פידעל קאסטרא, לאנגיעריגער דיקטאטאר-פרעזידענט פון קובא, טויט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

פידעל קאסטרא, לאנגיעריגער דיקטאטאר-פרעזידענט פון קובא, טויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

פידעל (1926-2016) האט איבערגענומען די פירערשאפט אין א בלוטיגע אויפשטאנד קעגן די רעזשים פון פולגענסיא באטיסטאַ אין 1959 און געהערשט מיט אן אייזערנע פויסט פאר כמעט פופציג יאר ביז 2008 ווען ער האט איבערגעגעבן די מאכט פאר זיין יונגערן ברודער ראַאול.

די קאסטרא רעזשים איז געווען דער ערשטער קאמוניסטישן רעזשים אין די מערב טייל פונעם ערד-קוגל (צפון, צענטראל און דרום אמעריקע) און אויך דער לעצטער.

אין די לעצטע עטליכע יאר איז דער רעזשים געווארן אביסל מער ליבעראל מיטן ערלויבן פריוואטע לאנד אייגנטומערשאפט און ביזנעסער אין לאנד, און די פאראייניגטע שטאַטן, אונטער פרעזידענט אבאמא, האט פארגרינגער פון איר האנדלס עמבארגא איינגעשטעלט אויפן אינזל-לאנד אין 1960, נאכדעם וואס פידעל האט נאציאנאליזירט אלע אמעריקאנער געפירטע אויל פירמעס, פארבריקן און קאסינאס אין לאנד.

די 'בעי אוו פיגס' אינוואזיע:

אין אפריל 1961 האבן א גרופע פון פערצן הונדערט קובאנער דיסידענטן, געשטיצט, באוואפנט און געשולט דורך די סי.איי.עי., אינוואדירט דער קובאנער 'בעי אוו פיגס' בארטן מיטן ציל אונטערצוברענגען דער יונגער קאסטרא רעזשים. צוליב א רייע טעותים און דורכפעלער איז די גאנצע אקציע געווען א דורכפאל.
בערך הונדער קעמפער זענען אומגעקומען אויפן פלאץ און כמעט אלע איבעריגע זיין געכאפט און ארעסטירט געווארן דורכן רעזשים.
אין דעצעמבער 1962 זענען זיי באפרייט געווארן אין אויסטויש פאר מעדיצינישע סופלייס און קינדער-עסן אין ווערד פון בערך פופציג מיליאן דאלער.


די 'קובאנער מיסיל קריזיס:'

אין 1962 האבן די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן אויפגעכאפט רוסישע נוקלעארע מיסילס אין קובא, וואס געפונט זיך בלויז ניינציג מייל פון די פלארידער בארטן. דאס האט געשטעלט א גרויסע געפאר פון נוקלעארע קריג צווישן די צוויי וועלט מאכטן, די פאראייניגטע שטאַטן און די סאוויעטישע פארבאנד.
נאך דרייצן טעג פון אנגעצויגענע פארהאנדלונגען איז דער רוסישער פירער, כרוסטשעוו, איינגעגאנגען ארויסצונעמען זיינע מיסילס פון קובא אויפן פארזיכערונג פון אמעריקע נישט צו פראבירן ווידעראמאל איבערצואווארפן די קאסטרא רעזשים. אמעריקע האט אויך ארויסגענומען אירע נוקלעארע מיסילס פון טערקיי אויפן גרעניץ מיט סאוויעט-רוסלאנד.
לעצט פארראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום זונטאג נאוועמבער 27, 2016 11:22 am, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

פרעזידענט אבאמא האט ארויסגעגעבן א לענגערן מעסעדזש אין וועלכע ער האט נישט קלאר אויסגעלויבט קאסטרא, אבער געזאגט אז ער האט אפעקטירט פילע קובאנער און וועט לאנגע יארן געדענקט ווערן. פרעזידענט-עלעקט טראמפ האט ארויסגעשיקט א קורצן ״טוויט״, דערקלערנדיג פשוט: ״פידעל קאסטרא איז טויט!״. שפעטער האט טראמפ אין א לענגערן מעסעדזש ארויסגעברענגט אז קאסטרא איז געווען א ברוטאלער דיקטאטור וועלכער האט אונטערדרוקט די קובאנער בירגער.
א פשוטע איד.
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

קאנאדא'ס וויץ פון א פרעימער מיניסטער דער קליינער טוטער דזשאסטין טורידיא ווערט פארשריגן פארן היינט אויסלויבן קאסטרא אלס א ''רימארקעבעל פירער''
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

ברוך דיין האמת... געלויבט דער אויבערשטער וואס האט דן געווען דעם רשע וואס ס'קומט אים.!
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

CyNy9SbWIAAfxVp.jpg
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

יישר כח שלמה פאר די באשרייבונג, קען מען אפשר אראפ ברענגן דעם פפרעזידענט סטעיטמענט אין פולער קאנטעקסט?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

Statement by the President on the Passing of Fidel Castro

At this time of Fidel Castro’s passing, we extend a hand of friendship to the Cuban people. We know that this moment fills Cubans - in Cuba and in the United States - with powerful emotions, recalling the countless ways in which Fidel Castro altered the course of individual lives, families, and of the Cuban nation. History will record and judge the enormous impact of this singular figure on the people and world around him.

For nearly six decades, the relationship between the United States and Cuba was marked by discord and profound political disagreements. During my presidency, we have worked hard to put the past behind us, pursuing a future in which the relationship between our two countries is defined not by our differences but by the many things that we share as neighbors and friends - bonds of family, culture, commerce, and common humanity. This engagement includes the contributions of Cuban Americans, who have done so much for our country and who care deeply about their loved ones in Cuba.

Today, we offer condolences to Fidel Castro's family, and our thoughts and prayers are with the Cuban people. In the days ahead, they will recall the past and also look to the future. As they do, the Cuban people must know that they have a friend and partner in the United States of America.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

"I will not die until America is destroyed." - Fidel Castro

*@RealDonaldTrump is elected President*

Then #FidelCastro dies...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

CyNOBwiVIAAGl7M.jpg
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

ברוך שהחיינו..
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

א בילד פון דעם צופידעלטן פידעל...
אטעטשמענטס
CyKnCTKVIAAmpEr.jpg
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

חחחחח..... דו ווילסט מיר זאגן אז אט דער האומלעסס צובראכענער וואנדערער איז דער באוויסטער לאנג-יעריגער דיקטאטור פון קיאבע..?!?! :wink: :?
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

IMG-20161126-WA0002.jpg
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

איש החסד האט געשריבן:חחחחח..... דו ווילסט מיר זאגן אז אט דער האומלעסס צובראכענער וואנדערער איז דער באוויסטער לאנג-יעריגער דיקטאטור פון קיאבע..?!?! :wink: :?


:lol: :lol:
סוף מעשה במחשבה תחילה.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

כן יאבדו כל אוביך ה'!

זאל ער אינגאנצן צופידלט ווערן אין קבר...
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ווייסט איינער וויאזוי ער איז זיך אומגעגאנגען מיט יודען?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
מאטכע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 8:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטכע »

מטעמים האט געשריבן:ווייסט איינער וויאזוי ער איז זיך אומגעגאנגען מיט יודען?

נישט ספעציעל געטשעפעט
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

IMG_20161126_194243.jpg
זאכליך האט געשריבן:"I will not die until America is destroyed." - Fidel Castro

*@RealDonaldTrump is elected President*

Then #FidelCastro dies...
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

דאכצעך אז ס'איז פארהאנען א לעגענדע אז משפחת קאסטרא זענען אפשטאמיגע פון אנוסים... ווייסט איינער עפעס מער פרטים.?
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

כאפצעם האט געשריבן:Statement by the President on the Passing of Fidel Castro

At this time of Fidel Castro’s passing, we extend a hand of friendship to the Cuban people. We know that this moment fills Cubans - in Cuba and in the United States - with powerful emotions, recalling the countless ways in which Fidel Castro altered the course of individual lives, families, and of the Cuban nation. History will record and judge the enormous impact of this singular figure on the people and world around him.

For nearly six decades, the relationship between the United States and Cuba was marked by discord and profound political disagreements. During my presidency, we have worked hard to put the past behind us, pursuing a future in which the relationship between our two countries is defined not by our differences but by the many things that we share as neighbors and friends - bonds of family, culture, commerce, and common humanity. This engagement includes the contributions of Cuban Americans, who have done so much for our country and who care deeply about their loved ones in Cuba.

Today, we offer condolences to Fidel Castro's family, and our thoughts and prayers are with the Cuban people. In the days ahead, they will recall the past and also look to the future. As they do, the Cuban people must know that they have a friend and partner in the United States of America.

ווי אזוי איז די געפיל פון די קובאנער פאלק פאר קאסטראו? מיר דאכט זיך אז זיי האבן אים בכלל נישט געגליכן. אויב איז דאס וואהר, וועמען דאן האט אבאמא דא געזוכט צו געפעלן מיט זיין חנופה?
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

בכלל נישט געגליכן איז א טיטל אויף אים, און דער לינקער קאנעדישער בהמה האט אים גערימט פארן זיך זארגן פאר די וואולזיין פון זיין פאלק.
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

אויסגערעכנט האט געשריבן:בכלל נישט געגליכן איז א טיטל אויף אים, און דער לינקער קאנעדישער בהמה האט אים גערימט פארן זיך זארגן פאר די וואולזיין פון זיין פאלק.

איז דעי טרודאוי אינגאנצן פאריקט? האט נישט וואס צו טאן נאר אויסצילויבן דעם אכזר און רצח???...
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

אמביציע האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:בכלל נישט געגליכן איז א טיטל אויף אים, און דער לינקער קאנעדישער בהמה האט אים גערימט פארן זיך זארגן פאר די וואולזיין פון זיין פאלק.

איז דעי טרודאוי אינגאנצן פאריקט? האט נישט וואס צו טאן נאר אויסצילויבן דעם אכזר און רצח???...

דער טרודאוי איז א אינגער לינקער עטענטשען סיקער, מאך א שטיקל סוירטש אויף אים, ס׳גייט מיר נישט אין קאפ וויאזוי די סמארט קענעדיענס האבן אים ערוועלט...
לעצט פארראכטן דורך טשאקלעט אום מוצ"ש נאוועמבער 26, 2016 9:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

טשאקלעט האט געשריבן: ס׳גייט מיר נישט אין קאפ וויאזוי די סמארט קענעדיענס האבן אים ערוועלט...

וועמען האבן די סמארט אמעריקענס נארוואס אריינגעוועלט?...
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

איסר האטלקי האט געשריבן:
טשאקלעט האט געשריבן: ס׳גייט מיר נישט אין קאפ וויאזוי די סמארט קענעדיענס האבן אים ערוועלט...

וועמען האבן די סמארט אמעריקענס נארוואס אריינגעוועלט?...

וועמען מהאט אריינגעוועלט וועט צייט לאזן וויסן. אבער וועם מהאט נישט אריינגעוועלט ווייסן מיר, די קלוגע אמעריקאנע האבן אפגעהאלטן א לאנג יעריג קארופטירטער פאליטשאן הילערי קלינטאן פון ווערן פרעזידענט. שוין איינמאל קלוג!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”