ה. קלינטאן גענוצט פרייוועט אימעיל אלס סעקרעטערי אוו סטעיט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מיטוואך פאברואר 24, 2016 9:05 am

זי האט זיך גוט אויסגערעכנט זע איך, ווי לאנג זי איז געווען אין אפיס האט די פאונדעישאן נאר געטראגן דעם נאמען פון איר מאן וויליאם זשעי. סאו טעכניש ווייס איך נישט אויב ס'איז דא גרונד איר אנצוקלאגן אויף עפעס.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג מארטש 03, 2016 9:51 am

Bryan Pagliano, a former Clinton staffer who help set up her private email server, has accepted an immunity offer from the FBI and the Justice Department to provide an interview to investigators
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מוצ"ש מארטש 05, 2016 11:22 pm

עס שטעלט זיך ארויס, אז 104 פון די אימעילס וואס די פענטעגאן האט באשטימט צו זיין "קלאסיפייד " בעפארן ארויסלייגען, זענען געשריבען געווען דורך קלינטאן זעלבסט, נישט ווי איינע פון אירע תירוצים איז געווען אז די האט נאר "גענטפערט" אויף אימעיל וואס איז שפעטער געפונען געווארן קלאסיפייד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » זונטאג מארטש 06, 2016 1:06 am

זאכליך האט געשריבן:Bryan Pagliano, a former Clinton staffer who help set up her private email server, has accepted an immunity offer from the FBI and the Justice Department to provide an interview to investigators

וואס איז געווארן מיט דעם?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מוצ"ש מארטש 12, 2016 9:31 pm

בן נון האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:Bryan Pagliano, a former Clinton staffer who help set up her private email server, has accepted an immunity offer from the FBI and the Justice Department to provide an interview to investigators

וואס איז געווארן מיט דעם?

לויט ווי די חברה זאגן, זינגט ער ווי א פויגל.

זיי רופן אים א "דעוועסטעטינג וויטנעס". א עדות וואס גיט גאר גאר שעדליכע אינפארמאציע איבער די סקאנדאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מוצ"ש מארטש 12, 2016 10:35 pm

קלינטאן זאגט זי שרעקט זיך נישט פון אים

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » זונטאג מארטש 13, 2016 9:36 am

זי דערשרעקט זיך קיינמאל נישט, אפילו זיצנדיג אין תפיסה אויך נישט, די גאווערמענט שטעלט איר צו וואקאציע וועט זי זאגן

געריבענע פאליטישאן

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » זונטאג מארטש 13, 2016 11:50 pm

וואס איז די מעשה מיט די אימעיל'ס וועגען די באבובער קברים?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג מארטש 25, 2016 3:34 pm

צום וויפילטן מאל שטעלט זיך ארויס אומצווייזייטיגע עווידענס אז פרוי קלינטאן האט אפען און גראפ ליגענט געזאגט אונטער א שבועה!

מען האט "געטראפן" אימעילס וואס קלינטאן האט געשיקט פון איר פריוואטע סערווער פון א דאטום וואס איז פריער ווי זי האט געזאגט אז עס זענען פארהאנדן אימעילס.

זי האט געשוואוירן אז זי האט איבערגעגעבן אלע אירע אימעילס וואס זענען געשיקט געווארן פון איר פריוואטע אימעיל, און זיי הייבן זיך אן א געוויסע דאטום, ווייל בעפאר די דעיט איז נישטא קיין אימעלס םון איר פריוואטע סערווער "ווייל זי האט נישט גענוצט קיין פריוואטע סערווער בעפאר דעם"!

למעשה האט מען יעצט יא געטראפן אימעל פון פריער, און עס קומט אויס אז ווען זי האט געשוואוירן אז זיי האט איבערגעגעבן אלע אימעיל איז עס געווען א פאלטשע שבועה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מארטש 28, 2016 2:48 pm

עס זענען דא באריכטן אז די עפ-בי-איי זיכט צו ריידן מיט פרוי קלינטאן איבער דעם סקאנדאל.

עס זענען דא געמישטע מיינונגען צווישן זאך קענען צו קלינטאן גייט ווערן געקלאגט אויף מיסהאנדלן קלאסיפייד מאטריאל צו נישט.

