עפל VS רעגירונג דעבאטע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג מארטש 28, 2016 7:37 pm

יעצט בין איך נייגעריג וואס זיי טרעפן דארט.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג מארטש 28, 2016 8:16 pm

א נקמה און עפל...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מארטש 28, 2016 11:33 pm

אופס איז דא א ערענסטע דורכפאל פאר עפל!

אין דעם פאל וואלט שוין געווען בעסער ווען זיי ברעכען זיך צו די עפ-בי-איי און גיבן ארויס די אינפא, ליגט כאטש אין זייערע הענט צו זאגען אז קיינער קען עס נישט ברעכען נאר זיי אליין. און זיי האלטן אן די נאמען אז זייער טעלעפאון איז סעקיורד.

די פראגע איז וואס האבן זיי געקלערט?

איך וואלט געזאגט אז זיי האבן באמת געהאלטן אז קיינער קען עס נישט ברעכען. און אויב אזוי האבן זיי נישט וואס צו פארלירן. ווייל די עף-בי-איי קען עס נישט ברעכען, והא ראיה אז זיי וויינען ווי די בינען אז עפל זאל עס עפענען.

איז ממא נפשך, אויב וועלן זיי געווינען די געריכט, איז דאך גוט. עס בלייבט פארשפארט און עפל גייט ארויס א זיגער. אויב וועט די געריכט פסקנ'ן אז זיי מוזן עס יא עפענען, האבן זיי דאך צייט עס דעמאלס צו עפענען און ווייטער זיין א שטיקל זיגער, אז מען מוז צוקומען צו זיי. עכ"פ זיי האבן גארנישט געהאט פון נאכגעבן פאר א געריכט, ווי זיי האבן עפעס א שאנס צו געווינען, און אפי' נישט קענען זיי דעמאלס טאן די זעלבע ווי יעצט, גארנישט דערלייגט, ועוד וועט יעדער זעהן אז זיי זענען גרייט צו גיין עד הסוף פאר די קאסטומערס, און אז מען קען עס ווייטער נוצן, ווייל א ריכטער וועט דאך נישט צווינגען יעדעס מאל, דא איז דאך עס נעשענעל סעקיורעטי, משא"כ סתם א מענטש וועט די געריכט נישט צווינגען, און עפל וועט זיך נישט ברעכען אליין.

למעשה האבן זיי קוקט אויס פארחשבונט! און מען קען עס יא ברעכען! יעצט קומט אויס אז מען דארף נישט צוקומען צו זיי, און זיי האבן פארלוירן די גרעסטע אויפטו אז זיי זענען סעקיורד. און נאך מער, זיי ווייסן ניטאמאל וויאזוי מען האט עס געבראכען אז זיי זאלן קענען שרייבן א פעטש!

יעצט איז די פראגע איבער די אלע קאנספירעסיס.

עפעל האט זיך שוין לאנג געבראכען, זיי שפילן נאר א שפיל! מאכט דאס סענס? וואס וויל עפעל פארדינען? אז מען זאל מיינען אז מען קען זיי נישט ברעכען? מאך א שווייג... עפען און פארצייל פאר קיינעם! פארוואס מאכסטו א שטינק?

א צווייטע קאנספירעס אז זי עפ-בי-איי האט עס אליין געבראכען! איז פארוואס עס באהאלטן פונעם עולם? ווען עס ענדיגט זיך אז זיי געבן טאקע נאך פאר עפעל, און עפעל געווינט, קען איך הערן אז זיי וועלן איינרעדן דעם עולם אז זיי קענען עס נישט ברעכן, אזוי זאלן פארברעכער עס ווייטער נוצן, און מען וועט עס קענען עפענען אין א נויט. אבער אויב האבן זיי געמאלדן אז זיי האבן עס למעשה יא געבראכען, וואס האסטו אויפגעטאן?

ווייטער די קאנספירעסי אז זיי האבן עס בכלל נישט געבראכען נאר ווילן אזוי איינרעדן דעם עולם! וואס האבן זיי דערפון? זענען זיי דא פאר כבוד?

