טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך דייקן » מיטוואך יוני 03, 2020 4:05 pm

היות אז איך זע אז אויך אין דער אשכול פרובירען עטליכע ניקס גאר שטארק מיך, און מסתמא נאך צענדליגע ליינער, צו פארעקלען פון וועלען אמאל עפענען נייעס אשכולות (ולהוי ידוע אז איך קוק טאקע נישט אין פאליטישע אשכולות, איך האב נאר געמיינט אז פשוטע נייעס אשכולות זענען אנדערש, און די דעבאטעס וואס זענען יא פארהאנען זענען אויף די וויכטיגע נייעס, און נישט אויף וואס די פארוקטע מידיע באשליסט איז וויכטיגע נייעס), וועל איך אראפברענגען וואס איך האב נעכטען געשריבען אין א אנדערע אשכול, און אפשר וועט עס העלפען, און איך וועל האבען א כשר'ע פלאץ ווי איך קען ליינען נייעס (און נארמאלע דעבאטעס איבער נארמאלע ענינים) אן ווערען פארעקעלט כפשוטו.

איך שרייב געווענטליך נישט אין די סארט אשכולות, אבער נאכן ליינען וואס טוט זיך דא קען איך זיך (כמעט) נישט איינהאלטען פון שרייבען.

וועמען גייט אן אויב מען האט יא אדער נישט געשפריצט טרערען גאז אויף די פראטעסטירער וואס האבען נישט געוואלט אפציען?

צו דען איז דאס געווארען די נייע דאגה פון אמעריקע אז מען מוז האלטען אין איין שרייבען אויף די נארישע נושא?

וואס איז מיט די וואנדאלירער און רוצחים וואס מאכען חרוב געשעפטען און די נארמאלע סדר החיים פון צענדליגע מיליאנען?

צו דען איז מען כאטש האלב אזוי באזארגט איבער זיי ווי איבער די משוגעת אויב טראמפ האט יא אדער נישט געזאלט ארויסגיין צום קירכע?

ווי משוגע קען מען ווערען אז אזא טיפשותדיגע נושא מאכט די העדליינס אין די צייט וואס גאנץ אמעריקע פארט כאדאראם מיט די צושטימונג פון מערערע פאליטיקאנטען?

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13268
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יוני 03, 2020 6:13 pm

דזשעימס מעטיוס האט זיך אויפגעריסן אויף טראמפ.

IMG_20200603_181032.jpg
IMG_20200603_181032.jpg (124.57 KiB) געזעהן 1686 מאל

IMG_20200603_181049.jpg
IMG_20200603_181049.jpg (104.31 KiB) געזעהן 1686 מאל
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך Borough Park » מיטוואך יוני 03, 2020 6:14 pm

צל עובר האט געשריבן:דזשעימס מעטיוס האט זיך אויפגעריסן אויף טראמפ.

IMG_20200603_181032.jpg

IMG_20200603_181049.jpg

ווער איז דאס?
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך יוני 03, 2020 6:27 pm

Borough Park האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:דזשעימס מעטיוס האט זיך אויפגעריסן אויף טראמפ.

IMG_20200603_181032.jpg

IMG_20200603_181049.jpg

ווער איז דאס?

אן ארויסגעווארפענער טראמפ אדמיניסטראציע איינגעשטעלטער...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך יוני 03, 2020 6:33 pm

די מידיע האלט און איין פרובירן צוזאמענצושטעלן די פרידליכע פראטעסטירער מיט די ראיאטירער אלץ איין זאך - מיט בלויז איינציגע אויסנאמען - אזוי אז ווען טראמפ רייסט אראפ די וואנדאליסטן, טאגס, און הפקר-יונגען זאל מען דאס אויסטייטשן אויף די פרידליכע פראטעסטירער.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13268
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יוני 03, 2020 8:53 pm

און די זעלבע טוען מאסן ניקס אין אלע אשכולות.

מען האלט אין איין בארעכטיגן שריט קעגן פרידליכע ווייל עס איז דא ראיאטירער, און מען רייסט אראפ דעם בלאזיא וואס איז מחזק פראטעסטירער, כאילו ער איז מחזק פראטעסטירער.

און, טראמפ האט פארטריבן פרידליכע פראטעסטירער פאר א פאטא אפ...

אדער צו צייגן כח.

