אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

8.)

-------

אגב, איך האב שוין מורא געהאט אז נאך וואס ביידען הייבט אן מאכן מער עפנטליכע אויפטריטן וועט דאס עטוואס העכערן די ערווארטונגען פון אים ביי די דעבאטעס.

צו מיין באפרידיגונג זעה איז מען גראבט זיך נאר טיפער אריין אין די ביידען-קען-נישט-זאגן-צוויי-ווערטער געדאנקענגאנג...
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

https://www.yiddish24.com/news/57/25845

א גרופע פון מער ווי 200 ריטייערטע מיליטערישע באאמטע האבן אינדארסירט פרעזידענט טראמפ'ס ווידערוויילונג קאמפיין
ג' האזינו פ'

אין אן אפענע בריוו צו אמעריקאנער שרייבן די 235 געוועזענע מיליטערישע באאמטע, צווישן זיי ריטייערטע גענעראל און נעווי אדמיראלן, אז אמעריקא שטייט ביי א היסטארישע ווענדפונקט צוליב דעם וואס די דעמאקראטישע פארטיי האט געעפענט אירע טויערן פאר סאציאליסטן און מארקסיסטן.
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:לעבעדיג אין וויסקאנסין.

היינט האט דער געריכט 4 צו 3 (אויף פארטיי ליניעס) מיט די קאנסערוואטיוון אלץ רוב, געפסקנט צו לייגן א סטעי אויף אלע בעלעטס, ביז זיי באשליסן אויב די גרין פארטיי טיקעט זאל ווערן צוגעלייגט.

לעבעדיג אין פענסילוועניע.

פענסילוועניע וואס קען שוין מארגן סעפטעמבער 14 אנהייבן ארויסשוקן טויזענטער בעלעטס וועט למעשה נאך גארנישט ארויסשוקן.

די דעמאקראטישער פארטיי אין פענסילוועניע שלאגן זיך נאך אין געריכט צו אראפ האלטן דער גרין פארטיי קאנדידאט פון זיין אויפן בעלעט.

באאמטע האפן דאס זאל נישט פירן צו קיין כאאטיש-פארשלעפטע אלעקשאן אין פענסילוועניע, עפעס וואס איז שוין געווען אין די פארגאנגענהייט.

לעבעדיג אין טעקסאס

די סופרים קאורט האט יעצט געפסקנט אז די וואלן קאמיסיע דארף צוריק לייגן די גרין פארטיי אויפן בעלעט. דאס קומט נאך וואס זיי זענען געוווען רימאווד דורך א נידריגער געריכט (כ'מיין די סיבה איז צוליב וואס זיי האבן נישט באצאלט די נויטיגע געלטער ביים פיילן די קאנדידאטור)

זיי האבן בלויז 4 טעג ביז א דעדליין צו איבערפרינטן די אלע שוין געפרינטע בעלעטס.

נישט קלאר וויפיל האבן שוין באקומען זייער בעלעט און וועלן דארפן באקומען א נייע בעלעט.
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

ווען מ'קוקט אויף די סטעיט אנקעטעס און מ'באטראכט וואו און ווי אזוי די צוויי קאנדידאטן קאמפיינען, לאזט עס נישט איבער קיין ספק אז די אינטערנעל פאולס פון ביידע קאמפיינס צייגן גאר אנדערע רעזולטאטן ווי די פאולס וואס ווערן ארויסגעגעבן צום פאלק.
לויט די אנקעטעס וואס מיר זעהען, וואלט די פארמעסט געדארפט זיין מערסטנס קאנצענטרירט אין טעקסאס און אין דזשארדזשיע, נישט אין פענסילוועניע, וויסקאנסין און מינעסאטא.

פארוואס אין די וועלט זאל טראמפ קאמפיינען אין נעוואדא ? ער איז עפעס זייער רואיג מיט זיינע רויטע שטאטן, טראץ וואס די פאולס צייגן א שמאלע פארמעסט. און דאס זעלבע מיט ביידען, ער ספענדט און קאמפיינט העפטיג אין סטעיטס וואו די פאולס געבן אים א שיינע אויבערהאנט. פארוואס גייט ער נישט צו די רויטע סטעיטס, וועלכע זענען שמאל לויט די פאולס ?

מוז מען צוקומען אז די אינפארמאציע וואס זיי האבן איז בכלל נישט דומה צו אונזערע אנקעטעס.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

ביידע פראגעס האבן די זעלבע ענטפער...