גראדע דאס קען אפשר יא זיין, אז זיי ווילן טאקע אז פארברעכער זאלן עס נישט נוצן, אזוי צו מאכען אומבאקוועם פאר פארברעכער, און מיטן זאגן עס איז געבראכען, וועלן די פארברעכער עס נישט נוצן, און אזוי מאכט מען זיי שמאלער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 27, 2013 1:57 pm

תגובהדורך מילין_יקירין » דינסטאג מארטש 29, 2016 12:22 am

איך האלט אז אדער עפל האט ״אומאפיציעל״ געהאלפן עפענען דעם פאון. אדער האט מען געניצט מיין עצה..

אויב איז אמת אז אלעס איז ענקריפטעד ווי די רענסאם וויירוס, דאן איז עס ענקריפטעד וזה הוא, מען ברויך סופער קאמפיוטערס זאלן עס האמערן און האמערן.

נאר וואס,

איך האב א עצה פאר זיי, [זאלן די קאוד שרייבערס דא זאגן אויב מיין טיערי איז אויסגעהאלטן קאוד-ווייז)

זיי האבן גענומען דעם פאון און געקלאונד א אימעדש עז-איז ארויף אויפן קאמפיוטער, נאכער האבן זיי דעם אימעדש ארויפגעלייגט אויף א ווערטואלע פאון, און אזוי האבן זיי געקענט האמערן סיימאנטעיניאסלי אויף 100 מיליאן קאפיס פינעם ווערטואלע פאון, און נאך 10 מאל טרייען, וואס דו ווערטואלע פאון האט זיך זעלבסט אויסגעמעקט זיין קי, האט מען עודך געלאוד דעם קלאון פון פריש...ענדלאז!

זיי האבן געקענט איינשפאנען און קלאסטערן מיט אזא סיסטעם 100 מיליאן קאמפיוטערס ווארלד-ווייד, און האמערן סיסטעמאטיש, און באווייזן עפעס וואס דארט 200 יאר, און 2 וואכן.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5730
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג מארטש 29, 2016 9:18 am

די עף בי איי וואלט לדעתי נישט ארויסגעגעבן א ביטע אין פובליק אויב וואלטן זיי דאן געוויסט וויאזוי עס צי עפענען, ס׳פאסט זיי נישט.

עפל וואלט אויך בעסער קאאפערירט ווען זיי ווייסן אז עס וועט זיך עפענען למעשה.

עפעס איז דא געשעהן אינמיטן.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דינסטאג מארטש 29, 2016 12:52 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אופס איז דא א ערענסטע דורכפאל פאר עפל!

אין דעם פאל וואלט שוין געווען בעסער ווען זיי ברעכען זיך צו די עפ-בי-איי און גיבן ארויס די אינפא, ליגט כאטש אין זייערע הענט צו זאגען אז קיינער קען עס נישט ברעכען נאר זיי אליין. און זיי האלטן אן די נאמען אז זייער טעלעפאון איז סעקיורד.

די פראגע איז וואס האבן זיי געקלערט?

איך וואלט געזאגט אז זיי האבן באמת געהאלטן אז קיינער קען עס נישט ברעכען. און אויב אזוי האבן זיי נישט וואס צו פארלירן. ווייל די עף-בי-איי קען עס נישט ברעכען, והא ראיה אז זיי וויינען ווי די בינען אז עפל זאל עס עפענען.

איז ממא נפשך, אויב וועלן זיי געווינען די געריכט, איז דאך גוט. עס בלייבט פארשפארט און עפל גייט ארויס א זיגער. אויב וועט די געריכט פסקנ'ן אז זיי מוזן עס יא עפענען, האבן זיי דאך צייט עס דעמאלס צו עפענען און ווייטער זיין א שטיקל זיגער, אז מען מוז צוקומען צו זיי. עכ"פ זיי האבן גארנישט געהאט פון נאכגעבן פאר א געריכט, ווי זיי האבן עפעס א שאנס צו געווינען, און אפי' נישט קענען זיי דעמאלס טאן די זעלבע ווי יעצט, גארנישט דערלייגט, ועוד וועט יעדער זעהן אז זיי זענען גרייט צו גיין עד הסוף פאר די קאסטומערס, און אז מען קען עס ווייטער נוצן, ווייל א ריכטער וועט דאך נישט צווינגען יעדעס מאל, דא איז דאך עס נעשענעל סעקיורעטי, משא"כ סתם א מענטש וועט די געריכט נישט צווינגען, און עפל וועט זיך נישט ברעכען אליין.

למעשה האבן זיי קוקט אויס פארחשבונט! און מען קען עס יא ברעכען! יעצט קומט אויס אז מען דארף נישט צוקומען צו זיי, און זיי האבן פארלוירן די גרעסטע אויפטו אז זיי זענען סעקיורד. און נאך מער, זיי ווייסן ניטאמאל וויאזוי מען האט עס געבראכען אז זיי זאלן קענען שרייבן א פעטש!

יעצט איז די פראגע איבער די אלע קאנספירעסיס.

עפעל האט זיך שוין לאנג געבראכען, זיי שפילן נאר א שפיל! מאכט דאס סענס? וואס וויל עפעל פארדינען? אז מען זאל מיינען אז מען קען זיי נישט ברעכען? מאך א שווייג... עפען און פארצייל פאר קיינעם! פארוואס מאכסטו א שטינק?

א צווייטע קאנספירעס אז זי עפ-בי-איי האט עס אליין געבראכען! איז פארוואס עס באהאלטן פונעם עולם? ווען עס ענדיגט זיך אז זיי געבן טאקע נאך פאר עפעל, און עפעל געווינט, קען איך הערן אז זיי וועלן איינרעדן דעם עולם אז זיי קענען עס נישט ברעכן, אזוי זאלן פארברעכער עס ווייטער נוצן, און מען וועט עס קענען עפענען אין א נויט. אבער אויב האבן זיי געמאלדן אז זיי האבן עס למעשה יא געבראכען, וואס האסטו אויפגעטאן?

ווייטער די קאנספירעסי אז זיי האבן עס בכלל נישט געבראכען נאר ווילן אזוי איינרעדן דעם עולם! וואס האבן זיי דערפון? זענען זיי דא פאר כבוד?

גראדע דאס קען אפשר יא זיין, אז זיי ווילן טאקע אז פארברעכער זאלן עס נישט נוצן, אזוי צו מאכען אומבאקוועם פאר פארברעכער, און מיטן זאגן עס איז געבראכען, וועלן די פארברעכער עס נישט נוצן, און אזוי מאכט מען זיי שמאלער.

דו מישט אויס ערשטראנגיגע מיט צווייטראנגיגע צילן. די ערשטע ציל איז געווען פרייוועסי מיט פרעצעדענט (פארשטייט זיך נישט לש"ש... נאר אלס מארקעטינג אז זיי זענען אלל די וועי פאר פרייוועסי) און דאס האבן זיי געווינען בגדול. דאס אז זייער סיסטעם איז אזוי סעיף אז ממוז צוקומען צו דעם פייט איז געווען א מתן שכרה בצדה און דאס האבן זיי טאקע יעצט דערלייגט.

די חברה זאגן אז עפל איז שולדיג ווייל אלע קאמפעניס האבן א פראגראם ווי זיי באצאלן פאר העקערס גרויס געלט פארן טרעפן באגס. עפל האט טאקע גאר א שטארקע סיסטעם אבער זי האט אן עקשנות נישט צו באצאלן. אז עפע באצאלט נישט גייט מען צו די שווארצע מארקעט וואס צאלט אסאך מער... ס'איז דא מיליאנען וואס מ'קען מאכן אויף די שווארצע מארקעט פארן טרעפן די זאכן. העקערס האבן וועגן דעם פיינט עפל און דאס איז די סיבה פאר זייער גיין צו זייער שונא די גאוו'ט העלפן א גרעסערן שונא
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מארטש 29, 2016 1:06 pm

איך פארשטיי נישט די אויפטו פון האלטן דעם פרעצעדענט, בשעת דאס איז גורם צו אויפווייזן אז אנדערע קענען עס עפענען. דאס איז ווי אנהאלטן די בעג אויבן זייער שטארק, בשעת אונטען איז דא א לאך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 29, 2016 1:15 pm

לויט מיין מאגערע ידועה פון הערען דא א ווארט און דארט א ווארט קומט מיר אויס אזוי. אויב אן איזרעלי קאמפעני (נישט דער איזרעלי רעגירונג אליין נאר א קאמפעני דארט) האט געהאט א וועג עס צו ליינען, האט די אמעריקאנער רעגירונג אויך געהאט די זעלבע מעגליכקייט, און זיי האבען טאקע שוין געהאט געליינט וואס איז אויפען פאן נאך פאר זיי האבען פארלאנגט פון עפעל עס צו עפענען. איז וואזשע דען האבען זיי געוואלט פון עפעל? אדער צו האבען קאווער פון ווי זיי האבען די אינפארמאציע, אדער צו שטעלען א פרעצידענט אז אין דער פיוטשער זאל זיך קיין איין קאמפעני נישט דערווייגען זיך קעגען שטעלען זייערע פארלאנגען.

איך בין נוטה אויפען זייט פון עפל, און טראסט נישט דער רעגירונג קיין כי-הוא-זה אז זיי וועלען נישט צוטרעטען די רעכטען פון די בירגער.

Right to privacy
https://en.wikipedia.org/wiki/Right_to_ ... ted_States
https://en.wikipedia.org/wiki/Privacy_l ... ted_States
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 29, 2016 1:29 pm

כ'וויל נאר צולייגען , אז דער תירוץ אז מען מוז טרעטען אויפען קאנסטיטושען און צונעמען רעכטען ווייל עס איז א שעת חירום און מען מוז פייטען טערעראריזם, איז א אפגעפרעגטע. זאל זיך אמעריקע ענדערש שלאגען קעגען טעראריזם דער ריכטיגע וועג אזוי ווי זיי האבען זיך אמאל געשלאגען אין דער צווייטער וועלט מלחמה און מיט דער סאוויעט יוניון, און נישט (פאר)פירען א "פאליטיקעלי קארעקט" מלחמה; וועלען זיי נישט דארפען צונענען די רעכטען פון די אמעריקאנער בירגער.

#אזוי גייט א סדום'ער קרומע קאפ: נעם צו די רעכטען פון די גוטע כדי נישט צו ח"ו טרעטן אויף די רעכטען פון די שלעכטע
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג מארטש 29, 2016 1:58 pm

אדער קען זיין אז עס איז געווען א אפגעשמועסטע זאך,
פון עפל'ס זייט: אז מען גייט עדווערטייזן עפל, אז זיי האבן א כלי וואס מען דארף זיך ברעכן קאפ וואכן כדי צו עפענען און דאך קע מען עס נישט עפענען נאר מיט סאפסטעקורטע וועגן וואס נאר די FBI קען עפענען, למעשה איז עס געווען א ריזיגע עדווערטייזמענט פאר די קאמפעני.
און פון די FBI זייט: אז זיי קענען אפילו דעס דורך ברעכן,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » דינסטאג מארטש 29, 2016 2:07 pm

וויכטיג צו כאפן אז ווי גרעסער די אדווערטייזמענט אלס גרעסער איז די פלאפ דערנאך ודו"ק
עץ חיים הוא למחזיקים בה

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5023
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג מארטש 29, 2016 2:28 pm

אויב איז אמת אז א איזריאלי קאמפאני האט געהאלפען מיין איך איז די ווארט איז אז עס איז א אידישע קאפ . מדארף נישט מער.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

איבערגאנג
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2014 9:18 pm

תגובהדורך איבערגאנג » דינסטאג מארטש 29, 2016 4:00 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די אויפטו פון האלטן דעם פרעצעדענט, בשעת דאס איז גורם צו אויפווייזן אז אנדערע קענען עס עפענען. דאס איז ווי אנהאלטן די בעג אויבן זייער שטארק, בשעת אונטען איז דא א לאך.

