עפל VS רעגירונג דעבאטע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלף
- תגובות: 1736
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
- לאקאציע: BETWEEN
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1736
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
- לאקאציע: BETWEEN
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:סאיז נישט נוגע מער וואס עפל טיט אדער גייט טוען, די עף בי איי האט זיי גיט צוגעשטעלט מיטן פארציילן פאר די פאבליק אז יא מען קען העקן די אייפאון, עס איז נישט סעקיור, פון יעצט און ווייטער קען עפל שרייען וואס זיי ווילן, מען וועט זיי נישט גלייבן.
די עפ בי איי האט וואס צוגעשטעלט ? זיי האבן געוואלט אז עפפל זאל זיי שרייבן א קאוד זיי זאלן קענען האבן צוטריט צו אינפארמעישאן כרצונם , עפפל האט געזאגט לא מיט א אלף ! נישט ווייל עפפעל האט א פראבלעם אז זיי עקסען די טעראריסטס פאון , נאר זיי האלטן נישט דערביי צו שרייבן אזא קאוד אז די עפ בי איי זאל האבן עקסעס צו זייער קאסטומערס אינפארמעישאן , למעשה גייט די רומער אז סאיז געלונגן פאר א פריוואטע קאמפאני צו העקן די פאון צו העקן די טעראריסט פאון , למעשה עפפעל האט נישט געמאכט קיין קאוד פאר די עפ בי איי דאס איז זיכער . די עפ עפ בי איי זאגט אז זיי האבן שוין די טעראריסטס פאון אויך פיין . יעצט קענסטו זיין זיכער אז עפפעל די רייכסטע קאפארעישען און די וועלט קען אויך הייערן א פריוואטע קאמפאני זיכער צו מאכן אז מער זאל מען נישט קענען העקן זייער פאונס .
-
- שר האלף
- תגובות: 1736
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
- לאקאציע: BETWEEN
שאינו יודע האט געשריבן:אויסגערעכנט האט געשריבן:eller האט געשריבן:אויב איז אמת אז א איזריאלי קאמפאני האט געהאלפען מיין איך איז די ווארט איז אז עס איז א אידישע קאפ . מדארף נישט מער.
און פאר די וואס ווילן יעצט דירעקט לעבן אין די קאנספיראציע וועלט קען איך ארויסהעלפן, אז דאס פארוואס זיי שרייבן א אידישע קאפ האט עס געפענט, איז ווייל כפל און די גאווערמענט האהן זיך פאראייניגן כדי אומאפיציעל פרעדיגן אנטיסעמיטיזים, ווייל ווען מען ריד פונעם יוד׳ס מעלות, ווערט דיר גוי אויפגערעגט און הייבט אן פיינט האבן דעם יוד.
פליז לאטס ענק אפ פון די נערישקייט, די עף בי איי האט געוואלט אז עפל זאל זיי געבן א וועג אריין צו זייערע פאונס, און עפל האט נישט געוואלט, איז מען געגאנגען אין קאורט ווי די עף בי איי האט געווינען, האט עפל אפילט אין די זעלבע צייט האט די עף בי איי באוויזן צו עס יא עפענען , (און עס איז בכלל נישט קיין חילוק ווי אזוי) האבן זיי צוריקגעצויגן פון די קלאגעס.
יעצט וואס איז דא אזוי אומפארשטענדליך אז מען זאל מוזן מאכן די אלע קאנספיראציעס?
עס איז דא א אומפארשטענדליכע הנאה צו מאכן קאנספיראציעס, איך פארשטיי עס נישט
אלעס איז דא שפעקולאציעס ווייל קיינער ווייסט נישט די מעשה , אז כוויל קען איך דיר זאגן אז זיי זענען געגאנגען צו זיין עקס ווייב און זי האט אויסגעגעזאגט זיין קאוד , און די עפ בי איי האט געזען אז עפפעל האלט נישט ביים מיט ארבעטן האבן זיי אויפגעגעבן
לעצט פארראכטן דורך כווייס נישט אלעס אום דינסטאג מארטש 29, 2016 9:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר האלף
- תגובות: 1736
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
- לאקאציע: BETWEEN
מילכיגער האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:אופס איז דא א ערענסטע דורכפאל פאר עפל!
אין דעם פאל וואלט שוין געווען בעסער ווען זיי ברעכען זיך צו די עפ-בי-איי און גיבן ארויס די אינפא, ליגט כאטש אין זייערע הענט צו זאגען אז קיינער קען עס נישט ברעכען נאר זיי אליין. און זיי האלטן אן די נאמען אז זייער טעלעפאון איז סעקיורד.
