טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7282
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
גרעסלי זאל מיך מעלדן ווען ער באקומט אן אנטווארט.
דער זשאנסאן איז א חכם, ער איז נישט אקעגן דאס אפזאגן, אבער ער קען נישט 'אויסזאגן' פארוואס.
איך האב אויך באווייז אז אבאמא איז אומשולדיג, כ'קען אבער נישט אויסזאגן וואס דאס איז....

אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5157
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
הכל הבל האט געשריבן: פארלאפענע זומער האבן קאנגרעס מיטגלידער אנגעהויבן אריינקוקןן אין א וויסלבלויער באקלאגעניש אז מייק פאמפעיא האט געבעטן פון דיפלאמאטישע זיכערהייט וועכטער אויסצופירן שליחות'ן פאר זיין פריוואטע באנוץ ווי אפנעמען רעסטוראנט מאלצייטן, און צוריקברענגן זיין שטוב באשעפעניש פונעם בעביסיטער
אין אקטאבער האט דער דעמאקראטישער סענאטאר באב מענענדעז גערופן פאר א ספעשל קאונסעל צו פארשן פאמפעיא'ס באנוץ פון א סטעיט דעפארטמענט פליגער און אנדערע פאנדינג גענוצט פאר זיינע אפטע רייזעס צו זיין היימסטעיט קענסאס קיין וואו ער איז געפלויגן אנגעבליך צו באטראכטן פון די נאנט זיינע מעגליכע סענאט פלענער
אין אלע אויבנדערמאנטע פעלער האט עס דער אויסערן סעקרעטאר אוועקגעמאכט און קלארגעשטעלט אז קיינע אומרעכטן זענען באגאנגען געווארן און מען קען זאגן אז ער האט סוקסעפול באוויזן אראפצושפילן די באשולדיגונגען איידער זיי שלאגן ערנסטע ווארצלען
אבער אצינד טרעפ זיך פאמפעיא און זיין שפענדינג רעקארד ווידעראמאל אונטער ספאטלייט נאך וואס פרעזידענט טראמפ האט פרייטאג אויפגעזאגט דעם סטעיט דעפארטמענט אינספעקטאר דזשענעראל סטיוו ליניק אויפן פארלאנג פון פאמפעיא
לויט דעמאקראטישע סענאט געהילפן האט ליניק געהאלטן אינמיטן פארשן צו פאמפעיא האט גענוצט א רעגירונג געהילף פאר פריוואטע צוועקן ווי שפאצירן מיט זיין שטוב באשעפעניש, אפנעמען זיינע קליידער פון די קלינערס, און מאכן רעסטוראנט רעזערוואציעס
דעמאקראטישע קאנגרעסמאן עליאט ענגל עפנט אן אויספארשונג צו דערגיין אויב דאס אויפזאגן פון ליניק איז געקומען אלץ נקמה און צו באשוצן פאמפעיא'ס קאפ
ליניק איז שוין אין זיין איצטיגע דזשאב זינט 2013 למספרם און האט בעפאר געהאלן סיניאר פאזיציעס אין אנדערע רעגירונג פליגלען ווי די יוסטיץ דעפארטמענט צוריקגייענדיג נאך צו די צייטן פון די בוש אדמיניסטראציע
שיינע באריכט!
ווי עס ווערט יעצט באריכט האט 'ליניק' אויך געפארשט צו 'פאמפעיאו' האט פארקויפט וואפן פאר סאודי אראביע קעגן דעם ווילן פון קאנגרעס.
אגב איז דער 'ליניק' געווען שטארק גענייגט צו טראמפ דורכאויס די אימפיטשמענט פראסעס, ער האט דאן איבערגעגבן א פעקל פון דזשילאני'ס קאנספיערעסיס פאר קאנגרעס.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
וואס איז די אויפרייס פונעם ירים הודו?
- אטעטשמענטס
-
- Capture3.PNG (76.34 KiB) געזען 1517 מאל
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7282
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
קאראנע גייט שוין אוועק, האט ער צייט זיך צו דערמאנען פון אימפיטשמענט..
