סופרים קאורט ריכטער סקאליע געשטארבן - דעבאטירט נאכפאלגער

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג פאברואר 14, 2016 7:05 pm

לאן אתה הולך האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:צווייטענס עס איז נישט אויסגעקומען, ווייל די ריכטער האבן נישט ריטייערט אין אזא פאל, טאקע ווייל זיי האבן געוויסט אז מען קען נישט שטעלן א שטעלפארטרעטער. טעכניש נישט אז "מען קען נישט", נאר אז "מען וועט נישט".

ווי כאפצעם פרעגט האבן זיי דען קלאר געזאגט אז דאס איז די סיבה, פון השערה'ס בויעט זיך נישט א פרעצעדענס אין אפי' זיי האבן קלאר געזאגט איז עס אויך נישט א פרעצעדענס, למעשה איז עס נישט אויסגעקומען, פין 'הייפעטעטיקל'ס בויעט מען א פרעצעדענס?
אפי' ס'זאל יא זיין א פרעצעדענס ווייס איך נאכנישט אויב ס'איז בארעכטיגט. צי וואס איך וויל ציקומען איז, אז די רעפאבס זאלן אויפהערן מיט נערישע ספינס, זיי וועלן סאך ווייטער אנקומען אין זיי וועלן סאך גרינגער געווינען די ארגיומענט אויב זיי וועלן קלאר זאגן אז די סיבה פארוואס זיי ברענגען נישט ארויף די וואוט איז ווייל דאס וועט חרוב לייגן אמעריקא, די פאלק וועט גרינגער אננעמען דעס אז זיי שטעלן זיך אויף פרינציפעל, ווי איידער זיך באהאלטן אונטער 'פרעצעדענס'. טראמפ אף אלל פיפעל האט נעכטן געגעבן די בעסטע תירוץ Delay Delay Delay רוף דעם קינד ביים נאמען.

נישט פארגעסן אז PR קענען די דעמעקראטן סאך בעסער, אויב גייט דעס ווערן א מלחמה אויף PR אין ספינס גייען זיי געווינען, ענדערש זאלן די רעפאבס קלאר זאגן וואס זיי ווילן דא.

זיי זאגן זייער קלאר וואס זיי ווילן, איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג פאברואר 14, 2016 7:09 pm

ירוחם האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
ירוחם האט געשריבן:פונקט פארקערט, עס איז נישטא קיין שום פרעצעדענץ אפצוהאלטן א פרעזידענט פון נאמינירן א סופרים געריכטער בלויז לשם אפהאלטן די פרעזידענט. דאס איז דאך פרעכע פאליטיק שפילעריי מיטן העכסטן געריכט! יעצט אויב וועט אבאמא נאמינירן א ליבעראלע ריכטער ווי סאטאמאיער, דאן פארשטיי איך עטוואס פארואוס די רעפובליקאנע זאלן דאס אפווארפן. אבער אויב וועט ער נאמינירן א ריכטער וואס איז פאסיג פארן דזשאב, איז קוואליפיצירט, און איז נאך א מאדערעיט נאך אויך, און די רעפובליקאנער וועלן דאס אפהאלטן בלויז דערפאר, גייען די רעפובליקאנער ליידן דערפאר. די דעמאקראטן וועלן קענען אנווייזן אז די רעפובליקאנער זענען גרייט צו בלאקירן די פלוס פון רעגירונג בלויז אויף פארטייאישע סיבות אפצוטון אבאמא (צו דאס וועט זיין אמת צו נישט איז נישט די פוינט), און דערמיט וועלן זיי געווינען אינדיפענדענט וויילער.

אגב, רעיגען איז גארנישט קיין אויסנאם. ער האט למעשה נאמינירט ריכטער קענעדי אין זיין לעצטע יאר פון פרעזידענציע און די דעמאקראטישע מאיאריטעט פון סענאט האט אים באשטעטיגט. ס'איז קיינעמ'ס נישט שולד אז דער פריערדיגער נאמעני האט זיך געדארפט אפזאגן ווייל מ'האט געפונען דראגס אין זיין היסטאריע. כ'כאפ נישט וואס די פשעטל פון אנדערע נאמינאציעס העלפט ערקלערן דעם פאקט אז ער האט נאמינירט און עס איז באשטיעגט געווארן די נאמענאציע אלעס אין זיין לעצטע יאר.
.......

עס איז די פאקט אז מען האט נישט באשטעטיגט. די וואס זאגן מען זאל נישט באשטעטיגן זאגן א סברה. ווי איך האב אויבן ברייט אויסגעשמועסט. דו האסט א סברה פארקערט, אדרבה לאמיר הערן.

וואספארא סברא איז דאס "ווייל אבאמא איז א לעים דאק"?
לויט די קאסטיטוציע דארף סענאט דן זיין לאמיתו של דין. דער פרעזידענט נאמינירט איינעם און סענאט איז דן צו יענער איז ראוי לאותו איצטלא אדער נישט. וואס פאר א סברא איז דאס "איך גיי *קיינעם נישט* נאמינירן? עס איז וויכטיג? נו, זעץ די אראפ און זיי דן אויפן נאמינירטן צו ער איז ראוי צו נישט. אבי נישט צו באשטעטיגן האט נישט קיין שום סברא.