מען רעדט א רעקאמענדאציע פאר א קלאגע דורך די עף-בי-איי, און דערנאך האט די יוסטיץ דעפארטמענט א אויסווייל צו זיי זאלן קלאגען אדער נישט. מערסטענס זאך קענער זאגן אז אפי' די עפ-בי-איי רעקאמענדיט א קלאגע, וועט וויירשיינליך קיין פאקטישע קלאגע נישט זיין, ווייל די יוסטיץ דעפארטמענט איז פולשטענדיג אונטער די אבאמא אדמינעסטראציע, און זיי וועלן דאס נישט צולאזן, די פראגע איז נאר וואס די עפ-בי-איי וועט זאגן.

בכל אופן, איז עס פאר קלינטן או לי אם יאמר או לי אם לא יאמר, ווייל אויב רעקאמענדירט מען קלאגעס און מען קלאגט איז דאך זיכער ביטער, אויב רעקאמענדיט מען און מען קלאגט נישט, איז דאס ווייטער ביטער, ווייל עס איז כמעט אפענע קארופציע, אויב רעקאמענדיט מען נישט און קלאגען אוודאי נישט, דאס איז דאס בעסטע פארשטייט זיך, אבער דאס וועט אויך ווערן פארשריגן דורך אסאך, ווייל מען וועט זאגן א פאליטישע דרוק האט אפגעהאלטן די רעקאמענדאציע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5014
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג מארטש 28, 2016 3:05 pm

למעשה זעהט בכלל נישט אויס אז עס זאל עפעס אויסמאכן און די וואלן
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מאנטאג מארטש 28, 2016 3:11 pm

פארוואס איז קלינטאן אנדערש פון אלע אנדערע וואס האבן געניצט פריועט אימייל?
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מארטש 28, 2016 3:25 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:פארוואס איז קלינטאן אנדערש פון אלע אנדערע וואס האבן געניצט פריועט אימייל?

ווייל זי טענה'ט אז זי האט נישט געוויסט אז עס איז קלאסיפייד. אזאך וואס קיינער גלויבט נישט, און עס איז איר אחריות צו וויסן, באט נאכאלס שרייט זי אזוי.

אגב, 147 עף-בי-איי אגענטן ארבייטן אויף די קעיס!! דאס איז צוליב די יאגעניש צו ענדיגען די אויספארשונג ווי פריער, ווי ווייטער פון די וואלן. און לויט באריכטן האלט מען שוין טאקע ביי די סאמע ענדע פון די אויספארשונג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג מארטש 28, 2016 3:30 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים

הודעות: 19987
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
געפינט זיך: למטה מעשרה

גרייט אן ביטע א גוטס

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג מארטש 28, 2016 7:33 pm

נעכטן געווען באריכטן אז עשטאן קארטער דער פארטיידיגונגס מיניסטער האט געניצט זיין פריוואטע אימעיל פאר ביזנעס - נאן קלעסיפייד - צוועקן פאר כמעט א יאר. דאס פארשטארקערט נאר קלינטאן' טענה אז יעדער טוט עס.

קלינטאן' באנוץ פון א פריוואטע סערווער פאר נישט קלעסיפייד מאטריאל, איז גארנישט אנדערש ווי נוצן זשימעיל. און דער סערווער איז געשטאנען צו איר באנוץ פאר אלע אירע פריוואטע קארעספאנדענץ, חוץ פון די נישט קלעסיפייד סטעיט דעפט. ביזנעס.

די איינציגסטע קרימינאלע טענה אויף איר איז נאר אפשר אז זי האט געדארפט וויסן בשעת מעשה אז יארן ארום גייט איינער אין עריע 51 צי אין די ען עס עי מחליט זיין צו קלעסיפייען די מאטריאל. שוואכע טענה.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » מאנטאג מארטש 28, 2016 7:37 pm

מי חכם, ביזט ווען גערעכט ווען זי ניצט עס ווען נאר פאר נאן קלעסיפייד אימעילס, די פראבלעם איז אז זי האט עס אויך געניצט פאר קלעסיפייד אימעילס.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג מארטש 28, 2016 7:56 pm

קלעסיפייד למפרע כצ"ל
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » מאנטאג מארטש 28, 2016 7:57 pm

בכלל נישט. מאך אביסל ריסוירטש וועסטו זעהן.

