אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

שניי באל האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:נייעס: דזשאן באלטאן זאגט אז ער פלאנט צו וואוטען פאר ביידען


באלטאן לייקענט עס.

ער גייט נישט וואטען פאר טראמפ. און ער פארפירט און דרייט איבער אז טראמפ מוז זיין א איין טערמיניגע פרעזידענט, און ער בעט מען זאל זיכער מאכן אז טראמפ זאל פארלירן.. אבער ניין ער גייט שרייבן א רייט אין... נישטא ווער זאל לאכן
האסט הנאה? געב א לייק
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

צל עובר האט געשריבן:אודאי לויפן איצטערט אויך ליבערטעריען און גרין פארטיי קאנדידאטן ווי פאריגע מאל.

נאר פאריגע מאל האבן זיי אנגעצויגן היפש מער ווי די זעלבע צוויי האבן אנגעצויגן אין 2012, צו פארדאנקען די אומצופרידנהייט מיט די צוויי גרויסע קאנדידאטן, און אפשר אויך די איינרעדעניש אז טראמפ קען נישט געווינען.

אין 2012 און אין 2016 זענען די גרין און ליבערטעריען פארטיי קאנדידאטן געבליבן די זעלבע, יעצט האבן זיי נייע.

געוועזענע פאפאלערע דריטע קאנדידאטען שטיצן ביידען. איך האב געזען מוקמעלען (אויב קאמפיינט ער פאר ביידען און יוטע קען עס ביידען געווינען? אפשר צוזאמען מיט ראמניס שטיצע?)

דשאו וואלש שטיצט אויך שטארק ביידען.
האסט הנאה? געב א לייק
גוט פאריקט
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט פאריקט »

געזעהן אים א אנדערע אשכול עז טרטמפ גרייט זיך עכ''פ צו רעדן פון נאך א סטימיולעס (ער האט זיך געכאפט זעהט אויס אז פעלט זיך אויס) לדעתי איז עס א נידריגע שטיקל וואס טראמפ האט דא אנגעדרייט און פארפירט די דעמאקראטן אז אזוי וועט ער קענען זיי שלעפען ביז נענטער צו די וואלן ווען יעדער וועט שפירן די איבריגע פאר דאללער אין טאש און ער וועט ארימגיין און בעטן הכרת הטוב
אבער לעת עתה זעה איך שוואכע שאנסן אז א דיעל זאל ווערן אויסגעהאמערט פון איין זייט די קאנסערוואטיווע וועלן שרייען אז עס הייבט די חוב און די דעמאקראטן וועלן פארלאנגען אנאימפלוימענט
וועל מיר זעהן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

mosha g האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אודאי לויפן איצטערט אויך ליבערטעריען און גרין פארטיי קאנדידאטן ווי פאריגע מאל.

נאר פאריגע מאל האבן זיי אנגעצויגן היפש מער ווי די זעלבע צוויי האבן אנגעצויגן אין 2012, צו פארדאנקען די אומצופרידנהייט מיט די צוויי גרויסע קאנדידאטן, און אפשר אויך די איינרעדעניש אז טראמפ קען נישט געווינען.

אין 2012 און אין 2016 זענען די גרין און ליבערטעריען פארטיי קאנדידאטן געבליבן די זעלבע, יעצט האבן זיי נייע.

געוועזענע פאפאלערע דריטע קאנדידאטען שטיצן ביידען. איך האב געזען מוקמעלען (אויב קאמפיינט ער פאר ביידען און יוטע קען עס ביידען געווינען? אפשר צוזאמען מיט ראמניס שטיצע?)

דשאו וואלש שטיצט אויך שטארק ביידען.

מקמולען האט בעיקר אנגעצויגן אין יוטא, נאציאנאל האט ער כמעט גארנישט געהאט, דזשאו וואלש איז געלאפן אין די רעפאבליקאנער פריימעריס דאס יאר, נישט אלס דריטע פארטיי קאנדידאט.

בנוגע געווינען יוטא, ביידן וועט עס בלויז געווינען אויב טראמפ וועט פארלירן ממש אלעס אלעס וואס איז שייך, אדער עפעס א יוטא ספעציפיש ריזיגע פאסירונג צווישן יעצט און די וואלן.

