בלאט 4 פון 4

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 9:15 am
דורך טייבעלע
געצ האט געשריבן:די איזרעלי טשעין איז ציגעמאכט שבת ?

עס גהערט צו היימישע ערליכע אידן שותומ"צ.

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 9:20 am
דורך שאינו יודע
לכתחילה

איעדע מאל פטר דו גייסו אין א געשעפט איז עס אויסגעארבייט בשיטה ?

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 9:36 am
דורך זאכליך
@לכתחילה

כ'וויל נישט פארדרייען די שמועס, אבער כ'האב הנאה אז די האסט אויפגעברענגט די ענין פון לאקאל עקאנאמי. ס'קוקט אויס ווי די פארשטייסט אויך אז פרי טרעיד איז נישט אלס א טובה, ס'ברענגט טאקע ביליגע אייטעמס פאר די קאסטומער, אבער הרג'ט אוועק די לאקאל עקאנאמי.

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 3:07 pm
דורך לכתחילה אריבער
שאינו יודע האט געשריבן:לכתחילה

איעדע מאל פטר דו גייסו אין א געשעפט איז עס אויסגעארבייט בשיטה ?

ס'פאלטער ביי?

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 3:09 pm
דורך לכתחילה אריבער
זאכליך האט געשריבן:@לכתחילה

כ'וויל נישט פארדרייען די שמועס, אבער כ'האב הנאה אז די האסט אויפגעברענגט די ענין פון לאקאל עקאנאמי. ס'קוקט אויס ווי די פארשטייסט אויך אז פרי טרעיד איז נישט אלס א טובה, ס'ברענגט טאקע ביליגע אייטעמס פאר די קאסטומער, אבער הרג'ט אוועק די לאקאל עקאנאמי.

איך האב טאקע גענדיגט יענע תגובה אז דאס איז אייסעלעשעניזעם, אבער דאס איז נישט ווייל אין ברייטן בילד איז עס א פעלער, נאר ווייל אידן האבן פשוט א עקסטער חיוב פון וחי אחיך.

אויב רעדט מען אין א פאל וואס די לאקעל גייט מיך נישט אן, איז עס אין כליליות א טובה.

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 3:33 pm
דורך זאכליך
אויב איז עס טאקע נאר ווייל וחי אחיך עמך, זענען דען די אידן פון ארץ ישראל נישט אין כלל פון אחיך ח"ו?

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 3:36 pm
דורך סמארט גאי
זאכליך האט געשריבן:אויב איז עס טאקע נאר ווייל וחי אחיך עמך, זענען דען די אידן פון ארץ ישראל נישט אין כלל פון אחיך ח"ו?

עניי עירך.

אגב @לכתחילה איך מיין אז פראטעקשעניזם איז מער פאסיג.

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 3:42 pm
דורך לכתחילה אריבער
סמארט גאי האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:אויב איז עס טאקע נאר ווייל וחי אחיך עמך, זענען דען די אידן פון ארץ ישראל נישט אין כלל פון אחיך ח"ו?

עניי עירך.

אגב @לכתחילה איך מיין אז פראטעקשעניזם איז מער פאסיג.

האסט רעכט.

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 5:15 pm
דורך גליטשעדיג
גראדע איז דא א מחלוקת הפוסקים וואס עס קומט קודם ביי צדקה, עניי עירך אדער עניי ארץ ישראל. אבער דאס איז זיכער אז עניי עירך קומט פאר עשירי ארץ ישראל...

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 6:04 pm
דורך יונה
ס'דא וואס זאגן אז עניי א"י איז פאר עניי עירך?! די מערסטע וואס איך געדענק איז אז ס'זאל זיין אייניג.

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 6:09 pm
דורך תורה לערנער
יונה האט געשריבן:ס'דא וואס זאגן אז עניי א"י איז פאר עניי עירך?! די מערסטע וואס איך געדענק איז אז ס'זאל זיין אייניג.

נישט עשירי פאר עניי

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 6:13 pm
דורך זאל ער קומען
ביי וויפיל גראסעריס ארעמעלייט קויפסטו איין? אדער קענסטו בכלל?

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 6:34 pm
דורך תורה לערנער
זאל ער קומען האט געשריבן:ביי וויפיל גראסעריס ארעמעלייט קויפסטו איין? אדער קענסטו בכלל?

נישט אמת ווייל דער לאקאלער גראסערי מאן וועט ווערן א עני משא"כ דער טשעין גראסערי פון א"י

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 11:04 pm
דורך זינגער
איך ווייס נישט וואס די טענה'ריי איז, איעדער האט רעכט צו קויפן ווי זיי ווילן, איעדער האט רעכט צו אויפמאכען וואס זיי ווילן.

אושר עד/גאלדבערגס גייט זיין אינדרויסען פון געגנט, ס"ה גייען זיי האבען מער ווייניגער די גרויסע ארדערס, אנשטאטץ מענטשן זאלען גיין צו כולל, גורמעי, גאלדבערגס וכו' וואס עס פעלט זיי נישט קיין געלט ב"ה גייט מען גיין צו אושר עד/גאלדבערגס.

די קליינע גראסעריס וואס מאכען ממילא נישט צופיל געלט און זיי לעבן בעיקר פון קלייניגקייטן גייט עס כמעט נישט שאטן.

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 11:20 pm
דורך שאינו יודע
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:לכתחילה

איעדע מאל פטר דו גייסו אין א געשעפט איז עס אויסגעארבייט בשיטה ?

ס'פאלטער ביי?


זוי קוקט עס אויס

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 11:22 pm
דורך שאינו יודע
זינגער האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די טענה'ריי איז, איעדער האט רעכט צו קויפן ווי זיי ווילן, איעדער האט רעכט צו אויפמאכען וואס זיי ווילן.

אושר עד/גאלדבערגס גייט זיין אינדרויסען פון געגנט, ס"ה גייען זיי האבען מער ווייניגער די גרויסע ארדערס, אנשטאטץ מענטשן זאלען גיין צו כולל, גורמעי, גאלדבערגס וכו' וואס עס פעלט זיי נישט קיין געלט ב"ה גייט מען גיין צו אושר עד/גאלדבערגס.

די קליינע גראסעריס וואס מאכען ממילא נישט צופיל געלט און זיי לעבן בעיקר פון קלייניגקייטן גייט עס כמעט נישט שאטן.


עס איז דא אסאך ׳מידיום סייז׳ גראסעריס א שטייגער ווי קאקאנאט, לעפקאוויטש, פרענקעל? וכדומה

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2016 11:51 pm
דורך זינגער
שאינו יודע האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די טענה'ריי איז, איעדער האט רעכט צו קויפן ווי זיי ווילן, איעדער האט רעכט צו אויפמאכען וואס זיי ווילן.

אושר עד/גאלדבערגס גייט זיין אינדרויסען פון געגנט, ס"ה גייען זיי האבען מער ווייניגער די גרויסע ארדערס, אנשטאטץ מענטשן זאלען גיין צו כולל, גורמעי, גאלדבערגס וכו' וואס עס פעלט זיי נישט קיין געלט ב"ה גייט מען גיין צו אושר עד/גאלדבערגס.

די קליינע גראסעריס וואס מאכען ממילא נישט צופיל געלט און זיי לעבן בעיקר פון קלייניגקייטן גייט עס כמעט נישט שאטן.


עס איז דא אסאך ׳מידיום סייז׳ גראסעריס א שטייגער ווי קאקאנאט, לעפקאוויטש, פרענקעל? וכדומה

ס'איז נישט אין געגנט, מענטשן קומען נישט צו פארן צו קיין מידיום גראסעריס, די שכנים קויפן איין דארט, אז מ'האט א קאר פארט מען צו די ריזיגע גראסעריס.

געשריבן: מאנטאג מארטש 28, 2016 12:59 pm
דורך גליטשעדיג
יונה האט געשריבן:ס'דא וואס זאגן אז עניי א"י איז פאר עניי עירך?! די מערסטע וואס איך געדענק איז אז ס'זאל זיין אייניג.


יא ס'איז א מחלוקת הפוסקים.
אין ספר לקט יושר חלק ב (יורה דעה) עמוד מח ענין א, שרייבט ער: לעולם עניי ארץ ישראל קודמים.

אין שבט הלוי שרייבט ער:
שו"ת שבט הלוי חלק ה סימן קלה
ויושבי א"י קודמים ליושבי חוצה לארץ: ועיין בב"ח דר"ל בשניהם מעיר אחרת קאמר דיושבי א"י קודם, אבל עניי חו"ל במקומם פשיטא דקודמין ליושבי א"י, מיהו אם שניהם אינם דרין בעיר רק עניי עיר אחרת באים לעיר ועניי א"י הם בא"י, נדחים העניים הבאים לעיר שאינם בני העיר מפני עניי א"י ושולחים לעניי א"י... עיי"ש.

מרן הגה"ק מסאטמאר זצ"ל אין דברי יואל (תניינא) פרשת כית צא (עמוד רלא) האט אן אריכות דערוועגן און איך מיין אז ער שרייבט אויף למעשה, אז אויסצוהאלטן מוסדות התורה אין ארץ ישראל, מען זאל נישט דארפן נעמען פון די כופרים, איז פאר עניי עירך.