עפל VS רעגירונג דעבאטע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » דינסטאג פאברואר 09, 2016 6:02 pm

FBI זאגט פארן סענעט פענעל אז זייער אגענטור קענען נישט עפענען איינע פון די סעלפאון'ס פון די סאן בערנאדינע אטאקירער.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך פאברואר 17, 2016 7:37 pm

די ווייסע הויז לייגט דרוק אויף עפל צו עפענען די סעלפאן אינקריפציע פון איינע פון די טעראריסטן, עפל האט פארלוירן אין קאורט און זאגן זיי גייען עס פייטן און פלאנען צו אפיעלן.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך פאברואר 17, 2016 7:59 pm

לויט ווי איך פארשטיי וויל די רעגירונג די שליסל וואס קען עפענען אלע אייפאונס, נישט נאר אז עפל זאל עפענען די סמארטפאון פון די צוויי טעראטריסטן.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך פאברואר 17, 2016 8:07 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי וויל די רעגירונג די שליסל וואס קען עפענען אלע אייפאונס, נישט נאר אז עפל זאל עפענען די סמארטפאון פון די צוויי טעראטריסטן.
דאס איז וואס עפלס לויערס טענה'ן אז דעס איז די ענד ציל אבער די ווייסע הויז לייקענט עס שארף. ערנעסט האט היינט ביי זיין פרעסע קאנפערענץ געזאגט אז זייער פארלאנג איז אויסדריקליך בלויז אויף די איין פאון.

קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובהדורך קאליפארניע » מיטוואך פאברואר 17, 2016 8:11 pm

כאפצעם האט געשריבן:די ווייסע הויז לייגט דרוק אויף עפל צו עפענען די סעלפאן אינקריפציע פון איינע פון די טעראריסטן, עפל האט פארלוירן אין קאורט און זאגן זיי גייען עס פייטן און פלאנען צו אפיעלן.

טראמפ האט היינט שארף אריינגעריסען אין עפל
"?Who do they think they are"

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך פאברואר 17, 2016 8:12 pm

מיינסט צו זאגן אריינגעביסן אין עפל.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מיטוואך פאברואר 17, 2016 8:14 pm

עס איז גראדע א קאמפליצירטע אישו וואס איך האב נאכנישט א מיינונג דעראויף.

למעשה האט עפל א פוינט פארוואס זיי ווילן נישט לאזן די רעגירונג אויפמאכן א שפאלט אין זייער סעקיורעטי.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך פאברואר 17, 2016 8:18 pm

בן נון האט געשריבן:עס איז גראדע א קאמפליצירטע אישו וואס איך האב נאכנישט א מיינונג דעראויף.

למעשה האט עפל א פוינט פארוואס זיי ווילן נישט לאזן די רעגירונג אויפמאכן א שפאלט אין זייער סעקיורעטי.

וואס איז די פוינט?
זיי מעגן ווען מאכן א רול אז טעראריסטן באקומען נישט זייער סעקיורעטי.

קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובהדורך קאליפארניע » מיטוואך פאברואר 17, 2016 8:19 pm

דעס מיינט אז עפל איז אויף די טעראריסטן זייט.
בודעם איך דארף מיך לערנען פון דיר דיינע לשונות.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מיטוואך פאברואר 17, 2016 8:41 pm

כאפצעם האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:עס איז גראדע א קאמפליצירטע אישו וואס איך האב נאכנישט א מיינונג דעראויף.

למעשה האט עפל א פוינט פארוואס זיי ווילן נישט לאזן די רעגירונג אויפמאכן א שפאלט אין זייער סעקיורעטי.

וואס איז די פוינט?
זיי מעגן ווען מאכן א רול אז טעראריסטן באקומען נישט זייער סעקיורעטי.

דאס איז איין זייט פון די מטבע.

די אנדערע זייט הייסט NSA

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך פאברואר 17, 2016 8:43 pm

ווי איז אבאמא מיט עפעס א שארפן קריטיק קעגן עפעל?? (עפעס ענליך צו די דעט טו אמעריקא עקסטרעמיסטען קאמענט). זעט נישט אויס ווי עס אינטרעסירט אים...

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך פאברואר 17, 2016 9:10 pm

בן נון האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:עס איז גראדע א קאמפליצירטע אישו וואס איך האב נאכנישט א מיינונג דעראויף.

