בלאט 7 פון 289

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:14 pm
דורך בוידעם
אפאר יאר צוריק האט מען ארומגעטוישט דעם אויסשטעל פון בית קויפמאן אין ביהמ"ד הגדול ראדני סט.

מען האט דאן געמאכט די היכל הלימוד ותפלה אויפ'ן פלאץ וואו עס פלעגן זיין די ביה"כ, און די ביה"כ האט מען פלאצירט דארט וואו עס פלעגט זיין א בית תפלה.

ווייסט איינער צו עס איז דעלמאטס פארגעקומען א מעמד חליפון?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:18 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
אין ווינער שוהל האט מען אויך געמאכט אזא טויש אפאר יאר צוריק, פון א ביה"כ א שטיבל, און די שטיבל פאר ביה"כ.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:24 pm
דורך איש חמודות
אין שארמאשע ביהמ"ד אין קרית יואל האט מען אויך ארום 18 יאר אריינגענומען די ביהכ"ס לפנים היכל הביהמ"ד.

כפי זכרוני האט מען חוץ פודה זיין די מקום, אויך אראפגעגראבן ג' טפחים.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:51 pm
דורך מיללער
אז מ'רעדט פון משנה זיין בתי כסאות,
שוין דערמאנט דאס ווערטל פון מהרש"א דים, וואס האט געזאגט וען מ'האט אין קרית יואל געמאכט פון א ביהכ"ס אן אפיס פאר קהל, האט ער געזאגט די חילוק פון דעמאלס ביז היינט, אז בעפאר זענען נאר דארט געזיצן אזעלכע וואס האבן געדארפט ודפח"ח

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:53 pm
דורך איש חמודות
חחח

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 11:33 am
דורך באדינער
שיעור נישט פארגעסן פון פאיע בית המדרש אויף מארסי........

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 11:40 am
דורך מיסטעריעז
בוידעם האט געשריבן:ווי אויך די פאליש אין גרויסן בית המדרש אויף ראדני סטריט האט מען הערליך רענאווירט.

געכאפט א שטיקל קלאץ...

איך ווייס נישט צו עס האט מיט די קוואליטעט פון די טיילס אדער מיט די אופן פון זיי לייגן, אבער אסאך פון די טיילס אויפן פלאר זענען געקרעקט, און פון טייל ברעכן זיך אפ שטיקעלעך.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 11:50 am
דורך להודיע
באדינער האט געשריבן:שיעור נישט פארגעסן פון פאיע בית המדרש אויף מארסי........


אויך אריינגענומען דעם מקום הביה"כ.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 3:18 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
באדינער האט געשריבן:שיעור נישט פארגעסן פון פאיע בית המדרש אויף מארסי........

נע! דעס איז פאיע?? זיכער? ווי זענען די ברוינע ווענט?

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 3:20 pm
דורך farshlufen
וועלכע פאיע? די רעכטע אדער די לינקע?

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 3:24 pm
דורך יוראפ
farshlufen האט געשריבן:וועלכע פאיע? די רעכטע אדער די לינקע?

נאופס דאס איז שוין נישט קיין רעכטע און נישט קיין לינקע

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 3:31 pm
דורך יהיה כן
יוראפ האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:וועלכע פאיע? די רעכטע אדער די לינקע?

נאופס דאס איז שוין נישט קיין רעכטע און נישט קיין לינקע

דאס איז א 'פאה נכרית'...

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 3:36 pm
דורך לכתחילה אריבער
farshlufen האט געשריבן:וועלכע פאיע? די רעכטע אדער די לינקע?

דאס איז די לינקע.... די רעכטע שטייט נאך בהדרו מיט די ברוינע ווענט!!

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 3:54 pm
דורך הלשון
יהיה כן האט געשריבן:דאס איז א 'פאה נכרית'...

;l;p- ;l;p-

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 11:24 pm
דורך גערעכטער
הלשון האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:דאס איז א 'פאה נכרית'...

;l;p- ;l;p-

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 11:30 pm
דורך מי אני
גערעכטער האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:דאס איז א 'פאה נכרית'...

;l;p- ;l;p-



גוט גוט

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 7:47 pm
דורך ישלהוסיף
שענציע בית המדרש אין בארא פארק, איז אריבער א רענאוואציע, ווי אויך צוגעלייגט א נייעם פליגעל צום בית המדרש.

ביהמ"ד קיוויאשד

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:00 pm
דורך איך הער נישט
קיוויאשד ביהמ"ד איז די לעצטע יאר צייט אריבער רענאוואציעס צווישן אנדערע איז די מקוה הערליך רענאווירט געווארן, אזוי אויך איז די עזרת נשים הערליך רענאווירט געווארן אין פארוואנדעלט געווארן אין א הערליכע שטיבל לתורה ותפילה, אזוי אויך די אנדערע שטיבלעך זענען לעצטענס שטארק אויסגעברייטערט געווארן אונטער די אנפירערשאפט פונעם נייעם שמש, ממש פנים חדשות באו לכאן,
ווי איך הער פלאנט מען אהערצושטעלן א פעכטיגע אוצר הספרים אין די נאנטע טעג נדבות הרבני הנגיד ר" אברהם פנחס בערקאוויטש

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:51 pm
דורך גאלדגרוב
ביהמ"ד יגל יעקב דמישקאלץ אויף דיוויזשאן עוו. איז אין די לעצטע 5 יאר אריבער א פולע רענאוואציע און פאראיאר האט ר' אברהם פנחס בערקאוויטש ני"ו מנדב געווען אן אוצר הספרים מיט פולע נייע ספרים און ליינביכער.

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 11:39 pm
דורך יודל קליין
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:אין ווינער שוהל האט מען אויך געמאכט אזא טויש אפאר יאר צוריק, פון א ביה"כ א שטיבל, און די שטיבל פאר ביה"כ.

דאכט זיך מיא אז אין ווינער שוהל איז די ביה"כ מיט א טרעפל העכער און דאס האט מען ארויף געבויט ווייל פריער איז דארט געוועהן א שטיבל ווי מהאט געדאוונט

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 2:22 pm
דורך maybeeynot
איך הער אז קליימער ביהמ"ד איז געווארן הערליך איבער געבויט די היכל בית המדרש נדבת הנגיד ר' דוד לייבוש יאקבאוויטש.
איינער האט בילדער?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 11:04 am
דורך יחזקאלע
בית המדרש תולעת יעקב אויף בעדפארד (אקעגן איבער פאפא) גייט דורך א פולשטענדיגע רענאוואציע ווען דאס ביהמ"ד ציהט זיך אראפ אויף די אינטערשטע שטאק

געשריבן: מיטוואך פעברואר 17, 2016 10:33 pm
דורך מיסטעריעז
מיסטעריעז האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:ווי אויך די פאליש אין גרויסן בית המדרש אויף ראדני סטריט האט מען הערליך רענאווירט.

איך ווייס נישט צו עס האט מיט די קוואליטעט פון די טיילס אדער מיט די אופן פון זיי לייגן, אבער אסאך פון די טיילס אויפן פלאר זענען געקרעקט, און פון טייל ברעכן זיך אפ שטיקעלעך.

די רענאוואציע גייט דורך רענאוואציע...

געשריבן: מיטוואך פעברואר 17, 2016 10:51 pm
דורך שטייגען
געזעהן די וואך מישקאלץ ביהמ״ד אויף ראדני סטריט ארבעט מען אריין מטיט עס פאגרעסרן.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 17, 2016 10:55 pm
דורך לכתחילה אריבער
מיסטעריעז האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:ווי אויך די פאליש אין גרויסן בית המדרש אויף ראדני סטריט האט מען הערליך רענאווירט.

איך ווייס נישט צו עס האט מיט די קוואליטעט פון די טיילס אדער מיט די אופן פון זיי לייגן, אבער אסאך פון די טיילס אויפן פלאר זענען געקרעקט, און פון טייל ברעכן זיך אפ שטיקעלעך.

די רענאוואציע גייט דורך רענאוואציע...

יא יא.

מען האט געלייגט אזעלעכע שטיקלעך בלויע טעיפ אז מען זאל וויסן וועלעכע אויסצוטוישן. ר' בערל קליין זז"ג דרייט זיך ארום פריער אין שול, און פארציילט אז ער האט געפרעגט וואס זענען די בלויע שטיקלעך טעים, זאגט מען אים אז מען גייט טוישן די טייל'ס.

זאגט ר' בערל מיט ווינדער, אז ער פארשטייט נישט.... "וועגן די שטיקל טעיפ ברויך מען טוישן די גאנצע טייל"?.........