איין פארבלעם וואס פאקט מעקארטי ערנסט און זעקל.ר' זעקל האט געשריבן:די מעשה דאס מאל איז אבער אז די רעפאבליקאנער רעבעלס האבן א ריזיגע ווארט איבער מעקארטי און זיי קענען אים צווינגען נישט נאכצוגעבן, די רעפאבליקאנער קומען אסאך שטערקער דאס מאל ווי סיי ווען, פשוט ווייל דאס מאל האבן די עקסטרעמעחברה מעקארטי אינטערן טיש, מעקארטי ווייסט אז אויב ער געבט נאך פאר די דעמאקראטן ברענגן די עקסטרעמע ארויף א וואוט אים אראפצוווארפן פון ספיקער'שאפט.
נארמאל שטימט קאנגרעס לויט זייער פארטיישע געשמאק, פול פלעדטש לויט די פארטיישע גיסטע, נאכדעם שיקט מען עס צום סענאט זיי זאלען זיך ספראווען דערמיט, לאמיר זען וואס עטס קענסט, נאכדעם קען מען רעדן פון א דיעל.
ביידען זאגט אים יעצט, גאו אהואד, האסט קאנגרעס, יעצט פיר א דורך זיי וועלכע ביל די שמעקט, לייג די קאטס וואס די רעדסט אויפן פלאר. שטים דערפאר.
ער האט אבער א מעט פארבלעם, ער האט נישט די שטימען פאר סיי וועלכע שניטן, יעדע קאט מאכט פארבלעמען מיט א אנדערע פראקציע. ער קען נישט שטימען דערפאר בכלל, זיין הענד איז געבינדען
מעקארטי חלשט אז ביידען זאל אים געבן עפעס א דיעל א לייטער אראפ. ביידען זאגט בלא, עס דיין שטרוי מיט אפעטיט.