בלאט 1 פון 7

מעלדונג איבער נייע פארום "אקטועלע נייעס"

געשריבן: זונטאג יוני 04, 2017 11:53 pm
דורך קרעטשמער
אין א פרישע שריט נאכמער צו פארבעסערן אונזער פארום טוט די הנהלה פראקלאמירן איבער א פרישע אנטוויקלונג וואס איז פון איין זייט פיל שווערער​ ווי די ארבעט ביז היינט, און פון די צווייטע זייט וועט עס פיל פארבעסערן א וויכטיגע טייל פון אונזער פארום, און דאס איז דער דערעפענונג פון א פרישע סוב פארום וואס רופט זיך "אקטועלע נייעס".

אזוי ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ווען עס קומט צו נייעס און פרישע אנטוויקלונגען, בעיקר ווען עס נעמט אריין עפעס פון וועלטס פאליטיק, זענען דא צווישן די שרייבער און לייענער שטארקע מיינונגען אויף ביידע זייטן.
דאס ברענגט אז עס מאכט זיך זייער אפט אז א "נייעס" ווערט פארקראכן... עס גייט פון "נייעס" צו "דעבאטעס" צו "שרייערייען" צו "באשולדיגונגען" צו "קריגערייען" און עווענטועל צו "מעקערייען".

דאס איז נישט באקוועם פאר קיינעם – אויסער די טראלן..... – דאס שמעקט נישט, נישט פארן שרייבער, נישט פארן לייענער, נישט פארן טיילער און נישט פארן כאפער... און פארשטייט זיך נישט פאר די הנהלה.

יעדעס מאל א שרייבער שפירט זיך געטראפן, צו איז עס ווייל מען באציט זיך צו זיין תגובה שלא ביושר, אדער מען אטאקירט אים פאר זיין מיינונג, און פארשטייט זיך אויב ווערט עס היציג און די אחראים דארפן מעקן, טוט עס זייער וויי.

אזא ווייטאג איז נישט נאר אויף די מינוט – דאס אליינס איז גענוג שלעכט – נאר עס האט לאנג טערמיניגע קאנסעקווענצן, אריינגערעכנט – און הויפטזעכליך – אז גוטע שרייבער, געשמאקע שרייבער, זאכליכע שרייבער הערן אויף שרייבן. און עס שטעלט זיך ארויס, אז די שרייבער וואס מערסטענס לייענער און מיטגלידער ווילן לייענען ווערן ווינציגער, און די שמועסן ווערן מער און מער אומלייענבאר און אומגעשמאק.

צוליב דעם האט די הנהלה באשלאסן צו גרינדן א נייע אפטיילונג אין אונזער פארום גערופן "אקטועלע נייעס" וואס וועט באשטיין פון "נאר נייעס".

די פארום "אקטועלע נייעס" פארשפרעכט צו דינען אלס פלאטפארמע פאר אינפארמאטיווע נייעס וואס זאל קענען געליינט ווערן אן ווערן געשטערט דורך די זייטיגע טענה'רייען וואס טוט באגלייטן די טרוקענע נייעס און טוט שטערן די סדר הדברים. די סיסטעם אין דעם פארום וועט ארבעטן אז יעדע תגובה וואס וועט געשריבן ווערן אינערהאלב דעם פארום וועט אדורכגיין די אויגן פון א אחראי אדער מנהל בעפארן​ ארויפגיין ווי דער אחראי וועט האבן די אפציע פון אפראוון און באשטעטיגן די תגובה אז עס איז ראוי און אז עס זאל קענען אריינגיין אינעם פארום און ארויסגיין פאר די פובליק.

דאס הייסט, ווען איר שרייבט א תגובה אין דעם פארום וועט עס נישט גלייך ארויפגיין נאר די מנהלים און אחראים וועלן באקומען א נאטיפיקאציע איבער די תגובה און זיי וועלן האבן די מעגליכקייט עס צו באשטעטיגן אדער לייגן אין א זייט.

עס וועלן זיין א ספעציעלע שטאב מיט אחרים, וואס צו זיי וועט אנקומען די אלע תגובות וואס ווערט געשריבן אין דעם ספעציעלן פארום, און אויב וועט איינער פון זיי באשליסן אז די תגובה קומט נאך די פאדערונגען פון די אפטיילונג וועט עס ווערן ארויסגעלייגט פארן פאבליק.

עס איז צום האפן אז די פארום וועט דינען פאר די צוועק פון לייענער וואס ווילן דוקא זעהן די נייעס אפגעשריבן נארמאל אין א סדר אן די זייטיגע "צוגעהערן" וואס די עבר האט געוויזן אז שרייבן די סארט זאכן האט זיך אפטער יא ווי נישט אריינגעצויגן אין לאנגע צעגערייען טענה'רייען און דעבאטעס, אזש מען האט צומאל געדארפט לייענען עטליכע בלעטער נאר צו טרעפן די טרוקענע פאקטן ארום די געשעענישן.

ויהי רצון שחפץ ה' בידינו צו אהערשטעלן א ריינע מקום אינעם רוישיגן אינטערנעט וועלט יצליח.

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 12:19 pm
דורך א. טראכטער
WOW

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 12:22 pm
דורך דונש
ייש"כ! געוואלדיג!

כה לחי!

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 12:26 pm
דורך רצון טוב
וואס דער גזירת גיוס ברענגט אלץ נישט אן :grin: :grin:

געוואלדיגע שריט
כה לחי.

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 12:29 pm
דורך תורה לערנער
כ'האף אז די אחראים וועלן אויך מאכן א בייעס טעסט...

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 12:34 pm
דורך תכלית הידיעה שלא נדע
יישר כח פאר די שווערע ארבעט וואס ענק לייגען ארייין לשביעת רצון כל החברים

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 12:34 pm
דורך מיסטעריעז
א הערצליכן דאנק פארן אהערשטעלן דעם פארום, וואס וועט האפענטליך זיין דער ענדגילטיגער עצה צו ערמעגליכן דאס אנוועזנהייט פון סענסיטיווע נייעס אויפן וועלטל.

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 12:35 pm
דורך יאסעלע
שוין פארדרייט פון טרוקענע נייעס צו פאליטיק!!! די פערטע תגובה!

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 12:38 pm
דורך כאפצעם
קודאס צו די שווערע ארבייט וואס די הנהלה לייגט אריין, אבער לדעתי זעה איך נישט קיין קיום דערפאר, שרייבער און נייעס ברענגער ווילן ע"פ רוב יא הערן קאמאנטארן און הערות. פאר סתם באריכטן קען מען ליינען די צייטונג אדער די דעילי איד, ניין?

-------
אפשר טאקע ביי סענסעטיווע טאפיק ווי די ענין העומד על הפרק קען עס צוניצקומען אבער דאס איז נישט א טעגליכע געשעעניש

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 12:39 pm
דורך רצון טוב
די נייער פארום ארבעט נאר פאר שרייבער, געסט זענען דערווייל אויסגעשלאסן מיטצוהאלטן יענעם פארום.

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 1:09 pm
דורך ביזן סוף
זייער שיין אויס געהארבעט א גריסן יישר כוח

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 1:17 pm
דורך יקוםפרקן
אוי וויי - א בראך!
פון דעם סארט נייעס באריכטן האבן מיר שוין איבערגענוג! ווי א.ג. אומאפהענגיקע רעדאקטארן זיפן איבער וואס זיי ווילן נישט, און לאזן דורכקליטשן וואס זיי ווילן יא.
דער גאנצער געדאנק פון דעם פארום איז לדעתי אז יעדער יא יעדער זאל קענען שרייבן און באשליסן וואס איז נייעס! (פארשטייט זיך ער דארף זיך האלטן צו די הויכע ניווא תקנות פון דעם פארום) אבער אזא גזירה מען טראסט שוין נישט אונזערע חשוב'ע שרייבער...

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 1:24 pm
דורך farshlufen
שיין, א ריזיגער געדאנק.

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 1:25 pm
דורך אלי' מקוה יוד
רצון טוב האט געשריבן:די נייער פארום ארבעט נאר פאר שרייבער, געסט זענען דערווייל אויסגעשלאסן מיטצוהאלטן יענעם פארום.

דאס איז א סעטינג וואס מ'האלט אינמיטן אויספיגערן וויאזוי צו פאררעכטן, היות ס'איז דא סערשטע מאהל וואס מ'נוצט דעם סארט פארום.

כ'קען מעיד זיין אז וויכי האט געארבעט ביז די םארטאגס שטונדן איבערמידלעך אז דאס זאל קענען צושטאנד קומען.

שרייטס אלע, וויכ איז דע מען!!!!!!!!!!!!!!!!!!

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 1:26 pm
דורך אלי' מקוה יוד
ברעיקינג! אין די מינוטין קומט אריין די מעלדונג אין איוועלט הויפקווארטירן, אז ס'איז שוין פארראכטן, געסט קענען שוין אויך זעהן דעם פארום.

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 1:30 pm
דורך ניס קראכער
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:ברעיקינג! אין די מינוטין קומט אריין די מעלדונג אין איוועלט הויפקווארטירן, אז ס'איז שוין פארראכטן, געסט קענען שוין אויך זעהן דעם פארום.

שכוח איך בין נישט קיין גאסט נאר דער סיסטעם מאכט מיר יעדע האלבע מינוט פאר א גאסט...

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 1:31 pm
דורך כאפצעם
כאפצעם האט געשריבן:קודאס צו די שווערע ארבייט וואס די הנהלה לייגט אריין, אבער לדעתי זעה איך נישט קיין קיום דערפאר, שרייבער און נייעס ברענגער ווילן ע"פ רוב יא הערן קאמאנטארן און הערות. פאר סתם באריכטן קען מען ליינען די צייטונג אדער די דעילי איד, ניין?

-------
אפשר טאקע ביי סענסעטיווע טאפיק ווי די ענין העומד על הפרק קען עס צוניצקומען אבער דאס איז נישט א טעגליכע געשעעניש

אה, יעצט זעה איך אז מ'קען יא אלגעמיין קאמאנטירן עס דארף נאר פעסן דעם פילטער...

גוט..

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 1:33 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
יישר כח פאר אייך טרייע אחראים.

ווכי איז די מען ווייסט דאך יעדערערער, וועט א ווארט פון זאפטי אויסמאכן דען?!

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 1:37 pm
דורך ווישוואש
יקוםפרקן האט געשריבן:אוי וויי - א בראך!
פון דעם סארט נייעס באריכטן האבן מיר שוין איבערגענוג! ווי א.ג. אומאפהענגיקע רעדאקטארן זיפן איבער וואס זיי ווילן נישט, און לאזן דורכקליטשן וואס זיי ווילן יא.
דער גאנצער געדאנק פון דעם פארום איז לדעתי אז יעדער יא יעדער זאל קענען שרייבן און באשליסן וואס איז נייעס! (פארשטייט זיך ער דארף זיך האלטן צו די הויכע ניווא תקנות פון דעם פארום) אבער אזא גזירה מען טראסט שוין נישט אונזערע חשוב'ע שרייבער...

די חברה אין די פענטאגאן האבן אזוי באשלאסן. גזירת המלכות היא.

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 1:59 pm
דורך וויכטיג מאכער
רצון טוב האט געשריבן:די נייער פארום ארבעט נאר פאר שרייבער, געסט זענען דערווייל אויסגעשלאסן מיטצוהאלטן יענעם פארום.



שוין מסודר...

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 2:07 pm
דורך וויכטיג מאכער
יקוםפרקן האט געשריבן:אוי וויי - א בראך!
פון דעם סארט נייעס באריכטן האבן מיר שוין איבערגענוג! ווי א.ג. אומאפהענגיקע רעדאקטארן זיפן איבער וואס זיי ווילן נישט, און לאזן דורכקליטשן וואס זיי ווילן יא.
דער גאנצער געדאנק פון דעם פארום איז לדעתי אז יעדער יא יעדער זאל קענען שרייבן און באשליסן וואס איז נייעס! (פארשטייט זיך ער דארף זיך האלטן צו די הויכע ניווא תקנות פון דעם פארום) אבער אזא גזירה מען טראסט שוין נישט אונזערע חשוב'ע שרייבער...



דזשאסט פאר די רעקארד, ס'האצעך גארנישט געטוישט... נאר ביז יעצט האט מען געדארפט מעקן צוויי פון יעדע דריי תגובות, יעצט אפראווד מען די איינס פון דריי... אין פאקט האבן טייל אליין אויפגעהערט שרייבן... יעדע נארמאלע נייעס תגובה, אפילו ס'שטעלצעך נאכדעם ארויס צו זיין פאלטש ווערט אפראווד, און שפעטער ווערטעס געלייקענט... אבער די תגובות וואס זענען דא צו בארעדן מענטשן און אראפרייסן אנדערע, די גייען אין גארבידזש... און די זעלבע איז מיט שפעקילאציעס אין די נייעס אשכול... נארמאל געשריבענע שפעקילאציעס און שמיעסן גייען אין די דעבאטעס און שמיעסן אשכול...

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 2:08 pm
דורך עין טובה
כאפצעם, די סענסיטיווע נייעס גייט אהין דארט, נייעס מיט דעבאטעס בלייבן דארט ווי ס'איז, מיטן אויסנאם אז סענסיטיווע נייעס וועט מען אהינפירן...
לדעתי איז עס זייער א גוטע שריט אין אפטיילן נייעס פון דעבאטעס.

קודאס!

-וויכי האקט, שלח

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 2:10 pm
דורך איך ווייס
איין פראבלעם מיין איך אז סאיז דא
נישט קיין פראבלעם נאר קריטיק....
אז טאמער איז דא א ברעיקינג נייעס וועט עס נעמען אפאר מינוט ווי לאנג ס'וועט ארויף גיין אויפן סיסטעם

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 2:14 pm
דורך וויכטיג מאכער
אמת, אבער צוויי זאכן... איינס עפ"ר נעמטעס נישט לאנג, רוב תגובות ווערן אפראווד אין סעקונדעס ביז מינוטן...

און אפילו אויב נישט, לוינצעך דען נישט צו ווארטן מיט ברעיקינג נוז און לכבוד דעם פארמיידן צענדליגער איסורים? בזיון ת"א, הלבנת פנים, לשון הרע וכד'... ענדערש זיין א מינוט שפעט ווי איידער עובר זיין אויף איסורים...

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 2:17 pm
דורך אלי' מקוה יוד
וויכטיג מאכער האט געשריבן:אמת, אבער צוויי זאכן... איינס עפ"ר נעמטעס נישט לאנג, רוב תגובות ווערן אפראווד אין סעקונדעס ביז מינוטן...

און אפילו אויב נישט, לוינצעך דען נישט צו ווארטן מיט ברעיקינג נוז און לכבוד דעם פארמיידן צענדליגער איסורים? בזיון ת"א, הלבנת פנים, לשון הרע וכד'... ענדערש זיין א מינוט שפעט ווי איידער עובר זיין אויף איסורים...

וויכי הייבט שוין אן מיט פאליטיק ... וואס קומט אריין תולדות אהרן אין די פיקטשער?...