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
קוועלער באריכטן אז עס קומט א שטיקעלע אויפשאקלונג אינערהאלב די אדמינסטראציע און מען שפעקולירט אויב עס איז צוליב די דעפארטמענטס שריט צו באשוצן פלין און סטאון
טים שיע איז א געוועזענע סיניאר ראטגעבער צו אטוירני דזשענעראל באר און איז געשטעלט געווארן אלץ די סאמע הויפט פראקוראר פאר די דיסטריקט אויף קאלאמביע וועלכע האט אים באפולמעכטיגט צו האבן איבערזיכט איבער די מערסט סענסיטיווע פאליטיש פארבונדעטע קעיסעס און ער איז געווען דער וועלכע האט אפגעווארפן די פארלאנג פון פראקורארן אויף די סטאון קעיס צו פארלאנגןען א לאנגע טורמע טערמין און ער איז אויך געווען דער וועלכע האט געבעטן פונעם ריכטער לויז צו ווערן פון די פלין קעיס
שיע גייט געשטעלט ווערן אנצופירן מיט די דראג ענפארסמענט אגענטור און אויף זיין ארט גייט געשטעלט ווערן דזשאסטין הערדמאן וועלכע איז איצט א יו עס אטוירני אין קליוולאנד
די איצטיגע דראג ענפארסמענט אגענטור אדמיניסטראטאר אטעם דהילאן גייט זיך אין א זייט רוקן פאר שיע און אנשטאט באקומען א סיניאר פאזיציע אינערהאלב די יוסטיץ דעפארטמענט
די גאנצע קנין חליפין איז נאכנישט אפציעלע געמאלדן געווארן אבער מען ערווארט אן אפיציעל מעלדוג אינגיכן
טים שיע איז א געוועזענע סיניאר ראטגעבער צו אטוירני דזשענעראל באר און איז געשטעלט געווארן אלץ די סאמע הויפט פראקוראר פאר די דיסטריקט אויף קאלאמביע וועלכע האט אים באפולמעכטיגט צו האבן איבערזיכט איבער די מערסט סענסיטיווע פאליטיש פארבונדעטע קעיסעס און ער איז געווען דער וועלכע האט אפגעווארפן די פארלאנג פון פראקורארן אויף די סטאון קעיס צו פארלאנגןען א לאנגע טורמע טערמין און ער איז אויך געווען דער וועלכע האט געבעטן פונעם ריכטער לויז צו ווערן פון די פלין קעיס
שיע גייט געשטעלט ווערן אנצופירן מיט די דראג ענפארסמענט אגענטור און אויף זיין ארט גייט געשטעלט ווערן דזשאסטין הערדמאן וועלכע איז איצט א יו עס אטוירני אין קליוולאנד
די איצטיגע דראג ענפארסמענט אגענטור אדמיניסטראטאר אטעם דהילאן גייט זיך אין א זייט רוקן פאר שיע און אנשטאט באקומען א סיניאר פאזיציע אינערהאלב די יוסטיץ דעפארטמענט
די גאנצע קנין חליפין איז נאכנישט אפציעלע געמאלדן געווארן אבער מען ערווארט אן אפיציעל מעלדוג אינגיכן
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
פרעזידענט טראמפ האט געהאט נאמינירט טשאק קענטערבארי אנצופירן מיט די אלקאהאל און טאבעקא און געווער אגענטור אינערהאלב די יוסטיץ דעפארטמענט אבער יענער האט זיך ארויסגעשטעלט צו מאנגלען אין שטיצע פון רעפובליקאנע סענאטארן צוליב זיינע פרא גאן קאנטראל סטעיטמענטס און עס האט פארהאנקערט זיין נאמינאציע פאר א לענגערע צייט
איצט האט פרעזידענט טראמפ צוריקגעצויגן פון די נאמינאציע
איצט האט פרעזידענט טראמפ צוריקגעצויגן פון די נאמינאציע
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
טראמפ זאגט אז ביי טייל פון זיין באזוך אין די פארד פלענט האט ער געטראגן א מאסקע אבער ערקלערנדיג פארוואס שפעטער ביים באגעגענען די מידיא האט ער עס מער נישט געהאט איז ווייל ער וויל נישט באפרידיגן די רייץ פון די פרעסע אים צו זעהן דערמיט
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
חצף מחוצף וואס ער איז...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
- פאראינטערסירט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4332
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
פרעזידענט טראמפ האט אנגעהויבן א פרישע געפעכט מיט טוויטער, עס גייט פייער!
