אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

יש ברירה האט געשריבן:קאק פאליטיקעל טוישט 'אייעווע' און 'אהייאו' פון גענויגט רעפובליקן צו טאס-אפּ.

דער איז נישט מיט אונז

דזשארדשיע אהייא אייאווע זענען מער טאסאפ
ווי אריזאונע וויסקאנסין פענסעלוועניע?
לעצט פארראכטן דורך שׁעמעדיגער אום דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 10:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

אויב זאכן האלטן אן וועט אריזאנע מעגליך צוריקגיין צו די טאס-אפּ קאלום, אבער מען רעדט דאך דא פון מענטשן וואס האלטן אז אריזאנע האט שטערקערע שאנסן צו גיין צו ביידען ווי די אנדערע.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:קאק פאליטיקעל טוישט 'אייעווע' און 'אהייאו' פון גענויגט רעפובליקן צו טאס-אפּ.

דער איז נישט מיט אונז

דזשארדשיע אהייא אייאווע זענען מער טאסאפ
ווי אריזאונע וויסקאנסין פענסעלוועניע?

וואס דען? איינער האלט פארקערט?
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:קאק פאליטיקעל טוישט 'אייעווע' און 'אהייאו' פון גענויגט רעפובליקן צו טאס-אפּ.

דער איז נישט מיט אונז

דזשארדשיע אהייא אייאווע זענען מער טאסאפ
ווי אריזאונע וויסקאנסין פענסעלוועניע?


ווי עס קוקט אויס, שאצט ער פאר אן עלקעשין ווי דעמעקראטען האבן א שטיקל אויבערהאנט, פארדעם זענען וויסקאנסען און פענסעלוועניע ווייניגער טאסאפ ווי דזשארדזשיע אהייא און אייאווע, ביסט אבער גערעכט אז אין א גלייכע יאר (ווי קיין איין פארטיי האט נישט קיין אויבערהאנט), וואלטען וויסקאנסען און פענסעלוועניע געווען מער טאסאפ ווי דזשארדשיע אהייא און אייאווע.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

ביידען און העריס שטעלן ארויס זייערע טעקס רעטורנס פון 2019

ביידען האט באצאלט נאענט צו 300 טויזנט דאלער אין שטייער...
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

קווינעפיעק - דזשורדזשע

ווארשיינליכע וויילער
ביידען 50
טראמפ 47
ס׳וועט זיין בעסער
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס׳וועט זיין בעסער »

איך מיין אז די נייעס - זייענדיג אזוי נאנט צו די וואלן - באלאנגט דא.

טראמפ יר״ה איז נאמינירט געווארן צום דריטען מאל אין איין מאנאט פאר די נאבעל פיס פרייז, דאס מאל פון א גרופע פראפעסארן אין אסטראליע.

אגב, ביידען און פוטין האבען אויך באקומען א נאבעל פיס פרייז נאמינאציע. ביידען פון א UK לעיבאר פארטיי מיטגליד, פוטין פון א גרופע רוסישע גרויסע שיסערס.
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:קאק פאליטיקעל טוישט 'אייעווע' און 'אהייאו' פון גענויגט רעפובליקן צו טאס-אפּ.

דער איז נישט מיט אונז

דזשארדשיע אהייא אייאווע זענען מער טאסאפ
ווי אריזאונע וויסקאנסין פענסעלוועניע?

טראמפס ליעד איז זיכער אן עוורידזש ווייניגער ווי 2% אין די דריי טאסאפ סטעיטס וואס דו דערמאנסט דא, און ביידן'ס ליעד איז זיכער גרעסערַ אן עוורידזש מיט מער ווי 3%, און חוץ אריזאנע מיט מער ווי 5% אין די דריי אנדערע סטעיטס.

אדרבה, פארוואס האלטסטו, בעיסד אן עניטינג, אז טראמפ איז שטערקער אין טעקסאס ווי ביידן אין די שטאטן?