די סברה אז אזא וויכטיגע זאך קען מען נישט לאזן צו איינעם וואס גייט נישט האבן קיין שום קאנסעקווענס אויב גייט ער טיען די ראנג זאך. עס איז א פשוטע סברה.

און אויב ברענגסטו אריין די קאנסטעטוציע, האב איך שוין גענטפערט עטליכע מאל. די קאנסטעטוציע זאגט נישט פאר די סענאט אז זיי דארפן באשטעטיגן וואס די פרעזידענט ברענגט ארויף, און נישט אז זיי דארפן עס ברענגן פאר א וואוט. עס ליגט נשיט אויף זיי די גאנצע מעשה. עס ליגט אויפן פרעזידענט צו באקומען זייער באשטעטיגונג, און אויב ווילן זיי דאס נישט געבן - אויף סיי וועלעכע אופן, איז טאף לאק!!

פונקט ווי אבאמא קען מאכען עקזעקעטיוו ארדערס, און די ריפאבס קענען סך הכל שרייען און פארפירן - אפשר גיין אין קאורט - די זעלבע האט די קאנסטעטוציע נישט געגעבן פארן פרעזידענט מער כח מיטן נאמענירן ווי פאר די סענאט עס צו באשטעטיגן אדער נישט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג פאברואר 14, 2016 7:13 pm

ירוחם האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
ירוחם האט געשריבן:עס איז *נישט* דא אזא פרעסדענט. ראנעלד רעיגען האט נאמינירט א ריכטער אין זיין לעצטע יאר אלס פּרעזידענט.

רעיגן איז געווען א אויסנאם, ווייל די ריכטער וואס ער האט געהאט נאמענירט בעפאר איז געווארן ארויסגעווארפן.

א ריכטער פאר יענע פאזיציע האט ער שוין געהאט נאמענירט פיל פריער. סא האבן די סענאטארן אים געגעבן אזויפיל אז מען האט אוועק געקוקט אז טעכניש איז די נאמעני געווען אין די לעצטע יאר, ווייל זיי האבן עס אפגעשטיפט אהין.

סתם פאר נייגער. אויב די סענאט האט שוין געשטיפט אזוי לאנג, פארוואס טאקע האבן זיי שוין נישט אויסגעפירט, און געשטיפט ביז די נעקסטע פרעזידענט?

ווייל אנדערש ווי היינט ווען מ'שטופט סתם אבי לשם פאליטיזאציע און אפצוטון אבאמא, האט מען נישט געשטופט אבי אפצוטון רעיגן. דעם אריגינעלן נאמינירטן (בארק) אפגעזאגט צוליב פאזיציעס זיינע וועלכע האבן געלייגט אונטער פראגע זיין קוואליפיקאציע, דער קומענדיגער האט רעיגען צוריקגעצויגן ווייל עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז יענער פלעגט נעמען דראגס אלס בחור, און ביים דריטן (קענעדי) איז נישט געווען קיין סיבה אפצושטעלן די נאמינאציע.

בכלל נישט, די צווייטע האבן זיי טאקע געטראפן א גוטע תירוץ. אבער דעם ערשטן האבן זיי אפגעזאגט צוליב זיינע שיטות. און עס וואלט זייערנישט גוט אויסגעזעהן אז מען זאגט אפ צוויי צוליב די שיטות, איבערהויפט ווען די צווייטער איז געווען ווייט ווייט נישט אזא עקסטרעמיסט.

אזוי גייט עס אין פאליטיק, אז מען קען יענעם נאר שמייסן מיט א מאס. האסט אפגעזאגט צוויי? קענסט נישט גיין אזוי נאכמאל און נאכאמאל, איבערהויפט קעגן א רעיגן וואס איז געווען אזוי פאפיולער.

פאליטיק האבן זיי געקענט פונקט אזוי גוט שפילן. און ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט ביי אנדערע רעכטע פרעזידענטן, האבן די לינקע געשטיפט און געשטיפט סתם אבי צו שטיפן פיל בעסער ווי די רעכטע, און אזוי ווייט, אז זיי זענען געגאנגען נוקליער ווען עס האט זיך זיי געלוינט, און גענומען די עקסטרעמסטע שריט צו שטופן זייער אגענדע.

דארט האבן זיי פשוט געמאכט די חשבון אז עס לוינט זיי נישט!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11745
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג פאברואר 14, 2016 7:20 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
ירוחם האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
ירוחם האט געשריבן:פונקט פארקערט, עס איז נישטא קיין שום פרעצעדענץ אפצוהאלטן א פרעזידענט פון נאמינירן א סופרים געריכטער בלויז לשם אפהאלטן די פרעזידענט. דאס איז דאך פרעכע פאליטיק שפילעריי מיטן העכסטן געריכט! יעצט אויב וועט אבאמא נאמינירן א ליבעראלע ריכטער ווי סאטאמאיער, דאן פארשטיי איך עטוואס פארואוס די רעפובליקאנע זאלן דאס אפווארפן. אבער אויב וועט ער נאמינירן א ריכטער וואס איז פאסיג פארן דזשאב, איז קוואליפיצירט, און איז נאך א מאדערעיט נאך אויך, און די רעפובליקאנער וועלן דאס אפהאלטן בלויז דערפאר, גייען די רעפובליקאנער ליידן דערפאר. די דעמאקראטן וועלן קענען אנווייזן אז די רעפובליקאנער זענען גרייט צו בלאקירן די פלוס פון רעגירונג בלויז אויף פארטייאישע סיבות אפצוטון אבאמא (צו דאס וועט זיין אמת צו נישט איז נישט די פוינט), און דערמיט וועלן זיי געווינען אינדיפענדענט וויילער.

