דאפלטע טעראר-אטאקע אין בריסל, בעלגיע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » זונטאג מארטש 27, 2016 8:32 pm

וואדקע האט געשריבן:פון א ניוקעלארע פלענט קען מען נישט באקומען ניוקעלאר "מאכט". מען האט יא מורא אז זיי פלאנירען אן אטאקע אויף די ריעאקטער וואס קען אנמאכען א גיפערליכע חורבן אויב עס ליקט ארויס רעדיעשאן

אמת וועגן ׳מאכט׳

מען האט אויך מורא אז אויב עס געלונגט נישט צו אטאקירן וועלן זיי כאטש פרובירן צו גנבנען פון ׳שווארצע וואסער׳. אויף דעם ארויף האט מען אפגעזאגט אויף צייטווייליג נישט וויכטיגע ארבערטער. צו נאכקוקן זייר היסטארי.

פאריגע מאל מען האט נאכגעקוקט היסטערי פון ארבערטער ביי זייער נוקלעיר פלענט האט מען געטראפן ארבערטער מיט פארבינדונגען צו טעראר.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » זונטאג מארטש 27, 2016 8:35 pm

כאפצעם האט געשריבן:ברעקינג:

יעצט ווערט באריכטעט אז טערקיי האט געווארענט בעלגיע אויף איינער פון די טעראריסטן.

טערקיי האט דעם יעניגן דעפארטירט, בעלגיע האט אים ביים ארייננעמען באקומען א ווארענונג פון טערקיי אז דער איז שעדליך און איז געלינקט מיט אייסיס. בעלגיע האט עס גענצליך איגנארירט.

טערקיי האט נאכאמאל און שארפער אטאקירט בעלגיע.

זיי זאגן אז בעלגיע איז אליינס שולדיג אין די אטאקעס.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מאנטאג מארטש 28, 2016 12:33 am

געוועזענער ניו יארקע פאליציי קאמישענער רעי קעלי האט אראפגעריסן די באאמטע אין בריסל זאגענדיג אז די זיכערהייט אפטיילונגען דארט האבן זיך נישט געלערנט פון אמעריקע און טיילן נישט מיט אינפארמאציע איינע מיט די צווייטע.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג מארטש 28, 2016 1:38 am

די שאלה איז צו יעצט האבן זיי זיך יא געלערנט.

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מאנטאג מארטש 28, 2016 8:17 am

נייעסלעך האט געשריבן:זיי האבן גענידערט די צאל טויטע פונעם עירפארט און באן באמבע'ס צו סך הכל 28, און געהעכערט די צאל פארוואונדעטע צו 340.



סי ען ען באריכטעט היינט מאנטאג אז די צאל טויטע האלט ביי פינף אןן דרייסיג. דארונטער פיר אמעריקאנער
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מאנטאג מארטש 28, 2016 10:04 am

גאנץ אייראפע דארף א גרויסע תיקון מיט די סעקיורטי, זיי זענען 20 יאר אונטערשטעליג פון אמעריקע מיט זייער סעקיורטי,

אייראפע און אמעריקע האבן א פראבלעם וואס ליידער אין די מדינה איז עס נישט דא!

אין די מדינה אז איינער זעהט עפעס פארדעכטיגט האלט ער זיך נישט אפ קיין מינוט פון רופן די פאליציי ווייל ער ווייסט יא מען וויל אטאקירן דא און טאמער איך רוף נישט שפיל איך מיט לעבנ'ס משא"כ ערגעץ אנדערש לעבט מען נישט מיט אזא פחד און קיינער גייט נישט רופן קיין פאליציי ווען מען זעהט עפעס א איבערגעלאזטע פעקל אויף 13 עוו.
צענדליגער מענטשן האבן דורכגעוואקט די טעראריסטן און יעדער זעהט אז זיי גייען נאר מיט איין הענטשוך! וואס האסטו מורא צו זאגען? מען וועט זיך ליידער מוזן צוגעוואינען דערצו! צו מען וויל יא צו נישט
Mr President We're tiered of winning so much

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » מאנטאג מארטש 28, 2016 10:30 am

פאיסאל טשעפאו, וועלכע איז ארעסטירט געווארן דאנערשטאג אין בראסעלס, איז היינט ארויסגעלאזט געווארן צוליב א מאנגל אין באווייזן, אזוי זאגט די פראסעקיוטער'ס אפיס.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מארטש 28, 2016 2:04 pm

פאליק האט געשריבן:גאנץ אייראפע דארף א גרויסע תיקון מיט די סעקיורטי, זיי זענען 20 יאר אונטערשטעליג פון אמעריקע מיט זייער סעקיורטי,

אייראפע און אמעריקע האבן א פראבלעם וואס ליידער אין די מדינה איז עס נישט דא!

אין די מדינה אז איינער זעהט עפעס פארדעכטיגט האלט ער זיך נישט אפ קיין מינוט פון רופן די פאליציי ווייל ער ווייסט יא מען וויל אטאקירן דא און טאמער איך רוף נישט שפיל איך מיט לעבנ'ס משא"כ ערגעץ אנדערש לעבט מען נישט מיט אזא פחד און קיינער גייט נישט רופן קיין פאליציי ווען מען זעהט עפעס א איבערגעלאזטע פעקל אויף 13 עוו.
צענדליגער מענטשן האבן דורכגעוואקט די טעראריסטן און יעדער זעהט אז זיי גייען נאר מיט איין הענטשוך! וואס האסטו מורא צו זאגען? מען וועט זיך ליידער מוזן צוגעוואינען דערצו! צו מען וויל יא צו נישט

עס איז א ריכטיגע פוינט אז די סעקיורעטי דארט איז שוואכער ווי אין אמעריקע, אבער למעשה איז אין אמעריקע דא טעראר אטאקעס אפי' מיט די סעקיורעטי. ע"ע באסטן באמבער.

און איך מיין אז מיר האבן ב"ה די גוט מזל צו וואוינען דא אין אמעריקע ווי די גרעניצען זענען מיט קאנאדא און מעקסיקאו, און אפי' עס זאל זיך מאכען א טעראריסט איז עס ווייניג.

משא"כ די לענדער דארט וואס ואוינען מיט די מוסלעמענער בשכינות, און עקסטער וואוינען דארט א מאסן מער מוסלעמענער ווי דא אין אמעריקע, זיי האבן א גרעסערע פראבלעם. איך מיין עס איז נישט איבערגעטריבן צו זאגן אז ווען עס זאל זיין די סעקיורעטי אין אייראפע אזוי ווי אין אמעריקע, וואלט נישט געווען קיין ערענסטע רעדוקציע אין טעראר אטאקעס ווי יעצט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » מאנטאג מארטש 28, 2016 2:22 pm

דער סוספעקט וועלכע איז ארויסגעלאזט געווארן היינט צוליב ווייניג באווייזן, איז געווען דער איינציגסטער וועם בראסעלס האט אנגעקלאגט זייט די אטאקעס.
אוטאריטעטן האבן מודה געווען אז זיי האבן נישט ריכטיג באהאנדעלט זייערע ליעד'ס.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3743
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג מארטש 28, 2016 6:55 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:גאנץ אייראפע דארף א גרויסע תיקון מיט די סעקיורטי, זיי זענען 20 יאר אונטערשטעליג פון אמעריקע מיט זייער סעקיורטי,

אייראפע און אמעריקע האבן א פראבלעם וואס ליידער אין די מדינה איז עס נישט דא!

אין די מדינה אז איינער זעהט עפעס פארדעכטיגט האלט ער זיך נישט אפ קיין מינוט פון רופן די פאליציי ווייל ער ווייסט יא מען וויל אטאקירן דא און טאמער איך רוף נישט שפיל איך מיט לעבנ'ס משא"כ ערגעץ אנדערש לעבט מען נישט מיט אזא פחד און קיינער גייט נישט רופן קיין פאליציי ווען מען זעהט עפעס א איבערגעלאזטע פעקל אויף 13 עוו.
צענדליגער מענטשן האבן דורכגעוואקט די טעראריסטן און יעדער זעהט אז זיי גייען נאר מיט איין הענטשוך! וואס האסטו מורא צו זאגען? מען וועט זיך ליידער מוזן צוגעוואינען דערצו! צו מען וויל יא צו נישט

עס איז א ריכטיגע פוינט אז די סעקיורעטי דארט איז שוואכער ווי אין אמעריקע, אבער למעשה איז אין אמעריקע דא טעראר אטאקעס אפי' מיט די סעקיורעטי. ע"ע באסטן באמבער.

און איך מיין אז מיר האבן ב"ה די גוט מזל צו וואוינען דא אין אמעריקע ווי די גרעניצען זענען מיט קאנאדא און מעקסיקאו, און אפי' עס זאל זיך מאכען א טעראריסט איז עס ווייניג.

משא"כ די לענדער דארט וואס ואוינען מיט די מוסלעמענער בשכינות, און עקסטער וואוינען דארט א מאסן מער מוסלעמענער ווי דא אין אמעריקע, זיי האבן א גרעסערע פראבלעם. איך מיין עס איז נישט איבערגעטריבן צו זאגן אז ווען עס זאל זיין די סעקיורעטי אין אייראפע אזוי ווי אין אמעריקע, וואלט נישט געווען קיין ערענסטע רעדוקציע אין טעראר אטאקעס ווי יעצט.