אויב קען ביידען געווינען אין טעקסעס בתנאי אז ער קאמפיינט דארט, מיינט עס אז ער האט עס סייווי אין טאש.
אויב קען טראמפ פארלירן טעקסעס אין פאל וואס ער קאמפיינט נישט דארט, מיינט עס אז ער איז סייווי פארלוירן.

עס האט נישט קיין זין, פאר קיין איינס פון זיי צוויי, צו קאמפיינען אין רויטע שטאטן.
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

קענטאקי האט געשריבן:ווען מ'קוקט אויף די סטעיט אנקעטעס און מ'באטראכט וואו און ווי אזוי די צוויי קאנדידאטן קאמפיינען, לאזט עס נישט איבער קיין ספק אז די אינטערנעל פאולס פון ביידע קאמפיינס צייגן גאר אנדערע רעזולטאטן ווי די פאולס וואס ווערן ארויסגעגעבן צום פאלק.

קען זיין ביזט גערעכט אז זיי האבן אינטערנעל פאולס
אבער סאיז נישט ממש אזוי

די טראמפ קאמפיין איז גאנץ רואיג מיט דשארדשיע אהייאו אד"ג ווייל און די אלע שטאטן האט טראמפ אווערפערפארמד די פאולס און 2016 ממילא האלטן זיי אז אויב איז ער שוין יעצט דארט אפילו עטוואס פאראויס איז ער אקעי מיט די סטעיט
משא"כ די אנדערע סווינג סטעיטס ווי מישיגען פענסעלוועניע וויסקאנסין אפילו ער האט טאקע אווערפערפארמד דארט די פאולס דארף ער זיך שלאגן אנצוקימען צו א נאמבער ווי ער זאל טאקע קענען אווערפערפארמן די פאולס
לדוגמא איך גלייב אז אין וויסקאנסין ווי די פאולס זענען געווען אףף מיט איבער 7 פוינטס וואלט די טראמפ קאמפיין זיך געפילט יעצט זייער קאמפארטעבל אויב די פאולס ווייזן ווען ביידען 2+ אדער אפילו 4+ די פראבלעם איז אז זיי ווייזן 8+ 10+ יעצט

מיניסאוטע זענען די פאולס געווען אףף מיט 8-10 פוינטס און קלינטאן האט דארט ארויסגעקוועטשט א זייער שמאלע זיג פון 1.5% פארוואס זאל נישט טראמפ דארט אריינלייגן כוחות? ער קען עס קלאר מאכן

בנוגע טעקסעס אויב איז עס טאקע און פלעי דאן איז אשאד די צייט פאר די גאנצע קאמפיין ביידען מאכט עס מיט 400+ עלעקטארעלס אבוויעסלי האלטן זיי אז טעקסעס איז סעיף פאר אים

דאס וואס טראמפ קאמפיינט אין פענסעלוועניע וויסקאנסין משיגען אד"ג איז זייער סימפל אן זיי קען ער נישט געווינען ער קען נישט געווינען בלויז מיט האלטן דשארדשיע און טעקסעס

פינקט פארקערט איך האלט אז טראמפ לייגט אריין צו ווייניג כוחות און פענסעלוועניע און ער מעג ווען אריילייגן מעאר און פלארידע דאס זענען די צוויי וויכטיגסטע סטעיטס פאר אים אן פלארידע איז ער א פארטיגער

די פרעגסט פארוואס ער קאמפיינט און נעוואדע? משוגע דארף ער זיין אז נישט טראמפ האט עס פארלוירן און 2016 מיט 0.3% מיט א נישטיגע 2300 שטימען! 23 "הינדערט" נישט טויזענט ממש א דשאוק.. און ער האלט אז ער קען עס מאכן דאס יאר אפילו עטליכע דעמאקראטישע ניקים דא אויפן וועלטל לאזן נישט......
לעצט פארראכטן דורך שׁעמעדיגער אום דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 7:21 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

יש ברירה האט געשריבן:ביידע פראגעס האבן די זעלבע ענטפער...

אויב קען ביידען געווינען אין טעקסעס בתנאי אז ער קאמפיינט דארט, מיינט עס אז ער האט עס סייווי אין טאש.
אויב קען טראמפ פארלירן טעקסעס אין פאל וואס ער קאמפיינט נישט דארט, מיינט עס אז ער איז סייווי פארלוירן.

עס האט נישט קיין זין, פאר קיין איינס פון זיי צוויי, צו קאמפיינען אין רויטע שטאטן.

איך הער וואס דו זאגסט. אבער אויב קוקט מען בלויז אויף די טיפינג פוינט סטעיטס, וואלט פלארידע און נאורט קאראליינע געדארפט זיין די זעלבע זאך.
נארמאל קאמפיינט מען איבעראל וואו ס'שמאל, דאס גענצליך איגנארירן מאכט נישט קיין סענס.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
די פרעגסט פארוואס ער קאמפיינט און נעוואדע? משוגע דארף ער זיין אז נישט טראמפ האט עס פארלוירן און 2016 מיט 0.3% מיט א נישטיגע 2300 שטימען! 23 "הינדערט" נישט טויזענט ממש א דשאוק.. און ער האלט אז ער קען עס מאכן דאס יאר אפילו עטליכע דעמאקראטישע ניקים דא אויפן וועלטל לאזן נישט......

:?:
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

אגב, דאס נעמען די אנקעטעס פון 2016 און רעכענען אז זיי זענען יעצט פונקט די זעלבע אףף איז נישט קיין ריכטיגע קאמפיין חשבון, מילד גערעדט...
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7164
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

קענטאקי האט געשריבן:ווען מ'קוקט אויף די סטעיט אנקעטעס און מ'באטראכט וואו און ווי אזוי די צוויי קאנדידאטן קאמפיינען, לאזט עס נישט איבער קיין ספק אז די אינטערנעל פאולס פון ביידע קאמפיינס צייגן גאר אנדערע רעזולטאטן ווי די פאולס וואס ווערן ארויסגעגעבן צום פאלק.
לויט די אנקעטעס וואס מיר זעהען, וואלט די פארמעסט געדארפט זיין מערסטנס קאנצענטרירט אין טעקסאס און אין דזשארדזשיע, נישט אין פענסילוועניע, וויסקאנסין און מינעסאטא.

פארוואס אין די וועלט זאל טראמפ קאמפיינען אין נעוואדא ? ער איז עפעס זייער רואיג מיט זיינע רויטע שטאטן, טראץ וואס די פאולס צייגן א שמאלע פארמעסט. און דאס זעלבע מיט ביידען, ער ספענדט און קאמפיינט העפטיג אין סטעיטס וואו די פאולס געבן אים א שיינע אויבערהאנט. פארוואס גייט ער נישט צו די רויטע סטעיטס, וועלכע זענען שמאל לויט די פאולס ?

מוז מען צוקומען אז די אינפארמאציע וואס זיי האבן איז בכלל נישט דומה צו אונזערע אנקעטעס.

טראמפ קאמפיינט אין נעוואדע טאקע דערפאר אז דו זאלסט זאגן אז זיי האבן אנדערע אינטערנעל ציפערן.

זאל ער קאמפיינען אין טעקסאס וועט יעדער רעדן אז ס'איז צרות.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

יש ברירה האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:
די פרעגסט פארוואס ער קאמפיינט און נעוואדע? משוגע דארף ער זיין אז נישט טראמפ האט עס פארלוירן און 2016 מיט 0.3% מיט א נישטיגע 2300 שטימען! 23 "הינדערט" נישט טויזענט ממש א דשאוק.. און ער האלט אז ער קען עס מאכן דאס יאר אפילו עטליכע דעמאקראטישע ניקים דא אויפן וועלטל לאזן נישט......

:?:

זיין "מיליאן ביליאן" מאמענט. :lol:
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7164
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

ווירדזשיניע

ביידען 53 (+14)
טראמפ 39
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

יש ברירה האט געשריבן:אגב, דאס נעמען די אנקעטעס פון 2016 און רעכענען אז זיי זענען יעצט פונקט די זעלבע אףף איז נישט קיין ריכטיגע קאמפיין חשבון, מילד גערעדט...

פינקט די זעלבע אףף טאקע נישט אבער בערך יא און דאס קען גיין אויף ביידע זייטן.....
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פרוי הערריס האט היינט אפגעשטאט א באזוך אין נעוואדע
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:די פרעגסט פארוואס ער קאמפיינט און נעוואדע? משוגע דארף ער זיין אז נישט טראמפ האט עס פארלוירן און 2016 מיט 0.3% מיט א נישטיגע 2300 שטימען! 23 "הינדערט" נישט טויזענט ממש א דשאוק.. און ער האלט אז ער קען עס מאכן דאס יאר אפילו עטליכע דעמאקראטישע ניקים דא אויפן וועלטל לאזן נישט......

