שבת "קרבתנו" זיך צו דערנענטערן

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

תגובה דורך א איד אין גלות »

ללמוד וללמד האט געשריבן:... און אפשר קען איינער מיטטיילען עטליכע שטריכן וואס מ׳האט געזאגט וויאזוי מען דארף איבערגעבען פאר די קינדער די אמונה פשוטה.


שיעורים פון הרב משה וואלפסאן שליט"א איז א גוטע starting point (ישר כח סמארט גאי פארן לינק).
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

תגובה דורך ללמוד וללמד »

ירוחם האט געשריבן:
ללמוד וללמד האט געשריבן:
ירוחם האט געשריבן:ללמוד, דו ווייסט נישט וואס חקירה מיינט. ואין כאן המקום להאריך.

ב״ה!!! יישר כח פאר די קאמפלימענט...
(אבער די רמב״ם, מהר״ם חגיז, און דרך פקודיך האבן יא געוואוסט)

במחילת כבודך, וויבאלד דו ווייסט נישט די חילוק צווישן חקירה און אמונה, ווייסטו נישט פון וואס דער רמב"ם און דער מהר"ם חגית רעדן.

זאג מיר טאמער איך האב אייל שלעכט פארשטאנען. כדי צוצוקומען צו די ריכטיגע אמונה פשוטה ברויך מען קודם וואוסען וואס מיינט חקירה? און לאמיר זאגן מ׳ווייסט נישט וואס חקירה מיינט, קען מען נישט האבן אמונה פשוטה?
נ.ב. איך האב דערווייל נאכנישט קאמענטירט איבער דעם שבת חוץ ״געפרעגט״ ווער און וואס מען האט דארט גערעדט. מיר ווארטן נאך אויף א תשובה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

יצחק דע באנקיר האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:

אייוועלט איז נישט וויענער ביהמ"ד, און קיין איין שרייבער דא איז נישט ווינער רב שליט"א!







איך האב געהערט היינט פון א חשובער רב עני טיים אזוי גרויס ווי ווינע רב און א שיל האט ער אויך עני טיים ווי וויענע שיל און ער האט היינט געזאגט פאר א חבורה בעלי בתים אז אזעלכע שבתנו'ס קענען צומאל חרוב לייגן יסודות פון אסאך באטייליגטע וואס נאך הינדערט שבתונ'ס וועט עס נישט קענען צוריקלייגן אין אים
איך האב געפרעגט דעם רב צו ער לאזט עס זאגן אויף אייוועלט אויך
האט ער געזאגט מען מעג עס נאכזאגען ווי אימער אז אזעלכע צוזאמקומען קען שאטן פאר אסאך מענטשן



וואס?
מר. באנקיר איר זעהט מיר אויס ווי א פלאמעדיגער חסידישער איד, אשרי לכם, אבער איך פארשטיי נישט במחילת כבודכם קיין איין איינציג ווארט פון אייער תגובה, און אוודאי נישט וויאזוי דאס באציעט זיך צו וואס איך האב געשריבן בעפאר.
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

תגובה דורך ללמוד וללמד »

א איד אין גלות האט געשריבן:
ללמוד וללמד האט געשריבן:... און אפשר קען איינער מיטטיילען עטליכע שטריכן וואס מ׳האט געזאגט וויאזוי מען דארף איבערגעבען פאר די קינדער די אמונה פשוטה.


שיעורים פון הרב משה וואלפסאן שליט"א איז א גוטע starting point (ישר כח סמארט גאי פארן לינק).

איך וויל נאר פארשטיין אייער תשובה. הייסט דער בעל דרשן ביי דעם שבת (וואס מ׳וויל מיר נאכנישט זאגן די נאמן) האט געגעבען אן עצה אויף איבערגעבן אמונה אז א גוטע סטארטינג פוינט איז שיעורי ר משה וואלפסאן? זייער שיין. עניטינג עלס?
לעצט פארראכטן דורך ללמוד וללמד אום דינסטאג מאי 12, 2015 11:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

תגובה דורך א איד אין גלות »

ללמוד וללמד האט געשריבן:
א איד אין גלות האט געשריבן:
ללמוד וללמד האט געשריבן:... און אפשר קען איינער מיטטיילען עטליכע שטריכן וואס מ׳האט געזאגט וויאזוי מען דארף איבערגעבען פאר די קינדער די אמונה פשוטה.


שיעורים פון הרב משה וואלפסאן שליט"א איז א גוטע starting point (ישר כח סמארט גאי פארן לינק).

