בלאט 814 פון 850

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:37 pm
דורך פעיק ניוז
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט היינט פארלענגערט א פארבאט אויף געוויסע וויזא-האלטער אריינצוקומען קיין אמעריקא.
די רעדע איז איבער די H-1B, די H-2B, די J און L וויזא פראגראם'ס וואס ערלויבן געוויסע אויסלענדישע אריינצוקומען אין לאנד פאר א שטיק צייט אנצונעמען ארבעט אין געוויסע אינדוסטרי'ס וואו די רעגירונג האט איינגעזעהן אז ס'פעלט אויס לטובת די עקאנאמיע.
אפריל 22 האט טראמפ סוספענדירט - אויף 60 טאג - זייער רעכט אריינצוקומען אין לאנד פאר ארבעט'ס צוועקן. יעצט - יוני 21 - האט די פארבאט געזאלט אפלויפן, האט טראמפ היינט געמאלדן אז ער טוט פארלענגערן די פארבאט ביז דעצעמבער 31.

אין רעאקציע האט א אינדוסטרי גרופע אריינגעגעבן א געריכטליכע קלאגע קעגן די אדמיניסטראציע!

היינט האבן 52 קארפארעישאנ'ס - אריינגערעכענט עמעזאן, גוגל און פעיסבוק - אריינגעגעבן אין געריכט א ביטע אין שטיצע פון קלעגער - שרייבענדיג צווישן אנדערע אז די פאקטן אינעם ביזנעס וועלט איז פארקערט פון וואס דער פרעזידענט שרייבט.

פאלט זיי נישט איין אז טראמפ רעדט בכלל נישט פון די אין זייער ביזנעס וועלט.

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 11:03 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
יעדער - סיי טראמפ און סיי זיינע קעגנער - לעבט זיך אין זיין באבל...

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 11:07 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט היינט פארלענגערט א פארבאט אויף געוויסע וויזא-האלטער אריינצוקומען קיין אמעריקא.
די רעדע איז איבער די H-1B, די H-2B, די J און L וויזא פראגראם'ס וואס ערלויבן געוויסע אויסלענדישע אריינצוקומען אין לאנד פאר א שטיק צייט אנצונעמען ארבעט אין געוויסע אינדוסטרי'ס וואו די רעגירונג האט איינגעזעהן אז ס'פעלט אויס לטובת די עקאנאמיע.
אפריל 22 האט טראמפ סוספענדירט - אויף 60 טאג - זייער רעכט אריינצוקומען אין לאנד פאר ארבעט'ס צוועקן. יעצט - יוני 21 - האט די פארבאט געזאלט אפלויפן, האט טראמפ היינט געמאלדן אז ער טוט פארלענגערן די פארבאט ביז דעצעמבער 31.

אין רעאקציע האט א אינדוסטרי גרופע אריינגעגעבן א געריכטליכע קלאגע קעגן די אדמיניסטראציע!

היינט האבן 52 קארפארעישאנ'ס - אריינגערעכענט עמעזאן, גוגל און פעיסבוק - אריינגעגעבן אין געריכט א ביטע אין שטיצע פון קלעגער - שרייבענדיג צווישן אנדערע אז די פאקטן אינעם ביזנעס וועלט איז פארקערט פון וואס דער פרעזידענט שרייבט.

זעה איך יעצט אז די היערינג וועט ערשט פארקומען סעפטעמבער 11!

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 4:09 am
דורך קארן
אפשר באלאנגט עס און מילתא דבדיחותא?
https://www.bbc.com/news/world-us-canada-53761744

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 5:15 pm
דורך סיפורי צדיקים
קארן האט געשריבן:אפשר באלאנגט עס און מילתא דבדיחותא?
https://www.bbc.com/news/world-us-canada-53761744

וואס שטייט?
איך קען עס נישט עפענען צוליב גדר

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 5:22 pm
דורך פעיק ניוז
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:יעדער - סיי טראמפ און סיי זיינע קעגנער - לעבט זיך אין זיין באבל...

קענסט אבער נישט זאגן אז די פאקטן אין טראמפ'ס באבל זענען אנדערש, והא ראי' אין מיין באבל זענען די פאקטן אנדערש..

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 5:32 pm
דורך קארן
סיפורי צדיקים האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:אפשר באלאנגט עס און מילתא דבדיחותא?
https://www.bbc.com/news/world-us-canada-53761744

וואס שטייט?
איך קען עס נישט עפענען צוליב גדר


US calls for shower rules to be eased after Trump hair complaints

The US government has proposed changing the definition of a showerhead to allow increased water flow, following complaints from President Donald Trump about his hair routine.

Under a 1992 law, showerheads in the US are not allowed to produce more than 2.5 gallons (9.5l) of water per minute.

The Trump administration wants this limit to apply to each nozzle, rather than the overall fixture.

Consumer and conservation groups argue that it is wasteful and unnecessary.

The changes were proposed by the Department of Energy on Wednesday following complaints by Mr Trump at the White House last month.

"So showerheads - you take a shower, the water doesn't come out. You want to wash your hands, the water doesn't come out. So what do you do? You just stand there longer or you take a shower longer? Because my hair - I don't know about you, but it has to be perfect. Perfect," he said.

How is Donald Trump doing in the polls?
US president gets new hairdo and the internet went wild
Trump weighs plan to keep Americans out over virus
Andrew deLaski, executive director of the energy conservation group Appliance Standards Awareness Project, said the proposal was "silly".

With four or five or more nozzles, "you could have 10, 15 gallons per minute powering out of the showerhead, literally probably washing you out of the bathroom," he told the Associated Press news agency.

"If the president needs help finding a good shower, we can point him to some great consumer websites that help you identify a good showerhead that provides a dense soak and a good shower," he added.

David Friedman, vice president of advocacy at the organisation Consumer Reports, said showerheads in the US already "achieve high levels of customer satisfaction", while saving people money.

The proposal could face court battles if it advances, Reuters news agency reports.

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 5:40 pm
דורך הענדימען
אלס א הענדימען\פלאמבער בעטן מיך מענטשן אפט הילף מיט שאוער העדס ווייל די געהעריגע זענען זייער שוואך. ב"ה מ'האמער אזא צוגרייטן פרעזידענט וואס איז גרייט אויסצוראטן דעם משוגעת פון כח'לאזע טוש קעפ

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 10:32 pm
דורך וואס עפעס?
וואס איז די מעשה מיט די העצע אקעגען די נייע הויפט פון די USPS וועמען טראמפ האט געשטעלט

זענען די טענות ריכטיג ?

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 10:33 pm
דורך שאשא
וואס עפעס? האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט די העצע אקעגען די נייע הויפט פון די USPS וועמען טראמפ האט געשטעלט

זענען די טענות ריכטיג ?

וואס זענען די טענות ?

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 10:48 pm
דורך פעיק ניוז
קארן האט געשריבן:
סיפורי צדיקים האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:אפשר באלאנגט עס און מילתא דבדיחותא?
https://www.bbc.com/news/world-us-canada-53761744

וואס שטייט?
איך קען עס נישט עפענען צוליב גדר


US calls for shower rules to be eased after Trump hair complaints

The US government has proposed changing the definition of a showerhead to allow increased water flow, following complaints from President Donald Trump about his hair routine.

Under a 1992 law, showerheads in the US are not allowed to produce more than 2.5 gallons (9.5l) of water per minute.

The Trump administration wants this limit to apply to each nozzle, rather than the overall fixture.

Consumer and conservation groups argue that it is wasteful and unnecessary.

The changes were proposed by the Department of Energy on Wednesday following complaints by Mr Trump at the White House last month.