אנגעהויבן האט זיך עס ווען טראמפ האט ארויסגעשיקט א טוויט אינדערפרי אפרעדנדיג זיך אויף די מעיל-אין בעלאטס אין קאליפארניע, זאגנדיג אז דאס פירט צו אסאך פראוד וכולהו וכולהו.
איז געגאנגען טוויטער - וואס איז אפציעל [אמאל געווען] אן אינדעפענדענט סאושעל (דיסטענסד...) פלאטפארמע - און האבן צוגעלייגט א "פעקט טשעקער" פלעג אויף די טוויט, מיט א לינק צו אזויגערופענע פעקט טשעקערס וואס זאגן אז די "פאקט" איז אז מעיל אין בעלאטס פירט נישט צו פראוד, פארשטייט זיך אז די א.ג. פעקט טשעקערס צו וואו די טוויטער לינק פירט איז סי-ען-ען און וואשינגטאן פאוסט.
דערויף האט טראמפ שארף רעאגירט זאגנדיג אז טוויטער מישט זיך יעצט אין די 2020 עלעקשען, און זיי ערלויבן נישט פרייע ספיעטש, אויספירענדיג אז ער אלץ פרעזידענט וועט עס נישט צולאזן.
די טראמפ קאמפיין האט אויך ארויסגעגעבן א סטעיטמענט.

- 4114c6ff81ba49f0a21c10780215a0ba_1590553952232.jpg (67.21 KiB) געזען 747 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
- פאראינטערסירט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4332
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
סענעטאר און געוועזענער פרעזידענט קאנדידאט מארקא רוביא נעמט זיך אויך אהן פארן פרעזידענט.
אנדערע ווייזן צו אז טוויטער איז בשעת טוויטער איז געווען פארנומען ארויפצולייגן די פלעג, האט "היינט" די יוסטיץ דעפארטמענט געפיילט קלאגעס אנטקעגן איינעם וואס האט שוין פאקטיש אדורכגעפירט פראוד צוחיב די קאראנאוויירוס מעיל אין בעלאט.
https://townhall.com/tipsheet/bethbauma ... d-n2569500
https://www.justice.gov/usao-ndwv/pr/pe ... tion-fraud

- Screenshot_20200527-010410~2.png (252.99 KiB) געזען 734 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
- פאראינטערסירט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4332
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
וואס טוט זיך האט געשריבן:אגב, אין קאליפארניע ארגעאן אדער וואשינגטאן געדענקען מיר נישט אז מ'זאל רעדן וועגן געשווינדעלט מעיל בעלאטס, דער וועם איך געדענק יא אז ער האט געשווינדעלט מעיל בעלאטס, איז גראדע געווען א *רעפובליקאנער* פון נ.ק. ...
נו, זעהסט דאך אבער יא אז ס'קומען פאר מאסיווע שווינדלערייען דורך די מעיל אין בעלאטס, סוי מיט וואספארא רעכט האט טוויטער צוגעלייגט די אזויגערופענע "פעקט טשעקער" ???
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7282
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
היפאקאריט וואס ער איז...
ווער נעמט אוועק די פרידאם פון ספיטש?
זיין לאזן אים שרייבן, אבער אלס בעלי בתים האבן זיי די פולסטע רעכט צו ווייזן אז דאס איז נישט אמת..
ווער נעמט אוועק די פרידאם פון ספיטש?
זיין לאזן אים שרייבן, אבער אלס בעלי בתים האבן זיי די פולסטע רעכט צו ווייזן אז דאס איז נישט אמת..
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
- פאראינטערסירט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4332
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
און ווער איז דער טוויטער עמפלויער וואס באשליסט וואס ס'איז יא אמת און וואס נישט?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7282
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
פאראינטערסירט האט געשריבן:וואס טוט זיך האט געשריבן:אגב, אין קאליפארניע ארגעאן אדער וואשינגטאן געדענקען מיר נישט אז מ'זאל רעדן וועגן געשווינדעלט מעיל בעלאטס, דער וועם איך געדענק יא אז ער האט געשווינדעלט מעיל בעלאטס, איז גראדע געווען א *רעפובליקאנער* פון נ.ק. ...
נו, זעהסט דאך אבער יא אז ס'קומען פאר מאסיווע שווינדלערייען דורך די מעיל אין בעלאטס, סוי מיט וואספארא רעכט האט טוויטער צוגעלייגט די אזויגערופענע "פעקט טשעקער" ???