-----------

כאפצעם האט געשריבן:ס'קען זיין אז ביים דעבאטע וועט פיינעלי אנהייבן גיין קלעפ, אבער לע"ע איז די גאנצע עלעקשאן סייקל זייער רוהיג, אין טערמס אףף שמוציגע אטאקעס, און זיכער קאמפעירד צו 2016, אבער אפילו בכלל, מהערט גאנץ ווייניג פערזענליכע שארפע אטאקעס.

האסט שוין אמאל געהערט פון האנטער? אוקריינא? זעלענסקי? אימפיעטשמענט?

נאר וואס דען? די סארט אטאקעס און סקאנדאלן קלעבן אויף ביידן בערך ווי אויף טראמפ.

----------------

יש ברירה האט געשריבן:געזען איינעם אנצייגן אז מען רעדט דא פון די זעלבע פארטיי וואס האסט געפערליך איליגעל אימיגראנטן ווייל זיי צאלן נישט קיין שטייערן...

ווען במציאות איז דאך פארקערט, אומלעגאלע אימיגראנטן צאלן יא שטייערן, און באקומען כמעט נישט קיין בענעפיטן, עושה ואינו אוכל.
טעקס
טעקס
20200929_150303.jpg (130.99 KiB) געזען 676 מאל


----------

יוניוויזשען האט ארויסגעגעבן א אנקעטע צווישן לאטינאוס, נאציאנאל, און אין טעקסאס אריזאנע און פלארידע.
IMG_20200929_013701.jpg
IMG_20200929_013701.jpg (37.4 KiB) געזען 676 מאל


אין פארגלייך צו 2016.
National:
Clinton 66% (38+)
Trump 28%

Texas:
Clinton 61% (27+)
Trump 34%

Arizona:
Clinton 61% (30+)
Trump 31%

Florida:
Clinton 62% (27+)
Trump 35%


נאציאנאל איז ביידן פלאס 42 קעגן פלאס 38 פאר קלינטאן, א 4% שיפט פאר ביידן.

אין טעקסאס איז ביידן פלאס 41 קעגן פלאס 27 פאר קלינטאן, (בעטא האט דאכציך געהאט נאך ווייניגער קעגן דעם לאטיינישן קרוז) א 14% שיפט פאר ביידן.

אין אריזאנע איז ביידן פלאס 40 קעגן פלאס 30 פאר קלינטאן, א 10% שיפט פאר ביידן.

אין פלארידע איז ביידן פלאס 16 קעגן פלאס 27 פאר קלינטאן, א 11% שיפט פאר טראמפ.

דאס איז גאר גוטע נייעס פאר ביידן נאציאנאל און אין טעקסאס און אריזאנע, וואס טיילמאל ווייזן די אלגעמיינע אנקעטעס א היפש רויטערע לאטינא עלעקטאראט ווי אין מציאות.

אפילו אין פלארידע איז דאס אויך גוטע נייעס פאר ביידן, אז ער ליעדט מיט 16%, אזוי ווי די בעסערע אנקעטעס פאר אים דארט, לויט אפאר אנקעטעס - וואס לויט זיי איז ביידן אויך פאראויס אין פלארידע וועגן שטארקע ציפערן ביי די ווייסע - זענען דאך די צוויי קאנדידאטן טייד ביי לאטיינער אין פלארידע.

די פלארידע לאטיינער זענען בעיקר קובאנער און פארטאריקאנער, די טעקסאס און אריזאנע לאטיינער זענען על פי רוב מעקסיקאנער. נאציאנאל זענען מעקסיקאנער אויך די גרעסטע לאטיינישע גרופע, אין ניו יארק דאכציך מיר אז נישט.

----------

הערי ענטען מיט א טשארט פון אלע נאציאנאלע אנקעטעס אין סעפטעמבער, יעצט, קעגן פיר יאר צוריק.
IMG_20200929_053220.jpg
IMG_20200929_053220.jpg (91.08 KiB) געזען 676 מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

סיוויקס אנקעטע - דזשורדזשע

סעפטעמבער 26-29

ווארשיינליכע וויילער
ביידען 50
טראמפ 47
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

יש ברירה האט געשריבן:ביידען און העריס שטעלן ארויס זייערע טעקס רעטורנס פון 2019

ביידען האט באצאלט נאענט צו 300 טויזנט דאלער אין שטייער...

און אזא בהמה ווילסטו נאך ער זאל זיין פרעזידענט?.. זיינע אייגענע פינאנסן ווייסט ער נישט וויאזוי צו הענדלען און אבאכט געבן דערויף...
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

אויב איינער מיינט אז די רעיס איז אווער און ביידן האט עס אין די בעג, זאל ער וויסן אז ער מאכט א גרויסן טעות.

שטאפט ענק צו די אויערן און אויגן פון אלע מיינונג זאגער וואס זאגן אזוי.

ס'גייט זיין א 'דיבעיט' היינט נאכט און נאך צוויי אין די קומענדע וואכן. א מעידזער מיסטעיק פון ביידען קען האבן א גרויסן אפעקט אויף די אנקעטעס.

מ'דארף נישט מער ווי צוריקוקן אויף די 9/11 געשעהניש מיט קאנדידאט קלינטאן אין 16'. זי האט גע'חלש'ט אריינגייענדיג אין די קאר נאכן ווערן אויסגעטרוקענט נאכדעם וואס זי איז געשטאנען שעות אונטער די ברענעדיגע זון.

דעמאלס פונקט ווי יעצט מיט די 'ביידען - קאלעכן' קאמפיין רעטאריק, איז די מעשה געגאנגען אז קלינטאן איז ביטער קראנק און זי האלט אט אט ביים שטארבן, פולע רעפובליקאנער גענויגטע באריכטן און פרעדיגער און אפילו קליפס האט דאס כלומר'ריש באשטעטיגט. מיטן פאלן אין חלשות האט דאס זייער גוט אריינגע-פִיט אין די רעפובליקאנער נערעטיוו אז זי איז טאקע קראנק און איז נישט פִיט צו זיין פרעזידענט. אין די טעג נאך דעם עפיזאד איז אירע אנקעטע נומבערס געפאלן ווי א שווערע שטיין אין ים.

בדרך אגב ווייסט יעדער איינער וואס האט זיך אויסגעלאזט פון די אלע באריכטן. בלויז עטליכע וואכן נאך די 16 אלעקשאן איז קלינטאן טאקע אריינגעפאלן אין קאומע און זיך קורצליך דערנאך געשטארבן.

און ס'מוז נישט דוקא זיין א דיבעיט - מיסטעיק. זייער אסאך קען נאך געשען ביז אלעקשאן דעי אויף ביידע זייטן. דיס טינג איז פאַר פראם אווער.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

האסט א שטיקל טעות, ביידען איז נישט קלינטאן. קלינטאן איז געווען א סקאנדאל מאגנעט, ווארשיינליך צוליב אנלייקעביליטי.

ביידען איז פונקט פארקערט, אויף אים קלעבט נישט קיינע סקאנדאלן.

א חוץ אויב ער לייגט זיך צוזאם אויפן סטעידזש און מען פירט אים ארויס אויף א סטרעטשער קיין בעלוויו, זעה איך נישט וואסערע חידושים סקען נאך זיין קעגן אים.

מיין פרעדיקשען, טראמפ גייט לוזען די דעבאטע. און כ'רעד לאו דווקא פון פערסאנעל אטאקעס, נאר פשוט פון קנאקען די אישו'ס וואס וויילער זענען דערין.
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 4:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

נאך די צוויי קנאקעדיגע אנקעטעס היינט פאר ביידן אין דזשארדזשיע, איז כמעט גארנישט געבליבן פון טראמפס ליעד דארט.
IMG_20200929_160636.jpg
IMG_20200929_160636.jpg (133.46 KiB) געזען 538 מאל
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

הרב צל, אויב טראמפ געווינט די ריעלעקשאן גייסטו מער נישט גלייבן די אנקעטעס ?
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אויב טראמפ געווינט ריעלעקשאן ווען די אנקעטעס זענען וויאזוי ס'איז יעצט? פארלירן זיי דרייפערטל פון זייער שוויות.