די מישט אויס מיט ניו העמפשיר
אבער ה״ה פאר נעוואדע
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:די פרעגסט פארוואס ער קאמפיינט און נעוואדע? משוגע דארף ער זיין אז נישט טראמפ האט עס פארלוירן און 2016 מיט 0.3% מיט א נישטיגע 2300 שטימען! 23 "הינדערט" נישט טויזענט ממש א דשאוק.. און ער האלט אז ער קען עס מאכן דאס יאר אפילו עטליכע דעמאקראטישע ניקים דא אויפן וועלטל לאזן נישט......

די מישט אויס מיט ניו העמפשיר
אבער ה״ה פאר נעוואדע

גערעכט מיי מיסטעיק

אבער אזוי ווי די זאגסט די פוינט בלייבט די זעלבע

נעוואדע האט קלינטאן געמאכט מיט 27 טויזענט שטימען
ס׳וועט זיין בעסער
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס׳וועט זיין בעסער »

יש ברירה האט געשריבן:אגב, דאס נעמען די אנקעטעס פון 2016 און רעכענען אז זיי זענען יעצט פונקט די זעלבע אףף איז נישט קיין ריכטיגע קאמפיין חשבון, מילד גערעדט...

בדיוק.
אלע אנקעטע פירמעס האבן די לעצטע פיר יאר גוט דורכגעקייעט די ראטא פון 2016.
איינער זאגט מיר אפילו מער, די טראמפ קאמפיין דארף זיין מער געווארענט ווייל מ׳קען זאגן א סברה אז די אנקעטעס קענען זיין אביסל מער בייעס פאר טראמפ ווייל זיי נעמען אין חשבון די 2016 אנקענע פלאפס. איך האלט נישט אז דאס איז א חשבון אבער א נקודה למחשבה איז עס.
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

מייק פענס קאמפיינט?

מען הערט עפעס נישט פון אים
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

מצב כללי האט געשריבן:מייק פענס קאמפיינט?

מען הערט עפעס נישט פון אים

זיכער
אפילו נאכמער ווי העריס

ער איז יעדן טאג און א צווייטן סווינג סטעיט
נעכטן איז ער געווען אין וויסקאנסין
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:מייק פענס קאמפיינט?

מען הערט עפעס נישט פון אים

זיכער
אפילו נאכמער ווי העריס

ער איז יעדן טאג און א צווייטן סווינג סטעיט
נעכטן איז ער געווען אין וויסקאנסין

הנאה צו הערן
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

האלצשטיין האט געשריבן:זייער שטארק פאר ביידען, נאכדערצו אז מאנמאנט ווערט כסדר ארויסגעברענגט אלס א גאר קראנטע פירמע (ווען זיי ווייזן גוטע נומערן פאר טראמפ..)

נקדימון האט אבער נישט געברענגט אז אין סיניערס איז טראמפ העכער אין פלארידע - אין די זעלבע אנקעטע.

ביידע זענען פונקט פארקערט פון אלע אנקעטעס, סיניערס און היספאניקס.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7164
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

שמעון ראלניצקי האט היינט אויף א שמועס אויף א טראפ טיפער מיט וואלווי איינהארן פון PpollingNumbers@ אקאונט איבער די אנקעטעס

https://www.yiddish24.com/cat/146
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

האלצשטיין האט געשריבן:שמעון ראלניצקי האט היינט אויף א שמועס אויף א טראפ טיפער מיט וואלווי איינהארן פון PpollingNumbers@ אקאונט איבער די אנקעטעס

https://www.yiddish24.com/cat/146

איך ווייס נישט וואס זיינע פואלס זאגען, אבער איך קען וואלווי ער איז א שטארקע בערני חסיד
הצלחה
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7164
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

שאשא האט געשריבן:

אויף טוויטער איז ער אומפארטייאיש, ער שיקט אלע אנקעטעס אן קיין שום איינזייטיגקייט
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7164
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

דזשארדזשיע העריס אנקעטע פאר א דעם פירמע :roll:

ביידען 52 (+6)
טראמפ 46
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”