ווייל דאס אז "מעיל בעלאטס" בכלליות ברענגט פראוד, איז א גראבע ליגנט, ס'דא סטעיטס וואס נוצן די סיסטעם אלס זייער וואטינג סיסטעם, און ס'פעלט זיי גארנישט, און היי יאר האבן אפילו רעפובליקאנער גאווערנערס עס גענוצט סוקסעספול, מ'דארף נאר וועלן. און טראמפ ווייסט זייער גוט ווי ער שטייט אויב מ'לאזט עמטליך וואטן מיט מעיל בעלאטס..
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
- פאראינטערסירט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4332
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
וואס טוט זיך האט געשריבן:היפאקאריט וואס ער איז...
ווער נעמט אוועק די פרידאם פון ספיטש?
זיין לאזן אים שרייבן, אבער אלס בעלי בתים האבן זיי די פולסטע רעכט צו ווייזן אז דאס איז נישט אמת..
איז דאס טאקע נישט אמת?? האסט דאך אליינס געברענגט א ראי' פון נארט קאראליינע, און דאס איז נאר איין מעשה ווי מ'האט עס געכאפט, וויפיל האט מען נישט געכאפט?
און ניין אלץ פובליק פלאטפארם קענען זיי נישט באשלוסן וואס ס'איז יא אמת און וואס נישט.
אויב סי-ען-ען וועט טוויטן א סטארי וואס וועט זיך שפעטער ארויסשטעלן אלץ פעיק-ניוז גייען זיי דאס אויך פעקט טשעקען?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
- פאראינטערסירט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4332
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
וואס טוט זיך האט געשריבן:פאראינטערסירט האט געשריבן:וואס טוט זיך האט געשריבן:אגב, אין קאליפארניע ארגעאן אדער וואשינגטאן געדענקען מיר נישט אז מ'זאל רעדן וועגן געשווינדעלט מעיל בעלאטס, דער וועם איך געדענק יא אז ער האט געשווינדעלט מעיל בעלאטס, איז גראדע געווען א *רעפובליקאנער* פון נ.ק. ...
נו, זעהסט דאך אבער יא אז ס'קומען פאר מאסיווע שווינדלערייען דורך די מעיל אין בעלאטס, סוי מיט וואספארא רעכט האט טוויטער צוגעלייגט די אזויגערופענע "פעקט טשעקער" ???
ווייל דאס אז "מעיל בעלאטס" בכלליות ברענגט פראוד, איז א גראבע ליגנט, ס'דא סטעיטס וואס נוצן די סיסטעם אלס זייער וואטינג סיסטעם, און ס'פעלט זיי גארנישט, און היי יאר האבן אפילו רעפובליקאנער גאווערנערס עס גענוצט סוקסעספול, מ'דארף נאר וועלן. און טראמפ ווייסט זייער גוט ווי ער שטייט אויב מ'לאזט עמטליך וואטן מיט מעיל בעלאטס..
נאכאמאל ווער איז דער וואס האט באשלאסן אז דאס איז א גראבע ליגענט?
צו מיר מאכט זייער אסאך סענס אז מעיל אין בעלאטס טריגערט פראוד.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
- פאראינטערסירט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4332
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
האלסט טאקע אז אויב יעדער וועט קענען שטימען מעיל אין, וועלן נישט אונזערע היימישע ארגעניזאציעס ארגאניזירן וואלונטירן ארומצוגיין צו הייזער און "העלפן" מענטשן אויספילן די בעלאטס?
לעצט פארראכטן דורך פאראינטערסירט אום מיטוואך מאי 27, 2020 1:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7282
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
פאראינטערסירט האט געשריבן:און ווער איז דער טוויטער עמפלויער וואס באשליסט וואס ס'איז יא אמת און וואס נישט?
אלס ליבערטעריען מעג לענ"ד די בעלי בתים (אדער אין וועמענס הענט זיי געבן עס איבער) באשליסן וואס ער האלט איז ליגענט, אפילו אויב יעדער ווייסט ס'איז אמת. ווילאנג ס'טוט נישט שעדיגן די נאציאנאלע זיכערהייט פונעם לאנד, אדער עני individual.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7282
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
פאראינטערסירט האט געשריבן:האלסט טאקע אז אויב יעדער וועט קענען שטימען מעיל אין, וועלן נישט אונזערע היימישע ארגעניזאציעס ארגאניזירן וואלונטירן ארומצוגיין צו הייזער און "העלפן" מענטשן אויספילן די בעלאטס?
אסאך סטעיטס נוצן עס, און ס'פעלט זיי גארנישט.
אויב מ'קען מאכן די צענזוס אזוי קען מען דאס אויך.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
- פאראינטערסירט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4332
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
וואס טוט זיך האט געשריבן:פאראינטערסירט האט געשריבן:און ווער איז דער טוויטער עמפלויער וואס באשליסט וואס ס'איז יא אמת און וואס נישט?
אלס ליבערטעריען מעג לענ"ד די בעלי בתים (אדער אין וועמענס הענט זיי געבן עס איבער) באשליסן וואס ער האלט איז ליגענט, אפילו אויב יעדער ווייסט ס'איז אמת. ווילאנג ס'טוט נישט שעדיגן די נאציאנאלע זיכערהייט פונעם לאנד, אדער עני individual.
ביזט מיילן ווייט פון א ריכטיגע ליבערטעריען.
די א.ג. ליבערטעריענס האלטן אז עס דארף זיין טאטאלע פרידאם אוו ספיטש, אפי' העיט ספיטש דארף ווען זיין ערלויבט.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Civil_l ... assaro1991
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
- פאראינטערסירט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4332
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
אגב פארוואס האט טוויטער נישט אויסגעמעקט כומעיני'ס טוויטער אקאונט ווען ער האט די וואך עפנטליך אויף טוויטער ענקארידזשד טעראריזם? ווי איז יענע טוויטער עמפלויאי געווען?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
אוודאי איז דא פרידאם אף ספיטש, און טוויטער מעג צולייגן פאקטן צו וועלכע טוויט זײ ווילן.
פונקט ווי אייוועלט מעג האבן א צענזור.
עכט וואלטן זיי געדארפט מעקן זיינע לגיונות, און טאקע האבן א מענטש וואס זאל תיכף מעקן יעדן ליגענט וואס ער טוויט.
א שטייגער דעם גרויליגן בילבול אויף דזשאו סקארבארא אז ער האט ערמארדעט עפעס א פרוי, וואס איר צובראכענער אלמן וויינט צו דזשעק דארסי פון טוויטער, אז מען זאל דאס אראפנעמען, ווייל עס איז מצער די משפחה.
און מען פרעגט אים היינט אויב ער האט געזען דעם הארצרייסנדן בריוו, זאגט ער אז יא, און פארט וויל ער נישט הארכן.

Timothy Klausutis, the widower of Lori Klausutis, has written to Jack Dorsey asking him to delete tweets by President Trump spreading a debunked conspiracy theory about his late wife’s death and @JoeNBC
His letter is heartbreaking
@karaswisher reports
https://t.co/bcCw3E895f https://t.co/rHHL7XcxUu
און מען פרעגט אים היינט אויב ער האט געזען דעם הארצרייסנדן בריוו, זאגט ער אז יא, און פארט וויל ער נישט הארכן.
Reporter: "Have you seen the letter that was written by her husband begging Twitter to delete your tweets, talking about how hard it's been for his family, for him?"
President Trump: "Yeah, I have but I'm sure that ultimately they want to get to the bottom of it." https://t.co/wcevZf1Fzt
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 399
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 04, 2011 2:05 pm
- לאקאציע: ביים גמרא
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
It’s a two-way street you can’t only delete or review from Republicans and leave the Democrats say whatever they want
If you want it like lvelt then it’s a two-way street

איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...
Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן
דאס איז א חוצפה און א שרעקליכע עזות צו נאר טארגעטען די פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיטס און שטיפן די לינקע משוגעים אגענדע ווען עס איז קלאר דא אפאר דאקיומענטעד פעלער פון פראוד אדער רופ עס מיסטעיקס וואס איז זיכער נאר געשען פון מעיל אין, און קאממאן סענס איז זיכער אז עס עפענט אויף ריזיגע פאטענטשעל פאר פראוד. נאכדערצו אים פעקט טשעקן מיט די בייעסט פעיק ניוז וואס העלפן פעדלען אלע לינגנטס און אגענדעס פון די לינקע משוגעים
איך האף די טראמפ קאמפעין גייט פיילן א קאמפלעינט אזוי ווי זיי האבן געפיילט קעגן בלומבערג ניוז

עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין