בלאט 731 פון 850

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 1:48 pm
דורך abeg
א דזאדש דארף פאסקענען בעיסד װאס די געזעץ איז אין נישט בעיסד צי ער איז אױפגערעגט

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 2:24 pm
דורך הכל הבל
איך ארבעט נאך פאר באשטעטיגונג אבער עפעס הער איך אז די פלאן איז נישט צו מעלדן אן עקזעקוטיוו ארדער אין באצוג צום צענזוס טראץ וואס פאליטיקא און אנדערע האבן געהאט באריכטעט אז עס קומט אזא ארדער

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 2:27 pm
דורך abeg
BREAKING: Trump expected to end fight to add citizenship question to the 2020 census, but will take executive action to try and get the data via other means via @KFaulders and me https://abcn.ws/2XGeThJ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 2:27 pm
דורך הכל הבל
עס איז שווער צו באשטעטיגן סיי וואס ווייל די אדמיניסטראציע איז שטארק אנטשלאסן צו האלטן די פלאן אין געהיים אויף ביז טראמפ'ס אפיציעלע מעלדונג

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 2:38 pm
דורך הכל הבל
בלייבט איבער צו זעהן וועלכע אנדערע מיטלען די קאמערץ דעפארטמענט האט צו זייער דיספאזיציע

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 3:09 pm
דורך maybeeynot
הכל הבל האט געשריבן:היינט נאכמיטאג קומט שריט פון טראמפ איבער די צענזוס
קוועלער זענען אומקלאר אויב עס האנדלט זיך פון אן עקזעקוטיוו ארדער אדער א פרעזידענטליכע מעמאראנדום

אויב סאיז נישט שווער ביטע מסביר זיין די חילוק פון די 2

אין א יישר כח פאר אלע דיינע ריפארטס

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 3:43 pm
דורך כאפצעם
הכל הבל האט געשריבן:עס איז שווער צו באשטעטיגן סיי וואס ווייל די אדמיניסטראציע איז שטארק אנטשלאסן צו האלטן די פלאן אין געהיים אויף ביז טראמפ'ס אפיציעלע מעלדונג

קוקט אויס די פלאן איז דורכגעפאלן ווייל עי בי סי ניוז באריכטעט שוין אז טראמפ בעקט ארויס. (סקומט נישט קיין סיטיזענשיפ קשיא אויפן צענזוס).

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 3:49 pm
דורך הכל הבל
כאפצעם האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:עס איז שווער צו באשטעטיגן סיי וואס ווייל די אדמיניסטראציע איז שטארק אנטשלאסן צו האלטן די פלאן אין געהיים אויף ביז טראמפ'ס אפיציעלע מעלדונג

קוקט אויס די פלאן איז דורכגעפאלן ווייל עי בי סי ניוז באריכטעט שוין אז טראמפ בעקט ארויס. (סקומט נישט קיין סיטיזענשיפ קשיא אויפן צענזוס).

פילייכט ריכטיג
אבער עס איז פארט אינטערסאנט אז פאליטיקא און די ניו יארק טימס און נאך האבן געהאט די פאקטן אנדערש אינדערפרי
אויך איז נאך דערווייל נישט קלאר איבער וועלכע אנדערע מיטלען די אדמיניסטראציע פארמאגט

צייט?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 3:59 pm
דורך אור
ווען גייט זיין די אויפטריט ?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 4:55 pm
דורך Gevald Geshrigen
abeg האט געשריבן:א דזאדש דארף פאסקענען בעיסד װאס די געזעץ איז אין נישט בעיסד צי ער איז אױפגערעגט


אין רעאליטעט אבער פסקענט מען לויט וויאזוי מען איז אויפגערעגט און נאכדעם מאכט מען דעם געזעץ שטימען
כפטיש יפוצץ סלע. דער פסוק זאל צוזעצט ווערן אבער פשט זאל אריינגיין

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 6:07 pm
דורך יש ברירה
The Trump administration abandons attempts to add a question on citizenship to the 2020 US census questionnaire

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 8:12 pm
דורך Goodmorning
יש ברירה האט געשריבן:The Trump administration abandons attempts to add a question on citizenship to the 2020 US census questionnaire


https://www.washingtonpost.com/opinions ... 101da60c22

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 9:36 pm
דורך Think and Thank
אויב וויל איך ליינען יעדע פאוסט ארטיקל קעניך דאך אליין גיין צו זייער סייט..

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 9:45 pm
דורך כאפצעם
Goodmorning האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:The Trump administration abandons attempts to add a question on citizenship to the 2020 US census questionnaire


https://www.washingtonpost.com/opinions ... 101da60c22

טענקס, בעסיקלי ברענגט ער ארויס די מציאות אז די פלאפ פונעם צענזוס איז לאו דווקא ווייל סאיז טאקע נישט לעגאל נאר צוליב די צעפארעניש אינעם אדמיניסטראציע ווי איין הענט ווייסט נישט וואס די אנדערע טוט.

פאר ווער סהאט ביז יעצט אוועקגעמאכט די כאאס 'נעע אלעס פארט גוט עניוועי', דא האט איר...

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 10:19 pm
דורך Goodmorning
Think and Thank האט געשריבן:אויב וויל איך ליינען יעדע פאוסט ארטיקל קעניך דאך אליין גיין צו זייער סייט..

Scroll option?

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 12:18 am
דורך פאראינטערסירט
אין א גרויסע געווינס פאר די דעמאקראטען האט טראמפ אויפגעגעבן אויף די סיטיזענשיפ פראגע אין די 2020 צענזוס.

אבער ער האט געמאלדן אז ער גייט נעמען עקזעקיוטיוו שריט אז די קאמערץ דעפארטמענט זאל באקומען אלע דעטע פון אלע פעדעראלע און סטעיט אגענטורן איבער די נומערן פון לעגאלע און נישט לעגאלע איינוואוינער, און מ'וועט עס נוצן ביי אפראפיאציעס און קאנגרעס רעפרעזענטאציע.

די אטורני דזשענעראל וויליאם באררר האט נאכדעם גערעדט און געזאגט אז ס'קיינמאל נישט געווען אין פלאן אז טראמפ זאל אונטערשרייבן אן עקזעקיוטיוו ארדער אין פארלעצונג פון די סופרים קאורט דעסישען.

אויך זאגט ער אז זיי גייען איבערקוקן אויב די געזעץ פארלאנגט אז אין די אפראפיאציעס און קאנגרעס רעפרעזענטאציע זאל מען זיך רעכענען מיט די אומלעגאלע.

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 12:42 am
דורך פאראינטערסירט
טראמפ האט זיך פריער אויפגעריסן אויף טוויטער איבער די געוועזענע רעפאבליקאנע האוז ספיעקער פאול רייען.


דאס קומט נאכדעם וואס רייען האט היינט אין אן אינטערוויו מיט פאליטיקאו'ס אלבערטא ארויסגעגעבן שטיקלעך פון זיין פרישע בוך וואס גייט אט ארויסקומען.

צווישן אנדערע זאגט ער אז ער האט רעטייערט פון קאנגרעס ווייל ער האט געוואלט אנטלויפן פון דאנאלד טראמפ.... ער האט מער נישט געהאט קיין כוח צו האנדלן מיט איהם פאר כאטש נאך צוויי יאר.
ער זאגט אז טראמפ האט נישט געהאט קיין אהנונג אין רעגירונג גאווערמענט, און ער מיט אנדערע הויך ראנגיקע רעפאבליקאנע האבן איהם געהאלפן מאכן גוטע דעסישענס, אנדערש פון טראמפ'ס אינסטענט רעאקציעס.

פארשטייט זיך אז טראמפ איז איהם נישט שולדיג געבליבן.. און ער האט ארויסגעלאזט א לאנגע טוויט ווי ער באשולדיגט רייען אלץ א דורכפאל, ער האט מיר צוגעזאגט צו פאנדן די גרעניץ וואנט און ער האט געפעילד, און צוליב ווייל ער איז געווען א שוואכער פירער האבן די רעפאבליקענס פארלוירן די האוז, ער האט נישט געוויסט וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די דעמאקראטען אזויווי די דעמאקראטען טוען צו די רעפאבליקענס.
מ'האט איהם נישט געקענט ארויסזעהן פונעם האוז גענוג שנעל....!!

Donald J. Trump @realDonaldTrump האט געשריבן:Paul Ryan, the failed V.P. candidate & former Speaker of the House, whose record of achievement was atrocious (except during my first two years as President), ultimately became a long running lame duck failure, leaving his Party in the lurch both as a fundraiser & leader

"He quit Congress because he didn’t know how to Win, "They gave me standing O’s in the Great State of Wisconsin, & booed him off the stage. He promised me the Wall, & failed (happening anyway!

