נייע מעגא כשר'ע סופערמארקעט קומט קיין בארא פארק

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

און אין כמעט יעדע בארא פארקע און וויליאמסבורגע דירה איז אויך דא פלאץ צו סטארעדזשען די באלק אייטעמס
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

איך וואלט נישט געשטיצט אזא געשעפט וואס די אייגענטומער זענען נישט פון די געגענט, ווייל דאס מיינט אז דאס געלט גייט ארויס פון די לאקעל עקאנמיע.

אז א איימישער איד האט א גראסערי, ספענד ער דאס געלט אין די געגענט, אין בוטשער, און שיך סטאר, אין פיש סטאר, דעם לאקאלן פלאמער און לאקאלע עלעקטערישן. און דאס מיינט אז די געלט "קומט אהיים" צוריק צו דער וואס האט עס אויסגעגעבן.

אבער אז דער בעל הבית וואוינט אין אויסלאנד, כאטש וואס טאקע א טייל געלט בלייבט אין די לאקאל עקאנמיע צוליב די ארבייטער און סחורה וואס ער קויפט איין, אבער א שיינע טייל פון די געלט - די זענען דאך גרויסע עשירים - פארט אוועק ערגעץ אנדערש.

#שטיצט היימישע אידן
#שטיצט די לאקעל עקאנמיע

נ.ב. יא יא.... עס איז אייסעלעשעניזעם.... ס'קעמען טאן....
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:נ.ב. יא יא.... עס איז אייסעלעשעניזעם.... ס'קעמען טאן....

וואס-ניזעם?
אוועטאר
אינוועסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינוועסטער »

ברוך האט געשריבן:דאס איז וואס מען זעהט אויף די ווידיא, אין דאס איז מען ליינט אין די באריכטן.


לינק?
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

לכתחילה, אין טעאריע ביסטו גערעכט. אבער למעשה קויף איך ווי עס איז בעסער פאר מיין בערזל.
יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאלע »

זאל ער קומען האט געשריבן:ווען א קליין גראסערי געט סערוויס, האט ער גענוג ארדערס פון מענטשן וואס דארפן יעצט 5 קליינגקייטן וואס ענדיגט זיך ביי דרייסיג זאכן, א קליינע גראסערי רעכנט טייערער אויף אסאך אייטעם'ס און פארדינט שיין, (די וואס פרובירן זיך צו שלאגן מיט די גרויסע אויף סעילס זענען סתם משו...) די קליינע גראסעריס וואס געבן סערוויס, געבן זיך אפ מיט קלייענטס, שטעלן צו טעלפאן ארדערס ווי א מענטש, הערט צו וואס זיינע קלייענטס דארפן נישט וואס ער טראכט איז גוט, איז שיין מצליח, און קען אפילו הענדלען די ארדערס וואס ער באקומעט און איז גליקלעך און צופרידן, כמעט יעדע מענטש וואס גייט מאכן די גרויסע ארדערס און די ביליגע גראסעריס, מאכט צען קליינע ארדערס אינצווישן "אויב" די גראסערי איז גוט, אבער ווען דער קליינער גראסערי קערט נישט פאר די קליינע קאסטומערס, און איז אייביג ביזי שרייען אויף די גוים וועגן די ארדערס, און רעגט זיך ווען מ'גייט אוועק און מ,פרובירט נישט ארייצוקומען ווען מ'מוז נישט זאל מיר מוחל זיין, נישט דער גרויסער ביליגער נעמט אוועק זיין ביזנעס, נאר ער אליין.

ביזט הייליג גערעכט, אבער די חורבן איז, אז אין די קליינע לאקאלע גראסערי איז מען שולדיג און די תהום רבה, און אין די סופערמארקעט סווייפט מען ס'קארטל, פארוואס קומט נישט דעם לאקאלען געשעפט'ס מאן אז מען זאל אפווישן דעם "גאנצן באלאנס" לכה"פ איינמאל א חודש ???!!!
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:איך וואלט נישט געשטיצט אזא געשעפט וואס די אייגענטומער זענען נישט פון די געגענט, ווייל דאס מיינט אז דאס געלט גייט ארויס פון די לאקעל עקאנמיע.