------------

עי פי איבער אז מען יא גענוצט טרערן גאז, אפשר נישט דאס וואס די פאליציי רופט מיט דעם נאמען, אבער יא גאזן וואס מאכן טרערן מיט פעפער אינגרידיענטס.
President Trump and some of his supporters are claiming authorities did not use tear gas against people in a crackdown outside the White House this week. An @APFactCheck finds evidence that they did. https://t.co/tu7oopN80u


------------

דזשעימס מעטיוס איז דער רעזיגנירטער פריערדיגער פארטיידיגונג מיניסטער אונטער טראמפ, בעפאר דעם איז ער געווען א געלונגענער פאפולער גענעראל.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך לעכטל » מיטוואך יוני 03, 2020 9:56 pm

טראָמפּ זאָגט אַז עס איז נישט ריכטיג אַז ער איז באַהאַלטן געוואָרן אינעם בונקער פאַר כמעט א שעה ביינאַכט, נאָר ער האָט עס באַזוכט אינדערפרי פאַר א קורצע קורצע צייט,

ער האָט עס בלויז געוואָלט זעהן...
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך יוני 03, 2020 10:51 pm

צל עובר האט געשריבן:דזשעימס מעטיוס איז דער רעזיגנירטער פריערדיגער פארטיידיגונג מיניסטער אונטער טראמפ, בעפאר דעם איז ער געווען א געלונגענער פאפולער גענעראל.

און איז אויך ארויסגעווארפן געווארן דורך אבאמא פון די סענטערעל קאמענד.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7213
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יוני 03, 2020 10:53 pm

יא יא, ער האט טאקע פריער אין 1 מי שברך געשנודערט 1 קויל פאר 2 פייגל.
צוגעלייגטע
F03AF955-82C7-45A2-A183-49BDE57999A2.jpeg
F03AF955-82C7-45A2-A183-49BDE57999A2.jpeg (82.76 KiB) געזעהן 1390 מאל
בלעק לייווס מערדער.

אוועטאר
נקודהלע
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך נקודהלע » מיטוואך יוני 03, 2020 11:02 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:דזשעימס מעטיוס איז דער רעזיגנירטער פריערדיגער פארטיידיגונג מיניסטער אונטער טראמפ, בעפאר דעם איז ער געווען א געלונגענער פאפולער גענעראל.

און איז אויך ארויסגעווארפן געווארן דורך אבאמא פון די סענטערעל קאמענד.

פארשטייסט נישט: [לייג צו קאפ]: בשעת ער האט געארבעט פאר אבאמע איז ער געווען גאר סוקסעפאל, נאך אבאמע האט אים ארויסגעווארפן ביז טראמפ האט אים אריינגענימען איז ער געווען סוקסעפול, בשעת ער האט געארבעט פאר טראמפ איז ער געווען א מאסיווע דורכפאל, און נאך ער איז ארויס פון טראמפ און בפרט נאך ער האט זיך ארויפגעריסן אויף טראמפ איז ער צוריק געווארן געלונגען...
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך יוני 03, 2020 11:16 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:יא יא, ער האט טאקע פריער אין 1 מי שברך געשנודערט 1 קויל פאר 2 פייגל.

אוטש דעס טוט וויי ער ענדיגט גראדע מיט א גוטע זשאוק

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך יוני 03, 2020 11:17 pm

קוקט אויס ווי דער קריסטי האט אים אריינגעריקט חברה וואס ער האט געמוזט פטור ווערען איינס ביי איינס

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך יוני 03, 2020 11:18 pm

פאראינטערסירט זאגט גוט! און אז מען האט געניצט טרערן געז צו פארטרייבען א המון ווייל די פרעזידענט וויל דא דורעך גיין, וואס איז געשעהן? גארנישט! טראמפ האט געטוהן וואס ער האט געהאלטען פאר וויכטיג און די פאליציי/מיליטער/נעשאנעל גארד האט געטוהן זייער פליכט און הו קעירס ווער עס האט זיי געהייסען.

שכל הייסט אזוי טוהן! פראטעסטירער זענען טאקע זייער וויכטיג אבער קענען בשום אופן נישט אנהאלטען דעם דעם פרעזידענט פון טוהן זיין ווילען....

פארוואס דארף מען דאס אפילו איבער שרייבען.
וואוטס פאר פעיק מיט אסדר פאר ראשי קהלה! עס איז די ריכטיגע טיעם ארויף צו ברענגען אייוועלט צו די קומענדיגע שטאפעל פון סוקסעס!

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך יוני 03, 2020 11:20 pm

זיי מאכען זיך פליצלונג טעמיש כאי' משפארט נישט אפ האלב מאנהעטען פאר שעות יעדעס מאל א פרעזידענט איז דארט
אריינגערעכנט אבאמא וואס איז געקומען יעדע צווייטע טאג

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך שליו ודגים » מיטוואך יוני 03, 2020 11:23 pm

מטעמים האט געשריבן:פאראינטערסירט זאגט גוט! און אז מען האט געניצט טרערן געז צו פארטרייבען א המון ווייל די פרעזידענט וויל דא דורעך גיין, וואס איז געשעהן? גארנישט! טראמפ האט געטוהן וואס ער האט געהאלטען פאר וויכטיג און די פאליציי/מיליטער/נעשאנעל גארד האט געטוהן זייער פליכט און הו קעירס ווער עס האט זיי געהייסען.

שכל הייסט אזוי טוהן! פראטעסטירער זענען טאקע זייער וויכטיג אבער קענען בשום אופן נישט אנהאלטען דעם דעם פרעזידענט פון טוהן זיין ווילען....

פארוואס דארף מען דאס אפילו איבער שרייבען.


ענדליך איינער רעדט שוין צו די זאך

די לעוועל פון נעמען אזא קלייניקייט וואס איז געווען ארום די פרעזידענט צו מאכן ממש די נייעס פון טאג און פון די אנדערע זייט מינעמייזן מיט די גרעסטע מאס מינעמייזן עוועילעבעל די ריאטן און די אומבאלופרטע פירערשאפט פון קאומאו דיבלאזיא האט שוין דערגרייכט צום קלימאקס

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7213
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יוני 03, 2020 11:37 pm

דייקן האט עס שוין פריער שיין געשריבן.

גענומען א נערישע קרישקעלע און געמאכט דערפון א דעבאטע נאר צו קענען פארדרייען די נעראטיוו אוועק פון די טאטאלע דעסטראקשן׳ס אינטער די ליבעראל לידערשיפ.
בלעק לייווס מערדער.

אוועטאר
הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2800
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג יוני 04, 2020 1:10 am

צל עובר האט געשריבן:מען האלט אין איין בארעכטיגן שריט קעגן פרידליכע ווייל עס איז דא ראיאטירער, און מען רייסט אראפ דעם בלאזיא וואס איז מחזק פראטעסטירער, כאילו ער איז מחזק פראטעסטירער.

שקר

מ'רייסט אראפ וואנדאלן וואס די מידיא האט א נאמען געגעבן פראטעסטירער. אדער פראטעסטירער וואס פראטעסטירן קעגן פאליציי בכלליות

בלאזיא איז קעגן די פאליציי, קען די מענטשהייט און קעגן נארמאלקייט. העפענס טו בי אז יעצט רייסט מען אים אראפ פאר'ן זיך אננעמען פאר די וואנדאלן קעגן די פאליציי נאך פאר ער האט געהערט פונקליך די מעשה
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13268
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג יוני 04, 2020 1:59 am

איך קען אויך שרייבן גרויסע אויתיות.

האסט א סטעיטמענט פון בלאזיא פרא ראיאטן? דו ווילסט דוקא איך זאל דיר ברענגען טייל פון די תגובות פון ניקס קעגן פרידליכע פראטעסטירער?

----------

@טשאדי, אונטער טראמפס לידערשיפ, וכן כתוב אין דעם קעפל פון דעם אשכול "טראמפ" אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2800
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג יוני 04, 2020 2:03 am

צל עובר האט געשריבן:האסט א סטעיטמענט פון בלאזיא פרא ראיאטן?
אנטי פאליציי איז איבער גענוג
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1719
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג יוני 04, 2020 6:50 am

לאמיר שוין זאגן אז סאיז געווען א עוולה די פאטא-אפ, פעיפער ספרעי-בייבל וויזיט אבער למען הרחמים דעיס איז די העדליינס? כהאב נישט געהערט קיין פיפס פון מעטיוס, קלאבעטשאר צו אנדערע נעקטייס ווען מהאט נאכט נאך נאכט אנגעזייעט כאאס, פאניק און אנארכיע אין די מעטראפאלישע שטעט אין אמעריקא

קוקט אויס ממש ווי די דור הפלגה דא! דעבלאזיא זאגט אז סאיז שוין ווייטער שטיל (סאיז שטיל געווארן נאכן אראפקניידלן צוויי אפיצירן אין ברוקלין נעכטן נאכט) קאומא איז גערעגט יעדן טאג אויף איינעם אנדערש טראמפ, די מעיאר, די פאליס

און קום איך אריין דא אינעם וועלטעל הער איך מיין קאלעגע צל (וועלכע איז זייער שטיל זייט די קאראנע האט פארכאפט די העדליינס פון אימפיטשמענט) אז טראמפ האט געשיקט פעדעראלע פאליס צו פארגאזן... אקעי כסטאפ דא

וואס איז געשעהן מיט אונז? עטץ זעהט נישט ווי די ארכי לינקע אגענדע פארבלענדט די אויגן אז פלינדערן און רצחנן ווערט קוים פארדאמט און מאיז פארנומען מיט טראמפ?

אייעם ווערי סיריעס
There is something wrong with the American people

————
מענין לקנין שלא באותו בנין
דער שוטה ארוך האט נעכטן געזאגט אז ער קוקט צוריק וויאזוי דינקינס האט ארויסגעשלעפט ניו יארק סיטי פון אנארכיע אין די אנהייב נ׳ יארן און ארויס געהויבן אז זיינע פאליסיס האבן געווירקט דעמאלטס און ווירקט היינט

מר. ארוך! מיך קענסטו נישט פארדרייען דעים קאפ! דענקט מיר זייער פיין די נ׳ יארן מיט דינקינס בראש

אויב דעיס איז דיין ראל מאדעל איז צייט צו מופן קיין... מאנסי, אינדיאנא
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10699
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:17 pm

די ווייסע הויז האבן אן אויסקוק אויף א טריליאן דאלער ווערט פרישע סטימילוס פעקל אבער אן אינערליכע זיצונג איבער מער דעטאלן איז געווארן אפגעלייגט אויף שפעטער נאך וואס מעקאנעל האט קלארגעשטעלט אז ער וועט נישט באווייזן זיך אפצוגעבן מיט סיי וועלכע הילף פעקל בעפאר יולי למספרם צוליב אן אנגעלייגטע סקעדזשועל פון באשטעטיגן ריכטער און צוגאב פון אנדערע בילס אויפן אגענדע אריינגערעכנט א ביל וועלכע סענאטארן גארדנער און דעינס ארבעטן און ער מוז זיי צוליב טוהן (ביידע שטייען פאר שווערע ווידערערוויילונג פארמעסטן און מוזן אהיימברענגן עפעס פאר זייערע וויילער)

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך שליו ודגים » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:35 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דייקן האט עס שוין פריער שיין געשריבן.

גענומען א נערישע קרישקעלע און געמאכט דערפון א דעבאטע נאר צו קענען פארדרייען די נעראטיוו אוועק פון די טאטאלע דעסטראקשן׳ס אינטער די ליבעראל לידערשיפ.


יא ווען די מידיע זאל רעדן אזויפיל און אזוי היסטעריש פון די ראיאטן ווי זיי רעדן פון דעם וואלט בלאזיוא שוין לאנג געווען ריפלעיסט...

אוועטאר
נקודהלע
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך נקודהלע » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:37 pm

הענדימען האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:האסט א סטעיטמענט פון בלאזיא פרא ראיאטן?
אנטי פאליציי איז איבער גענוג

צו נעמען געוויסע לייסענסע פון א פאליס וואס האט ארויסגענומען א גאן נאכן ווערן אטאקירט פון א פרידליכע פראטעסטירער, אבער צל איז גערעכט, כ'גיי עס שרייבן קליין: שקר
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה.

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך שליו ודגים » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:41 pm

הכל הבל האט געשריבן:די ווייסע הויז האבן אן אויסקוק אויף א טריליאן דאלער ווערט פרישע סטימילוס פעקל אבער אן אינערליכע זיצונג איבער מער דעטאלן איז געווארן אפגעלייגט אויף שפעטער נאך וואס מעקאנעל האט קלארגעשטעלט אז ער וועט נישט באווייזן זיך אפצוגעבן מיט סיי וועלכע הילף פעקל בעפאר יולי למספרם צוליב אן אנגעלייגטע סקעדזשועל פון באשטעטיגן ריכטער און צוגאב פון אנדערע בילס אויפן אגענדע אריינגערעכנט א ביל וועלכע סענאטארן גארדנער און דעינס ארבעטן און ער מוז זיי צוליב טוהן (ביידע שטייען פאר שווערע ווידערערוויילונג פארמעסטן און מוזן אהיימברענגן עפעס פאר זייערע וויילער)

ווייסע ברילן
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 26, 2019 10:11 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ווייסע ברילן » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:48 pm

כבוד הרב מעטיס, צל, און אלע אנדערע וואס זעהן נישט קיין שום לידערשיפ פון טראמפ, און זען די געלונגענקייט פון קאומע און דיבלאזיא

ווי איז געווען רואיגער די לעצטע פאר נעכט און די סי אונטער טראמפס נישט-לידערשיפ העיט און דיוויידענס, אדער און ניס אונטער די געלונגענע לידערשיפ פון קאומע און דיבלאזיא מיט זייער טאן פאר אחדות און ליבע???

זעט אויס אז אפטיקס איז טאקע "אלעס" וואס קאונט
ווען מ'האט אן ווייסע ברילן איז די וועלט א געשמאקע פלאץ


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גרינע רויזן, הגות תבונות, מחצה''ק, קנעטענע קיגעל, רואיג!, שליו ודגים און 33 געסט