ניו יארק רענט קאנטראל

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בר דעת
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

יואל שרייבער האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:טעאריע וואס לעבט, אויב מאכט די רעגירונג וואלן אויב מען זאל צונעמען די געלט פון יעדן וואס האט אין זיין אקאונט העכער צען מיליאן דאלער, איז קיין שום ספק אז יעדע איד דארף שטימען אויף ניין, אז נישט איז עס מסירה גמור לכל הדעות.

לכל הדעות? איך ווייס נישט צו עס איז דא איין דעה וואס האלט אזוי, אויב דו ווייסט ווי עס שטייט אזא זאך ביטע שרייב מקורות.
'

איך בין נישט די גרויסע ת"ח אבער מיר קוקט עס אויס ווי א טריקענע מחבר אין חושן משפט סימן שפח. אדרבא זאלן קומען די תלמידי חכמים דא און זאגן זייער מיינונג.

איך רעד נישט פון קיין טעקס וואס די שטאט מאכט, איך רעד פון די קאנצעפט אז ווייל איינער האט זייער אסאך געלט זאל מען עס צונעמען פון אים.
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:איך עגרי פולי אז חס מלהזכיר פון צאפן יענעמס געלט

אבער ביינונז איז די רעדע פון געוויסע רולס וואס די סיטי מאכט צו העלפן ארימע, ניין נישט צו צאפן יענעמס געלט, נאר צו פרעזערווירן ביליגע דירות, וואס האפענטליך וועט עס אויך בענעפעטירן אחב"י, במילא בין איך צופרידן פון א געוואלד פון די נייע רולס

למען האמת זייט א חשובער ניק האט ארויפגעלייגט די תקנות וואס מען האט געוואלט אדורכפירן אין קרית יואל, פיל איך אז עס איז אפילו נישט נויטיג מער צו דיסקוסירן די נושא, מען זעט קלאר אז דער נארמאלער אידישער טראכט איז אז תקנות אקעגן שנעל הייבנדע פרייזן איז א וויכטיגער זאך

צאפן געלט איז רעלאטיוו.

ס'זענען פארהאן דא אזעלכע ביי וועמען יעדע פרואוו צו איינפירן סיי וועלכע תקנות (וועלכע זיי רופן קילקולים) וואס קען אפעקטירן איינעמ'ס ביזנעס פראפיטן ווערט אנגערופן "צאפן יענעמ'ס געלט" אדער "בלוט" גאר.

און פארשטייט זיך אז איך דארף מיך פארענטפערן, הלמאי, ס'שטייט לא תגנוב?

אויב די תקנות זענען געצילט נאר פאר די רייכע הייסט עס געצאפט זיין געלט. און פליז אויב דו גייסט עס איבערזאגן נאכאמאל און נאכאמאל, ביטע קום אריין מיט א סברא פארוואס עס הייסט נישט אזוי.

האב איך דען געזאגט אז ס'איז נישט???

אבער אז דו רעדסט שוין פון סברות, אפשר קענסטו אריינקומען מיט די סברא וואס האט דיר געברענגט צום באשלוס אז דאס איז זיכער יא?
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
שווארצעפעפער
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 30, 2015 9:19 am

תגובה דורך שווארצעפעפער »

איך פארשטיי נישט פונקטליך ווי די תורה קומט דא אריין, מרעדט דאך דא צו מאכן דינא דמלכותא וואס איז מחייב יעדן איינעם עפ"י תורה.

אין די תורה (להבדיל אא"ה) איז דען נישט דא מעשר, מעשר שני, מתנות כהונה, לקט שכחה פאה וכדו', צו איז עפעס א חסרון אז דער גוי מאכט ענליכע געזעצן ?

ווען מיר וואלטן היינט געווען אינטער א מלך, וואס דער מלך וואלט גענומען מכס פאר זיך, אזוי ווי עס איז געווען טויזענטער יארן, אנצופילן זיינע שאץ קאמערן, וואלט איינער פארשטאנען אז עס איז א פראבלעם ?

אין ענגלאנד ווי די מדינה האלט אויס די מלכה, מיט א 3 ביליאן דאללער א יאר, פארשטייט איינער אז עפעס איז ראנג ?

סא אויב באפרייט מען די ארימע פון צאלן, און מען גיט די געלט פאר ארימעלייט אנשטאט אריינצולייגן בגנזי המלך, איז עס עק וועלט ?

קיינער נעמט נישט צו למפרע פונעם עושר גארנישט, מען זאגט סה"כ אז פון היינט אן אין ווייטער מוזטו צאלן מער שטייער, נו, קיינער צווינגט אים נישט צו טון ווייטער ביזנעס, ער קען ריטייערן און לעבן אויף זיין קאפיטאל, קיינער נעמט אים גארנישט צו.

די איינציגע טענה קען זיין אז עס איז נישט פראקטיש, און מאכט מענטשן וועלן סטאפן צו ארבעטן, רייכע סטאפן צו אינוועסטירן וכדו' וואס מקען זיך דינגען אהין און אהער, אבער מאראליש, קיין גניבה, עס איז משפטים לטובת המדינה.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

ווייל אויב דו מאכסט א תקנה וואס גייט אוועקנעמען געלט פון רייכע, פשוט פאר דעם אז ער איז רייך, הייסט עס דו צאפסט זיין געלט.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

שווארצעפעפער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פונקטליך ווי די תורה קומט דא אריין, מרעדט דאך דא צו מאכן דינא דמלכותא וואס איז מחייב יעדן איינעם עפ"י תורה.

אין די תורה (להבדיל אא"ה) איז דען נישט דא מעשר, מעשר שני, מתנות כהונה, לקט שכחה פאה וכדו', צו איז עפעס א חסרון אז דער גוי מאכט ענליכע געזעצן ?
צום וויפלטען מאל, "אמעריקע'ס גאווערמענט האט זילטש מיט רעליגיע". יא! וואס וואלסטו געזאגט אויב די גאווערמענט הייבט אן אסר'ן ריבית, וואלסטו עס נישט אנגעקוקט קוקו? אונז אידן האבן מצות וואס אלס חסד האט די אייבערשטער אונז עס געגעבן. אבער פון א גוי'אישע שטאנדפונקט דארף זיין א פראבלעם אוועקצונעמען געלט פון רייכע, ווייל ער איז רייך.
ווען מיר וואלטן היינט געווען אינטער א מלך, וואס דער מלך וואלט גענומען מכס פאר זיך, אזוי ווי עס איז געווען טויזענטער יארן, אנצופילן זיינע שאץ קאמערן, וואלט איינער פארשטאנען אז עס איז א פראבלעם ?
פאר א סיבה האבן די 'טאטע'ס פון אמעריקע' געמאכט א Revolutionary war
אין ענגלאנד ווי די מדינה האלט אויס די מלכה, מיט א 3 ביליאן דאללער א יאר, פארשטייט איינער אז עפעס איז ראנג ?
נאפס, ווייל די קעניגן דארט איז זייער סימבאל, רוב רוסן פון זיי, האבן א רעספעקט פאר איר פון זייער אייגענע ווילן, דאס איז זייער סימבאל, די ארימע איז נישט או⁦נזער סימבאל.⁩
סא אויב באפרייט מען די ארימע פון צאלן, און מען גיט די געלט פאר ארימעלייט אנשטאט אריינצולייגן בגנזי המלך, איז עס עק וועלט ?

קיינער נעמט נישט צו למפרע פונעם עושר גארנישט, מען זאגט סה"כ אז פון היינט אן אין ווייטער מוזטו צאלן מער שטייער, נו, קיינער צווינגט אים נישט צו טון ווייטער ביזנעס, ער קען ריטייערן און לעבן אויף זיין קאפיטאל, קיינער נעמט אים גארנישט צו.