אז די רעגירונג מוטשעט זיך, מיינט אז פאר סתם א מענטש איז עס אוממעגליך. יא עס איז דא א פאר אויסגערופענע העקערס און א צווייטע רעגירונג וואס האט דאס געלט זיי צו באצאלן קענען עס ברעכן, אבער בדרך כלל איז עס סעיף.
פונקט ווי סנאודען האט דערציילט אז די NSA האט אלעס. דאס מיינט אז גארנישט איז נישט סעיף? ניין ווייל כמעט קיינער האט נישט די געלט און מעגליכקייטן וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 29, 2016 4:03 pm

eller האט געשריבן:אויב איז אמת אז א איזריאלי קאמפאני האט געהאלפען מיין איך איז די ווארט איז אז עס איז א אידישע קאפ . מדארף נישט מער.

יא, אידישע קעפ; אבער אידישע קעפ ארבעטען אויך פאר די סטעיט דעפארטמענט.

דאס אז מד"י איז איינע פון די שטערקסטע לענדער אין סייבער-וואר, און אפשר נאך אפילו שטערקער ווי אמעריקע, האט (מייניך) אויך צו טוהן מיט אנדערע פאקטארען, ווי אז זיי זענען געווען דארטען (אין מיט געהאלפען) ווען די טעכנילאגיע איז נולד געווארען. כ'האב אויך א חשד אויף נאך פאקטארען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג מארטש 29, 2016 4:10 pm

זיי מסביר דיין חשד אז
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג מארטש 29, 2016 4:12 pm

eller האט געשריבן:אויב איז אמת אז א איזריאלי קאמפאני האט געהאלפען מיין איך איז די ווארט איז אז עס איז א אידישע קאפ . מדארף נישט מער.

און פאר די וואס ווילן יעצט דירעקט לעבן אין די קאנספיראציע וועלט קען איך ארויסהעלפן, אז דאס פארוואס זיי שרייבן א אידישע קאפ האט עס געפענט, איז ווייל כפל און די גאווערמענט האהן זיך פאראייניגן כדי אומאפיציעל פרעדיגן אנטיסעמיטיזים, ווייל ווען מען ריד פונעם יוד׳ס מעלות, ווערט דיר גוי אויפגערעגט און הייבט אן פיינט האבן דעם יוד.



פליז לאטס ענק אפ פון די נערישקייט, די עף בי איי האט געוואלט אז עפל זאל זיי געבן א וועג אריין צו זייערע פאונס, און עפל האט נישט געוואלט, איז מען געגאנגען אין קאורט ווי די עף בי איי האט געווינען, האט עפל אפילט אין די זעלבע צייט האט די עף בי איי באוויזן צו עס יא עפענען , (און עס איז בכלל נישט קיין חילוק ווי אזוי) האבן זיי צוריקגעצויגן פון די קלאגעס.

יעצט וואס איז דא אזוי אומפארשטענדליך אז מען זאל מוזן מאכן די אלע קאנספיראציעס?
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 29, 2016 4:21 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:זיי מסביר דיין חשד אז

היות עס איז נאר א חשד, און היות עס קען שאטען, עלעך בעסער נישט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 29, 2016 4:28 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:
eller האט געשריבן:אויב איז אמת אז א איזריאלי קאמפאני האט געהאלפען מיין איך איז די ווארט איז אז עס איז א אידישע קאפ . מדארף נישט מער.

און פאר די וואס ווילן יעצט דירעקט לעבן אין די קאנספיראציע וועלט קען איך ארויסהעלפן, אז דאס פארוואס זיי שרייבן א אידישע קאפ האט עס געפענט, איז ווייל כפל און די גאווערמענט האהן זיך פאראייניגן כדי אומאפיציעל פרעדיגן אנטיסעמיטיזים, ווייל ווען מען ריד פונעם יוד׳ס מעלות, ווערט דיר גוי אויפגערעגט און הייבט אן פיינט האבן דעם יוד.



פליז לאטס ענק אפ פון די נערישקייט, די עף בי איי האט געוואלט אז עפל זאל זיי געבן א וועג אריין צו זייערע פאונס, און עפל האט נישט געוואלט, איז מען געגאנגען אין קאורט ווי די עף בי איי האט געווינען, האט עפל אפילט אין די זעלבע צייט האט די עף בי איי באוויזן צו עס יא עפענען , (און עס איז בכלל נישט קיין חילוק ווי אזוי) האבן זיי צוריקגעצויגן פון די קלאגעס.

