אדער אנדערע דיסקרימינאציע פראגן (יענע קלארשטעלונג איז געווען אין א פוטנאט געשריבן דורך ריכטער ראבערטס אבער ריכטער טאמאס און גארסוטש האבן זיך נישט אנגעשלאסן צו שטיצן יענע טייל)

קאמער האט אבער געזאגט אז די איצטיגע קעיס איז נישט אנדערש און ממש די זעלבע ווי די מיזורי קעיס און ריכטער קעווענאו און אליטא האבן אויסגעקוקט אז זיי גייען איין דערויף צימבלנדיג עדעם יוניקאוסקי וועלכע האט רעפרעזענטירט מאנטאנא ווי אזוי די פראגראם וועלכע שליסט אויס רעליגיעזע שולעס איז אין איינקלאנג מיט די אורטייל אין די מיזורי קעיס

קעיגען אבער האט שיין ערקלערט די דיפרענץ פון די צוויי קעיסעס זאגנדיג אז אין מיזורי האט מען געוואלט געניסן פון דעקונג אר רעליגיעזע שולעס אבער פאר נייטראלע צוועקן און פאר סעקולארע בענעפיט ווי אויסגעפלאסטערטע פאדלאגעס בעת וואס אין מאנטאנא זוכט מען אז די רעגירונג זאל סובסודיזירן רעליגיעזע ערציאונג און אקטיוויטעטן מיטן שטיצו די לערעס אין יענע שולעס

ריכטער ראבערטס און ברייער האבן אויסגעקוקט אביסל באזארגט איבער די אימפאקט פון א אן אורטייל לטובת די עלטערן און די ווייטגרייכנדע אפעקטן דערפון און צו עס קען אפעקטירן רעגירונג פאנדינג פאר פובליק שולעס (זינט רעליגיעז פריינטליכע רעגירונגען וועלן ווידמען מער געלט פאר פראגראמען וועלכע בענעפיטירן רעליגיעזע שולעס און שניידן אויפן חשבון פון פובליק שולעס)

אבער קאמער און וואל האבן געזוכט צו בארואיגן זייערע זארגן זאגנדיג אז זיי געפונען זיך אין געריכט בלויז צוליב די שאפונג פון א פראגראם וועלכע איז סייווי געגאנגען פאר פריוואטע שולעס אין אלגעמיין אין דארט האט זיי געשטערט אז רעליגיעזע שולעס ווערן אויסגעשלאסן פון פריוואטע סעקולארע שולעס אבער נישט צו פארלאנגען צו זיין אייניג בארעכטיגט פאר פאנדינג צו די פובליק שולעס און מיר זאגן נישט דא אז עס איז דיסקרימינאציע צו פאנדן בלויז פובליק שולעס

ווען קאמער האט געפארטיגט זיין ארגומענט האט אויסגעקוקט ווי ער איז פארזיכערט מיט די שטימען פון ריכטער אליטא און קעווענאו

ריכטערין גינזבורג, קעיגען און סאטאמאיאר האבן אויסגעקוקט גאנץ קלאר צו גיין מיט די סטעיט

ריכטער גארסוטש האט זייער ווינציג אריינגעפרעגט שווער מאכנדיג צו שאצן זיין פאזיציע און ריכטער טאמאס האט גארנישט געפרעגט ווי געווענליך אבער באזירט אויף זייערע שטימען אין די מיזורי קעיס איז גאנץ ווארשיינליך אז דאסמאל וועלן זיי אויך אורטיילן אין שטיצע פון רעליגיע

אין סך הכל קומט אויס אז די דעצידירער אין די קעיס וועלן גאנץ מעגליך זיין ריכטער ראבערטס און ברייער וועמענס פראגן האבן זיך באצויגן הויפטזעכטליך איבער די פובליק שולע פאנדינג פראגע וואס פון איין זייט צייגט עס אז זיי זענען נערוועז אז עס וועט אפעקטירן פובליק שולעס אבער פון די אנדערע זייט קען עס צייגן אז זיי פארשטייען אז אמווייניגסטנס די מעריטס אויף די קעיס פאר זיך אן זיך זארגן אויף שפעטערע נייע פראגן איז יא שטארקער פאר די קלעגער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40473
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

