ברוך דיין האמת #1 (כ"א תמוז תשס"ו - ר"ח ניסן תש"פ)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובה דורך תמהואומר »

טהור-עיניים האט געשריבן:
גראדער האט געשריבן:הרה''ח ר' אהרן הכהן שטיינבערגער ז''ל פון ירושלים עיה''ק

אלט געווען 66 יאר

ממנהלי מוסדות תולדות אהרן

ווער עס האט אים אמאל געזען ענטפערן אמן יהא שמי' רבה וועט עס קיינמאל נישט פארגעסן.


געווען א שטארקער מדוכא ביסורים די לעצטער יארן, אבער אזא אמונה וואס דער איד האט געהאט איז געווען א חידוש נפלא.



יא, גוט געזאגט, ווער עס האט געזעהן און געהערט זיין אמן יהא שמי' רבא וועט עס קיינמאל נישט פארגעסן. נישט געוואוסט אז ער איז געווען נישט געזונט.

דאכצעך מיר אז ער איז געווען א זוהן פון הרה"ח משרידי דור הישן ר' אליהו שטיינבערגער (אק"א אלישב כהן) שרייבער פון די ליכט שטראלן.

יהא זכרו ברוך ותנצב"ה.


ריכטיג, א זון פון הרה"ח ר' אליהו הכהן שטיינבערגער ז"ל, און א איידעם פון הרה"צ ר' אליהו וויינבערגער זצ"ל מח"ס בן ישכר

זיינע ברודער זענען, ר' שמעון (וואוינט לעצטנס אין וויליאמסבורג) ר' יוסף מאיר (באקאנטער מוכר ספרים פון ירושלים וואס איז רוב יאר אין אמעריקא), ר' משה יודא, ר' אברהם יעקב
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

און א שוואגער מיט ר' אהרן יחזקאל לאוב
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובה דורך שמעלקא טויב »

א ברודער מיט הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א פון קרית יואל?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
צופרידן
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 11, 2013 12:21 pm

תגובה דורך צופרידן »

שמעלקא טויב האט געשריבן:א ברודער מיט הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א פון קרית יואל?

ניין.

די לעצעטע 7-8 יאר איז ער נישט געזונד געווען מיט די ביטערע מחלה, ער פלעגט אסאך ארומפארן זיך איילן, געווען צייטן וואס איז אים אביסל בעסער געווען, אבער די לעצטע וואכן האט זיך אים פאר'ערגער'ט, א מנין אידן פון זיין משפחה זענען געווען נעבן זיין בעט אין שפיטאל, וואו מ'האט שוין געזעהן ווי ער גייט נעבעך אויס.

ער איז געווען ביים צלול הדעת ממש ביז די לעצטע שעה, שבת ביינאכט האט ער נאך געמאכט קידוש, נאך קידוש האט ער געבעטן אנצופילן דעם בעכער מיט נאך א רביעית וויין, ס'זאל זיין קידוש במקום סעודה, דערנאך האט ער די גאנצע צייט געטשעפשעט מיט זיין מויל (מסתמא געזאגט זמירות לשבת), ביי חצות אום 12 אזייגער האט ער אויסגעהויכעט זיין הייליגע נשמה במעמד א מנין אידן און זיין משפחה.

איך האב געקענט פערזענליך, איך האב אסאך צו שרייבן פון אים, אבער ווי נעמט מען צייט מיט כח.

אפאר נקודות אין קורצן:
ער פלעגט יארן ארומפארן אין דער וועלט פאר די מוסדות תולדות אהרן, געווען זייער נזהר וואס ער האט אריינגענומען אין מויל, נישט געגעסן קיין פלייש און נישט קיין טשיקן נאר וואס מ'האט אליין כשר געמאכט ביים אים אינדערהיים. געווען זייער אפגעהיטן מיט שמירת עינים, געזעסן אין עראפלאן נישט אויפגעהויבן זיינע אויגן פון ספר. זייער אכט געגעבן (כאטש געאווינט אין ארץ ישראל) נישט רעדן קיין איין ווארט פון עיברייש, אויך געווארנט אנדערע אויף דעם. זיין דאווענען איז געווען מיט פלאם פייער, בפרט זיין אמן און יהא שמיא רבא האט געשפאלטן הימלען, ווער ווייסט וויפיל דער האט מגין געווען אויפן דור און צוריסן אסאך גזירות פון כלל ישראל, אויך יעדע ברכה איז געווען בחיות מיט גרויס כוונה.

בקיצור ער איז געווען א פארצייטיש דורכגעווייגטער ברענעדיגער חסיד, חבל על דאבדין ולא משתכחין, זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
לעצט פארראכטן דורך צופרידן אום זונטאג מארטש 23, 2014 5:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

תגובה דורך שמן זית »

די עולם מישט א יוצרות
ר' אלי' הלוי שטיינבערגער (טאטע פון ר' שמחה שלו' און שווער פון ר' אהרן יחזקאל לאוב און ר' אהרן שמואל פוקס) האט גארנישט מיט אים
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

דעמאלטס איז ער נישט קיין זון פון דעם בעל 'ליכט שטראלן'?
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובה דורך תמהואומר »

יהיה כן האט געשריבן:און א שוואגער מיט ר' אהרן יחזקאל לאוב




טעות

בקיצור
עס איז געווען א איד ר' אליהו הכהן שטיינבערגער, דער מחבר פון ליכט שטראלן, דער גבאי ראשון פון דעם הייליגן שומר אמונים זי"ע, זיין זון איז ר' אהרן וואס איז יעצט נפטר געווארן. אלע זיינע קינדער און איידעמער, זענען תו"א אדער תוא"י

נאך א איד געווען ר' אליהו הלוי שטיינבערגער, פאטער פון ר' שמחה שלום, און שווער פון לאוב ועוד, גראדע האט ער אויך ארויסגעגעבן א מעשה ביכל מיט'ן נאמען......?
לעצט פארראכטן דורך תמהואומר אום זונטאג מארטש 23, 2014 5:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובה דורך שמעלקא טויב »

זכרון קדושים איבער די צווייטע וועלט קריג
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

שכוח פארן מיך אויסקלארן,
שוין יארן וואס כ'לעב אין דעם טעות...... (קיינמאל קיין ערגערס..)
שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

תגובה דורך שמחת החיים »

שמעלקא טויב האט געשריבן:זכרון קדושים איבער די צווייטע וועלט קריג

נצח קדושים
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובה דורך שמעלקא טויב »

שמחת החיים האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:זכרון קדושים איבער די צווייטע וועלט קריג

נצח קדושים


ריכטיג!

כ'בין אויפגעוואקסן מיט קאשמארן איבער דעם בוך, ביידע בענדער האב איך גוט דורכגעלייענט, דארט וואו ער לייגט דעם בילד ווי מ'הענגט די רשעים איז געווען מיין פעיווערד.

איז דא א אפהאנדלונג אויף אייוועלט איבער נצח קדושים?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובה דורך שמן למאור »

צושויער האט געשריבן:
חסיד אמיתי האט געשריבן:
mini van האט געשריבן:איז ער געווען א קרוב מיט אב"ד חיים יושע?

יא ער איז געווען א אייניקעל פון ר' ליבוש אבי ר' אהרן ט"ב ז"ל און די רב אב"ד בית חיים יהושוע איז א איידעם ביי ר' אהרן ז"ל

כמדומה שהקירבה'שאפט בא מר' יוסף פריינד ששניהם היו מצאצאיו


ר' יוסף פריינד הי' חתן ר' לייבוש ט"ב ז"ל
פאר מער קוק דא אות ה'
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

תגובה דורך לכאורה »

למעלה משבעים האט געשריבן:
מכטי1 האט געשריבן:פון יפו קומט יעצט אהן די ביטערע בשורה אויפן פטירה פון האדמו"ר מביטשקוב זצ"ל אין עלטער פון 62 יאר...
א בילד פון מלוה מלכה נעכטען...

וואס איז געווען מיט אים?

געליטן אויף די ביטערע מחלה מיט עטליכע יאר צוריק, דאס האט געלאזט אסאך שווערע ווירקונגן אויף זיין קערפער, אריינגערעכנט א שווערע אטעם. היינט נאך שחרית האט זיך דער רבי צוהיסט ויצאה נשמתו.
רעגן קויט
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 04, 2013 10:43 am

תגובה דורך רעגן קויט »

הרה"ח ר' אהרן שטיינבערגער זצ"ל ביים פארלערנען א שיעור הושענה רבא אין תולדות אהרן סוכה
אטעטשמענטס
photo1.jpg
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

תגובה דורך חכם לב »

גראדער האט געשריבן:הרה''ח ר' אהרן הכהן שטיינבערגער ז''ל פון ירושלים עיה''ק

אלט געווען 66 יאר

ממנהלי מוסדות תולדות אהרן

ווער עס האט אים אמאל געזען ענטפערן אמן יהא שמי' רבה וועט עס קיינמאל נישט פארגעסן.


געווען א שטארקער מדוכא ביסורים די לעצטער יארן, אבער אזא אמונה וואס דער איד האט געהאט איז געווען א חידוש נפלא.

[


אוי וויי אבל יחיד עשי לך ר' אהרן, פון די געהויבנסטע און חשובס'טע אידן אין תולדות אהרן, די יראת שמים איז געווען אויסגעגאסן אויף זיין פנים, ער פלעגט ארומפארן איבער די וועלט פאר די מוסדות תו"א צוזאמען מיט זיין שוואגער הרה"ח ר' אברהם גאטליב שליט"א.

יהא זכרו ברוך ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

תגובה דורך חכם לב »

רעגן קויט האט געשריבן:הרה"ח ר' אהרן שטיינבערגער זצ"ל ביים פארלערנען א שיעור הושענה רבא אין תולדות אהרן סוכה



כמנהג ירושלים צו גיין הושענא רבא מיטן ווייסן קאפטן
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובה דורך דרךהמלך »

ווייסט איינער ווי משפחת האמער זיצט, און ביז ווען זיי זיצן?
אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובה דורך חסיד אמיתי »

יש דברים בגו האט געשריבן:בד"ה

הרה"ח ר' שמחה האממער ז"ל (59)

לאנג יעריגער משב"ק ביי אדמור"י באבוב.

באקומען די Flu נאכגעפאלגט ביי א שווערע pneumonia און ליידער שוין נישטא!

בשורות טובות

איך גלייב אז דאס איז די לעצטע בילד ווי ער איז משמש בגבאות
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

תגובה דורך קיקיון »

01.jpg
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובה דורך יוראפ »

דרךהמלך האט געשריבן:ווייסט איינער ווי משפחת האמער זיצט, און ביז ווען זיי זיצן?

4617 15 Ave מתעסקים אבלים ליסטינג
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובה דורך שוועמל »

חסיד,
איז ר' שמחה דער מיטן פלאכע היט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24355
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובה דורך מומחה יוחס »

יש דברים בגו האט געשריבן:בד"ה

הרה"ח ר' שמחה האממער ז"ל (59)

לאנג יעריגער משב"ק ביי אדמור"י באבוב.

באקומען די Flu נאכגעפאלגט ביי א שווערע pneumonia און ליידער שוין נישטא!

בשורות טובות


ביי וועם איז ער געוועהן א איידעם?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am

תגובה דורך והנה און נון »

מומחה יוחס האט געשריבן:
יש דברים בגו האט געשריבן:בד"ה

הרה"ח ר' שמחה האממער ז"ל (59)

לאנג יעריגער משב"ק ביי אדמור"י באבוב.

באקומען די Flu נאכגעפאלגט ביי א שווערע pneumonia און ליידער שוין נישטא!

בשורות טובות


ביי וועם איז ער געוועהן א איידעם?

אלע האבן דארט הויעכע היטן מיין איך
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

תגובה דורך קיקיון »

שוועמל האט געשריבן:חסיד,
איז ר' שמחה דער מיטן פלאכע היט?

וואב זעט אויס פלאך וועגען די זון
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובה דורך והוא פלאי »

מומחה יוחס האט געשריבן:
יש דברים בגו האט געשריבן:בד"ה

הרה"ח ר' שמחה האממער ז"ל (59)

לאנג יעריגער משב"ק ביי אדמור"י באבוב.

באקומען די Flu נאכגעפאלגט ביי א שווערע pneumonia און ליידער שוין נישטא!

בשורות טובות


ביי וועם איז ער געוועהן א איידעם?

ער איז געווען אן איידעם ביי שפילמאן
אגב מומחה יוחס, עיין זיין מאמע'ס מצבה #79
אז ער איז געווען א שטיקל יחסן
viewtopic.php?p=712942
למה זה תשאל לשמי...
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”