אגב, פאר ווער ס׳ווייסט נישט, די יעצטיגע טוויטער כעס אויסגיס אויף קאממינגס - דער רעפ פון באלטימאר 7th דיסטריקט - איז נישט אומזינסט. טראמפ איז אנגעווייטאגט אויף אים, און מיט רעכט.
ווער ס׳קען שוין טראמפ ביי נאו ווייסט אז טראמפ איז זייער א אפענסיווער פערזאהן. יעדעס מאל ער נעמט זיל איבער איינעמס ביינער, נעגעטיוו און פאזעטיוו אין גלייכן. מיינט דאס אז יענער האט געזאגט אדער געטאן עפעס וואס איז נוגע דעם פרעזידענט פערזענדליך.
ס׳איז כמעט א טעגליכער ערשיינוג, טראמפ קען פליצלונג ארויסטשיקענען א טוויט אז ״פלוני ופלוני איז א געוואלדיגער מענטש״. אזא צייט מיינט דאס אז יענער האט אויף א געוויסע מידיע קאנאל געלאזט פאלן דברי שבחים אויף אים. טראמפ וואס האט דאס מיטגעהאלטן וויל צייגן אז דאס איז געווען בלויז מקצת שבחו ״בפניו״, שמירט ער אים אריין מיט א טוויטשקע.
און די זעלבע איז פארקערט. ווען טראמפ הערט פון איינעם וואס רייסט אים אראפ, וועט ער אויף קיין פאל נישט שילדיג בלייבן, ער וועט אים מזכיר זיין אויף טוויטער ווילאנג יענער בייגט זיך אדער לייגט זיך.
די זעלבע איז ווען א פאלאטישן, אדער סיי ווער נאר טוט אפ עפעס וואס באדערט טראמפ פערזענדליך. למשל, עטליכע וואכן צוריק ווען ניו יארקער גאווענער קאומאו האט אינטערגעשריבן דעם קלאר-פאליטיש-מאטארווירטע ביל צו ערלויבן דאס ארויסגעבן טראמפ׳ס סטעיט טעקס ריטורנס פאר קאנגרעסיאלע קאמיטעין אויב זיי פארלאנגען עס, אפילו אהן א געריכטליכע ווארענט. טראמפ האט דעמאלטס תיכף אפירגענומען דעם טעלפאון און אויסגעגעבן זיין אויפברויז אויף טוויטער. וכו׳ וכו׳.
די זעלבע אין דעם פאל. קאנגרעסמאן קאממינגס איז דער טשעירמאן פונעם הויז-איבערזיכט קאמיטעי, ער פירט אצינד אן א אויספארשונג אויף טראמפ נאנטע געהילפן און משפחה מיטגלידער, זיין קאמיטעי סובפינעט און זיכט ווייטער צו סובפינען דאקאמענטן און אימעיל׳ס פון טראמפ׳ס קינדער פאר שוואוילטאג. אינטער דעם שלייער פון ״איבערזיכט״. מאיזה סיבה זעצן די דעמעקראטן איין אז ״איבערזיכט״ מיינט ״אויספארשונג״. און טראמפ איז ברוגז!
דאס האט איר א היציגע אויפרייס פארגאנגענעם דארנעשטאג דורך טעקסעס קאנגרעסמאן רוי, א ריפאבליקאנע מעמבער אויפן קאמיטעי, בשעת א הירינג איבער סובפינעס וואס דער קאמיטעי וויל ארויסשיקן צו איוואנקע טראמפ.
דראפבאקס —
גוגל דרייוו