אויב ער געווינט נאך וואס די אנקעטעס הייבן אן ווייזן א גליטשער דעם סטרעטש ביזן עלעקשאן, דאן ווייסעך ביים נעקסטן עלעקשאן אז פריע אנקעטע, אפילו ביז א חודש, איז נישט אינטערסאנט.

אויב טראמפ פארלירט, הייבסטו אן גלייבן די אנקעטעס?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ווי @כאפצעם, אויב די אנקעטעס וועלן זיין ווי יעצט א טאג פאר די וואלן?

און טראמפ געווינט. [אין די וואלן, נישט אריינגערעכענט אין געריכט מיט די זעקס רויטע ריכטער.]

גייט דאס פראוון אז אנקעטעס זענען כמעט אדער אינגאנצן גארנישט ווערט.

נאר לאמיר דיר אויסזאגן א סוד: עינט גענע העפען.

---------

די אנקעטעס יעצט אריינגייענדיג צום דעבאטע, קעגן ווי עס האט געהאלטן פאר די קאנווענשאנס, טראמפ האט געמאכט גאר שטארקע פראגרעס אין פלארידע, אביסל אין פענסילוועניע, אלעס אנדערש איז סטאביל/ביידן איז ארויף.
IMG_20200929_163355.jpg
IMG_20200929_163355.jpg (112.83 KiB) געזען 432 מאל


אהייא דזשארדזשיע און אייאווע זענען קלאר טאסאפס לויט דעם 538 עוורידזש יעצט.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 4:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

כאפצעם האט געשריבן:האסט א שטיקל טעות, ביידען איז נישט קלינטאן. קלינטאן איז געווען א סקאנדאל מאגנעט, ווארשיינליך צוליב אנלייקעביליטי.

ביידען איז פונקט פארקערט, אויף אים קלעבט נישט קיינע סקאנדאלן.

א חוץ אויב ער לייגט זיך צוזאם אויפן סטעידזש און מען פירט אים ארויס אויף א סטרעטשער קיין בעלוויו, זעה איך נישט וואסערע חידושים סקען נאך זיין קעגן אים.

מיין פרעדיקשען, טראמפ גייט לוזען די דעבאטע. און כ'רעד לאו דווקא פון פערסאנעל אטאקעס, נאר פשוט פון קנאקען די אישו'ס וואס וויילער זענען דערין.


איר האט א שפיץ, אבער פון די אנדערע זייט האט קאוויד, געלייגט א קאווער אויף ביידן. וויילער האבן מער ווייניגער געקויפט זיין תירוץ פארוואס ער פארט נישט ארום. וויילער זענען אויך זייער ברוגז אויף די שלאבערישע טראמפ אדמיניסטראציע - קאוויד ריספאנס.

אין די זעלבע צייט איז געלונגען פאר די טראמפיסטן אריינצולייגן א ספק אז אפשר איז טאקע ביידען נישט אינגאנצן ביים זינען, ער טוט נישט גענוג פאר די שווארצע און אסאך אנדערע קאנספיריסיס וואס זענען ארויסגעלייגט געווארן אויף די סאציאלע סייטס. וויילער ווילן זען היינט נאכט וואס און ווער ס'איז ריכטיג. ווער ס'גייט זיי באמת העלפן. א פאול היינט ארויס האט געוויזן אז דרייפערטעל וויילער פלאנען היינט צו הערן דעם דיבעיט, אויב זאכן וואלטן געווען אזוי זיכער וואלטן נישט אזויפיל מענטשו געהאט אזויפיל אינטרעסע אינעם דיבעיט.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

די זעלבע אנקעטעס וואס זאגן אז רוב מענטשן פלאנען עס אויסצוהערן זאגן אז רובה דרובה זענען שוין באשלאסן און גייען נישט מאכן קיין באשלוס ביים דעבאטע.

פארוואס מען טונט אריין אויב נישט פאר א באשלוס? וואס הייסט פארוואס, פאר פאן! (און וויילער אינגעיזשמענט/ענטוזיאזעם) פונקט ווי איך און דו..
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

כאפצעם האט געשריבן:די זעלבע אנקעטעס וואס זאגן אז רוב מענטשן פלאנען עס אויסצוהערן זאגן אז רובה דרובה זענען שוין באשלאסן און גייען נישט מאכן קיין באשלוס ביים דעבאטע.

פארוואס מען טונט אריין אויב נישט פאר א באשלוס? וואס הייסט פארוואס, פאר פאן! (און וויילער אינגעיזשמענט/ענטוזיאזעם) פונקט ווי איך און דו..


איך גיי עס טאקע נישט אויסהערן מהאי טעמא, ממש א וועיסט אף טיים ביי מיר וועט גענוג זיין עטליכע סאונד בייטס און אנעליסיס פון אנדערע.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

איי עגרי צו @פאליטיקלי,
אסאך אידעפענדענט וויילער וואס וואלטן ווען געוואט פאר ביידן אנטקעגן טראמפ, זענען אבער געווארן אביסל איבערצייגט פונעם טראמפ קאמפיין'ס "ביידען קאלעכט" רעטאריק, און ווי שטארק זיי האבן נישט ליב טראמפ, ווילן זיי נישט קיין פרעזידענט וואס קאלעכט, סאו אויב ביידן קען פראוון אין די דעבאטעס וואס קומט אז ער איז געהעריג דא מיט אונז, און גייט נישט מאכן קיין גרויסע געפפס דאן איז ער אויף די ריייט טרעק, אבער אויב גייט זיך מאכן אפאר געפפס, וואס הגם איז עס גארנישט ווראנג, ס'ווייזט נאר אז ער האט אביסל פראבלעמען מיטן רעדן, גיי עס אבער שלעכט ווירקן אויף אומבאשלאסענע וויילער וואס טראמפ'ס רעטאריק קאמפיין האט געהאט א איינפלוס אויף זיי.

ביידן קומט אריין מיט א דיסעדווענטיזש צום דעבאטע, יעדע קליינע מיסטעיק זיינע גייט טראמפ מאכן א גאנצע מעשה פון דעם, און ליידער איז דא מענטשן אינדרויסן פון זיין באזע וואס גייען עס קויפן, און לאמיר זיך נישט פאפן, ס'גייט זיך מאכן מיסטעיקס, דאס איז פשוט ביידן'ס וועג פון רעדן.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

האבן די דעמאקראטן א שאנס צו געווינען ביידע סענאט זיצן אין דזשארדזשיע?

לויט היינטיגע אנקעטעס איז דא אזא מעגליכקייט

די ספעשאל עלקשאן סיוויקס אנקעטע
ווארנאק D 38
קאלינס R 25
לאופלער R 21


די געהעריגע סענאט פארמעסט לויט סיוויקס
אסאף 48 (+2)
פערדו 46

קוויניפיעק ספעשאל עלעקשאן
ווארנאק D 31
לאופלער 23
קאלינס 22

געהעריגע סענאט פארמעסט
אסאף 49 (+1)
פערדו 48
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16830
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

דאס לעצטע מאל ביידען האט אויסגעטוישט א שמועס מיט פרעזידענט טראמפ איז געווען יאנואר 21 2017.

דאס טוישט זיך היינט נאכט.

20200929_194750~2.jpg
20200929_194750~2.jpg (254.41 KiB) געזען 599 מאל


---
חוץ אויב מען גלייבט טראמפיסטן אז ביידען גייט ארויסטשיקענען ווייל ער האט קאוויד...
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16830
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ביידען קאמפיין האט געהאט זייער גרעסטע פאנדרעיזינג שעה - זינט אנאנסירן זיין קאנדידאטור - צווישן 10-11 היינט נאכט
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16830
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אפדעיט:

3.8 מיליאן דאללער אין 1 שעה
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

איך מיין אז יעצט גייט שוין ביידען בעטן א אינטערוויאו אויף קריס וואלעס זונטאג שאו און יעצט גייט קריס זיין דער וואס גייט נישט האבן קיין צייט..
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”