נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ליידיג גייער האט געשריבן:אויב באלאנגט בוקינג.קאם פאר זיי פארוואס דארפן זיי א טרעידמארק? וואס קען מען טוהן מיטן נאמען אז זיי האבן די דאומעין, עס איז דאך נישט קיין העמד אדער הויזן וואס איך קען נאכמאכן.

זיי האבן געוואלט אז דו זאלסט נישט קענען עפענען א זייטל מיט דעם נאמען
די חברה האבן אבער נישט געוואלט גיבן קיין טרעידמארק פאר אזא סארט נאמען און אצינד וועלן זיי עס באקומען
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4069
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

דער גאנצער פסק פון

espinoza vs. montana dept. of revenue

https://d2qwohl8lx5mh1.cloudfront.net/0 ... cQ/content

בלעין, דער בעל הבלעין אמענדמענט דרייט זיך היינט בלי שום ספק אין קבר.
דאס גייט לכאורה האבן גאר ווייט גרייכנדיגע עפעקטן
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

אה, נישט סתם.

מ'קען זאגן אז דער אורטייל איז א פאזיטיווע היסטארישע ווענדפונקט פאר'ן ארטאדאקסישן אידענטום אין אמעריקע, און ספעציעל פאר'ן היימישן חסידישן עולם, נאך אביסל אור אין די היינטיגע טעג.

צו שמעקן ווי ביטער דאס איז פאר די לינקע חברה,

Teachers unions, however, said the ruling will hurt students by siphoning funds from public schools. American Federation of Teachers President Randi Weingarten called the ruling a "seismic shock that threatens both public education and religious liberty."

סייסמיק שאק, ווי קאלאסאלע ערדציטערניש.

The Montana court ruled in 2018 that the program violated a state constitutional “No-Aid Clause” that banned the legislature from spending public funds to aid religious schools. The provisions, in nearly 40 states, are also known as “Blaine Amendments.”

Justices held that the application of Montana's “no-aid provision” discriminated against religious schools and families whose children attend or hope to attend them in violation of the Free Exercise Clause of the U.S. Constitution. Supreme Court Chief Justice John Roberts wrote for the majority in the 5-4 decision.

The decision represents a "turning point in the sad and static history of American education," said DeVos, who called on states to "seize the extraordinary opportunity" to expand education options.

נאך וועגן בלעין.

און דא...

האבן זיך די רויבערס צולאכט...

The court’s liberals said the Montana Supreme Court had eliminated any discrimination problems by ending the program. They said their conservative colleagues were too anxious to fix a problem that no longer existed.

יאפס, גוט געהערט.

דער געריכט זאגט אז מ'מעג דיסקרימינירן קעגן רעליגיע, דורך לאזן סקאלערשיפס נאר פאר פובליק סקול. אבער ווען מ'קומט שרייען דיסקרימינאציע זאגט דער געריכט, אקעי, קיינער באקומט נישט. ש'טא מער קיין שום דיסקרימינאציע. וואס? און דער סופרים קאורט זוכט סתם צו פארדרייען א קאפ... איי לינקע לינקע.
לעצט פארראכטן דורך מזל מידיע אום דינסטאג יוני 30, 2020 6:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

וואף!
סיי פאר די סופרים קאורט נייעס און סיי פאר @ הבל פאר זיינע קלארע באריכטן.

איך מיין אז דער אורטייל פארדינט א באזונדערע אשכול.
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

מזל מידיע האט געשריבן:
The court’s liberals said the Montana Supreme Court had eliminated any discrimination problems by ending the program. They said their conservative colleagues were too anxious to fix a problem that no longer existed.

נאך א נקודה: די לינקע האבן נישט גערולט אז די מאנטענע סופרים קורט איז גערעכט נאר אז די קלעגער האבן נישט קיין סטענדיג צו אנקלאגן. ווען די לינקע וואלטן געווען זיכער מיט זיך אז מאנטענע סופרים קורט איז גערעכט וואלטן זי זיך נישט ארויסגעדרייט נאר געשריבן אז לויט זיי איז די געזעץ אומקאנסטוטוצינאל.
טיפע קוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפע קוויטש »

לױט די ליבעראלע ריכטר מעג מען געבן פאר סתם פרײװאטע סקול אין נישט פאר רעליגיעזע אדער נאר דא װיבאלד מען גיבט שױן נישט פאר קײן שום פרײװאטע האבן זײ עס אריבערגעלאזט?
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות
טיפע קוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפע קוויטש »

דאס איז יעדער מודה אז א סטעיט קען זאגן איך געב נישט פאר קײן שום פרײװאטע שולע אױב אזױ װען א סטעיט װעט נישט װילן געבן פאר רעליגיעזע װעט ער סטאפן געבן פאר אלע פרײװאטע אין פטור אן עסק.
עם אײ מיסינג סאמטינג?
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4069
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

correct

מיינט עס יעצט אז טשארטער סקולס גייען אויך נישט באקומען געלט
דאס גייט דאך קיינמאל נישט געשען בדרך הטבע
נאך א זאך וואס טוט זיך מיט הייער עדיוקעשן ?
ועוד ועוד
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

בדרך הטבע וועט אין ניו יארק נישט זיין קיין פארמערונג אין פריוועט סקול פאנדינג נאר אויב עפעס א פארמינערונג
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

[image][/image]
טיפע קוויטש האט געשריבן:לױט די ליבעראלע ריכטר מעג מען געבן פאר סתם פרײװאטע סקול אין נישט פאר רעליגיעזע אדער נאר דא װיבאלד מען גיבט שױן נישט פאר קײן שום פרײװאטע האבן זײ עס אריבערגעלאזט?

אויף דעם האבן זיי גארנישט געזאגט זיי האבן עס בלויז דיסמיסט מיט די טענה אז די געזעץ איז סייווי מער נישט גילטיג
טיפע קוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפע קוויטש »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:correct

מיינט עס יעצט אז טשארטער סקולס גייען אויך נישט באקומען געלט
דאס גייט דאך קיינמאל נישט געשען בדרך הטבע
נאך א זאך וואס טוט זיך מיט הייער עדיוקעשן ?
ועוד ועוד

יעצט האב איך 2 פראגעס די פסק פון די קאורט טײטש אז עני פראגרעם אדער קרעדיט װאס איז דא אדער גײט זײן פאר פרײװאטע שולעס אין גאנץ אמעריקע דארף מען געבן די זעלבע פאר רעליגיעזע? אױב יא איז דא יעצט א פראגרעם אדער א קרעדיט אין נ.י װאס גײט אן נאר פאר סעקולערע פרײװאטע שולעס אין נישט פאר רעליגיעזע?
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיט א צייט צוריק איז דעוויד באוסער (געוועזענער שטאב הויפט צו דזשארדזשיא רעפובליקאנע קאנגרעסמאן פאול בראון) געפונען געווארן שולדיג איבער ליגן זאגן פאר די קאנגרעס עטיקס קאמיטע איבער די מעגליכע מיסבאנוץ פון שטייערצאהלער געלט דורך זיין אויבערהאר און ער שטייט אויס פיר מאנאטן טורמע

ער האט אפעלירט זיין קעיס צום די סי סירקוט וועלכע האט נישט געוואלט ארויסווארפן די קלאגעס פון מאכן פאלשע סטעיטמענטס אבער די דריי פאנעל ריכטער (צוויי פון זיי נאמינירט דורך רעפובליקאנע פרעזידענטן און איין דורך פרעזידענט אבאמא) אבער די איינשטימיגע פאנעל האט יא ארויסגעטראסקעט די צווייטע קלאגע דורכן יוסטיץ דעפארטמענט וועלכע איז געווען אבסטראקשען אף קאנגרעס

פרעזידענט טראמפ איז געווארן אנגעקלאגט דורך קאנגרעס אויף אבסטראקשען אף קאנגרעס אבער איצט זאגט די דריי פאנעל געריכט אז אמווייניגסטנס אין געריכט הויז האט אזא באשולדיגונג קיין האפט און אז עס איז נישט קיין פארברעך
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

געוועזענער ריכטער אויפן פערטן סירקוט מייקל לוטיג (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער ערשטער) רייסט ארונטער די פארארדענונג פון א דריי פאנעל געריכט אויפן די סי סירקוט ארויסצוטראסקענען די קלאגעס אקעגן מייקל פלין אלץ שאר שטארק אומריכטיג
זיין קריטיק קען פארשטארקן די רופן פון א ריכטער אויפן די סי סירקוט אדער פון דיסטריקט ריכטער סאליוואן צו פארלאנגען אז די פולע די סי סירקוט זאל איבערהערן די קעיס
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

לויט די נעכטיגע פסק מעג מען לערנען רעליזשענס זאכן אינטער געוויסע סקול פראגארמ'ס ווייל אויב נישט איז עס דיסקרימענעשן ? למשל UPK אדער טייטל 1 גייט מען מעגן דעווענען ווייל אז נישט איז עס דיסקרימענעשן ?
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

ס'קען זיין אבער יעדע געזעץ באזונדער מוז ווערן ארויסגעווארפן דורך די קורט.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4069
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

די פסק בעצם איז נאר איבער געלט און נישט אויף לימודים.

למעשה במציאות איז אבער דא געשען צוויי זאכן:
ערשטנס דער ערשטער עכטער פליק וואס דער בלעין אמענדמענט האט געכאפט
צווייטנס די יסוד איז די זעלבע טאקע און גייט יעצט לכאורה ברענגן שווערע לאוסוטס קעגן די סטעיטס
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

וואס הייסט איבער געלט און נישט לימודים?
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:די פסק בעצם איז נאר איבער געלט און נישט אויף לימודים.

למעשה במציאות איז אבער דא געשען צוויי זאכן:
ערשטנס דער ערשטער עכטער פליק וואס דער בלעין אמענדמענט האט געכאפט
צווייטנס די יסוד איז די זעלבע טאקע און גייט יעצט לכאורה ברענגן שווערע לאוסוטס קעגן די סטעיטס

וואס איז דער בלעין אמענדמענט?
אז יענער קען קענסטו אויך
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7673
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

פרוביר אויך האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:די פסק בעצם איז נאר איבער געלט און נישט אויף לימודים.

למעשה במציאות איז אבער דא געשען צוויי זאכן:
ערשטנס דער ערשטער עכטער פליק וואס דער בלעין אמענדמענט האט געכאפט
צווייטנס די יסוד איז די זעלבע טאקע און גייט יעצט לכאורה ברענגן שווערע לאוסוטס קעגן די סטעיטס

וואס איז דער בלעין אמענדמענט?

https://www.yiddish24.com/interviews/12/21470
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

פרוביר אויך האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:די פסק בעצם איז נאר איבער געלט און נישט אויף לימודים.

למעשה במציאות איז אבער דא געשען צוויי זאכן:
ערשטנס דער ערשטער עכטער פליק וואס דער בלעין אמענדמענט האט געכאפט
צווייטנס די יסוד איז די זעלבע טאקע און גייט יעצט לכאורה ברענגן שווערע לאוסוטס קעגן די סטעיטס

וואס איז דער בלעין אמענדמענט?

בלעין אמענדמענט אסר'ט די שטאט צו שטיצן רעליגיעזע פראיעקטן (געבן דירעקט געלט און נישט דורך געבן עסן)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ביי די מידטוירם וואלן אין 2018 למספרם האבן וויילער אין פלארידא מיט אן איבערוויגנדע מערהייט באשטעטיגט א פראפאזיציע צו ערלויבן געוועזענע ארעסטאנטן צו שטימען בעסער באקאנט אלץ אמענדמענט 4

די שאצונגען זענען געווען אז אין רעזולטאט פון די טויש וועלן אזויפיל ווי 1.4 מיליאן געוועזענע ארעסטאנטן באקומען א שאנס צו שטימען אין די קומענדיגע וואלן
די שפראך אויף די היסטארישע בעלאט איז געווען אז אויב באשטעטיגט וועלן די ארעסטאנטן קענען שטימען נאכן ענדיגן "אלע טערמינען פונעם סענטענס"
דא האט אבער ארויסגעשפראצט א פראגע ווי אזוי די געזעץ אפעקטירט ארעסטאנטן וועלכע האבן שוין געענדיגט זייער טערמין וואס זיי דארפן שמאכטן אין טורמע אבער זענען אין צוגאב צו זייער טורמע טערמין געווארן באשטראפט און באאויפטראגט צו באצאלן געוויסע געלט שטראפן און עס איז שוין געווען לוקה אבער נאכנישט משלם
איז אין אזא פאל וואס די געלט שטראפן איז נאכנישט פולקאם אויסגעצאהלט הייסט עס פארענדיגט די סענטענסינג טערמינען

וויילער רעכטן גרופעס האבן געמאכט זייער ארגומענט אז די געלט צאהלונגען איז גענצליך אומפארבונדן מיט די וואס די געזעץ באצייכנט אלץ פארענדיגט די סענטענסינג אבער די רעפובליקאנע געפירטע לעגיסלאטור אין שפיץ פון גאווערנאר ראן דסאנטיס האבן אנדערש געהאלטן און האבן דורכגעפירט א געזעץ קלארצושטעלן אז אומאויסגעצאלטע גייען נישט קענען אפגעבן זייער שטימע

ווען די טינט פון די אונטערשריפט פון גאווערנאר דסאנטיס האט נאך געהאלטן אינמיטן טרוקענען האבן שוין וויילער רעכטן גרופעס געפיילט א קלאגע אין פעדעראלן געריכט אקעגן די געזעץ שרייבנדיג אז עס גייט אקעגן די ווילן פון די וויילער אבער די אויסגאנג פון יענע לאוסוט איז נישט ערווארטעט צו קלאר שליכטן די קעיס בעפאר די קומענדיגע וואלן זינט די מונדליכע ארגומענטן אינעם דיסטריקט קאורט איז ערשט געסקעדזשועלט פארצוקומען אום פרילינג און די פארלירער פון זייער אורטייל וועט גאנץ ווארשיינליך לויפן צום סירקוט קאורט וועלכע וועט פארשלעפן די קעיס אויף נאך די 2020 למספרם וואלן

וואס גאווערנאר דסאנטיס פאר זיך האט אבער געטוהן נאך וואס זיינע קעגנער זענען געלאפן אין פעדעראלן געריכט איז געווען צו בעהטן פון די פלארידא סטעיט סופרים קאורט צו הערן זייער מיינונג אויף די פראגע

דסאנטיס האט נישט אריינגעטראגן קיין קלאגע אקעגן די וויילער פראפאזיציע גופא און נישט געבעטן די געריכט צו זאגן אויב עס איז קאנסטיטוציאנאל נאר ליבערשט געבעטן אן עדווייזארי אפיניאן אויב די פראזע פון ענדיגן די טערמין פון די סענטענסינג דעקט אויך געלט שטראפן

עווענטועל האט די געריכט ארויסגעגעבן איר מיינונג שרייבנדיג אז זי לערנט אפ די ווערטער פון טערמין פון סענטענסינג ווי דער גאווערנאר אז עס שליסט איין סיי וועלכע סארט געלט שטראף מיט וועלכע די געריכט האט געסענטענסט דעם פאראוטיילטן

אויב די פעדעראלע דיסטריקט אדער סירקוט וועט פארארדענען אז צו ערשט דארף די דסאנטיס געזעץ זיין אויף האלד ביי די קומענדיגע וואלן ביז די קעיס וועט ענדגילטיג דעצידירט וועט די איצטיגע סטעיט סופרים קאורט מיינונג קיין סך נישט העלפן פאר דסאנטיס ביי די קומענדיגע וואלן אבער די מאטיוו פון דסאנטיס צו פארלאנגען פון געריכט זייער שטעלונג איז געווען צו באאיינפלוסן די פעדעראלע ריכטער צייגנדיג אז ער האט אונטערגענומען א שריט וועלכע די העכסטע סטעיט געריכט האט געפונען אלץ אויסגעהאלטן

די סטעיט סופרים קאורט באשטייט פון זיבן זיצן פון וועלכע צוויי זענען מאמענטאל ליידיג און פון די פינף ריכטער איז איינער נאמינירט געווארן דורך גאווערנאר דסאנטיס, איינער דורך דעם פריערדיגן רעפובליקאנער גאווערנאר ריק סקאט און די איבריגע דריי דורכן געוועזענעם גאווערנאר (דעמאקראט ומלפנים אינדעפענדענט ומלפני ולפנים רעפובליקאנער) טשארלי קריסט
די איצטיגע באשלוס איז געווען 4-1 ווען דזשארדזש לאבארדזשא וועם קריסט האט גראדע נאמינירט ווען ער איז נאך געווען א רעפובליקאנער איז געווען אומאיינשטימיג

עטליכע מאנאטן שפעטער האט די פעדעראלע עלפטע סירקוט קאורט האט געאורטיילט אקעגן די סטעיט שטעלונג
די אורטייל איז געקומען פון א פאנעל פון דריי ריכטער
ריכטער לאניער ענדערסאן נאמינירט דורך פרעזידענט קארטער
ריכטער סטענלי מארקוס נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען צום דיסטריקט געריכט און שפעטער דורך פרעזידענט קלינטאן צום סירקוט קאורט
און דיסטריקט ריכטערין באראבארא ראטשטיין נאמנינירט דורך פרעזידענט קארטער

ראטשטיין איז א דיסטריקט ריכטער וועלכע איז צוליב טעכנישע אנגעלעגנהייטן געווארן דעזיגנירט צו זיצן אויף די פאנעל פון סירקוט ריכטער

אצינד האט די עלפטע סירקוט געמאלדן אז די פולע באנק וועט איבערהערן די קעיס און אויף ביז דאן איז אורטייל פונעם דיסטריק'ט געריכט וועלכע איז באשטעטיגט געווארן דורך די דריי ריכטער פאנעל אויפן סירקוט אויף האלד צוריקשטעלנדיג אויף דערווייל די שטעלונג פון די סטעיט און די סטעיט סופרים קאורט אין פלאץ

ווי אזוי וועט די פולע באנק אורטיילן?
איך ווייס נישט אבער ווען עס קומט צו די ריכטער זענען פיר נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא, איין דורך פרעזידענט קלינטאן, איין דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער און זעקס דורך פרעזידענט טראמפ אריינגערעכנט ריכטער בראשער נארוואס איינגעשוואוירן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:סופרים קאורט בלאקירט דאס גיבן מולער אויספארשונג גרענד דזשורי דאקומענטן פאר קאנגרעס

אצינד האט די סופרים קאורט אפיציעל אקצעפטירט די קעיס און עס איז ערווארטעט אז זי וועט נישט אורטיילן דערויף בעפאר קומענדיגע למספרם יאר וועלכע באדייט אז דערווייל וועט קאנגרעס נישט קענען לייגן די האנט דערויף
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

טענקס הכל הבל!

נארוואס אדורכעגליינט א באנטש פעידזשעס, מעסיוו!!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:טענקס הכל הבל!

נארוואס אדורכעגליינט א באנטש פעידזשעס, מעסיוו!!!

יישר! מיין פארגעניגן!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

הכל קומט אריין געוואלדיג קלאר, א נחת צו ליינען.

איך ווייס נישט צו דא איז די פלאץ, איז דא פאולס ווי מען קען זעהן די טראסט וואס די אמעריקאנע האבען אין די סופרים קאורט?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”