בלאט 1 פון 2

טעראר אין טעהעראן - איראנער פארלאמענט אטאקירט

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 4:34 am
דורך Naftule
ברעיקינג ניוס!

א זעלבסטמערדער האט זיך אויפגעריסן אינעם פארלאמענט אין איראן

BREAKING: At Least 7 Killed In Iran Parliament Attack, Attackers Still Inside. One Of The Attackers Is Wearing Explosives, Hostages Inside.

דארף מען דאס פארדאמען, אדער זיך פרייען?... אפשר איז גוט זאלן זיי טעיסטן זייער אייגענע מעדעצין פאר א טויש

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 4:42 am
דורך כאפצעם
זיי האבן שוין נישט געהאט טעראר אטאקעס צענדליגער יארן, זענען זיי אזוי נישט צוגעגרייט צו אז נאך צוויי שעה פון די אטאקעס דרייען זיך נאך אלע טעראריסטן ארום, געוויסע האלטן האסטידזשעס.

ס'לעבעדיג.

וועט זיין אינטערסאנט וויאזוי אמעריקאנער וועלן רעאגירן.. אויסדריקן מיטלייד מיט איראן? פארדאמען די טעראר?

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 5:11 am
דורך Naftule
JUST IN: Islamic State claims responsibility for attack at Iranian parliament and Khomeini's shrine - group's news agency

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 6:09 am
דורך יהודי
מענטשן ביים אנטלןיפן פון די פארלימענט.
די סעלפאנס ארבעטן נישט און איראן געהעריג

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 6:19 am
דורך לחם לשובע
האלט שוין ביי 10 טויטע

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 6:29 am
דורך לחם לשובע
"כלי תקשורת במדינה מדווחים כי חמושים פרצו הבוקר לבנין הפרלמנט, רצחו את השומר ופתחו ביריות עד שחוסלו. "
קען מיר איינער מסביר זיין, אין די איראנער פארלאמענט איז דא נאר איין איינציגער סעקיוריטי מענטש? אזוי ווי ביי מיין יונגעלע'ס חיידר?

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 8:42 am
דורך זאכליך
זאל אייסיס זיך ארומשלאגן מיט איראן, און אונז לאזן במנוחה.

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 8:53 am
דורך מתמיד בארץ הקודש
זאכליך האט געשריבן:זאל אייסיס זיך ארומשלאגן מיט איראן, און אונז לאזן במנוחה.


גוט געזאגט אז מען קען איוסניצען די אינערליכע קריגערייען אינערהאלב די אראבערס אליינס אז זיי זאלן לאזן די פרייע וועלט במנוחה וואלט געווען א מורהדיגע גוטע זאך

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 8:58 am
דורך זאכליך
האלט שוין ביי 12 טויט, 39 פארוואונדעטע.

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 9:18 am
דורך tech yid

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 10:22 am
דורך שלמה הילדעסהיימער
כאפצעם האט געשריבן:זיי האבן שוין נישט געהאט טעראר אטאקעס צענדליגער יארן, זענען זיי אזוי נישט צוגעגרייט צו אז נאך צוויי שעה פון די אטאקעס דרייען זיך נאך אלע טעראריסטן ארום, געוויסע האלטן האסטידזשעס.
...

דריי טעראר אטאקעס אין א דרום פראווינץ אין 2009 דורכגעפירט דורך אן אל קאידא אפיליאירטע גרופע האט אומגעברענגט צוועלף, פופצן און צוויי און פערציג איראנער בירגער.

די הויפטשטאט טעהראן האט שוין לאנג נישט געהאט קיין אטאקעס.

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 10:27 am
דורך יואל שווארטץ
יעצט וועלן זיי שוין קענען זאגן אז סאודי אראביע שטיצט טעראר, און זיי זענען די וויקטימס.

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 10:29 am
דורך שמאטע
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:זיי האבן שוין נישט געהאט טעראר אטאקעס צענדליגער יארן, זענען זיי אזוי נישט צוגעגרייט צו אז נאך צוויי שעה פון די אטאקעס דרייען זיך נאך אלע טעראריסטן ארום, געוויסע האלטן האסטידזשעס.
...

דריי טעראר אטאקעס אין א דרום פראווינץ אין 2009 דורכגעפירט דורך אן אל קאידא אפיליאירטע גרופע האט אומגעברענגט צוועלף, פופצן און צוויי און פערציג איראנער בירגער.

די הויפטשטאט טעהראן האט שוין לאנג נישט געהאט קיין אטאקעס.

דאס איז נישט 'סתם' א טעראר אטאקע.
דאס איז א "פאליטישע" טעראר אטאקע וואס צילט דעם אלטען פאטשיילע קאפ "כא-מעינעיז".... ס'איז אביסעל מער סיריעס ווי סתם א אויפרייס. פלאס, ס'איז אין א פלאץ "פארלימענט"... א סימבאל..

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 10:31 am
דורך צו געזונט
לאמיר מאכען א קאנספיראציע (אדער איז דאס די ווארהייט). די טעראריסטען האבען נאר געמארדעט די פארליאמענטארען וואס שטייען נישט מיט מיט די אויסגעשפראכענע ליניע

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 10:37 am
דורך מצב כללי
וואס האט אייסיס קעגן איראן?

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 10:40 am
דורך שלמה הילדעסהיימער
די ערשטע מיליטער (חוץ די איראקער מיליטער וואס איז אנטלאפן...) וואס איז אריין אין די שלאכטן קעגן אייסיס אין איראק.

אייסיס און אל קאידא רייסן אויף שיא מעטשעטן אין סיריע, איראק, אפגניסטאן אא"וו, אויף א רעגלמעסיגע פארנעם.

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 10:44 am
דורך יאצמעך
איראן העלפט סיריע קעגן זיי.

האקט. שלח

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 11:18 am
דורך יאצמעך
די דראמא גייט נאך אהן?

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 11:39 am
דורך יש ברירה
איראן האט שוין אין א סטעיטמענט געלייגט די שולד אויף סאודע אראביע

פון רויטערס
Iran's revolutionary guards say Saudi Arabia was behind deadly attacks in Tehran

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 11:48 am
דורך משהזוךמיר
יהודי האט געשריבן:מענטשן ביים אנטלןיפן פון די פארלימענט.
די סעלפאנס ארבעטן נישט און איראן געהעריג

זעה אויפ'ן בילד ווי איינער שטייט בייםנעקסטן פענסטער מיט א גרויסן ביקס. איז דאס א טעראריסט? א וועכטער?

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 12:12 pm
דורך זאכליך
אויב די קוקסט נאך בעסער, זעהסטו אז דער מענטש פון דרויסן האלט א קינד. אויף טוויטער האבן געוויסע געשריבן אז מ'האט ארויסגעראטעוועט א קינד.

השתא דאתית להכא, קען מען איינזעצן אז די טעראריסט האט געלאזט ארויסגעבן דעם קינד, אבער אנגעשטעלט די גאן אויב דער עדאלט וויל אויך אנטלויפן. בדוחק, בדרך אפשר.

סיי וויאזוי איז עס א קאמפליצירטע בילד.

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 12:12 pm
דורך גרינע בוים
מצב כללי האט געשריבן:וואס האט אייסיס קעגן איראן?

אייסיס איז סוני איראן איז שיאאט
איינער טראכט אויך אז ס'איז איראן אליין, פרובירן שפילן קאזאק הנגזל נאך וואס טייל גאלף לענדער האבן אפגעהאקט זייערע באציאוגען מיט קאטאר ווייל זיי שטיצען איראן וואס שטיצט טעראר, און אזוי זעהט די וועלט אז זיי זענען אויך רחמנות'ן, אדער קומט נישט אריין אזא קאנספירעסי ווייל איראן שטיצט כאמאס, מוזלעם בראדערהוד אא"ו וואס זענען שיאאטען משא"כ אייסיס זענען סוניס

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 12:40 pm
דורך SPUSMN
Naftule האט געשריבן:JUST IN: Islamic State claims responsibility for attack at Iranian parliament and Khomeini's shrine - group's news agency

אייסיס גייט זיך שלאגען מיט איראן?!

כ'פארשטיי אז דער אולטומעט פלאן איז אז דער "סוני" אייסעס וועט פארניכטען די שיאיטען און הערשען אויף דער גאנצע וועלט; אבער פאוואליע, קודם דארפען זיי דאך איין נעמען און פארניכטען די מערב'דיגער וועלט; איז אלזא, פארוואס עפענען "נאך" א פראנט יעצט, ווען איראן בשיטה שטיצט דאך די אייסעס אטאקעס אויף דער מערב'דיגער וועלט.

איז דא עפעס וואס מיר ווייסען נישט דא? קען דאס איינער ביטע מסביר זיין? וואס ווילען די אייסעס חברה פון איראן?

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 12:47 pm
דורך יש ברירה
אייסעס איז שוין אין מלחמה מיט איראן זייערע שאיטישע מיליציעס זענען די זעלבע רוצחים ווי זיי און זענען היפש אפעקטיוו... און זאגער די הויפט שפילער אין די מאסול שלאכט

דאס איז שוין געוועהן נקמה, ס'נישט די ערשטע שאס

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 12:48 pm
דורך SPUSMN
יאצמעך האט געשריבן:איראן העלפט סיריע קעגן זיי.

האקט. שלח

דאס, מאכט שוין סענס.

יש ברירה זעה איך זאגט אויך אזוי.