די פראגע איז וואס האבן זיי געקלערט?
איך וואלט געזאגט אז זיי האבן באמת געהאלטן אז קיינער קען עס נישט ברעכען. און אויב אזוי האבן זיי נישט וואס צו פארלירן. ווייל די עף-בי-איי קען עס נישט ברעכען, והא ראיה אז זיי וויינען ווי די בינען אז עפל זאל עס עפענען.
איז ממא נפשך, אויב וועלן זיי געווינען די געריכט, איז דאך גוט. עס בלייבט פארשפארט און עפל גייט ארויס א זיגער. אויב וועט די געריכט פסקנ'ן אז זיי מוזן עס יא עפענען, האבן זיי דאך צייט עס דעמאלס צו עפענען און ווייטער זיין א שטיקל זיגער, אז מען מוז צוקומען צו זיי. עכ"פ זיי האבן גארנישט געהאט פון נאכגעבן פאר א געריכט, ווי זיי האבן עפעס א שאנס צו געווינען, און אפי' נישט קענען זיי דעמאלס טאן די זעלבע ווי יעצט, גארנישט דערלייגט, ועוד וועט יעדער זעהן אז זיי זענען גרייט צו גיין עד הסוף פאר די קאסטומערס, און אז מען קען עס ווייטער נוצן, ווייל א ריכטער וועט דאך נישט צווינגען יעדעס מאל, דא איז דאך עס נעשענעל סעקיורעטי, משא"כ סתם א מענטש וועט די געריכט נישט צווינגען, און עפל וועט זיך נישט ברעכען אליין.
למעשה האבן זיי קוקט אויס פארחשבונט! און מען קען עס יא ברעכען! יעצט קומט אויס אז מען דארף נישט צוקומען צו זיי, און זיי האבן פארלוירן די גרעסטע אויפטו אז זיי זענען סעקיורד. און נאך מער, זיי ווייסן ניטאמאל וויאזוי מען האט עס געבראכען אז זיי זאלן קענען שרייבן א פעטש!
יעצט איז די פראגע איבער די אלע קאנספירעסיס.
עפעל האט זיך שוין לאנג געבראכען, זיי שפילן נאר א שפיל! מאכט דאס סענס? וואס וויל עפעל פארדינען? אז מען זאל מיינען אז מען קען זיי נישט ברעכען? מאך א שווייג... עפען און פארצייל פאר קיינעם! פארוואס מאכסטו א שטינק?
א צווייטע קאנספירעס אז זי עפ-בי-איי האט עס אליין געבראכען! איז פארוואס עס באהאלטן פונעם עולם? ווען עס ענדיגט זיך אז זיי געבן טאקע נאך פאר עפעל, און עפעל געווינט, קען איך הערן אז זיי וועלן איינרעדן דעם עולם אז זיי קענען עס נישט ברעכן, אזוי זאלן פארברעכער עס ווייטער נוצן, און מען וועט עס קענען עפענען אין א נויט. אבער אויב האבן זיי געמאלדן אז זיי האבן עס למעשה יא געבראכען, וואס האסטו אויפגעטאן?
ווייטער די קאנספירעסי אז זיי האבן עס בכלל נישט געבראכען נאר ווילן אזוי איינרעדן דעם עולם! וואס האבן זיי דערפון? זענען זיי דא פאר כבוד?
גראדע דאס קען אפשר יא זיין, אז זיי ווילן טאקע אז פארברעכער זאלן עס נישט נוצן, אזוי צו מאכען אומבאקוועם פאר פארברעכער, און מיטן זאגן עס איז געבראכען, וועלן די פארברעכער עס נישט נוצן, און אזוי מאכט מען זיי שמאלער.
דו מישט אויס ערשטראנגיגע מיט צווייטראנגיגע צילן. די ערשטע ציל איז געווען פרייוועסי מיט פרעצעדענט (פארשטייט זיך נישט לש"ש... נאר אלס מארקעטינג אז זיי זענען אלל די וועי פאר פרייוועסי) און דאס האבן זיי געווינען בגדול. דאס אז זייער סיסטעם איז אזוי סעיף אז ממוז צוקומען צו דעם פייט איז געווען א מתן שכרה בצדה און דאס האבן זיי טאקע יעצט דערלייגט.