אגב, רעיגען איז גארנישט קיין אויסנאם. ער האט למעשה נאמינירט ריכטער קענעדי אין זיין לעצטע יאר פון פרעזידענציע און די דעמאקראטישע מאיאריטעט פון סענאט האט אים באשטעטיגט. ס'איז קיינעמ'ס נישט שולד אז דער פריערדיגער נאמעני האט זיך געדארפט אפזאגן ווייל מ'האט געפונען דראגס אין זיין היסטאריע. כ'כאפ נישט וואס די פשעטל פון אנדערע נאמינאציעס העלפט ערקלערן דעם פאקט אז ער האט נאמינירט און עס איז באשטיעגט געווארן די נאמענאציע אלעס אין זיין לעצטע יאר.
.......

עס איז די פאקט אז מען האט נישט באשטעטיגט. די וואס זאגן מען זאל נישט באשטעטיגן זאגן א סברה. ווי איך האב אויבן ברייט אויסגעשמועסט. דו האסט א סברה פארקערט, אדרבה לאמיר הערן.

וואספארא סברא איז דאס "ווייל אבאמא איז א לעים דאק"?
לויט די קאסטיטוציע דארף סענאט דן זיין לאמיתו של דין. דער פרעזידענט נאמינירט איינעם און סענאט איז דן צו יענער איז ראוי לאותו איצטלא אדער נישט. וואס פאר א סברא איז דאס "איך גיי *קיינעם נישט* נאמינירן? עס איז וויכטיג? נו, זעץ די אראפ און זיי דן אויפן נאמינירטן צו ער איז ראוי צו נישט. אבי נישט צו באשטעטיגן האט נישט קיין שום סברא.

די סברה אז אזא וויכטיגע זאך קען מען נישט לאזן צו איינעם וואס גייט נישט האבן קיין שום קאנסעקווענס אויב גייט ער טיען די ראנג זאך. עס איז א פשוטע סברה.



כאפצעם האט געשריבן:דאס איז די שאלה, ווער דעסייד וואס די "וויכטיגסטע" זאך איז?

פון דיין אבזערוואציע פארשטיי איך אז דיין חילוק גייט "צו מ'קען עס צוריקדרייען". סאו אטאראזירן א ברייטע מיליטערישע אפאראציע אדער ווארפן אן אטאם קען מען נישט צוריקדרייען.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג פאברואר 14, 2016 7:24 pm

איך האב דיר נישט אויף דעם גענטפערט?

עס איז אנגענומען ביי יעדעם אן א אויסנאם, אז שטעלן א ריכטער אויף די סופרים קאורט איז ביי פאר די "וויכטיגסטע" זאך וואס א פרעזידענט טוט. קענסט זאגן אז דו האלטס נישט אזוי, קענסט זאגן אז דו האלטס אז אנדערע זאכען זענען פונקט אזוי וויכטיג אדער נאך וויכטיגער.

דאס טוישט נישט די פאקט, אז די וועג ווי יעדע איינציגע פארשטייער אין פאליטיק קוקט עס אן איז אז "דאס" איז די וויכטיגסטע זאך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8025
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג פאברואר 14, 2016 7:25 pm

עס איז נישט אזא גוטע צוגלייך, געזעץ צו מלחמה, מען קען לעבן אן א פולע סופרים קארט ראסטער..

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג פאברואר 14, 2016 7:30 pm

כאפצעם האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: די פוינט אז מען זאל אוועק נעמען אלע רעכטען פון א פרעזידענט אין די לעצטע יאר, איך האב זייער קלאר געשריבן אז שטעלן ריכטער איז "די וויכטיגסטע" זאך וואס א פרעזידענט טוט. דו האלטס אז אנדערע זאגען זענען אויך וויכטיג, גוט, טענה אז יענע זאכן זאל ער אויך נישט קענען טאן, אבער דאס מאכט נישט אז די "וויכטיגסטע" זאך זאל ער יא מעגן, ווייל אנדערע וויכטיגע זאכן - אין דיינע אויגן - וואלט ער אויך נישט געמעגט אויב אזוי.

......
דאס איז די שאלה, ווער דעסייד וואס די "וויכטיגסטע" זאך איז?

פון דיין אבזערוואציע פארשטיי איך אז דיין חילוק גייט "צו מ'קען עס צוריקדרייען". סאו אטאראזירן א ברייטע מיליטערישע אפאראציע אדער ווארפן אן אטאם קען מען נישט צוריקדרייען.

און פרעגסט וואס איך האלט? יא, א פרעזידענט באקומט א גאר קוירצע טערמין פון 4 יאר און די צייט קען ער טוהן אלעס וואס ער איז בארעכטיגט "ביזן לעצטן טאג" פון זיין פרעזידענטשאפט. לויט דיר באקומט דער פרעזידענט בלויז 3 יאר מאכן ערענסטע טוישונגען..

איי ער האט נישט קיין עלעקשאן מיט וואס מ'וועט זיך אפרעכענען מיט אים? די עצם זאך פון א "לעגעסי" איז די העכסטע פריאריטעט ביי פרעזידענטן.
......