יעצט וואס איז דא אזוי אומפארשטענדליך אז מען זאל מוזן מאכן די אלע קאנספיראציעס?

כבדהו וחשדהו

האסט טאקע אזא צוטרוי צו דיין רעגירונג?

דאס ווארט "קאנספיראציע" האט א שרעקליכע קאנאטאציע אין נאר נערנים זענען עוסק דערין; אבער גלייבען יעדעס ווארט פונעם גוי ווי א תמים איז פינקט אזוי פלאטשיג.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דינסטאג מארטש 29, 2016 4:56 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אופס איז דא א ערענסטע דורכפאל פאר עפל!

אין דעם פאל וואלט שוין געווען בעסער ווען זיי ברעכען זיך צו די עפ-בי-איי און גיבן ארויס די אינפא, ליגט כאטש אין זייערע הענט צו זאגען אז קיינער קען עס נישט ברעכען נאר זיי אליין. און זיי האלטן אן די נאמען אז זייער טעלעפאון איז סעקיורד.

ווי שרייבט זיך דאס אזאנס? אויב עפל קען אויפברעכן דעם דעווייס הייסט עס סעקיורד? נעווער
די איידיע איז אז ס'איז אזוי סעקיור אז קיינער קען עס נישט עפענען אויך נישט דער פאבריקאנט, סאיז דיינס אויסשליסלעך און דיין אינפו קען דורך קיינעם נישט געהעקט ווערן
און דאס איז וואס עפל האט כסדר גע'טענה'ט אז זיי קענען עס נישט עפענען כמות שהוא נאר מוזן אויפקומען מיט א מעטאד וואס זאל זיי לאזן דאס טון
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מארטש 29, 2016 5:30 pm

בנימין הלוי האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אופס איז דא א ערענסטע דורכפאל פאר עפל!

אין דעם פאל וואלט שוין געווען בעסער ווען זיי ברעכען זיך צו די עפ-בי-איי און גיבן ארויס די אינפא, ליגט כאטש אין זייערע הענט צו זאגען אז קיינער קען עס נישט ברעכען נאר זיי אליין. און זיי האלטן אן די נאמען אז זייער טעלעפאון איז סעקיורד.

ווי שרייבט זיך דאס אזאנס? אויב עפל קען אויפברעכן דעם דעווייס הייסט עס סעקיורד? נעווער
די איידיע איז אז ס'איז אזוי סעקיור אז קיינער קען עס נישט עפענען אויך נישט דער פאבריקאנט, סאיז דיינס אויסשליסלעך און דיין אינפו קען דורך קיינעם נישט געהעקט ווערן
און דאס איז וואס עפל האט כסדר גע'טענה'ט אז זיי קענען עס נישט עפענען כמות שהוא נאר מוזן אויפקומען מיט א מעטאד וואס זאל זיי לאזן דאס טון

יא יא, זיכער איז "אונז אליין קענען יא" א חיסרון קעגן "קיינער קען נישט".

אבער "נאר אונז קענען" איז בערך א ביליאן מאל בעסער ווי "יעדער קען".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

עפל VS רעגירונג דעבאטע

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » דינסטאג מארטש 29, 2016 7:39 pm

אדער זאגט די עפ בי איי אז זיי האבן עס געפענט צו טרעפן א וועג ארויס פון די שרעקליכע בישות אז זיי קענען עס נישט אליין עפענען , און אז עפפעל פייפט אריין אין זיי .און אפילו אז יא סאיז זיי דאס מאל געלונגן וועט עפפעל ארבעטן אויף אלע פראנטן אז נעקסטע מאל זאל זיי עס נישט געלונגן

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » דינסטאג מארטש 29, 2016 7:42 pm