איך וויל נאר פארשטיין אייער תשובה. הייסט גער בעל דרשן (וואס מ׳וועט מיר נאכנישט זאגן די נאמן) האט געגעבען אן עצה אויף איבערגעבן אמונה אז א גוטע סטארטינג פוינט איז שיעורי ר משה וואלפסאן? זייער שיין. עניטינג עלס?

איך האב נישט קיין מושג איבערן שבת, כאב נאר בארירט אייער וואונדער איבער אמונה.
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובה דורך ירוחם »

ניין און יא. נאר אייער פראבלעם איז אז ענינים וועלכע זענען נישט חקירה נאר חיזוק לאמונה לייגט איר אריין בגדר חקירה. צב"ש די גמרא וכי משה קניגי או בלסיטרי היה מכאן לתורה משמים איז לויט אייך חקירה?
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

תגובה דורך ללמוד וללמד »

ירוחם האט געשריבן:ניין און יא. נאר אייער פראבלעם איז אז ענינים וועלכע זענען נישט חקירה נאר חיזוק לאמונה לייגט איר אריין בגדר חקירה. צב"ש די גמרא וכי משה קניגי או בלסיטרי היה מכאן לתורה משמים איז לויט אייך חקירה?

ביטע אנצייכנען ווי איך האב אזאנס געזאגט. איך בין מקבל אמת ממי שאמרו אבער ביטע נישט אריינלייגען ווערטער אין מיין מויל
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

תגובה דורך ללמוד וללמד »

א איד אין גלות האט געשריבן:
ללמוד וללמד האט געשריבן:
א איד אין גלות האט געשריבן:
ללמוד וללמד האט געשריבן:... און אפשר קען איינער מיטטיילען עטליכע שטריכן וואס מ׳האט געזאגט וויאזוי מען דארף איבערגעבען פאר די קינדער די אמונה פשוטה.


שיעורים פון הרב משה וואלפסאן שליט"א איז א גוטע starting point (ישר כח סמארט גאי פארן לינק).

איך וויל נאר פארשטיין אייער תשובה. הייסט גער בעל דרשן (וואס מ׳וועט מיר נאכנישט זאגן די נאמן) האט געגעבען אן עצה אויף איבערגעבן אמונה אז א גוטע סטארטינג פוינט איז שיעורי ר משה וואלפסאן? זייער שיין. עניטינג עלס?

איך האב נישט קיין מושג איבערן שבת, כאב נאר בארירט אייער וואונדער איבער אמונה.

דאן נעמט נישט ארויס ווערטער פון קאנטעקסט פון מיין תגובה כדי אייער תשובה זאל אויסזעהן צום זאך. ליינט מיין ״גאנצע״ תגובה און ענטפערט צו די זאך זיי מוחל.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24341
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובה דורך מומחה יוחס »

גענוג גענוג גענוג

דער אשכול מעג זיך שוין פארמאכן אזוי פיל מיט שטותים זאל זיך דא ארום רעדן האב איך שוין לאנג לאנג נישט געהאט אין געזעהן...........

גענוג גענוג
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

מומחה יוחס האט געשריבן:גענוג גענוג גענוג

דער אשכול מעג זיך שוין פארמאכן אזוי פיל מיט שטותים זאל זיך דא ארום רעדן האב איך שוין לאנג לאנג נישט געהאט אין געזעהן...........

גענוג גענוג


אפשר זאל דער אשכול בלייבן צו זען וויאזוי אן אשכול זעהט אויס ווען די מנהלים זענעם מעלים עין?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובה דורך שטארק זיך »

פאר א טויש בין איך אויף מיללער׳ס זייט...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

תגובה דורך לכאורה »

מיללער האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:גענוג גענוג גענוג

דער אשכול מעג זיך שוין פארמאכן אזוי פיל מיט שטותים זאל זיך דא ארום רעדן האב איך שוין לאנג לאנג נישט געהאט אין געזעהן...........

גענוג גענוג


אפשר זאל דער אשכול בלייבן צו זען וויאזוי אן אשכול זעהט אויס ווען די מנהלים זענעם מעלים עין?

א בחינה ווי די באקאנטע ווארט פון הרב דאמב וועגן די רבי'ס לימות המשיח, אז מען וועט זיי אלע אויסראטן, און נאר איבערלאזן אדמו"ר פלוני כדי יעדער זאל פארשטיין פארוואס מען האט פון די אנדערע געדארפט פטור ווערן...
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

מיללער האט געשריבן:
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:


אייוועלט איז נישט וויענער ביהמ"ד,
און קיין איין שרייבער דא איז נישט ווינער רב שליט"א!