די איינציגע טענה קען זיין אז עס איז נישט פראקטיש, און מאכט מענטשן וועלן סטאפן צו ארבעטן, רייכע סטאפן צו אינוועסטירן וכדו' וואס מקען זיך דינגען אהין און אהער, אבער מאראליש, קיין גניבה, עס איז משפטים לטובת המדינה.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
שווארצעפעפער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פונקטליך ווי די תורה קומט דא אריין, מרעדט דאך דא צו מאכן דינא דמלכותא וואס איז מחייב יעדן איינעם עפ"י תורה.

אין די תורה (להבדיל אא"ה) איז דען נישט דא מעשר, מעשר שני, מתנות כהונה, לקט שכחה פאה וכדו', צו איז עפעס א חסרון אז דער גוי מאכט ענליכע געזעצן ?
צום וויפלטען מאל, "אמעריקע'ס גאווערמענט האט זילטש מיט רעליגיע". יא! וואס וואלסטו געזאגט אויב די גאווערמענט הייבט אן אסר'ן ריבית, וואלסטו עס נישט אנגעקוקט קוקו? אונז אידן האבן מצות וואס אלס חסד האט די אייבערשטער אונז עס געגעבן. אבער פון א גוי'אישע שטאנדפונקט דארף זיין א פראבלעם אוועקצונעמען געלט פון רייכע, ווייל ער איז רייך.
,

מען באשטראפט נישט דעם רייכער ווייל ער איז רייך, בס"ה מאכט מען אים אביסל ווייניגער רייך.

פריער האסטו געטענהט לא תגנוב , יעצט זאגסטו פארקערט, על פי תורה מעג מען יא, נאר דער שכל אנושי זאגט אז נישט, איך פארשטיי אז דער שכל זאגט אז עס איז אוממאראליש אוועקצונעמען פונעם מענטש וואס ארבעט שווער און געבן פארן מענטש וואס ארבעט נישט שווער, אבער ווען מען קומט אן אין די מיליאנען האט עס נישט מיט ארבעטן שווער.
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

El Rushbo האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:
אבער פון ווי נעמט דער טענעט דער רעכט נישט ארויסצומופן ווען זיין ליעס איז פארטיג? די געזעץ וואס מאכט רענט קאנטראל קאנסטיטוצינאל איז נאר אין פאל פון עמערדזשענסי, הייסט אז מ'לעבט שוין 80 יאר אין א עמערדזשענסי צושטאנד?

אויב איז עס א קאנסיטיטושענעל פראגע, קען מען דאס מסדר זיין אין קאורט, ניין?

ריכטיג. און דאס גייט טאקע פאסירן בעז״ה.

https://therealdeal.com/2019/06/25/rsa- ... -rent-law/

קענסט ביטע פעיסטן?

Landlord groups RSA, CHIP plan federal lawsuit over new rent law

Case will argue that new laws are "unlawful taking of property"

Soon after making it through both houses of state legislature, the new rent laws signed by Gov. Cuomo this month may have to go through a federal court house as well.

Two landlord groups, the Rent Stabilization Association and the Community Housing Improvement Program, are planning to file a lawsuit against the regulations for rent stabilized housing by the middle of July, the New York Post reported, citing sources.

The groups have asked law firm Mayer Brown to represent them, and appellate specialist Andrew Pincus, who has extensive experience challenging government regulations, is expected to lead the legal team.

The case will likely be argued on the basis of the Fifth Amendment’s “Takings Clause” — “nor shall private property be taken for public use, without just compensation” — which is often cited by plaintiffs who claim to have been harmed by legislation. It is unclear whether Cuomo himself will be named as a defendant.

The RSA, headed by Joe Strasburg, represents 25,000 landlords in New York City and is known for its “aggressive” advocacy for small landlords. CHIP director Jay Martin, who represents 4,000 apartment building owners, recently told The Real Deal that the MCI and IAI programs had been so “gutted and neutered” that they might as well have been eliminated outright.

Sources told the Post that the Real Estate Board of New York will not take part in the lawsuit, preferring to “work behind the scenes” to limit the legislation’s impact.

A TRD analysis from last week shows that the combined effect of the new rent laws will be to seriously constrain landlords ability to raise rents on stabilized units. Landlords say this will make it impossible to pay for improvements and cause prices of non-stabilized apartments to rise even further. [NYP] — Kevin Sun
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

יואל שרייבער האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
שווארצעפעפער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פונקטליך ווי די תורה קומט דא אריין, מרעדט דאך דא צו מאכן דינא דמלכותא וואס איז מחייב יעדן איינעם עפ"י תורה.

אין די תורה (להבדיל אא"ה) איז דען נישט דא מעשר, מעשר שני, מתנות כהונה, לקט שכחה פאה וכדו', צו איז עפעס א חסרון אז דער גוי מאכט ענליכע געזעצן ?
צום וויפלטען מאל, "אמעריקע'ס גאווערמענט האט זילטש מיט רעליגיע". יא! וואס וואלסטו געזאגט אויב די גאווערמענט הייבט אן אסר'ן ריבית, וואלסטו עס נישט אנגעקוקט קוקו? אונז אידן האבן מצות וואס אלס חסד האט די אייבערשטער אונז עס געגעבן. אבער פון א גוי'אישע שטאנדפונקט דארף זיין א פראבלעם אוועקצונעמען געלט פון רייכע, ווייל ער איז רייך.
,

מען באשטראפט נישט דעם רייכער ווייל ער איז רייך, בס"ה מאכט מען אים אביסל ווייניגער רייך.

פריער האסטו געטענהט לא תגנוב , יעצט זאגסטו פארקערט, על פי תורה מעג מען יא, נאר דער שכל אנושי זאגט אז נישט, איך פארשטיי אז דער שכל זאגט אז עס איז אוממאראליש אוועקצונעמען פונעם מענטש וואס ארבעט שווער און געבן פארן מענטש וואס ארבעט נישט שווער, אבער ווען מען קומט אן אין די מיליאנען האט עס נישט מיט ארבעטן שווער.

ווייניגער רייך מיינט נישט באשטראפן? מהיכי תיתי?

האסט עס פראביערט? מיינסט טאקע אז ארבעטן שווער מיינט נאר שלעפן באקסעס אדער א פלאמבער???
אוועטאר
שווארצעפעפער
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 30, 2015 9:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארצעפעפער »

ארבעטן שווער מיינט אז מען ארבעט ווייל מ'מוז', דער מיליאנער ארבעט ווייל ער 'וויל'.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

.
אטעטשמענטס
EA3A00DD-ADD2-4AD5-9C93-D0049D759EA7.jpeg
EA3A00DD-ADD2-4AD5-9C93-D0049D759EA7.jpeg (567.93 KiB) געזען 2974 מאל
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

נו זאל ער גיין.

שלעפ אונז נאר נישט מיט אונז צו אויססאקן ערגעץ אנדערש.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:נו זאל ער גיין.

ער איז דיין Landlord? אפשר איז עס א טובה אוועקצוגיין און די װעסט אליין קויפן א הויז מיט Real estate investments??

א טובה אוועקצוגיין? פארוואס ווייל די פרייז גייט פאלן? די איינציגסטע סיבה פארוואס מענטשן זאלן אוועקגיין איז ווייל ס'איז צו טייער!

קענסט טענה'ען אז ווילאנג די מארקעט איז הויעך מעג ער אלס לענדלארד פרובירן ארויסצובאקומען די מערסטע וואס ער קען, און אפילו אז ער מוז בעטן זייער טייער זיך צו קענען דעקן, אבער צו זאגן ס'איז א טובה צו גיין און קויפן אן אייגענע דירה ערגעץ אנדערש "ווייל" די ריעל עסטעיט מארקעט פאלט איז אבסורד און איך האף אז דו פארשטייסט עס אליינס.

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובה דורך El Rushbo »

די איינציגע וואס גייען בענעפיטירן פון דעם געזעץ זענען מענטשען וואס וואוינען אין רענט סטאביליזירטע דירות אויב וואוינסטו אין א דע-רעגולירטע הויז איז עס נישט משנה, אויב עפעס גייט די פרישע צמצום אין סופליי ארויפשטופן די נישט רעגולירטע אפט. עד לב השמים.

