כאפצעם האט געשריבן:טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:כאפצעם האט געשריבן:מטעמים האט געשריבן:איך האף אז טראמפ האט פעסטע באווייזען ווייל אויב נישט איז ער יצא מדעתו.
אבאמא האט עס קאטעגאריש אפגעלייקענט.
ער לייקענט אז ער האט עס געארדערט, נישט אז עס איז נישט געווען.
אז די עף בי איי זענען געגאנגען ווייערטעפן טראמפ -און פון טראמפ'ס אויסברוך היינט אויף טוויטער ווען ער איז עס געוואיר געווארן- מיינט אז די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג איז אסאך טיפער ווי מ'מיינט.
ארויפגעברענגט לאור המצב..
און ווי ס׳שטעלט זיך ארויס האט כאפצעם נאך די בעסטע אפגעשאצט די מצב, גענוי 3 יאר צוריק. אפלערנענדיג אבאמא׳ס לייקענוג אז ער האט עס נישט ״געארדערט״, הגם נישט געלייקענט אז עס איז בכלל פארגעקומען.
אזוי אויך ווייסט מען שוין היינט אז די רוסלאנד אויספארשונג איז טאקע געגאנגען פיל טיפער ווי מ׳האט דאן געמיינט, און אז מ׳האט עס טאקע געקענט זעהן פון די FBI אביוז.
יעצט ברויך מען נאר געוואויר ווערן אויב ס׳איז טאקע נישט געווען אבאמא׳ס פארארדענונג דירעקט, אדער האט ער עס פלעין ענדזשויט און מיטגעהאלטן. אבער וואס איז שוין זעכער איז, זיין אדמיניסטראציע.. סקאנדאל פריי.
יאפ, ריכטיג. ווי דאן געזאגט טאקע. און אצינד 3 יאר פון דעמאלטס איז נאכאלץ נישטא קיין שום עווידענס אויף יענער אינפעמאוס באוגעס קלעים. נאט איווען רימאוטלי קלאוס.
און יא, אטאמאטיש סקאנדאל פריי, ווייל א סקאנדאל איז נאר אויב האט ער עס פארארדענט, וואס דאן איז עס א פאליטישע אינוועסטיגעישאן. אבער ווילאנג ס'איז אן אינדעפענדענט עף בי איי אינוועסטיגעישאן, און זיי בריעפן אים ס"ה מיט אפדעיטס וכו' איבער א מעגליכער שפיאן און קאלאברירער מיט א פיינטליך לאנד איז עס שטייצעך די געווענליכע ריספאנסעביליטי פון א פרעזידענט צו וועלן וויסן די פונקטליכע פרטים פון א פאטענציאלע נאציאנאלע זיכערהייט טרעט.
לאמיר נאכאמאל קלארשטעלן כאפצעמ'ס מיינונג: אויב אבאמא האט פארארדנט די רוסלאנד אויספארשונג איז עס א פאליטישע אינוועסטיגעישאן, משא"ע אויב סיז אן אינדעפענדענט FBI אינוועסטיגעישאן.
אביסעלע פאקטן וואס מען ווייסט היינט:
יאנואר 4, 2017 האט דער FBI אגענט וואס האט געפירט די אויספארשונג אויף פלין באשלאסן צו פארמאכן די קעיס נאכ'ן נישט טרעפן קיין שום עווידענס פון קיין שום קריים קעגן אים, און דאס איז געווען שוין נאך די פאון קאל צו קיזליאק (וועלכע איז פארגעקומען דעצעמבער 29), וועלכע האט זיך ארומגעדרייט ביי די FBI מיט די נאמען אויפגעדעקט, וויבאלד עס איז קיינמאל געווארן געמעסקד.
א טאג שפעטער איז פארגעקומען א מיטינג אין אוועל אפיס איבער די פלין קעיס. לויט דער באגלייבטסטער עד זייט בריאת העולם פיטער סטראק - דער וואס האט געשריבן די דאקומענט צו עפענען די ראשע אינוועסטיגעישאן, עס געשיקט צו פיטער סטראק פאר אפראוועל, סיסיד פיטער סטראק, און באקומען אפראוועל פון פיטער סטראק (עכט!), און דאס אלעס בשעת'ן לאזן זיין טיפע האס צו טראמפ ביים טיר פון אפיס - האט דער FBI דירעקטאר קאומי באשטעטיגט אז פלינ'ס פאון קאל איז געווען אויסגעהאלטן. וויצע פרעזידענט ביידען איז גאר געווען דער וואס האט פארגעשלאגן די געדאנק אז מען זאל פארשן פלין באזירט אויף די לאגען עקט (וואס איז לויט כמעט אלע עקספערטס נישט קאנסטיטושינעל - און טאקע דערפאר האט מען שוין נישט געקלאגט אונטער דעם איבער 200 יאר, און נאך קיינמאל באקומען א קאנוויקשען דערויף), און פרעזידענט באראק כוסעין אבאמא בכבודו ובעצמו האט געהייסן קאומי צו שטעלן 'די ריכטיגע מענטשן' אויף די קעיס.
סאו יא, די אינדעפענדענט FBI האט געהאלטן אז פלין איז 100% קליען. וויצע פרעזידענט ביידען (וואס האט בכלל נישט קיין לאו ענפארסמענט פאזיציע) האט פארגעשלאגן אז מען זאל פארשן פלין אויף די לאוגען עקט, און באראק אבאמא בכבודו ובעצמו האט פארארדנט די אויספארשונג.
לאמיר יעצט הערן, די פלין אויספארשונג איז געווען לעגאל אדער א פאליטישע רדיפה?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.