קלענערע עלעקשאנס נאציאנאל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 1:28 pm

ליבלעך האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:מארגן קומט פאר א צאל סטעיט און לאקעל פארמעסטן. היי יאר ווערט אנגערופן אן "אוף יער עלעקשאן" די סיבה דערביי איז, ווייל עס האט נישט קיין סענאט אדער פרעזידענט וואלן און אפילו נישט קיין סאך סטעיט- ווייד עלעקשאנס. עס איז אבער יא דא סטעיט לעגלעטיווע עלעקשאנס און מעיארעל פארמעסטן אזוי-ווי ניו יארק סיטי.

צוויי סטעיטס האבן יא סטעיט-ווייד עלעקשאנס און דאס איז ניו דשערסי און ווירדזיניע.

ניו דשערסי איז כמעט ווי פארזיכערט אז דער דעמאקראט וועט געווינען, קודם צוליב די שוואכע דזשאב פון דעם יעצטיגן פעשן בירגערמייסטער און סתם ווייל איז ניו דשערסי איז א א דעמאקראטישע סטעיט.

און ווירדזיניע איז שוין אן אנדערע מעשה. ווירדזיניע איז בעצם געווען א מער רעפוליקאנער גענויגטע סטעיט, אבער זינט 08 האבן די דעמאקראטן געווינען יעדן סטעיט פארמעסט מיטן אויסנאם פון באב מעקדאנעל ע"ה וואס האט געווינען די גאווענערס וואלן אין 09.

עס איז דא גוטע נייעס היי יאר פאר די רעפוליקאנער בכלל און פאר דעם רעפוליקאנער קאנדידאט "עד גילעספ" בפרט.

אויב מקוקט אויף די היסטערי פון די "עוועריטש פאולינג" און די פאקטישע רעזולטאטן שאצט מען ע"פ רוב אינטער די רעפוליקאנער אין דעם סטעיט. אין יארע 13 אין די גאווענערס וואלן האט מען אינטערגעשאצט די דעם רעפוליקאנער מיט 4.2 פראצענט פון די לעצטע ר.ס.פי. עוורעטש . אין 09 אין די גאווענערס וואלן האט מען אינטערגעשאצט די דעם רעפוליקאנער מיט 4.1 פראצענט. ביי סענאט פארמעסט אין 14 האט מען גאר שטארק אינטערגעשאצט דעם יעצטיגן רעפוליקאנער קאנדידאט "עד גיעלפי". אבער פון דארט איז נישט קיין ריאה ווייל די לעצטע טעג פון די וואלן איז נישט ארויסגעקומען קיין נייע אנקעטעס. סטראטעגיסטן פון ביידע פארטייען האבן געוויסט אז זאכן פארשמעלערן זיך, אבער נישט אזוי ווייט ווי עס האט זיך צום סוף ארויסגעשטעלט. אונזער וועטעראן סטראטעגיסט און אנליסט מר. וויכטיג מאכער הי"ו הנקרא בי כל וויכי, האט דאס שוין פאראויסגעזעהן נאך פאר יעדן איינעם. עכ"פ זיי זענען ארויסגעקומען שטערקער ווי געראכטן אבער מען קען נישט שאצן וויפל.

גראדע די צוויי פרעזידענט פארמעסטן דהיינו 08 און 12 האט מען אונטער געשאצט די דעמאקראטישע שטארקייט, אבער פון דארט איז אויך נישט קיין ריאה ווייל עס איז געווען א גענצליכע סופרייז פאר די פאולסטערס אז די דעמאקראטן זאלן זיין אזוי שטארק.

בלייבט נאר איבער צוקוקן אויף די צוויי לעצטע גאווענערס פארמעסטן איז אזוי, מען האט אונטער געשאצט די רעפוליקאנער מיט אן עווריטש פון 4.15 פראצענט, יעצט ווי מיר שטייען היינט נאכן לידט דער דעמאקראטישע קאנדידאט "ראלף נארטעם" מיט 3.3 פראצענט 4.1 – 3.3 פראצענט = .08 פלאס פאר דעם רעפוליקאנער קאנדידאט "עד גילעספי". זייער שמאל אבער עס איז זייער מעגליך אז דאס וועט געשעהן בעיסט אויף די היסטאריע.

עד גילעספי האט אויך יחוס עצמו, ער איז גאר א גריבענער, געריסענער פאליטישאן, דער דעמאקראטישע קאנדידאט ראלף נארטעם קומט נישט צו צו עד גילעספי’ס פאליטישע טאלאנטן כקליפת השום. דער עד גילעספי האט געדינט אלס דער ר.נ.ס. טשערמאן אין די בוש יארן, דזשארדש דאובעליאו איז אים אסאך שולדיג פארן העלפן געווינען אין 04. יא די אנדערע חברה געוועזענער טשערמאן פון די ד.נ.ס. סענאטאר טים קעין און דער יעצטיגער גאווענער טערי מעקאליוף אויך א געוועזענער טשערמאן פון די ד.נ.ס. גריבענע חברה, אבער נישט עד גילעספי, ער האט שיעור ארויסגעצויגן דעם קארפעט פון אונטער די פוס פונעם פאפורלערער דעמאקראטישע סענאטאר מארק ווארנער.

אבער לאידך גיסא זעהט אבער פון עטליכע ריכטונגען אז זאכן דרייען זיך אביסל צו דעם דעמאקראטישע קאנדידאט ראלף נארטעם צו ביישפיל אן אנקעטע גענומען געווארן דורך א רעפובליקאנער פירמע מיטן נאמען The Polling Company R לעצטע וואך האט געוויזן א דריי פראצענט אויבערהאנט פאר גילעספי היינט האט די זעלבע פירמע געוויזן אן אויבערהאנט פאר נארטעם מיט איין פונקט. די זעלבע האט פאסירט מיט די אינדיפענדענט פירמע מיטן נאמען Monmouth University האט געוויזן אן איין פראצענט אויבערהאנט פאר גילעספי היינט האט די זעלבע פירמע געוויזן אן צוויי פרצענט אויבערהאנט פאר נארטעם.

בלייבט נאר איבער עלטער צו ווערן מיט א טאג, צו זעהן ווער עס גייט געווינען די נאכט.

ווי אויך קומט היינט פאר אן עלעקשען אין UT-3 קאנגרעשענעל דיסטריקט ווי די רעפובליקאנער זשאן קארטיס איז ערווארטעט גרינג צו געווינען די אפענע ספעשעל עלעקשען זיץ

און לויט די דעילי איד קומט היינט אויך פאר עלעקשען'ס אין אלאבאמא און פענסילוועיניע....

Screenshot_20171107-122432-01.jpeg
Screenshot_20171107-122432-01.jpeg (173.78 KiB) געזעהן 2310 מאל


Screenshot_20171107-122500-01.jpeg
Screenshot_20171107-122500-01.jpeg (101.64 KiB) געזעהן 2310 מאל

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11604
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 1:32 pm

כ'מיין ער האט א טעות, אלאבאמע סענאט וואלן איז אין דעצעמבער

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 1:52 pm

כאפצעם האט געשריבן:כ'מיין ער האט א טעות, אלאבאמע סענאט וואלן איז אין דעצעמבער

ס'איז א מיעסן טעות! וואלן איז דעצעמבער 12

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 7:40 pm

זעהט אויס אז די דעמאקראט נארטעם האט געווינען אין ווירזשיניע

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 7:48 pm

@Projection: Ralph Northam (D) has been elected next governor of VA, defeating Ed Gillespie (R). #VAGOV

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23018
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 7:48 pm

לויט די ני"ט שאצונג האטערעס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11604
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 7:57 pm

נארטעם האט עס מיט א לענדסלייד!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3060
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 8:03 pm

כאפצעם האט געשריבן:נארטעם האט עס מיט א לענדסלייד!

Screenshot_20171107-200151.png
Screenshot_20171107-200151.png (85.33 KiB) געזעהן 2153 מאל

דאס מיינט לענדסלייד?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 8:04 pm

דעמאקראט מורפי האט געווינען דעם ניו דזשערסי גאווערנערס רעיס!

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 8:05 pm

@KolHaolam: NEW JERSEY: BREAKING: CNN projects Democrat Phil Murphy will win New Jersey's governor race.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11604
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 8:07 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:נארטעם האט עס מיט א לענדסלייד!

Screenshot_20171107-200151.png

דאס מיינט לענדסלייד?

דאס איז שוין נאכן אויסניצן מערסטנס רעפובליקאנע העווי קאונטיס אין די סאוט, ווארט אויף די דעמאקראטישע פעסטונגען וואס הייבן הערשט באלד אן אריינצושטראמען

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23018
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 8:08 pm

גאפל האט געשריבן:@KolHaolam: NEW JERSEY: BREAKING: CNN projects Democrat Phil Murphy will win New Jersey's governor race.



דאס מיינט א לענדסלייד...

די מעשה מיט ווירדזשיניע איז אז לויט ווי ס'קוקט אויס גייט נארטעם אנציען שטערקער ווי אלע לעצטערע פאולס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11604
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 8:11 pm

ברעיקינג:

נבס ניוז דערקלערט נארטאם אלס געווינער אין ווירזשיניע.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23018
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 8:26 pm

AP אויך! סיז א חידוש אז סאט געדויערט אזוי לאנג! ס'קוקט אויס אז ער געווינט גאר שטארק!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 8:40 pm

אין די house of delegates האבן שוין די דעמאקראטן צוגענומען 11 זיצען פון די רעפאבליקענס, נאך 6 אין זיי נעמען איבער קאנטראל

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11604
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 8:42 pm

עד געליפסי'ס קאמפיין בלעימד אפישעלי טראמפ. טראמפ שרייט צוריק אויף טוויטער אז געליפסי איז שולדיג. ס'איז חאגע אינדערוואכן...

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 9:01 pm

כאפצעם האט געשריבן: ס'איז חאגע אינדערוואכן...

;l;p-
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11604
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 9:10 pm

דעמאקראטן זענען אן טרעיק איבערצונעמען די דעלעגאטן הויז אין ווירזשינע! זיי האבן שוין איבערגעדרייט 12 רעפובליקאנער זיצן און זענען פארויס אין נאך 6.

א טארנעידא.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5863
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 9:20 pm

כאפצעם האט געשריבן:דעמאקראטן זענען אן טרעיק איבערצונעמען די דעלעגאטן הויז אין ווירזשינע! זיי האבן שוין איבערגעדרייט 12 רעפובליקאנער זיצן און זענען פארויס אין נאך 6.

א טארנעידא.

כאפצעם, די ריפאליקאנער האבן געהאט זינט פארגענעם Nuv 7 2016 אסאך גוטע נעכט. 4 סעפעשיל עלעקשען׳ס.. און אויב מיט דעי 2 דעמעקראטישע גאווערנער געווינסן גייסטו ארויס פון די כלים ביסטו און א שלעכט פאזיציע.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11604
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 10:01 pm

עס איז נישט וואס איז געשעהן, ס'איז וואס ס'זאגט פאר.

וואס דא גייט פאר איז חוץ די עצם געווינסן האבן דעמאקראטן איבערגעדרייט עטליכע דיסטריקטס וואס רעפובליקאנער מוזן האלטן אין די מידטורם צו אנהאלטן קאנטראל אין קאנגרעס.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 10:03 pm

התנצלות, אנטשאלדיגט פאר די נישט ריכטיגע פאראויסשאצונג אין די ווירדזשיניע גאווערנאר וואלן, מיר האבן נישט אריינגעלייגט די טראמפ אפעקט וואס האט גורם געווען דעם גרויסן פארלוסט פאר ״עד גילעספי״.

מיט פארשטענדעניש.

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 10:52 pm

העי, דארפסט דיר לערנען פון די אלע פאליטישע קאמענטירער... זיי וועלן זיך קיינמאל אנטשולדיגן פאר א wראנג קאצונג. פאר קיין געלט נישט.

אלזא ווי ס'קוקט אויס איז מר. טראמפ און די רעפובליקאנער אין אן ערנסטן געפאר צו פארלירן ביידע קאנגרעס הייזער. ס'קומט א לעבעדיגן מידטורם וואל יאר.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 11:04 pm

מידער האט געשריבן:העי, דארפסט דיר לערנען פון די אלע פאליטישע קאמענטירער... זיי וועלן זיך קיינמאל אנטשולדיגן פאר א wראנג קאצונג. פאר קיין געלט נישט.

אלזא ווי ס'קוקט אויס איז מר. טראמפ און די רעפובליקאנער אין אן ערנסטן געפאר צו פארלירן ביידע קאנגרעס הייזער. ס'קומט א לעבעדיגן מידטורם וואל יאר.


עס האט זיך אלעס געלוינט נאר צו הערן פון אייך.

יא, א שווערע נאכט פאר די טראמפ שטיצער. אבער נישט פאר טראמפ אליין ווייל ער באשולדיגט אלעמאל א צווייטן פאר זיינע פארלוסטן, און ער האט אונז נישט סאפרייזד היינט אויך נישט מיטן באשולדיגן עד גילעספי צוויי מינוט נאכדעם וואס מען האט דערקלערט דעם געווינער.

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 11:16 pm

וואס באשולדיגט ער גילעספי?

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 11:22 pm

מידער האט געשריבן:וואס באשולדיגט ער גילעספי?


דאס האסטו דעם פי חכם חן...

Ed Gillespie worked hard but did not embrace me or what I stand for. Don’t forget, Republicans won 4 out of 4 House seats, and with the economy doing record numbers, we will continue to win, even bigger than before!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א מוח, טשיינע רב, פארקלאצט און 34 געסט