ס'איז דא זייער ווייניג אידישע טענענטס אין וויליאמסבורג וואס גייען האבן עפעס פון דעם געזעץ. די רענט איז שוין במילא אויף אומצאלבארע שטאפלן, און אראפ גייט עס נישט גיין צוליב דעם געזעץ.

ס'קען זיין אז די מארקעט בכלליות גייט כאפן א ריק, גייען די ווילימאסבורגע פרייזן זיך עטוואס מיטכאפן אויפן רייד, אבער נישט קיין סאך ווייל די סופליי פארט אויפן פארקערטן ריכטונג פונעם דימענד
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובה דורך דממה דקה »

די דירות אין וויליאמסבורג וואס האבן טעקס עבעיטמענט זענען אויך אין כלל פון די נייע געזעץ?
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

El Rushbo האט געשריבן:
א טובה אוועקצוגיין? פארוואס ווייל די פרייז גייט פאלן? די איינציגסטע סיבה פארוואס מענטשן זאלן אוועקגיין איז ווייל ס'איז צו טייער!

קענסט טענה'ען אז ווילאנג די מארקעט איז הויעך מעג ער אלס לענדלארד פרובירן ארויסצובאקומען די מערסטע וואס ער קען, און אפילו אז ער מוז בעטן זייער טייער זיך צו קענען דעקן, אבער צו זאגן ס'איז א טובה צו גיין און קויפן אן אייגענע דירה ערגעץ אנדערש "ווייל" די ריעל עסטעיט מארקעט פאלט איז אבסורד און איך האף אז דו פארשטייסט עס אליינס.

די איינציגע וואס גייען בענעפיטירן פון דעם געזעץ זענען מענטשען וואס וואוינען אין רענט סטאביליזירטע דירות אויב וואוינסטו אין א דע-רעגולירטע הויז איז עס נישט משנה, אויב עפעס גייט די פרישע צמצום אין סופליי ארויפשטופן די נישט רעגולירטע אפט. עד לב השמים.

ס'איז דא זייער ווייניג אידישע טענענטס אין וויליאמסבורג וואס גייען האבן עפעס פון דעם געזעץ. די רענט איז שוין במילא אויף אומצאלבארע שטאפלן, און אראפ גייט עס נישט גיין צוליב דעם געזעץ.

ס'קען זיין אז די מארקעט בכלליות גייט כאפן א ריק, גייען די ווילימאסבורגע פרייזן זיך עטוואס מיטכאפן אויפן רייד, אבער נישט קיין סאך ווייל די סופליי פארט אויפן פארקערטן ריכטונג פונעם דימענד[/quote]
איין טובה, בדרך אפשר, אז בילדינגס ארום ווילאמסבורג וואס ווערן רעגולירט - און ס'האט אידישע בעל בתים, וועלן יעצט מעגליך אנהויבן אריינצונעמען אידן, אזוי וועלן זיי קענען בעטען טייערער פון די אנדערע נישט אידישע טענענטס.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

מיין פונקט איז נישט געווען אז ס'גייט העלפן, נאר אז א סיבה פארוואס אוועקצומופן איז עס זיכער נישט.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

דממה דקה האט געשריבן:די דירות אין וויליאמסבורג וואס האבן טעקס עבעיטמענט זענען אויך אין כלל פון די נייע געזעץ?

?
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:די דירות אין וויליאמסבורג וואס האבן טעקס עבעיטמענט זענען אויך אין כלל פון די נייע געזעץ?

?

יא, אבער ווען ער הייבט אן קען ער בעטן וויפיל ער וויל.

און בכלל איז נישט היינט קיין אינוועסטירער אין גרויס דירות ווייל ס'לוינט שוין לאנג נישט. און א טענעט מיט 7-8 קינדער וואס זיין לענדלארד דארף די דירה פאר זיין קינד האט נישט ווי צו מופן, און מ'ציהט זיך ענדגילטיג אוועק פון דא.
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

נא_שכל האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:
א טובה אוועקצוגיין? פארוואס ווייל די פרייז גייט פאלן? די איינציגסטע סיבה פארוואס מענטשן זאלן אוועקגיין איז ווייל ס'איז צו טייער!

