האט נאך טראמפ א שאנס צו געווינען?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

30 טעג פאר די וואלן, קען נאך טראמפ געווינען

די וואלן האבן זיך געשלאסן מאנטאג אקטאבער 17, 2016 3:13 pm

יא
63
43%
ניין
60
41%
איך ווייס נישט
23
16%
 
סך הכל שטימען: 146

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

האט נאך טראמפ א שאנס צו געווינען?

תגובה דורך פאליק »

מאנטאג עשי"ת, די דיבאטע איז פאריבער, יעצט הייבט זיך אן די צווייטע דיבאטע, צו טראמפ קען נאך בכלל געווינען? וואס איז דיין מיינונג?
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובה דורך אמביציע »

געוואוט ''איך ווייס נישט'',
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובה דורך טריסקער »

עמיר ווארטן ביזן לעצטן מינוט וואס די פאול איז אפן און דאן שטימען, צופיל זאכן קענען נאך פאסירן אינצווישן.
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובה דורך איש חמודות »

איי ווי מ'האט זיך דערלעבט

ווער וואלט זיך געגלייבט אז ס'וועט נאך זיין א צייט וואס @פאליק וועט עפענען א אשכול מיט אזא ספיקות'דיגע פראגע
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איך גלייב נישט.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

וואס איז די שאלה 100% אז טראמפ האט א טשענטס צו געווינען, למשל אז וויקי זאל אויסטרעפן א באמבע אויף קלינטען,
צו עס גייט פראבעבלי געשעהן מן הסתם נישט אבער א טשענט קלאר אז יא,
והא ראיה אז קלינטען דארף נאך ראנען עד'ס
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובה דורך פאליק »

איש חמודות האט געשריבן:איי ווי מ'האט זיך דערלעבט

ווער וואלט זיך געגלייבט אז ס'וועט נאך זיין א צייט וואס @פאליק וועט עפענען א אשכול מיט אזא ספיקות'דיגע פראגע


ידידי היקר

איך טוה נישט אנהייבן צו וויסן וואס איר זענט אזוי שאקירט, עס איז א פאקט די לעצטע צוויי וואכען אז ער מוטשטעט זיך גאר שטארק?

זאל איך לעבן אין דינייעל וועלט אזוי ווי די אנטי טראמפיסטען האבן געלעבט דורך אויס די פריימערי?

יא לויט וויאזוי עס קוקט יעצט אויס גייט קלינטאן זיין די נעקסטע פרעזידענט! פינטל
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובה דורך חושב מחשבות... »

געוואוט ׳קיינער׳ ווייסט נישט
סוף מעשה במחשבה תחילה.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובה דורך בוידעם »

נעט סילווער געבט אים נאך א 17% שאנס, עפעס א שאנס האט ער נאך.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובה דורך איש חמודות »

פאליק האט געשריבן:איך טוה נישט אנהייבן צו וויסן וואס איר זענט אזוי שאקירט, עס איז א פאקט די לעצטע צוויי וואכען אז ער מוטשטעט זיך גאר שטארק?

זאל איך לעבן אין דינייעל וועלט אזוי ווי די אנטי טראמפיסטען האבן געלעבט דורך אויס די פריימערי?

יא לויט וויאזוי עס קוקט יעצט אויס גייט קלינטאן זיין די נעקסטע פרעזידענט! פינטל


הייסט עס אז טראמפ מוטשעט זיך יא שטארק, נישט נאר פון פרייטאג, נאר שוין גאנצע צוויי וואכן...
פון דיינע תגובות האט נישט אזוי אויסגעזעהן
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובה דורך פאליק »

איש חמודות האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:איך טוה נישט אנהייבן צו וויסן וואס איר זענט אזוי שאקירט, עס איז א פאקט די לעצטע צוויי וואכען אז ער מוטשטעט זיך גאר שטארק?

זאל איך לעבן אין דינייעל וועלט אזוי ווי די אנטי טראמפיסטען האבן געלעבט דורך אויס די פריימערי?

יא לויט וויאזוי עס קוקט יעצט אויס גייט קלינטאן זיין די נעקסטע פרעזידענט! פינטל


הייסט עס אז טראמפ מוטשעט זיך יא שטארק, נישט נאר פון פרייטאג, נאר שוין גאנצע צוויי וואכן...
בלויז עטליכע טעג צוריק האסטו געשריבן אין א אנדערע אשכול
פאליק האט געשריבן:עס איז נאריש צו זאגן א קלינטאנ'ס שטייגן האט נאכגעלאזט זייט אקטובער 3?

א גרעוויס אנקעטע פון 10/3 האט די רעיס טייד

א רעסמוסען אנקעטע פון 10/3 ביז 10/5 האט די רעיס טראמפ +2

וועלן מיר דארפן ווארטען אביסל

בעסיקלי איז דא 4 אנקעטעס ווי קלינטאן איז +6 אויף RCP אבער אלעס האט זיך גענדיגט אקטאובער 2[/quote]


איך האב געפרעגט צו עס איז נאריש און לכאורה איז עס טאקע געווען נאריש וויי לא אנקעטע די נעקסטע טאג פון קווינפעק האט געוויזן אז עס איז נאריש אזוי צו זאגען

איך האב שפעקןלירט נישט געזאגט, איך האב געשריבן דארט מיר וועלן דארפען ווארטן
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

שוין געשריבען אין א אנדערע אשכול אז לדעתי זאל ער ארויס לאזן א שמועה אז ער גייט ריזיינען א טאג נאכן איינשערונג'ס צערעמאניע, ער וויל פשוט ריזערווען די פלאץ פאר פענ'ס אדער אז ער וויל האבן אויף זיין רעזעמעי געוועזנע פרעזידענט,
דעמאלט וועט זיין טיקעט געווינען און דערנאך וועט ער טוען ווי אזוי ער וועט וועלן
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובה דורך טריסקער »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:שוין געשריבען אין א אנדערע אשכול אז לדעתי זאל ער ארויס לאזן א שמועה אז ער גייט ריזיינען א טאג נאכן איינשערונג'ס צערעמאניע, ער וויל פשוט ריזערווען די פלאץ פאר פענ'ס אדער אז ער וויל האבן אויף זיין רעזעמעי געוועזנע פרעזידענט,
דעמאלט וועט זיין טיקעט געווינען און דערנאך וועט ער טוען ווי אזוי ער וועט וועלן

ווער'ט אים גלייבן?? עט מען זאגן טרעט ארויס און גיב בכלל איבער ס'פלאץ פאר פענס און שלום על ישראל.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

טריסקער האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:שוין געשריבען אין א אנדערע אשכול אז לדעתי זאל ער ארויס לאזן א שמועה אז ער גייט ריזיינען א טאג נאכן איינשערונג'ס צערעמאניע, ער וויל פשוט ריזערווען די פלאץ פאר פענ'ס אדער אז ער וויל האבן אויף זיין רעזעמעי געוועזנע פרעזידענט,
דעמאלט וועט זיין טיקעט געווינען און דערנאך וועט ער טוען ווי אזוי ער וועט וועלן

ווער'ט אים גלייבן?? עט מען זאגן טרעט ארויס און גיב בכלל איבער ס'פלאץ פאר פענס און שלום על ישראל.

נישט דא אזא זאך ער קען עס נישט איבער געבן פאר וועם ער וויל, נאר וועם די פארטיי דעלאגאטען וועלן וועלן, סא ער טראסט זיי נישט ועוד ער וויל האבן אויף זיין רעזמעי געווען פרעזידענט, נישט נאר א קאנדידאט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:וואס איז די שאלה 100% אז טראמפ האט א טשענטס צו געווינען, למשל אז וויקי זאל אויסטרעפן א באמבע אויף קלינטען,
צו עס גייט פראבעבלי געשעהן מן הסתם נישט אבער א טשענט קלאר אז יא,
והא ראיה אז קלינטען דארף נאך ראנען עד'ס



וואס איז שייך א גרעסערע באמבע ווי דאס אז זי האט געזאגט ביי א פריוואטע דרשה פאר די 'טאפ 10' אז א פאליטישען 'דארף' האבן צוויי שיטות, איינס ואס מ'זאגט פאר די פאבליק (שטרוי וואס מ'פיטערט די בהמות) און די צווייטע וואס מ'האלט עכט?! (און מ'זאגט פאר ענק)

איז שייך א ערגערע זאך ווי דעם פאר א פאליטישען?!

אמת'דיג, איך זעה נישט וואס ס'קען זיין ערגער ווי דעם פאר איר. אויב די רעפאבליקענס נעמען זיך נישט איבער דעם, און די מידיא צימבלט איר נישט, וואס קען זיי יא אויפוועקן?
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

איך פארשטיי נישט די פראגע.

