איז טאקע דא מידיע בייעס?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז דא א מידיע בייעס גענויגט צו די דעמאקראטן

נישטא קיין שום בייעס, סתם א קאנספיראציע פון די ריפאבליקענס
23
5%
אפשר א שטיל בייעס איז דא אבער די ריפאבליקענס בלאזן עס אויף פילפאכיג
53
13%
די מידיע איז גענויגט צו די דעמאקראטן אויף א שרעקליכע פארנעם
316
75%
די מידיע איז גענויגט צו די ריפאבליקענס
11
3%
איך ווייס נישט אבער איך וויל אויף עפעס שטימען...
21
5%
 
סך הכול שטימען: 424

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג אפריל 25, 2017 9:35 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:מידיע בייעס? א פאליטיקא ארטיקל זאגט אז מ'זאל זיך נישט אריינרעדן אז די מידיע איז סתם אזוי אין די קלינטאן אדער דעמעקראטן לאגער... דאס איז נישט ווייל די מידיע וויל זיין בייעסד וכד', נאר זיי האבן געמאכט א סטאדי און געטראפן אז די מידיע וואוינט פשוט אין אנדערע געגענטער ווי רוב לאנד... זיי ווייזן אן אז 90 פראצענט פון אנליין פובלישערס, (היינט איז דא מער אינטערנעט מידיע דזשאבס ווי פאפיר דזשורנאליזם דזשאבס) וואוינען אין א געגענט ווי קלינטאן האט געוואונען... און 75 פראצענט וואוינען אין א פלאץ ווי קלינטאן האט געוואונען מיט 30 פראצענט...

זאגן זיי אז סיניש אז די מידיע וויל זיין בייעסד, סיז פשוט א ריזיגע מעדזשארעטי פון פאנדיטס און דזשורנאליסטן ווייסן נישט עפעס אנדערש, זיי גייען ארויס אויפן גאס און "יעדער" האלט ווי זיי... ער גייט אין באר, אין גראסערי, וואו אימער ער גייט נאר זעהטער דעמעקראטן, און קלינטאן שטיצער... אלעס שטומט מיט וואס זיי ליינען און שרייבן... און ווען טראמפ געווינט קענען זיי נישט גלייבן אז ער האט געוואונען לעדזשיט... ס'מוז זיין אז מ'האט עפעס דא מענאווערט...

http://www.politico.com/magazine/story/ ... ast-215048

אין אײן װארט אראפצילײגען די גאנצע ארטיקל איז Brainwashed

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24516
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אפריל 25, 2017 9:40 am

פלטיאל, יעצט זעה איך וואס דו האלטסט... עט ליעסט ווייסעך וואו איך שטיי מיט דיר... דו עגריסט אז אויסער פאקס נוז איז רוב "מידיע" בייעסד אויף לינקס... (און אין קעיס דו ווייסט נישט, טאלק שאוס איז נישט שייך צו זאגן סיז בייעסד, ווייל דאס איז א טאלק שאו, ער האט א מיינונג, משא"כ א נייעס קוואל דארף אפעציעל איבערגיבן די נייעס כמו שהוא! דאס איז געשעהן... און ווען מ'מעלדט נייעס פאלטש אדער מ'מעלדט נאר האלבע נייעס אדער איין ווערסיע מיט פארטייאישע טאלקינג פוינטס, דאן איז א פראבלעם, ווייל דו פיטערסט פאלטשע נייעס)

סאו וואס איז אונזער טענה בכלל, דו עגריסט אז CNN איז בייעסד, ס"ה האט מען געברענגט נאך אן אינצידענט וואס ווייזט ארויס זייער בייעס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג אפריל 25, 2017 9:58 am

ס׳גײט נאכװײטער װען אײנער אױף פאקס האט אפאהר װאכן צוריק געזאגט אז אבאמא האט געהאט הילף פון ענגלאנדס Intelligence איבער Trump/Russia קאמיניקאציע אין די פרעזידענט האט עס נאכגעזאגט האט די מידיע געמאכט אזעליכע געװאלדעס אז ס׳אז ליגנט אזש אז יענער איז געװארען temporarily suspend אין אמעריקע האט זיך אפ׳ געדארפט אנטישילדיגען צי ענגלאנד אין ציגעזאגט מער נישט דעס צי זאגען אין ס׳גײט נישט אריבער קײן גאנצע פאהר װאכן אין די זעלבע (CNN) װאס האט גערידערט איבער דעם קימט אין זאגט אז יא ס׳איז טאקע אמת אמעריקע האט טאקע געהאט הילף פין ענגלאנד סא ס׳איז נאר ליגנט ביז CNN Report עס נישט אײנמאהל CNN Report עס װערט די זעלבע Report אױס ליגענט אין ס׳װערט גאהר הײליג.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג אפריל 25, 2017 10:12 am

צו פארשטיין דעם חילוק פון הימל און ערד צווישן די 2 באריכטן, דארף מען נישט זיין קיין זשיניעס. אבער א בר דעת דארף מען זיין, כאמרם ז"ל אם אין דעת, הבדלה מנין
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג אפריל 25, 2017 10:20 am

מי חכם האט געשריבן:צו פארשטיין דעם חילוק פון הימל און ערד צווישן די 2 באריכטן, דארף מען נישט זיין קיין זשיניעס. אבער א בר דעת דארף מען זיין, כאמרם ז"ל אם אין דעת, הבדלה מנין

אמאהל װען מ׳פלעגט װעלן געבען א מושל צי א ריזיגע חוליק פלעגט מען ניצן די װארט הימל אין ערד הײנט ניצט מען עס אױף פיצי חליקים
CNN האט פושט געטױשט אפאהר װערטער אינעם באריכט אז מ׳זאהל נישט כאפן אז ס׳איז די זעלבע זײ מײנען אז ס׳איז נאך עולם גולם צײטן

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דינסטאג אפריל 25, 2017 2:31 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:
אומאפיציעל האט געשריבן:אנטשולדיגט פארן זיך אריינמישן, אבער דאסמאל בין איך אויף בוידעם'ס זייט. עס איז אנדערש ווען איינער זאגט אז דער פרעזידענט איז מער געפאר ווי א טעראריסט, וואס יעדער קען פארשטיין וואס דאס מיינט, אזוי ווי איך האב געהאלטן אז אבאמא איז מער געפאר פאר אמעריקא ווי די טעראריסטן. ער האלט אז טראמפ גייט חרוב לייגן אמעריקא, און אויף זיינע הענט גייען מיליאנען אימיגראנטן ליידן דאס גיהנם (נעבעך), דער פרעזידענט קען פאקטיש שאדן מאכן פאר אמעריקא און ספעציעל פאר פרעמדע אין אמעריקע מער ווי סיי וועלכער טעראריסט.

א באשולדיגונג אויף א פרעזידענט אז ער האט געגרינדעט די גרעסטע טעראר ארגאניזאציע אין די וועלט איז פיל מער א צודרייטע זאך, און פאדערט אן ערקלערונג אדער אנטשולדיגונג (קען זיין די ערקלערונג איז טאקע געקומען, איך ווייס נישט)

חוץ לזה, יא בוידעם! עס איז זייער א אויפריכטיגער ענטפער געווען פון דעם רעפארטער איר מער צו דערשרעקן (פארגעס נישט זי איז נישט געשטאנען בשעת מעשה, די וואס גיבן איבער די ענטפער קענען עס אביסל לייכטער מאכן), ווייל פאקטיש האלט דער קאנגרעסמאן אז וויפיל זי זאל נאר זיין דערשראקן ווייסט זי נישט וויפיל זי האט זיך נאך באמת צו שרעקן, און ער וויל טאקע אויפרודערן אזעלכע מיידלעך מיט עלטערן פון אזעלכע מיידלעך, אז די לאנד זאל זיך רודערן איבער די "שוידערליכע" מעשים פון דעם פרעזידענט.

