בלאט 13 פון 24

געשריבן: מאנטאג מארטש 28, 2016 11:38 pm
דורך מי חכם
קעלנער האט געשריבן:מי חכם, ניצן איר פרייוועט סוירווער אהן איימעלדן פאר די סטעיט דיפארטמענט, ניצן איר בלעקבערי קעגן די קלארע פארארדענונג אז זי זאל עס נישט ניצן. און יא זי האט געשיקט קלאסיפייד אימעילס ביודעין וכו' וכו'


קארטער האט דען יא איינגעמאלדן פארן פענטאגאן? וואס איז א פרייוועט סערווער ערגער ווי גוגל'ס? אן די חלק פון קלעסיפייד מאטריאל, איז דאס - לכאורה - נישט קיין גרונד פאר א קרימינאלע קלאגע. די זעלבע דאס עובר זיין אויף די 'קלארע פארארדענונגען' איז נישט קרימינאל.

לכתחילה, אוודאי זענען די נוקלעארע קאודס סיקרעט. קלינטאן'ס טענה איז אז די 'מאטריאל' וואס זי האט געשיקט פארדינט נישט דעם טיטל סיקרעט. פון וואנעט ווייסטו וואס זי האט געשיקט? עס איז דאך רעדאגירט געווארן? וואט עווער רומאר'ס פון פאקס ניוס זענען אמאל באשטעטיגט געווארן אלס קראנט דורך די עף בי איי אדער זשאסטיס דעפט.?

עס קוקט אויס אז - ווי עס איז דער שטייגער אלעמאל - דער עיקר קאפ וויי קען זי נאך האבן פון די ליגנט זאגן.

געשריבן: דינסטאג מארטש 29, 2016 5:56 am
דורך ווישוואש
וואס פאלט דיר ביי אז דזשימעיל מעג מען יא נוצן?
דזשימעיל קען זיין בעסער ווייל דארט האבן זיי נישט די מעגליכקייט עס צו פארמעקן, ס'קען אבער זיין ערגער אויך ווייל מער מענטשן האבן עקסעס דערצו.

געשריבן: דינסטאג מארטש 29, 2016 9:15 am
דורך מי חכם
עס איז דא רול'ס, און עס איז דא 'געזעצן'. א געזעץ איז אז מ'טאר נישט שרייבן קלעסיפייד זאכן אויף א רעגולער אימעיל, מכלומר'שט זענען די גאווערמענט סיסטעם'ס מער באשיצט ווי די ציווילע, ווי עס איז צו זען פון די איי אר עס בריעטש און די גאווערמענט'ס כמעט אוממעגליכקייט צו ברעכן דעם אייפאון. נאך א געזעץ פאר וואס מ'קען ג'יין אין חד גדיא אריין, און א פראסעקיוטער קען עס נוצן אין א שוואכע מינוט, איז אז מ'טאר נישט נוצן גאווערמענט פראפערטי פאר פערסאנעל ביזנעס. ד.ה. שיקן א פערזענליכע אימעיל פון א גאווערמענט אימעיל אקאונט איז א ערנסטע סארט גניבה און אביוז פון די הייליגע רעגירונגס פראפערטי. (קען זיין דאס איז נאר א רול, אבער פארלירן דעם זשאב קען מען זיכער פאר דעם).

לעומת זה רול'ס זענען דא צענדליגער און הונדערטער. אויב קארטער, פאועל און רייס לאכן זיך אויס פון די ספעציפישע רול, מעג דאך קלינטאן אויך. עס הייסט אבער נישט קיין קרימינאלע פארברעך. איך זאג נישט אז מען מעג זשימעיל, אבער עס איז די זעלבע 'נישט קרימינאל' פארלעצונג ווי א פריוואטע סערווער, וועלכע איז אגב שוין געווארן אויפגעסעט אין די קלינטאן רעזידענץ פארן געברויך פון די קלינטאנס לאנג בעפאר זי איז געווארן סעקרעטערי אוו סטעיט.

געשריבן: דינסטאג מארטש 29, 2016 10:21 am
דורך ווישוואש
דאכצעך אז ס'איז א געזעץ, היות ס'דארף ווערן Archived.

