פרעזידענט אבאמא געבוירן אין קעניע?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
פרעזידענט אבאמא געבוירן אין קעניע?
עפעס טוט זיך אז אבאמא'ס ברודער - וואס איז א טראמפ שטיצער - האט ארויסגעגעבן א געבורט שיין וואס זאגט קליפ און קלאר אז באראק כוסעין 44 איז געבארן אין א שפיטאל אין קעניע.
וואו איז ער געווען פאר 9 יאר צוריק?
וואו איז ער געווען פאר 9 יאר צוריק?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2190
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6639
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
- לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם
ברעקיניג!!
אין א שטוינעדע אנטוויקלונג איבער די בירטער אישו, ווערט יעצט אויפקעדעקט אז אבאמא איז בכלל נישט געבוירן געווארן קיינמאל.
א ווייסע הויז ווארט זאגער געבט איבער, דער פרעזידענט איז אינפארמירט געווארן דערפון פרי פארטאגס, דורך געהיימע קוועלער, דער פרעזידענט וועט געבן א רעדע צום פאלק איבער דעם אין די קומענדיגע שעות.
אויף די פראגע פון א רעפארטער, וויאזוי קען דאס זיין אז ער איז נישט געבוירן, ער האט דאך געמאכט ״אבאמא קעיר״? האט קאנוויעי גענטפערט; מיר האבן אלטערנאטיווע פאקטן וואס זאגן אנדערש.
ספייסי האט געשלאגן קאפיטאל דערמיט, זאגענדיג יעצט זעהט שוין יעדער אז טראמפ האט געהאט די גרעסטע קראוד אין היסטאריע ביי זיין איינשווערונגס צערעמאניע, נעמליך וויבאלד אבאמא האט בכלל נישט געהאט קיין אינאגארעשאן, היות אבאמא לא היה ולא נברא.
ווען מען האט געפרעגט בענאן צי דער פרעזידענט האלט נאך אלס אז אבאמא האט אינטערגעהערט זיינע געשפרעכן, האט ער גענטפערט אז יא, די גאנצע דערהער אז אבאמא איז בכלל נישט געבוירן איז נאר לחומרא און נישט לקולא.
אין א קאנטער רעאקציע הערט מען פארלאנגען פון דעמאקראטישע פירער אז פרעזידענט טראמפ זאל ארויסגעבן זיין טויט סערטיפיקאציע, אזאך וואס די טראמפ מענטשן האבן קאטאגאריש אפגעווארפן, עס וועט קומען אינאיינעם מיט זיין טעקס רעטורן, זאגט דזשאן מילער.
דערווייל איז די אמעריקאנע פאלק אין טיפן שאק, א אנקעטע גענומען דורך ברייטבאט ניוז צייגט אז 95% טראמפסטער האלטן אז אבאמא איז בכלל נישט געבוירן, בעת די איבריגע 5% האלטן אז ער איז געבוירן אין קעניע.

רצונינו לעשות רצוניך.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2401
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
- לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
בוידעם האט געשריבן:...אבאמא לא היה ולא נברא...
היה ולא נברא כצ"ל
(היה אבער לא נברא)
--
עס דערמאנט מיר אין דער וואס איז אראפ פון זינען ווייל ער האט שוין נישט געוויסט וואס ער איז, און געקומען צום החלטה אז ער איז זיין אייגענע זיידע, ממילא עקזיסטירט ער נישט.
די גמרא אין כריתות רעכענט אויס אזעליכע פעלער וואס זענען יתכן במציאות.
אין דער פאל איז דער געקומען צום החלטה אז היות זיין ווייב איז זיין (שטיף) מאמע''ס (אמת'ע) מאמע; דענמאלט מוז ער (אלץ איר מאן) זיין, זיין אייגענע (שטיף) זיידע. יעצט וויאזוי קען א מענטש זיין, זיין אייגענע זיידע? אלא מאי עקזיסטירט זיין זיידע, אבער "ער" עקזיסטירט נישט און זיין ווייב איז א לעבעדיגע אלמנה.
דאס זעלבע דא; אבאמא היה; אבער אמעריקע איז געווען א לעבעדיגע יתום און נישט געהאט קיין ווירטואלע פרעזידענט (געווען פרעזידענט פון דער וועלט אבער נישט פון אמעריקע). ער, היה, אבער זיין פרעזידענטשאפט (לא היה ו)לא נברא.
--
ויתן לך; יעצט פארשטייסטו שוין?
און וועגען דעם וויל אבאמא זיין דער נעקסטע יונייטעד נעישאן סעקרעטערי גענעראל; ווייל דאס איז ער געווען פאר די לעצטע אכט יאר (אומאפיציעל).
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג מארטש 10, 2017 12:52 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
איינער וויל רעדן קלאר? ווער איז דאס "אבאמא"?
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9235
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
בשבילי נברא האט געשריבן:יאסעלע האט געשריבן:איינער וויל רעדן קלאר? ווער איז דאס "אבאמא"?
א קאזין מיט "איוב"
איין חילוק נאר, ביי איוב איז עס א 50-50 פראצענט שאנס צו "לא הי' ולא נברא" ווייל ס'איז א יש אומרים ווערסוס א יש אומרים ש"הי' ונברא".
משא"כ ביי אבאמא איז עס א 95 פראצענט שאנס אז ער איז בכלל נישט אין עקזיסטענץ.
א וויפלטער קאזין? און וויאזוי זאגן 5% אז נישט? #פרעג ניוס.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
ואגב, אבאמא'ס באבע האט געזאגט אז ער איז געבוירען געווארען אין קעניע, און זי איז דארט געווען.
וועל מיר מוזען זאגען אז די באבע לא היה ולא נברא.
טעיק יור טשויס; אדער איז אבאמא לא היה ולא נברא, אדער זיין באבע איז לא היה ולא נברא.
אדער גאר (דער דריטע טשויס) מיר אלע לא היה ולא נברא.
וועל מיר מוזען זאגען אז די באבע לא היה ולא נברא.
טעיק יור טשויס; אדער איז אבאמא לא היה ולא נברא, אדער זיין באבע איז לא היה ולא נברא.
אדער גאר (דער דריטע טשויס) מיר אלע לא היה ולא נברא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 457
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm