שפאנונג צווישן רוסלאנד & טערקיי צוליב אראפשיסן פליגער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ניין, אבער שכנית'דיגע לענדער מוזן האבן אביסל מער פארשטענדעניש.

און וואס האט טערקיי איינגעשטויסן מיט רוסלאנד אז סקומט זיך זיי "פארשטענדעניש"?

דו האסט געפרעגט איבער 2,000 פארלעצונגען א יאר. דערויף האב איך געענטפערט אז שכנים מוזן האבן פארשטענדעניש.
שכנים אדער נישט, מען שיסט נישט אראפ א פליגער וואס פארלעצט אומווילנדיג א לאנד'ס לופט-רעכט פאר עטליכע סקונדעס, חוץ אויב מען איז גרייט צו ליידן די קאנסעקווענצן.
רוסלאנד איז נישט אין קריג מיט טערקיי, האט נישט געשטעלט קען געפאר פאר טערקיי און דו ווייסט דאס גאנץ גוט.
אמעריקע איז אכט טויזנט מייל ווייט צפון קארעא און איז טעכניש אין קריג מיט זיי. עס איז קיין פארגלייך צום יעצטיגן פאסירונג.
(אגב, מדנ"י פארלעצונגען זענען נישט בטעות און נישט פאר עטליכע סקונדעס/מינוט).

נישט קײן דמיון צו צװײ אומשילדיגע שכנים !
פוטין האט באמבאדירט טערקישע רעבעלס אין סוריע
דערפאר האט טערקײ געזוכט א געלעגענהײט אים מסדר צו זײן,

נאכמער די רוסישע פליגער זענען שוין מערערע מאל ארײנגעפלױגן אין טערקישע טערעטאריע,
כדי צו באמבאדירן טערקישע רעבעלס,
האט טערקײ זײער ריכטיג געהאנדלט ,

איך זעה נישט אז פוטין אדער אבאמא זאלן אנדערש טוהן
אז יענער קען קענסטו אויך
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

איך מיין אז ס'איז נישט דא קיין שפיר צו זאגן אז ס'איז נישט אבאמא, ערדאן איז ווייט פון אזא מעקעלע אז ער זאל זאגן וואס ער האט געזאגט.
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

דער ערדאגאן איז א הונט שב'הונטן. פוטין איז שוין ביליכער ווי אים, ווייל ער איז א רשע, אבער ערדאגאן איז א רשע און אויך גוט משוגע (עיין ערך בויען א פאלאץ פון טויזענט צימערן און שטעלן סאלדאטן מונדירט אין קליידונג פונעם סולטאנס וועכטער פון 400 יאר צוריק אין אויפנאמע זאל), ער איז א גרויסער שוטה, וואס האט אים אויסגעפעלט זיך צו פארטשעפען מיט רוסלאנד, וואס האט ער דערפון, גארנישט, נאר צרות. הערשט האט ער גענוג און נאך פוטער אויפ'ן קאפ, ער שטיצט אייסיס און איז ווערד זיין געלט. איך האב שטארק הנאה פון די גאנצע געשיכטע, זאל פוטין אים אריינשמייסן אז עס וועט גיין א רויך, פוטין וועט אויך ליידן, זאלן זיך די ביידע רייסן ביי די קעפ און מיר וועלן זיך קייכן פאר געלעכטער, אבער זאגן אז ערדאגאן איז גערעכט, ער איז משוגע.

וואדזשע דען, מען קען זאגן פשוט, אז ערדאגאן גייט אין לעבן פטור צו ווערן פון אסאד, און דערפאר שטיצט ער אייסיס, און איז דערפאר שטארק אויפגעברויזט אז רוסלאנד אטאקירט די שונאים פון אסאד.
פרעגט זיך די פראגע, פארוואס וויל ערדאגאן אז אסאד זאל פאלן, דאס איז נישט ווייל ערדאגאן האט אונז ליב, אדער ער האט ליב דעמאקראטיע, ער האט עפעס פינסטערע כוונות וויאזוי דאס דארף צו שטימען מיט זיינע דיקטאטורישע סארט חלומות, דער משוגענער.
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

גיב עס א וואך צוויי און דער שוטה ערדאגאן וועט לויפן זיך בוקן צו פוטינ'ס פוס. ער כאפט נאכנישט וואס די חוצפה קעגן פוטין וועט אים קאסטן
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

קען זיין ער איז א שוטה אבער ער גייט זיך לויט זיין נאטור נישט בוקן צו פוטין. נאר אזוי האט ער געקענט פירן זיין לאנד צו אן איסלאמישער רעפאבליק און איבער גענימען די מאכט אין לאנד אזוי וואו פוטן האט געטאן ביי זיך אין לאנד.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איך זעהאבער אז ער וויינט שוין צו פוטין ווי ער וואלט ווען געטון דאס ערגסטע ווען ער האט סך הכל געטון וואס ער האט געדארפט
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

וואס הייסט ער וויינט שוין צו עם, ער האט נאך עפיס געזאגט אויסער אז ס'וואלט נישט געדארפט געשען?.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

דאס איז נישט געניג? און אז ער קאלט פוטין און פוטין וויל נישט ענפערן די קאל קאלט ער נאכאמאל? פוטין וואלט זיך נישט זיך געלאזט אזוי פארשעמען ער וואלט געשפילט ווי דער קאלטע ביג שאט נישט ווי די אינגעלע וואס האט חרטה
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

פוטין האט צוויי טעג צוריק געזאגט אז טערקיי קויפט אויל פון די אייסיס אין סיריע.
ווי ס׳זעט אויס איז דאס דער סיבה פארוואס ער באמבעדירט אין סיריע. און טערקיי האט נישט אומזינסט אראפגעשאסען רוסלאנדס ערעפלאן
בכלל האלט פוטין אז אמעריקא האלט א בלינד אויג אויף טערקיי און אנדערע אמעריקארנער פריינד וואס אומאפציעל פונאנצירען אייסיס און אנדרער רעבעלן גרופעס דורך קויפן זייער אויל
פוטין איז נישט אזא נער דא, ווען איך קען ווען וואלט איך ארויפגעלייגט א קליפ ווי פוטין קלארט אויס דער גאנצע אייסיס מעשה
לעצט פארראכטן דורך יעך'בין שוין גרויס אום זונטאג נאוועמבער 29, 2015 10:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן: ווען איך קען ווען וואלט איך ארויפגעלייגט א קליפ ווי פוטין קלארט אויס דער גאנצע אייסיס מעשה

נו, ווער לאזט דיך נישט?
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

א טענצל! האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:.

רוסלאנד שליסט זיך אן אין פראנקרייךס רוף אז מען זאל פארשפארן די טערקיי-סירישע גרעניץ


בכלל נישט קיין נייע געדאנק. פארוואס דערמאנט קיינער נישט אז אמעריקע האלט אינמיטן אן אפעראציע - אינאיינעם מיט טערקיי - צו פארזיכערן טערקיי'ס גרעניצן מיט סיריע.

לויט ווי כ'דענק פון א וואך 2 צוריק, האט אמעריקע געמאלדן אז 75 פראצענט איז שוין פארזיכערט, און מ'האלט אינמיטן ארבעטן אויף די איבריגע חלק.

איך זע אז אין די לעצטע 2 טעג איז אמעריקא אויך ארויסגעקומען מיט א רוף אז טערקיי זאל אפשפארן די גרעניץ מיט סיריע.

האבן אמעריקא שוין אמאל פארלאנגט דאס?
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

dim האט געשריבן:
יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן: ווען איך קען ווען וואלט איך ארויפגעלייגט א קליפ ווי פוטין קלארט אויס דער גאנצע אייסיס מעשה

נו, ווער לאזט דיך נישט?

יוטוב
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:פוטין האט צוויי טעג צוריק געזאגט אז טערקיי קויפט אויל פון די אייסיס אין סיריע.
ווי ס׳זעט אויס איז דאס דער סיבה פארוואס ער באמבעדירט אין סיריע. און טערקיי האט נישט אומזינסט אראפגעשאסען רוסלאנדס ערעפלאן
בכלל האלט פוטין אזאמעריקא האלט א בלינד אויג אויף טערקיי און אנדערע אמיריקאנער פריינד וואס אומאפציעל פינאנצירען אייסיס און אנדרער רעבעלן גרופעס דורך קויפן זייער אויל
פוטין איז נישט אזא נער דא, ווען איך קען ווען וואלט איך ארויפגעלייגט א קליפ ווי פוטין קלארט אויס דער גאנצע אייסיס מעשה

פוטין קלארט אויס די מעשה :lol: :lol: :lol:

דעם קען מען נישט גלייבן וויפיל אזייגער סאיז אויך נישט.

לגבי די אויל-טערקיי-שטיצן אייסיס- מעשה, קען קיינער נישט באשטעטיגן אז סעקזעסטירט אזא זאך אז טערקיי זאל קויפן פון זיי אויל, איי כמיין קענסטאך זעהן ווי סשלענגעלט זיך ריזיגע ליניעס פון אויל טראקס אריין קיין טערקיי (קרעדיט: פוטין), זעהט עס למעשה קיינער נישט און מקען עס נישט באשטעטיגן און טערקיי לייקנט שטיין און ביין אז סאיז א פשוטער בלוט בולבול וואס רוסלאנד האט נארוואס אפגעבאקן אלס נקמה אין טערקיי.

פון די אנדערע זייט, דאס איז יא באשטעטיגט דורך די CIA אז די סיריע גאווערמענט קויפט איין רעגלמעסיג סחורה פון אייסיס.
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

כאפצעם האט געשריבן:
יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:פוטין האט צוויי טעג צוריק געזאגט אז טערקיי קויפט אויל פון די אייסיס אין סיריע.
ווי ס׳זעט אויס איז דאס דער סיבה פארוואס ער באמבעדירט אין סיריע. און טערקיי האט נישט אומזינסט אראפגעשאסען רוסלאנדס ערעפלאן
בכלל האלט פוטין אזאמעריקא האלט א בלינד אויג אויף טערקיי און אנדערע אמיריקאנער פריינד וואס אומאפציעל פינאנצירען אייסיס און אנדרער רעבעלן גרופעס דורך קויפן זייער אויל
פוטין איז נישט אזא נער דא, ווען איך קען ווען וואלט איך ארויפגעלייגט א קליפ ווי פוטין קלארט אויס דער גאנצע אייסיס מעשה

פוטין קלארט אויס די מעשה :lol: :lol: :lol:

דעם קען מען נישט גלייבן וויפיל אזייגער סאיז אויך נישט.

לגבי די אויל-טערקיי-שטיצן אייסיס- מעשה, קען קיינער נישט באשטעטיגן אז סעקזעסטירט אזא זאך אז טערקיי זאל קויפן פון זיי אויל, איי כמיין קענסטאך זעהן ווי סשלענגעלט זיך ריזיגע ליניעס פון אויל טראקס אריין קיין טערקיי (קרעדיט: פוטין), זעהט עס למעשה קיינער נישט און מקען עס נישט באשטעטיגן און טערקיי לייקנט שטיין און ביין אז סאיז א פשוטער בלוט בולבול וואס רוסלאנד האט נארוואס אפגעבאקן אלס נקמה אין טערקיי.

פון די אנדערע זייט, דאס איז יא באשטעטיגט דורך די CIA אז די סיריע גאווערמענט קויפט איין רעגלמעסיג סחורה פון אייסיס.


קודם כל פוטין טענה׳עט שוין אזוי אין 2014 נאך פאר טערקיי האט אראפגעשאסען זיין פליגער
צווייטענס דאס איז אמאל זיכער אז עס הערשט א קלארער אומקאנפידענס מצד אמעריקא אינעם קריג מיט אייסיס - צו סאיז בשוגג (אומערפארענקייט פונעם פרעזידענט, אידיעלאגיע פארבלענדערניש אדג) צו במזיד, און קיינער איז נישט קלאר וואס מטוט, וועם משטיצט, און וואס דער סטראטעגיע איז.
פוטין בין איך נישט חושד פאר אן איש אמת, גאר פארקערט, אבער זיין ציל אין כוונה איז קלאר און ער זיכט נישט צובאהאלטען עפעס דא
לעצט פארראכטן דורך יעך'בין שוין גרויס אום זונטאג נאוועמבער 29, 2015 10:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

האסט געוואלט וויסן וואס רוסלאנדס כוונות זענען מיט זייער אינטערוואציע אין סיריע אדער צו סאיז אמת די מעשיות וואס פוטין פארציילט אויף טערקיי?
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