געשריבן: דינסטאג מארטש 29, 2016 12:17 pm
דורך SPUSMN
פארבינדן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אגב, 147 עף-בי-איי אגענטן ארבייטן אויף די קעיס!! דאס איז צוליב די יאגעניש צו ענדיגען די אויספארשונג ווי פריער, ווי ווייטער פון די וואלן. און לויט באריכטן האלט מען שוין טאקע ביי די סאמע ענדע פון די אויספארשונג.

און נאכדעם וואונדערט מען זיך ווי די שטייער געלטער ווערן פארשווינדן...

דא ווייסט מען כאטש ווי די געלט איז געגאנגען (און צופיל איבעריגע געלט איז נישט פארנוצט געווארען ווייל די 147 עף-בי-איי אגענטען זענען שוין סיי ווי אויפען פעיראל), איז דאס געלט וועל ספענט (רעלעטיוולי ספיעקינג). אנדערש אבער איז רוב שטייער וואס ווערט טאקע פארשווינדען, און נאר א מיעוטא דמיעוטא קומט אן דארט ווי עס דארף.

אזוי ארבעט דער סיסטעם (אלע סיסטעם'ס) מער ווייניגער (אמאל מער און אמאל ווייניגער), און קיינער האט נאך נישט דערטראכט א סיסטעם וואס קען טאקע ארבעטען. די וואס זיצען ביים שיסעל דיסיידען ווי דאס געלט גייט, און דארט ווי עס איז דא א דיקטאטאר קאנטראלירט ער אלעס.

געשריבן: דינסטאג מארטש 29, 2016 2:41 pm
דורך לכתחילה אריבער
מי חכם האט געשריבן:.........
לכתחילה, אוודאי זענען די נוקלעארע קאודס סיקרעט. קלינטאן'ס טענה איז אז די 'מאטריאל' וואס זי האט געשיקט פארדינט נישט דעם טיטל סיקרעט. פון וואנעט ווייסטו וואס זי האט געשיקט? עס איז דאך רעדאגירט געווארן? וואט עווער רומאר'ס פון פאקס ניוס זענען אמאל באשטעטיגט געווארן אלס קראנט דורך די עף בי איי אדער זשאסטיס דעפט.?

עס קוקט אויס אז - ווי עס איז דער שטייגער אלעמאל - דער עיקר קאפ וויי קען זי נאך האבן פון די ליגנט זאגן.

אפי' עס איז רעדאגירט קען מען זען וואס די סאבדזשעקט מעטטער איז. און עס איז אזעלעכע סאבדזשעקטס וואס זענען לכל הדעות קלאסיפייד.

און טאקע די רעדאגירונג אליין איז די גרעסטע ראיה. עס קען טאקע זיין אז זי האט זיך נישט געכאפט אויף געוויסע זאכען אז זיי וואלטן געדארפט זיין קלאסיפייד, און האט עס געשיקט מיינענדיג אז עס איז נישט, אבער מען רעדט דאך דא פון באלד 2,100 אימעילס וואס זענען געווארן געמארקט קלאסיפייד דורך די סטעיט דעפארטמענט, ווילסטו מיר איינרעדן, און צו מיינסטו אז מען קען איינרעדן סיי וועלכע מענטש עלטער ווי 10 יאר אז "זי האט פשוט נישט געכאפט"??

קיינער וועט דיר אזונס נישט זאגן.

און נאכאמאל, דו זאגטס עס איז נישט קעגן די געזעץ ווייל עס איז נישט געווען מארקד קלאסיפייד. אבער ווי איך האב שוין ארויסגעברענגט, עס איז דא זאכען וואס - ווי זיי רופן דאס - ווערט "געבוירן קלאסיפייד", ווייל אז נישט קען מען דאך שיקען וואס מען וויל און זאגן עס איז נישט געווען געמארקד, און וועמען ווילסטו איינרעדן אז פון די איבער 2,000 אימעילס איז נישט געווען גארנישט וואס איז באמת א סיקרעט?