ראמני איז נאך נישט גרייט אפילו צו זאגן אז ער שטימט פאר ביידן, ווער רעדט נאך פון אינדארסירן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איבער 120 טויזנט מענטשן האבן שוין "געקויפט" טיקעטס צו אנטיילנעמען אנליין אין די ביידן-אבאמע גרעסרוט פאנדרעיזער. יעדער האט געקענט געבן וויפיל ער וויל. עס איז שוין אריינגעקומען איבער 4 מיליאן דאלער.

דער ביידן קאמפיין האפט אויפצוטרייבן איבער הונדערט מיליאן דאלער "100,000,000,000.00" דאלער אין יוני, נאכן אויפטרייבן איבער אכציג אין מאי.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

צל עובר האט געשריבן:איבער 120 טויזנט מענטשן האבן שוין "געקויפט" טיקעטס צו אנטיילנעמען אנליין אין די ביידן-אבאמע גרעסרוט פאנדרעיזער. יעדער האט געקענט געבן וויפיל ער וויל. עס איז שוין אריינגעקומען איבער 4 מיליאן דאלער.

דער ביידן קאמפיין האפט אויפצוטרייבן איבער הונדערט מיליאן דאלער "100,000,000,000.00" דאלער אין יוני, נאכן אויפטרייבן איבער אכציג אין מאי.

עס איז שוין נענטער ווי ווייטער צום ענדע חודש יוני למספרם
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16830
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן:געוועזענער פרעזידענט אבאמא פלאנט אפצוהאלטן זיין ערשטן פאנדרעיזינג פאר ביידען. דער פאנדרעיזינג איז געפלאנט פארצוקומען נעקסטער וואך.

זייער פלאן אויפצוטרייבן פון קליינע דאונערס איז איבערצושטייגן די פאנדרעיזינג וואס בוטידזשעזש האט געמאכט לעצטנס.

בוטידזשעזש האט אויפגעטריבן פאר ביידען איבער א מיליאן דאללער פון 36,000 דאונערס

דער פאנדרעיזינג קומט פאר היינט אווענט.

דערווייל האלט עס שוין ביי אריבער 120 טויזענט סיין-אפס אויפטרייבענדיג מער ווי 4 מיליאן דאללער

----
בושות, צל האט שוין געשריבן 5 שעה צוריק
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פובליק פאליסי פאולינג אויף טעקסאס

טראמפ 48
ביידען 46
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די נעיט כהן אנגעפירטע ניו יארק טיימס סיענע אנקעטעס וועט ארויסקומען מארגן מיט א נאציאנאלע אנקעטע, און דאנערשטאג מיט אנקעטעס אין די זעקס סווינג סטעיטס - מישיגען פענסילוועניע און וויסקאנסין, נארט קארעליינע פלארידע און אריזאנע - סיי אויף פרעזידענט, און סיי פאר סענאט דארט ווי מען לויפט, דאס איז מישיגען נארט קארעליינע און אריזאנע.

כדי די וואס וועלן נישט גלייכן די אנקעטעס זאלן נישט נאכדעם האבן קיין טענות אויף דעם סעמפל און די מעטאדן, האט ער דאס שוין היינט ארויסגעלייגט, אז ווער עס האט עכטע טענות, זאל עס יעצט האבן, און ווער עס מיינט אז ער האט טענות, ווייל די אנקעטע שמעקט אים נישט, זאל מען וויסן אז אויב ער האט א פוינט, וואלט ער עס יעצט געזאגט.

ער איז מסביר פשט פון צופיל טראמפ וויילער אין איין סטעיט, און צופיל קלינטאן וויילער אין א צווייטע סטעיט, קומט צוליב וואס ער וועגט נישט עקסטער די וואס האבן געשטימט און די וואס האבן נישט געשטימט, און אין די שטאטן האט זייער סעמפל מער וואויטערס פון איין פארטיי טאקע, אבער קעגן דעם איז דא מער נאנוואויטערס פון די אנדערע זייט.
IMG_20200623_151939.jpg
IMG_20200623_151939.jpg (125.71 KiB) געזען 1119 מאל



אויך קומט מארגן ארויס א אנקעטע אין וויסקאנסין פון די רעספעקטירטע מארקעט קאלעדזש.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דער ביידן קאמפיין געבט איבער אז מען האלט שוין ביי 175 טויזנט "טיקעטס פארקויפט" דאס מיינט מענטשן וואס האבן געגעבן געלט אנטיילצונעמען אין דעם ביידן - אבאמע גרעסרוט פאנדרעיזער. עס איז שוין אריינגעקומען פון דעם 7.6 מיליאן. יעדער האט געקענט געבן וויפיל ער האט געוואלט.