די פוינט האב איך פריער פארזעהן.

די פוינט איז נישט איבער "צוריקדרייען". דאס איז "אויך" איינע פון די סיבות פארוואס עס איז די וויכטיגסטע זאך. אויך ווייל עס לאזט די גרעסטע פינגער אפדרוק אויפן לאנד און נאך פילע סיבות.

און דו רעדסט פון "קורצע פיר יאר". מיר רעדן דאך יעצט פון די "אכטע יאר". ווייל די פערטע יאר איז ער בכלל נשיט קיין לעים דאק!! פונקט פארקערט, דעמאלס איז ער די מערסטע קירפול, ווייל ער גייט שטיין פאר ריעלעקשאן.

אז דו רעדסט פון לעגענסי... נא נא, כ'הער. מען דאס איז עפעס וואס ליגט נישט אין די הענט פון די וויילער. דאס ליגט אין די הענט פון היסטאריקער וואס וועלן באשליסן. מען רעדט פון עפעס וואס די וויילער - די אלטימעט "ווי דע פיפעל" - זאלן קענען צוריק שמייסן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

תגובהדורך לאן אתה הולך » זונטאג פאברואר 14, 2016 7:36 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:און אויב ברענגסטו אריין די קאנסטעטוציע, האב איך שוין גענטפערט עטליכע מאל. די קאנסטעטוציע זאגט נישט פאר די סענאט אז זיי דארפן באשטעטיגן וואס די פרעזידענט ברענגט ארויף, און נישט אז זיי דארפן עס ברענגן פאר א וואוט. עס ליגט נשיט אויף זיי די גאנצע מעשה. עס ליגט אויפן פרעזידענט צו באקומען זייער באשטעטיגונג, און אויב ווילן זיי דאס נישט געבן - אויף סיי וועלעכע אופן, איז טאף לאק!!

פונקט ווי אבאמא קען מאכען עקזעקעטיוו ארדערס, און די ריפאבס קענען סך הכל שרייען און פארפירן - אפשר גיין אין קאורט - די זעלבע האט די קאנסטעטוציע נישט געגעבן פארן פרעזידענט מער כח מיטן נאמענירן ווי פאר די סענאט עס צו באשטעטיגן אדער נישט.

ס'איז אמת וואס דו זאגסט אז די סענאט האט נישט קיין ''חיוב'' צי וואוטן זיי האבן א ''רעכט'' נישט צי וואוטן, אבער יעדער פארשטייט אז די ''אינטענשן'' פין די קאנסטוטאשן איז אז די סענאט זאל וואוטן. יעצט, אז זיי ווילן נישט וואוטן דארפן זיי האבן א Justification אין זיי דארפן דעס קענען מסביר זיין פארן פאלק, איז דו זאגסט אז די Justification איז די פרעצעדענס. אין איך זאג אז אויב די Justification גייט זיין פרעצעדענס גייט עס ניישט ארבעטן. אויף דעם ארויף האב איך געשריבן:
לאן אתה הולך האט געשריבן:... צי וואס איך וויל ציקומען איז, אז די רעפאבס זאלן אויפהערן מיט נערישע ספינס, זיי וועלן סאך ווייטער אנקומען אין זיי וועלן סאך גרינגער געווינען די ארגיומענט אויב זיי וועלן קלאר זאגן אז די סיבה פארוואס זיי ברענגען נישט ארויף די וואוט איז ווייל דאס וועט חרוב לייגן אמעריקא, די פאלק וועט גרינגער אננעמען דעס אז זיי שטעלן זיך אויף פרינציפעל, ווי איידער זיך באהאלטן אונטער 'פרעצעדענס'. טראמפ אף אלל פיפעל האט נעכטן געגעבן די בעסטע תירוץ Delay Delay Delay רוף דעם קינד ביים נאמען.

נישט פארגעסן אז PR קענען די דעמעקראטן סאך בעסער, אויב גייט דעס ווערן א מלחמה אויף PR אין ספינס גייען זיי געווינען, ענדערש זאלן די רעפאבס קלאר זאגן וואס זיי ווילן דא.

זיי זאלן נישט דערמאנען איין ווארט פרעצעדענס, זיי זאלן פשוט זאגן אז די Justification נישט צי טוען וואס די קאננסטיטושן האט 'אינטעדעט' אז זיי זאלן טוען איז פשוט ווייל זיי מיינען די טובה פון פאלק.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג פאברואר 14, 2016 7:52 pm

זיי זאגן אז זיי ווילן אים נישט געבן די כח, ווייל עס איז צו א וויכטיגע זאך, און אז זיי נוצן אויס זייערע רעכטן לויט די קאנסטעטוציע - וואס די לינקע וואלטן פונקט אזוי גענוצט ביי-דע-וועי - און זאגן נאר אויך אז עס איז אזוי איינגעפירט.

איך פארשטיי נישט וויאזוי דאס איז א ספין. כאילו זיי באהאלטן זיך און זאגן נישט אפען ארויס אז וואס זיי ווילן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » זונטאג פאברואר 14, 2016 8:50 pm

מען גייט דא אין סורקלס.

איינער קען מאכן א סך הכל פון וואס יעדער האלט?

איך בין צומישט.
לעצט פאראכטן דורך בן נון אום זונטאג פאברואר 14, 2016 8:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג פאברואר 14, 2016 8:52 pm

לכתחילה, לויט דיין חשבון קען שוין א פרעזידענט גארנישט ('וויכטיג') טון די לעצטע 26 און א האלב חדשים פון זיין קאדענץ, פון א טאג נאך די מידטערם עלעקשאנס.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג פאברואר 14, 2016 8:56 pm

מי חכם האט געשריבן:לכתחילה, לויט דיין חשבון קען שוין א פרעזידענט גארנישט ('וויכטיג') טון די לעצטע 26 און א האלב חדשים פון זיין קאדענץ, פון א טאג נאך די מידטערם עלעקשאנס.

זייט נישט ברוגז, אבער איך גיי זיך נישט באציען צו איינען וואס מאכט עד אבסורדם אבזערוואציעס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2904
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג פאברואר 14, 2016 9:01 pm

מי חכם האט געשריבן:לכתחילה, לויט דיין חשבון קען שוין א פרעזידענט גארנישט ('וויכטיג') טון די לעצטע 26 און א האלב חדשים פון זיין קאדענץ, פון א טאג נאך די מידטערם עלעקשאנס.

נאר אויב ער איז א דעמאקראט...
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11745
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג פאברואר 14, 2016 9:15 pm

מי חכם האט געשריבן:לכתחילה, לויט דיין חשבון קען שוין א פרעזידענט גארנישט ('וויכטיג') טון די לעצטע 26 און א האלב חדשים פון זיין קאדענץ, פון א טאג נאך די מידטערם עלעקשאנס.

@לכתחילה האט זיך שוין פריער מסביר געווען אז ער באציעט זיך נאר אויף שטעלן א סופרים קאורט ריכטער וויבאלד דאס איז די "סאמע וויכטיגסטע" זאך פון א פרעזידענט.

אבער איהכ"נ, לויט זיין הסבר אז ער זאל נישט מעגן וויבאלד "ער גייט שוין נישט האבן קיין וואלן" טאר ער שוין טאקע נישט ערוועלן קיין ריכטער איינמאל די מידטורם עלעקשאנס זענען אווער.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2904
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג פאברואר 14, 2016 9:16 pm

סאיז צום שטוינען ווי קליגע מענטשען ווערן פארטמט פאר פאליטישע אנשויאינגען.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג פאברואר 14, 2016 9:23 pm

[quote="לכתחילה אריבער"][quote="מי חכם"]לכתחילה, לויט דיין חשבון קען שוין א פרעזידענט גארנישט ('וויכטיג') טון די לעצטע 26 און א האלב חדשים פון זיין קאדענץ, פון א טאג נאך די מידטערם עלעקשאנס.[/quote]
זייט נישט ברוגז, אבער איך גיי זיך נישט באציען צו איינען וואס מאכט עד אבסורדם אבזערוואציעס.[/quote]

כ'האב נאכגעזוכט וואס דער טערמין מיינט, שטעלט זיך ארויס עס איז דוקא א גוטער, אנגענומענער ארגומענט סטייל. (א 'שטרוי מאן' איז ענליך צו דעם, און איז טאקע א פעלערהאפטיגער ארגומענט, געמאכט - בטעות אדער בזדון - אויפצובלאזן דעם אנדערנס ארגומענט צו אינגאנצן עפעס אנדערש ווי יענער האט געזאגט, אבער עס איז דורכאויס פאלש. יענעם'ס סברא איז נישט מכריח צו זאגן די שטרוי מאן סברא אויכעט. משא"כ עד אבסארדאם, וואס איז געבויט און מוכרח אויף יענעם'ס ווערטער.

אין אונזער פאל: אויב איז אמת דיין טענה אז א פרעזידענט זאל נישט נעמען קיין וויכטיגע שריט ווען ער -אדער זיין פארטיי- שטייט שוין מער נישט אויס קיין עלעקשאנס אונטער זיין קאדענץ, דאן גייט דאס בהכרח צוריק ביז די מידטערם'ס. אויב פארשטייסטו אליין אז מען קען נישט אזוי זאגן, מוז זיין אז די סברא איז נישט ריכטיג. אפילו נניח עס איז דא א פרעצעדענט (און ווי מ'האט שוין געשריבן, עס איז דוקא נישט דא) אז דער פרעזידענט שטעלט נישט די לעצטע יאר, איז דער טעם נישט וועגן די סיבה אז ער האט שוין נישט מורא פון די עלעקשאנס.

איך קען הערן אנדערע סברות. מ'קען זאגן אז כלפי אזא וויכטיגע באשלוס איז ער שוין יעצט א 'לעים דאק'. פונקט ווי פרעסעדענץ זאגט אז מען פירט נישט דורך קיין וויכטיגע געזעצן אין די לעצטע 2 חדשים ווען עס איז שוין דא א נייער פרעזידענט עלעקט, קען מען זאגן דאס זעלבע לגבי די לעצטע יאר פון א פרעזידענט און אזא וויכטיגע אישו).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » זונטאג פאברואר 14, 2016 9:32 pm

כאפצעם האט געשריבן:אוודאי קען ער נישט טוהן וואס ער וויל און דעריבער זאגט די קאנסטיטוציאנאלע פארשריפט פראצעדור אז די סענאט דארף עס באשטעטיגן

די ווערטער שרייבסטו אין ענטפער צו וואס איך האב געשריבן און אונטערגעשטיצט מיט די קאנסטיטוציע אז סענאט האט נישט קיין שום קאנסטיטוצינאלע אויפגאבע צו באשטעיטיגן דעם פעזידענט'ס נאמינירטע. נישט דו ברענגסט א ראיה פארקערט, נישט דו ברענגסט א צווייטע ארגומענט קעגן מיר, דו שיסט בלויז פשוט איבער די זעלבע טענה! דעיס דארף מען קענען.

אויב איז דיר די פשוטע ווערטער פון די קאנסטיטוציע נישט גענוג, זיי וויסן אז ביים קאנסטיטוציאנאלע קאנווענשין האבן די דעלעגאטן אפגעווארפן א פלאן פון מעדיסאן וועלכע האט געלויטעט אז סענאט וועט דארפן אקטיוו וועטאירן א נאמינאציע פון פונעם פרעזידענט אז עס זאל נישט אריינגיין אין קראפט. איר הערט? די דעלעגאטן דארט האבן אפגעווארפן יענעם פלאן פארן יעצטיגן פלאן. און דער יעצטיגע פלאן האט נישט קיין איין - נאכאמאל, קיין איין - פארלאנג פונעם סענאט צו שטימען. אדרבה, צייגזשע אזוי גוט ווי עס שטייט אז סענאט דארף שטימען? ווי געשריבן פריערט, דער פרעזידענט קען נאר שטעלן א ריכטער צום הויעכן געריכט מיט די צושטימונג פונעם סענאט. אז ער באקומט עס נישט איז עס זיין פארלוסט.

און ווי טעד קרוז זאגט, די סענאט דארף אויך געבן עדווייס און זייער עדווייס איז אז ער זאל נישט נאמינירן קיינעם ביז נאך די וואלן...

נאך א פונקט: פון 35 נאמינירטע וועלכע זענען נישט געווארן באשטעיטיגט זענען 25 נישטאמאל ארויפגעקומען פאר א וואוט.

און ארויסצוברענגען די היפאקראציע, שומער האט אין 07 וועלכע איז נישט געווען א וואל יאר גערופן פאר זיינע קאלעגעס נישט אויפצוברענגען קיין נאמיניס מער פון בוש. קאנסטיטוציע? פרעג מר כאפצעם.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11745
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג פאברואר 14, 2016 9:58 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אוודאי קען ער נישט טוהן וואס ער וויל און דעריבער זאגט די קאנסטיטוציאנאלע פארשריפט פראצעדור אז די סענאט דארף עס באשטעטיגן

די ווערטער שרייבסטו אין ענטפער צו וואס איך האב געשריבן און אונטערגעשטיצט מיט די קאנסטיטוציע אז סענאט האט נישט קיין שום קאנסטיטוצינאלע אויפגאבע צו באשטעיטיגן דעם פעזידענט'ס נאמינירטע. נישט דו ברענגסט א ראיה פארקערט, נישט דו ברענגסט א צווייטע ארגומענט קעגן מיר, דו שיסט בלויז פשוט איבער די זעלבע טענה! דעיס דארף מען קענען.

האסט געגעבן אזא ציפ אראפ א שטיקל פון מיין תגובה און געמאכט א לחיים!
לחיים טובים ולשלום.

וואס כהאב געזאגט איז אז די סיבה פארוואס די קונסטעטוציע האט אריינגענימען די סענאט אין בילד איז טאקע כדאי דער פרעזידענט זאל נישט האבן די גאנצע מאכט און אויב סענאט מאכט זיך בכלל נישט וויסענדיג און שטימט ניטאמאל איז דאך דער אפיציאלער פראצעדור צעפאלן. איא?

יואב בן צרויה האט געשריבן:און דער יעצטיגע פלאן האט נישט קיין איין - נאכאמאל, קיין איין - פארלאנג פונעם סענאט צו שטימען. אדרבה, צייגזשע אזוי גוט ווי עס שטייט אז סענאט דארף שטימען? ווי געשריבן פריערט, [b]דער פרעזידענט קען נאר שטעלן א ריכטער צום הויעכן געריכט מיט די צושטימונג פונעם סענאט. אז ער באקומט עס נישט איז עס זיין פארלוסט.


סאו אדרבה, זיי מסביר וויאזוי די קאנסטונאציאנאלער פראצעדור דארף צוגיין? מה הדרך הישרה שילכו בה?
יואב בן צרויה האט געשריבן:און ווי טעד קרוז זאגט, די סענאט דארף אויך געבן עדווייס און זייער עדווייס איז אז ער זאל נישט נאמינירן קיינעם ביז נאך די וואלן...

אדרבה זאלן די סענאט געבן עדווייס, מיטש מעקאנעל איז די סענאט? אדרבה זאלן זיי זיך אפילו לאזן הערן אויב זיי ווילן עס פיליבאסטערן און נישט ארויפברענגען פאר א וואוט "צוליב וואס סגעהערט פארן נעקסטן פרעזידענט".

אינגאנצן זיך נישט לאזן הערן איז בכלל נישט אין איינקלאנג מיטן קאנסטעטוציאנאלער פראצעדור.

יואב בן צרויה האט געשריבן:שומער האט אין 07 וועלכע איז נישט געווען א וואל יאר גערופן פאר זיינע קאלעגעס נישט אויפצוברענגען קיין נאמיניס מער פון בוש. קאנסטיטוציע? פרעג מר כאפצעם.
פרעג מר. שומער

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » זונטאג פאברואר 14, 2016 10:22 pm

די דרך ישרה איז אז דער פרעזידענט זאל טרעפן אן אזן קשבת ביים סענאט. אז ער קען נישט איז נישטא קיין ריכטער, פעריאד. איין מענטש קומט נישט צו קענען שטעלן פערזאנען אויף לעבנסלענליכע, קאנסעקווענצן רייכע פאזיציעס בלויז ווייל ער האט געווינען אן עלעקשאן. אמעריקע איז א קאנסטיטוציאנאלע, רעפובליקאנע דעמאקראטיע ווי די רעכטן פון יעדן - נישט בלויז די מאיאריטעט - איז רעפרעזענטירט.

דאס האט מיך גראדע געשאקלט אביסל ווען בוש האט נעכטן געזאגט, ״איך בין אן ארטיקל צוויי מענטש. אונז וויל מיר א שטארקע עקסעקיוטיוו.״ דאס איז געווען די געדאנק פון העמילטאן, אבער נישט די געדאנק פון רוב קאנסטיטוציאנאלע דעלעגאטן און איז נישט לרוח פון א גרויסע טייל קאנסערוואטיוון/ליבערטעריענס. ריכטער סקאליע אליין האט אנהייב פון זיין קאריערע פראבירט צו פארשלאגן אז מען קען זיין קאנסערוואטיוו און גיין מיט העמילטאן אבער ער האט עטליכע מאל שארף אריינגעשניטן - כדרכו - אין העמילטאן׳ס שיטות.

עניוועי, אשאד די רעדן ווען מעקאנעל וועט זיך סייווי ברעכן. וואס דארף מען מער ווי דעם אז לינדזי גרעהעם האט שוין געפונען פאר וויכטיג אראפצורייסן טעד קרוז אויף דעם אישו און געזאגט אז ער וויל נישט ער זאל זיין דער וואס שטעלט ריכטער.

אויב איינער האט געמיינט אז די דעמאקראטישע פארטיי האט אן אפאזיציע, וועקט אייך אויף.

בעיביסיטער
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:20 pm

תגובהדורך בעיביסיטער » זונטאג פאברואר 14, 2016 10:31 pm

איך וויל נישט איבער האקן די רייכע דיסקוסיע גיסט זיך וויסנשאפט קע"ה
כאב געזען איינעם פרעגן אויף טוויטער וואס געשעט אויב די סופרים קאורט בלייבט 4-4 און עס געשעט נאכאמאל א בוש גאור 2000 ??

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג פאברואר 14, 2016 10:58 pm

מי חכם האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:לכתחילה, לויט דיין חשבון קען שוין א פרעזידענט גארנישט ('וויכטיג') טון די לעצטע 26 און א האלב חדשים פון זיין קאדענץ, פון א טאג נאך די מידטערם עלעקשאנס.

זייט נישט ברוגז, אבער איך גיי זיך נישט באציען צו איינען וואס מאכט עד אבסורדם אבזערוואציעס.


כ'האב נאכגעזוכט וואס דער טערמין מיינט, שטעלט זיך ארויס עס איז דוקא א גוטער, אנגענומענער ארגומענט סטייל. (א 'שטרוי מאן' איז ענליך צו דעם, און איז טאקע א פעלערהאפטיגער ארגומענט, געמאכט - בטעות אדער בזדון - אויפצובלאזן דעם אנדערנס ארגומענט צו אינגאנצן עפעס אנדערש ווי יענער האט געזאגט, אבער עס איז דורכאויס פאלש. יענעם'ס סברא איז נישט מכריח צו זאגן די שטרוי מאן סברא אויכעט. משא"כ עד אבסארדאם, וואס איז געבויט און מוכרח אויף יענעם'ס ווערטער.

אין אונזער פאל: אויב איז אמת דיין טענה אז א פרעזידענט זאל נישט נעמען קיין וויכטיגע שריט ווען ער -אדער זיין פארטיי- שטייט שוין מער נישט אויס קיין עלעקשאנס אונטער זיין קאדענץ, דאן גייט דאס בהכרח צוריק ביז די מידטערם'ס. אויב פארשטייסטו אליין אז מען קען נישט אזוי זאגן, מוז זיין אז די סברא איז נישט ריכטיג. אפילו נניח עס איז דא א פרעצעדענט (און ווי מ'האט שוין געשריבן, עס איז דוקא נישט דא) אז דער פרעזידענט שטעלט נישט די לעצטע יאר, איז דער טעם נישט וועגן די סיבה אז ער האט שוין נישט מורא פון די עלעקשאנס.

איך קען הערן אנדערע סברות. מ'קען זאגן אז כלפי אזא וויכטיגע באשלוס איז ער שוין יעצט א 'לעים דאק'. פונקט ווי פרעסעדענץ זאגט אז מען פירט נישט דורך קיין וויכטיגע געזעצן אין די לעצטע 2 חדשים ווען עס איז שוין דא א נייער פרעזידענט עלעקט, קען מען זאגן דאס זעלבע לגבי די לעצטע יאר פון א פרעזידענט און אזא וויכטיגע אישו).