למעשה האט עפל א פוינט פארוואס זיי ווילן נישט לאזן די רעגירונג אויפמאכן א שפאלט אין זייער סעקיורעטי.

וואס איז די פוינט?
זיי מעגן ווען מאכן א רול אז טעראריסטן באקומען נישט זייער סעקיורעטי.

דאס איז איין זייט פון די מטבע.

די אנדערע זייט הייסט NSA

NSA שפיאנירט אויף יעדעם צוגלייך.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מיטוואך פאברואר 17, 2016 9:12 pm

און וועגן דעם טראסט איך מער גארנישט די רעגירונג.

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » מיטוואך פאברואר 17, 2016 9:13 pm

עטס האלטס טאקע זיי האבן נאך נישט געפענט די אייפאונס??
די מילטער איז די גרעסטע און פארגעשריטען איבער טעכנאליגע פון ווי קומט gps זיי האבן עס געהאט שוין פאר א לענגערע צייט פאר אינז און דערנאך האבן מיר עס בייקומען, וואס דען איד דיע קאורט איין באשפער ווייסט, דיע אלע וואס האבן אייפאונס זאלן זיך שוין סטאפן איינרעדן אז מהאט נישט זייער אינפו.
..

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מיטוואך פאברואר 17, 2016 9:16 pm

שטייגען האט געשריבן:עטס האלטס טאקע זיי האבן נאך נישט געפענט די אייפאונס??
די מילטער איז די גרעסטע און פארגעשריטען איבער טעכנאליגע פון ווי קומט gps זיי האבן עס געהאט שוין פאר א לענגערע צייט פאר אינז און דערנאך האבן מיר עס בייקומען, וואס דען איד דיע קאורט איין באשפער ווייסט, דיע אלע וואס האבן אייפאונס זאלן זיך שוין סטאפן איינרעדן אז מהאט נישט זייער אינפו.

אה, דאס איז די ענטפער צו אבאמאס שטילשווייגעניש...

אבער אמת׳דיג, פון ווי נעמסטו עס? סתם דו טראכסט אדער האסט א מקור?

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » מיטוואך פאברואר 17, 2016 10:55 pm

בן נון האט געשריבן:
שטייגען האט געשריבן:עטס האלטס טאקע זיי האבן נאך נישט געפענט די אייפאונס??
די מילטער איז די גרעסטע און פארגעשריטען איבער טעכנאליגע פון ווי קומט gps זיי האבן עס געהאט שוין פאר א לענגערע צייט פאר אינז און דערנאך האבן מיר עס בייקומען, וואס דען איד דיע קאורט איין באשפער ווייסט, דיע אלע וואס האבן אייפאונס זאלן זיך שוין סטאפן איינרעדן אז מהאט נישט זייער אינפו.

אה, דאס איז די ענטפער צו אבאמאס שטילשווייגעניש...

אבער אמת׳דיג, פון ווי נעמסטו עס? סתם דו טראכסט אדער האסט א מקור?

נאר און רוסלאנדס קומפיטער קומט ער אהן??? צו מאכן ווירוס און איראן נוקלער האט געקענט!! נאר צו דיע נארישע עפל פאון האט נישט קיין עקסעס..
וואשע דען ער וויל עפל זאל עהם גיבן שנעלערע צוטריט, והא ריאה אז עפל שרייט עס גייט זיך דאך נישט סטאפן דא...
..

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך פאברואר 17, 2016 11:11 pm

בקיצור דיין שכל זאגט אזוי, אבער קיין פרוף האסטו נישט
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך פאברואר 17, 2016 11:15 pm

שנאפס האט געשריבן:בקיצור דיין שכל זאגט אזוי, אבער קיין פרוף האסטו נישט


זיין שכל אזי נישט גענוג פרוף?? איך מיין אז עס איז גאנץ א שטארקע זאך.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מיטוואך פאברואר 17, 2016 11:17 pm

אויב מען האט נישט קיין פרוף רעדט מען געווענליך נישט מיט אזא זיכערקייט.

שטייגען האט געשריבן:עטס האלטס טאקע זיי האבן נאך נישט געפענט די אייפאונס??
די מילטער איז די גרעסטע און פארגעשריטען איבער טעכנאליגע פון ווי קומט gps זיי האבן עס געהאט שוין פאר א לענגערע צייט פאר אינז און דערנאך האבן מיר עס בייקומען, וואס דען איד דיע קאורט איין באשפער ווייסט, דיע אלע וואס האבן אייפאונס זאלן זיך שוין סטאפן איינרעדן אז מהאט נישט זייער אינפו.


אגב, איך האלט אויך אז ער איז מסתם גערעכט.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך פאברואר 17, 2016 11:20 pm

הרב שטייגען אויב ווייסט איר אזוי גוט וואס די מיליטער קען אלס וואלט איך געוואלט מאכן א מיטינג מיט דיר, די אינפארמאציע איז ווערד ביליאנען
kraitchmah עט גימעיל

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » מיטוואך פאברואר 17, 2016 11:37 pm

איך וועל דיר זאגן אויף וואס איך שטעל מיינע דיבורם,
עפל זאגט ער דארף יעצט בויען א software צו קענען האבן די אינפו פון דיעם טעלעפאון, ווער עס קען אביסל פראגאמינוג ווייסט אז אויב איך מאך עפעס איז אלס דא א וועג בשעתן מאכן עס איבער צו שפילן, סאו וואס האקט ער און קאפ אז ער דארף יעצט ג'יין בויען א פרישע מעשה, און צווייטענס די גאנצע וועלט לויפט היינט אויף אינפארמעישן טוויטער וואטסאפ טעלעגראם פעיסבוק ועוד די גרעסטע ריז עפל ער דארף נישט זיין אייגנע אינפארמאציע ??? אביסל סענטס....
FBI האט די גרעסטע העקערס מיט די גרעסטע פראגמערס און זיי קען עס נישט איבערקליגען??? נאר וואס דען משלאגט זיך יעצט צו ער דארף עהם געבן פרייע שנעלע צוטריט צו אלע טעלעפאוןס גרינגער און בעסער און אן שמיץ אויפן קאפ.
..

קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובהדורך קאליפארניע » דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 12:50 am

לויט וואס זאך קענער זאגן קען נעמען אפאר הינדערט יאר צי אנקריפטען עפל'ס סיסטעם (פרעג מיך נישט וואס איך שרייב, איך ברענג נאר נאך).
מיין פערסענאל מיינונג איז, נישט די גאווערמענט האט זיי געהעקט, נאר עפל אליין האט זיי שוין לאנג איבער געגעבן די אינפארמעישען, און די גאנצע קאורט יעצט איז פשוט א שפיל פון די גאווערמענט און עפל צי פארדרייען די קאפ פון זייערע ליבעראל פענס וואס קויפן נאר זאכן וואס סנאדען באשטעיטיגט.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 8:09 am

שטייגען במחכ"ת איך פארשטיי נישט דיין תגובה

קאלי, עס איז נישט מעגליך צו דיקריפטן זייער סיסטעם, יעצט שרייבט מען פינטל, ס'פלעין נישט מעגליך ווייל ווי יעדע פאון איז היינט איינגעשטעלט אז נאכן אריינלייגן צען מאל די פעסווארד ווערט די פאון אויסגעמעקט, ממילא איז פשוט נישט מעגליך עס צו טוהן

און אפילו אויב עפל מאכט יא א פרישע סאפטווער וואס וועט נישט אויסמעקן די פאון, קען נעמען יארן לאנג צו ברעכן די קאוד
kraitchmah עט גימעיל

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 9:13 am

פארמעקט עז אין 'פארמעקט'? נישט פארגעסן קלינטאן האט אויך געווייפט איר סערווער ולא עלתה בידה.

איך רעד שוין נישט פון דעם אז מסתמא ווערט נישט די מעמארי דרייוו איבערגעשריבן, עס איז נאר אויבנאויפיג פארמעקט.

בקיצור, איך וואלט געזאגט די אישו איז בכלל נישט איבער די פעסווארד אדער די פארמעקן. די פראבלעם איז אז נאכן האבן צוטריט צו די דאטא פארשטייען זיי נישט קיין איין ווארט ווייל עס איז ענקריפטעד.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 9:22 am

און דאס וואס עפל שרייט אז אויב זיי גייען בויען א software וואס זאל עפענן דיע אייפון וועט די FBI קענען האבן צוטריט נאכדעם צו אלע טעלעפאונס מאכט אויך נישט קיין סענטס וויבאלד אויב זיי קענען אזוי גוט ענסקריפטן און סקיורען זייערע פאונס קען ער דאך אויך מאכן א איינמאליגע סעקיורד עקסעס און פטור א עסק מיט די טאטעס...
..


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט