נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 01, 2020 10:34 am

גרעהעם זאגט אז אידעאלאגיש קאנסערוואטיווע ריכטער קלערן צו זייער רעטייערמענט וועט זיין געוואונטשן מיט דעם וואס מען וועט באצייטנס קענען אריינשטעלן יונגערע קאנסערוואטיווע ריכטער בעפאר נאוועמבער למספרם אבער זענען נישט זיכער אויב מען וועט אטאקע אניאגן זיי צו ערזעצן איידער עס קומט אריין א נייע דעמאקראטישע סענאט און דאן האבן זיי גאר דערלייגט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 01, 2020 10:36 am

גרעהעם זאגט אז עס איז צייט צו פאסן באשלוסן און נישט ווארטן אויף נענטער צו נאוועמבער ווען עס קען שוין זיין צו שפעט

ער זאגט אז היום קצר והמלאכה מרובה און אז ער מוז האבן זיין צייט צו באשטעטיגן נאמינאציעס און קאמיטע און דעריבער זאלן ריכטער זיך אונטעראיילן און מעלדן רעטייערמענט פלענער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 01, 2020 10:38 am

מען רעדט נישט אלץ פון פולע רעטייערמענט נאר פון די רעכט וועלכע סיניאר ריכטער עלטער פון 65 יאר קענען זיך איינגעבן פאר סיניאריטעט וועלכע באדייט אז זיי נעמען אנטייל פיל ווייניגער אין געריכט קעיסעס ווי געווענליכע ריכטער און עפנט אויף זייער אקטיווע זיץ אויפן באנק פאר פרישע ריכטער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 01, 2020 2:12 pm

סענאטאר טאם קאטאן וועט אויפטרעטן דורך א וויעדעא קאנפרענץ אין א פארהער פארנט פון די פארטיידיגונגס סעלעקט קאמיטע פון די הויז אף קאמאנס אין ענגלאנד איבער די האוועי פירמע און 5G אישוס

עציץ נקוב
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך עציץ נקוב » מאנטאג יוני 01, 2020 3:22 pm

הכל הבל האט געשריבן:סענאטאר טאם קאטאן וועט אויפטרעטן דורך א וויעדעא קאנפרענץ אין א פארהער פארנט פון די פארטיידיגונגס סעלעקט קאמיטע פון די הויז אף קאמאנס אין ענגלאנד איבער די האוועי פירמע און 5G אישוס

נישט אז עס מאכט א גרויסע חילוק אבער איך גלייב אז דו ווילסט וויסען אז מען פראנאונסט עס וואַוועי
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 01, 2020 4:33 pm

סענאט איצט אין סעסיע

פראטעסטירער אינדרויסן פון קעפיטאל היל אויך אין סעסיע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 01, 2020 5:42 pm

הכל הבל האט געשריבן:מעקאנעל האט איצט געפיילט קלאוטשער פאר די נאמינאציע פון לעאנארד באדאלאמענטי פאר דיסטריקט ריכטער אין צענטראל פלארידא

מען גייט אצינד שטימען אויף די נאמינאציע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 02, 2020 9:51 am

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מעקאנעל האט איצט געפיילט קלאוטשער פאר די נאמינאציע פון לעאנארד באדאלאמענטי פאר דיסטריקט ריכטער אין צענטראל פלארידא

מען גייט אצינד שטימען אויף די נאמינאציע

באשטעטיגט מיט 55-22

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 02, 2020 9:52 am

אום 11:45 וועט מען שטימען אפצושטעלן דעבאטע איבער די נאמינאציע פון וויקטאר מערקאדא צו סערווירן אלץ געהילף פארטיידיגונג סעקרעטאר פאר סטראטעעגיע, פלאנירונג און מעגליכקייטן
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג יוני 02, 2020 12:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 02, 2020 11:36 am

שומער אויפן סענאט פלאר: פרעזידענט דאנאלד טראמפ, קוק דזשאו ביידען'ס רעדע
דאס איז ווי אזוי פרעזידענטליכע פירערשאפט קוקט אויס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 02, 2020 11:36 am

אינמיטן אראפרייסן טראמפ האט זיך זיין פליפ פאון צוקלונגען

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 02, 2020 12:22 pm

רוביא זאגט אז די טויש צום פעיטשעק פראטעקשאן פראגראם וועלכע קאנגרעס האט באשטעטיגט ענדע לעצטע וואך איז דערווייל נאך שטעקן אינעם סענאט אויף די רעפובליקאנע זייט וואו מיינונגס פארשידנהייטן האבן זיך ארויסגעשיילט איבער וויפיל מער צייט צו גיבן פאר באנוצער פון די פאנדינג אויסצוגעבן דאס געלט

די סענאט קען טוישן די קאנגרעס ביל און זיך פאראייניגן אויף אן אייגענע דאטום אבער דאן וועט עס ברויכן צוריקגיין צום קאנגרעס פאר אן אפשטימונג

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 02, 2020 12:35 pm

הכל הבל האט געשריבן:אום 11:45 וועט מען שטימען אפצושטעלן דעבאטע איבער די נאמינאציע פון וויקטאר מערקאדא צו סערווירן אלץ געהילף פארטיידיגונג סעקרעטאר פאר סטראטעעגיע, פלאנירונג און מעגליכקייטן

דעבאטע אפגעשטעלט מיט 75-14
ענדגילטיגע אפשטימונג אום 2:15 נאך א פויזע פאר די וועכנטליכע פארטיי מיטאג פארברענגן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 02, 2020 12:37 pm

קיין פראטעסטירער דערווייל פארנט פון קעפיטאל היל אבער א שטארקע פאליציי אנוועזנהייט

א רינג פון אפיצירן געפארעמט ארום די סענאט קערידזש אריינגאנג וועלכע אסאך סענאטארן נוצן די טאג ווען זיי גייען אריין אפגעבן שטימען

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 02, 2020 12:39 pm

לענקפארד (ר) זאגט אז טראמפ באזוך צום קירכע האט פארדרייט זיין מעסעדזש

ער זאגט אז אהינגיין אינדערפרי וואלט געווען גלייך אבער גיין הארט בעפאר די קורפיו איז געווען א שלעכטע צייט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 02, 2020 1:26 pm

סענאט דעמאקראטן וועלן פרובירן דורכצופירן א רעזאלוציע צו וועלכע טוט צווישן אנדערן פארדאמען דעם פרעזידענט פארן פארארדענען פעדעראלע אפיצירן צו נוצן גאז און גומענע קוילן אקעגן פרידליכע פראטעסטירער
רעפובליקאנער פלאנען צו בלאקירן

עציץ נקוב
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך עציץ נקוב » דינסטאג יוני 02, 2020 2:27 pm

הכל הבל האט געשריבן:סענאט דעמאקראטן וועלן פרובירן דורכצופירן א רעזאלוציע צו וועלכע טוט צווישן אנדערן פארדאמען דעם פרעזידענט פארן פארארדענען פעדעראלע אפיצירן צו נוצן גאז און גומענע קוילן אקעגן פרידליכע פראטעסטירער
רעפובליקאנער פלאנען צו בלאקירן

איז דאס אמת אז ער האט פארארדענט פעדעראלע אפיצירן צו נוצן גאז און גומענע קוילן אקעגן פרידליכע פראטעסטירער?
אדער היינטיגע צייטן קען א רעזאלוציע אין סענט זיין געבויט אויף ליגנט
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 02, 2020 2:38 pm

קאלינס און סעס רייסן ביידע ארונטער די שירט אקעגן פראטעסטירער בייד י טראמפ באזוך

קאלינס זאגט ציניש אז טראמפ האט דארט באזוכט בלויז איינמאל דערווייל..

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 02, 2020 2:39 pm

לויט סענאטאר בראון איז ביי די היינטיגע רעפובליקאנע מיטאג געווען זערא דיסקוסיעס איבער די טראמפ קירכע באזוך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 02, 2020 2:40 pm

רוביא האט קיין פראבלעם מיט די נעכטיגע טרערן גאז באנוץ

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 02, 2020 2:41 pm

מעקאנעל זאגט אז ער פלאנט צו האבן באשטעטיגט צוויי פרישע סירקוט נאמינאציעס נאך דעם דעם למספרם מאנאט

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג יוני 02, 2020 2:46 pm

א גרויסן יישר כוח הכל הבל פאר די כסדר'דיגע "רואיגע" באריכטן, צווישן א מבול פון שטורמישע נייעס!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 02, 2020 3:24 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אום 11:45 וועט מען שטימען אפצושטעלן דעבאטע איבער די נאמינאציע פון וויקטאר מערקאדא צו סערווירן אלץ געהילף פארטיידיגונג סעקרעטאר פאר סטראטעעגיע, פלאנירונג און מעגליכקייטן

דעבאטע אפגעשטעלט מיט 75-14
ענדגילטיגע אפשטימונג אום 2:15 נאך א פויזע פאר די וועכנטליכע פארטיי מיטאג פארברענגן

באשטעטיגט מיט 75-15

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 02, 2020 3:25 pm

איצט שטימט מען אויף די נאמינאציע פון ברייען מילער אלץ אינספעקטאר דזשענעראל איבער די ווירוס הילף געלט

עס איז א נייע פאזיציע געשאפן דורך די קעירס עקט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 02, 2020 3:29 pm

ראמני איבער די בעפאשטייענדע אפשטימונג די וואך אין די היימלאנד זיכערהייט קאמיטע איבער סובפינעס אין די רוסלאנד אויספארשונג זאגט אז ער וואלט פילייכט געוואלט זעהן געוויסע טוישונגען און אויך האלט ער נישט אז עס איז די ריכטיגע פריאריטעט אין די איצטיגע צייט אבער ער פלאנט נישט צו שטימען ניין
זינט דזשאנסאן איז דער פארזיצער און ער איז דער וועלכע באשטימט די פריאריטעטן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”