איך האב געהערט היינט פון א חשובער רב עני טיים אזוי גרויס ווי ווינע רב און א שיל האט ער אויך עני טיים ווי וויענע שיל און ער האט היינט געזאגט פאר א חבורה בעלי בתים אז אזעלכע שבתנו'ס קענען צומאל חרוב לייגן יסודות פון אסאך באטייליגטע וואס נאך הינדערט שבתונ'ס וועט עס נישט קענען צוריקלייגן אין אים
איך האב געפרעגט דעם רב צו ער לאזט עס זאגן אויף אייוועלט אויך
האט ער געזאגט מען מעג עס נאכזאגען ווי אימער אז אזעלכע צוזאמקומען קען שאטן פאר אסאך מענטשן

איך פארשטיי נישט במחילת כבודכם קיין איין איינציג ווארט פון אייער תגובה, און אוודאי נישט וויאזוי דאס באציעט זיך צו וואס איך האב געשריבן בעפאר.

האסט אוועקגעשטעלט אז נאר אין ביהמ"ד עדת יראים וויען און איר רב זענען בארעכטיגט צו רעדן אויף דעם און אויך נאר אין זייערע גרעניצען
האב איך דיר צוגעצייכענט אז ס'דא נאך גדולי הרבנים וואס זיי זענען יא מתיר צו רעדן אינדערויסען מכותלי ביהמ"ד אויף די טעמע פון זיך אפהאלטען צו גיין צום קרבנו שבתון, פארשטאנען?
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מיללער האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:גענוג גענוג גענוג

דער אשכול מעג זיך שוין פארמאכן אזוי פיל מיט שטותים זאל זיך דא ארום רעדן האב איך שוין לאנג לאנג נישט געהאט אין געזעהן...........

גענוג גענוג


אפשר זאל דער אשכול בלייבן צו זען וויאזוי אן אשכול זעהט אויס ווען די מנהלים זענעם מעלים עין?


אבער נאך ווי, א חרפה ממש!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

יצחק דע באנקיר האט געשריבן:1. האסט אוועקגעשטעלט אז נאר אין ביהמ"ד עדת יראים וויען און איר רב זענען בארעכטיגט צו רעדן אויף דעם און אויך נאר אין זייערע גרעניצען

2. האב איך דיר צוגעצייכענט אז ס'דא נאך גדולי הרבנים וואס זיי זענען יא מתיר צו רעדן אינדערויסען מכותלי ביהמ"ד אויף די טעמע פון זיך אפהאלטען צו גיין צום קרבנו שבתון

3. פארשטאנען?



1. איך האב דאס אוועקגעשטעלט? איך האב עס גענוצט אלס משל , פארשטיין צו געבן אז ווען דער סאטמאר רבי זי"ע האט אין די שטאטישע שול אין סאטמאר מעורר געווען אז פרויען זאל זיך אפשניידן די האר, האט ער ביי זיך אין שול גערעדט איבער ביי-האר און גענצליך צודעקן, דו פארשטייססט נישט אז אינו דומה ווען א רב רעדט צו זיין עולם, ווערסוס מאכן פון יעדע זאך א "כינוס כלל ישראל"? אדער דו ווילסט נישט פארשטיין?

2. מ'דארף א "היתר" צו רעדן? אדער מ'דארף "שכל" צו וויסען וואס צו רעדן, ווען צו רעדן, צו וועם צו רעדן און וואו צו רעדן?

3. איבערהויפט נישט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

מיללער יקירי, אין נומערע אנאו מאכסטו עפעס א קוגל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן:מיללער יקירי, אין נומערע אנאו מאכסטו עפעס א קוגל.

איך געדענק נישט פונקטליך די ווארט, מסתם אז אין שול האט ער געזאגט צודעקן און אין ביהמ"ד געזאגט אפשניידן, אבער דער פאונט איז דער זעלבער
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

תגובה דורך אורייתא »

מיללער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:מיללער יקירי, אין נומערע אנאו מאכסטו עפעס א קוגל.

איך געדענק נישט פונקטליך די ווארט, מסתם אז אין שול האט ער געזאגט צודעקן און אין ביהמ"ד געזאגט אפשניידן, אבער דער פאונט איז דער זעלבער

דאכט זיך אז דאס איז געווען דאהי און ווילי ביי יאנג איזרעאל
אורייתא וישראל חד הוא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

אורייתא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:מיללער יקירי, אין נומערע אנאו מאכסטו עפעס א קוגל.