סתם אינטערסאנט פארוואס אמערקיע איז פונקט יעצט ערשט געוואויר געווארן אז מען קען באמבארדירן אויל טראקס. פארוואס דארף דאס רוסלאנד אונז פארציילן. עפעס שמוציג טוט זיך דא.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:סתם אינטערסאנט פארוואס אמערקיע איז פונקט יעצט ערשט געוואויר געווארן אז מען קען באמבארדירן אויל טראקס. פארוואס דארף דאס רוסלאנד אונז פארציילן. עפעס שמוציג טוט זיך דא.

עפעס ענוויראמענט, קלימאט..
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

האב איך געזען א קליפ ווי רעגן סטראשעט רוסלאנד, אזא פרעזידענט דארף יעצט אמעריקע וואס ווען ער הייבט אויף זיין קליינע פינגער טרייסלט די וועלט פאר שרעק. פוטין וואלט זייער שנעל איינגעריט אויב מ'וואלט גערעד צו עם דע שפראך. און אויך ערדאן וואלט זיך פארשטעקט אין א לעכל פאר שרעק, א שאד ס'איז שוין נישט דא אזאנע פירער ווי רעגן.
לעצט פארראכטן דורך אמביציע אום זונטאג נאוועמבער 29, 2015 11:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

סתם פאר אינטרעסאנטקייט
דא און אויך דא קען מען זעהן וויאזוי עס לויפט די שטארקייט פון די לענדער

1.אמעריקע אקטיוו סאלדאטן 1,400,000
2.רוסלאנד אקטיוו סאלדאטן 766,055
3.טשיינע אקטיוו סאלדאטן 2,333,000
4.אינדיע (פאקיסטאן) אקטיוו סאלדאטן 1,325,000
5.ענגלאנד אקטיוו סאלדאטן 146,980
6.פראנקרייך אקטיוו סאלדאטן 202,761
7.צפון קאריע אקטיוו סאלדאטן 624,465
8.דייטשלאנד אקטיוו סאלדאטן 179,046
9.יאפאן אקטיוו סאלדאטן 247,173
10. טערקיי אקטיוו סאלדאטן 410,500


יעצט לייג אמעריקע ענגלאנד פראנקרייך דייטשלאנד יאפאן טערקיי אויף איין זייט
רוסלאנד טשיינע צפון קאריע איראן קיצור עס איז היבש קאמפלעצירט

אוודאי האט עס נישט מיט אקטיווע סאלדאטן. קודם האט יעדער ריזערוו און די עיקר האט עס מיט וועלכע מינע וואפען אין שפיאנאש מען האט דעס איז סתם צו האבן א בליק.
לעצט פארראכטן דורך moshele11211 אום זונטאג נאוועמבער 29, 2015 11:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

אסאך סאלדאטן האט נישט מיט שטארקייט.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

אמביציע האט געשריבן:האב איך געזען א קליפ ווי רעגן סטראשעט רוסלאנד, אזא פרעזידענט דארף יעצט אמעריקע וואס ווען ער הייבט אויף זיין קליינע פינגער טרייסלט די וועלט פאר שרעק. פוטין וואלט זייער שנעל איינגעריט אויב מ'וואלט גערעד צו עם דע שפראך. און אויך ערדאן וואלט זיך פארשטעקט אין א לעכל פאר שרעק, א שאד ס'איז שוין נישט דא אזאנע פירער ווי רעגן.

בימים ההם אין מלך, איש כל הישר בעיניו יעשה. אזוי איז עס היינט..
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

באמת איז זיך טערקיי ווערט א שטויס פון אונטן די לעצטע פאר יאר האבן זענען זיי היפש ראדיקאל געווארן סיי גייענדיג פון מדינת ישראל'ס שטערקסטע פריינט אין מיטל מזרח צו היפש אויף מעסער שטעך שיין גערעד
און סיי מיטן שטיצן טעראר נישט נאר כאמאס נאר א סוד פאר גענץ בראד אז זיי שטיצן אייסיס
נישט ממש אבער זיי שפילן די געים ווען פון איין זייט לאדענען זיי אמעריקע צו באמבעדירן אייסיס און די זעלבע צייט אטעקירן זיי רעבעלן וואס פייטן אייסיס..
ווי אויך איז געווען א קליפ ווי אייסיס קעמפער באגריסן זיך זייער פריינדלעך מיט די טערקישע בארדער קאנטראל בקיצור זיי מאכן עס גוט

נישט אימזינסט שטערט זיי רוסלאנדס אנוועזנהייט אין געגנט
אבער רוסלאנד האט נאך אלס נישט די רעכט צו טון וואס אים פאלט ביי ווען דא זענען דא לענדער מיט געזעצן און אויב איז אמת אז טערקיי האט געווארנט די פליגער האבן זיי געהאט די רעכט צו עס טון
און עס מאכט סענס אז זיי האבן געווארנט ווייל טערקיי פארפירט שוין לאנג אז רוסלאנד טוט דארט וואס זי וויל און זי גייט נעמען שריט

איז אויב צוויי טעראריסטן שלאגן זיך רוסלאנד און טערקיי וואס ביידע שטיצן ראדיקאל איסלאם וואס איז דאס מיין פראבלעם??
זאלן זיי זיך אויסשיסן און איך וועל שטיין און די זייט און לאכן ווי האט יענער געזאגן.. אבי נישט צווישן יודן..
וועגן דעם פארשטיי איך נישט פארוואס אמעריקע האט געדארפט נעמען א זייט דא
איך פארשטיי אז אמעריקע (?אבאמא?) דארף ווייזן שטארקייט קעגן רוסלאנד אבער דא איז נישט די פלאץ ווי ער דארף ווערן געוויזן

ווייל ווי נישט ווי רוסלאנד טוט ארבעט וואס אמעריקע דארף ווען טון און אויב רוסלאנד דזשוינט נישט די קאליציע קעגן אייסיס ווי זיי סראשענען אז זיי גייען סטאפן צו פייטן אויב מען שטעלט זיי אונטער פיסלעך גייט זייער נישט טויגן חוץ אויב אמעריקע איז גרייט צו טון די גאנצע ארבעט וואס זעט נישט אויס ווי עס גייט אמאל געשען

און נאך א סיבה איז זייער פשוט אז ווי לאנג מען ווייסט נישט וואס עס איז באמת פארגעקומען קען מען נישט נעמען א צד און דערנאך אויסזען ווי מיר זען אויס יעצט אמעריקע שרייט אז טערקיי האט גוט געטון אבער טערקיי אליינס איז שוין מודה אז עס איז געווען א שלעכטע דיסידזשען און האט שוין חרטה

וואס איך פארשטיי נישט איז פארוואס קיין איין לאנד איז נאך נישט ארויסגעקומען און די עפענטלעך קעגן טערקיי וואס איז די איינציגסטע לאנד וואס אויפן גלאוב צו שטיצן אייסיס...
עפעס... סאנקציעס... פארדאמען.. גארנישט...
איז דא א הסבר דערויף??
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

אלץ איינער וואס שטייט פון זייט און ליינט מיט הנאה
וויל איך געבען א יישר כח פאר אלע שרייבערס דא,
עס איז זייער אינטערסאנט ליינען אייער קוק אויף דעם גאנצע פרשה.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

פוטין ציעט ארויף דעם טאן אביסעלע העכער. יעצט זאגט ער שוין אז די "סיבה" פון טערקיי אראפשיסן דעם פליגער איז וועגן זיי האבן געוואלט ווייטער קענען קויפן אויל פון אייסיס.

After refusing to see Erdogan in Paris today, Putin says Turkey shot down Russian warplane to protect ISIS oil trade.
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

ער איז צוקער זיס דער פוטין
ער האט די קוראזש צו זאגן דעם אמת אין פנים אריין
דאס איז דער ריכטיגער תירוץ, טערקיי וואלט זיך נישט געוואגט צו טאן אזא שייגעץ שטיק ווען נישט וואס רוסלאנד'ס באמבארדירונגען שטערן איר גאר שטארק. ימח שמו דער ערדאגאן. גראדע מיט דעם וואס ער רייסט זיך ארום מיט די מדינה הציונית אפלאדיר איך אים, זאלן די ציונים הטמאים אונטערגיין
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”