He had the Majority & blew it away with his poor leadership and bad timing. Never knew how to go after the Dems like they go after us. Couldn’t get him out of Congress fast enough!

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 12:49 am
דורך יש ברירה
#דער איז אלוועיס עי טוויט...

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 1:04 am
דורך פּשוט און פּראָסט
נישט צו פארדרײען די אשכול, אבער כ׳פארשטײ סתם אזױ נישט, װיאזױ ארבעט בכלל די צענזוס און װיאזױ איז דאס אקוראט, װער גאראנטירט אז יעדער שיקט בכלל צוריק?? און אז װאס מ׳שרײבט איז אמת??
סארי פאר די אמעראַצעס

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 1:16 am
דורך פאראינטערסירט
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:נישט צו פארדרײען די אשכול, אבער כ׳פארשטײ סתם אזױ נישט, װיאזױ ארבעט בכלל די צענזוס און װיאזױ איז דאס אקוראט, װער גאראנטירט אז יעדער שיקט בכלל צוריק?? און אז װאס מ׳שרײבט איז אמת??

די צענזוס ארבער אז יעדער ענטפערט - אדער דורך א קוועסטשענער אדער פערזענליך צו א רעגירונג'ס ארבעטער - וויפיל מענטשן עס וואוינען דארט אין יענעם הויז.

קיינער גאראנטירט טאקע נישט אז יעדער שיקט צוריק, און טאקע די וואס שיקן נישט צוריק דערלייגן דערפון ווייל מ'רעכנט נישט זייער אנוועזנהייט לגבי פעדעראלע פאנדיג און קאנגרעס פארטרעטערשאפט, און נאך.

דאס וויאזוי מ'ווייסט אז ס'קראנט ווייסעך נישט.
איך קען ווען אריינשרייבן אז אין מיין דירה וואוינען 18 נפשות און קיינער וועט עס מיר נישט קענען אויפווייזן..

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 1:28 am
דורך פּשוט און פּראָסט
כ׳האב סאמהאוי געמײנט אז די אמעריקאנע גאװערמענט האט סאך בעסערע און קראנטערע װעגן צו װיסן די אלע אינפארמאציע.

מ׳האט דאך די רעקארדס װיפיל מענטשן װערן געבױרן און שטארבן יעדעס יאר, און װער די אלע מענטשן זענען, נײן? און אױב װילן זײ קענען זײ אױך װיסן װי א יעדער װאױנט, נישט אזױ?

װײטער, אימיגראנטן, זענען זײ לעגאל האט מען דאך אױך די רעקארדס, זענען זײ נישט לעגאל, פארװאס זאלן זײ צוריק שיקן די בױגנס אדער רעדן צו א רעגירונג׳ס אנגעשטעלטן?? אל אָװ עי סאָדין פארלאזט מען זיך אינגאנצן אױף צוריק-געשטאַנענע בױגענעס?? עפעס מאכט מיר נישט קײן סענס דאָ, אױב אײנער קען ארױסהעלפן ביטע..

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 1:30 am
דורך Think and Thank
יש ברירה האט געשריבן:#דער איז אלוועיס עי טוויט...

נעה, דאס איז סך הכל א טוויט ווי ער שפילט נייס גיי. שוין געווען בעסערע סחורה בעבר.

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 1:40 am
דורך פאראינטערסירט
Think and Thank האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:#דער איז אלוועיס עי טוויט...

נעה, דאס איז סך הכל א טוויט ווי ער שפילט נייס גיי. שוין געווען בעסערע סחורה בעבר.

ריכטיג, דאס געוואלט זאגן.

ס'דא אסאך טוויטס ווי ער רייסט אראפ רייען,
רייען האט איהם געהאט אראפגעריסן נאך אינמיטן די עלעקשענס נאך די האליוואוד טעיפס, און אויך נאכן געווינען די פרעזידענטשאפט האבן זיי זיך נישט אזוי גוט אויסגעקומען, און טראמפ האט איהם אראפגעריסן אין די טוויטס.

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 9:40 am
דורך הכל הבל
לעיבאר סעקרעטאר אלעקס אקאסטע רעזיגנירט

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 9:47 am
דורך ישוב הדעת
משוגע מעטארע,

#רשעותדיגע_מידיע