יש ברירה האט געשריבן:די אמת איז אז די אזויגערופענע 'קאמפיין טעג' פון ביידען באדייט האלטן א רעדע אין ליידיגע זאל, זיך טרעפן מיט פופציג וויילער און א גוטן טאג...
די סארט קאמפיינען ברענגט אים לכו' גארנישט, ווען אין די זעלבע צייט שטעלט עס אויס ביידען צו מאכן א טעות אדער כאפן קאוויד... יא, עס הערט זיך שלעכט אז ער גייט נישט ארום מער קאמפיינען אבער ווען מען וועגט וואס ער האט צו פארדינען אדער פארלירן פון יא מאכן די געצוימטע קאמפיין סטאפס איז עס ווארשיינליך נאענט צו גלייך אויף גלייך.
עס איז נישט ווי הילערי אין 2016.
איבערלאזן א פערזענליכע פוטפרינט אין סווינג שטאטן איז נישט אוועקצומאכן.
חוץ וואס עס מאכט די וויילער פילן וויכטיג, מאכט די גאנצע קומען און גיין א שטורעם אין די לאקעל מידיע:
גוד מארנינג וויליאמסבורג איך בין דזשאן פיצדזשעראלד פון נבס 8.
מיר האבן פאר אייך גאר גרויסע נייעס און דעם היינטיגן קילן זונטאג! סטעי וויט אס דיס מארנינג... געוועזענע וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען האט דעם פרימארגן באזוכט ביינונז אין וויליאמסבורג! האמיר דא אונזער רעפארטער סקאט וואס געפונט זיך לייוו ביי סאנדערס בעקערי פון וואו די וויפי איז אוועקגעגאנגען דזשאסט מאמענטס עגאו, סקאט:
יא גוד מארנינג דזשאן, אזויווי דו זאגסט, די וויפי אליינס איז אראפגעקומען פערזענליך אפיעלן ביי די לאקאלע וויילער, דזשאסט טען דעיס בעפאר די ביג דעי, קען יו בעליוו איט, אום 6:30 האט די nypd אפגעשטעלט די טראפיק אויף לי פון טעילאר ביז לינטש, די מאטארקאדע האט זיך אפגעשטעלט ביי עטליכע געשעפטן, ביי לי/ראטלידזש האבן זיך פארזאמלט עטליכע צענדליגע פון זיינע שטיצער, ווי ביידען האט אדרעסירט דעם עולם און ארויסגעברענגט אז בלא בלא בלא, דאן האט ער זיך פאטאגראפירט מיט די שומרים קאארדינעיטאר און מיטן בעלעבאס פון מידטאון געשעפט...
איין לאקאלע פרוי האט ארויסגעברענגט אז ביידען איז שטענדיג געווען בלא בלא...
בעק טו יו דזשאן
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!