צו איך האלט אז טראמפ גייט געוואונען? לכאורה נישט

וויפיל טשאנס ער האט? אויף דעם קען מען דיסקוסירן

אבער וואס מיינט 'אויב ער האט א טשאנס' לויט ווי ער שטייט יעצט וואלט ער אודאי נישט געוואונען. אבער וואס איז שייך פאר א בשר ודגים פארצוזאגן אז ער האט נישט קיין שום טשאנס צו געווינען אין א חודש ארום? ווי לאנג איך צייל זיך נישט צווישן די וואס ס'איז געגעבן געווארן פאר זיי די נבואה זינטן חורבן הבית זאג איך נישט קיין נביאות
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

תגובה דורך שמעק_טאביק »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:וואס איז שייך א גרעסערע באמבע ווי דאס אז זי האט געזאגט ביי א פריוואטע דרשה פאר די 'טאפ 10' אז א פאליטישען 'דארף' האבן צוויי שיטות, איינס ואס מ'זאגט פאר די פאבליק (שטרוי וואס מ'פיטערט די בהמות) און די צווייטע וואס מ'האלט עכט?! (און מ'זאגט פאר ענק)

איז שייך א ערגערע זאך ווי דעם פאר א פאליטישען?!

ערגער אדער בעסער, דאס גענוי מיינט א פאליטישאן, ממש כי הוא זה.
דער פראבלעם איז איר האט מען עס רעקארדירט זאגענדיג. דאס דארף זיין מליבא לפומא לא גליא כדי דער (פאליטישאן זאל מיינען אז דער) עולם כאפט נישט אז ער איז א אחד בלב ואחד בפה'ניק. נו, וואס איז זי שולדיג אז זי איז די ערשטע פרוי קאנדידאט מיט תשעה קבין שיחה און זי רעדט צומאל מער זי דארף. :o
הפך בה והפך בה דכולה בה!
משה פערל
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2016 11:44 am

תגובה דורך משה פערל »

געוואוט פאר יא!
פאר די סעים ריזען וואס קלינטאן האט געפרעגט פארוואס זי איז נישט שטערקער אין די פאולס
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובה דורך זאכליך »

14 זאגן קלאר אז טראמפ האט 0 זיראו שאנס, מן הסתם האבן זיי נעכטען געוואוט אז קלינטאן האט געווינען די דיבעיט...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
שכל טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:38 pm

תגובה דורך שכל טוב »

גראדע נישט
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

תגובה דורך fiena nieas »

זאכליך האט געשריבן:14 זאגן קלאר אז טראמפ האט 0 זיראו שאנס, מן הסתם האבן זיי נעכטען געוואוט אז קלינטאן האט געווינען די דיבעיט...

Are you for real?
דו פארגלייכסט טאקע די צוויי זאכן? ס'האט נישט קיין שייכות , מען קען האלטן אז טראמפ האט געווינען דעם דיבעיט און האלטן אז ער האט נישט קיין שאנס
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובה דורך אויסגערעכנט »

fiena nieas האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:14 זאגן קלאר אז טראמפ האט 0 זיראו שאנס, מן הסתם האבן זיי נעכטען געוואוט אז קלינטאן האט געווינען די דיבעיט...

Are you for real?
דו פארגלייכסט טאקע די צוויי זאכן? ס'האט נישט קיין שייכות , מען קען האלטן אז טראמפ האט געווינען דעם דיבעיט און האלטן אז ער האט נישט קיין שאנס
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובה דורך חלהדעקל »

א שאנס, יא, מער פון זשאנסאן אין שטיין, באט נישט מער ווי א %10 - 15% שאנס.
1 + 1 = חלה דעקל...
פנימי
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 2:01 pm

תגובה דורך פנימי »

fiena nieas האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:14 זאגן קלאר אז טראמפ האט 0 זיראו שאנס, מן הסתם האבן זיי נעכטען געוואוט אז קלינטאן האט געווינען די דיבעיט...

Are you for real?
דו פארגלייכסט טאקע די צוויי זאכן? ס'האט נישט קיין שייכות , מען קען האלטן אז טראמפ האט געווינען דעם דיבעיט און האלטן אז ער האט נישט קיין שאנס

דאס קומט פון יאוש, ער איז נעבעך צובראכן.
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

תגובה דורך יהודי »

איך האב געשטימט ניין און נעכטן אז טראמפ האט געווינען
א פשוטע איד.
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”