מען האט זיך בכלל נישט געקריגט דא איבער די טעראריסטס פאון מעיקרא , אזא קאורט וואלט גענומען לאנגע יארן און עני אינפארמעישאן און די פאון וואלט געווען אירעלעווענט. ( קוק צוריק מיין תגובה עמוד א ) מען האט זיך געקריגט דא אז די עפ בי איי האט געוואלט אז עפל זאל זיי געבן א וועג אז זיי זאלן קענען אריינגיין און איינעמס פאון ווען זיי ווילן , עפפל האט פארשטייט זיך געזאגט אז זיי קענען פארגעסן דערפון , די עפ בי איי איז געלאפן און קאורט סאיז געווארן אן אנלויפעניש די קאורט איז געווען געצווינגן צו פארקויפן טיקעטס , ממש פארן קאורט האט עפפל געלאזט פאלן א באמבע אז *ריגארדלעס* וואס די קאורט פסקענט גייען זיי נישט שרייבן א קאוד פאר די עפ בי איי פונקט ווי יעדער פארשטייט אז די גאווערמענט קען נישט צווינגען א דאקטער וואס האלט אז געבן וואקסינען איז שעדליך צו געבן וואקסינען ווייל די דאקטער קען זאגן אז איך בין נישט קיין דאקטער די זעלבע זענען עפפעלס חברה ארויפגעקומען אויף די נייעס און געזאגט אז די עפ בי איי קען פארגעסן ! זיי וועלן קיינמאל נישט טוהן אזא סאך , אפאר שעה שפעטער די עפ בי איי קענסעלט די קאורט ווייל זיי האבן שוין די טעראריסטס אינפארמעישאן , עד כן המעשה פון דא און ווייטער קען יעדער קומען צו סיי וועלעכע מסקנות ער וויל
לעצט פאראכטן דורך כווייס נישט אלעס אום דינסטאג מארטש 29, 2016 9:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » דינסטאג מארטש 29, 2016 7:57 pm

די עפ בי איי זאגט נישט וויאזוי זיי האבן געהעקט די פאון , עפפל האט אסאך פאונס און אסאך ווערדשענס , און זיי וועלן זיכער מאכן אז " קיינער " נישט די טעראריסטן און נישט די גרויסע מעכטיגע עפ בי איי זאלן העקן זייער פאונס .

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דינסטאג מארטש 29, 2016 8:02 pm

סאיז נישט נוגע מער וואס עפל טיט אדער גייט טוען, די עף בי איי האט זיי גיט צוגעשטעלט מיטן פארציילן פאר די פאבליק אז יא מען קען העקן די אייפאון, עס איז נישט סעקיור, פון יעצט און ווייטער קען עפל שרייען וואס זיי ווילן, מען וועט זיי נישט גלייבן.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג מארטש 29, 2016 8:11 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:
eller האט געשריבן:אויב איז אמת אז א איזריאלי קאמפאני האט געהאלפען מיין איך איז די ווארט איז אז עס איז א אידישע קאפ . מדארף נישט מער.

און פאר די וואס ווילן יעצט דירעקט לעבן אין די קאנספיראציע וועלט קען איך ארויסהעלפן, אז דאס פארוואס זיי שרייבן א אידישע קאפ האט עס געפענט, איז ווייל כפל און די גאווערמענט האהן זיך פאראייניגן כדי אומאפיציעל פרעדיגן אנטיסעמיטיזים, ווייל ווען מען ריד פונעם יוד׳ס מעלות, ווערט דיר גוי אויפגערעגט און הייבט אן פיינט האבן דעם יוד.



פליז לאטס ענק אפ פון די נערישקייט, די עף בי איי האט געוואלט אז עפל זאל זיי געבן א וועג אריין צו זייערע פאונס, און עפל האט נישט געוואלט, איז מען געגאנגען אין קאורט ווי די עף בי איי האט געווינען, האט עפל אפילט אין די זעלבע צייט האט די עף בי איי באוויזן צו עס יא עפענען , (און עס איז בכלל נישט קיין חילוק ווי אזוי) האבן זיי צוריקגעצויגן פון די קלאגעס.

יעצט וואס איז דא אזוי אומפארשטענדליך אז מען זאל מוזן מאכן די אלע קאנספיראציעס?


עס איז דא א אומפארשטענדליכע הנאה צו מאכן קאנספיראציעס, איך פארשטיי עס נישט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 22 געסט