איך געדענק נישט פונקטליך די ווארט, מסתם אז אין שול האט ער געזאגט צודעקן און אין ביהמ"ד געזאגט אפשניידן, אבער דער פאונט איז דער זעלבער

דאכט זיך אז דאס איז געווען דאהי און ווילי ביי יאנג איזרעאל

וואס? דער רבי אין יאנג איזרעאל? כ'ווייס נאר פון איינמאל אלס סנדק ביי א ברית פון א בנש"ק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

א קליינער טעות מיללער, די מעשה איז נישט געווען אין אמעריקא נאר אינדערהיים אין סאטמאר, און נישט קיין ביי האר (וואס דער רבי וואלט נישט מתיר געווען פריעת שער פאר קיין שום יודענע), נאר אויף שייטלען, והכל על מקומו בשלום יבוא
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

יהיה כן האט געשריבן:א קליינער טעות מיללער, די מעשה איז נישט געווען אין אמעריקא נאר אינדערהיים אין סאטמאר, און נישט קיין ביי האר (וואס דער רבי וואלט נישט מתיר געווען פריעת שער פאר קיין שום יודענע), נאר אויף שייטלען, והכל על מקומו בשלום יבוא

כיהי' כן ועוד, וידוע אז אין די שטאטישע שול אין סאטמאר האט מען יו"כ געשטעלט א שומר אז מען זאל נישט אריינקומען מיט קיין שיך, דער מצב איז נישט געווען פויגלדיג ועכ"ז האט די רבי ברוחב בינתו געוואוסט ווי אזוי צו רעדן צו זיי אויך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

יהיה כן האט געשריבן:א קליינער טעות מיללער, די מעשה איז נישט געווען אין אמעריקא נאר אינדערהיים אין סאטמאר, און נישט קיין ביי האר (וואס דער רבי וואלט נישט מתיר געווען פריעת שער פאר קיין שום יודענע), נאר אויף שייטלען, והכל על מקומו בשלום יבוא

איך האב געשריבן אין סאטמאר, נאר נישט געדענקט די פרטים, יישר כח על העמדת הדברים על דיוקן
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

תגובה דורך ללמוד וללמד »

בעת אין שול האט ער געדרש׳נט אז מען זאל יא גיין מיט שייטלעך (דהיינו נישט מיט אפענע האר וואס איז געוועהן נפרץ ביי די פשוטי עם) האט ער ביי זיך אין ביהמ״ד געדרש׳נט אויסצוטון די שייטלעך און זיך געהעריג צודעקן (וואס ער האט געקענט פארלאנגן נאר פון זיין עולם)
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובה דורך קאכעדיגע »

איך ווייס עס קריכט שוין לאנג אויף די נערווען, כ'האב נאר ממש פערצאפאל גערעדט היינט צו א דורכגעווייקטע חסידישע יוד, ער האט נעבעך א שוואכע בחור, זאגט ער מיר מסיח לפי תומו, אז ער איז געווען ביי קרבתנו, און אהיימגעקומען מיט אסאך חיזוק, בקיצור, עס איז אויך געווען א פלעינער חיזוק שבת פאר ערליכע יודען מיט פראבלעמען
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

מיללער האט געשריבן:
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:1. האסט אוועקגעשטעלט אז נאר אין ביהמ"ד עדת יראים וויען און איר רב זענען בארעכטיגט צו רעדן אויף דעם און אויך נאר אין זייערע גרעניצען
2. האב איך דיר צוגעצייכענט אז ס'דא נאך גדולי הרבנים וואס זיי זענען יא מתיר צו רעדן אינדערויסען מכותלי ביהמ"ד אויף די טעמע פון זיך אפהאלטען צו גיין צום קרבנו שבתון
3. פארשטאנען?

1. איך האב דאס אוועקגעשטעלט? איך האב עס גענוצט אלס משל , פארשטיין צו געבן אז ווען דער סאטמאר רבי זי"ע האט אין די שטאטישע שול אין סאטמאר מעורר געווען אז פרויען זאל זיך אפשניידן די האר, האט ער ביי זיך אין שול גערעדט איבער ביי-האר און גענצליך צודעקן, דו פארשטייססט נישט אז אינו דומה ווען א רב רעדט צו זיין עולם, ווערסוס מאכן פון יעדע זאך א "כינוס כלל ישראל"? אדער דו ווילסט נישט פארשטיין?

2. מ'דארף א "היתר" צו רעדן? אדער מ'דארף "שכל" צו וויסען וואס צו רעדן, ווען צו רעדן, צו וועם צו רעדן און וואו צו רעדן?

3. איבערהויפט נישט


די סאטמאר רבי זצ''ל איז געווען אמנהיג און א איד וואס האט געטראגן על צווארו א עול פון אידישע קינדער עדת מרעיתו האט ער געדארפט טון און רעדן ווי א שטארקער פירער בהשכל ובדעת
אבער ווי קומט עס צו דעם צו פאדערן פון א ניק אזעלכע דברים העומדים ברומו של עולם
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”