וועם גייט טראמפ נעמען פאר וויצע פרעזידענט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- פאליק
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6836
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
- לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך
וועם גייט טראמפ נעמען פאר וויצע פרעזידענט
ביז יעצט איז יעדער געווען כמעט ווי זיכער אז טראמפ גייט נעמען טעקסאס סענאטעאר טעד קרוז פאר זיין מיטלויפער אזוי האט מען שפעקולירט אין די מידיא און דא אויף אייוועלט
אבער מה עשה הקב"ה די צוויי האבן זיך גאר שטארק צוריסן אז זיי זענען שונא נומבער איינס
ממילא בלייבט יעצט איבער צו שפעקולירן וועם טראמפ גייט נעמען וועט א רעפובליקאנער סענאטער אדער גאווערנער וועלן מיטטאנצן מיט אים און זיין אחראי אוי ףאלעס וואס גייט אים בייפאלן אדער וועט ער אויך נעמען א ביזנעסמאן?

- יואב בן צרויה
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3290
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm
- פאליק
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6836
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
- לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך
יואב בן צרויה האט געשריבן:א) טראמפ גייט נישט זיין די נאמיני.
ב) קיינער האט נישט געהאלטן אז ער וועט נעמען קרוז.
ג) קרוז וואלט נישט געלאפן מיט דעם אומסטאבילן מאן.
ד) טראמפ נאמינירט זיך אליין פאר וויצע אדער סארא פעילין, ביידע די זעלבע...
קרוז איז נאך אזוי אומסטאביל און ער איז נאך אזוי אומבאליבט ביי די מענשן וואס קענען אים פון די נאנט
זיין טאכטער גייטעך זיין ביזי מיט די "טראמפ ביזנעס"...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
לויט געוויסע "פאראויס זאגער" זעהט יעצט אויס אז די האנערעבל "בת היענה" וועט ווארשיינליך דינען אלס וויצע צום "טראמפ וועט נישט נאמינירט ווערען" פרעזידענט...
ונזכה ונחיה, ונראה. וילאכעכי הקהל, כלחחחחח השור!
ונזכה ונחיה, ונראה. וילאכעכי הקהל, כלחחחחח השור!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
- יואב בן צרויה
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3290
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm
יואב בן צרויה האט געשריבן:סמארט גאי האט געשריבן:יואב בן צרויה האט געשריבן:א) טראמפ גייט נישט זיין די נאמיני.
.
נישט געהערט, זאג נאכאמאל ?
טראמפ גייט נישט זיין די נאמיני.
פרעג נאך איין מאל און איך קום מיט וויכי.
וויכי זאגט אנדערש.
אין פאליטיק קען מען גארנישט פרעדיקטן. אבער אויב מען קען עפעס פרעדיקטן זאג איך אז טראמפ גייט נישט זיין די נאמיני.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
- פאטאקי08
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13894
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
- פארבינד זיך:
לכאורה האט געשריבן:מען פירט זיך נישט צו נעמען א מיטלויפער פונעם זעלבן שטאט
מען פירט זיך נישט צו לויפן פאר פרעזידענט אויב מען איז נישט געבוירן אין אמעריקע...
אויך פירט מען זיך נישט צו לויפן פאר א דריטן טערמין נאך וואס טוירם לימיטס איז דורך אין א רעפערענדרום צוויי מאל און אריין אין שטאטישן טאשרטער.. ועוד ועוד
איך האב אויך אלעמאל אזוי געוואוסט, איינער (איך מיין לכתחילה) האט דא נישט לאנג צוריק געשריבן דערפון אז עס איז א א פשוטע טעות און סנישטא אזא געזעץ אז די קאנדידאטן טארן נישט קומען פון די זעלבע סטעיט
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2909
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
יואב בן צרויה האט געשריבן:א) טראמפ גייט נישט זיין די נאמיני. ..
דו זעהסט נישט זיין טרענד? נאך די אלע פארזאגעכצער אז יעצט גייט ער אנהייבן פאלן, און יעצט מוז ער אריינהויבן א טראסקע, האלטן מיר ווייטער וואו מ׳האט אנגעהויבן. וואס נאך גייט פאסירן וואס זאל פיינעלי טוישן די לופט מן הקצה אל הקצה?
די איינציגע זאך וואס מאנכע אינקלודינג וויכי זאגן כסדר איז, אז ביי די וואלען וועט זיך אלעס א דריי געבן. איך ווער עפעס נישט איבערצייגט מיט אזא הבטחה, נאך וואס אבאמא איז אריינגעוועלט געווארן צוויי מאל.
פארפאלן, דער דעת הקהל איז היסטאריש דאמם, און די אינפארמאציע זייערע באקומען זיי מער נישט פון צייטונגען און מעגאזינען ווי אמאל, נאר פון סאושעל מידיע. און דאס זענען די רעזולטאטן.
חוץ מזה בין איך בכלל נישט איבערצייגט אז ס׳איז אזא צרה די טראמפ פענאמענן, איך גיב אים שטארקע שאנסן אויף סוקסעס בעיסד אויף זיין רעקארד.
לאמיר זיך נישט פאפן, עני קאנווענשענאל פאליטישאן גייט פעיסן קאנווענשענאל נסיונות פון אריינפאלן אין טיפיקעל פאליטיק און הוילע דיפלאמאטיע די מינוט וואס ער קומט אריין אין ווייסען הויז, ווי שטארק איך זאל נישט גלייכען רוביא, זעה איך נישט אין אים עניטינג ספעציעל וואס זאל אים באהיטן פון דאס וואס ווארט אים אפ אין וואשינגטאן.
קרוז האט ביי מיר נישט נושא חן געווען, זשאסט עי מעטטער אוו טעיסט, און אויך בין איך היבש מסופק אין זיין מעגליכקייט ארויסצושטויסן דעם ליימענעם קעפיטאל הילל פונעם לאנגווייליגן גרידלאק, בעיסד אויף די וועג ווי אזוי ער האט געקעמפט ביז היינט. איך בין אבער אפן פאר אנדערע פאקטען.
- יואב בן צרויה
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3290
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm
עטץ פארגעסטס אז די פריימערי איז א געים פון דעלעגאטן. ביז פלארידע איז נישטא קיין ווינער טעיק אל סטעיטס. קרוז האט אייזערנע ארגעניזעישאן איבעראל, און אין טעקסעס שטייט ער 15 פראצענט פאראויס - כמעט ביי 50 וואס זאל ער אנקומען צו פופציג באקומט ער אלע 155 דעלעגאטן.
קרוז וועט געווינען אייאווע. איך האב דערין נישט קיין ספק. אנדערש געלייגט, איך וועל זיין זייער סורפרייזד אויב קרוז קומט נישט אריין נומבער איינס. דעט סעד, אפי׳ ער קומט אריין צווייט וועט ער האבן די זעלבע סאך דעלעגאטן פון די סטעיט צוליב זיין אבנארמאל געלונגענע ערד אפאראציע.
עס גייען ארויסגיין אסאך קאנדידאטן ביז מערץ איינס, טראמפ וועט נישט קענען אויסמיידן אלע דעבאטעס, קרוז קאמפיט שטארק פאר צווייט אין ניו העמפשיר און אייאווע קען אים בוסטן דארט, און א צווייטע געווינס דארט קען אים געבן טים סקאט אין ניקי העלי צו געווינען סאוט קאראוליינע און טראמפ וועט מיט דעם אין די ענדע נישט זיגן. איך האלט אז קרוז האט לע״ע די מערסט זעהבארע וועג צום נאמינאציע.

לעצט פארראכטן דורך יואב בן צרויה אום דינסטאג יאנואר 26, 2016 9:17 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.