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » מאנטאג מארטש 28, 2016 8:08 pm

מי חכם, ליין דורך די ארטיקל https://www.washingtonpost.com/investig ... story.html

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מאנטאג מארטש 28, 2016 9:30 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אגב, 147 עף-בי-איי אגענטן ארבייטן אויף די קעיס!! דאס איז צוליב די יאגעניש צו ענדיגען די אויספארשונג ווי פריער, ווי ווייטער פון די וואלן. און לויט באריכטן האלט מען שוין טאקע ביי די סאמע ענדע פון די אויספארשונג.

און נאכדעם וואונדערט מען זיך ווי די שטייער געלטער ווערן פארשווינדן...
פאר קריטיק דריקט דא

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג מארטש 28, 2016 9:54 pm

קעלנער האט געשריבן:מי חכם, ליין דורך די ארטיקל https://www.washingtonpost.com/investig ... story.html


כ'האב עס אנגעהויבן צו ליינען, אבער דער ארטיקל איז לאנג ווי דער גלות. וואס איז די פוינט למעשה? האט זי ביודעין געשיקט אויף איר פרייוועט סערווער זאכן וואס זענען געווען קלעסיפייד בשעת'ן שיקן? איז דא עפעס אנדערש קרימינאל דא אויסער קלעסיפייד מאטעריאל?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג מארטש 28, 2016 10:32 pm

פארבינדן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אגב, 147 עף-בי-איי אגענטן ארבייטן אויף די קעיס!! דאס איז צוליב די יאגעניש צו ענדיגען די אויספארשונג ווי פריער, ווי ווייטער פון די וואלן. און לויט באריכטן האלט מען שוין טאקע ביי די סאמע ענדע פון די אויספארשונג.

און נאכדעם וואונדערט מען זיך ווי די שטייער געלטער ווערן פארשווינדן...

עס איז ווערט. ווייל ווען די וואס זיצן ביים קאסע זען וואס מען טוט מיט איינעם וואס האט נישט געפאלאוט די רולס 100% ווייזן זיי צו זיך היטן די ביינער.
און שטעל דיר פאר זיי האבן נישט מורא. אוי וואלט מען גע׳גנב׳ט מיליאנען...
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מאנטאג מארטש 28, 2016 10:52 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:
פארבינדן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אגב, 147 עף-בי-איי אגענטן ארבייטן אויף די קעיס!! דאס איז צוליב די יאגעניש צו ענדיגען די אויספארשונג ווי פריער, ווי ווייטער פון די וואלן. און לויט באריכטן האלט מען שוין טאקע ביי די סאמע ענדע פון די אויספארשונג.

און נאכדעם וואונדערט מען זיך ווי די שטייער געלטער ווערן פארשווינדן...

עס איז ווערט. ווייל ווען די וואס זיצן ביים קאסע זען וואס מען טוט מיט איינעם וואס האט נישט געפאלאוט די רולס 100% ווייזן זיי צו זיך היטן די ביינער.
און שטעל דיר פאר זיי האבן נישט מורא. אוי וואלט מען גע׳גנב׳ט מיליאנען...

Sweet dreams
קיינער ציטערט נישט, דאס איז אויך א מין פארעם פון פעדעראל גניבה, שווענדען טעקס פעיאר געלט, גאנץ וואשינגטאן באשטייט פון דעם.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » מאנטאג מארטש 28, 2016 11:06 pm

מי חכם, ניצן איר פרייוועט סוירווער אהן איימעלדן פאר די סטעיט דיפארטמענט, ניצן איר בלעקבערי קעגן די קלארע פארארדענונג אז זי זאל עס נישט ניצן. און יא זי האט געשיקט קלאסיפייד אימעילס ביודעין וכו' וכו'

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מארטש 28, 2016 11:10 pm

מי חכם האט געשריבן:
קעלנער האט געשריבן:מי חכם, ליין דורך די ארטיקל https://www.washingtonpost.com/investig ... story.html


כ'האב עס אנגעהויבן צו ליינען, אבער דער ארטיקל איז לאנג ווי דער גלות. וואס איז די פוינט למעשה? האט זי ביודעין געשיקט אויף איר פרייוועט סערווער זאכן וואס זענען געווען קלעסיפייד בשעת'ן שיקן? איז דא עפעס אנדערש קרימינאל דא אויסער קלעסיפייד מאטעריאל?

מען האט עס שוין אסאך מאל ארויסגעברענגט.

די פראגע איז נישט צו זי האט געשיקט זאכן וואס זענען געווען קלאסיפייד. גראדע איז דא וואס זאגן אז דאס אויך, און וואו מען זעהט אז זי האט געהייסן א געבילף איר שיקען עפעס מיט די פעקס, און ווען יענער האט געזאגט אז מען קען נישט ווייל עס איז קלאסיפייד האט זי געהייסן אראפשניידן די קעפל און שיקן אזוי... נאר וואס דעןף יענער האט עס למעשה נישט געשיקט, און עס קוקט אויס אז די רעגירונג נעמט אויך אן אז ביי עכו"ם איז מחשבה נישט מצתרף למעשה...

אבער דא איז נישט נאר דאס די פראגע.

לויט ווי מען קוקט עס אן טרוקן, קען דאך יעדער איינער שיקן די הייקעלסטע זאכען אויף א פריוואטע סערווער, פרוי קלינטאן קען שיקען די נוקליארע קאודס אויף א פריוואטע סערווער, ווייל למעשה ווען זי האט עס געשיקט איז עס נישט געווען קלאסיפייד, ווייל זי האט עס דאך געשיקט צום ערשט.

יעדער פארשטייט אז אזא זאך איז א פארברעך. יעדער פארשטייט אז די נוקליארע סודות פון אמעריקע איז קלאסיפייד אפי' עס שטייט נישט ארויפגעשריבן סיקרעט, אדער טאפ סיקרעט.

די קלאסיפיקעשאן פון סיקרעט און טאפ סיקרעט, זענען געמאכט פאר זאכען וואס עס קען זיין אז עס איז נישט, אדער אפשר איז נאר איין קליינע טייל דערפון סיקרעט, שרייבט מען סיקרעט אז אלע זאלן אפבאכט געבן.

אבער יעדע דיפלאמאט אפי' אין פיל פיל קלענערע פאזיציעס ווי די סעקרעטערי אוו סטעיט, באקומט טרענינג, און איז אבליגעטירט נישט צו שיקען קיין סודות אפגעזעהן צו עס שטייט דעראויף סיקרעט, און ווי געזאגט, אז מוז אזוי זיין, ווייל יעדע אימעיל הייבט זיך אמאל אן, און אויב זאל עס נאר זיין אז עס ברויך שוין זיין קלאסיפייד, איז דאך הותרה הרצועה, און מען קען שיקן וואס מען וויל.

צווישן די זאכען וואס קלינטאן האט געשיקט, זענען זאכען וואס יעדע בר בי רב דחד יומא ווייסט און פארשטייט אז דאס איז קלאסיפייד. און צווישן די זאכען זענען אזעלעכע וואס זי האט נאר געשיקט ווייטער, און קען אפשר ענטפערן אז זי האט נישט געכאפט, אבער עס זענען דא זאכען וואס זי האט לכתחילה געשירבן אליין, אזעלעכע זאכען וואס זענען זעלבסט פארשטענדליך סודות, צווישן זיי אזעלעכע אינפארמאציע וואס אויב וואלט עס אריינגעפאלן צום שונא, האט זי איינגעשטעלט לעבענס פון אמעריקאנער אגענטן ועוד ועוד.

סא פאר די סארט זאכען האט מען שוין געקלאגט אין אמעריקע. די פראגע איז נאר צו אבאמא גייט מסכים זיין אז מען זאל איר קלאגן.

עקסטער, האט זי ליגענט געזאגט! אונטער א שבועה מער ווי איין פרט. סיי וואס זי האט אלס געשיקט, סיי פון ווען זי האט אלס געהאט די סערווער.

עקסטער איז דא שטארקע ראיות אז זי האט נישט איבערגעגעבן אלע אימעילס. עס זענען דא צווייטן מיט ריזיגע געפס, וואס עס איז קעגן די פארשטאנד צו זאגן אז זי האט דעמאלס פונקט גארנישט געשיקט ועוד ועוד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], אבן יקרה, אזוי וויל איך, בפני נכתב, גבר ישראל, חסידי, סאברע, שתקן און 40 געסט