נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10699
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מאי 27, 2020 10:40 am

אליטא טאמאס און גארסוטש האבן געוואלט אז מען זאל יא אננעמען די קעיס זאפארט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10699
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מאי 27, 2020 12:02 pm

מיטן דערנענטערונג צו די ענדע פון א פיר יעריגע סופרים קאורט אונטער פרעזידענט טראמפ'ס זייגער שטייגן די שישקערייען אין וואשינגטאן איבער די מעגליכקייט אז ריכטער טאמאס זאל רעטייערן ביים ענדע פונעם איצטיגן סעסיע צו ערלויבן טראמפ צו אריינשטעלן א יונגן קאנסערוואטיוו אויף זיין ארט
ארומיגע צו טאמאס לייקענען אבער אפ אז טאמאס זאל אזאנס פלאנירן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10699
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מאי 27, 2020 12:03 pm

מאנכע האבן אנגעוויזן אז לעצטנס הערט מען פון א רייע רעפובליקאנע סענאטארן אריינגערעכנט גרעהעם אז זיי וואלטן באשטעטיגט א נייע ריכטער אויב עס זאל זיך מאכן אזא געלעגנהייט און אויסגעטייטשט ווי א מעגליכע אנדייטונג אז מעקאנעל גרייט צו די באדן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10699
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 01, 2020 1:50 pm

מען האט היינט אריינגעטרעטן אין די לעצטע למספרם מאנאט פון די איצטיגע סופרים קאורט סעסיע

עס איז די שטייגער אז די גרעסערע קעיסעס ווערט אוועקגעלייגט פאר יוני למספרם און די סאמע גרעסטע מער ענדע פונעם למספרם מאנאט

צווישן די גרויסע ציילן זיך א נארישקייט קעיס , די טראמפ פינאנציעלע רעקארדס און דאקא

היינט האט די געריכט ארויסגעגעבן אורטיילן אויף פינף קעיסעס און די גרעסטע פון זיי איבער די פארטא ריקא איבערזיכט באורד אבער דערווייל נישט אויף קיין איינע פון די אויבנדערמאנטע קעיסעס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10699
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 01, 2020 1:56 pm

די איינשטימיגע פארטא ריקא קעיס אורטייל האט געשריבן ריכטער ברייער
און די איינציגע ריכטער וועלכע האבן נאכנישט געשריבן קיין אורטייל אויף קיין איין קעיס אויסגעהערט אום אקטאבער למספרם אויסער ריכטער ראבערטס זענען גינזבורג און קעווענאו
מיט דעם וואס ראבערטס טיילט אוועק דערווייל אלע אקטאבער למספרם קעיסעס פאר אנדערע ריכטער קוקט אויס מער און מער ווי ער לאזט יעדן גיין פאראויס אין ליניע ווייל ער האט זיך רעזערווירט צו שרייבן די אורטייל אויף די לענדמארק נארישע געזעצן קעיס

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5505
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך eller » מאנטאג יוני 01, 2020 2:11 pm

הכל הבל האט געשריבן:די איינשטימיגע פארטא ריקא קעיס אורטייל האט געשריבן ריכטער ברייער
און די איינציגע ריכטער וועלכע האבן נאכנישט געשריבן קיין אורטייל אויף קיין איין קעיס אויסגעהערט אום אקטאבער למספרם אויסער ריכטער ראבערטס זענען גינזבורג און קעווענאו
מיט דעם וואס ראבערטס טיילט אוועק דערווייל אלע אקטאבער למספרם קעיסעס פאר אנדערע ריכטער קוקט אויס מער און מער ווי ער לאזט יעדן גיין פאראויס אין ליניע ווייל ער האט זיך רעזערווירט צו שרייבן די אורטייל אויף די לענדמארק נארישע געזעצן קעיס

און דאס איז דאכט זיך נישט קיין גוטע נייעס, ווייל צו די זאכן איז ער היבש ליבעראליש.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10699
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 01, 2020 2:13 pm

והשיב את הגזילה!