לויט געוויסע באריכטן טוט טראמפ האפן אויף די מעגליכקייט פון א סופרים קאורט זיץ וועלכע זאל ליידיג ווערן און עס נוצן אויפצולעבן זיין ווידערערוויילונג קאמפיין
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

@הבל עפעס מער דעטאלען ?
אטעטשמענטס
Screenshot_2020-06-30 לעצטע אפדעיטס.png
Screenshot_2020-06-30 לעצטע אפדעיטס.png (25.63 KiB) געזען 1130 מאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40473
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

שמערלער האט געשריבן:@הבל עפעס מער דעטאלען ?

באריכטעט גראד ווען די אורטייל איז ארויסגעקומען

סקראל'זשע אראפ אביסעלע און לעז
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

הכל הבל האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:@הבל עפעס מער דעטאלען ?

באריכטעט גראד ווען די אורטייל איז ארויסגעקומען

סקראל'זשע אראפ אביסעלע און לעז

יא אדאנק אייך יעצט געלעזט זייער אינטערעסאנט
ווי אזוי וועלן אינזערע מוסדות קענען געניסען דערפין ?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

לכאורה א שטארקע שטארקע זיג פארן יהדות החרדית
אז מ'לעבט דערלעבט מען
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

קען עס עפעס אויסמאכן אויף די מינוט?

אין אנדערע ווערטער, טוט נוי יארק יעצט צושטעלן טואישן גרענטס פאר פריוואטע שולעס און נישט פאר רעליגיעזע שולעס?
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

כמוז אויסדרוקן התפעלות אויף די שיינע לענגערע באריכטן פון חבר @הבל, על אף איך קום נישט אן שטעניג אלעס צי ליינען, איז ווען יא, איז עס א פשוטע הנאה, אזוי קלאר, געשמאק און אינפארמאטיוו, כה לחי!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

lebediger berel האט געשריבן:לכאורה א שטארקע שטארקע זיג פארן יהדות החרדית


גאר א שטארקע זיג בס"ד, ספעציעל אין ניו יארק, ווייל עס מאכט די "בלעין אמענדמענט" פון די ניו יארק סטעיט קאנסטיטוציע - אומקאנסטיטוציאנאל.

די "בלעין" אמענדמענט איז די הויפט שטיין אין וועג פאר סקול וואוטשערס אין ניו יארק סטעיט, ווייל עס מאכט זייער שווער צו העלפן רעליגיעזע שולעס.

יעצט האט דער סופרים קאורט ענדליך געזאגט, אז אויב די רעגירונג גיט "נייטראלע" הילף פאר שולעס, ווי סקאלערשיפ שטייער קרעדיטס פאר עלטערן, מוז עס ווערן צוגעשטעלט פאר רעליגיעזע שולעס אויך. אויב נישט, איז עס 1) דיסקרימינאציע קעגן רעליגיע, און 2) די לעגאלע באזיס דאס צו פארבאטן איז אומלעגאל!

“A State need not subsidize private education. But once a State decides to do so, it cannot disqualify some private schools solely because they are religious," Roberts wrote in the court's opinion.

נאך וויכטיגער

Roberts noted that the Montana scholarship program in no way violated the U.S. Constitution, noting that the Supreme Court has "repeatedly held that the Establishment Clause is not offended when religious observers and organizations benefit from neutral government programs." The chief justice pointed out that neither side in the case disputed this.

אין אנדערע ווערטער, עס גייט א צענטראלע וויכוח, אויב געבן פאר רעליגיעזע שולעס "אויך" פונקט ווי אנדערע, הייסט געשטיצט רעליגיע, אדער אויב "נישט אויך געבן" הייסט דיסקרימינירט קעגן רעליגיע. ליבעראלע זאגן אז "אויך" מיינט שטיצן אומלעגאל, און קאנסערוואטיווע זאגן אז "אויך נישט" מיינט דיסקרימינאציע אומלעגאל.

יעצט האט דער סופרים קאורט געזאגט, די וויכטיגע צענטראלע יסוד, אז די צווייטע וועג איז ריכטיג - געבן "אויך" הייסט "נישט" אומלעגאלע שטיצע, אבער "נישט געבן אויך" הייסט יא אומלעגאלע דיסקרימינאציע. די "בלעין אמענדמענט" איז לענ"ד יעצט שטארק אפגעפרעגט, ווייל דאס איז געבויט אויף די ליבעראלע וועג.

ממילא, אלע געזעצן פון ביז יעצט וואס זענען געבויט אויף דעם, און זיכער פון יעצט און ווייטער, געזעצן וואס זענען געבויט אז געבן פאר רעליגיע "אויך" איז פארבאטן, ווערט דערקלערט קעגן די קאנסטיטוציע.

ווי ראבערטס שרייבט,

"When the Court was called upon to apply a state law no-aid provision to exclude religious schools from the program, it was obligated by the Federal Constitution to reject the invitation," Roberts wrote.

ווען א געזעץ זאגט עפעס, און "שליסט אויס" רעליגיע, נישט קיין חילוק מיט סיי וועלכע תירוץ, איז עס גלאט קעגן די קאנסטיטוציע. ממילא, אויב אלע עלטערן קענען באקומען שטייער הנחות פאר קינדער ערציאונג, און די סטעיט וויל זאגן "חוץ רעליגיעזע שולעס," איז עס קעגן געזעץ!!!

הייסט אז נישט נאר וואס רעליגיעזע שולעס זענען געהעריג בארעכטיגט פאר פארעווע זאכן ווי לאנטש און ביכער, זענען זיי בארעכטיגט פאר עכטע ערציאונג הילף "אומדירעקט" דורך טעקס סקאלערשיפס.

לענ"ד וועט דער אורטייל נאך באשיינען דאס יהדות החרדית אויף אסאך פראנטן בס"ד.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

דאס הייסט אז מען קען זיך רישן אויף וואוטשער'ס אין אפסטעיט?
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

אהער און אהין האט געשריבן:דאס הייסט אז מען קען זיך רישן אויף וואוטשער'ס אין אפסטעיט?

סאיז בכלל דא אזא פראגראם פאר אנדערע פריוועט סקולס?
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3683
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

אן אינטערעסאנטע וועג ווי א ליבעראלער קאמענטעיטאר לייגט אראפ די פסק.


Screenshot_20200630-130152.png


:roll: :roll: :roll:
וועלקאם טו דע קלאב.
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

lebediger berel האט געשריבן:לכאורה א שטארקע שטארקע זיג פארן יהדות החרדית


גאר א שטארקע זיג בס"ד, ספעציעל אין ניו יארק, ווייל עס מאכט די "בלעין אמענדמענט" פון די ניו יארק סטעיט קאנסטיטוציע - אומקאנסטיטוציאנאל.


לענ"ד וועט דער אורטייל נאך באשיינען דאס יהדות החרדית אויף אסאך פראנטן בס"ד.

בעז"ה.

דאס איז די סיבה פארוואס איך האב געוועלט פאר טראמפ אין 2016. א רעכטע ס"ק איז בדרך הטבע בעסער פאר אידישע קינדער סיי בנוגע רעליגיע און סיי בנוגע מאראלישקייט. טראץ וואס קיין עולם התיקון איז ביי איין גוי נישטא
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

יואל שרייבער האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע וועג ווי א ליבעראלער קאמענטעיטאר לייגט אראפ די פסק.


Screenshot_20200630-130152.png


:roll: :roll: :roll:
וועלקאם טו דע קלאב.

יא יא איך האב געזאגט דאס זעלבע אויף די פאריגע וואכיגע אורטייל.... דאס איז נישט קיין "אינטערעסאנטע וועג" סאיז די וועג וויאזוי דער לוזער גיט אויס זיין כעס...
טיפע קוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפע קוויטש »

איז דא אין נ.י פראגרעמס אדער קרעדיטס װאס אנדערע פרײװאטע שולעס באקומען אין נישט רעליגיעזע? אױב נישט װי קענען אונז בענעפעטירן פון די פסק?
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

הכל הבל האט געשריבן:די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין א קעיס איבער טרעידמארק באגרעניצונגען

די אורטייל איז געווען 8-1 לטובת די פירמע ווען ברייער ברעכט זיך אפ פון די איבריגע ריכטער.