קענסט טענה'ען אז ווילאנג די מארקעט איז הויעך מעג ער אלס לענדלארד פרובירן ארויסצובאקומען די מערסטע וואס ער קען, און אפילו אז ער מוז בעטן זייער טייער זיך צו קענען דעקן, אבער צו זאגן ס'איז א טובה צו גיין און קויפן אן אייגענע דירה ערגעץ אנדערש "ווייל" די ריעל עסטעיט מארקעט פאלט איז אבסורד און איך האף אז דו פארשטייסט עס אליינס.

די איינציגע וואס גייען בענעפיטירן פון דעם געזעץ זענען מענטשען וואס וואוינען אין רענט סטאביליזירטע דירות אויב וואוינסטו אין א דע-רעגולירטע הויז איז עס נישט משנה, אויב עפעס גייט די פרישע צמצום אין סופליי ארויפשטופן די נישט רעגולירטע אפט. עד לב השמים.

ס'איז דא זייער ווייניג אידישע טענענטס אין וויליאמסבורג וואס גייען האבן עפעס פון דעם געזעץ. די רענט איז שוין במילא אויף אומצאלבארע שטאפלן, און אראפ גייט עס נישט גיין צוליב דעם געזעץ.

ס'קען זיין אז די מארקעט בכלליות גייט כאפן א ריק, גייען די ווילימאסבורגע פרייזן זיך עטוואס מיטכאפן אויפן רייד, אבער נישט קיין סאך ווייל די סופליי פארט אויפן פארקערטן ריכטונג פונעם דימענד

איין טובה, בדרך אפשר, אז בילדינגס ארום ווילאמסבורג וואס ווערן רעגולירט - און ס'האט אידישע בעל בתים, וועלן יעצט מעגליך אנהויבן אריינצונעמען אידן, אזוי וועלן זיי קענען בעטען טייערער פון די אנדערע נישט אידישע טענענטס.[/quote]
מיינסט בעטן אומלעגאל טייערע פון א איד?

ס'איז צו א גרויסע ריסק עס צו טוהן, מ'דארף באצאלן צוויי מאל כפל אויב מאכט זיך סיי וואספארא סכסוך און דיין טענעט עפעס א DHCR קעיס.

@טעאריע וואס לעבט.

אין אנדערע ווערטער זאגסטו אז פאר די אידישע קאמיוניטי בכלליות איז עס א ריזיגע פארלוסט פון וואס קיינער האט נישט קיין הנאה, די האוזינג מארקעט אין ווילי ווערט נישט גרינגער וועמענ'ס מצב ס'פארלאנגט ארויסצומופן באקומט נישט יעצט קיין שאנס דא צו בלייבן, און א גרויס חלק אידישע פרנסות זענען אין געפאר.

וועלקאם טו לאגיק.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אזוי ווי די שטויב זעצט זיך שוין עס קומט ארויס אביסל קלארער די געזעצן.

א׳:

אלטע געזעץ: עס דארף ווערן רינוט יעדע פאר יאר צוליב דעם ״עמערדזשענסי״
נייע געזעץ: עס איז א געזעץ ווי אלע געזעצן געהעריג אויף די ביכער

ב׳:

אלטע געזעץ: מען מעג העכערן רענט מיט א גרויסע פראצענט צוליב דעם וואס א טענענט האט ארויס געמופט
נייע געזעץ: דער נייער טענענט באצאלט די זעלבע ווי דער אלטער טענענט

ג׳

אלטע געזעץ: א אינדיפענדענט באורד האט געמעגט אפמאכן אז מען מעג העכערן פאר נייע טענענטס מיט פארשידענע פראצענטן ווען א טענענט האט ארויסגעמופט
נייע געזעץ: אויב א באורד וויל יא לאזן העכערן מוזן זיי באקומען אן עקסטער רשות פונעם סטעיט.

