כאפצעם האט געשריבן:פיין, סאו ס"ה האסטו דיין אפיניען אויפן "נישט גניבה" אפגעזעהן פונעם געריכט פסק, אזוי העל איך אויך האבן מיין "יא גניבה" אפיניען אפגעזעהן פונעם טראמפ געשטעלטן געריכט.
די חילוק איז אז איך וועל פארשטיין אז טראמפ קען מער נישט נוצן די געלט אויב די געריכט אורטיילט אזוי און דו פארשטייסט אז עס איז גניבה אפילו אויב די געריכט זאגט אז ער קען עס נוצן בלויז ווייל עס איז א טראמפ געריכט
די טראמפ געשטעלטע געריכט באשליסט די געזעץ פון לאנד
עס איז א לאנד דאמינירט הויפטזעכטליך דורך צוויי הויפט פארטייען און יעדע זייט האט שאנסן אריינצושטעלן ריכטער
יא, אבאמא האט געלייגט צוויי און אזוי אויך טראמפ
די געריכט איז איצט מיט איין מער גענויגט פאר די רעפובליקאנער, פארפאלן אזוי איז די הייליגע טשעק און באלאנס סיסטעם אוועקגעשטעלט
אפילו די איצטיגע געריכט האט שוין אויך געאורטיילט אקעגן טראמפ און אפילו אויב אלע 9 ריכטער זענען געשטעלט דורכן פרעזידענט צוליב זיין מזל און אורטיילן אייביג לטובתו איז עס נאכאלץ די געזעץ פון לאנד