אז א איימישער איד האט א גראסערי, ספענד ער דאס געלט אין די געגענט, אין בוטשער, און שיך סטאר, אין פיש סטאר, דעם לאקאלן פלאמער און לאקאלע עלעקטערישן. און דאס מיינט אז די געלט "קומט אהיים" צוריק צו דער וואס האט עס אויסגעגעבן.

אבער אז דער בעל הבית וואוינט אין אויסלאנד, כאטש וואס טאקע א טייל געלט בלייבט אין די לאקאל עקאנמיע צוליב די ארבייטער און סחורה וואס ער קויפט איין, אבער א שיינע טייל פון די געלט - די זענען דאך גרויסע עשירים - פארט אוועק ערגעץ אנדערש.

#שטיצט היימישע אידן
#שטיצט די לאקעל עקאנמיע

נ.ב. יא יא.... עס איז אייסעלעשעניזעם.... ס'קעמען טאן....

דער איזרעלי איז נאר א שותף, די אנדערע שותף איז א היימישער ווילי יוד
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

און אויב אזא געשעפט גיבט פרנסה פאר 10 היימישע יודען בלייבט אסאך געלט ביי אונז אין די קאמיוניטי
גראסערי מאן
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראסערי מאן »

בן נון האט געשריבן:רט פארבינדען

רט זאלער
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

אויב די קליינע גראסערי מאן גיבט גוטע סערוויס, מעג ער אראפשטעלן א פיס מ'זאל נישט מעגן אויפשרייבן נאר אז מבייצאלט די גאנצע באלאנס איינמאל א חודש, ווייל יעדער וועט אפרישיעטן זיין סערוויס, און מען וועט נישט אוועקגיין פין איהם. דער עולם צאלט הארצן גערן פאר גוטע סערוויס.
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

איז דאס געווען די גראסערי וואס האט געדארפט קומען קיין מאהסי אויפ'ן פלאץ פון עווערגרין ?
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

כשם שאין פרצותיהן שווה כך אין דעתיהן שווה

דער רבוש"ע גיט פרנסה, ער האט באשאפן אלע מיני מענטשן, איינער גלייכט ברייטע איילס, איינער א גראסעריי ביים ווינקל, איינער דארף סערוויס, איינער דארף קענען אויפשרייבן, איינער וויל דווקא לויפן אין געשעפט פאר א יעדע פעקל טישוס, איינער וויל האבן אפאר טען פעקס טישוס. איינער וויל א טעלעפאון ארדער, איינער וויל זעהן וואס ער קויפט, איינער דארף דעליווערי, איינער דארף פארקינג,

אין דער אייבערשטער האט צוגעשטעלט אלע מיני גראסעריס פאר א יעדן איינעם.

דאס וואס די געשעפט הייסט גייט צושטעלן, איז נאך נישט דא אין אמעריקא אין די יודישע מארקעט, דער קאנוויניענט סטאר האט זיינע קאסטומער, דער סופער מארקעט האט זיך זיינע, אין דער נייער ראיון (האט שוין ביי ביי די גוים) זיינע קאסטומער.

איך קוק עס אן ווי אסאך יודן וועלן הנאה האבן, סיי פון פרנסות, אין סיי פון די פרייזן.

קיינער קען נישט אוועקנעמען פון קיינעם גארנישט
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פר בן בקר האט געשריבן:און אויב אזא געשעפט גיבט פרנסה פאר 10 היימישע יודען בלייבט אסאך געלט ביי אונז אין די קאמיוניטי

און וואס האב איך געזאגט?

פאר דע לייף אף מי קענען נישט פארשטיין פארוואס געוויסע וועלן אלץ איבערליינען יענעמס תגובה אויבערפלעכליך און ראגירן נישט אין פלאץ.

(כ'מיין נישט דוקא דו)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים צבי »

לכתחלה:
אין הכי נמי אז א חלק געלט פארט קיין ארץ ישראל, מאידך גיסא וועט אבער דער געשעפט אויך טיילווייז קאנקורירן מיט קאסקא וכדו׳ (אפשר אויך עמעזאן פריים) אויף שעלף אייטעמס. דאס מיינט מער ביזנעס פאר היימישע דיסטריביוטערס וואס האבן היימישע ארבייטער.

אנדערש פון א קליינט גראסערי וועט אזא גרויס געשעפט מוזן נוצן היזיגע IT, האפענטליך היימישע.

איך קוק עס אן פארקערט גאר, דער איזראעלישער ביזנעסמאן אינוועסט אין אונזער עקענאמיע.
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
פר בן בקר האט געשריבן:און אויב אזא געשעפט גיבט פרנסה פאר 10 היימישע יודען בלייבט אסאך געלט ביי אונז אין די קאמיוניטי

און וואס האב איך געזאגט?

פאר דע לייף אף מי קענען נישט פארשטיין פארוואס געוויסע וועלן אלץ איבערליינען יענעמס תגובה אויבערפלעכליך און ראגירן נישט אין פלאץ.

(כ'מיין נישט דוקא דו)

אינטערעסאנט ס'געשעט מיינסטענס מיט דיינע תגובות, צופיל מאל זעט מען דא אז ניקים פארשטייען דיינע תגובות אנדערש ווי דיין כונה, פילייכט דארפט איר שרייבן אביסל קלארער.
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

קרעפטיג, אז דיין מח איז נאכנישט דעוועלפט אינגאנצען צו פארשטיין וואס ער שרייבט, דארפסטו עס נישט אויסזאגן פאר יעדעם!
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
פר בן בקר האט געשריבן:און אויב אזא געשעפט גיבט פרנסה פאר 10 היימישע יודען בלייבט אסאך געלט ביי אונז אין די קאמיוניטי

און וואס האב איך געזאגט?

פאר דע לייף אף מי קענען נישט פארשטיין פארוואס געוויסע וועלן אלץ איבערליינען יענעמס תגובה אויבערפלעכליך און ראגירן נישט אין פלאץ.

(כ'מיין נישט דוקא דו)

על מה יצא הקצף? די האסט געשריבן אז די היימישע געשעפן לאזן די געלט דא משא"כ די נייע א"י אייגעניטמער.
האב איך זיך געשפארט אז א גרויסע געשפעט וועט מן הסתם האבן אסאך היימישע היגע ארבייטערס וואס וועלן ספענדן די געלט דאהי. ווער האט נישט פארשטאנען?
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

האסטו איבערגעליינט לכתחילהס תגובה פאר דו האסט נאכאמאל מגיב געווען? קוקט נישט אויס אזוי.
געצ
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 10, 2014 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געצ »

די איזרעלי טשעין איז ציגעמאכט שבת ?
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

ניין סאיז אויפן
געצ
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 10, 2014 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געצ »

וועט מען נישט טארן קויפן דארט
נאך א שאלה וועט זיין מיט חמץ שעבר עליו הפסח
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פר בן בקר האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
פר בן בקר האט געשריבן:און אויב אזא געשעפט גיבט פרנסה פאר 10 היימישע יודען בלייבט אסאך געלט ביי אונז אין די קאמיוניטי

און וואס האב איך געזאגט?

פאר דע לייף אף מי קענען נישט פארשטיין פארוואס געוויסע וועלן אלץ איבערליינען יענעמס תגובה אויבערפלעכליך און ראגירן נישט אין פלאץ.

(כ'מיין נישט דוקא דו)

על מה יצא הקצף? די האסט געשריבן אז די היימישע געשעפן לאזן די געלט דא משא"כ די נייע א"י אייגעניטמער.
האב איך זיך געשפארט אז א גרויסע געשפעט וועט מן הסתם האבן אסאך היימישע היגע ארבייטערס וואס וועלן ספענדן די געלט דאהי. ווער האט נישט פארשטאנען?

קרעפטיג, האסט נאך עפעס צו זאגן יעצט?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

אט אזוי האט געשריבן:ניין סאיז אויפן

ווער זאגט?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
מצפה לישועה
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 10:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפה לישועה »

אט אזוי האט געשריבן:ניין סאיז אויפן


גראדע זענען זיי פארמאכט
ישועת השם כהרף עין
אוועטאר
לאנגווייליג
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגווייליג »

געצ האט געשריבן:די איזרעלי טשעין איז ציגעמאכט שבת ?


וואס פאר א שאלה?
זיכער זענען זיי פארמאכט שבת!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”