תגובהדורך עושר וכבוד » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:55 pm
ס'איז צו קליין איך זאל קענען זען די פונקטליכע צייכענונגען פון יעדע זייט, אבער לענ"ד שטימט נישט אלעס מיט'ן סייז.
די היכל הטישן איז די יעצטיגע ביהמ"ד לימות החול, ס'איז בערך 50 ביי 100. אויפ'ן בילד איז עס א באקס. אויסער דעם וואלט דער אויבן אן געדארפט זיין אויסגעדרייט צו 50 סט. נישט צו 13, ווייל יענע זייט איז שמעלער.
צווייטנס, די היכל הגדול איז 200 ביי 60/75 פיס בערך, דאס איז גאר גאר לאנג און זייער זייער שמאל. איך וואלט עס ענדערש אויסגעדרייט צו 49, וואס קומט אויס צו 150 ביי 100 פיס. אסאך שענער אויסגעשטעלט און גענוי די זעלבע מאס סקווער פיס. און די היכל הטישן זאל גיין ביים ווינקל פון 50-14.
אויף די אונטערשטע שטאק וואלט איך געלייגט די שטיבלעך צו 14, נישט צו 49. ס'האט מער אויסזיכטן פאר א מנינים צענטער ווען ס'איז ממש אויף 14.
אויב זע איך גוט, איז דעם רבינס ספרים שטוב ביים צענטראלן הויפט אריינגאנג אויף 14, דאס מאכט זייער ווייניג סענס. ענדערש לייג עס ביים ווינקל 50 סט מיט א פריוואטן אריינגאנג דארט. ווי אויך פריוואטע שטיגן פון דארט ארויף צום היכל בית המדרש ביים ווינקל פון 50 - 14.
אבער ווער פרעגט מיר דען?...
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט.