אנדערע אידן און נישט-אידן וואס האבן זיך געפונען אויפ’ן פליגער האבן פּרובירט צו פארטיידיגן די אידישע פאמיליע און געבן צו פארשטיין פאר די פלי מאנשאפט אז קינדער אונטער 2 יאר מוזן נישט גיין מיט מאסקעס, און עס שטייט אפילו אזוי געשריבן אויף פראנטעער'ס רעגולאציעס, אבער אלע פּרואוון צו בארואיגן האבן נישט געארבעט.
אין ווידעאס וואס זענען ערשינען דורך דער בארימטער "או-דזשעי-פּעק" ארגאניזאציע, האבן פּאסאזשירן אויסגעדרוקט שאק און געזאגט אז ס'איז קלאר געווען אנטיסעמיטיש. עטליכע האבן געזאגט אז זיי האבן געזען די פלי-מאנשאפט יובעלירן נאכ'ן אראפּווארפן די אידישע פאמיליע.
פראנטיער עירליינס האט אין א סטעיטמענט פרובירט לייקענען די פאקטן, אז דער אינצידענט האט נישט געהאט מיט קיין קליין קינד, נאר אויך די ערוואקסענע זענען נישט געגאנגען מאסקעס – טראץ וואס אלע רעקארדירונגען צייגן קלאר אז אלע אידן אויפ’ן פליגער גייען אנגעטאן מיט מאסקעס.
בני ברק - מיט טרערן פון שמחה און התרגשות האבן די חברים פון דעם חתן הבחור יהודה (בן בתיה) וויינער הי"ו געפראוועט מיט אים אינאיינעם דער סעודת הודאה אין זיין הויז אין קרית וויזניץ אין בני ברק נאך דעם וואס ער איז בדרך נס צוריק געקומען צום באוואוסטזיין נאכן זיין פארשלאפט פאר העכער א חודש אין א קאומא ל"ע. עטליכע וואכן צוריק איז ער פלוצלינג צוזאמענגעפאלן - פאר א אומבאקאנטע סיבה - גייענדיג אויף דער גאס און הצלה מיטגלידער האבן אים אין דער גרעסטער איילעניש אריינגעפירט אין שפיטאל וואו מען האט ענדליך נאך לאנגע אנשטרענגונגען באוויזן צוריק צו באקומען א פולס, אבער ער איז געבליבן באוואוסטלאז און די דאקטוירים האבן נישט באוויזן אים צו דערוועקן.
דערזעהנדיג אז זייער חבר פון ישיבה געפונט זיך אין אזא שווערע מצב און מען זעהט נישט קיין שינוי לטובה, זענען זיך די חברים צוזאמען געקומען איבערצורעדן א קבלה טובה וואס מען זאל זיך מקבל זיין לזכותו. נאכן דורכשמועסן מיט א דעת תורה איז געבליבן מען זאל זיך מקבל זיין אויפצושטיין יעדן אינדערפרי א האלבע שעה פריער ווי די סדרי הישיבה און מוסיף זיין בלימוד התורה פאר א הכנה דרבה לפני התפילה, און בזכות זה זאל אויך זייער חבר זיך פרי דערוועקן פון זיין שלאף. די בחורים האבן זיך געהאט מקבל געווען אנצוהאלטן די קבלה פון א וואך בעפאר פורים ביז כ"א אדר, און וואונדער איבער וואונדער נאך א קורצע צייט האט ער זיך טאקע אויפגעוועקט בדרך נס און איז שוין אצינד ב"ה צוריק געקומען צו די כוחות און באפרייט געווארן פון שפיטאל.
JD MEDIA
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ? [email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
פאר ר' ישרא' ליבערמאן א חב"ד שליח אין האנג קאנג איז געבוירען געווארען א אינגעלע א' אייר העל"ט דער קליינער איז פולקאם געזונט אבער ר' ישרא' האט נישט קיין השגה ווען ער וועט קענען אים מכניס זיין בבריתו של אברהם אבינו נאך דריי טאטעס זענען אין דעם מצב וואס עס האט נערווען און צייט איבערטייטשען Children in Hong Kong Await Their Brisos פון ענגליש GO AHEAD
eller האט געשריבן:מאנהעטן - די אפליקאציע פון א אידישע פארפאלק מיט 6 קינדערלעך קעיה"ר אריינצוגיין אין א גורל אויף ביליגע רענטאל דירות איז כסדר צוריק געוויזן געווארן דורך די באאמטע וויבאלד זייער פאמיליע איז צו גרויס צו קוואליפיצירן פאר דעם פראגראם. אצינד האט די משפחה געברענגט א אנקלאגע אין פעדעראלן געריכט קעגן א רייע שטאטישע אגענטורן וואס גיבן זיך אפ מיט די דירות לאטערי, טענה'נדיג אז דער איינשטעל דיסקרימינירט קעגן זייערע רעליגיעזע איבערצייגונגען אז עס איז גאר וויכטיג צו אויפשטעלן א קינדער געבענטשטע פאמיליע, און די רעגולאציע אפעקטירט דיספראפארציאנעל ארטאדאקסישע אידן מיט גרויסע משפחות. פון די שטאט איז געמאלדן געווארן אז מען קוקט אריין אין די דעטאלן פון די קעיס.
---
צו קען דאס האבן סיי וועלכע אפעקט פאר אונז לטב או למוטב ?
אפשר קען אונזער חבר הרב הכל הבל האבן א שמועס איבער דע אנקלאגע ביי זיין געריכט סעקשין פין די קאקאש. גיימער אים טעגן
קיקיון האט געשריבן:פאר ר' ישרא' ליבערמאן א חב"ד שליח אין האנג קאנג איז געבוירען געווארען א אינגעלע א' אייר העל"ט דער קליינער איז פולקאם געזונט אבער ר' ישרא' האט נישט קיין השגה ווען ער וועט קענען אים מכניס זיין בבריתו של אברהם אבינו נאך דריי טאטעס זענען אין דעם מצב וואס עס האט נערווען און צייט איבערטייטשען Children in Hong Kong Await Their Brisos פון ענגליש GO AHEAD
מען דארף נישט קענען מל'ן צו קוואליפיצירן פאר שליחות?
קיקיון האט געשריבן:פאר ר' ישרא' ליבערמאן א חב"ד שליח אין האנג קאנג איז געבוירען געווארען א אינגעלע א' אייר העל"ט דער קליינער איז פולקאם געזונט אבער ר' ישרא' האט נישט קיין השגה ווען ער וועט קענען אים מכניס זיין בבריתו של אברהם אבינו נאך דריי טאטעס זענען אין דעם מצב וואס עס האט נערווען און צייט איבערטייטשען Children in Hong Kong Await Their Brisos פון ענגליש GO AHEAD
מען דארף נישט קענען מל'ן צו קוואליפיצירן פאר שליחות?
6 ארץ ישראל'דיגע בירגער זענען ל"ע אומגעקומען אין א שווערע טראגעדיע אין איטאליע ווען זייער קעיבעל-קאר האט זיך איבערגעריסן פון די שטריק איבער די אלפן-בערג און אראפגעפאלן צענדליגע פיס. מער פרטים איבער די אומגעקומענע איז נאכנישט באקאנט.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
טאקע נאר 5 נישט 6, 3 פון די אידן זענען איטאליענע איינוואוינער און 2 זענען ארץ ישראל'דיגע
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!