נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די פאסיפיק לעגאלע פאנדעישאן האט אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די ביידען סטודענטן חובות פארצייאונג ארדער

זיי האבן אריינגעטראגן די קלאגע אין פעדעראלן דיסטריקט געריכט אין דרום אינדיאנא און די קעיס האט געלאנדעט אויפן טישל פון ריכטער ריטשארד יאנג (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן)

עימיצער וועלכע באשודלדיגט טראמפ אויף פערזענליכע זאכן פאסירט און אן אנגעבליכע אינצידענט מיט יארן צוריק האט געקלאגט טראמפ פארן איר באשמוצן מיטן ארויסשיקן מעסעדזשעס וועלכע האט געזאגט אז ער ווייסט נישט ווער יענע איז און און איר באשולדיגט אין אויפטראכטן איר געשיכטע

טראמפ'ס אדוואקאט אלינא האבא האט גע'טענה'קט אז צוליב טראמפ'ס אפיציעלע פאזיציע אין די רעגירונג (ער האט געמאכט די קאמענטארן אלץ פרעזידענט) איז ער באשוצט אקעגן אזעלכע סארט פארלוימדונג קלאגעס

פעדעראלע דיסטריקט ריכטער לואיס קאפלאן האט געשריבן אז טראמפ איז נישט קיין רעגירונג ארבעטער און אפילו אויב יא האט ער געמאכט די קאמענטארן אינדרויסן פון זיין ארבעט פליכטן און ער איז דעריבער נישט באשוצט

די קעיס איז געווארן אפעלירט צום צווייטן סירקוט קאורט און א פאנעל האט אצינד אפגעווארפן די אורטייל פון קאפלאן 1-2

אין די מאיאריטעט אורטייל אנערקענט אבער ריכטער גיידא קאלאברעסי (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן) אז זיי דארפן מער קלארקייט אויף די פראגע אויב די טראמפ קאמענטארן קענען ווערן באטראכט ווי א טייל פון די פרעזידענטליכע פונקציעס

ריכטער דעני טשין (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) האט געשירבן די מינאריטעט אורטייל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טראמפ נאמינירטע ריכטער ניקאלס ווארפט ארויס די קאנטער אנקלאגע פון סידני פאועל אקעגן דאמיניען
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט ריכטערין דזשעקסאן קריטיקירט רעפובליקאנע פארטיי פירער פארן זיין אזוי באזארגט איבער פארלירן די מאכט אז זיי וועלן נישט אפווארפן די טראמפ ליגנס וועלכע האבן געפיטערט די קעפיטאל איבערפאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אלווין לאיד איז געווען פארנומען מיט זיין לעפטאפ ווען די גערוך פון צוגעברענטע פלייש האט ערוועקט זיינע נאז לעכער

לויפנדיג פארסאפעט צו זעהן אויב עס איז געבליבן עפעס איבערלעבער פון זיין צוגעגרייטע מיטאג האט ער נישט באמערקט און זיך אנגעקלאפט אין די הוד וואס הענגט אראפ העכער די טאפ

מיט א צוקלאפטע קאפ און פארברענטע טאפ איז נישט פארבליבן צופיל אפציעס סיידן אריינצוטראגן א קלאגע אקעגן ווירפול וועלכע האט פאבריצירט די הוד

די קלאגע האט באשולדיגט אז אין זייערע אינסטרוקציעס האבן זיי געשריבן אז מען דארף עס אינסטאלירן ביי א הייך פון כאטש 24 אינטשעס און לויט זיין טענה וואלט מען עס פאקטיש געקענט אינסטאלירן העכער און זיי וואלטן דאס קלארער געדארפט ארויסשרייבן און דאס וואלט פארמיטן די צוזאמשטויס

ריכטער סטיווען סיעגער (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ) האט ארויסגעווארפן די קלאגע זאגנדיג אז עס וועט נישט זיין קיין דזשורי וועלכע וועט בארעכטיגן זיינע באקלאגענישן
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 3:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

:lol: קלאפ דיך אויף "לצנו"

מיט א צוקלאפטע קאפ און פארברענטע טאפ איז נישט פארבליבן צויפל אפציעס סיידן אריינצוטראגן א קלאגע אקעגן ווירפול וועלכע האט פאבריצירט די הוד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטער לואיס סטענטאן (נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען) גיבט גרינע ליכט פאר א פארלוימדונג קעיס אקעגן פאקס נייעס און ליו דאבס -פארן באשמוצן א ווענעזועעלע ביזנעסמאן מיטן אהערשטעלן וואל מאשינען וועלכע זאלן פארזיכערן א דעמאקראטישע זיג- צו גיין צו א פראצעס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט גרייט זיך צו עפענען די נייע טערמין און וועט ערלויבן פאר מענטשן (בעיקר רעזערווירטע פרעסע לייט) צו זיין אנוועזנד מיטצוהאלטן די ארגומענטן צום ערשטן מאהל זינט די ווירוס אויסברוך
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 10:04 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט האט שוין באשטימט די יוריסדיקציעס פאר אלע ריכטער און ריכטערין דזשעקסאן וועט דעקן די ערשטע סירקוט וועלכע איז די זעלבע ראיאן וועלכע ריכטער ברייער פלעגט דעקן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
די סופרים קאורט גרייט זיך צו עפענען די נייע טערמין און וועט ערלויבן פאר מענטשן (בעיקר רעזערווירטע פרעסע לייט) צו זיין אנוועזנד מיטצוהאלטן די ארגומענטן צום ערשטן מאהל זינט די ווירוס אויסברוך
אין די זעלבע צייט וועט ווייטער ווערן צוגעשטעלט לעבעדיגע אודיא פון די ארגומענטן (עפעס וואס איז געווארן איינגעשטעלט צוליב די ווירוס אויסברוך)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פרייטאג וועט די געריכט אפהאלטן זייער אויפנאמע צערעמאניע פאר ריכטערין דזשעקסאן און מאנטאג וועט פארקומען די ערשטע מונדליכע ארגומענטן
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

פראקטיש האט געשריבן:
:lol: קלאפ דיך אויף "לצנו"

מיט א צוקלאפטע קאפ און פארברענטע טאפ איז נישט פארבליבן צויפל אפציעס סיידן אריינצוטראגן א קלאגע אקעגן ווירפול וועלכע האט פאבריצירט די הוד
:lol:
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דער פרעזידענט און זיי פרוי און די וויצע פרעזידענט און איר מאן וועלן אנטייל נעמען מארגן ביי א אויפנאמע צערעמאניע פאר ריכטערין דזשעקסאן
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

הכל הבל האט געשריבן:
די סופרים קאורט גרייט זיך צו עפענען די נייע טערמין און וועט ערלויבן פאר מענטשן (בעיקר רעזערווירטע פרעסע לייט) צו זיין אנוועזנד מיטצוהאלטן די ארגומענטן צום ערשטן מאהל זינט די ווירוס אויסברוך
סעסיע כצ"ל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
די פאסיפיק לעגאלע פאנדעישאן האט אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די ביידען סטודענטן חובות פארצייאונג ארדער

זיי האבן אריינגעטראגן די קלאגע אין פעדעראלן דיסטריקט געריכט אין דרום אינדיאנא און די קעיס האט געלאנדעט אויפן טישל פון ריכטער ריטשארד יאנג (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן)
הכל הבל האט געשריבן:
סענאטאר טעד קרוז זאגט אז ער האט גערעדט מיט א פראמינענטע אדוואקאט מיט סופרים קאורט ערפארונג און יענער זאגט אז די בעסטע קלעגער צו ברענגן א קעיס אקעגן די ביידען סטודענט חובות פארצייאונג ארדער צו האבן לעגאלע סטענדינג וואלט געווען עימיצער וואס איז א סטודענט לאון פראסעסער

ער שאצט אויך אז די סופרים קאורט וועט אורטיילן מיט 3-6 אקעגן די ארדער
ארקענסאו, אייאוע, נעבראסקא, קענסאס, דרום קאראליינע און מיזורי טראגן אריין אנקלאגע אקעגן די ביידען ארדער

די לאוסוט ווערן געפיילט אין מיזורי וועלכע האט א לאון סערוויסער וועלכע לויט די ארגומענטן ווערט שוין איצט נעגאטיוו אפעקטירט פון די ארדער

די אנדערע סטעיט'ס טענה'ן אז זיי האבן סטענדינג צוליב וואס זייער איינקופט וועט ווערן אפעקטירט דורך די ארדער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטערין דזשעקסאן איז היינט צום ערשטן מאהל געזיצן אויפן סופרים קאורט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א סטעיט ריכטער אין פענסילוועניע האט געגעבן די גרינע ליכט פאר קאונטי באאמטע צו ערלויבן וויילער צו פאררעכטן קליינע גרייזן אויף מעיל בעלאטס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

Borrower האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
די סופרים קאורט גרייט זיך צו עפענען די נייע טערמין און וועט ערלויבן פאר מענטשן (בעיקר רעזערווירטע פרעסע לייט) צו זיין אנוועזנד מיטצוהאלטן די ארגומענטן צום ערשטן מאהל זינט די ווירוס אויסברוך
סעסיע כצ"ל
גראדע הייסט עס טערמין
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

שטייענדיג בין כסא לעשור ווען אידישע קינדער זענען פארנומען מיט מצוות ומעשים טובים זיך גרייטנדיג צו ווערן נידון לגמר חתימה טובה איז להבדיל אלף אלפי הבדלות די סעזאן פון בין קעיסע"ס לעשור ווען אינעם 10'טן למספרם מאנאט טוען די שופטים אויפן אמעריקאנעם סופרים קאורט אנהויבן אויסהערן לעגאלע ארגומענטן אין א רייע קעיסעס

פארשטייענדיג אז די אינטערעסע איז קלענער אין אזעלעכע טעג נאכצופאלגן די געריכט אנטוויקלונגען און זייענדיג זעלבסט פארנומען וועט מען מעגליך מקצר זיין אבער יא פרובירן אויפן שפיץ גאפל צו דעקן די אנהויב פונעם פרישן געריכט טערמין מיט האפענונג אויף פארשטענדעניש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט אנטזאגט זיך אויסצוהערן אן אפעלאט אקעגן א טראמפ ארדער וועלכע דערקלערט באמפ סטאקס אלץ מאשין גאנס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט אנטזאגט זיך אויסצוהערן א קעיס וועלכע צווייפלט אין די קאנסטיטוציאנאליטעט פון טוירם לימיטס פאר די מישיגען לעגיסלאטור
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט וועט אויסהערן א קעיס אויף די פראגע אויב סאציאל מידיא פירמעס קענען ווערן געקלאגט איבער געציהלטע אינהאלט רעקאמענדאציעס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט אנטזאגט זיך אויסצוהערן אן אפעלאט פון די רוסישע ביליאנער אלעג דעריפאסקא וועלכע איז געווארן באשולדיגט אין פארלעצן אמעריקאנע סאנקציעס אויף רוסלאנד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט אנטזאגט זיך אויסצוהערן א רעפובליקאנע אפעלאט איבער די פענסילוועניע רעדיסטריקטינג מאפע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט אנטזאגט זיך אויסצוהערן אן אפעלאט פון מייק לינדעל אין וועלכע ער האט געזוכט לויז צו ווערן פון א פארלוימדונג קעיס פון דאמיניאן וואל מאשינען פירמע
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”