אפגעזעהן צו עס איז א אנגענומענע ארגומענט סטייל אדער נישט, איז דאך אמעריקע א פרייע מדינה, און איך נעם מיר די רעכט נישט צו טענה'ן איז די וועג.

איר זעהט, ווי איר האט יעצט אראפגעלייגט די טענה, איז עס צום זאך, און מען קען עס ענטפערן.

און די ענטפער איז זייער פשוט.

אוודאי איז נישט ריכטיג צו זאגן אז א פרעזידענט זאל גארנישט קענען טאן איינמאל זיין פארטיי שטייט נישט פאר ריעלעקשאן.

אבער איך האב געשריבן צוויי זייער וויכטיגע קרייטיריע אין דעם ארגומענט. איינס אז שטעלן א ריכטער איז לכל הדעות די "וויכטיגסטע" שריט פון א פריזידענט, און אויב זאל מען זאגן אז נאר "איין וויכטיגסטע" זאך זאל ער נישט קענען טאן אין אזא צייט, איז עס שטעלן א ריכטער.

צווייטענס, האב איך געשריבן נישט נאר אז זיין פארטיי שטייט נישט פאר ריעלעקשאן, נאר אז ער איז א לעים דאק, נעמליך גארנישט ערענסט איז ערווארטעד אויסגעפירט צו ווערן אין די פארבליבענע צייט.

אויב האלט מען גלייך נאך די מידטערמס, און עס איז דא א גאנצע רייע געזעצן בודזשעטן אא"וו וואס דאפן נאך ווערן אויסגעפירט, איז נאך דא גענוג וועגן ווי מען זאל קענען "צורוקשלאגן" דעם פרעזידענט אויב מאכט ער א ערענסטע פעלער, אבער איינאמל ער איז לעים דאק, ווען ער איז שוין "מיעד" און די קאנגרעסלייט רעכענען זיך שוין גאר ווייניג מיט אים און מיט זיין ווארט, אזא פאל איז שוין דא א ערענסט סברה צו זאגן אז ער זאל נישט האבן אזא ברייטע מאכט.

יעצט אז עס קומט זיך צוזאם די וויכטיגסטע באשלוס פון א פרעזידענט, און עס איז אין די שוואכסטע מאמענטן פון זיין פרעזידענטשאפט, קען זיך זייער הערן אז אזוי ווי עס איז בכלל נישט קיין עמערדזשענסי, די קאורט קען געהעריג אנגיין אזוי אויך, און עס גייט אן אזוי אן קיין פראבלעם אין אנדערע צייטן פאר אנדערע סיבות ווי ערווענט, איז שטארק הערבאר אז ער זאל אוועק טרעטן און איבערלאזן אזא זאך פאר זיין נאכפאלגער, און אויב וויל ער נישט, אז די קעגנערישע פארטיי וואס שטייט אויס גאר אסאך צו פארלירן זאלן אוסנוצן זייער כח אים אפצוהאלטן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

תגובהדורך לאן אתה הולך » זונטאג פאברואר 14, 2016 11:00 pm

בעיביסיטער האט געשריבן:איך וויל נישט איבער האקן די רייכע דיסקוסיע גיסט זיך וויסנשאפט קע"ה
כאב געזען איינעם פרעגן אויף טוויטער וואס געשעט אויב די סופרים קאורט בלייבט 4-4 און עס געשעט נאכאמאל א בוש גאור 2000 ??

ווען ס'איז א 4-4 בלייבט די פסק פין די נידריגע קארט שטיין, וואס מיינט אז אין בוש גאור קעיס וואלט ווען געבליבן שטיין די פסק פון די פלארידע סופרים קארט אין ווארשיינליך העט ווען גאור געווארן פרעזידענט.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11745
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג פאברואר 15, 2016 12:38 am

די ווייסע הויז האט געמאלדן אז אבאמא וועט נאמינירן א סופרים קאורט ריכטער קומענדיגע וואך זינטאג ווען די סענאט קומט צוריק פון ריסעס.

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מאנטאג פאברואר 15, 2016 12:48 am

שיין פון אבאמא אז ער האט נישט געכאפט דעם געלעגנהייט און געמאכט א ריסעס נאמענאציע...
זעט אויס עפפס רעספעקט פארן סענאט האט ער נאך.

אגב, לכתחילה, דו זאגסט אז די רעפּובליקאַנער זענען אפן מיט זייערע סיבות: נישט ריכטיג. מעקאנעל האט געזאגט אז די סיבה איז וויבאלד מיר דארפן לאזן די אמעריקאנע באַפעלקערונג געבן זייער שטימע - ווי כאילו אבאמא איז נישט ערוועלט געווארן דורך די אמעריקאנע באַפעלקערונג.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11745
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג פאברואר 15, 2016 12:58 am

זעה איך יעצט די לשון פונעם קאנסטעטוציע:

the president shall nominate, and by and with the Advice and Consent of the Senate, shall appoint Judges of
the supreme Court

דאס הייסט ס'שטייט קלאר: דער פרעזידענט "זאל" נאמינירן א ריכטער. נישט ער "קען", "מעג", אדער האט די "רעכט" נאר ער האט א "פליכט".

אין אנדערע ווערטער אפילו אבאמא זאל באמת נישט וועלן נאמינירן האט ער נישט קיין אנדערע ברירה און מוז פאלגן די קאנסטעטוציע וואס ער האט געשוואירן איינצוהאלטן...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 29 געסט