איבער די סעין בילדינג נעבן מאנסי

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

איבער די סעין בילדינג נעבן מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

איבער די סעין בילדינג אין ניו סיטי, ראקלענד קאונטי.


פון סאציאלע מידיא ביז נייעס באריכטן ביז ראדיא און אלעס אינדערמיט איז אנגעפילט איבער א סומאטאכע איבער דאס פארקויפונגס פון די "סעין בילדונג" אין ניו סיטי. 

די רעדע איז איבער א בנין אין די הארץ פון ניו סיטי, נעבן די געריכט הויז און אנדערע קאונטי אפיסעס. די בנין וואס קען ווען ווערן ליידיג איז געווען אויף ליציטאציע און א ביד איז אריינגעקומען פאר 4.51 מיליאן דאלאר, עטוואס מער פון די אזוי גערופענע געשאצטע 4 מיליאן. 

די קאונטי עקזעקוטיוו עד דעי ימ"ש איז זייער אויסן צו פארקויפן די בנין, אבער ער האט א שטארקע קעגנערשאפט דורך די לעגיסלאטור עס צו קענען פארקויפן. 

מיר דא וועלן פרובירן צו פארשטיין אלעס ארום וואס ס'האט געפירט צו די יעצטיגע מצב. 

אנגעהויבן האט זיך עס מיט עטליכע יאר צוריק. די קאונטי האט פארמאגט א חוב פון ארום $130 מיליאן דאללער, ווען פונקט צו די זעלבע צייט האבן זיך א סעריע בנינים אין פאמאנאו אויסגעליידיגט. די בנינים זענען געווען א חלק פון די קאונטיס העלט קער סיסטעם, און דארט איז געווען סטאנציאנירט א נורסינג האום און אנדערנע קער פאר נישט געזונטע מענטשן. די קאונטי, וואס האט געזוכט געלט און מעטאדן וויאזוי צו אראפברענגן די אומגעהויערע חוב פון $130 מיליאן דאללער, האט באשלאסן צו פארקויפן די בנינים. די  פרייז איז געווען באשטימט פאר $40 מיליאן דאללער, וואס האט אריינגערעכנט די טייערע לייסענס צו קענען אפערירן א נורסינג היים וואס איז 10 ביז 15 מיליאן דאללער ווערט.

ס'איז אפירגעקומען א מענטש, גראדע א היימישער, וואס איז גרייט געווען צו אפקויפן דאס בנין מיט אירע לייסענסעס פאר די באשטימטע פרייז פון פערציג מיליאן דאללער.

די קאונטי האט געמאכט די נויטיגע צוגרייטונגענגס צו פארקויפן די בנין ביז.... ביז די יעצטיגע קאונטי עקזעקיטיוו איז אריינגעקומען אין מאכט.  עד דעי האט נישט געוואלט פארקויפן דעם בנין, נאר אנשטאט דעם אנגעטראגן  צו פארקויפן די סעין בילדינג הארט נעבן די געריכט הויז אין ניו סיטי, וואס איז ווי פארשטענדליך א טייער שטיקל ריעל עסטעיט.

די לעגיסלעיטער האט אבער געוואלט פאראויסגיין מיט די סעיל אויף די בנין אין פאמאנאו האט מען באשלאסן אז מ'גייט באהאנדלען ביידע בנינים, און זעהן וועלכע ס'איז בעסער צו פארקויפן, אזוי איז אנגעגאנגען א שטיק צייט, וואס מ'האט באהאנלט ביידע בנינים צוזאמען. ביז איין שיינע טאג האט עד דעי אפגעלאזט די פארקויפונגס פון די פאמאנאו בילדינג און זיך נאר אריינגעלייגט און די סעיל פון די סעין בילדינג.

די פרייז וואס מ'האט באשטימט אז די בנין איז ווערט איז $4 מיליאן, א צענטל פון די פרייז וואס מ'האט ווען געקענט באקומען פון די פאמאנאו בילדינג.

אין די זעלבע צייט איז עד דעי געגאנגען און צוריקגעגעבן די לייסענס פאר די סטעיט וואס די קאונטי האט געהאלטן פאר די נירסינג האום, דערמיט דראסטיש אראפנידערן די ווערט פון די פאמאנאו בנין, מיט כאטש 10 מיליאן דאללער, נישט אריינרעכנדיג אז די בנין אין פאמאנאו האט יעצט פארלוירן די פאטענצינטאלע קויפער וואס א גרויס טייל פון זיין באשלוס צו קויפן די בנין איז צוליב די לייסענס וואס קומען דערמיט. ווי אויך האט עד דעי אנגעפילט די בנין אין פאמאנאו וואס האט דאס געמאכט אוממעגליך צו פארקויפן.

א ליציטאציע וואס איז ארויפגעשטעלט געווארן אויף די סעין בילדינג האט אריינגעברענגט א ביד פון 4.51 מיליאן דאללער.

די בנין וואס איז עומד למכור שטייט אין צענטער פון די ניו סיטי ריעל עסטעיט, דארט וואו ס'איז סטאנצינירט א גרויס טייל פון די קאונטי אפיסעס. ע"פ דרך הטבע וועט די קאונטי אפיסעס דארט פארבלייבן ווילאנג די קאונטי שטייט, וואס דאס מאכט אז אפילו כעת כרגע דארף מען אפשר נישט די בנין וועט מען עס אבער דארפן מיט די צייט. איז אויב אזוי, פארוואס זאל מען עס פארקויפן?

עד דעי טענה'ט אז דאס וועט אראפברענגען די חוב וואס די קאונטי האט, אבער ס'איז קלאר נישט ריכטיג און סתם רעטאריק צו געוואונען די דעת הקהל, ואסביר:

די חוב וואס האט געהאלטן ביי $130 מיליאן, האט א יאר  צוריק געהאלטן ביי קארגע $10 מיליאן. די חשבונות וואס מ'מאכט איינמאל  א יאר, איז נאכנישט געמאכט געווארן פאר די יאר, אבער ווארשיינליך, אויב אלעס גייט ווי געפלאנט, וועט מען ביים מאכן די חשבונות די יאר זעהן אז די קאונטיס חוב האלט ביי 0$. זיראו. דאס איז איין זאך. ועוד, אז די געלט וואס איז געפלאנט אריינצוקומען פון די סעיל וועט נישט גיין פאר די חוב אפילו ס'איז ווען דא א חוב. (דאס צו פארשטיין דארף מען פארשטיין וויאזוי גאווערמענט ארבעט ואכמ"ל, נאר איין זאך יא, אז אויב איז עס נישט אין די בודשעט, וואס הייסט אז ווען מ'האט געמאכט די בודזשעט האט מען דאס נישט אריינגערעכנט אז דאס וועט גיין צו פארמינערן די חוב, קען די קאונטי טוהן מיט די געלט וואס זיי ווילן.)

די לעגיסלאטור האט געהאט נאך אפאר פראבלעמען מיט דאס פארקויפונגס פון די סעין בנין, וואס גייט געשעהן מיט די בנין? אויף דעם זאגט די פאטענצינאלע קויפער אז ער וויל מאכן סיניר האוזינג, א זאך וואס וועט אגב פארלאנגען א טויש אין זאונינג. די לעגיסלעיטער האט פארלאנגט א  טראפיק סטאדי, דו גייסט דא צוברענגען א געוואלד מיט טראפיק צוליב די סיניאר האוזינג, איז עס אקעי? ווי אויך, אונז דארפן נאך פארקינג פאר די אזויפיל קאונטי אפיסעס וואס איז דא אין געגנט, קען מען צולייגן נאך פארקינג? דריטנס, צו רוקן די יעצטיגע ארבעטער אריין אין אנדערע בנינים, וואס וועט דאס קאסטן?

עד דעי איז געגאנגען פאריגע וואך און ארויסגעשיקט א סעריע בילדער איבער וויאזוי די  פארקינג לאט איז נישט אזוי פיל אז ס'זאל זיך פארלאנגען נאך פארקינג, צושרייבנדיג אז דאס איז געכאפט געווארן ביי די  מערסט פארנומענסטע צייט אין טאג. אבער דאס איז לעכערליך ביז גאר. א גרויס פראצענט פון אפיסעס און איינגעשטעלטע אין די קאונטי זענען אויף וואקאציע אין די זוממער, וואס דאס טוט פארמינערן די מענטשן  וואס קומען צו די אפיסעס... ועוד, די בילדער זענען געכאפט געווארן א האלבע שעה פאר די "פיק", פאר די מערסט פארנומענסטע צייט.... און ביי די מערסט פארנומענסטע צייט איז טאקע נישט געווען קיין פארקינג...

 

ס'איז שווער צו גלייבן, אבער עד דעי איז אויסן צו פארקויפן די בנין, און אין אן ארטיקל היינט איז ער פארנומען אראפרייסן די פינף לעגיסלאטורן פון ראמאפאו אז זיי זענען שולדיג אז די קאונטי (לייען: עד דעי) קען נישט פארדינען דערפון. ס'איז אינטערעסאנט צו אנמערקן אז די סעיל דארף באשטעטיגט ווערן דורך 12 פון די 17 לעגיסלאטורן, וואס אפילו ווען ער האט נישט קיין איינע פון די "ראמאפאו 5" קען ער עס נאכאלץ פארקויפן....
 

דאס איז בלויז אן איינצעלע פאל ארויסצוברענגען וויאזוי עד דעי פירט זיך אויף, און טוט צושפרייטן "אלטערנאטיווע פאקטן" איבער וואס ס'שמעקט אים.


פון עין טובה עקסקלוסיוו פאר קנ"א אינוועסטיגעישן איינהייט
...
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

ייש"כ עין פאר די און פאר אלע אנדערע שיינע באריכטן.

ווילאנג ער קען אריינרוקן עפעס א ראמעפא מאמענט אין דעם פייט, און נאך מער ווען ער קען עס מאכן פאר א אידן זאך דעמאלטס איז ליידער ידו על העליונה.

השנאה מקלקלת השורה.
---
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

טענקס פאר די דיטעילד רעפארטאדזש! איט איז וועל עפרישיעיטעד.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

יישר כח פאר די קלארע באריכט
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלה ושמחה »

שכוח פאר דיינע שיינע באריכט, אבער די שטיקעל דארף מער הסבר
עין טובה האט געשריבן:אין די זעלבע צייט איז עד דעי געגאנגען און צוריקגעגעבן די לייסענס פאר די סטעיט וואס די קאונטי האט געהאלטן פאר די נירסינג האום, דערמיט דראסטיש אראפנידערן די ווערט פון די פאמאנאו בנין, מיט כאטש 10 מיליאן דאללער, נישט אריינרעכנדיג אז די בנין אין פאמאנאו האט יעצט פארלוירן די פאטענצינטאלע קויפער וואס א גרויס טייל פון זיין באשלוס צו קויפן די בנין איז צוליב די לייסענס וואס קומען דערמיט. ווי אויך האט עד דעי אנגעפילט די בנין אין פאמאנאו וואס האט דאס געמאכט אוממעגליך צו פארקויפן.


יעדער ווייסט אז מען קען פארקויפן א לייסענס, אינטער וועלכע תירוץ און סיבה האט סתם צירוק געגעבן די לייסענס פאר די סטעיט??
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

קנאפער ידען האט געשריבן:טענקס פאר די דיטעילד רעפארטאדזש! איט איז וועל עפרישיעיטעד.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4071
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

probably the license lapsed as it was not in operation for while due to the pending sale. (my persianl hasharah)
אוועטאר
geek
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך geek »

יישר כח

ווי איך פארשטיי פון דא האט די קאונטי אונטער דעי'ס זייגער פטור געווארן פון אלע חובות..?
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

איבער די לייסענס:
די קאונטי האט געהאלטן א לייסענס אויף א נורסינג האום, און געהאט דארט קרוב צו 200 פאציענטן.
איז דא צוויי וועגן וויאזוי מ'קען פטור ווערן פון א נורסינג האום. אדער קען מען פארקויפן די האום אינאיינעם מיט די פאציענטן און די לייסענס, אדער קען מען אוועקגעבן די פאציענטן וואס דעמאלט פארלירט מען די לייסענס צו די סטעיט.
אין ארענדזש קאונטי האט מען אויסגעקליבן די ריכטיגע, ערשטע מהלך פון פארקויפן. דא אין ראקלענד איז ער געגאנגען אין אוועקגעגעבן די פאציענטן און אזוי ארום דירעקט פארלוירן די לייסענס. די לעגיסלאטור האט הפנים געשיקט א ביטע קיין אלבאני אין געטענהט אז דעי האט נישט געהאט קיין רעכט דערצו, אבער די בקשת זענען נישט געהעריג געענטפערט געווארן, הויפטזעכליך ווייל עד דעי האט למעשה יא געהאט גענוג א גרויס אויטאריטעט עס צו טוהן.

איבער די טעקסעס, זאלט איר הרב גיק ביטע אנטשולדיגן, אבער דער עד דעי נעמט קרעדיט אויף וואס טומאר ער קען נאר....
ווי געזאגט, האט די קאונטי געהאט א חוב פון 138 מיליאן דאללער. די ערשטע 100 מיליאן האט די לעגיסלאטור געשאפן א באנד, נאך פאר עד דעי איז אריינגעקומען אפילו... אזוי טי די חוב געשטאנען ביי בלויז 38 מיליאן דאללער.
די קומענדיגע 28 מיליאן דאללער איז אראפגעגאנגען צוליב די פאלגענדע סיבות;
1) די בוזשעט אין וואס די "לעגיסלאטור", נאכאמאל, נישט עד דעי, נאר די לעגיסלאטור, האט געמאכט וואס האט אראפגעשניטן פאזיציעס.
2) שניטן וואס שעריף לואיס פאלקא האט געמאכט אין זיין איינהייט, הויפטזעכליך אין די קאונטי תפיסות ווי ער האט געשניטן אווערטיים פיס
3) פיל מער סעילס טעקס און מארגעדזש טעקס, בפרט אין די היימישע קומיוניטי. די היימישע עולם האט די לעצטע פאר יאר געמאכט א געוואלד מיט מער מארגעדזש טראנזאקציעס, און די היימישע עולם דרייט זיך פיל מער אין די געשעפטן ווי די אלגעמיינע גוי וואס קויפט אויף די אינטערנעט.

דאס אלעס האט געפירט צו די נידערונגס אין די חוב, און ביטע זאל די פארשאלטענע עד דעי נישט נעמען קיין קרעדיט ווען ס'קומט זיך אים נישט.

יישר כח פאר העסקן הרב בנציון ווידער וואס האט ארויסגעהאלפן קלאר שטעלן די פאקטן.
...
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

איך פארשטיי אבער נישט, וואס איז שלעכט אז מען פארקויפט עס ?

(איך קען מיך נישט אויס אין די פאליטיק...)
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

וואס איז שלעכט? אז ער האט גענומען א בנין וואס איז געווען ווערט קרוב צו $40 מיליאן, און אנשטאט מאכן רווח אויף די קאונטי'ס חשבון, האט ער פשוט קאליע געלייגט דאס בנין. גארנישט געטוהן, פלעין שאדן געמאכט העכער 10 מיליאן דאללער.
...
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

יעצט כאפ איך אז דו מיינסט מן הסתם צו פרעגן וואס ס'איז שלעכט צו פארקויפן די סעין בנין.
דאס טאקע האב איך געוואלט קלאר שטעלן אין מיין ערשטע תגובה דא אין דעם אשכול, די ארטיקל אין אנהייב.
די טענות זענען זייער קלאר געשטעלט געווארן אין די ערשטע תגובה, אז דו פארשטייסט נישט עפעס ספעציפיש, פרעג ספעציפיש.
אין קורצן איז די מעשה אז ס'איז געווען בעסערע דיעלס וואס ער האט קאליע געלייגט בידים, און די בנין איז סתם אזוי נישטא קיין סיבה אין פארקויפן, די חוב וואס איז נישטא וועט נישט רעדוצירט ווערן, און די בנין איז עפעס וואס די קאונטי וועט דארפן אין עטליכע יאר, און ס'איז צו א גוטע געגנט עס צו פארקויפן סתם ווייל פארוואס נישט.