איך פארשטיי נישט, פון יעצט און ווייטער ווען איינער גייט שרייבן די ווארט "בוקינג" וועט ער מוזן האבן רעכט פון די פירמע?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40473
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נא_שכל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין א קעיס איבער טרעידמארק באגרעניצונגען

די אורטייל איז געווען 8-1 לטובת די פירמע ווען ברייער ברעכט זיך אפ פון די איבריגע ריכטער.


איך פארשטיי נישט, פון יעצט און ווייטער ווען איינער גייט שרייבן די ווארט "בוקינג" וועט ער מוזן האבן רעכט פון די פירמע?


ניין, בלויז "בוקינג.קאם" איז וואס באלאנגט פאר זיי
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

אויב באלאנגט בוקינג.קאם פאר זיי פארוואס דארפן זיי א טרעידמארק? וואס קען מען טוהן מיטן נאמען אז זיי האבן די דאומעין, עס איז דאך נישט קיין העמד אדער הויזן וואס איך קען נאכמאכן.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

יעצט באקומען פון מיינע אגודיסטישע פרענדס
The United States Supreme Court today issued a landmark ruling saying that states may not discriminate against religious schools in state aid programs. This will have a significant positive impact on families choosing to attend religious schools around the country.

“Agudath Israel has played a leading role in advocating for programs that make it easier for parents to choose private and religious schools,” said Rabbi A. D. Motzen, Agudath Israel of America’s National Director of State Relations. “Today’s ruling endorses Agudah’s longtime position that states may not bar families from using state aid at the school of their choice simply because they choose a religious option.”

The case, Espinoza v. Montana Department of Revenue, involved a Montana program that provided a tax credit for donations to scholarship funds for students attending private schools. The Montana Department of Revenue ruled that the scholarship could not be used at religious schools, on the grounds that Montana state law prohibited even indirect government aid to religious institutions. The Supreme Court of Montana upheld that position, in spite of Agudath Israel’s brief in that case arguing that states must include religious institutions in public benefit programs under the United States Constitution.

Those supporting the program asked the United States Supreme Court to hear the case, and Agudath Israel of America joined in that effort by submitting an amicus curiae (friend of the court) brief urging the nation’s highest court to hear the case. Agudath Israel’s brief argued that under the Supreme Court’s own precedents, government grant programs may not exclude religious institutions from benefits solely because they are religious institutions.

The Supreme Court agreed to hear the case, and issued its highly anticipated decision today. The Court ruled that the Montana State Constitution discriminated against religious schools and their students solely because of their religious status, and that this constituted a violation of the Free Exercise Clause of the Federal Constitution. The Court held that the Free Exercise Clause “protects religious observers against unequal treatment” and against “laws that impose special disabilities on the basis of religious status."

Rabbi Chaim Dovid Zwiebel, Executive Vice President of Agudath Israel, hailed the decision. “Agudath Israel has been fighting religious discrimination for decades, and we will continue to do so. We are thrilled that the Supreme Court has made clear that discrimination against religious schools in state aid programs is a constitutional violation. Other states that have 'no aid' provisions in their state constitutions, known as 'Blaine Amendments,' can now enact programs that encourage or provide assistance to religious school students.”

Agudath Israel thanks Mark Kurzmann, counsel of record on the amicus curiae brief that Agudath Israel submitted to the Supreme Court asking the court to hear this case, and Scott Whitman, a student at Georgetown University Law Center, for his assistance with the research and drafting of that brief. Agudath Israel Vice President for Government Affairs Abba Cohen, and Special Counsel Mordechai Biser, were also named on the brief and participated in the preparation of the brief. Agudath Israel also thanks Jennifer Bordy, a Montana attorney who assisted with the filing of Agudath Israel’s brief in the case before the Montana Supreme Court.
לעצט פארראכטן דורך lebediger berel אום דינסטאג יוני 30, 2020 3:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”