שוין! האסט געבעטן האט מענעס ענק געגעבן, מיאמי אינטערנעשינעל עירפארט איז פריער עוואקיואירט געווארן צוליב א באמבע שרעק, האצעך ארויסגעשטעלט צו זיין גארנישט, נו, בעטער סעיף דען סארי

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג מארטש 28, 2016 7:40 pm

@לכתחילה אויב סעקיורעטי העלפט נישט דאן וואס קען מען יא טון? און צו פטר׳ט עס פון סעקיטורען?

די מערסטע באדערט מיך נאך דאס וואס איז געווען באריכטעד אז טערקיי האט זיי געווארענט און זיי האבן גארנישט געטון דערצו.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג מארטש 28, 2016 8:03 pm

@לכתחילה, באסטאן באמבער איז נישט געווען קיין "טעראר פלאט" (צוויי ברודער ). די זעלבע מיט סען בערנאדינא (א קאפל).

א היימישע/לאון וואלץ אטאקע איז טאקע אסאך שווערער אויפצוכאפן אפילו מיט די היי לעוול סעקיורעטי אבער פון די אנדערע זייט איז עס נישט אויף דעם פארנעם פון אן אטאקע דורך א טעראר פלאט אויספלאנירט דורך א טעראר גרופע רח"ל


די אייבערשטער זאל האלטן די רעכטע אויף אלע יודן

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מארטש 28, 2016 11:20 pm

בן נון האט געשריבן:@לכתחילה אויב סעקיורעטי העלפט נישט דאן וואס קען מען יא טון? און צו פטר׳ט עס פון סעקיטורען?

די מערסטע באדערט מיך נאך דאס וואס איז געווען באריכטעד אז טערקיי האט זיי געווארענט און זיי האבן גארנישט געטון דערצו.

מען קען נישט אינגאנצן אפהאלטן, אבער מען קען עס ערענסט פארמינערן. נאר די זאכען זענען קעגן די ווירדע פון די מערב וועלט, ווי אונטערהערן אלע טעלעפאונען ווי עס פלעגט זין אין אמעריקע איידער מען האט עס לעצטענס אפגעשטעלט, אויך קען מען רעישל פראפיילן, מען קען אריינשיקען שפיאנען צווישן די מוסלעמענער און נאך.

איז עס קען זיין אז מען טוט עס טאקע, נאר מען פארציילט נישט, אבער אויב טוט מען נישט די זאכען, טיען אנדערע סעקיורעטי ווייניג אויף. און ווי געזאגט, פונקט ווי אמעריקע האט פארמיטן די שווערע וועלט מלחמות צוליב די פונקט אויף די וועלט ווי זי שטייט איין, די זעלבע סיבה האט מען געלויבט הקב"ה פארמיטן פון טעראר אטאקעס אויף די פארנעם ווי די מיטל מזרח און אייראפע ליידן.

אבער פארשטייט זיך, אז אינגאנצן אפהאלטן קען מען טאקע נישט. אם השם לא ישמור עיר שוא שקד שומר.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דינסטאג מארטש 29, 2016 1:13 am

און וואס איז דיין מיינונג איבער די רעפיודשיס? ווי איך פארשטיי איז דאס די גרעסטע פראבלעם.

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3025
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דינסטאג מארטש 29, 2016 10:48 am

הצלה פון אנטווערפען ביים אפגעבן זייער טרייסט פאר די אטאקעס
צוגעלייגטע
photo_2016-03-29_10-37-20.jpg
photo_2016-03-29_10-37-28.jpg
photo_2016-03-29_10-37-24.jpg
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

טייטל
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » דינסטאג מארטש 29, 2016 12:20 pm

FWD: Bh good news menachem mendel ben tobe woke up and breathing without machine. R' Meilech Firer working on transfer to Israel

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5003
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג מארטש 29, 2016 6:20 pm

fbi זאגט אז זיי האבן שוין א וואך פאר די אטאקעס געווארנט בעלגיע וועגן די 2 טעראריסטען ברידערס . וואס גייט פאר מיט די אייראפאישע חברה ? האט עס צו טון מיט די שמועות אז זיי (בעלגיע )קאפערירען נישט מיט אמעריקע איבער זיכערהייט אישוס ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דינסטאג מארטש 29, 2016 6:49 pm

טייטל האט געשריבן:FWD: Bh good news menachem mendel ben tobe woke up and breathing without machine. R' Meilech Firer working on transfer to Israel

ווי קומט אריין ישראל? איך פרעג נאר.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דינסטאג מארטש 29, 2016 6:56 pm

eller האט געשריבן:fbi זאגט אז זיי האבן שוין א וואך פאר די אטאקעס געווארנט בעלגיע וועגן די 2 טעראריסטען ברידערס . וואס גייט פאר מיט די אייראפאישע חברה ? האט עס צו טון מיט די שמועות אז זיי (בעלגיע )קאפערירען נישט מיט אמעריקע איבער זיכערהייט אישוס ?

איינער געדענקט אפשראז די באסטאן מאראטאן טערעאריסטן זענען אויך געווען אויף א שווארצע ליסטע?

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » דינסטאג מארטש 29, 2016 8:00 pm

נו שוין האט געשריבן:
טייטל האט געשריבן:FWD: Bh good news menachem mendel ben tobe woke up and breathing without machine. R' Meilech Firer working on transfer to Israel

ווי קומט אריין ישראל? איך פרעג נאר.

ער וואוינט אין אשדוד
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

טייטל
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מיטוואך מארטש 30, 2016 9:00 am

זינגער האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
טייטל האט געשריבן:FWD: Bh good news menachem mendel ben tobe woke up and breathing without machine. R' Meilech Firer working on transfer to Israel

ווי קומט אריין ישראל? איך פרעג נאר.

ער וואוינט אין אשדוד

און במילא לכאורה דארט איז ער געקאווערט, און אין אנטווערפן קאסט יעדער ריר געלט.
און אויכעט לכאורה קען מען (ליידער) אין ארץ ישראל פון עקספיריענס בעסער מטפל זיין אין אזעלכע סארטן וואונדן ה"י.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דאנארשטאג מארטש 31, 2016 6:56 pm

די מידיא אין בעלגיע איז געווארן קריטיקירט פארן נישט מעלדן די נייעס, אז אין עטליכע ערטער אין בעלגיע זענען געווען פייערונגען גלייך נאך די באמבע אויפרייסן.

אזוי אויך איז נישט באריכטעד געווארן אז בערך 200 מענטשן האבן פראטעסטירט אין שטיצע פון די ארעסטירטע פאריזע טעראריסטן.


(וואס וועט זיין ווען טראמפ וועט און 10 יאר ארום זאגן אז עס איז געווען פייערונגען און מען וועט נישט טרעפן קיין באווייזן פון די מידיא?....)

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג מארטש 31, 2016 9:09 pm

בן נון האט געשריבן:די מידיא אין בעלגיע איז געווארן קריטיקירט פארן נישט מעלדן די נייעס, אז אין עטליכע ערטער אין בעלגיע זענען געווען פייערונגען גלייך נאך די באמבע אויפרייסן.

אזוי אויך איז נישט באריכטעד געווארן אז בערך 200 מענטשן האבן פראטעסטירט אין שטיצע פון די ארעסטירטע פאריזע טעראריסטן.


(וואס וועט זיין ווען טראמפ וועט און 10 יאר ארום זאגן אז עס איז געווען פייערונגען און מען וועט נישט טרעפן קיין באווייזן פון די מידיא?....)

אביעקטיווע מענטשען ווייסן אז עס איז גווען פייערונגען סעפ 11. אבער פון דעם ביז טראמפ אליינס זען "טויזענטער" טאנצען אין די גאסן איז נענטער צו ליגענט ווי צו גוזמא.

בכלל ווער עס איז נאך נישט געווארן איבערצייגט אין די לעצטע פאר חדשים אז טראמפ אעז בכלל נישט חושש אויפן מצות עשה פון מדבר שקר תרחק, איז א שאד מטפל צו זיין מיט אזוי איינעם. זיי פלאץ איז ענדערש אין א פסיכלאגישער היילונגס צענטער ווי דא אויף אייוועלט.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דאנארשטאג מארטש 31, 2016 9:20 pm

(קוקט אויס איך באלאנג אין א פסיכלאגישער היילונגס צענטער...)

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג מארטש 31, 2016 9:26 pm

בן נון האט געשריבן:(קוקט אויס איך באלאנג אין א פסיכלאגישער היילונגס צענטער...)

איך גלייב נישט אז דו האלטסט טאקע אז טראמפ איז נזהר אין שקר.. :lol:.

אויב יא? פאר @בן נון וועל מיר מאכן אן אויסנאם און זאגן אז ער איז א משוגע לאותו דבר, עס איז דא א באקאנטע תשובה פון מהרי"א ענזיל א תלמיד פון קצות (א שארפער מתנגד).וואס שרייבט אז געוויסע חסידים זענען "משוגע לאותו דבר... ואכמ"ל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גוטן, טוב ויפה און 28 געסט