נעכטן האט עד דעי חוזק געמאכט פון דעם וואס לעגיסלאטור אלדאן וואלף האט געפרעגט וואס ער גייט טוהן מיט די געלט... וואס אין די צייט וואס עד דעי שרייט אז דאס גייט גיין צו פארמינערן די חוב, איז קלאר אז ס'גייט נישט גיין פאר דעם
...
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

א דאנק פארן שיינע און קלארע באריכט.
טראסטי
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 11:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראסטי »

איז דא א פלאן אז דער זאל אפטראגן נאך די קומענדיגע וואלן?
אויך קולמע איז געווען עפעס נייעס אז ער ברויזט אויף וואס מהאט אריינגעלייגט דריי קאנדידאטן אויף די אנדערע ליניע
עני אפדעיטס עין?
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

נאכנישט געהעריג דורכגעטוהן די היי יעריגע וואלן, דעריבער קען איך נישט קאמענטירן. לאמיר האפן ער זאל נישט געוואונען ווידערוויילונג
...
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

שכח @עין פארן מסביר זיין
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

טעקס ארום
...
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

וויאזוי האט בשבילי געשריבן אויבן? אז מ'קען אריינרוקן ראמאפאו איז ער דא...
אט הערט:
סופערווייזער יצחק אולמאן האט פרייטאג געשטעלט א פרעס ריליס אין וואס ער בעט ביי די קאונטי צו באקומען חצי חצי פון די ארום 250,000 דאללער סעילס טעקס פון די ראקלענד באלדערס סטאדיאום.

קודם צו פארשטיין אביסל וויאזוי סעילס טעקס, אין ראקלענד ארבעט.
4.00% גייט פאר ניו יורק סטעיט.
3.75% גייט פאר די קאונטי.
0.375% גייט פאר די MTA
0.125% גייט פאר די לאקאלע טאונס אין ווילעדזשעס
0.125% גייט פאר די פאליציי און לאו אינפארסמענט אינערהאלב די לאקאלע טאונס אין ווילעדזשעס.

דאס איז א ס"ה פון 8.375% אויף רוב סעילס.

די לעצטע צוויי, וואס גייען פאר די לאקאלע מוניציפאליטעטן, ארבעט דורך א קאמפליצירטע פארמולע שאכמ"ל

אז מ'רעדט שוין פון סעילס טעקס; ווי איך האב געשריבן זונטאג נאכט, איז רוב פון די קאונטיס חוב אראפגעגאנגען צוליב די סעילס אין אנדערע טעקס פון די היימישע עולם.
--
טאון אף קלארקסטאון, וואו די פאליסעידס מאלל איז קווארטירט, האט געבעטן פון די קאונטי צו באקומען א גרעסערע פראצענט שטייער אויף איינקונפטן וואס ווערן דארט געמאכט. נאכן זיך שלאגן פאר יארן, זענען זיי פארגיטיגט געווארן ווען די קאונטי באצאלט זיי געוויסע לאו אינפארסמענט אגענטורן וואס זייערע סערוויסעס ווערן גענוצט איבער די גאנצע קאונטי. נו שוין, אויך עפעס.
אלזא, די געדאנק פון מיטטיילן סעילס טעקס איז נישט קיין נייע.

אין זיין פרעס ריליס האט יצחק מסביר געווען אז היות די סטאדיאום איז געבויט געווארן דורך די טאון אף ראמאפאו, - אנדערש ווי די פאליסעידס מאלל וואס זיי צאלן פראפערטי טעקס, - און קיינער באצאלט נישט קיין פראפערטי טעקס פאר דעם, איז נישט מער ווי גערעכט אז די קאונטי זאל געבן א גרעסערע טייל פון די ארום $250,000 סעילס טעקס וואס קומט אריין פון דארט.

אויבן אויף איז עס א גערעכטע טענה, אבער דא האט זיך עד דעי ארויסגעשטעלט און געזאגט אז די קאונטי מוטשעט זיך אויך מיט א חוב, און די בקשה פון יצחק איז נישט צום זאך, און ס'איז בכלל נישט קיין לעגיטימע פארלאנג, און יצחק וואלט געדארפט מאכן ריסערטש פארן רעדן.

שפעטער האט דעי צוגעלייגט אז ער נאך וואס די קאונטי וועט זעהן אז ס'איז מער נישטא קיין חובות, וועט די קאונטי זעהן וויאזוי ער קעו בעסער צוטיילן די געלט.

און שיעור נישט פארגעסן... דעי האט געזאגט, וואלט ער ווען נישט געהעצט זיינע קאונטי לעגיסלאטורן צו אפהאלטן די סעיל פון די סעין בילדינג, וואלט די קאונטיס חוב געווען נידעריגער, וואלט מען געקענט רעדן דערפון...

נעכטן, אין זיין וועכנטליכע שמועס, האט דזשארדזש האומען, קלארקסטאון סופערווייזער אין וואס די סעין בילדינג איז, געזאגט אז ס'איז אינטערעסאנט ווי ראמאפאו פארלאנגט געלט, אין די צייט וואס די גאנצע קאונטי וואלט אזויפיל געקענט פארדינען דורכן פארקויפן די סעין בילדינג.
...
אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

יישר כח פאר די שיינע ערקלערונגען, מען וואלט דאס געדארפט ארומטיילן אין מאנסי, וירא הקהל וישפוט.
די מאנסי'ער ציבור, ווערט יעדעס מאל אויפגעברויזט, אז מען דערמאנט זיך צוויי טעג פאר די וואלן, און מען לייגט גרויסע פלאקאטן און אלע שולן, פארוועם צו וואוטן, פארוואס קען מען דאס נישט באשרייבן און לייגן אפאר וואכן בעפאר די וואלן? אפילו יעצט איז שוין אביסל שפעט, אבער בעסער יעצט ווי נאך שפעטער.
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

איר קענט טוהן מיט דעם ארטיקל וואס איר ווילט (מיט קרעדיט פאר אייוועלט שטייצעך...)
די ארטיקל האב איך פשוט געשריבן אין ליכט פון דעם וואס איך האב נישט פארשטאנען פארוואס טאקע די לעגיסלאטור האלט צוריק דאס פארקויפונגס, האב איך מיר אריינגעלייגט צו דערגיין די פאקטן, על מה ועל למה, ביז איך האב צוזאמענגעשטעלט דאס בילד, און וויאזוי די ארכי רשע עד דעי פארדרייט פאקטן אז ס'זאל אים שמעקן און ס'זאל אים זיין גוט.

די עסקנים אין מאנסי זענען ליידער פארנומען ביז איבערן קאפ, און האבן נישט קיין צייט צו אויפקלערן די עולם... פארן שרייבן די ארטיקל האב איך מיר פארבינדן מיט עטליכע עסקנים וואס האבן גערן ארויסגעהאלפן מיט פאקטן און מקורות. ס'קען זיין אז ס'איז א פראבלעם אז רוב עולם, וואס דארף נישט פערזענליך צוקומען צו די עסקנים הערן נישט פון זיי, אבער דאס מאכט נישט ווייניגער די חוב פון ארויסגיין שטימען פאר די קהילה אינדארסירטע קאנדידאטן. עד דעי דארף אראפגיין פון בענקל און חלילה נישט געוואונען.
א דערווייל בין איך פון די פשוטע ציווילע בירגער אין מאנסי, און נישט איך בין דער וואס גייט גיין אויסלייגן צעטליך אין די בתי מדרשים....
...
להוסיף
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 1:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להוסיף »

מסתם באמערקט מען אז קיינער קאמענטירט נישט אויף 'עין טובה' באריכטן. אינטערסאנט. מאנסי ניק'ס וואלטן דאך גידארפט שטורעמען. נישט אזוי??

די תירוץ איז. קיינער טראסט מער נישט די עסקנים (ליין: דיוועלעפארס) וואס פירן אן די וואלן קאמפעינס אין מאנסי.

צו 'עד דעי' איז גוט אדער שלעכט. ווייסט נישט קיינער. אסאך קלערן אפשר האבן די אידישע דיוועלעפארס חרוב גימאכט א שיינע שטאט. און די גוים זענען נישט אזעלכע אינטיסעמיטן ווי מען מאכט זיי.

דאס האב איך גיהערט פון זייער אסאך מענטשן זייענדיג אפאר וואכן דעם זוממער אין מאנסי.
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

להוסיף האט געשריבן:מסתם באמערקט מען אז קיינער קאמענטירט נישט אויף 'עין טובה' באריכטן. אינטערסאנט. מאנסי ניק'ס וואלטן דאך גידארפט שטורעמען. נישט אזוי??

די תירוץ איז. קיינער טראסט מער נישט די עסקנים (ליין: דיוועלעפארס) וואס פירן אן די וואלן קאמפעינס אין מאנסי.

צו 'עד דעי' איז גוט אדער שלעכט. ווייסט נישט קיינער. אסאך קלערן אפשר האבן די אידישע דיוועלעפארס חרוב גימאכט א שיינע שטאט. און די גוים זענען נישט אזעלכע אינטיסעמיטן ווי מען מאכט זיי.

דאס האב איך גיהערט פון זייער אסאך מענטשן זייענדיג אפאר וואכן דעם זוממער אין מאנסי.


עד דעי איז באמת אן אפענע אנטעסעמיט וואס מען וואלט געדארפט ארויסשטימען ווי שנעלער.

לענ"ד איז מאנסי א ריכטיגע סעמפל פון שרייען "וואלף" פאר'ן צייט, שוין יארן וואס מען שרייט פאר די וואלן, און יעצט ווען די ריכטיגע וואלף איז אנגעקומען גלייבט/טראסט שוין נישט די ציבור קיין איינעם.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

שלום עליכם הרב להוסיף, וועלקאם צו מאנסי,  איך זעה אז אין די עטליכע וואכן האט איר זיך שוין זאגאר באקענט מיט זייער אסאך מענטשן און געהערט פון זיי דאס וואס איר האט דא געשריבן. איך האף אז איר האט הנאה געהאט וויילנדיג דאהי. יעצט צו דיין תגובה, איז קודם דארפט איר פארשטיין אז די אשכול איז געעפנט געווארן איבער די סעין בנין סומאטאכע, און כלל נישט איבער די נושא פון מאנסי בכלל. אלזא אייער תגובה איז כלל נישט אין פלאץ און אז איר ווילט קענט איר עפענען א באזונדערע אשכול און דארט אויסשמועסן וואס ס'דרוקט אייך. א דאנק.

אבער אז איר האט שוין יא געשריבן וואס איר האט  געשריבן וועל איך יא נעמען די מיה און אביסל מסביר זיין...

איך כאפ נישט פארוואס די מאנסי ניקס האבן "גידארפט שטורעמען" כלשונך. דא איז געווען א מעשה וואס ציעט זיך שוין גאנץ לאנג, און האט געצויגן פיל אינטערעסע אין די אלגעמיינע מידיא, און אלס מיט די העצע בעיקר אנטקעגן בנציון ווידער. האב איך געוואלט אויסקלארן די פאקטן און עס געשריבן דא אז אויב נאך איינער וואס האט נאכגעפאלגט די אלגעמיינע מידיא און אויך נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר, זאל קענען לייענען  פונקטליך וואס דא איז פארגעקומען (עטליכע האבן זיך באדאנקט און\אדער אויסגעשמועסט אין אישי, אזוי אז דא איז געבליבן ווייניג קאמענטארן, רעלאטיוו צו א סומעטאכע וואס אפעקטירט די אינדיווידואלן)

דיין נעקסטע פאראגראף שרייבסטו אז קיינער טראסט נישט די עסקנים, צו דעוועלאפערס.

איך ווייס נישט צו די עולם טראסט די  עסקנים  אדער דעוועלעפארס, אבער איר זאלט מיר ביטע אנטשולדיגן, אייער גאנצע תגובה שרייט האס, איך ווייס נישט פונקטליך וועמען דו האסט אדער וועמענס האס דו ברענגסט נאך, אבער ס'איז זייער העסליך אז איינער וואס האט ס"ה געוויילט דאהי אפאר וואכן זאל אזוי רעדן.

די היימישע עולם האלט ע"פ רוב נישט מיט וואס טוטצעך אינדרויסן פון די היימישע עולם, די היימישע עולם הערט כמעט נישט די האס פון אונזערע שכנים און\אדער אזויגערופענע פארטרעטער.

מיט עטליכע יאר צוריק איז געווען וואלן ווי איך געדענק איבער דעם אויב מ'זאל טוישן די זאונינג און ערמעגליכן די יעצט באקאנטע אר15סי זאונינג אין געוויסע חלקים אין די טאון. דאס האט צוגעברענגט צו די יעצטיגע מצב וויאזוי אונזער שטאט קוקט אויס. די טראפיק איז נישט גענומען געווארן אין חשבון געהעריג און יעצט זוכט מען לעזונגען אויף די טראפיק... און אגב, סט לורענס האט שווער פארהאנדלט מיט די סטעיט איבער 306, און קאנסטראקשן איז ערווארטעט זיך צו אנהייבן נעקסטע יאר סעפטעמבער און ביטע זאלן אנדערע נישט נעמען קיין קרעדיט דערפאר....

דעוועלאפערס קענען קאמפעינען וואס זיי ווילן, אבער אויב די מוסדות און די עסקנים שטייען נישט מיט מיט זיי קענען זיי גארנישט טוהן. געווען עטליכע מאל וואס מאנכע האבן געהייסן שטימען פאר אנדערע קאנדידאטן וואס די מוסדות האט פארלאנגט, אבער ב"ה דערווייל האט די קהילה-אינדארסירטע קאנדידאטן רוב מאל געוואונען.

אז סיי ווער האט א פראבלעם אין מאנסי, ווייסט זיך צו ווענדן צו די עסקנים וועמען דו רייסט אראפ דא. יא, אבער איר רעדט זייער נישט שיין קעגן אפאר יחידים וואס געבן זיך איבער פאר די ציבור. בעפאר איינער רייסט אראפ "די עסקנים" זאל  ער ביטע פרובירן צו זעהן צו ער קען רעדן מיט זיי אליין...

איבער דאס שרייען וואלף, דאס בין איך טיילווייז מסכים אז טייל מאל איז עס איבערגעטריבן, אבער רוב מאל ווייסט מען נישט פארדעם וואס די צד שכנגד האט  אין פלאן און וואס זיי פלאנען צו טוהן. עטליכע וואלן האבן שוין געוויזן ווי מ'האט געווינען מיט א שמאלע מערהייט, אדער ליידער פארלוירן צוליב אזאנא מענטשן ווי דיר וואס העצן פאר גארנישט.

 

איבער  דעם וואס דו שרייבסט אז קיינער ווייסט נישט אויב עד דעי איז גוט אדער שלעכט. טוט מיר א טובה און מאכט אייער ריסערטש פאר איר רעדט. אזא אנטיסעמיט איז לאנג נישט געווען אין א פאזיציע איבער מאנסי. איך וויל ניטאמאל ברענגען משלים ווייל די ליסטע איז ענדלעס. די מענטש איז א וויסטע אנטיסעמיט. וואס דארף מען מער דערפון אז זיין אייגענע מענטשן האבן געזאגט אז ער האט זיי געהייסן אויפקומען מיט א פלאן וויאזוי צו אפהאלטן די אידן פון וואקסן?
-
א דאנק פארן אפלייענען די שורות פון א פשוטע מאנסי איינוואוינער און ביטע איידער איר ענטפערט טראכט אריין אין די פאקטן.

 --

צום שלוס: די אשכול איז אויסדרוקלעך נישט פאר מאנסי פאליטיק אין אלגעמיין, ס'איז בלויז איבער די סעין בילדינג פרשה. ביטע נישט פירקלן שלא מן הענין
...
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

;l;p-
זייער גוט געזאגט!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אויב גייט די קאונטי חוב סייווי ווערן זיראו, וואס גייט אזוי אין לעבן פאר דעם רשע צו פארקויפן די סעין בילדינג? גייט ער האבן א פערזענליכע ריוח פון די סעיל?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”