אבער אפי' דו וועסט זיך עקשנ'ן און זאגען אז קלינטאן איז אזא שטאקיגע בהמה, און אזא פינסטערע נאר, אז זי האט "נעבעך נישט געכאפט".... און געשריבן איבער 2,000 אימעילס "בטעות".... וואס טוט זיך מיט די 22 "טאפ סיקרעט" אימעילס??

22 פון די אימעילס, איז געווארן קלאסיפייד "טאפ סיקרעט" דאס איז די העכסטע קלאסיפיקעשאן פון א אימעיל אין אמעריקע!! דאס איז נישט פון פאקס נוז, דאס איז פון די סטעיט דעפארטמענט! האט זי דאס אויך נישט געוויסט?

עקסטער האט זי געשיקט אימעילס מיט אינפארמאציע איבער אנדערע לענדער. אויב איז די אינפארמאציע פריוואטע אינפארמאציע - און עס איז געווען, ווייל געוויסע האבן קלאר געהאט געשריבן אז "עס איז נאר פאר קלינטאנס אויגן" - איז עס קלאסיפייד, אפגעזעהן צו עס האט א קלאסיפיקעשאן.

איבער דעם אלעם, איז דא 32,000 - צוויי אין דרייסיג טויזענט.... - אימעילס וואס זי האט בכלל נישט איבערגעגעבן!! זי האט זיי אויסגעמעקט ווייל זיי זענען געווען "פריוואטע אימעילס". און ווער זאגט עס איז געווען פריוואט? זי אליין!!!

סך הכל, עס איז פיל מער ווי "זי האט ליגענט געזאגט", און א צווייטער וואלט אן קיין ספק געווארן אנגעקלאגט. אפי' אין די ענדע וואלט יענער געווינען, עפעס וואס איך גלייב שווער.

געשריבן: מוצ"ש אפריל 16, 2016 11:48 pm
דורך חושב מחשבות...
הערשל פרי"מ זאגט די וואך ביי זיין פרישע אנאליז אויף קול מבשר אז 'קלינטאן האט די מערסטע קוואליפיקעישנס צו זיין א פרעזידענט' צווישן אלע אנדערע אויסוואלן איז זי די מערסטע פרעזידענטיש, איי זי זאגט ליגענט וכו' יא יא! דעיס איז איינע פון די שטארקע זאכן וואס מ'קוקט אויפן רעזעמעי פון א פרעזידענט צו ער קען זאגן א פעטע ליגענט מיט א בלעכענע פנים...

געשריבן: דאנערשטאג מאי 05, 2016 12:06 am
דורך יואב בן צרויה
א ריכטער האט אין אן ארדער היינט געזאגט אז ער וועט מעגליך אראפרופן הילערי אין געריכט צו געבן א דעפאזישאן איבער איר היימישע אימעיל אראנדזשירונג.

א רומעניע העקער מיטן נעט נאמען ׳גוסיפייער׳ זאגט אז ער האט באזוכט הילערי׳ס אימעיל קאנטע לכה״פ צוויי מאל. דער העקער מיטן לעצטע נאמען לאזאר זיצט יעצט אין אמעריקאנע תפיסה און לויט אים איז די אימעיל קאנטע געווען געהעקט דורך אנדערע נעטווארקס. די קלינטאן קאמפיין זאגט אז מ׳קען אים נישט גלייבן און די ווארהייט פון א פאקס ניוז באריכט אז די עף בי איי פלאנט צו רעדן צו אים איז אונטער פראגע צייכן.

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2016 10:26 am
דורך פאליק
א לאנג-ערווארטעטע באריכט פונעם אינספעקטאר אינערהאלב דער סטעיט דעפארטמענט איז יעצט ארויסגעגעבן געווארן, און דער אינספעקטאר זאגט אז פרוי קלינטאן האט קלאר פארלעצט סטעיט דעפארטמענט פאליסי מיט'ן האלטן אירע אימעילס אויף אן אומזיכערן פריוואטן סערווער. דער אינספעקטאר האט אויך אראפגעריסן קלינטאן פאר'ן נישט קאאפערירן מיט'ן אינערליכן סטעיט דעפארטמענט אויספארשונג איבער אירע אימעילס.

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2016 10:50 am
דורך News yingerman
The question is, what does that mean for her campaign ?

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2016 10:55 am
דורך בן נון
פארלעצן פאליסי איז א קריים?

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2016 10:58 am
דורך News yingerman
It can't be good news for her.

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2016 2:24 pm
דורך סראלי
חושב מחשבות... האט געשריבן:הערשל פרי"מ זאגט די וואך ביי זיין פרישע אנאליז אויף קול מבשר אז 'קלינטאן האט די מערסטע קוואליפיקעישנס צו זיין א פרעזידענט' צווישן אלע אנדערע אויסוואלן איז זי די מערסטע פרעזידענטיש, איי זי זאגט ליגענט וכו' יא יא! דעיס איז איינע פון די שטארקע זאכן וואס מ'קוקט אויפן רעזעמעי פון א פרעזידענט צו ער קען זאגן א פעטע ליגענט מיט א בלעכענע פנים...


און טראמפ קען נישט?..

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2016 5:09 pm
דורך חלהדעקל
סאו דארף מען צוריק ארויסשלעפן @לייען טעד

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 12:38 pm
דורך יואב בן צרויה
נאך א לענגערע רעדע ווי ער האט אויסגערעכענט א בארג פון פארלעצונגען וואס מרת קלינטאן איז באגאנגען און אז זי האט זיך אויפגעפירט אומאחריות׳דיג מיט די העכסטע סודות אין לאנד האט דער עף בי איי דירעקטאר געמאלדן אז עס וועט נישט רעקאמאנדירן קרימינאלע קלאגעס קעגן איר.

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 12:43 pm
דורך בן נון
וואס מיינט דאס פראקטיש גערעדט?

די עף בי איי אליינס קלאגט קיינמאל? זיי רעקאמענדירן נאר?

איינער וואס וויל נישט נעמען זייער רעקאמענדעישן קען אנקלאגן?

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 12:45 pm
דורך אלף בית
דאס מיינט אז עדווארד סנאודען קען רואיג אהיימקומען און מ׳גייט אים נישט קלאגן?

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 12:58 pm
דורך שאהן הענניטי
יואב בן צרויה האט געשריבן:נאך א לענגערע רעדע ווי ער האט אויסגערעכענט א בארג פון פארלעצונגען וואס מרת קלינטאן איז באגאנגען און אז זי האט זיך אויפגעפירט אומאחריות׳דיג מיט די העכסטע סודות אין לאנד האט דער עף בי איי דירעקטאר געמאלדן אז עס וועט נישט רעקאמאנדירן קרימינאלע קלאגעס קעגן איר.

פארהאן א ווידעא קליפ?

געשריבן: מיטוואך יולי 06, 2016 7:47 am
דורך משנה מקום
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:די עף.בי.איי. איז נישט אונטער לינטש, קאומי איז א לעבנסלענגליכע רעפובליקאנער און ער האט גוט גוט אויסגעפראקט קלינטאן פאר איר 'אויסערגעווענליכע נאכלעסיגקייט'.
די וואס מאכן אוועק קאומי'ס סטעיטמענט איבער 'פאראנטפארטליכע פראסיקיוטערס' זענען, פארשטייט זיך, גרויסע יוסטיץ קעפ און גענצליך אומפארטייאיש.
.

זאגען אז די עף בי איי איז נישט אונטער לינטש איז א ליגענט
און דאס אז ער איז א לעבנסלענגליכע רעפובליקאנער מיינט גארנישט יעדע דאגי איז געטריי פאר זיין נייע בעל הבית ביזנעס ביפאר פלעזשער
דאס הייסט נישט גוט אויסגעפראקט
חוץ דעם טאמער ח"ו וועל איך טוהון עפעס איליגעל וועל איך אויך קענען טשאסען אז איך וויל ווערען אויסגעפראקט דורך קאומי און נישט ווערען אינדייטעד

און דאס וואס דו האסט געשריבען וועגען גרויסע יוסטיץ קעפ יא עס איז דא גרויסע יוסטיץ קעפ וואס זאגען אזוי און אויך איך פארלאז מיך אויף קאומי אליין וואס ער האט מסביר געווען איז איינע פון די זאכען כדי צו קענען אנקלאגען זעה איך איז יא געווען דא ביי קלינטאן

דאס וואס ער האט געזאגט אז no reasonable prosecutor would bring such a case איז א פשוטע ליגענט און פון דעם קען מען זעהן אז ער האט געזוכט צו נעמען א זייט

The F.B.I. discovered “several thousand” work-related emails that were not in the original trove of 30,000 turned over by Mrs. Clinton to the State Department
דאס איז א פאקט און אויך זיי האבען געווייפט א סערווער
אויפ דעם האט ער געזאגט
i do not believe Mrs. Clinton deliberately deleted or withheld them from investigators

געשריבן: מיטוואך יולי 06, 2016 7:59 am
דורך סראלי
ביל אוריילי זאגט אז פון היינט און ווייטער קען מען שוין נישט אנקלאגן עלטערן פאר לאזן א קינד אין א הייסע קאר ביז ווילאנג ס׳נישט דא קיין קלארע באווייזן אז זיי האבן בייזוויליג געוואלט הרג׳ענען דאס קינד...

געשריבן: מיטוואך יולי 06, 2016 8:37 am
דורך משנה מקום
סראלי האט געשריבן:ביל אוריילי זאגט אז פון היינט און ווייטער קען מען שוין נישט אנקלאגן עלטערן פאר לאזן א קינד אין א הייסע קאר ביז ווילאנג ס׳נישט דא קיין קלארע באווייזן אז זיי האבן בייזוויליג געוואלט הרג׳ענען דאס קינד...

און מאך עס קלארער מען האט געוויסט אז מען טאר נישט לאזען די קינד אין קאר
זעהט אויס אז זיי ווייסען נישט פון קיין פסיק רישיה ולא ימות
און די עונש גייט זיין אז מען באקומט א פסק פון עף בי איי הויפט און גענדיגט

געשריבן: מיטוואך יולי 06, 2016 9:59 am
דורך פרוביר אויך
נאך א נקודה,

אפילו לו יהא אז די קלאגעס זענען נישט גענוג שטארק אויף אײנצוזעצן אין תפיסה,
איז דאך זיכער אז װען עני רעגירונגס ארבײטער װאלט אזױ באהאנדעלד קלאסיפײד אינפא, װאלט ער געדארפט רעזיגנירן מיט שאנדע,

און דא האט נאך קלינטאן די חוצפה צו לויפן פארן העכסטן אמט אין לאנד ?

געשריבן: מיטוואך יולי 06, 2016 10:36 am
דורך יש ברירה
קאמי איז גערופן געווארן דורך די קאנגרעס אווערסייט קאמיטע אויף דעם קומענדיגן דאנערשטאג צו קומען אויפטרעטן איבער זיין באשלוס נישט צו רעקאמענדירן קיינע קלאגעס אויף הילעריס מיסברויכן

געשריבן: מיטוואך יולי 06, 2016 10:38 am
דורך אלד וויליאמסבורג
יש ברירה האט געשריבן:קאמי איז גערופן געווארן דורך די קאנגרעס אווערסייט קאמיטע אויף דעם קומענדיגן דאנערשטאג צו קומען אויפטרעטן איבער זיין באשלוס נישט צו רעקאמענדירן קיינע קלאגעס אויף הילעריס מיסברויכן

כהאב מיך אלץ געווינדערט וואס קאנגרעס טועט א גאנצן טאג

געשריבן: מיטוואך יולי 06, 2016 10:49 am
דורך יש ברירה
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:קאמי איז גערופן געווארן דורך די קאנגרעס אווערסייט קאמיטע אויף דעם קומענדיגן דאנערשטאג צו קומען אויפטרעטן איבער זיין באשלוס נישט צו רעקאמענדירן קיינע קלאגעס אויף הילעריס מיסברויכן

כהאב מיך אלץ געווינדערט וואס קאנגרעס טועט א גאנצן טאג

אויב איר ווילט וויסן...

די דשודישיערי קאמיטע האט גערופן לינטש אויף קומענדיגן דינסטאג אויפצוטרעטן בעיקור איבער די נושא