אין אנדערע ווערטער: אויב לעטס סעי עס קומט אריין א נייער פרא לענדלארד מעיאר/קאונסיל/רענט גיידליינס באורד קענען זיי נישט טוישן דעם חלק פונעם לאו. באמת איז עס א קאנטיניועישן פון ב׳

ד׳

אלטע געזעץ: א הויכע רענט אדער א היי אינקאם טענענט ווערט דירעגולעיטעד
נייע געזעץ: נישט קיין חילוק וויפיל רענט דער דירה גייט פאר אדער אפילו אויב א ביליאנער וואוינט דארט בלייבט עס אונטערן געזעץ וה׳׳ה אויב מען צאלט צען אלפים א חודש

ה׳

אלטע געזעץ: פרעפרענטשעל רענט (וואס מען צאלט במציאות) ווערט בטל ווען מען מופט ארויס און דער בעיס פארן העכערונג איז די ליגעל רענט.
נייע געזעץ: פרעפרענטשעל רענט איז דער ליגעל רענט. (ביחד וואס מען קען נישט העכערן פונעם בעיס)

דוגמא:
אלטע געזעץ: פרעפרענטשעל רענט 2,000 א חודש ליגעל רענט 2,500 מיטן וועקענסי 20 % קומט אויס אזוי: 2,500 מיט די 20% 3,000. אגב עס וואלט ארויסגעפאלן צוליב היי רענט דירה
נייע געזעץ: רענט פארן נייעם טענענט: 2,000 דאלער

ו׳

אווערטשארדזשעס:
חלק א׳
אלטע געזעץ: ווען א טענענט קאמפלעינט צום לענדלארד אז מען האט עם אווערטשארדזשד און מען שיקט עם צוריק די געלט איז מען פטור פון טרעבל דעמעדזשעס דהיינו א קנס פון דריי דאלער אויף א יעדן טאלער אווערטשארדשד
נייע געזעץ: אפילו האסט צוריקגעשיקט דעם קרן קען ער נאך אלס פיילן פאר די ריוח..... (יעצט ווערט ער א ׳׳רייכער׳׳ טענענט)
חלק ב׳
אלטע געזעץ: דער געזעץ פון טרעבל דעמעדזשעס גייט צוריק ביז פעימענטס פון צוויי יאר
נייע געזעץ: דער געזעץ פון טרעבל דעמעדזשעס גייט צוריק ביז פעימענטס פון זעקס יאר
דוגמא: אן אווערטשארדזש פון 100 דאלער א חודש פאר צוויי יאר קען קומען מיט א קנס פון דריי מאל 2,400 קומט אויס 7,200 קנס
זעקס יאר איז 7,200 קומט אויס 43,200 קנס
חלק ג׳
האט צוגעלייגט נאך פעלער ווען א טענענט קען פיילן א קלעים

ז׳

האט צוגעלייגט די געזעצן פאר נאך קאונטיס אויסער נ.י. סיטי, נעססאו, ראקלענד, וועסטשעסטער

נאך אסאך קליינע פרטים ועוד ועוד
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

די טרעבעל דעמעדזשעס טוישונגען לדוגמא האט ניטאמאל קיין נארמאלע הסבר, דאס איז ריין רשעות.
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

איך גיי נישט אריינגיין אין אלע פרטים
אבער דוכט זיך איין גראבער טעות איז זיכער דא לידיעתי
די חלק אז מען קען נישט בעטן מער ווי די פרעפערענשאל איז נאר פאר באנייען א ליעס פארן היצטיגן טענענט
טאמער אבער דער טענענט מופט ארויס, מעג מען יא בעטן די פולי ליגעל רענט פונעם נייעם טענענט
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

אין כל חדש האט געשריבן:איך גיי נישט אריינגיין אין אלע פרטים
אבער דוכט זיך איין גראבער טעות איז זיכער דא לידיעתי
די חלק אז מען קען נישט בעטן מער ווי די פרעפערענשאל איז נאר פאר באנייען א ליעס פארן היצטיגן טענענט
טאמער אבער דער טענענט מופט ארויס, מעג מען יא בעטן די פולי ליגעל רענט פונעם נייעם טענענט

Correct
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”