"So showerheads - you take a shower, the water doesn't come out. You want to wash your hands, the water doesn't come out. So what do you do? You just stand there longer or you take a shower longer? Because my hair - I don't know about you, but it has to be perfect. Perfect," he said.

How is Donald Trump doing in the polls?
US president gets new hairdo and the internet went wild
Trump weighs plan to keep Americans out over virus
Andrew deLaski, executive director of the energy conservation group Appliance Standards Awareness Project, said the proposal was "silly".

With four or five or more nozzles, "you could have 10, 15 gallons per minute powering out of the showerhead, literally probably washing you out of the bathroom," he told the Associated Press news agency.

"If the president needs help finding a good shower, we can point him to some great consumer websites that help you identify a good showerhead that provides a dense soak and a good shower," he added.

David Friedman, vice president of advocacy at the organisation Consumer Reports, said showerheads in the US already "achieve high levels of customer satisfaction", while saving people money.

The proposal could face court battles if it advances, Reuters news agency reports.

גארנישט קיין מילתא דבדיחותא. בלויז בייעס'דיג אראפגעלייגט, ווי כאילו טראמפ'ס פראבלעם איז געווען זיינע האר. איך געדענק נאך זייער גוט יענער ראלי וואו טראמפ האט גערעדט דערפון. ער האט גערעדט פון די פראבלעם אז עס קומט ווייניג וואסער. און אלס אן אילוסטראציע, פלאס אביסל בדיחותא פאר א ספייס, האט ער גערעדט פון זיינע האר זאנגדיג: קוקט אן מיינע שיינע האר, איר האלט אז מיט אזאנע שיינע האר קען מען נעמען א שאוער מיט אזוי ווייניג וואסער?..

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 10:52 pm
דורך בוחר בשירי זמרה
פעיק ניוז האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:
סיפורי צדיקים האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:אפשר באלאנגט עס און מילתא דבדיחותא?

גארנישט קיין מילתא דבדיחותא. בלויז בייעס'דיג אראפגעלייגט, ווי כאילו טראמפ'ס פראבלעם איז געווען זיינע האר. איך געדענק נאך זייער גוט יענער ראלי וואו טראמפ האט גערעדט דערפון. ער האט גערעדט פון די פראבלעם אז עס קומט ווייניג וואסער. און אלס אן אילוסטראציע, פלאס אביסל בדיחותא פאר א ספייס, האט ער גערעדט פון זיינע האר זאנגדיג: קוקט אן מיינע שיינע האר, איר האלט אז מיט אזאנע שיינע האר קען מען נעמען א שאוער מיט אזוי ווייניג וואסער?..



גראדע גאץ זיס געווען


#דישוואשערס

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 11:46 pm
דורך וואס עפעס?
שאשא האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט די העצע אקעגען די נייע הויפט פון די USPS וועמען טראמפ האט געשטעלט

זענען די טענות ריכטיג ?

וואס זענען די טענות ?


ער פארמאגט אינוועסטמענט ביי עטליכע פריוואטע שיפינג פירמעס און מאנכע זאגן אז ער פרובירט אפצושוואכען די גאנצע usps כדי צו פארדינען דערפון

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 12:13 am
דורך צל עובר
וואס עפעס? האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט די העצע אקעגען די נייע הויפט פון די USPS וועמען טראמפ האט געשטעלט

זענען די טענות ריכטיג ?

וועם פרעגט איר אויב עס איז ריכטיג?

עס איז דאך פשוט אז א שטיצער וועט האלטן אז נישט, און א קעגנער וועט האלטן אז יא, און איך טראכט נישט איין מינוט אז דו וועסט מיר גלייבן די מעשה.

דאס וואס עס איז ארויסגעקומען וועגן זיינע אינוועסמענטס איז נאר די טשערי אן די פיי, הגם אונטער א נארמאלן פרעזידענט וואלט דאס אליינס געווען א געפערליכע שטינק.