די חברה זאגן אז עפל איז שולדיג ווייל אלע קאמפעניס האבן א פראגראם ווי זיי באצאלן פאר העקערס גרויס געלט פארן טרעפן באגס. עפל האט טאקע גאר א שטארקע סיסטעם אבער זי האט אן עקשנות נישט צו באצאלן. אז עפע באצאלט נישט גייט מען צו די שווארצע מארקעט וואס צאלט אסאך מער... ס'איז דא מיליאנען וואס מ'קען מאכן אויף די שווארצע מארקעט פארן טרעפן די זאכן. העקערס האבן וועגן דעם פיינט עפל און דאס איז די סיבה פאר זייער גיין צו זייער שונא די גאוו'ט העלפן א גרעסערן שונא
און די האסט נישט אויסגעפירט און נאכדעם גייען זיי צו עפפעל און ווייזן וויזוי זיי האבן עס געהעקט און זיי מאכן דאפעלט
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
כווייס נישט אלעס האט געשריבן:סאיז נישט די לעצטע מאל וואס די עפ בי איי וועט וועלן ארויסנעמען אינפארמעישאן פון איינעמס פאון , און אפילו סאיז זיי געלונגן נאך לאנגע וואכן פון בישות אז יעדער האט זיי פארפאקט און זיי קענען נישט געווינען , האבן זיי די לעצטע מינוט געקענסעלט די קאורט אז זיי ווייסן שוין. לוזערס #
@כווייס נישט אלעס איך מיין אז דו ווייסט טאקע נישט אלעס...
די עף בי איי האט געהאט זייער א שטארקע קעיס אז זיי זאלן דאס דראפן וועגן אפשר בישות פון פארלירען.
דאס איז חוץ דעם וואס די עף בי איי איז נישט קיין גרופע וואס זיכן כבוד אדער פאליטיק, זיי זענען זייער גראד, און ווען זיי דארפן עפעס וויסן וועט זיי גארנישט אפהאלטן פון אויספירן.
איך מיין אז זיי זענען די ערליכסטע עידזשענטסי וואס די אמעריקאנע גאווערמענט פארמאגט.
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6762
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
http://mobile.nytimes.com/2013/05/26/ma ... erer=&_r=0
נאכנישט געענדיגט ליינען, אבער זיי מוטשען זיך צו פארשטיין די פסכילאגיע פון קאנספיראציעס
נאכנישט געענדיגט ליינען, אבער זיי מוטשען זיך צו פארשטיין די פסכילאגיע פון קאנספיראציעס
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
- וואדקע
- שר האלף
- תגובות: 1039
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
- לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי
SPUSMN האט געשריבן: אויב אן איזרעלי קאמפעני (נישט דער איזרעלי רעגירונג אליין נאר א קאמפעני דארט) האט געהאט א וועג עס צו ליינען, האט די אמעריקאנער רעגירונג אויך געהאט די זעלבע מעגליכקייט,
אויף וואס איז געבעיסד די הנחה? ווייל די פעדעראל גאווערמאנט איז די מעכטיג'סטע אויפן כדור העולם והא ראיה אז יעדע אפטיילונט פון זיי איז שוין געווארן געהעקט און זייער דאטא בא'גנבע'ט?
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אמעריקע איז היפש אונטערשטעליג אויפן סייבער פראנט, כאטש זיי זענען ליכט יארן פאראויס פון ווי זיי וואלטן געברויכט זיין, אויף די הארדוועיר פראנט. די סיבה איז, אגב, פשוט. לאקהיד מארטין און די אנדערע מיליטערי קאמפלעקס אינדוסטריע ריזן, האבן גוט באצאלטע לאביאיסטן אין וואשינגטאן, און מאכן זיכער צו שרייבן גרויסע טשעקלעך פאר די רעלעוואנטע סופער פעק'ס.
אבער סיליקאן וואלי איז נישט אנגעוויזן אויפן מיליטער צו מאכן געלט, די ציווילע מארקעט איז גענוג גרויס.
דער דעפענס סעקרעטערי קארטער קריגט זיך שוין באלד א יאר צייט מיטן גאנצן פענטאגאן, ער האט זיך געשטעלט פאר א ציל צו אויפבויען א נעכטיגע סייבער פארס, און ער טאפט א וואנט.
אבער סיליקאן וואלי איז נישט אנגעוויזן אויפן מיליטער צו מאכן געלט, די ציווילע מארקעט איז גענוג גרויס.
דער דעפענס סעקרעטערי קארטער קריגט זיך שוין באלד א יאר צייט מיטן גאנצן פענטאגאן, ער האט זיך געשטעלט פאר א ציל צו אויפבויען א נעכטיגע סייבער פארס, און ער טאפט א וואנט.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
כ'מיין ס'איז אביסל איבער געטריבן צו באהויפטן אז דאס איז אזא שטארקע פליק פאר עפל, ווי אנדערע האבן שוין ארויס געברענגט. בפרט, אז דאס איז אייגנטליך וואס עפל האט גע'טענה'ט א גאנצע צייט איןקאורט! זייער טענה איז געווען אז די עף בי איי איז נאך נישט אויסגעלאפן פון וועגן, עס איז נאך דא גענוג אפציעס פאר זיי צו ברעכן דעם פאון. א היבשער חלק פונעם קעיס האט זיך געדרייט ארום די טענה.