-------------


קרישקעלעך פון דעם מעמד.

עס האט זיך אנגעהויבן מיט א שמועס צווישן דעוויד פלאף, דער אבאמע 08 מענעדזשער, און דזשאן אמעלי דילאן, די ביידן 2020 מענעדזשער.

ביידן מענעדזשער זאגט אז טראץ די אנקעטעס, קען מען נישט נעמען גארנישט פאר גרענטעד, און עס וועט זיין א שמאלע פארמעסט.
"This is going to be a very close race," @jomalleydillon says. "While we're ahead" in polls right now, the Biden campaign "can't take for granted that this is going to be a close election."


דעוויד פלאף זאגט אז עס וועט ווערן טייטער, ביידן וועט נישט געווינען קיין סטעיטס מיט קיין 14-15 פראצענט, און מען טאר נישט קוקן צופיל אויף אנקעטעס.
"This race will tighten. He's not going to win states by 14 or 15 points," Plouffe says. A couple votes in a precinct may matter but if not "let's put a thumping on this guy" and also win down ballot. "In any scenario, ignore the polls," he says.


נאכדעם האט ביידן גערעדט, ער האט געמאלדן איבער די 175 טויזנט מענטשן, מיט די 7.6 מיליאן, און נאכדעם האט ער פארשפראכן צו פארזעצן צו באשיצן און בויען אויף אבאמע'ס אויפטואונגען.
NEW: The Obama-Biden grassroots fundraiser has brought in $7.6 million from 175,000 people, Biden announces.
"I'll protect and build on everything we achieved in the Obama administration," Biden pledges as he speaks before Obama at their joint fundraiser.


און נאכדעם האט אבאמע געזאגט אז אויב מען וועט ארבעטן שווער, קומט גוטע צייטן, און עס איז נישט דא קיינער אין לאנד וועם ער טראסט מער ווי ביידן אויסצוהיילן דאס לאנד.
"I am here to say that help is on the way if we do the work," Obama says. "There is nobody I trust more to heal the country and get it back on track than Joe Biden."


אויך האט אבאמע געזאגט חיזוק בנוגע די עקאנאמיע, אז ביים פאריגן קראך איז געווען ערגער אין געוויסע הינזיכטן, און דאך האט מען זיך ארויסגעדראפעט.
Obama: "As much of a slog as it was to yank the economy out of the crisis that it was in and in some ways things were tougher in terms of the financial system than they are today, but there was still a sense of a shared American idea that we could build on."


20200623_174546.jpg
20200623_174546.jpg (198.04 KiB) געזען 1055 מאל


נאך פון אבאמע, ער וויל זעהט אויס כאפן היימישע בוש אידן ווי @צווייפל רופט עס.
At a @JoeBiden fundraiser, @BarackObama says his predecessor, George W. Bush, "had a basic regard for the rule of law and the importance of our institutions."

Trump, he says, "has not just differed in policy, but has gone at the very foundations of who we are and should be."
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16830
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

צל עובר האט געשריבן:דער ביידן קאמפיין געבט איבער אז מען האלט שוין ביי 175 טויזנט "טיקעטס פארקויפט" דאס מיינט מענטשן וואס האבן געגעבן געלט אנטיילצונעמען אין דעם ביידן - אבאמע גרעסרוט פאנדרעיזער. עס איז שוין אריינגעקומען פון דעם 7.6 מיליאן. יעדער האט געקענט


דער טראמפ קאמפיין האט ארויסגעשוקט א מעסידזש אז זיי האבן אויפגעטריבן א פאנטאסטישע 10 מיליאן דאללער דורך די וויקענד פון די טולסא ראללי - דערקלערענדיג וויקטערי איבער די פריערדיגע ציפערן פון די ביידען-אבאמא פאנדרעיזינג

IMG_20200623_194003.jpg
IMG_20200623_194003.jpg (34.54 KiB) געזען 1022 מאל



נישט גענומען צו לאנג אין דער ביידען קאמפיין ריפלייט - האבענדיג דער לעצטער לאך - אז זיי האבן שוין אויפגעטריבן 11 מיליאן דאללער פון די ביידען-אבאמא פאנדרעיזינג

Screenshot_20200623-194143.png
Screenshot_20200623-194143.png (544.13 KiB) געזען 1022 מאל


7.6 מיליאן פון גרעסרוט און 3.4 מיליאן פון היי-ענד דאונערס


---
פאר קאנטעקסט: אין יאנואר האט ביידען אויפגעטריבן 8.9 מיליאן דאללער אין די גאנצער חודש
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16830
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

דער בחור טרינקט מיט איין האנט...

IMG_20200623_195313~2.jpg
IMG_20200623_195313~2.jpg (151.58 KiB) געזען 1001 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

און בכלל, צען מיליאן אין א דריי טאג ספען, איז בכלל נישט מער ווי 7.6 פון א פאנדרעיזער.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ני"ט נאציאנאל:
ביידען +14

צווישן 2016 וויילער איז ביידן בלויז +10. דאס ווייזט אז נישט נאר איז ער סאך שטארקער ווי הילערי אין יענער עלעקטארעט נאר ער ברענגט אריין פרישע ריזיגע מאסן וויילער אין 2020, וואס דאס גיבט אים די נאך 4 פונקטן.

הרב כהן איז באקאנט צו זיין א גאר גוטע און שטרענגע פאולסטער, ער דילדט נישט קיינע שטיקעס אדער מינדעסטע עררארס. זאגט ער היינט אז ער האט באטראכט אלע אפציעס צו זעהן אויב ס'שייך צו 'וועגן' דעם אנקעטע אנדערש אז ס'זאל זיין עפעס בעסער פארן פרעזידענט, (ווי נישט ווי -14 פאר אן אינקאמבענט איז כמעט אן אומדערהערטע זאך). ער האט נישט געטראפן קיין שום וועג.

די רעזולטס לויט די דעמאגראפיקס:

פרויען: ביידען +22
מענער: ביידן +3 (!)

יארגאנג 18-34:
ביידן +34

יארגאנג 35-49:
ביידן +23

יארגאנג 50-64:
טראמפ +1

יארגאנג 65 און ארויף:
ביידן +2 (!)

שווארצע:
ביידן +74

היספאנישע:
ביידן +39

ווייסע:
טראמפ +1 (!)

ווייסע קאלעדזש גראדואירטע:
ביידן +28

ווייסע נישט קאלעדזש גראדואירטע:
טראמפ +19

דעמאקראטן:
ביידן +85

רעפובליקאנער:
טראמפ +85

אינדעפענדענטס:
ביידן +21

הייסע ליבעראלן:
ביידן +83

הייסע קאנסערוואטיוון:
טראמפ +73

עטוואס ליבעראלן:
ביידן +69

עטוואס קאנסערוואטיוון:
טראמפ +32

מעסיגע:
ביידן +33 (!)

ווי מ'זעהט ביי די אידעלאגיע האבן זיך ליבעראלן, אנדערש ווי אין 2016, גאר שטארק פאראייניגט אונטער ביידן, דאס קומט ווארשיינליך אויך צוליב וואס סענדערס האט נישט אנגעהאלטן זיין פייט אווי מיט קלינטאן ביז די ענדע פריימערי, דאס צייגט ווי וויכטיג סאיז זיך צו קאנסאלידעיטן פרי אינעם פארמעסט. סענדערס אליין האט אויך געלאזט הערן לעצטענס אז ער פארשטייט זיך פיל בעסער מיט ביידן ווי מיט קלינטאן..

טראמפ ווידער האט נאך נישט פאראייניגט די קאנסערוואטיוון, גאר ווייט דערפון. און דאס איז לכאורה א שטארקע פאקטאר אין די ענד רעזולט.

קאלעדזש גראדואירטע פרויען, וועליכע האבן בעפארצוגט קלינטאן מיט +7, איז יעצט ביידן +39! דאס איז לכאורה ווי מ'רופט עס ביידענס "באזע", א שטייגער ווי די ווייסע פויערן ביי טראמפ.

ס'קען אויסקוקן ווי א שטיקל דיסקרעפענסי דאס אז "רעפובליקענס" זענען שטארק אויפן טראמפ וואגאן בעת וואס "קאנסארוואטיוון" גאר שוואך (רעלעטיוולי) און "שטארק קאנסערוואטיוון" גאנץ שוואך. אבער דאס קומט לכאורה ווייל אסאך קאנסערוואטיוון וואס גייען קעגן טראמפ האבן זיך אויפגעהערט אינדעטיפיצירן אלס רעפובליקענס.


שטייצעך אויב דאס געשעהט עווענטואל גייט דאס מיטשלעפן דעם סענאט און נאך אפאר קאנגרעס סיעטס.
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

דזשאו ביידען איז היינט צום ערשטן מאל מיט איבער 10 פראצענט פאראויס אין די רקפ עוורידזש. דאס קומט אין רעזולטאט פון די לעצטע שוידערליכע נ. י. טיימס אנקעטע.

אין לנו על מי להשען וכו'...
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

פרישע וויסקאנסין אנקעטע, דורך מאהרקעט אוניווערסיטעט, ערווארטעט 12:15

זענען געווען היפש אףף אין 2016 (פונקט ווי אלע אנדערע אנקעטע פירמעס...).
לעצט פארראכטן דורך יש ברירה אום מיטוואך יוני 24, 2020 10:45 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

און די אלטע צייטן פאר די שווארצע קאראנע.. ווען זאכן זענען געפארן גאנץ גיט, און טראמפ האט פראפאגאנטירט, איז די דעת הקהל געווען אז טראמפ וועט עס מאכן, חוץ אויב עפעס דראסטיש וועט פאסירן.. למעשה האבן דראסטישע זאכן פאסירט.. און עס זעט אויס ווי דער עולם איז גערעכט געווען! און די מצב האט זיך געטוישט. אז ווי עס קוקט יעצט אויס וועט ביידען געווינען חוץ אויב עפעס דראסטיש פאסירט... (עס איז מעגליך) *טראמפ שטייט יעצט טיף אין די ערד.
האסט הנאה? געב א לייק
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

יש ברירה האט געשריבן:פרישע וויסקאנסין אנקעטע, דורך מאהרקעט אוניווערסיטעט, ערווארטעט 12:15

זענען געווען היפש אףף אין 2016 (פונקט ווי אלע אנדערע אנקעטע פירמעס...).


אין אלגעמיין זענען זיי זייער גוט, איין שלעכטע אנקעטע מיינט נישט גארנישט. זיי ווערען פאררעכנט ווי די דע מאין רעדזשעסטיר פון וויסקאנסין
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

יש ברירה האט געשריבן:פרישע וויסקאנסין אנקעטע, דורך מאהרקעט אוניווערסיטעט, ערווארטעט 12:15

זענען געווען היפש אףף אין 2016 (פונקט ווי אלע אנדערע אנקעטע פירמעס...).

וויסקאנסן באליבטער גאנץ לינקע סענאטער וואס האט שטארק און ברייט געווינען ריעלעקשן צוויי יאר צוריק, האט אפגעמאכט אז זי וועט זיכער מאכן אז ביידען געווינט די סטעיט. זי פירט אן די קאמפיין דארטן, זי האט אריינגעברענגט אירע בעסטע חברה און איר טיעם, און זי ארבעט רונדע דעם זייגער אז די פארמעסט זאל בכלל נישט זיין שמאל.
לעצט פארראכטן דורך mosha g אום מיטוואך יוני 24, 2020 10:54 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
האסט הנאה? געב א לייק
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

Waukesha האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:פרישע וויסקאנסין אנקעטע, דורך מאהרקעט אוניווערסיטעט, ערווארטעט 12:15

זענען געווען היפש אףף אין 2016 (פונקט ווי אלע אנדערע אנקעטע פירמעס...).


אין אלגעמיין זענען זיי זייער גוט, איין שלעכטע אנקעטע מיינט נישט גארנישט. זיי ווערען פאררעכנט ווי די דע מאין רעדזשעסטיר פון וויסקאנסין

יא, פארדעם האב איך עס געברענגט...

538 געבט זיי א A/B רעיטינג (רעלעטיוו נייע פאולסטער, באקומען אזעלכע פלימענערי רעיטינגס).
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

שאק: טראמפ קאלעכט....

עכ"פ אזוי וואלט די רעכט גענויגטע מידיע געזאגט ווען ער הייסט ווען ביידען.

https://www.dropbox.com/s/n88zcwlucb9wg ... 3.mp4?dl=0

קליפ קרעדיט: טשאדי.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עס שטערט מיר נאך אלץ ווען מענטשן שרייבן כאילו פאר קאראנע האט טראמפ געקרוזט, ווי איינער שרייבט שטותים פאריגע וואך אין בלאט, אז פאר די איבערקערענישן איז טראמפ געווען אויפן וועג צו א כמעט זיכערע זיג, נאו, הי וואזענט, ער האט געטרעילט ביידן נאציאנאל, און אין די ראסט בעלט און אין אריזאנע.

צוריק צו יעצט, עס איז אויך דא היינט א 8+ און א 6+ אנקעטע פאר ביידן, שטייצעך אז מען איז מער ביזי מיט די מער רעספעקטפולע ני"ט סיענע הרב כהן אנקעטע.

ווי נעכטן געמאלדן קומט מארגן ארויס די ני"ט סיענע אנקעטעס פון די זעקס אנגענומענע סווינג סטעיטס. נישט איין אנקעטע פון אלע צוזאמען, נאר זעקס געהעריגע אנקעטעס, איך זעה אז עס איז עטוואס עלטער ווי די נאציאנאלע אנקעטע וואס איז שוין ארויסגעגעבן, קען זיין אז עס איז עטוואס בעסער פאר טראמפ ווי די נאציאנאלע.

נעכטן ווען כהן האט ארויסגעלייגט זיין מאדל א טאג בעפאר די רעזולטאטן, כדי ווער עס האט א פראבלעם זאל קומען זאגן, האבן אסאך געמיינט ביידן וועט אנדערפערפארמען, און ער וויל פאראויס לויפן די טוויטער מאב, למעשה איז פארקערט, און ער האט געוואלט פריווענטן דאס וואס טראמפ האט פארפירט ביי די סי ען ען אנקעטע, ארויסגעלייגט א בריוו פון מקלוגלין, און געשיקט פאר סי ען ען א לויער צעטל אז זיי זאלן צוריקציען פון די אנקעטע.
פארקלאצט
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 10:22 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארקלאצט »

Look on the betting market and you will see that he has a point
אטעטשמענטס
Screenshot_20200624-114033.png
Screenshot_20200624-114033.png (131.27 KiB) געזען 632 מאל
לעצט פארראכטן דורך פארקלאצט אום מיטוואך יוני 24, 2020 11:46 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

צל עובר האט געשריבן:עס שטערט מיר נאך אלץ ווען מענטשן שרייבן כאילו פאר קאראנע האט טראמפ געקרוזט, ווי איינער שרייבט שטותים פאריגע וואך אין בלאט, אז פאר די איבערקערענישן איז טראמפ געווען אויפן וועג צו א כמעט זיכערע זיג, נאו, הי וואזענט, ער האט געטרעילט ביידן נאציאנאל, און אין די ראסט בעלט און אין אריזאנע.

צוריק צו יעצט, עס איז אויך דא היינט א 8+ און א 6+ אנקעטע פאר ביידן, שטייצעך אז מען איז מער ביזי מיט די מער רעספעקטפולע ני"ט סיענע הרב כהן אנקעטע.

איז דאס די פירמע וואס האט הארט פאר די 2018 וואלן געהאט גילום און נעלסאן געוואנען מיט עטליכע פוינטסאין פלארידא?

אין אלגעמיין לייג איך נישט קיין געוויכט אויף אנקעטעס אזוי לאנג פאר די וואלן ווייל עס איז אן עדות שאי אתה יכול להזימה, וויאזוי פראוו איך אים ראנג?
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

כאילו דער גוטער פאולסטער/פראדיקטער ווייסט פונקטלעך ווי ביידן האלט.
און אז הילערי האט געהאלטן דא אדער דארט. און וואסערמאן פון טוויטער (another beauty) פראדיקט אויך. גיי שוין גיי

די זאך איז נאר אז נאך נאוועמבער 3 גייען זיי האבן א פונקטלעכן תירוץ פארוואס אהין אדער אהער.
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”