פאלגענד איז א קעיס וועלכע מיר האבן שוין מערערע מאל אראפגעברענגט און צוליב א פרישע אפדעיט ווערט די גאנצע כראאנאלאגיע ווידערמאל אהערגעברענגט מיט די נייע אפדעיט ביים ענדע


טייסאן טימבס אן אינדיאנא מאן האט פארלוירן זיין פאטער אין 2012 למספרם אבער גלייכצייטיג געמאכט א ברוך הטוב והמטיב ערהאלטנדיג א סומע קעש פון א לייף אינשורענס פאליסי מיט וועלכע זיין פאטער האט אים אינזין געהאט צו באזארגן
טימבס האט זיך איינגעהאנדלט א לענד ראווער פאר 42 טויזנט דאלער און היידא..ויהי בנסוע

די פראבלעם איז געווען אז טימבס האט געהאט א פארגאנגענהייט פון צוגעבינדנקייט צו דראגס וועלכע האט זיך איצט אלץ רעזולטאט פון זיין פאטערס טויט פריש ערוועקט

טימבס איז פונדאסניי ארויף אויף די סחורה און גלייכצייטיג אויך אנגעהויבן פארקויפן די געווירצן מיטן ציהל צו פינאנצירן מיט די איינקופט די קאסטן פון די ווארע פאר זיין אייגענע געברויך

ביז.. יענעם שווארצן טאג אין נאוועמבער 2013 למספרם ווען ער האט אריינגעביסן אינעם נישט ריכטיגן עפל פארקויפנדיג דראגס אין די ווערט פוןן 225 דאלער פאר אן אונטערגעשטעלטער אגענט וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט זיין ארעסט און טימבס האט זיך קורצליך דערויף דערקלערט שולדיג אין געריכט

די אורטייל האט נישט געשפעטיגט צו קומען און טימבס האט באקומען איין יאר הויז ארעסט, 5 יאר פראבעישאן און 1200 דאלער אין פינאנציעלע שטראפן

די אפעטיט פון די סטעיט איז אבער נישט געווארן איינגעשטילט און זיי האבן געלייגט אן אויג אויף זיין לענד ראווער וועלכע איז סיי ווי געשטאנען אומבאנוצט דורכאויס די יאר פון זיין הויז ארעסט

די סטעיט האט קאנפיסקירט דעם אויטא אונטער די געזעץ וועלכע ערלויבט אוועקצונעמען סיי וועלכע חפץ עס איז גענוצט געווארן אינעם פארברעכן און די אויטא איז גענוצט געווארן ארומצופארן פארקויפן די פארבאטענע מאטריאל

ויהי ככלות השנה, טימבס עפנט מיט פרייד די פארדזשאווערטע טויערן פון זיין היים ווען אירע ראסטיגע אנגלען פארציילן הויך פאר אלע שכנים אז זיי זענען שוין נישט גערירט געווארן פון פלאץ פאר א קיילעכיגן יאר

טימבס שטעלט זיינע טריט צו די גאס און אטעמט אריין די פרישע לופט ווען זיינע אויגן פאלן אויף א ליידיגע ספאט צווישן צוויי פארקירטע אויטאס

יא די זעלבע פלאץ ווי ער האט איבערגעלאזט זיין פארמעגן מיט א יאר צוריק אבער והילד איננו, די לענד ראווער איז נישטא
עס האט נישט לאנג גענומען מברר צו זיין מה טיבה און טימבס האט באשלאסן אז איידער ער נעמט אונטער מיטלען להציל עשוק מעושקו דארף ער קודם זיך באזארגן מיט ארבעט זיך צו קענען שפייזן

עס איז נישט געווען גרינג צו געפונען ארבעט זייענדיג מוכתר ביחוס עצמו און ארבעטסגעבער שטייען ווייט פון פארשוינען וועלכע ווערן געטראפן שולדיג

עווענטועל האט ער געטראפן אן אנבאט פון איינעם וועלכער איז איינגעגאנגען אים אויפצונעמען טראץ זיי קרימינאלע רעקארד
איין באדינג איז געשטעלט געווארן, באזירט אויף די סארט ארבעט אין וועלכע יענער האט זיך גענויטיגט האט זיך געפאדערט אן אויטאמאביל.. וכאן הבן שואל ווי באקומט מען צוריק די לענד ראווער?

מען האט אריינגעברענגט אין בילד די אינסטיטוט פאר יוסטיץ וועלכע האט זיך געוואנדן צום געריכט און פרעזענטירט טימבס אין אן אנקלאגע אקעגן די סטעיט מיטן ארגומענט אז פארכאפן די קאר האט פארלעצט די אכטע אמענדמענט וועלכע באשוצט שולדיגע פון איבערגעטריבענע שטראפן

דער ריכטער האט געפונען די ארגומענט פאר ריכטיג נעמענדיג אין באטראכט אז די ווערט פונעם אויטא איז עטליכע מאל מער וויפיל די מאקסימום ערלויבטע געלט שטראף איז ערלויב אין אזא פאל

די סטעיט איז געלאפן צום אפעלאט געריכט אבער באגעגנט א פרישע נידערלאגע ווען די סטעיט אפעלאט געריכט האט באשטעטיגט די אורטייל פונעם נידריגן געריכט

די סטעיט האט דאך די וועלטס געלט און צייט האבן זיי באשלאסן זיך צו ווענדן צום סטעיט סופרים קאורט און דאס מאל האבן זיי באוויזן צו איבערצייגן די געריכט אנצונעמען די סטעיטס שטעלונג און די געריכט האט צוריקגעדרייט די פריערדיגע אורטייל

די ארגומענט פון די סטעיט וועלכע די ריכטער האבן אנגענומען איז געווען אז די אכטע אמענדמענט איז בינדנד אויסשליסליך צו די פעדעראלע יוסטיץ סיטעם אבער טוט אויף קיין פאל נישט אריינרעדן ווי אזוי סטעיט און לאקאלע רעגירונגען זאלן באשטראפן שולדיגע

טימבס האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט וועלכע האט אקצעפטירט די פעטיציע און די פראגע פארן געריכט איז געווען ווי פאלגענד:

די ביל אף רייטס איז געשריבן געווארן פאר די פעדעראלע רעגירונג און נישט פאר סטעיט רעגירונגען אבער נאך די ציווילע קריג האט קאנגרעס מאדיפיצירט די 14'טע אמענדמענט מיט א סעיף וועלכע איז שפעטער געווארן אויסגעטייטשט דורכן סופרים קאורט אז זי פארלאנגט די סטעיטס אדער סיי וועלכע קערפערשאפט צו רעספעקטירן און זיך פירן אין איינקלאנג מיטן צושטעלן די קאנסטיטוציאנאלע רעכטן פאר סיי וועם

אין פאקט אבער האט די געריכט קיינמאל נישט געאורטיילט אויף ספעציפישע טיילן פון די קאנסטיטוציע אויב זי איז מחייב די סטעיטס אויסער אין א פאל מיט די צווייטע אמענדמענט

די חלל אין קלארקייט האט געהאנגן ווי א וואלקן אין די לעגאלע וועלט נישט וויסנדג אויב די אפיציעלע געריכט דאקטרינע טייטשט אפ אלע חלקים אין די קאנסטיטוציע בינדנד פאר סטעיט רעגירונגען

אין 2017 למספרם האט שוין איינער גראדע צוגעשיקט א פעטיציע וועלכע בעהט די געריכט אריינצוקוקן אויב די אכטע אמענדמענט איז מחייב די סטעיטס אבער צוליב טעכנישע פעלערן אין יענעמס קעיס האט עס די געריכט דאן געמוזט צוריקווייזן

אבער ריכטער טאמאס וועלכע האט געשריבן די ארדער נישט צו אקצעפטירן יענע קעיס האט קלאר ארויסגעברענגט אז עס זענען פארהאן ערנסטע גרונדן פארן געריכט עווענטועל אריינצוקוקן און באשליסן אויף די פראגע

עד כאן פון אונזער ערשטע באריכט איבער די קעיס

א שפעטערע באריכט האט געשילדערט ווי אזוי אלע 9 ריכטער האבן איינגעשטימט מיט טימבס און געזאגט אז די פארבאט אויף איבערגעטריבענע שטראפן איז מחייב אויך די סטעיט

נו, פרובירט אייך פארצושטעלן וויפיל מיילעדזש דער טימבס האט שוין אריינגעצויגן מיטן לענדראווער זינט דאן?

ניין, שלעכט צוגעטראפן, די ענטפער איז זילטש! די אויטאריטעטן האבן באשלאסן נישט אומצוקערן דעם אויטא פארן אייגנטומער טראץ די סופרים קאורט אורטייל

אין א פרישע 4-1 אורטייל האט די סטעיט סופרים קאורט אין אינדיאנא געשריבן אז טראץ וואס די סופרים קאורט האט טאקע קלארגעשטעלט אז סטעיט קענען נישט צוטיילן איבערגעטריבענע שטראפן דארף מען אבער נאך פעסטשטעלן אויב די פארכאפונג פונעם לענדראווער הייסט טאקע איבערגעטריבן..

דאס קומט נאך וואס די סטעיט אטוירני דזשענעראל האט געמאכט דעם ארגומענט אז זינט די פארכאפונג פונעם לענדראוווער איז פארגעקומען אין די צייט וואס זי איז גענוצט געווארן דדורכצופירן א פארברעך דעריבער זאל די ווערט פון די אויטא נישט זיין קיין פאקטאר ווען מען שאצט אפ די הארבקייט פון די שטראף

די געריכט האט נאכגעגעבן אז א קאונטי ריכטער זאל אריינקוקן אין די פראגע אויב די שטראף איז יא אדער נישט איבערגעטריבן אבער הויפט ריכטערין לארעטא ראש האט אבער יא קלארגעשטעלט אז דער קאונטי ריכטער זאל אין באטראכט נעמען די ארומיגע אומשטענדן ווייל עס איז אבסורד צו זאגן אז מען זאל גארנישט קוקן אויף די עקאנאמישע לאגע פונעם באשטראפטן און אויף די ווערט פון די שטראף

זי האט געשריבן אז צו זאגן אז אוועקנעמען די זעלבע ווערט אייגנטום פון איינער וועלכע פארמאגט גארנישט מער פון דעם איז די זעלבע ווי עס אוועקנעמען פון א ביליאנער איז פיקציע און דער ריכטער זאל עס אפשאצן לויט דעם

טימבס האט געזאגט אז ער וועט ווייטער קעמפן פאר זיינע רעכטן און ארויסגעברענגט אז עס איז מאדנע ווי די סטעיט וויל אים באשטראפן און אים אויסלערנען אוועקצושטיין פון פארברעכן אבער זיי טוען עס דורך רויבן זיין אויטא וועלכע ער דארף האבן זיך צו טרעפן מיטן פאראל אפיציר אדער צו גיין צו דראג ערהוילונג קורסן אדער צו פארן צו די ארבעט און זיך איינגלידערן אין די געזעלשאפט

די אינדיאנא אטוירני דזשענאראל אפיס האט רעאגירט צו די פרישע אורטייל זאגנדיג אז זיי שטודירן עס נאך און באטראכטן זייער קומענדיגע שריט

די איינציגסטע ריכטער זיך אפצוברעכן פון די אורטייל איז געווען ריכטער געאפרי סלאוטער און ווערט נאכנישט קיין אנהענגער פון אים ווייל ער האט זיך נישט אפגעבראכן פון די מאיאריטעט צוליב סימפאטיע פאר טימבס נאר פארקערט

ער איז נישט צופרידן אז מען שיקט עס צוריק פאר אן אפשאצונג צו א קאונטי ריכטער
ער האט געוואלט אז די סטעיט סופרים קאורט זאל גראד באהאנדלען די פראגע אויב עס ווערט גערעכנט אלץ אן איבערגעטריבענע שטראף און ער פערזענליך האט געהאלטן אז צוליב וואס מען האט עס פארכאפט זייעניג פארמישט אין א פארברעך איז עס נישט איבערגעטריבן אמווייניגסטנס אויף ווילאנג די סופרים קאורט שרייבט נישט אז עס הייסט יא איבערגעטריבן

עד כאן פון אונזער לעצטע באריכט און אצינד צון היינטיגן אפדעיט

די קאונטי געריכט האט אין אפריל אקצעפטירט די ארגומענט פון טימבס און געאורטיילט אז די שטראף איז איבערגעטריבן און אז די לענד ראווער געהערט פאר טימבס

האסטו געקלערט אז מיט דעם איז מען פארטיג? א נעכטיגן טאג!
דער אטוירני דזשענעראל האט באשלאסן צו אפעלירן דעם אורטייל צום סופרים קאורט, אבער..

דא קומט די גרויסע אבער

לעצטע וואך דינסטאג ווען מר. טימבס איז אנגעקומען צו זיין היים האט ער געפונען אין זיין דרייוועי פארקירט זיין אויסגעבעטענע לענד ראווער!
די סטעיט האט עס אויף דערווייל אומגעקערט פארן אייגנטומער טראץ וואס זי ארבעט ווייטער צו אפעלירן די אורטייל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10699
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 01, 2020 2:15 pm

eller האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די איינשטימיגע פארטא ריקא קעיס אורטייל האט געשריבן ריכטער ברייער
און די איינציגע ריכטער וועלכע האבן נאכנישט געשריבן קיין אורטייל אויף קיין איין קעיס אויסגעהערט אום אקטאבער למספרם אויסער ריכטער ראבערטס זענען גינזבורג און קעווענאו
מיט דעם וואס ראבערטס טיילט אוועק דערווייל אלע אקטאבער למספרם קעיסעס פאר אנדערע ריכטער קוקט אויס מער און מער ווי ער לאזט יעדן גיין פאראויס אין ליניע ווייל ער האט זיך רעזערווירט צו שרייבן די אורטייל אויף די לענדמארק נארישע געזעצן קעיס

און דאס איז דאכט זיך נישט קיין גוטע נייעס, ווייל צו די זאכן איז ער היבש ליבעראליש.

איך ווייס נישט וואס ער פלאנט אבער ביי די גרויסע קעיס אויף נארישע געזעצן איז ער געגאנגען רעכטס

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג יוני 01, 2020 2:27 pm

קודאס פאר אונזער סיניאר רעפארטער, יישר כח אויף יעדע פון דיינע צען טויזענט תגובות!
צוגעלייגטע
הכל הבל.png
הכל הבל.png (5.96 KiB) געזעהן 1352 מאל
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג יוני 01, 2020 2:27 pm

הכל הבל האט געשריבן:והשיב את הגזילה!

לעצטע וואך דינסטאג ווען מר. טימבס איז אנגעקומען צו זיין היים האט ער געפונען אין זיין דרייוועי פארקירט זיין אויסגעבעטענע לענד ראווער!
די סטעיט האט עס אויף דערווייל אומגעקערט פארן אייגנטומער טראץ וואס זי ארבעט ווייטער צו אפעלירן די אורטייל

די בעטערי האט נאך געארבעט?...
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג יוני 01, 2020 5:24 pm

הכל הבל האט געשריבן:והשיב את הגזילה!

פאלגענד איז א קעיס וועלכע מיר האבן שוין מערערע מאל אראפגעברענגט און צוליב א פרישע אפדעיט ווערט די גאנצע כראאנאלאגיע ווידערמאל אהערגעברענגט מיט די נייע אפדעיט ביים ענדע

ייש"כ פאר די באריכט און פאר אלע באריכטן ביז אהער, כה לחי!

נ.ב. א ריזיגע יישר כחכם פאר אריינלייגן א ליידיגע שורה צווישן די פאראגראפ'ן - טראץ וואס עס מאכט שווערער די ארבעט - ס'איז סאך גרינגער און געשמאקער צו ליינען אזוי
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10699
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 04, 2020 1:04 pm

די סי סירקוט אקארשט געמאלדן מונדליכע ארגומענטן פאר 45 מינוט קומענדיגע פרייטאג אין די קעיס ארויסצושליידערן די אנקלאגע אקעגן מייקל פלין

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10699
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג יוני 07, 2020 10:45 am

איינשטימיגע דריי ריכטער פאנעל אויפן די סי סירקוט אורטיילט אז די סוספענדירונג פון ברייען קארמע'ס ווייסע הויז פרעסע פאס נאך א געפעכגט מיט סעבעסטין גארקע אז נישט אויסגעהאלטן
די דריי ריכטער זענען געווען

הויפט ריכטער סריניוויסען (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא)
ריכטער דוד טאטעל (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן)
און ריכטערין קארנעליע פילארד (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא)

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10699
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 08, 2020 9:29 am

פלין'ס אדוואקאט סידני פאועל קריטיקירט דאס וואס די יוסטיץ דעפארטמענט זעצט פאר מיט די קעיס אנטקעגן פלין'ס געוועזענע ביזנעס שותף און באצייכנט עס אלץ גרייזיג און פארשווענדעניש

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10699
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 08, 2020 9:30 am

פראקורארן באשולדיגן אז מייקל אוואנאטי פארלעצט זיין באפרייאונג באדינגונגען מיטן זיך באנוצן מיט א קאמפיוטער אין די היים אין וועלכע ער האלט זיך אויף

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10699
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 08, 2020 9:33 am

מיט 20 קעיסעס צו גיין ביז ענדע למספרם מאנאט ווארט מען צו זעהן אויב עפעס פון די "גרויסע" קומען היינט אדער נישט

דאקא און נארישע געזעצן זענען פון די גרעסערע וועלכע זענען שוין געווארן אויסגעהערט ממש אנהויב פונעם טערמין און מען קוקט ארויס צו זעהן אויב עפעס קומט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10699
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 08, 2020 10:04 am

קיינע פון די לענדמארק קעיסעס גייען היינט אנטשידן ווערן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10699
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 08, 2020 11:48 am

א פרישע קלאגע אקעגן די טרעוול בען איז אנגעקומען פארנט פון א פאנעל אויפן פערטן סירקוט קאורט און די פאנעל האט איצט איינשטימיג ארויסגעווארפן די קלאגע

די דריי ריכטער אויפן פאנעל זענען געווען
ריכטער פאול וויקטאר נימעיער (נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען צום דיסטריקט קאורט און שפעטער דורך פרעזידענט בוש דער ערשטער צום סירקוט קאורט)
ריכטער סטיווען אדזשי (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער)
ריכטער דזשוליאס ריטשארדסאן (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ)

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10699
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 08, 2020 2:45 pm

ריכטער באשטימט יולי 23 למספרם אויסצוהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די יוסטיץ דעפארטמענט קאמף צו האלטן קלאסיפיצירט די 302'ס פון די מולער אויספארשונג

!want to be good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך !want to be good » מאנטאג יוני 08, 2020 2:48 pm

א דאנק הכל הבל פארן ברענגען אלע אפדעיט'ס פון אלעם!
יישר כח.
נישט פארגעסן! די שומר ישראל איז אונזער'ס א נאנטע קרוב!

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג יוני 08, 2020 2:49 pm

!want to be good האט געשריבן:א דאנק הכל הבל פארן ברענגען אלע אפדעיט'ס פון אלעם!
יישר כח.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5074
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג יוני 08, 2020 2:50 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:
!want to be good האט געשריבן:א דאנק הכל הבל פארן ברענגען אלע אפדעיט'ס פון אלעם!
יישר כח.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10699
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 09, 2020 10:06 am

הכל הבל האט געשריבן:די סי סירקוט סקעדזשועלט פארהער איבער די פלין פראצעס אויף יולי 16 למספרם

פרייטאג וועט די רעגירונג מאכן איר קעיס פארן געריכט גרך דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל דזשעף וואל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10699
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 09, 2020 10:09 am

ריכטער געזעהן טייל פון די קלאסיפיצירטע גרענד דזשורי מולער אינטערוויוס וועלכע די רעגירונג וויל נישט ארויסגעבן
ער האט געוויסע פראגן דערוועגן אבער ער גייט נישט אקצעפטירן קיין ענטפערס איבער דעם ביז יולי 20 למספרם צוליב "וואס ער האט נישט מאמענטאל קיין פארזיכערטע קאמיוניקאציע קאנאל"
עס איז אן אינטערסאנטע ערשיינונג ווייל אדוואקטן טוישן רעגלמעסיג אויס פארזיגלטע אינפארמאציע דורך אומפארזיכערטע ליניעס

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג יוני 09, 2020 11:08 am

הכל הבל האט געשריבן:ריכטער געזעהן טייל פון די קלאסיפיצירטע גרענד דזשורי מולער אינטערוויוס וועלכע די רעגירונג וויל נישט ארויסגעבן
ער האט געוויסע פראגן דערוועגן אבער ער גייט נישט אקצעפטירן קיין ענטפערס איבער דעם ביז יולי 20 למספרם צוליב "וואס ער האט נישט מאמענטאל קיין פארזיכערטע קאמיוניקאציע קאנאל"
עס איז אן אינטערסאנטע ערשיינונג ווייל אדוואקטן טוישן רעגלמעסיג אויס פארזיגלטע אינפארמאציע דורך אומפארזיכערטע ליניעס

וועלכע ריכטער האט געזעהן דאקומענטס. און פארוואס האט ער עז געזעהן?
איבער וועלכע קעיס איז די נושא?
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קאפ און אקסל און 15 געסט