פארשטייט זיך מ'קען זאגן דאס איז נאר געווען אן ארגומענט פאר ליגעל פארפאסעס.
פארשטייט זיך מ'קען זאגן דאס איז נאר געווען אן ארגומענט פאר ליגעל פארפאסעס.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1374
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 562
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
- לאקאציע: אין כולל
מילין_יקירין האט געשריבן:איך האלט אז אדער עפל האט ״אומאפיציעל״ געהאלפן עפענען דעם פאון. אדער האט מען געניצט מיין עצה..
אויב איז אמת אז אלעס איז ענקריפטעד ווי די רענסאם וויירוס, דאן איז עס ענקריפטעד וזה הוא, מען ברויך סופער קאמפיוטערס זאלן עס האמערן און האמערן.
נאר וואס,
איך האב א עצה פאר זיי, [זאלן די קאוד שרייבערס דא זאגן אויב מיין טיערי איז אויסגעהאלטן קאוד-ווייז)
זיי האבן גענומען דעם פאון און געקלאונד א אימעדש עז-איז ארויף אויפן קאמפיוטער, נאכער האבן זיי דעם אימעדש ארויפגעלייגט אויף א ווערטואלע פאון, און אזוי האבן זיי געקענט האמערן סיימאנטעיניאסלי אויף 100 מיליאן קאפיס פינעם ווערטואלע פאון, און נאך 10 מאל טרייען, וואס דו ווערטואלע פאון האט זיך זעלבסט אויסגעמעקט זיין קי, האט מען עודך געלאוד דעם קלאון פון פריש...ענדלאז!
זיי האבן געקענט איינשפאנען און קלאסטערן מיט אזא סיסטעם 100 מיליאן קאמפיוטערס ווארלד-ווייד, און האמערן סיסטעמאטיש, און באווייזן עפעס וואס דארט 200 יאר, און 2 וואכן.
http://recode.net/2016/03/23/fbi-hack-s ... one-apple/
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
א דאנק פאר דעם לינק וואס אינפארמירט איבער די לעיטעסט אין דער קאטינג-עדש טעקנאלעדזי מלחמה צווישען די סעקיוריטי עקספערטס און די העקער עקספערטס (ביידע זענען די זעלבע נאר ארבעטען פאר "פארקערטע" אינטערעסען). עס איז צו פיל צו ליינען, איז האביך נאר שנעל געליינט אויבען אויף און טאקע נישט אלעס פארשטאנען כאטש כ'האב אויך א איי-טי בעקגראונד. (געקויפט מיין ערשטע טענדי (רעדיא-שעק) קאמפיוטער אין תשמ"ב)
כ'האב אבער הנאה אז א נקודה וואס כ'האב ארויס געברענגט אויבען ברענגט ער אויך ארויס. ער שרייבט:
דא ליגט דער נקודה אז די עף-בי-איי קערט נישט וועגען די קאנסטיטושען און גארנישט שטייט זיי אין וועג אויב זיי האבען א הוה אמינא אז מען וועט זיי נישט כאפען (און אוודאי נישט באשטראפען).
כ'האב אבער הנאה אז א נקודה וואס כ'האב ארויס געברענגט אויבען ברענגט ער אויך ארויס. ער שרייבט:
Apple vs. FBI: Where We Are Now, and Where We’re Going
Posted on March 15, 2016
Much has happened since a California magistrate court originally granted an order for Apple to assist the FBI under the All Writs Act. For one, most of us now know what the All Writs Act is: An ancient law that was passed before the Fourth Amendment even existed, now somehow relevant to modern technology a few hundred years later. Use of this act has exploded into a legal argument about whether or not it grants carte blanche rights of the government to demand anything and everything from private companies (and incidentally, individuals) if it helps them prosecute crimes. Of course, that’s just the tip of the iceberg. We’ve seen strong debates about whether any person should be allowed to have private conversations, thoughts, or ideas that can’t later be searched, whether forcing others to work for the government violates the constitution, whether other countries will line up to exploit technology if America does, and ultimately – at the heart of all of these – whether fear of the word “terrorism” is enough to cause us all to burn our constitution
דא ליגט דער נקודה אז די עף-בי-איי קערט נישט וועגען די קאנסטיטושען און גארנישט שטייט זיי אין וועג אויב זיי האבען א הוה אמינא אז מען וועט זיי נישט כאפען (און אוודאי נישט באשטראפען).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר העשר
- תגובות: 14
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 15, 2012 5:32 pm
דא וועט איר זעהן וויפיל די עף בי איי האט געצאלט פאר די קאמפעני. איבער $200,000
https://www.fpds.gov/ezsearch/fpdsporta ... al&x=0&y=0
https://www.fpds.gov/ezsearch/fpdsporta ... al&x=0&y=0
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
- בנימין הלוי
- שר האלף
- תגובות: 1620
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די אויפטו פון האלטן דעם פרעצעדענט, בשעת דאס איז גורם צו אויפווייזן אז אנדערע קענען עס עפענען. דאס איז ווי אנהאלטן די בעג אויבן זייער שטארק, בשעת אונטען איז דא א לאך.