ניין!! אבאמא איז נישט ערגער ווי א טעראריסט, אין קעיס דו ווייסט נישט, טעראריסטן הארגענען מענטשן, און אבאמא מאכט נאר אומבאקוועם פאר די מענטשהייט.
די זעלבע זאל גייט אן מיט טראמפ, ער מאכט באקוועם די וואס האבן פארלעצט די געזען פונעם לאנד, פאר אינפארסן די געזעץ (וואס קיינער פרעגט נישט אפ) ווערט מען נאך נישט קיין טעראריסט, און זיכער נישט ערגער ווי א טעראריסט, עס איז חוצפה צו אזוי זאגן, איך האלט אזוי אפילו ווען מען זאגט עס אויף אבאמא.
צו עס פארגלייכן מיט טראמפס סטעיטמענט איז גאר נעריש, און זיכער ווען ער האט זיך נאכדעם מסביר.

איך האב געמיינט אז איך שרייב גענוג קלאר
לאמיך טרייען נאך "איין" מאל

א פרעזידענט שטעלט אוועק פאליסיס, וואס די פאליסיס קענען צומאל ברענגען דאס טויט אויף הונדערטער אדער טויזנטער און אפילו מיליאנען מענטשן אין לאנד און אין אויסלאנד (א שטייגער ווי אבאמא'ס מחזק זיין די בלעק לייוו'ס מעטטער באוועגונג, וואס האט געפירט צו פילע שאדנ'ס און אויך לעבנ'ס פון פאליציאנטן. אדער לויט די דעמאקראטן, וועט א שטרענגע אימיגראציע אינפארסירונג פירן צו די טויט פון פילע אויסלענדישע נישט האבנדיג אינדערהיים קיין לעבנס מיטל וכדו', אדער רעפיודזשיס פון סיריע וואס מען וויל נישט אריינלאזן, וכדומה וכיוצ"ב. אדער א פאליסי פון לאזן האבן געווער אומבאגרעניצט, עי' ערך צווייטע אמענדמענט. א פאליסי צו פארקוקן כעמישע און נוקלעארע אויפבוי פון שעדליכע וועלט לענדער). די שאדנ'ס פון אזעלכע פאליסיס קען טיילמאל זיין גרעסער ווי די שאדנ'ס פון דעם גרעסטן טעראריסט. דאס מיינט אבער נישט אז דער פרעזידענט זעלבסט איז א טעראריסטן שטיצער, נאר אז דער מענטש אלץ פרעזידענט איז מער א געפאר פאר אמעריקא ווי א טעראריסט. ופשוט הוא.

פון דא ביז צו באשולדיגן א פרעזידענט, אז ער האט זעלבסט געגרינדעט א טעראר ארגאניזאציע איז פאלג מיר א גאנג. חוץ אויב דאס איז אויך נאר געווען טעארעטיש געזאגט, דהיינו אז "דורך זיינע דורכגעפאלענע פאליסיס האט זיך פון זיך אליינס געגרינדעט די טעראר ארגאניזאציע".

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג אפריל 25, 2017 2:37 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:

נעה, ס'קען נישט זיין ער זאל האבן געזאגט טעארעטיש. נאר א קאנגרעסמאן קען רעדן - און ס'איז זעלבסטפארשטענדליך אז ער רעדט טאקע - טעארעטיש.
מעיק אפ יור מיינד, גייט מען ליטערעלי אדער טעארעטיש?
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דינסטאג אפריל 25, 2017 2:57 pm

דער קאגרעסמאן האט נישט געזאגט אז טראמפ איז א טעראריסט, ניטאמאל האט ער געזאגט אז טראמפ שטיצט טעראריזם.
ער האט ליטערעלי געזאגט "די מערסטע געפארפולע מענטש אין אמעריקא איז נישט קיין טעראריסט, ער איז דער מענטש וואס איז דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן" אן מסביר זיין פארוואס דער פרעזידענט איז מער געפארפול ווי א טעראריסט, אבער יעדער קען אליינס טראכטן פארוואס ער האלט אזוי.

טראמפ האט ליטערעלי געזאגט אז "אבאמא האט געגרינדעט אייסיס" (אזוי האט מען דא נאכגעשריבן).

מען טאר נישט זיין מצומצם, ביזט נישט קיין ליבעראל און אויך נישט קיין דעמאקראט, מעגסט אמאל אננעמען אנדערש ווי דו האסט געטראכט.

ר' וויכטיג מאכער, מידיע בייעס איז דא, נישט קיין פראגע. דא ספעציפיש ווייס איך נישט וואס מען וויל פון די מידיע, וואס וואלט די מידיע געדארפט שרייען. זיי וואלטן געדארפט האבן קעפלעך "קאנגרעסמאן: טראמפ איז די שעדליכסטע מאן פאר אמעריקע!"

גלייב מיר, אויב וואלטן זיי געהאט אזעלכע קעפלעך, וואלטן זיך אלע ליבעראלן אידענטיפיצירט דערמיט, און געזאגט "ריכטיג, נו וואס איז דער חידוש?". און די צייטונג שרייבער האבן עס איי געס אויך אזוי פארשטאנען, און דערפאר נישט געפונען פאר וויכטיג צו מאכן א צימעס דערפון.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11980
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג אפריל 28, 2017 2:56 pm

.
צוגעלייגטע
IMG_20170428_144611.jpg

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » פרייטאג אפריל 28, 2017 5:56 pm

מיט ראמני האט עס נישט באקומען פאר איין דרשה חוץ דעם אז מען איז שוין אויף די נושא פון די נישט נארמאלע סכום וויל איך זאגען אז אפילו ווען ראמני וואלט יא באקומען די סכום איז ער א ביזנעסמאן וואס קען צוגעבען מיט זיין דרשות פאר די ביזנעסער מה שאין כן יענער אויף ביידע זאכען

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » פרייטאג אפריל 28, 2017 6:46 pm

כאפצעם האט געשריבן:.

Slate (magazine) Slate is an online liberal / progressive magazine that covers current affairs, politics and culture in the United States. It was created in 1996 by former New Republic editor Michael Kinsley, initially under the ownership of Microsoft as part of MSN.
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8833
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג אפריל 30, 2017 11:26 am

:P

דאס איז גראדע היבש א אינסאלטינג מאוו, וועלכע פארלאזט זיך אז די נאכפאלגער האבן די אינטעלעדשענטס פון א מאלפע

Screenshot_2017-04-30-11-22-49-1.png

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג אפריל 30, 2017 11:39 am

אינסאלטינג איז אז דו כאפסט נישט אז זיי מאכען חוזק פון אזעלכע סארט קעפעלך פון די איבריגע מידיע קעגען די פרעזידענט ווייל דו ביסט אזוי איינזייטיג

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6552
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג אפריל 30, 2017 3:02 pm

קוק עס גוט אן, עס איז א ריכטיגע מעזשערמענט אז עפעס איז ראנג מיט רעפובליקען פאליסיס.

טענק יו יש פארען ברענגען.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » זונטאג אפריל 30, 2017 3:17 pm

איך זע אין דעם אז א דעמאקראט קען נישט ווערן ערוויילט נאר אין א צייט ווען מענשן זענען אנגעצויגן און פארווייטאגט

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » זונטאג אפריל 30, 2017 3:29 pm

זאגט עס דיר נישט, אז ווען א רעפובליקאנער פארלאזט דעם אפיס, לאזט ער איבער נאך זיך די מענטשן אנגעצויגן אין פארווייטאגט?

ווער קען ברענגען מיט וויפיל בוש דער ערשטער און רעיגען האבן אנגעהויבן?

חרש וחושב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2016 10:52 pm

תגובהדורך חרש וחושב » זונטאג אפריל 30, 2017 4:06 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:זאגט עס דיר נישט, אז ווען א רעפובליקאנער פארלאזט דעם אפיס, לאזט ער איבער נאך זיך די מענטשן אנגעצויגן אין פארווייטאגט?

ווער קען ברענגען מיט וויפיל בוש דער ערשטער און רעיגען האבן אנגעהויבן?

apr 1988 = 5.2

apr 1980 = 7.0

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג אפריל 30, 2017 4:24 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:זאגט עס דיר נישט, אז ווען א רעפובליקאנער פארלאזט דעם אפיס, לאזט ער איבער נאך זיך די מענטשן אנגעצויגן אין פארווייטאגט?

ווער קען ברענגען מיט וויפיל בוש דער ערשטער און רעיגען האבן אנגעהויבן?

אויב זענען מענטשן געווען אנגעווייטאגט נאך רעיגען האו קאם בוש האט געווינען?

און האו קאם קלינטאן האט נאר געהאט 43 פראצענט?
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » זונטאג אפריל 30, 2017 4:40 pm

פון חרש וחושב קומט אויס אז אונטער רעיגען איז אנעמפלוימענט געפאלן און אונטער בוש ארויף

אבער באמת האב איך בלויז צוריקגעענטפערט אויף בוחר'ס מסקנות. איך פערזענליך האלט אז מען וועלט נישט קיין פרעזידענט באזירט בלויז אויף די אנעמפלוימענט ראטע, און אז די נומערן האבן נישט קיין סאך אפעקטירט די פאקטישע וואל רעזולטאטן ביי די פרעזידענטליכע וואלן.

פארט איז עס מיר אינטערעסאנט צו זעהן, אז אונטער רעפובליקאנע פרעזידענטן האבן זיך די נומערן געהויבן (אויסער אונטער רעיגען), און אונטער דעמאקראטישע זענען זיי געפאלן.

בלייבט צו זעהן וויאזוי עס וועט אויסזעהן ווען דער איצטיגער יר"ה גייט ארויס פון אפיס.

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » זונטאג אפריל 30, 2017 6:26 pm

אוועטאר
שואף
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 28, 2017 2:18 pm
לאקאציע: אויף די לינקע זייט פון די תגובה

תגובהדורך שואף » זונטאג אפריל 30, 2017 7:09 pm

די פשוט'סטע תירוץ (און אויך די מערסטע אמת'דיג- לענ''ד) פארוואס עס איז אז די אנענפלוימענט ראטע איז הויך צום סוף פון די רעפ. קאדענץ'ן איז צוליב די דעמאקראטישער קאנגרעס וואס האט געהערעשט און די לעצטע צוויי יאר פון בוש משא''כ די רעפ. קאנגרעס וואס האט געהערשט אונטער אבאמא.

און כידוע איז די קאנגרעס די אפטיילונג וואס מאכט געזעצן

אוועטאר
שטעלפארטרעטר
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 9:27 pm
לאקאציע: קלאס נמ. 319

תגובהדורך שטעלפארטרעטר » זונטאג אפריל 30, 2017 10:43 pm

יוסי ג. מערקט אן אז ווען מען סורטשט "היטלער "(ימ"ש) אויף טוויטער קומט ארויף טראמפ!!!
ווער עס וועט זיין א מחוצף פארן שטעלפארטרעטר וועל איך איבערגעבן פארן מנהל!!!

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג אפריל 30, 2017 11:51 pm

מוז נישט זיין. לכאורה ווענט זיך עס אין די סירטש היסטערי. יבואט המומחים העצומים@ בעין טובה@ שלהם ויגידו.
Capture.JPG
Capture.JPG (16.56 KiB) געזעהן 1852 מאל

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11980
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג מאי 01, 2017 1:05 am

ער רעדט פון טוויטער. ער איז גערעכט.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג מאי 01, 2017 2:00 am

די זעלבע רעזאלטס ווען מ'לייגט אריין 'ראסיסט' אדער 'פאשיסט.'
Get your facts first, then you can distort them as you please.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: IMBZ, zugurnish, אחד הרבנים, בארג, בשבילי נברא, גבר ישראל, יאנקעל פעדראטשיק, נייע אייטעמס, צד תמות, שרייב און 106 געסט