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 7:14 am
דורך וואס עפעס?
כוויל הערן וואס איז טראמפס צד צע די מעשה

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 10:25 am
דורך אלעקסיי דער דריטער
"גאווערמענט אקאונטעביליטי אפיס" (זשי.עי.או.) זאגט אז עקטינג היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר - טשעד וואלף - און זיין דעפיוטי - קען קוטשינעלי - סערווירן אויף זייער אמט אין פארלעצונג פון פעדעראלע געזעץ.

די אישו ווערט ווייטער געשיקט צום היימלאנג זיכערהייט אינספעקטאר זשענעראל - און עס ליגט אויף איהם און/אדער קאנגרעס צו נעמען סיי וועלכע שריט דערוועגן.

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 10:45 am
דורך נקדימון
ראבערט טראמפ דער אינגערער ברודער פון פרעזידענט טראמפ איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל.

קאנדישען אנקנאון

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 11:15 am
דורך פעיק ניוז
טראמפּ'ס נעשאנעל סעקיוריטי עדווייזער ראבערט אוברייען זאגט, אז ער האלט אז דער פּרעזידענט דארף באקומען א 'נאבעל שלום פרייז'.

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 12:03 pm
דורך באקסער בוים
נקדימון האט געשריבן:ראבערט טראמפ דער אינגערער ברודער פון פרעזידענט טראמפ איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל.

קאנדישען אנקנאון

שרייבט קול העולם אז דער פרעזידענט גייט אים קומען וויזיטן און ס'גייט זיין טרעפיק אין די געגנט.

נשיט געוויסט אז מ'לאזט שוין אריין באזוכערס דא אין די שפיטעלער.

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 15, 2020 10:35 pm
דורך נקדימון
נקדימון האט געשריבן:ראבערט טראמפ דער אינגערער ברודער פון פרעזידענט טראמפ איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל היינט פרייטאג.

קאנדישען אנקנאון

פרעזידענט טראמפ אנאנסירט דער טויט פון זיין ברודער ראבערט

20200815_223255.jpg
20200815_223255.jpg (120.92 KiB) געזען 612 מאל

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 15, 2020 11:09 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:די פרעזידענט האט נארוואס אונטערגעשריבן אן עקזעקיוטיוו ארדער אז אנגעהויבן פון 45 טעג פון יעצט - ד.ה. 20 סעפטעמבער - טאר קיין שום אמעריקאנער פערזאן אדער פירמע האבן סיי וועלכע האנדל פארבינדונג מיט די צוויי כינעזע פירמעס "בייט-דענס" - די מוטער פירמע פון "טיקטאק" - און "ווי-טשעט". די ביידע פלאפארמע'ס זענען גאר פאפיולער - און די פרעזידענט'ס באפעל באדייט אז צווי עפפ'ס וועלן מער נישט טארן ערשיינען - אין אמעריקא - אויף די "גוגל פלעי" אדער "עפל" עפפ געשעפטן.

געוויסע אנאליסטן גלייבן אז דאס איז בלויז א פרעשור טאקטיק צו ברעכן די פירמעס זאלן שנעלער קומען צום פארהאדלונג'ס טיש מיט אן אמעריקאנער פירמע.

טראמפ זאגט היינט אז ער באטראכט די מעגליכקייט פון נעמען ענליכע שריט קעגן אנדערע כינעזע פירמעס - א שטייגער ווי "אליבאבא".

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 15, 2020 11:10 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
WOW!

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 15, 2020 11:47 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
די יו.ען. סעקיוריטי קאונסיל האט פרייטאג אפגעווארפן אמעריקא'ס פארלאנג פאר א פארלענגערונג אויף די איראנ'ע וואפן-עמבארגאו.

די סאנקציעס קעגן איראן זענען ארגינעל געווארן ארויפגעשטעלט דורכ'ן סעקיוריטי קאונסיל אין יאר 2006, אין רעאקציע צו די איראנ'ע נוקלעארע פראגראם. דורכאויס די יארן זענען די סאנקציעס געווארן אויסגעברייטערט - ווערענדיג פארלענגערט און דעקנ'דיג מערערע וויכטיגע פיגורן אינעם לאנד - און פארשארפט - דעקנ'דיג מערערע טיילן פון די ארטיגע עקאנאמיע. אין 2015 האט די קאנוסיל, פאראייניגטערהייט, אדאפטירט רעזאלוציע 2231 וואס טוט באשטעטיגן די "איראנ'ע דיעל" און שטעלט אויס די גענויע צייט פלאן איבער וועלכע סאנקציעס וועלן אראפגענומען און צו וועלכע צייט זיי וועלן אראפגענומען ווערן.

די סאנקציעס האבן - לויט'ן צייט פלאן - געזאלט אפלויפן אין אקטאבער, האט אמעריקא אריינגעגעבן א רעזאלוציע פארשלאג צו פארלענגערן די סאנקציעס "ביז צו א קומענדיגע באשלוס פון די קאונסיל". אנאליסטן האבן נישט ערוואטערט אז די רעזאלוציע זאל אדאפטירט ווערן, צוליב די וועטאו מאכט פון רוסלאנד און טשיינע - נאר עס איז ענדערש געזעהן געווארן ווי א סטעיטמענט דורך אמעריקא אז זי וועט טוען וואס אימער צו אנהאלטן די פרעשור אויף איראן.

פארלאפענע פרייטאג איז פארגעקומען די אפשטימונג - און ווי ערוואטערט האבן רוסלאנד און כינע געשטימט דערקעגן, וואס מיט דעם איז עס געווארן אפגעווארפן.

אבער וואס איז געווען מערקווירדיג, איז די פאקט אז בלויז צוויי לענדער האבן געשטימט אין שטיצע פון פארלענגערן די סאנקציעס - די פאראייניגטע שטאטן און די דאמינקען רעפובליק - אלע אנדערע לענדער אנגעשלאסן אינעם קאונסיל האבן אינגאנצן נישט געשטימט אויף די רעזאלוציע.

- - - - -
אין רעאקציע צו דעם וואס בלויז איין לאנד האט זיך צוגעשטעלט צו אמעריקא'ס זייט אינעם אפשטימונג זאגט די איראנ'ע פרעזידענט איז געווארן "פארשעמט אויף גאר א פארשעמענדע פארנעם".

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 15, 2020 11:56 pm
דורך צל עובר
וואס עפעס? האט געשריבן:כוויל הערן וואס איז טראמפס צד צע די מעשה

אין אנדערע ווערטער: איך וויל וויסן פארוואס עס איז נישט ריכטיג.

נישט "אויב עס איז ריכטיג".

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:"גאווערמענט אקאונטעביליטי אפיס" (זשי.עי.או.) זאגט אז עקטינג היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר - טשעד וואלף - און זיין דעפיוטי - קען קוטשינעלי - סערווירן אויף זייער אמט אין פארלעצונג פון פעדעראלע געזעץ.

די אישו ווערט ווייטער געשיקט צום היימלאנג זיכערהייט אינספעקטאר זשענעראל - און עס ליגט אויף איהם און/אדער קאנגרעס צו נעמען סיי וועלכע שריט דערוועגן.

וואס איז שייך צו טאן?

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2020 12:02 am
דורך אלעקסיי דער דריטער
איך ווייס דען?

מ'העט עפענען אן אויספארשונג און .... כ'ווייס נישט, וואס טוט קאנגרעס נאכ'ן אויספארשן טראמפ'ן? אימפיטשמענט? אימפיטש'ן די צוויי באאמטע?

- - - - -
וואס זאגסטו צום נייעם אוועטער? ער לויפט ארום שאפן נייעס...