אויב עפל זאל ווען העלפן די גאוו וואלט דאס געווען פארראט.
אויב קען א קאמפאני דאס העקן איז עס א פראבלעם פאר זיך מיט וואס עפל מוז זיך סייווי ספראווען, ווייל אויב האט מען געקענט העקן דעם פאון וואלט עס ארויסגעקומען פריער אדער שפעטער ווי אלע סעקיוריטי לעכער וואס קומען צום סוף ארויס, און אויך אין דעם פאל איז ווי מ'זעט געווען א מקום פאר העקערס.
זאת ועוד, מ'דארף מיט דעם לעבן, זאכן האבן לעכער, אין וועב סעקיוריטי ווייסט מען אז "the only secure computer is the one not connected to internet" און די זעלבע איז געזאגט פאר די סעיפטי פון יעדע סיסטעם, עס איז אזוי לאנג סעיף ווילאנג מען ווערט געוואויר פונעם פראבלעם.
איז עס דען די ערשטע מאל וואס א עפל פראדוקט ווערט געהעקט? כבר הי' לעולמים.
-
עפל קען יעצט האבן א פראבלעם צו דערגיין וויאזוי cellebrite האט געהעקט דעם פאון כדי צו וויסן וואס צו פאררעכטן. קען זיין ווען זיי ארבעטן מיט מיט די גאוו וואלטן זיי געהאלפן עפל אויף צוריק.
עס קען גאר זיין אז די גאוו זאל זיין געצווינגען מודיע צו זיין פאר עפל די לעכער פאר די סעיפטי פון די בירגער.. ווער ווייסט
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2961
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
- לאקאציע: וויליאמסבורג בריק
בנימין הלוי האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די אויפטו פון האלטן דעם פרעצעדענט, בשעת דאס איז גורם צו אויפווייזן אז אנדערע קענען עס עפענען. דאס איז ווי אנהאלטן די בעג אויבן זייער שטארק, בשעת אונטען איז דא א לאך.
אויב עפל זאל ווען העלפן די גאוו וואלט דאס געווען פארראט.
ווען זיי טוען עס גלייך שטילערהייט וואלט קיינער נישט געוויסט פון דעם פארראט
.
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:בנימין הלוי האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די אויפטו פון האלטן דעם פרעצעדענט, בשעת דאס איז גורם צו אויפווייזן אז אנדערע קענען עס עפענען. דאס איז ווי אנהאלטן די בעג אויבן זייער שטארק, בשעת אונטען איז דא א לאך.
אויב עפל זאל ווען העלפן די גאוו וואלט דאס געווען פארראט.
ווען זיי טוען עס גלייך שטילערהייט וואלט קיינער נישט געוויסט פון דעם פארראט
זיי ווילען נוצן די פיילס אלס evidence און קארט ווערט דאס פאבליק
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2961
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
- לאקאציע: וויליאמסבורג בריק
עם הנבחר האט געשריבן:אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:בנימין הלוי האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די אויפטו פון האלטן דעם פרעצעדענט, בשעת דאס איז גורם צו אויפווייזן אז אנדערע קענען עס עפענען. דאס איז ווי אנהאלטן די בעג אויבן זייער שטארק, בשעת אונטען איז דא א לאך.
אויב עפל זאל ווען העלפן די גאוו וואלט דאס געווען פארראט.
ווען זיי טוען עס גלייך שטילערהייט וואלט קיינער נישט געוויסט פון דעם פארראט
זיי ווילען נוצן די פיילס אלס evidence און קארט ווערט דאס פאבליק
קארט קעגן טויטע טעראריסטן?
צווייטענס, קיינער מוז נישט וויסן אז סאיז געווען פארשפארט, די אנדערע אייפון איז דאך יא געווען אפען
.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2909
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm