דראסטישע שריט פון גערער ישיבה - נישטא מער קיין קעמפ!!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

דראסטישע שריט פון גערער ישיבה - נישטא מער קיין קעמפ!!

תגובהדורך געדיך אוואש » דינסטאג מאי 01, 2018 1:42 pm

צום פרייד פון צענדליגע טויזענטער עלטערן איבער גרעיטער ניו יארק, איז היי יאר ענדליך געמאלדן געווארן דורך א היימישע מוסד התורה אז די ישיבה וועט שוין מער נישט ארויספארן אין קעמפ, נאר פינקיאצירן געהעריג אין שטאט. א זאך וואס עלטערן וואס פלאגן זיך מיטן באצאלן די געווענליכע שכר לימוד האבן שוין אויסגעווארט בכליון עינים אז עס זאל ווערן א התעוררות איבער דעם, און איצט איז עס ב"ה צושטאנד געקומען דורך איינע פון די בארימטע מוסדות התורה אין שטאט, וואס וועט בעז"ה האבן א שטארקער אפעקט אויף אנדערע מוסדות התורה.

דער ערשטער אריינצושפרינגען אין דעם געוואגטן שריט איז געווען דער גערער ישיבה אין ב"פ, וואס האט דאס שוין אפיציעל געמאלדן פאר די עלטערן. ומהם יראו וכן יעשו!

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1886
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג מאי 01, 2018 1:55 pm

ביידע גור׳רע מוסדות אדער נאר די נייע וואס האט נאכנישט קיין קעמפ?

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17524
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מאי 01, 2018 1:56 pm

כ'בין זיי אמת'דיג מקנא! שכרם הרבה מאוד!

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » דינסטאג מאי 01, 2018 1:59 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:ביידע גור׳רע מוסדות אדער נאר די נייע וואס האט נאכנישט קיין קעמפ?

מפי השמועה איז דאס די אלטע "יגדיל תורה"

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג מאי 01, 2018 2:04 pm

וואס הייסט, זיי פארמאכן די קעמפ לגמרי און מ'בלייבט נאר אין שטאט אדער ביידע וועלן זיין אפען אלע כיתות און מ'קען בלייבן אויב וויל מען און מ'קען אויך ארויספארן אין קעמפ?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דינסטאג מאי 01, 2018 2:09 pm

געדיך אוואש האט געשריבן:צום פרייד פון צענדליגע טויזענטער עלטערן איבער גרעיטער ניו יארק, איז היי יאר ענדליך געמאלדן געווארן דורך א היימישע מוסד התורה אז די ישיבה וועט שוין מער נישט ארויספארן אין קעמפ, נאר פינקיאצירן געהעריג אין שטאט. א זאך וואס עלטערן וואס פלאגן זיך מיטן באצאלן די געווענליכע שכר לימוד האבן שוין אויסגעווארט בכליון עינים אז עס זאל ווערן א התעוררות איבער דעם!


מער דראסטיש וועט זיין, ווען מ'וועט ארויסטראגן די גאנצע עולם אגאנץ יאר אין די קעטסקילס!
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1886
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג מאי 01, 2018 2:10 pm

געשיקטער האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:ביידע גור׳רע מוסדות אדער נאר די נייע וואס האט נאכנישט קיין קעמפ?

מפי השמועה איז דאס די אלטע "יגדיל תורה"

Wow

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
דער פאני מענטש
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm
לאקאציע: אין משוגעים הויז

תגובהדורך דער פאני מענטש » דינסטאג מאי 01, 2018 2:16 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:וואס הייסט, זיי פארמאכן די קעמפ לגמרי און מ'בלייבט נאר אין שטאט אדער ביידע וועלן זיין אפען אלע כיתות און מ'קען בלייבן אויב וויל מען און מ'קען אויך ארויספארן אין קעמפ?


קוק אויף די קעפל: דראסטישע שריט פון גערער ישיבה - נישטא מער קיין קעמפ!!
לעצט פאראכטן דורך דער פאני מענטש אום דינסטאג מאי 01, 2018 2:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

metsboy
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

תגובהדורך metsboy » דינסטאג מאי 01, 2018 2:16 pm

קעמפ איז זייער א גיטע זאך,
עס קאסט אסאך געלט? אפשר פאנגט מען אן ביי אנדערע זאכען וואס איז נישט אזוי וויכטיג ווי ספענדען אלפים פאר טייערע קליידער, אדער אז מען מיז האבען טויזנט דאלארדיקע קערידשעס וכדומה

יצחק ברוך
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

תגובהדורך יצחק ברוך » דינסטאג מאי 01, 2018 2:20 pm

קעמפ איז זייער א גוטע זאך אבער צווינגן א טאטע אראפצולייגן 10 אלפים פארן זומער פאר די קינדער חוץ שכר לימוד איז אסאך.
Wall clocks
הערליכע וואנט זייגערס פאר מתנות און דאס גלייכן

אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1044
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » דינסטאג מאי 01, 2018 2:22 pm

יוראפ האט געשריבן:כ'בין זיי אמת'דיג מקנא! שכרם הרבה מאוד!

;l;p-
ווען דו קויפסט
אין any major store דורך די לינק
שפארסטו  אפאר פראצענט בחינם



https://www.my-bestgift.com

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מאי 01, 2018 2:30 pm

און ווי וועלען גיין די קינדער פון די עלטערען וואס גייען אין קאנטרי?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » דינסטאג מאי 01, 2018 2:31 pm

ביידע גורע מוסדות

משה חיים פנחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 8:43 pm

תגובהדורך משה חיים פנחס » דינסטאג מאי 01, 2018 2:32 pm

SPUSMN האט געשריבן:און ווי וועלען גיין די קינדער פון די עלטערען וואס גייען אין קאנטרי?

דאס וועט שוין זיין סייד בענעפיט אז מען וועט שפארן די קאנטרי אויך

ידעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » דינסטאג מאי 01, 2018 2:34 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:ביידע גור׳רע מוסדות אדער נאר די נייע וואס האט נאכנישט קיין קעמפ?


ביידע.
די נייע האט קיינמאל נישט געהאט. די אלטע מאכט נישט אויף די יאר. כפי השמועה גייען דארט די גורע מיידל סקול וואס האט ביז היינט נישט געהאט קיין אייגענע קעמפ.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג מאי 01, 2018 2:38 pm

העמיר זען צו ס'וועט אנהאלטען מער ווי איין יאר!
אויב האסטו עס קלאר געזען אויף וואטסעפ דאן ברענג ביטע א קראנטע מקור צו די נייעס

שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2016 7:01 pm

תגובהדורך שטאטסמאן » דינסטאג מאי 01, 2018 2:40 pm

metsboy האט געשריבן:גארנישט דראסטיש, עס איז דא אסאך פאליטיק דארט.

קעמפ איז זייער א גיטע זאך,
עס קאסט אסאך געלט? אפשר פאנגט מען אן ביי אנדערע זאכען וואס איז נישט אזוי וויכטיג ווי ספענדען אלפים פאר טייערע קליידער, אדער אז מען מיז האבען טויזנט דאלארדיקע קערידשעס וכדומה


ווער קויפט טייערע קליידער? דאס איז א זאך וואס יעדער יחיד איז מחליט פאר זיך און איז בכלל נישט קיין must, משא"כ קעמפ, קומט א געוויסע יארגאנג וואס מ'מוז שיקן.

אגב, א טויזענט דאלאר'דיגע קערידזש איז א זאך וואס מ'קויפט אפשר איין מאל און לעבן, משא"כ קעמפ. נישט אז איך זאג אז מ'דארף קויפן א טויזענט דאלאר'דיגע קערידזש, כ'וויל נאר ארויסברענגען אז ס'איז נישט קיין פארגלייך.


#לענ"ד
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג מאי 01, 2018 2:44 pm

העט זיין א סורפלאס אין באנגעלאס היי יאר?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » דינסטאג מאי 01, 2018 2:50 pm

איינער קען מסביר זיין וועלעכע גערער קעמפ מען רעדט פון
איז דאס די קעמפ אין סאוט פאלסבערג? אויב יא דארט איז געוועהן א חדר אויך איז די חדר גייט שוין אויך נישט אין קעמפ אדער נאר די ישיבה?

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג מאי 01, 2018 2:51 pm

גראף פאטאצקי האט געשריבן:איינער קען מסביר זיין וועלעכע גערער קעמפ מען רעדט פון
איז דאס די קעמפ אין סאוט פאלסבערג? אויב יא דארט איז געוועהן א חדר אויך איז די חדר גייט שוין אויך נישט אין קעמפ אדער נאר די ישיבה?

מען רעדט נישט פון קיין ספעציפישע קעמפ
נאר פון גאנץ מוסדות גור אין בארא פארק מיט וועלכע קעמפ זיי האבן נאר
אויב האסטו עס קלאר געזען אויף וואטסעפ דאן ברענג ביטע א קראנטע מקור צו די נייעס

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » דינסטאג מאי 01, 2018 3:13 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
גראף פאטאצקי האט געשריבן:איינער קען מסביר זיין וועלעכע גערער קעמפ מען רעדט פון
איז דאס די קעמפ אין סאוט פאלסבערג? אויב יא דארט איז געוועהן א חדר אויך איז די חדר גייט שוין אויך נישט אין קעמפ אדער נאר די ישיבה?

מען רעדט נישט פון קיין ספעציפישע קעמפ
נאר פון גאנץ מוסדות גור אין בארא פארק מיט וועלכע קעמפ זיי האבן נאר


?
לפי ידיעתי איז דא 2 גערער חדרים אין ב"פ איינס די אריגינעלע "יגדיל תורה" און די ניייע "ת"ת דחסידי גור
די נייע האט נישט קיין קעמפ
די האסט ידיעות וועגען די מכינה למתיבתא און מתיבתא "בית ישרא'"?

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1886
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג מאי 01, 2018 3:17 pm

נאר די גערער מחוצפים (לשבח) וואס קוקן נישט אויף קיינעם קענען דאס דורך פירן.. מהם ילמדו וכו׳

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3838
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג מאי 01, 2018 3:20 pm

יוראפ האט געשריבן:כ'בין זיי אמת'דיג מקנא! שכרם הרבה מאוד!


אוועקגיין פון שטאט די צוויי חדשים איז דאכצעך גאר וויכטיג, אבער:
אלט מאנרא האט געשריבן:מער דראסטיש וועט זיין, ווען מ'וועט ארויסטראגן די גאנצע עולם אגאנץ יאר אין די קעטסקילס!


דאס איז ווארשיינליך בעסער.
...

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובהדורך איך ווייס » דינסטאג מאי 01, 2018 3:22 pm

ס'איז נישטא קיין איין גור'ער וואס קען אריין קומען קלאר?...

ארבייטנדיג מיט א גור'ער חסיד
קען אייך זאגן אז ביי זיי אז דער עולם בכלל נישט אזוי צופרידן פונעם טויש

metsboy
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

תגובהדורך metsboy » דינסטאג מאי 01, 2018 3:23 pm

עין טובה האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:כ'בין זיי אמת'דיג מקנא! שכרם הרבה מאוד!


אוועקגיין פון שטאט די צוויי חדשים איז דאכצעך גאר וויכטיג, אבער:
אלט מאנרא האט געשריבן:מער דראסטיש וועט זיין, ווען מ'וועט ארויסטראגן די גאנצע עולם אגאנץ יאר אין די קעטסקילס!


דאס איז ווארשיינליך בעסער.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 23 געסט